היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » א באזוך ביי די רעבעצין'ס שול אין קרית יואל היינט ר"ח

א באזוך ביי די רעבעצין'ס שול אין קרית יואל היינט ר"ח

23 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2704861

נוטראלער » 19/10/2009 20:35

 

  

 

 

איך וויל אנהייבן מיט'ן דערמאנען דעם עולם מיין שטעלע אז איך בין אינגאנצן נוטראל אין די גאנצע סאטמארע מחלוקה

נאר אלץ וואוינענדיג אין קרית יואל אין זיין א נייגעריגער פרוביר איך מיר אריינשטופן מיין נאז ווי איך קען

 

איך וויל פארציילן פאר'ן עולם מיין באגעגעניש היינט אין דערפרי אין די שול בית יואל אין קרית יואל (רעבעצין)

 

היינט אינדערפרי נאכן דאווענען אינעם גרויסן צענטעראלען שול אין קרית יואל, ווי יעדער איז וועלקאם, האב איך געקלערט ביי מיר אז איך הער דאך אזויפיל איבער די לעצטע פאסורינגען ביי די רעבעצין לאמיר אריין גיין זיך איבערצייגן אליין וואס עס קומט דארט פאר

איך וועל שילדערן אלעס דברים כהוויתן, אזוי ווי איך האב נישט מיט גענומען קיין קעמרא (א שאד!) האב איך נאר געכאפט עטליכע בילדער מיט מיין טעלעפאן, און פארשטייט זיך אז עס איז נישט אזוי קלאר, אבער נאך אלץ בעסער ווי גארנישט

 

 

גייענדיג צום ביהמ"ד האב איך געקלערט ביי מיר אז מן הסתם וועל איך דארט נאר טרעפן א קליינער אנגעווייטאגטער מנין וואס דאווענען אנגעטון אין קאוטס ווייל עס איז דאך נישט דא קיין סטום, אין מען דאווענט לעבן די פענסטער כדי אז עס זאל זיין אביסל ליכטיג ווייל עס איז דאך נישט דא קיין לעקטער, מיט צוקיינטשטע פיאות וויי לעס איז נישט דא קיין מקוה, מיט פארטריקענטע שטומעס ווייל עס איז נישט דא קיין קאווע, מען קען נישט גיין קיין הכנות ווייל עס איז נישט דא קיין סוער, א.א.וו.

אבער רבותי די בילד וואס האט זיך מיר אנטפלעקט איז געווען אומגלויבליך, א שול פיל מיט מענטשן, די לעקטער ארבעט [טאקע ווי מען גייט טרעט מען אויף ווייערס וואס צוען זיך אויף דער ערד אדער הענגן אויפן וואנט און דאך, אבער לעקטער איז דא], ווארעם איז דארט ב"ה.

אבער

עס קוקט אויס ווי איך האב פארבלאנדזשעט אין מאנהעטן ביי איינע פון די פראטעסטן, פון אלע זייטן הער איך קולות, מען שרייט אויף די העכסטע טענער, דער רשע, דער שיגץ, אין נאך ווערטער וואס איך וויל אפי' נישט איבער זאגן, פון אלע ווענט הענגן פלאקאטן מיט ריזיגע מחאות.

(אזוי ווי עס איז נאר גענומען מיט א טעלעפאן איז עס נישט קלאר אין צוטיילט אין צוויי)

טישלעך זענען געווען אויפגעשטעלט צו מחייב זיין דעם עולם מיט 100 דולער פאר די הייליגע מערכה

בייגעלייגט א בילד

א יונגערמאן האט זיך ארומגעדרייט צווישן דעם עולם מיט עטליכע סינגעלס אין די הענט, און געבעטן דעם עולם זיך משתתף צו זיין, איך זעה ווי יעדער דרייט מיט האנט אז מען האט נישט, ענדליך זעה איך ווי איינער לייגט שוין יא אריין די הענט אין טאש בשעת א גרויסע שמייכל זעהט זיך אן אויף דעם געלט גייערס פנים, אבער ווען דער מענטש נעמט ארויס פון טאש א צענער און בעט טשענשט 9 דולאר האט דער געלט גייער געמוזט מאכן מיט די הענט אז ער האט נישט, הזמן יכלו והמעשיות לא יכלו וואס איך האב אלץ געזעהן און געהערט דארט

ביי א וואונקל אינעם געוועזענע מילכיגע קאך זעה איך שטייען א ריזיגע קופקע פון מענטשן איך שטופ מיר אויך דארט אריין און יא! יוסל הידוע שטייט דארט אין איז מסביר אז דאס וואס דער שופט האט הוונט אפגעשטופט די פסק איז נאר כדי די ארונים זאלן זיך בארואיגן אין נאכדעם וועט ער זיי קענען גוט צופיקסן

פלוצלינג הערט זיך א געשריי "קאווער אפ" איך דרי ימיר אויס און זעה ווי הרה"ג בעל דור האחרון שטייט און איז מסביר אז דער שופט האט היינט געמאכט א קאווער אפ פון זיין עכטע פסק!!!

שטייענדיג דארט האב איך אנגעהויבן צו באקומען שלשול אין איך האב געזוכט א בית הכבוד, גיי איך צו די שטובלעך שטייט דארט דער גבאי און פרעגט מיר דו קענסט נישט גיין ביי זיי איך האב נישט פארשטאנען וואס ער מיינט, ווייזט ער מיר אן די זעהסט נישט די צעטיל

איך בין אנטלאפן פון דארט ווי דער הערש אנטלויפט פון די שחיטה, איך לויף אריין אין היכל רבינו, אין איך טרעף אן א חבר א בני יואל און איך פרע גאים וואס איז פשט אז מען לאזט נישט זיך מכין זיין, הייבט ער מיר אן מסביר זיין אז יעדע פלאש קאסט 39 סענט ווייל מען דארף אויסליידיגן דעם סוער (סעפטיק),

איך וועל שוין נישט מאריך זיין. אי"ה עוד חזון למועד



תוקן על ידי נוטראלער ב- 19/10/2009 20:45:48

נוטראלער » 19/10/2009 20:38

איך ווייס נישט פארוואס, אבער איך קען נישט אריינלייגן די בילדער.
ווער עס ווייסט א עצה זאל מודיע זיין

1נארמאלער » 19/10/2009 21:08

דריקט אויף "שלח תגובה" 

[בילד – נישט אפגעהיט]

דערנאך דריקט די קליינע "פיקטשער אפלאוד" אייקאן 

[בילד – נישט אפגעהיט]

ווען איר באקומט דעם סקרין 
[בילד – נישט אפגעהיט]

דארפט איר קודם דריקן "בראוס" (1) טרעפט די פייל וואס איר ווילט ארויפלייגן, גיט א "קליק" דערויף ס'זאל ווערן "סעלעקטעד" דענאך דריקט "אפען" 
נאך דעם וואס די נאמען און פלאץ פון יענעם פייל ערשיינט אין די קעסטל לינקס פון די "בראוס" קנעפל, דריקט "העלאה" (2). יעצט דארפט איר ווארטן (געוואנדן לויט די שנעלקיין פון אייער קאמפיוטער און לויט די גרויסקייט פונם פייל). ביז די בילד ערשיינט אינעם ווייסען קעסטל אויף די לינקע זייט אויבן.דאן וועט די קעסטל לעבן דעם "בראוס" קנעפל און אזוי אויך דעם "בראוס"קנעפל נעלם ווערן  און די אינפארמאציע אויפן פייל וועט אריבערטאנצן צום קעסטעל העכער דעם ווי ס'שטייט "יו אר על". דאן דריקט "הכנסה" (3). (די לעצטע צוויי נקודות זעט אינעם בילד דא  

[בילד – נישט אפגעהיט]

ס'קען זיך מאכן פראבלעמען, למשל אז די פייל איז צו גרויס וכדו', אויב שטויסט איר זיך אן אין א פראבלעם פרעגט אן דא, און איך וועל אייך פראבירן צו ענטפערן. 


קרעדיט: טעכניקער

נוטראלער » 19/10/2009 21:48

ייש"כ פאר 1נארמאלער

נוטראלער » 19/10/2009 22:01

אצינד די בילדער:

די מחאה פון די וועד רבנים
[בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט]

די מחאה פון קהל בני יואל
[בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט]

די מחאה פון קהל יטב לב
[בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט]

די פלאקאטן וואס בעטן ביים ציבור אז מען זאל זיך משתתף זיין מיט די הוצאות
[בילד – נישט אפגעהיט]

די מודעה וועגן די ביהכ"ס
[בילד – נישט אפגעהיט]

שכלדיג » 20/10/2009 00:34


נוטראלער, נישט קיין שלעכטע באריכט שיין אויסגעארבעט,
אבער
מען זעהט שוין פונקטליך וואספארא 'נוטראלער' דו ביסט.

טאטלע » 20/10/2009 00:42

שכלדיג סאיז דיר נישט צים הארצן  ? 

יעקב_שמשון » 20/10/2009 00:44

ווי ס'איז משמע איז שכל'דיג אין קיין ביהכ"ס היינט נאך נישט געווען, ממילא קען מען קיין טענות צי אים נישט האבן.

נוטראלער » 20/10/2009 00:52

יעקב שמשון!!!

לויט ווי איך זעה האסטו נישט גיט אפגעליינט מיין באזוך
ב"ה אז עס איז דארטן דא געהעריג ביהכ"ס, נאר אזוי ווי די ארונים האבן דערווייל אפגעהאקט די סוער, אין עס קאסט זייער טייער צו אויסליידיגן דעם סעפטיק וואס מען אינסטאלירט [אפי' די ארונים האבן נישט געלאזט, ווי יעדער האט געזעהן ווי יודא יושע וויינשטאק פרובירט דאס אפצושטעלן], ע"כ בעט מען אז ווער עס קען זאל גיין ערגעץ אנדערש.

איך פארשטיי אז עס איז נישט אזוי בטעם'ט אז יעדעס מאל וואס מען וויל ארויס גיין דארף מען אריבער גיין אין אנדער ביהמ"ד.

אבער ענקער כ"ק אדמו"ר הגה"ק דארף אויך טון די זעלבע ווען ער וויל ארויס גיין, ווייל ער קען נישט אריינגיין ביי א טיר פון מזרח, אזוי ווי דער כ"ק אדמו"ר פון די וויליאמסבורג.

בענדל » 20/10/2009 00:57

אפנארמאל וואס דא גייט פאר.

ס'איז דא מחאות נמרצות, קללות, רשעים, קריסטן, קאמוניסן אויף די געפערליכע קליפה.

אויב איז קהל יטב לב אזאנע רשעים וואס ווילן צושפארן א פריוואטן ביהמ"ד, פארוואס ווילן די בעלי בתים פון די דירה זיך נישט שטעלן צו דין תורה? ס'איז דאך זייער אייגענטום וואס זיי וועלן אודאי גלייך געווינען ביי א דין תורה. נישט אזוי?

שקל_שלם » 20/10/2009 03:29

פאני, די בילדינג האט די רבי זי"ע גענוצט בעיקר פאר גיין אין בית הכבוד (כידוע אז די רבי זי"ע האט קיינמאל נישט געדאווענט דארט), און פונקט פאר דעם קענען זיי עס נישט נוצען...

וועקי » 20/10/2009 07:50

ווי זאגט נאר שלום אליעזר דים, אז די בית הכסא'ס דארט איז יעצט שב ואל תעשה...

nys10952 » 21/10/2009 19:24

עס איז אינטערסאנט מר' נוטראלער נ"י שרייבט דער מענטש וואס האט זיך ארום געדרייט בעטען געלט פינעם ציבור האט געהאט אינגאנצן  אפאר דאלער האבן זיי דען נישט מוסדות אין נאך בתי מדרשים אין קרית יואל דע אלע זאכן קען נישט זיין אן געלט
 
אין אויך איז זייער אינטרסאנט דעס וואס מר' שקל שלם שרייבט די רבי ז"ל האט קיינמאל נישט געדאווענט איך האב געפרעגט איינעם אין מקוה היינט זאגט ער מיר ער ווייסט נישט אבער איין זאך געדעקט ער זיכער אז איין יאר איז ער געווען אין מאנרא ראש השנה ווען די רבי איז דארט געווען אין ער געדעקט אז די רבי איז אריין נאר צי מוסף אבער שחרית האט ער געדאווענט אין די דירה ווי זיי האבן יעצט זייער בית המדרש. ווייסט איינער אויב סאיז אמת יא אדער ניין

rebyankel » 21/10/2009 19:30

כ'האב מורא אז דער געלט קאמפיין האט אזא פנים ווי דער סוקסעספולער ''ארץ החיים'' קאמפיין
ווי מ'דינגט יעדן טאג מענטשן זאלען גריסען דעם עולם אין ראדני אויף א סטעיזש

צביהירש » 22/10/2009 02:39

רביה"ק זי"ע האט דארט געדאווענט 2 מאהל ערב יום הקדוש און אויך בעצם יום הקדוש שחרית. אויך האט ער דארט געדאווענט מערערע מאהל מנחה ומעריב. למשל חול המועד פסח און חול המועד סוכות תשל"ט. ער האט דארט געפירט דעם סדר שנת תשל"ט. ער האט דארט געפירט אלע 2 סעודות יעדן שבת און מערער מאהל די סעודות פון יום טוב די לעצטע עטליכע יאהר.

לעקסינגטאן » 22/10/2009 03:09

די זאליס זענען אויף אלמען גרייט אפילו צי זאגן אז די רבי האט געדאוונעט אין קאך רח"ל.

rebyankel » 22/10/2009 19:38

לו יהא אז די רבי האט אמאל געדאווענט דארט צו אפי' 2/3 מאל
איז אמאל זיכער אז דאס איז נישט געווען זיי קביעות'דיגער ביהמ''ד.

נו, שטעלט ענק פאר אז די רבי ז''ל וואלט אמאל געדאווענט מנחה אין מיין הויז אינטערוועגנס
וואלטן מארגען די בנ''י/זאלי'ס אויפגעשטאנען, אין איבערגעשריבען מיין הויז אויף זייער נאמען אין געמאכט פאר זייער שול.
אין ווען כ'וועל זיי ארויסווארפען (נאדעם וואס זיי וועלן פארלאנגען אין קארט כ'זאל אויך ארויסמופן פין מיין אויבערשטע שטאק)  וועלן זיי שרייען היתכן מ'שפארט אפ א הויז ווי רביה''ק האט נאך געדאווענט.......

היפאקריטען - פעלטשער! טיפיקעל בנ''י/זאלי'ס

rebyankel » 22/10/2009 19:40

אין אגב, אויב די גנבים וועלן איין טאג תשובה טוהן אין ציריקערן די גזילה
וועט קהל דארט נישט מאכען קיין דירה, מ'וועט אי''ה דאס ניצן פאר א ביהמ''ד

סוי די באזארגטע גנבים קענען שלאפען רואיג.

rebyankel » 22/10/2009 19:46

Fwd: Heavy Action Goes On As d Village Inspector Orderd 2 Remove The Sewer Tank By The Rebbetzin Shul, Thy're Blocking The Tractor With Their Body's,
פין אישי
ווייסט איינער דעטאלען
זיי האלטן אפ א ''סויער'' מיט זייערע גופים???!!!

rebyankel » 22/10/2009 19:54

אזווי איינער האט געפענט א אשכול איבער די נייעס
וועל איך דארט ממשיך זיין אי''ה מיט די בילדער
http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?cat_id=4&topic_id=2706722&forum_id=16386 

תוקן על ידי rebyankel ב- 22/10/2009 19:57:34

 



תוקן על ידי rebyankel ב- 22/10/2009 19:59:45

אסעמבלי » 12/2/2010 07:30

נוטראלער כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
 

   איך וויל אנהייבן מיט'ן דערמאנען דעם עולם מיין שטעלע אז איך בין אינגאנצן נוטראל אין די גאנצע סאטמארע מחלוקה

 

אינדפנדנט » 12/2/2010 07:54

אסעמבלי
[בילד – נישט אפגעהיט]

rebyankel » 15/2/2010 01:07

רוב זאלי'ס וועלן לייקענען בכלל אז זיי  זענען זאלי'ס
אין די וועסט זיי פרעגן וועלן זיי דיך זאגען אז זענען ''נייטראל'' (מיט שקר האבען  זיי גאנץ א קליינעם פראבעלם, כידוע)

ווען די וואלסט געהאט אזא רבי וואלסטו דיך אויך געשעמט מיט אים.

ברוך הוא אלוקינו כו'