היינט שפאציר איך אריין אינעם בעקעריי פורום, און נישט מער און נישט ווייניגער ס'איז א געהעריגע פאקט און... ס'איז אפי' דא א בפירו'שע בילד!!!
דא האט איר אויסצוגן פונען בעקעריי פורום איר וועט אליין נישט גלייבן...
נאך א סימן אז ער איז "גרעסער" פונעם רבין זי"ע
[בילד – נישט אפגעהיט]
דו נענועים אויף א סטעדזש א גאונות פון א חלה דעקל
עד כאן פונעם בעקעריי פורום.
יעצט גיי זיי מסביר פאר יענעם חכם אז דאס איז סאטמאר ביפיו, און אין סאטמאר ווען ס'איז דא א בילד פון רבין'ס נענועים וואס איז געכאפט געווארן אין די 20 פיס פון רבי'ן, מוז בהכרח זיין אז ס'איז געכאפט געווארן זיצענדיג אויף דער ערד, ווייל נעבן רבי'ן ארום די גאצע געגנט קען מען נאר זיין אויב מ'איז גרייט צו זיין צוקוועטשט און זיצן אויף דער ערד פשוט ווייל טויזענטער אידן אין גאנצן ביהמ"ד ווילן האבן די זכי' צו זעהן די עבודת הקודש (וואס זאל איך טוהן אז דער שרייבער איז ביים רבי'ן ז"ל [ביידע] קיינמאל נישט געווען סאו פון ווי זאל ער וויסן וויאזוי עכטע נענועים אין סאטמאר קוקן אויס..), ממילא איז זייער פשוט פארוואס די בילד קוקט אזוי אויס.
אצינד לאמיר א שפאציר טאהן צו די ראדני הקפות וועט איר פארשטיין וואס ער האט קיין אהנונג נישט...
[בילד – נישט אפגעהיט]
יעצט פארשטייט איר? מ'קען שטיין, מ'קען זיצן קיינער באדערט דיר נישט, קענסט אפילו כאפן א שפאציר דארט.... און כ'האב נישט קיין טענות.. ווייל ווער איז דען נייגעריג צו זעהן??...
אבער וואס קאן מען טאהן אז איינס + איינס איז א חלה דעקל....