היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » גיוואלד! אלע מוסדות פון ברוקלין אויף צרות!!!

גיוואלד! אלע מוסדות פון ברוקלין אויף צרות!!!

13 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2635084

לאגיש » 3/6/2009 09:46

 

אלע חרדישע מוסדות פון ברוקלין שטייען אויס און די קומענדיגע פאר טעג צו פארלירן זייערע סקול וואוטשערס אויב חלילה עס וועט געלונגען פאר מעיאר בלומבערג און די קומענדיגע פאר טאג אזוי אדורך צושטיפן זיין בודזשעט!!!

לויט דעם יעצטיגן פלאן וויל ער שניידן די PRIORTY 7 VOUCHERS וואס דאס מיינט א קיימא לן פון קרוב צו דרייסיג מיליאן דאללער!!! פאר אונזערע מוסדות!!!

רבותי! מען רעדט נישט פון שניידן דעם פראגראם! מען רעדט פון עלימינירן!!! יא גענצליך "עלימינירן"! דעם פראגראם

רבותי! אונזער מעיאר איז חלילה נישט קיין ראסיסט עכ מאכט חלילה נישט קיין אויסנאם! דאס וועט אפעקטן ארונים! זאלונים! פאפא! בית יעקב! ליבאוויטש! אלע מוסדות פון וומ"ס ב"פ פלעטבוש און קרוינהייטס!!!

עס איז לא עת לחשות!!!!!

דעריבער איז היינט פארגעקומען א גאר דריגענדע מיטונג גערופן דורך אגודת ישראל בראש פון הרב חיים דוד צוויבל, מיט די באטייליגונג פון אלע אדמיניסטראטארס און אפיציעלע מענטשן פון אלע חרדישע מוסדות פון ברוקלין, און אויך קאונסילמאן שמחה פעלדער און ביל דיבלאזיא

די החלטות איז גיווען:
1.
אלע מוסדות זאלן אהיים שיקן בריוון צו די עלטערן וועלכע וועלן דאס חתמנ'ען און צוריקשיקן און דערנאך וועט מען די אלע בריוון איבער געבן פארן מעיאר

און מיר ווילן בעטן איעדעם איינעם בלי שום יוצא מן הכלל דאס אויסצופילן און תיכף ומיד צוריקשיקן א אטאג דערוף !!!

עס איז קריטיש! קריטיש!! וויכטיג!!!

2.
פאר רופן א דריגענדע מיטונג פון אלע אדמיניסטראטארס און אפיציעלע מענטשן פון אלע חרדישע מוסדות פון ברוקלין מיטן מעיאר

3.
א ראלי פון אלע קינדער פון אלע מוסדות און פראנט פונעם סיטי האל

לינקס:
http://theyeshivaworld.com/news/General+News/35141/PHOTOS:+Millions+at+Stake+for+NYC+Orthodox+Jewish+Parents.html

http://www.vosizneias.com/32698/2009/06/02/new-york-orthodox-community-in-grave-concern-about-child-care-vouchers-proposed-elimination/

 

רבי_יונה » 3/6/2009 17:31

און מיר בהמות ברברבותא וועלן דערנאך שטימען פאר אים....
ווייל מ'וועט דאך מאכן א ריזיגע ראלי פאר "מציצה בפה".

פרוכטבאר » 3/6/2009 18:55

רבי_יונה כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

און מיר בהמות ברברבותא וועלן דערנאך שטימען פאר סקוואדראן....
ווייל מ'וועט דאך מאכן א ריזיגע ראלי פאר "same gender marriage".

טראק » 3/6/2009 20:16

מען דארף שוין פטור ווערן פון דעם מעיאר.

ער הייבט די פרייזן פון אלעס, טעקסאס, טיקעטס, וואסער, און וואס נישט.

און שנייד פאגראמען פון אלע זייטן.

ער איז א חורבן פאר די סיטי.

ער פארשטייט נישט די געברויכען פון די פשוטע מענטשן.

rebyankel » 3/6/2009 21:09

איך געדענק נאך ווען ער איז געווען א אוהב ישראל פאר'ן מבטל זיין א גזירה, וואס קיין אנדערע מעיאר וואלט נישט בייגעפאלען גוזר צו זיין אזא גזירה - מציצה בפה

{אבער אינזערע פאררעטער האבען עס גיט אויסגעניצט פאר זייער פאליטישע אימווערדיגע מאטיווען}

majyar718 » 3/6/2009 22:06

כווייס נישט וואס עטץ ווילטס איך צאל גראב שכ"ל ווי א טאטעלע, קיינער גיבט נישט קיין וואוטשערס.
אפשר קען איינער מסביר זיין פון וואס מ'רעדט דא?

לעבעדיגער » 3/6/2009 23:28

מעידזשער718, אויב וואוינסטו אין ניו יארק סיטי קענסטו באקומען וואוטשער'ס וואס וועלן דיר צאלן די גאנצע שכר לימוד - פארשטייט זיך אויב די ביסט גענוג א קליינער פארדינער צו זיין עלדזשיבעל דערפאר.

עס זענען דא אסאך מענטשן וואס באקומען אדער זענען אויפן וועטינג ליסטע צו באקומען. אויב ווערט דאס אפגעשטעלט מיינט דאס א ריזיגער און אומגעהויער פארלוסט פאר די מוסדות התורה.

פרעג די מוסד ווי דיינע קינדער לערנען מער איבער דעם.

rebyankel » 5/6/2009 23:15

מיין שכן (גראדע נישט קיין זאליס, אבער) שיקט זיינע קינד ביי די זאלי'ס אין ער  זאגט מיר אז ביי זיי האט מען נישט אהיים געברענגט קיין שום בריוו צו שיקען פאר'ן מעיאר
אויב ס'איז אזוי, קען מען מיך איינער ביטע ערקלערן וואס האבען די זאליס קעגן די מערכה צו אנהאלטן די וואטשערס זיי מאכען דאך אויך געלט דערפון?

באלאנד » 6/6/2009 00:05

די האסט א שכן וואס שיקט די קינדער צו די זאליס און די רעדסט מיט אים? שעמסט דיך נישט? האסט מיך אויסגעשפילט איך בין געווען זיכער אז די בוסט גענצליך זאלי-ריין, די האסט נישט קיין מגע ומשא כש"כ א הרהור וועגן די שלעכטע פעכי פויא זאליס...

לאגיש » 15/6/2009 20:39

יכול » 16/6/2009 05:50

וואס איז נייעס מעלדט אז בלומבערג האט צוריקגעשטעלט די סקול וואוטשערס אינעם בודזשעט.

http://www.vosizneias.com/33469/2009/06/15/new-york-ny-mayor-bloomberg-restores-vouchers-program/

ביבער » 16/6/2009 07:43

נאר אויף זעקס חדשים.

rebyankel » 16/6/2009 20:07

באלאנד כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
די האסט א שכן וואס שיקט די קינדער צו די זאליס און די רעדסט מיט אים? שעמסט דיך נישט? האסט מיך אויסגעשפילט איך בין געווען זיכער אז די בוסט גענצליך זאלי-ריין, די האסט נישט קיין מגע ומשא כש"כ א הרהור וועגן די שלעכטע פעכי פויא זאליס...


האב נישט מורא ווען ער איז ווען א זאליס וואלט ער שוין לאנג נישט גערעדט מיט מיר, די שנאה אין פארדארבענע פארביסענקייט לאזט נישט די זאליס רעדן מיט איינעם וואס האלט אנדערש ווי זיי והדברים ידועים, מ'מעג יענעם אפי' {פראבירן} אינטערצוברענגן, זאל עס זיין א גאון ווי רבי אליקום שליט''א, אדער זאל עס זיין אזא עוסק בצרכי ציבור ווי ר' ארי' לייב, (כ'האב אנגעכאפט נאר די 2, ווייל די 2 זענען יעצט פריש, אבער די ליסט איז ליידער זייער לאנג), זאל עס זיין אייגענע עלטערן וד''ל