מורי ורבותי
מיר שטייען א טאג צוויי פאר די וואלן איז צייט פאר א שטיקל חשבון הנפש, איך וויל נישט דא אריין גיין קיין אין סאטמער פאליטקעס פין אהרונים זאליס איך וויל מיך האלטן סטריקלי צי לאקאלע וואלן פאליטיק'ס
ווי איר ווייסט בין איך אלס פארנומען דא אויפן פארק מיט די וואוטשערס אישו און ענינים וואס איז נוגע צו העלפן מוסדות התורה ווי איר קענט דא זעהן:
פרייליכע נייעס פאר מוסדות התורה בנוגע לאנטש פראגראם
http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?topic_id=2674817&forum_id=16386
גיוואלד! אלע מוסדות פון ברוקלין אויף צרות!!!
http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?topic_id=2635084&forum_id=16386
האלמאנד סוקיורטי קאנפערנץ מיט מוסדות התורה
http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?topic_id=2630381&forum_id=16386
ר' משה דוד נידערמאן דער פירער פין יו. זשעי. או. האט אנגענימען דעם קאנידידאט סטיוון לעווין
וואס דער לעווין איז שיק יונגעל פין וויטא לאפעז
קודם דארף מען צי וויסן אז וויטא לאפעז האט אלעמאל אינטער געהאקט די פיס פין יודען אין וויליאמסבורג אין אזא מענטש קען קיין טראסט נישט געווינען אין נישט זיינע שלוחים.
ר' משה דוד נידערמאן מיינט מענטשן אין וויליאמסבורג זענען משוגע מען קען קומען יעדע יאר אין צי זאגן בליגע האזניג וכו.
אינז געדענקען נאך ווען עיב גערזשעס איז געלאפן אין נידערמאן האט דעמאלס ציגעזאגט אפערדבאל האזניג זיי האבן ארום געשיקט א בילד ווי גערזשעיס נידערמאן זענען געשטאנען אויך 225 דיוויזשען אויפן דאך אין געקוקט ווי מען קען בויען ביליגע האזניג .
ווען פאטאקי איז געלאפן האט ער ציגעזאגט אז ער וועט פארדעקן די בי. קיו. אי. מיט הייזער.
אין די זעלבע ווען בלומבערג איז געלאפן האט מען דאס זעלבע צי געזאגט.
יעצט לאמיר רעדן אביסל וועגן די סקול וואטשערס אין איך האב שוין כמה פעמים ארויס געבערנגט די וויכיטקייט וואס אלע מוסדות התורה האבן פין די סקול וואטשערס, אין די הנאה וואס די עלטערן האבן דערפון, ס'איז נישט קיין ספק אז ווען נישט קיין וואטשערס וואלטן די מוסדות מיט די יעצטיגע עקנאמיע נישט געהאט קיין קיום אין זיי וואלטן רח"ל צי זאם געפאלן.
פאר 2 חדשים איז געווען א גרויס מערכה וועגן וואטשערס וואס בלומבערג האט געוואלט אפשאפן
דער איינציגעסטער וואס האט עס אפגערעטוועט איז שמחה פעלדער מיט די הילף פין די עלטערן.
מען האט דעמאלס נישט געהערט פין מענצער לאפעז מיט די אלע אנדערע וואס פרובירן זיך ארויף צי כאפן אויף די וואגן פין עסקנות אין אינז איין רעדן אז זיי קענען ארלעדיגן מיט קאנעשענס .
מעו האט דעמאלס באשיינפערלך געזעהן אז מען האט א מענטש פין אינווענדיג טוט מען אויף גדולות ונצרות.
יעצט דער סטיוון לעווין האט ביי די דעבאטע קלאר געזאגט אז ער איז קעגן סקול וואטשערס
קוקט'ס דא אויף דעם לינק וועט אייך פינסטער ווערן פאר די אויגן וואס זיין מייניג איז
קוקט'ס די קליפ פין 5:30 ביז 6:10
http://www.blip.tv/file/2488514
קען יעצט קומען ר' משה דוד נידערמאן אין אריין לייגן אין דבר יום אז לעווין איז יא פאר ווטשערס
וואס מיינט ער אינז זעמיר פערדן מען קען קימען אינז איין רעדן ווייל ער האט א אינטערס
[בילד – נישט אפגעהיט]
זאגט ער יעצט אא סקול וואטשעקס איז אומקאנסטעשנעל אין מען קען עס נישט ברענגן
[בילד – נישט אפגעהיט]
ער פרובירט דעם עולם צו פארדרייען א קאפ כאילו ער איז פאר AFTER SCHOOL וואוטשערס יא, און נישט פאר געהעריגע וואוטשערס!
אדרבה פרעגט אייך נאך ביי אייער מוסד אדמיניסטראטאר די וואוטשערס וואס מיר רעדן איז AFTER SCHOOL וואוטשערס!!!!
פרטים יבאו
תוקן על ידי לאגיש ב- 13/09/2009 16:36:42