הערות ביטע שרייבען נאר דא!
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 01/09/2009 1:08:26
הערות ביטע שרייבען נאר דא!
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 01/09/2009 1:08:26
"פארמעגליך" לאמיר דעבאטירן דיינע ארטיקלעך!
כב' ר' פארמעגליך נ"י
קודם וויל איך דיר אפגעבן א ייש"כ פאר דיינע לענגערע ארטיקלעך אויף דעם פארום בנוגע די סאטמארע היסטארי' והמסתעף. כאטש איך בין נישט איינשטימיג מיט זייער אסאך זאכן, האבן דיינע ארטיקלעך מיר געגעבן די געלעגנהייט צו פארשטין אסאך זאכן פון דעם קוק-ווינקעל פון די זאלונים.
אין יעדן מיינונגס פארשידענהייט זענען פארהאן זאכן וועלכע זענען ריין געוואנדען בשיקול הדעת. די זאכן, ווען געהערט משני הצדדים פארברייטערט דאס בליק פונעם מענטש און ברענגט אים בעסער ארויסצוהאבן דאס ענין. אויף די ענינים בין איך אייך דאנקבאר פארן געבן צוהערן אייער צד.
די רעשט, וואס איז מער ווייניגער אנאליזן אויפן פערזענליכקייט פון מרן מהר"א שליט"א איז פון פערזענליכער ידיעה מקרוב פולקאם נישט ריכטיג. אבער זייענדיג א אסיר תודה אין פילע פריוואטע ענינים פאר מרן שליט"א פיל איך נישט די יכולת אריינצוגיין אין א וויכוח וואס וועט אנטהאלטן קיתונות של שופכין אויף מרן שליט"א.
עכ"פ ווי עס זעהט אויס זענט איר מפי הראי' אדער השמיעה שטארק באהאווענט אין אסאך פנימיות הענינים. און ווי אויך, ווי איך גלייב איר וועט הנאה האבן צו הערן, זענען אייער ארטיקלעך כמים קרים על נפש הזאלונים. זייענדיג אין קאנטרי דעם פארגאנגענעם שבת, האב איך געזען ווי די זאלונים גייען ממש איבער אייערע ר"ח אלול צעטליך שנים מקרא וא' תרגום...
עכ"ז, קאן זיין אלס מיין פערזענליכער Bias, האב איך אסאך קשיות אויף דיינע ווערטער, פילע זאכן וואס לפי קט שכלי זענען עכ"פ נישט 100% ווי איר שרייבט.
אשר ע"כ וויל איך אייך איינלאדענען צו א דעבאטע אויפן אחים אנחנו פאדיום!
ווי עס איז שטארק עווידענט פון דיינע ארטיקלען, ביסטו גענוג קאנפידענט אין דיינע שטעלונגן און מיינונגן נישט מורא צו האבן פון זיי צו דעבאטירן. ממילא גלייב איך דו וועסט מסכים זיין, ואם שגיתי ה' הטוב יכפר בעדי.
אזוי ווי דיינע ארטיקלעך איבער די חלוקה זענען מ'שטיינס געזאגט אביסעלע לאנג.. וואלט איך אלס א Headstart און Tryout געוואלט פראבירן אנצוהייבן –בתנאי, אז אונזער חשוב'ער מנהל וואס איז אינטערעסירט אינעם קאלירפולקייט פונעם פארום וועט ערלויבן- מיט דיין קצר הכמות ורב האיכות'דיגער ארטיקל אויף ר"ח אלול.
דער וועג וויאזוי איך שלאג פאר צו פירן די דעבאטע איז;
מיינע רולס וואס איך שלאג פאר;
משני סיבות
א') איך עכ"פ, ערווארט טיפע שו"ת פון דיר וואס עס קען נעמען פאר מיין שטייטע ארוני'שע קאפ צייט צו טראכטן.
ב')איך בין עוסק על המחי' און איך געפין זיך נישטא אין באשטימטע שעות.
ווי עס ערווארט מיט כבוד צו הערן דיין אנטווארט.
Gimpele