הערות אויף די "אומגעפעלשטע" סאטמאר חלוקה, היסטאריע
ער זאגט אז משה גבאי האט אנגעהויבן זיינע שייגעץ שטיק וועגן דעם ווייל די רבי האט אנגעהויבן פירן רעביסטעווע.
לאז זיין אז וואס די רבי האט געטון איז רעביסטווע (וואס דער סיגוט-ב"פ שטריק האט אנגעהויבן נאכטון די מינוט וואס ער איז אריין אין די ריזיגע שיך פון ווילי "רבנות"), אבער סאיז דא איין זייער וויכטיגע מעשה וואס ער האט אויסגעלאזט.
די מעשה מיט ר' הערצקא צוויבל און די פאטש אין פלארידא - וואס איז געווען ווינטער תשנ"ז, נאך פאר סיי וואס די רבי האט געטון!
אנהייב ווינטער תשנ"ז איז ר' הערצקא געווען און פלארדא און געלערנט מיטן רבין ז"ל אזויווי אלע יארן, ווען די רבי ז"ל זאגט אים איין פארטאגס אז ער האט נעכטען אונטערגעשריבען עפעס א צעטל און ער געדענקט נישט פונקטליך וואס און ער וויל עס נאכאמאל זען.
ווען ר' הערצקא האט אנגעהויבן נאכשפירען וואס גייט פאר ווערט ער געוואר אז משה האט ארויסגערוקט פון רבין עפעס א אונטערשריפט אויף עפעס אזויווי א צוואה (לויט ווי מהאט דערציילט איז געשטאנען דארט אז זלמן לייב זאל זיין סאטמארע רבי פון אר"י, וואס דעמאלץ האט שוין געקאכט אונטערן טיש מיט די פלענער אז ער זאל פארן אויף אר"י) און ער האט אנגעקאלט דעם היינטיגען רבין אז ער זאל קומען אויף פלארידא וועגן עפעס קאכט זיך און דער רבי ז"ל איז זייער צוקאכט.
ווען משה האט עס געהערט איז ער געווארן אזוי גערעגט ער האט געטראפן ר' הערצקא אויף די סטעפס און אים אראפגעלאזט א קלינגעדיגען פראסק.
כבין נישט זיכער וויאזוי סהאט זיך געענדיגט, אבער אויב געדענק איך גוט האט משה דעמאלטץ מבער געווען די צעטעל ווייל ר' הערצקא האט עס אנגעהויבען זוכען און ער האט מורא געהאט ער זאל עס נישט טרעפען.
סוף זומער נ"ז, ווען די גאנצע גאס האט שוין געקאכט אז סאיז דא א פייט און משה שיקט זלמן לייב אויף אר"י ווייל ער וויל אים מאכען דארט פאר רבי לאחר מוע"ש, איז געווען א איספת מלמדים פאר אלע מלמדים אין וומ"ס (מיין טאטע איז אויך דארט געווען) און די היינטיגער רבי האט דארט גערעדט צו די מלמדים האט ער אינמיטען געזאגט אז מיין ברודער פארט יעצט אויף אר"י, און סאיז דא שמועות אין די גאס כאילו איך האב עפעס קעגען דעם, וויל איך דא זאגן פאר יעדען איינעם אז איך געב אים מיין פולע שטיצע און די אלע שמועות איז סתם גאסען גערעדעכץ. (בערך אזוי, אפשר איז דא דא איינער וואס געדענקט בעסער די פונקטליכע לשונות)
אויך איז יענע צייט מיין איך געווען די חנוכת הבית פונעם בנין עטרת יואל, ווי דער שיכור קעסטענבוים האט גערעדט.
ר' ליפא שווארטץ הי"ד האט געזאגט פאר זיין פטירה אז ער אזי נישט מוחל דעם בן השלישי נישט בזה און נישט בבא, און ער האט אים געהרגט.
די בנין פאדערט א באזונדערע אפהאנדלונג, פארוואס מען האט נישט גענומען די געלט פון יאקאבאוויטש,
ווען די הנהלת המוסדות איז שוין געזעצן גרייט אונטער צו שרייבן א הסכם מיט זיי,
און לכבוד דעם איז זייער געלט געגאנגען פאר שאפראן און מאנטיווידעא.
-וואס איז א אריכות פאר זיך וואס אלס איז געשטאנען אין דעם הסכם,
וואס האט געדארפט צו באהיטן פון קארופציע פון די שטוב,
און לכבוד דעם האבן זיי עס טאקע פארמיטן אויף אלע קאסטן...-
איז אין דעם עטרת יואל בנין פארבינדען נאך עטליכע פרשיות,
רובין, ציגל קאמפיין, ועוד.
באקומען אין אי מעיל
אין פארמעגליך'ס ארטיקל איז באשריבן דער אידישער געדאנק, צוזאמען ווען ער באשרייבט די דושינסקיא חתונה, אינמיטן די שקרים שרייבט ער אז דער משתב"ק איז געווען בבל יראה ובל ימצא אין די בילדער פון די אידישע געדאנק.
האבנדיג אין באזיץ, כמעט אלע אויסגאבעס פון אידישע געדאנק, האב איך אפירגענומען די ארכיוון, און ארויסגענומען טאקע יענע אידישע געדאנק פון נאך די דושינסקיא חתונה, און ווידעראמאל א שקר, דער עקלהאפטיגער פרצוף פון משה פריעדמאן איז דא כמעט אויף יעדע עמוד פון יענע אויסגאבע.
בייגעלייגט איז דא צוויי עמודים וואס איך האב אריינגעסקענט, אויב עס פעלט אויס למען ההשלמה קען איך אריינסקענען נאך בלעטער.
[בילד – נישט אפגעהיט]
כוויל צולייגן דריי הערות
1 - מיין טאטע האט מיך דערציילט ער איז געווען אין אר"י תשנ"ד, דעמאלץ איז נאכנישט געווען אזא פארפלייצונג פון פיקטשער מאכערס ווי היינט, און די עיקר איז נאכגעלאפן דעם רבין זי"ע די "צַלָם" פון משפחה
דער רבי שליט"א האט אים ממש געפייניגט, ווען ער האט אים געזען האט ער אויסגערופן "אה די "צֵלֶם" איז שוין ווייטער דא", אזוי ווייט אז יענער האט אנגעהויבן זיך צו באהאלטען פין רבין שליט"א
2 - מיין ברידער איז געווען ביי די שבת שמות ווען די רבי האט אנגעהויבן זינגען קה אכסוף ביים באטע. יענע וואך איז געווען די ערשטע מאל וואס איז אריין אין די גרויסע שטיב אין בעסמענט (ביז דעמאלץ איז געווען אין די קליינע) און די רב(י) האט זיך אנגערופן סוף טיש צו ר' אברהם יעקב יאקאב, וואס איז געזעסן פינקט קעגנאיבער ביי עק טיש, "נא, דו ווילסט זינגען, זינג", און ער האט אנגעהויבן מיט די תולדות אהרנע קה רבון.
3 - פארמעגליך איז ממש מהפך הקערה על פיה און שרייבט אז ווילאנג די עלטערע חסידים האבן געלעבט האט "דער רבי" נישט געקענט טרייען צו פארכאפען סאטמאר (שטאטס די אמת אז משה גבאי האט זיך נישט געוואגט צו טון עפעס אפען ווילאנג זיי האבן געלעבט), פון די אנדערע זייט שרייבט ער אליינס אז די אלע זאכען וואס מהאט געטון אין תשנ"ז איז געווען די אנהייב צו פארכאפען סאטמאר?
כיצד יתקיימו שניהם?
קיקט אויס א ליגנער דארף טאקע האבען א גוטען זכרון...
תוקן על ידי מבני_בניו ב- 05/08/2009 3:15:34
נאר די מעגסט ווען אביסל מער מעריך זיין ביי עטליכע פלעצער. למשל ווי די ברענגט אראפ א מעשה איבער א געוויסער נושא, די רירסט עס אן בלויז מיטן שפיץ גאפל. דהיינו די שרייבסט:
"הער פארמעגליך, ווידער פעלסטו היסטאריע, ס'איז שוין פארגעקומען א חתונה אין די משפחה כסלו תשמ"ח ווי דער ברך משה האט זיך נישט משתתף געווען, און דיין נועם המדות אויך נישט, נאר איין איינציגער ברודער, רבינו שליט"א. ומי שהי' ידו במעל הזה איז אויך באקאנט.
און לייג צו נאך א שטיקל צו דיין היסטאריע, אז תשנ"ב איז אויך געווען איינער וואס האט אנגעדרייט אז דער ברך משה זאל נישט גיין צו א אייניקל'ס חתונה צוליב א געוואלדיגע חציפות מצד אם החתן כנודע, און רבינו שליט"א איז געווען דער וואס איז אריין אל הקודש פנימה און איינגעריסן אז ביי א שמחה מישט מען נישט פאליטיק."
אויב מעגליך, ביטע שרייב מער בפרטיות ביידע מעשיות.
אגב, די מעשה מיטן "אבני צדק" געפעלט מיר זייער..
סקראל ארויף אביסל און קוק דעם אידישן געדאנק, אוי פארמעגליך, די ארוינים האבן דיך נישט געפאלגט זיי האבן יא געלייגט דעם לאנגן אין פיקטשער
מי יתן מען זאל עס נאר אזוי פארשפרייטן דעם אמת ווי מען האט פארשפרייט דעם שקר
http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?cat_id=4&topic_id=2668873&forum_id=20420
(עס איז צום ערווארטען אז די נייטראלע מנהל דארט גייט עס אפמעקען אדער טוישען די קעפעל א.ד.ג.)
דער פעלשער פארמעגליך איז אריינגעפאלען און א שטיקעל דעפרעסיע!
ווייל ער האט אריינגעכאפט פונעם בן השני, אז א דאנק זיין גימויזעכס, האט מען אויפן פארק אויסגעשמיסט די ''קוואדערלעך'' וואס ער פארניצט און גרויסען, ווער רעד נאך פון דער נאבעלער בילד, וואו ער ליגט אויסגעצויגען אויפן ריקען מיט דער רעמאט און די הענד, דאס איז שוין געווען צו פול, דעריבער האט דער בן השני געפענט א פיסק אויף דעם פעלשער פארמעגליך!
אזוי בן פראדעל גלייכט אויך נישט אזוי שטארק וואו מען רעד פון זיין שוואכקייט צו דעם ביטערן טראפ, וואס ער גלייכט אזוי שטארק, און זיין פארנעפעלטע היסטאריע קען ער באשטיין, אז מען זאל עס נישט דעבאטירען אט דא אויפן פארק, דעריבער האט מוליך ומביא געווען זיין לאנגע פינגער, וואס ער האט געוויזען פאר אייזיק לעפקאוויטש נאך די ערשטע מאל וואס אייזיק האט אים גלאט געמאכט אויף דער ערד מיט זיין אוטאו, און פעלשער פארמעגליכ'ס רוכטונג
דעריבער פעלשער אביסעלע צוגעלייגט, אבער עס איז צום גלייבען, אז ער וועט זיך אביסעל אויסטשאכענען, און ווייטער אנפאנגען מיט זיין געמויזעכס, און שטילען די דארשט פון די דיפרעסטע, האס אנגעגעסענע זאליס,!
פאר גרויס דעפרעסיע האט ער זיך אפגערעד פארן מנהל פון דער דערנעבעדיגען זאלי פורם, אז מען דער מאנט אים כסדר, די צייטען וואס ער האט עוסק געווען טאג טעגליך און די סיגיא פון ''פארשטינקענע פיש''
דער מנהל האט טאקע שטרענג באופטראגט די דארטיגע שרייבער מער נישט צו שרייבען די ווארט ''פיש'' וחמת פארמעגליך שככה!
היינט האט ער זיך אפגערעד פארן מנהל אז מען ריפט אים פעלשער פארמעגליך!
האט דער נוטראלע מנהל זאפארט באפטראגט פאר די שרייבער אז עס איז פארבאטען צו שרייבען פעלשער פארמעגליך,
דאס ווייזט אז עפעס גייט פאר מיטן פעלשער! מען דארף אים אנקאלען פרעגן וואס ער טיט! אפשר איז ער גאר קראנק? אדער גאר מיט אזוי פול אונפארמאציע און קאפ, קען גאר זיין אז זיין קאפ האטט געפלאצט, מי יודע?
פארמעגליך שרייבט!
צופרי דאווענט ר' אהרן אין גרויסען ביהמ"ד אין קרית יואל. כמעשהו אתמול, שטייט ר' אהרן אויף זיין פלאץ אויפען מזרח זייט ביים אויבען אן און נעמט אן מזל טוב פון די שעפסען וואס שטייען אין די רייע. ר' אהרן האט כמעשהו אתמול, שיין געמאכט די פיאות, גקרייזעלט ארויפ אויפען שטערען און לאכט ווי א זיבעלע.
קיינער פון די רייע ווייסט נישט אז נעכטען ביינאכט איז ער געווארען אנגעפאטשט פון קאפ ביז פיס דורך זיין טאטען בלויז פארען וועלען אריינקומען 2-3 מאל א וואך קיין וויליאמסבורג. און אפגערעדט פון ווערען דער רב דקהילתינו הקדושות די בכל אתר ואתר. ווי נישט צו אים גערעדט האט זיך זיין טיטול איון מיטען די נאכט געהויבען פון רב הצעיר, צו רב דקהילתינו הקדושות די בכל אתר ואתר. ער ווייסט ביי זיך אז די מלחמה איז א פארגאנגענהייט און מען גייט געהעריג איבערנעמען גאנץ סאטמאר, און אבער שוין. נאכען דאווענען האט מען כמעשהו אתמול, ווידער אויסגעבראכען אין א קול רנה וישועה און דער גאנצער ציבור האט געשאלט און געיובלט. די פנימער האבען געלאכטען פון פרייד ווי ווייט עס איז געלונגען דער שטיקעל.
וואו גרויס איז געווען די שמחה, ווען מען האט געזען וואו דאס לעבענס ווינטש פון הייליגען ברך משה זי''ע ווערט אויסגעפירט מכח אל הפועל, מיר האבן שוין דאן געזען די חתונה תקנות פאר די אויגן! מיר האבן שוין דאן געזען די בית השחיטה פאר גסות און טעקסאס! מיר האבן שוין דאן געזען די בית השחיטה פאר עופות און קר''י! מיר האבן שוין דאן געזען די היכלי התורה און ב''פ, וומ''ס, קר''י, קרית ויואל משה! מיר האבן שוין דאן געזען די אריבער 25 נייע דיינים און סאטמאר! מיר האבן שוין דאן געזען די 4 סאטמארע בוטשער סטארס, מיט די בעסטע השגחה וואס איז נאר שייך, ( נישט מליחה ואילך אד''ג)! מיר האבן שוין דאן געזען וואו יעדער יונגערמאן וואס איז אנגעשלאסען און אינזער הייליגע קהלה האט א שיעור א יעדען טאג! מיר האבן שוין דאן געזען וואו אונזערע בתי חינוך און וומ''ס און קר''י און ב''פ איז לויטער, און אינזערע קינדער מיזען נישט זיצען און חדרים מיט קינדער וואס רעדען צו זאם אויף סאטמאר כל דבר אסור! מיר האבן שוין דאן געזען די לעפקאס מיט די יאקאבאוויטשליך און די לעכער! מיר האבן שוין דאן געזען אז א מסרב לדין ( דאס איז אונזער ר' משה שמואל זאל זיין געזינט) וואס 8 בתי דין האבן אים באטיטעלט מסרב לדין, קען נישט דאווענען פאארן עמוד און א סאטמארע בית המדרש! מיר האבן שוין דאן געזען אז א לץ און מ.... וואו ב.מ.לעבאוויטש קען נישט דאווענען און קיין סאטמארע בית המדרש פארן עמוד! מיר האבן שוין דאן געזען די די חינוך פון אונזערע טעכטער, איז דאס בעסטע וואס איז נאר שייך, מיט א ערענסטע וועד החינוך, נישט אזא וועד החינוך וואו שלמה הערצאג מיט לעזער קעסטנבוים (ל''ע) דיקטירען וואו אזוי מחנך צו זיין אונזער טעכטער ח''ו! , מיר האבן שוין דאן געזען אז דאס ביהמ"ד וועט בלייבן אנגעפילט מיט זיצן, און פרישע הונדערטער זיצן, און "נישט" ווערן אנגעפילט מיט ברייטע טישן און לופטיגע דורכגענג! מיר האבן שוין דאן געזען אז "סאטמאר רב" וועט נישט זיין עמיצער וואס וועט פיגורירן אויף די רעפארם ליסטע! מיר האבן שוין דאן געזען אז מיר וועלן נישט דארפען הערן קיין כל נדרי דרשות און הו''ר דרשות פון א תלמיד מבהק פון ר' שימעלע דשיגאן! מיר האבן שוין דאן געזען אז מיר וועלן נישט דארפן כאפען קיין שריים, פון א ''וועקי''! מיר האבן שוין דאן געזען אז מיר וועלן נישט מיזען הערן קיין שובבי''ם תורות פון איינעם וואס צילוב אים האט מען געמיזט פארמאכען די סיגטע ישיבה וד''ל! מיר האבן שוין דאן געזען אז מיר וועלן נישט דארפען הערן שקל שלום תורות און וויינען פאר געלעכטער! מיר האבן שוין דאן געזען אז מיר וועלן נישט דארפען הערען תורה' ליך פון סמיכה לחיים און אוהל משה אלס אייגענס! מיר האבן שוין דאן געזען וואו דער בית החיים בלייבט בכבוד און מען לייגט נישט קיין רויבער אויבן אן! מיר האבן שוין דאן געזען וואו מען וועט נישט דארפען געבן קיין קוויטעל פאר א רבי מיטן פיס אויפן טיש! מיר האבן שוין דאן געזען אז מיר וועלט זיך נישט דארפען מזכיר זיין ביי א ''רבי'' וואס לאכט צום בעכער! מיר האבן שוין דאן געזען אז מיר וועלן נישט דארפען זיך דורוך רעדען מיט א רבי וואס שפילט זיך ארום מיט די גרעסטע אתרוג און דער וועלט און לאכט דער צו וואו א זיבעלע (כלשון תלמידו וחסדו הנאמן פעלשער פארמעגליך ) מיר האבן שוין דאן געזען אז מיר וועלן נישט נישט האבן קיין רבי וואס גייט מיט ווייסע פעדזשאמעס אין א פאלנער וואכן טאג, צוליב א מאנגעל פון אטענשען פון דער אינטערנאציאנאלע יודישער וועלט אידענטום! מיר האבן שוין דאן געזען אז מיר וועלן נישט האבן קיין רבי וואס זיצט מיט בומי לעפקאוויטש אויפן נאגאאט באלד נאכן "מעורר זיין" דעם ציבור מיט די "הייליגע" שלש סעועודת תורות! מיר האבן שוין דאן געזען אז מיר וועלן נישט האבן קיין רבי וואס ענדיגט דעם שמועס מיט יעדן רב, איבער דעם וועטער, אדער ס'איז שפעט צו מנחה און אנטלויפט וואו א גנב פון ניחום אבלי'םס מיט א סלאגאן, ס'איז דא וואס פירן זיך אזוי און ס'איז דא וואס פירן זיך אזוי, און לאזט איבער דעם לאכענדיגע ציבור אינטר זיך! מיר האבן שוין דאן געזען אז מיר האבן נישט קיין רבי וואס שיקט פערזענליך הזמנות צו דין תורה, (פעמילי קאורט), און ווען דער נתבע ענטפערט אז ער האט א בורר, ווערט ער אנטרינען פון די ארענע, ווי צו אנטלויפן פונעם טייוול! מיר האבן שוין דאן געזען אז מיר וועלן נישט האבן קיין רבי וואס וועט זיך אריין ברעכן און בית א חיים צו ווייזען כוחי ועוצם ידי! מיר האבן שוין דאן געזען וואו מיר מיזען נישט שטיין און לינע זיך געזעגענען מיט אקטיארען און זינגער וואו יודע גרין א תלמיד פונעם אומפארגעסליכן רבי רבי שלמה לע מיך האבן שוין דאן געזען וואו די הנהגה פון סאטמאר ווערט פריי פון: טעראריסטען, שכורים, רויבער, מניוולים, קינדער נאך לויפער, עמי הרצים, לייצים, פרעסערס, מחללי שבתים, משוגעים,! דאס איז א טיפה מן הים! פאר וואס מיר האבן זיך אזוי געפרייט! המשך יבוא!!!!
ענפערט מען אים דארט וואו פאלגענד:
וועגן דעם איז יתכן אז פארמעגליך האט גענימען א ביסעל וועקאציע!!! וד''ל
אנדערע ווארפען דאס אפ, אז ער איז אייביג געווען עקזעמט פון די תקנות למשל שרייבען "באקומען אין אישי" איז קעגען די שטרענגע תקנות דארט.
איינע פון די תקנות דארט איז אויך "א ניק "[וואס שרייבט און אונזער פורום]" מעג נישט ווערן נאכגעמאכט"
אקעי גערעכט "רבי_יונה" שרייבט שוין נישט דארט (אפשר געווארען אפגעשפארט?) סאי "ר_יונה" מעג בלייבען, אבער העי וואס איז מיט די תקנה דארט "מ'טאר נישט שפילן כאילו מ'געהערט צום א צווייטען פארטיי"????
נ.ב. דרך אגב קען מיר איינער אפשר מסביר זיין פארוואס די זאליס מאכען כסדר נאך ארויני ניקס? קענען זיי נישט אליין אויפקומען מיט גענוג אייגענע נעמען פאר ניקס??
פריער האט זיך דארט געפענט א נייע ניק, שוין נאך זיינע נייע תקנות אז מ'קען נישט האבען צוויי ניקס שלא ברשות דעם "ערוואקסענעם" מנהל, אויך טאר מען נישט שפילען א צווייטע פארטיי א.ד.ג.
דער מנהל מיט זיין "ערוואקסענע שכל" האט געזען א צורך פאר נאך א פאלטשע ניק
נ.ב. איך ווארט נאך דער שטארק נייטראלע מנהל דארט זאל אראפנעמען ק"י פון פלייש אשכול קעפעל נאכדעם ווי די זאלי בד"ץ אליין האט מודה געווען אז די אזויגערופענע פראבלעם האט נישט מיט ק"י תוקן על ידי - allgood1s - 07/08/2009 3:59:35
_________________
דעמאלס איז קלאר אז ס'איז יא דא פראבלעם
זייער לישקע איז איין שטיק טומאה חניפה עבודה זרה
וואס זייער לישקע זאגט מיז מען טיען פארקערט
קודם ברויכן מיר זיך אנטשולדיגן פארן ציבור, ווי געשריבן אנהויב איז די צייט נישט אין אונזערע הענט, מיר באקומען נישט באצאלט פאר אונזער ארבעט, און מיר קענען נאר שרייבן כפי מסת הפנאי, מיר האפן נאך ממשיך צו זיין בעז"ה.
יעצט אויף די מינוט איז אונז נאר אינטערעסאנט ארויפצולייגן אויסצוגן פון צוויי דרשות פון רבינו שליט"א וואס וועט ווארפן א ליכט אויף די דמיונות פון פארמעגליך
בענין די הנחת אבן הפינה אסרו חג סוכות תשנ"ו שרייבט פארמעגליך:
ער האט געדינערט: אויף דעם פלאץ איז געווען די הייליגע שובבי"ם תורה'ס, די צדקה וואס איז ארויס פון דעם פלאץ, די פייערדיגע מערכה קעגן ציונות, וכו', און אלעס גייט יעצט ווידער באנייט ווערן. דא וועט זיין טויזענטער בריתן, דא וועט פארקומען טויזענטער חופות, דא וועט פארקומען די "הייליגע טישען" וואו עס וועלן זיך צוזאם קומען סאטמארע חסידים הן פון דאהי, הן פון קרית יואל, הן פון בארא פארק, הן פון מאנסי, הן פון מאנטרעאל, הן פון לאנדאן, הן פון אנטווערפען, הן פון ירושלים, הן פון בני ברק. הן מיידלעך, הן בחורים, הן פרויען, הן מענער, הן בעלי בתים, הן זקנים. הן צום דאווענען, הן צו די טישען, הן די שמחות, א.א.וו. די דרשה האט דעמאגאגירט דעם ציבור ביז צום עולם השביעי.
ביי די מסיבה מוצש"ק יתרו תשנ"ט שרייבט פארמעגליך:
ביי די דרשה האט ער שטארק בארומט זיין ברידער דער רב, אז ער איז א פאסיגער מענטש פאר די קהלה, און איז גאר א קלוגער מענטש, דער ריכטיגער מנהיג הקהלה יראתו קודמת לחכמתו, און זיינע ווערטער האט ער ארויסגעברענגט זיין באגייסטערונג פונעם חגיגה און פונעם שבת, זאגענדיג אז די עסקנים האבען זעט אויס אריינגלייגט גרויסע כוחות. (לא עלינו ועליכם)
אינמיטן זיין דרשה האט ער בארימט די ישיבה פון זיין ברידער דער רב, און אינמיטן רעדען האט ער אנגעוויזן אויף צווי גרויסע קרוינען וועלכע עס האט געהאנגען אין דערמיט פונעם שאטער, זאגענדיג: "און דאס קומט אויך נישט פון גארנישט, אויף דעם האבן די בחורים אויך געלייגט קאפ און מח." (איר מיינט אז עס פעלט אויס אנאליזען?)
הערט אויס דעם טעיפ און זאגט אליין אייערע קאמענטארן
(נ ב מיר לייגן עס נישט אליין ארויף, מיר האבן עס געשיקט פאר איינעם, מיר האפן גאנץ בקרוב וועט עס דא ליגן)
פארוואס האט מען אים געדינגען???
די פשוטע סיבה לפענ''ד פארוואס די דערביטערטע האבען אפגעמאכט צו דינגען פארמעגליך צו שרייבען די אויסגעארבייטע שקרים, איז: צו פראבירן אפציווישען די דערביטערקייט אין זייערע אייגענע רייען:
ווייל נאך אלעם איז אין די גאנצע וועלט אין ספעציעל פאר זיי גיט באקאנט, די היסטאריע וויאזוי רז''ל האט זיך דערקלערט אלס דער ברוקלינער טשיף ראביי, וואס פאר א שמיציגע אקטן אכזריות'דיגע אין רשעות'דיגע מעשים זענען געניצט געווארען (אריינגערכנט ארעסטן ר''ל) ער זאל ניצן דעם טיטל וואס ער ניצט (למעשה, ווער ניצט עס חוץ די זאלי'ס???), אין דאס ווילן זיי אפווישען.....
ווען זיי קומען אין ראדני דאווענען (ווייל מ'גייט אפטוהן...) גיבט מען זיך א דריי אויס אין מ'קוקוט אויפן בלעכל וועמנ'ס זיץ עס איז, אדער איז עס אראפגעבראכען אדער אנגעקאטשקעט מיט פוי ימ''ש, אין טאמער דער בעל הזיץ האט נישט די זכי' זעהט מען די נאמען פין.........א סאטמערע איד וואס פלעגט דארט דאווענען, (איינס פין די סיבות פארוואס מ'האט געטוישט רוב בענק פין ראדני), סוי וואס טראכט ער?? וואס איז פשט?? נאר ער דערמאנט זיך נאכמאל וואס ער וויל שוין לאנג פארגעסן, אז דא האבען אמאל געדאווענט טויזענטער אידן, איבער 3 מאל אזוויפיל וויפיל עס דאווענען יעצט דא, אין מ'האט זיי אלע פארשיקט אין ענג געמאכט דורך באשמיצן דעם אויבן אן מיט קלים ורקים אין אנפילן דעם אוויר מיט שנאה אין חילול הקודש, וכו' (ווער געדענק נישט דעם ויקיצי בריווען) ווי באקאנט, ואין כאן מקומו להאריך, ער ווייסט וויפיל זיי האבען געהאט א ראלע אין אויפבויען די אלע בנינים וואס זיי זיצן יעצט, ער ווייסט ווי לעכערליך אין פאלטש די אויסריידען פין תהליכי הקהילה זענען, (א שאד אין ב''פ, ווייסען נישט די זאליס דערפון), ער ווייסט דאס אין פילט זיך ווי דער גנב וואס דער היט ברענט אים, די אימבאקוועמליכקייט ריקט ארויף זייער דערביטערקייט צו נאך העכערע שטאפלען כמובן.
אין צילוב דעם האט מען געדינגן דעם שר השקרן, אין ער זאל טוישען מציאות אין פאקטן, מיט א ציענדע שפראך שילדערט זיינע געבעקסן, אין לייגט אריין אין די מוחות אז זיי זענען דא באמת בעה''ב (דעמאלטס פארוואס וויל נישט קומן צו די''ת???) האפענדיג מיט דעם אפציווישען די מרירות הלב, אין זייער געמיינע לאגער, ער האט אבער פארזעהן די באקאנטע מימרא אז כל מילתא דעבידי לגלי' וכו',וואס ווי באקאנט גייט ביי זיי נישט אן, אבער מיט טויזענטער עדות (לאוו דווקא פין סאטמאר) קען זיך דער גרעסטער שקרן נישט קרוגען.
למעשה וואס איז געבליבן, א גרויס חלק פין די זאלי'ס האלטן דאס נעבעך ווי עשרת הדברות, מ'חזרט עס אויפן לשון, אפי' מענטשן פין זייערע רייען וואס ווייסען קלאר די אמת, חזר'ן עס אויך איין, מ'פרינט עס אויף ווי גרעסערע פאנדס אין מ'לויפט ארום ס'האלט שוין ביי 200 /300 זייטן, וכו', זיי זענען בלינד ווי ביליג אין נעריש זיי זענען מיטן רעדן פין א אימאינדעפצירטע היידפארק שרייבער מיט אזא דורשט, אזש די פני יודן ביי זיי האלטן עס אין טאש....... נעבעך......
אבער אין די וועלט, ''אלעס בלייבט ביים אלטן'' די הינט בילט אין די באן פארט (לשונו של זאלי כ''א כסליו, אריזאנע פלאזא),
ער האט די זעלבע געמיינע צורה ווי תש''ס, ווען יעדער האט געוויסט וואס אינזער הייליגע רבי ז''ל וויל אין ווייסט עס נאך עד היום הזה,
יעדער ווייסט נאך זיין גרויס גאונות, טאקע אויך פין זיינע יארען אלץ מגי''ש אין ישיבה לצעירים,
יעדער זעהט זיינע מדות,
יעדער ווייסט ווי שטארק ער האט מורא פין / אין וויל קומען צו די''ת
יעדער ווייסט אז ווער ער שרייט אויף איינעם רשע/עמלק/וכו', איז איינער וואס גייט נישט מיט אים אין שפאן
וכו' וכו'
אין מ'קען נישט ''דריקען אין טוישען קיין מוחות''.......
המ' ינחם.....
http://www.mysatmar.com/uploads/avan_pina1.WMA
http://www.mysatmar.com/uploads/avan_pina2.WMA
http://www.mysatmar.com/uploads/yisro59.WMA
מיר געדענקן אויך אזא דרשה
ווער עס האט דעם טעיפ און קען עס אריינשיקן, אדער כאטש זאגן וועלכע יאר דאס איז געווען, לא ימנע טוב מבעליו
יישר כח
ביטע מגיב זיין נאר דא אויף די חלק ב'
יישר כח
תוקן על ידי האמתנעדרת ב- 18/01/2010 00:05:24
האמת
איך רעספעקטיר דיין ארבעט אין צייט
צו אפענטפרן די אפענע אין גאר קינדערישע שקרים קעגן סאטמאר
אבער למעשה האט דער בעקער געטוהן זייער א נערישע ארבעט, וואס איינער וואס איז נישט קיין פארביסענע זאלי וועט זייער שווער אריינגיין אין קאפ די נערישע געבעקסען
כ'האב נאר אנגהויבן צו ליינען זיין פרישע געבעקס.
מ'זאגט אז א שקרן ווארפט אייביג אנפאנג אריין עפעס אמת כדי מ'זאל אים גלייבן, אבער אנהייבענדיג זיין יעצטיגע ארטיקעל ווי אפענע אין באקאנטע שקרים איז דער תוכן דערפון, דארף מען זיין זייער נעריש אין נידריג נאכצוזאגען זיינע חלומות
כ'וועל נאכברענגן עטליכע משלים
· דער מענטש האט אין שטעטעל קיינעם נישט ארויס געהאלפן אין צייט פון נויט און ער איז קיינמאל נישט געווען א אדרעסע פאר א איד מיט פראבלעמען.
· זיין שייכות צו די בחורים אין די ישיבה איז בלויז באשטאנען צו די בחורים וואס האבן פארשטאנען זיין "דעת קודש" צו הארגענען און פלינדערען זיינע נישט גוטע פריינט. ער האט קיינמאל נישט מוחה געשטערט קיין עוולות וואס ער האט געוויסט פון פריער אז דאס גייט פארקומען און האט נאך דעם נישט מוחה געווען. פארקערט. ער האט ארויסגעוויזן א "תענוג רוחני" און א "קורת רוח" פאר די אלע בחורים וואס האבען אטייל גענומען אין די אלע פלינדערישע ווילדע אקציעס.
· אין וויליאמסבורג ווי עס איז געווען די הויפט באזע פון משה גבאי און האט דארט געוואינט, איז קיינמאל נישט פארגעקומען אזעלעכע מעשי אלימות פון רעדער שטעכען, ווארפען איינגעשטעלטע מלמדים און טישטערס, ברעכען שויבען, נאכשרייען מענטשען, פארברענען אויטאס, ארויס ווארפען קינדער פון די ת"ת און מיידל שולע, און נאך פילע צענדליגער טעראריסטישע שטיק וואס די אלע זאכען האט אלעמאל יא פאסירט אין קרית יואל.
(גיי זיי מסביר פאר דעם בעקער, אז אין וומ''ס האט נישט קיין מרא דאתרא, אין בני יואל האט אינגאנצען נישט קיין קהילה אין וומ''ס אין וואס זיי האבען יא האט זיך געגרינדעט לאנגע יארען נאך בני יואל אין די מיידעל סקול אין ת''ת איז נאכגעקומען הערשט יארען שפעטער, זיי האבען קיינמאל אין וומ''ס נישט געטוהן וואס זיי האבען דאן געטוהן אין ק''י, נישט פארברענט קיין אפיס נישט ג'מסרט וכו')
· לויט קראנטע אינפארמאציע וואס איך האב געהערט פון צענדליגער קרית יואלער תלמידים, איז ר' אהרן דער וועלעכער האט טייל מאל פארלאנגט צו טאן אקציעס ווי שטעכען רעדער, צו אריין ווארפען שטיינער אין הייזער פון זיינע נישט גוטע פריינט אינמיטען די נאכט און נאך צענדליגער אויף צענדליגער געפערליכע מעשים וואס די בחורים האבען געטון פאר זיינע נישט גוטע פריינט.
· פארברענען ילד שעשועים וואס די ארונים פראבירן צו ווארפן זאמד אין די אויגען און זיי ווילן איינרעדען אז די צינדערס זענען געשיקט געווארען דורך משה דעם גבאי און זענען היינט אלע ביי ר' זלמן לייבן. איינס, עס איז פשוט נישט אמת. אלע אלע אלע צינדערס זענען היינט ביי די ארונישע פארטיי. נישט אלע זענען נאך היינט ווילד פאר די פארטיי, אבער זיי געהערען זיך אן אהין. עס איז נאך ביז היינט נישט ארויסגעגעבען געווארען די נעמען ווייל עס איז אפילו נישט וויכטיג ווער זיי זענען. זייי זענען געווען יונגע קינדער וואס זענען געשיקט געווארען דורך א פופציג יעריגען ר' אהרן, וועמענס שכל האט נישט געקענט טראכטען איין רגע אז צענדליגער קימפעטארינס און פיצעלע ניי געבוירענע קינדער זענען אין א סכנה. אבער אויב עס וועט זיך אויספעלען וועלן מיר מפרסם זיין אלע נעמען פון די היינטיגע יונגעלייט, דא אין היד פארק.
קאמענטראען זענען גענצליך איבריג, פשוט געקלייקענט שמש בצהרים במילתא דעבידא לגליא, אין פין אזעלכע 'פאקטען' באשטייט די גאנצע ארטיקעל
ס''ה קענט איר זעהן אז מ'רעדט דא פין א נידריגע בעקער, וואס קען זיינע קעלבלעך אין ווייסט אז זיי וועלן אלעס אפקויפן אפי' יעדער געדענקט פארקערט, אין יעדער האט עס צוגעזעהן מיט די אייגענע אויגן.
אבער אויב מיינט איר אז דאס וואט בארויגען זייער דערביטערקייט, דאן האט איר א טעות
נעבעך!