אינגעלייט וועלעכע האלטן נאך אינמיטן דאווענען דארט זענען שנעל געקומען צו לויפן ווען דער טראקטאר איז אנגעקומען און האבן זיך געשטעלט אינטער גאפל פונעם טראקטאר צו שטערן די ארבייט.
די זאלי'ס האבן ארויסגעשיקט א מעסעדזש אז יעדער זאל אהין גיין שטערן די ארבייט פון די ווילדזש און ארויסהעלפן די בני יואל מיט זייער מערכה.
אינטערסאנט צו זעהן אויפן בילד ווי דער אינגערמאן שטייט איינס אזייגער מיט איין ארבעל אראפגעצויגן אינטערן טראקטאר. זעהט אויס אז ער האט לאנג געברויכט ווארטן אויף א ליידיגער בית הכבוד..
איך ווייס נאר נישט פארוואס די ווילדזש ארעסטירט נישט די וועלעכע שטערן די ארבייט.
