היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » נאך א נפטר ביי פאלאק'ס לאט

נאך א נפטר ביי פאלאק'ס לאט

53 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2680361
בלאט: 1 2

רבי_יונה » 31/8/2009 22:15

די זאליס האבן שוין ענדליך נאך א נפטר צו לייגן אין פאלאק'ס לאט.

אבער דערווייל מוז מען זיך נאך אביסל שלאגן אויף דעם נפטר. ווייל די סיטי מעדיקעל עקזעמינער גיט נאך נישט ארויס דעם קערפער, -און מ'פלאנט א גרויסארטיגע דעמאנסטראציע קעגן די פארשאלטענע סיטי

עס האנדעלט זיך אין די געפערליכע טראגעדיע וואס האט פאסירט נעכטן, א' כי תבוא, ווען מ'האט ליידער געפונען א חלל לעבן גאלדען פלאו, מ'ווייסט נישט ווער עס האט אים אומגעברענגט רח"ל.

אבער ארומקוקענדיג האט מען זיך דערזעהן אז ער איז דער ריכטיגער קאנדידאט צו לייגן אין פאלאקס לאט - די ארונים ווילן דאך אין נישט לייגן אין ביה"ח ישן נושן, וועט מען מאכן א מעכטיגע לויה און מ'וועט נאכאמאל שרייען גנבים גזלנים חמסנים !

אלעס איז שוין מער ווינציגער מסודר. די בני יואל געבן שוין די מקוה זייערע, אברהם הערש וויינשטאק, חיים שלמה וויינטשאק מיט יודעלע וויינטשאק האבן שוין אן הויכע בוצעס, און זענען שוין גרייט... אבער די סיטי איז פאר'עקשנ'ט.

מ'דארף איינרייסן אז די סיטי זאל ארויסגעבן דעם נפטר וועלכער ווערט געהאלטן אויף די זון שוין 19 שעה אינעם אומבולאנס.
און אלעס איז שולדיג דער סעגעדין (!)



ומכאן מודעה רבה לאורייתא.

אויב וועט מען חלילה נישט קענען לייגן דעם נפטר אין פאלאק'ס לאט, איז עס נישט אונזער שולד. מיר זענען גרייט, נאר די ארונים זענען שולדיג ! מיר וואלטן שוין געקענט האבן 2 נפשות, והקולר תלוי בצואריכם!


הכונו למערכה !


לייענט דא איבער דעם "עגלה ערופה" אין פאלאקס לאט




תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 03/01/2010 06:34:44




תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 03/01/2010 06:38:15

רבי_יונה » 31/8/2009 23:11

די פורים בית דין האט געשיקט א בריוו צום מעדיקעל עקזימענער'ס אפיס, שוין ארויסצוגעבן דעם נפטר...

יעקב_שמשון » 31/8/2009 23:17

איך הער אז דער שפיטיווקער נעמט יעצט כופר נפש דארט

rebyankel » 31/8/2009 23:22

אין יאשקע שטעלט יעצט צאם א קליפ, ווי די בחורים זינגען ושמחת בחגיך.

SatmarBum » 3/1/2010 06:11

SatmarHQ: BDE: R'Duvid Simcha Hochizer u"h(60's/Monsey) Lvaya 1:00 @ B"m Charidim KY, then to new chelko of KY Bais Hachaiyim. Bsiros Tovos!!

שכלדיג » 3/1/2010 15:12


פון וועמען פונקליך טרייבט איהר דא ליצנות
פון דעם בר מינן ל"ע? פון מר. פאלאק? אדער פון ענק אליין...

rebyankel » 3/1/2010 23:25

SatmarBum כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
SatmarHQ: BDE: R'Duvid Simcha Hochizer u"h(60's/Monsey) Lvaya 1:00 @ B"m Charidim KY, then to new chelko of KY Bais Hachaiyim. Bsiros Tovos!!


ווען די מעשה וואלט ח''ו געווען פארקערט וואלטען די ארונים נישט געקענט באערדיגען קיין 6 ב''מ אן קיין פערמיט

ביי די ארונים איז ב''ה נישט דער מושג פין מסירה, דארט ליגען שוין 7 מענטשן אן א פערמיט אין קיינער זאגט נישט קיין ווארט.
 (חוץ לויט די מתנחל'ישע בני זאלי'ס וואס לויט זיין ווען א נתבע געווינט א קעיס קעגן א הולך לערכעות ווער ער א 'מסור')

באלאנד » 3/1/2010 23:30

רעב יאנקל, דיין תגובה דארף דינען אלס דערמאנונג פאר די רשעי הקהלה פון מאנרא זאלן ח"ו נישט פארגעסן צו מסור'ן אז דער נייער ביה"ח האט שוין ליידער מער ווי די ערלויבטע צאל מתים ל"ע, האב איך גוט פארשטאנען?

נפל » 3/1/2010 23:30

איז דאס ר' דוד שמחה פון טאהש?

א איד א מתמיד עצום א ירא שמים מרבים, פארברענט וועלן ווערן די הענט וואס מישן אין די הייסע קוילן.

וואס פארא קשר האט דאס מיט א משעה פון גאלדען פלאו וואס האט פאסירט 6 חדשים פריער?

נפל » 3/1/2010 23:39

יא ליידער ליידער איז דאס אונזער חשובע'ר ר' דוד שמחה ז"ל, א מוסטער פון א איד, זאל ער מליץ יושר זיין.
די גאנצע קיגל דא איז געמאכט געווארן בייזוויליג דורך א אהרויני וועלכער פארטראגט נעבעך נישט אז נאך א איד געפינט א מקום מנוחה אין קרית יואל און שטעלט דאס צוזאם מיט א אלטע פרשה וואס האט קיין שום שייכות אהער.

ר' דוד שמחה האט יארן געוואוינט אין טאהש און האט אויפגעשטעלט א הערליך דור, אסאך אידן אין ניו יארק קענען אים צוליב וואס ער פלעגט פארידנגען דירה'לעך אין טאהש אויף שבתים וכדו'. ליידער איז ער געווען א שטארקע מיטגעמאכטע איד אבער פארט פול מיט שמחת החיים און סיפוק הנפש. זיין הויז האט אפגעברענט אין א פרייטאג צונאכטס עטליכע יאר צוריק (אנגעבליך דורך שבת ליכט פון געסט וואס זענען דארט איינגעשטאנען רח"ל). די הויז איז געבליבן האלב שטיין און די שטאט האט פון אים געפאדערט ער זאל דאס איינווארפן, געלט האט ער נישט געהאט, דעריבער האט די שטאט דאס אליינס געטון און האבן דערנאך געשיקט גרויסע ביל'ס און קנסות. באצאלן האט ער נישט געקענט, דעריבער האט די שטאט ארויפגעלייגט א לי'ן ער זאל נישט קענען צוריק אויפבויען ביז ער באצאלט, געלט האט הער ווייטער נישט געהאט, האט ער זיך געצויגן צו א געדינגענע דירה אין מאנסי.

ער האט נאך אלע מעשיות נישט נאכגעלאזט פון זיין התמדה.

ז"ל

רעכטער » 3/1/2010 23:53

"פארברענט וועלן ווערן די הענט וואס מישן אין די הייסע קוילן."

נישט שעלטן קיין אידן, פאקטיש איז ער נישט שולדיג אז מ'האט אים געלייגט אין א מקום וואס איז געגרינדעט געווארן דורכ'ן סירוב לדין תורה לעיני השמש. איך גלייב נישט אז דאס איז געווען זיין אייגענער רצון, נאכדערצו אז די שרייבסט אז ער איז געווען א פיינער איד.

זאל דער נשמה האבן א עלי'.

טראק » 4/1/2010 00:13

די פאלאקס לאט איז געגרינדערט געווארן מיט איין ציל עוקר צו זיין די תורה הק' צו זיין מסרבים לדין.

נישט אומזינסט ליגן דארט נאר מאנגאס, און נעבעךס.

rebyankel » 4/1/2010 00:45

נפל די שעלסט אימזינסט
ווייל דער אשכול איז שוין געפענט געווארען אינמיטן זימער, למעשה האבען ענק נישט באקומען יענעם נפטר פין גאלדען פלוי....
אין קווינסבאם האט אריינגעפעיסט זיין תגובה אין דעם אשכול.
בארואיג דיך.

סיי וויאזוי, אויב איז ער אזא חשוב'ע איד, ווי האבען זיינע קינדער זיך נישט געשעמט צו לייגען זייער טאטע אין א בית הקברות וואס איז געגרינדט געווארען  כדי מ'זאל קענען מסרב זיין אין קלאגען אין ערכעות???

SatmarBum » 4/1/2010 03:24

הצג 15 הודעות בעמוד [בילד – נישט אפגעהיט]  [בילד – נישט אפגעהיט] [בילד – נישט אפגעהיט]




נשלח ב-4/1/2010 01:40 [בילד – נישט אפגעהיט] 
אהרונישע השחתה און בזיון נפטרים האלטן אן

נעכטן איז ל"ע אוועק פון די וועלט גאר א חשוב'ער איד הרה"ח ר' דוד שמחה האכהייזער ע"ה, אין בליענדן עלטער פון 60 יאר, נאר א ביטערע מחלה ל"ע.


דעם נפטר האט מען מקבר געווען אין בית החיים דקהל יטב לב אין קרית יואל, אין די נייע חלקה.

די אהרונים האבן דאך א מנהג, אז יעדעם יחיד'ס בלוט איז הפקר אויב קענען דערפון ארויסקומען אפילו די מינדענסטע טובה הנאה, פאר זייער עבודה זרה. זיי וועלן זיך נישט צוריקהאלטן צו טרינקען יענעמס בלוט.

האבן זיי טאקע אנגעהויבן א שמוץ אטאקע קעגן הר"ר דוד שמחה ע"ה. נוצנדיג ווערטער, אפגעשליסען און אפגעריסען. 
דערצו האבן זיי מבזה געווען זיינע קינדער און משפחה שרייבנדיג: פארשטייט זיך אז עס איז געווען א חסד של אמת, עס איז נישט געווען ווער עס זאל זיך אום קוקען אויף אים נעבעך. 

און נאך א גאנצע טוץ מיט לשונות, וואס איך גיי נישט דא נאכשרייבן.

פארשטייט אז ס'איז שקר וכזב, אמת אז ר' דוד שמחה האט ליידער מיטגעמאכט יסורים, אבער ער האט דאס מקבל געווען, און ווייטער עוסק געווען בתורה שעות לאנג, אזוי ווי זיין גאנץ לעבן.

אויסער דעם האט ער זייער א חשוב'ע משפחה פון קינדער און איידעמער, און חס ושלום אז איינער זאל טראכטן פאר א רגע אז זיי האבן זיך נישט אומגעקוקט וכדומה. זיי האבן פשוט געמאכט זייער החלטה ווי אים צו ברענגען לקבר ישראל, אן זיך דורכרעדן מיט ר' אהרן טייטלבוים חסידים און היידפארק שרייבערס.

נעבעכדער איז דער רא"ט וואס האט ערצויגן אזעלכע חסידים.



[בילד – נישט אפגעהיט]








תוקן על ידי SatmarBum ב- 04/01/2010 03:27:26

טראק » 4/1/2010 04:48

עס כאפט א שמייכעל צו זעהן ווי יעדער נעבעך און מאנגא וואס ווערט באגראבען אין די מסרבים לדין פאלאקס לאט, ווערט ביי די זאליס א גאנצער קדוש, איצט איז דער בעק'ניק האכהייזער נעבעך, ווי יעדער האט אים געקענט א צובראכענער אפגעשליסענער איד, איצט איז געווארן אגאנצר רבשכבה"ג.

טייל פון די אלטע טיטלען

ווי א אמאליגע צדיקת נישט פון אונזער דור (מאנגא 4)

דער דעם רבין זי"ע געטרייסטער הויז בחור יארן לאנג (קאהן)

געלעבט מיט די גרעסטע מסירות נפש (מאנגא 1)

דער גרעסטער מקדש שם שמים אין דור (באנדא)

די הייליגסטע נשמה פונעם דור (מאנגא 3)

דער גרעסטע בעל חסד אין דור (פערלשטיין)

א מוסטער פארן גאנצער דור (מאנגא 2)

וכו' וכו'

נפל » 4/1/2010 21:11

איך האב קיינעם נישט געשאלטן און איך וועל איבער'חזר'ן וואס איך האב פריער געשריבן

"וויי פאר די הענט וואס מישן די הייסע קוילן" אזוי האבן חז"ל געזאגט 'הוי זהיר בגחלתן שלא תכווה'.

מיטן שרייבן מאנגוי אפגעשליסענער וכו' פאר די עוולה פון ווערן באערדיגט ביי די זאלי'ס און נישט ביי ענק, פארשעמט איר אייער אייגענע חינוך

רעכטער » 4/1/2010 22:02

נעקסט טיים קוק דעם דאטום.

משה_גאבע » 7/3/2010 05:41

בד"ה: ר' זלמן גראסבערג ע"ה - וועט נטמן ווערן אין פאלאק'ס - און לפי השמועה נגד רצונו ר"ל.



בשורות טובות, ויה"ר שלט ישמע עוד שוד ושבר בגבולינו.

SatmarBum » 7/3/2010 06:18

משה_גאבע כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
 און לפי השמועה נגד רצונו ר"ל.
.


Fr: KEEP-ON [To:SatmarLive]
I heard he himself said he wants 2 b burreid in old

סקאטמאלען » 7/3/2010 06:46

פארוואס זאל די משפחה טון היפך רצון הנפטר ע"ה, ס'מאכט נישט קיין סענס

לעקסינגטאן » 7/3/2010 15:55

סקאטמאלען כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
פארוואס זאל די משפחה טון היפך רצון הנפטר ע"ה, ס'מאכט נישט קיין סענס


אז די וועסט קענען דעם ווילדן שבט די זאלונים פון דער נאנט וועסטו נישט פרעגן די סארט שאלות - דארט אינישטא אזא מין זאך וואס מאכט סענס

הבדלה_מנין » 7/3/2010 20:01

אז די וועסט קענען דעם דיפּרעסטן שבט די ארונים פון דער נאנט וועסטו נישט פרעגן די סארט שאלות - דארט קען נישט מאכן קיין  סענס אז א נארמאלער מענטש איז באגראבן געווארען אין די נייע חלקה.
מוז מען אלץ אויפקומען מיט עפעס א תירץ פאר זייערע קעלבלך.

אויף דעם טייערן נפטר (א געטרייע מעמבער פון חברה הצלה) פארקויפן זיי אז עס איז נגד רצונו!

נפל » 7/3/2010 20:28

פון איין זייט שטייען די משפחה וואס האבן געטון א מעשה רב און אים געלייגט "אינדרויסן פון קרית יואל" (לכאורה איז דאס ווייטער פון שטעטל ווי די בני יואלער חתונה זאל...). וועלכע זאגן אז ער האט געוואלט ליגן דווקא דארט!

פון די צווייטע זייט שטייט א פארשלייערטער הייד~פארק\טעקסט~מעסעדש שרייבער וועלכע "איז מעיד" אז פאר אים האט דער נפטר געזאגט אנדערש...

און די קליינע קעפלעך פרייען זיך

טראק » 7/3/2010 20:42

די גאנצע שטאט איז אין שאק פון די רשעות וואס די זאליס האבן נעכטן אפגעטאן!

דער נפטר ע"ה האט געקויפט בחייו קרקע אינעם בית החיים דקהל יטב לב דסאטמאר בייי ר' שלמה שמש ני"ו, און ער האט אים געזאגט אז ער וויל ליגן אינעם בית החיים, אזוי אויך האט ער געזאגט פאר זיינע ברודערס נ"י אין שפיטאל בתורת צוואה אז די זאליס פארדרייען אים א קאפ און טרינקען אים דאס בלוט, אבער וויל קלאר זאגן זיין ווילן אז ער וויל ליגן אינעם בית החיים דקהל יטב לב און דארט האט ער געקויפט קרקע, ובפרט אז זיינע עלטערן ע"ה ליגן דארט, און נישט אין פאלאקס מסרבים לדין בעק יארד.

אזוי ווי די זאליס זענען געוואור געווארן דערפון, האבן זיי אנגעהויבען איינלייגן וועלטן אז ער זאל צוריק ציען פון זיין צוואה, רז"ל אליין איז אים געגאנגען 4 מאל באזיכען אין שפיטאל די לעצעטע 5 וואכן, איבערהויפט האט זיך ארויף געזעצט אויף אים ר' שלמה לייב ווייינבערגער און שאול פערלשטיין.

ר' שלמה לייב איז כסדר געפארן צו אים אין שפיטאל און אים געטרינקען דאס בלוט, ער האט אים מסביר געווען אז ביי די אהרונים איז קרקע גזולה... און מען איז מחזק מוסרים... וכו', ער האט נישט נאך געלאזט, אבער דער נפטר האט ווייטער געזאגט פאר זיינע ברודערס אז ער וויל ליגן אינעם בית החיים דקהל יטב לב און נישט אין פאלאקס, שאול פערלשטיין האט אים געבעטען אז ער זאל קויפן קרקע ביי פאלאקס, אבער ער האט בשו"א נישט געוואלט.

איצט ווען ער איז ליידער נפטר געווארן, און זיינע קינדער אזוי אויך אלע זיינע ברודערס האבן געוואוסט פון די צוואה פונעם נפטר ע"ה ווי ער וויל ליגן, אבער דער שקרן ר' שלמה לייב וויינבערגער איז נעכטן נאכט אריבער צו די שטוב פון די אלמנה, און געזאגט אז די נפטר האט אים געזאגט אז ער וויל ליגן אין פאלאקס...

די משפחה האט זיך ארום געטענהט מיט אים אז עס איז שקר, אבער ער האט מסביר געווען פאר די אלמנה אין די קינדער, אז ער רעדט בשם הלישקע, אז עס איז גניבה גזילה צו גיין ליגן ביי די אהרונים, דער נפטר וועט נישט האבן קיין מנוחה, און וועט נישט קענען אנקומען אין גן עדן.

און דאס אז ער האט געלייגט זיין אייגען טאטען אדמו"ר פיאע זצ"ל אינעם בית החיים דקהל יטב לב אין נישט אין פאלאקס בעק יארד, דאס איז ווייל דאס איז נאך געווען פארן פסק פועם אפילאט... און דעמאלס איז נאך נישט געווען דער איסור גזל פונעם לישקע...

ענדליך 10 אזייגער האבן די קינדער זיך געבראכען צו ר' שלמה לייב, מורא האבענדיג פונעם לישקע פסק.

עס איז נישט דא די ווערטער ארויס צוברענגען די רשעות און אכזריות וואס די זאליס טוען צו יעדען גוסס, און קראנקען, וואס זיי חלמ'ען אז ער קען אפשר מסכים זיין צו ליגן ביי פאלאקס, זיי טעראזירען אויף אלע מיני אופנים אז מען זאל גיין ליגן ביי פאלאקס, ובפרט די טעראר און לחץ וואס זיי לייגן ארויף אויף די משפחות.


תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 08/03/2010 05:41:24

נפל » 7/3/2010 20:53

טראק כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
די גאנצע שטאט איז אין שאק פון די רשעות וואס די זאליס האבן נעכטן אפגעטאן!

 אזוי אויך האט ער געזאגט פאר זיינע ברודערס נ"י אין שפיטאל בתורת צוואה אז די זאליס פארדרייען אים א קאפ און טרינקען אים דאס בלוט, אבער וויל קלאר זאגן זיין ווילן אז ער וויל ליגן אינעם בית החיים דקהל יטב לב און דארט האט ער געקויפט קרקע, ובפרט אז זיינע עלטערן ע"ה ליגן דארט, און נישט אין פאלאקס מסרבים לדין בעק יארד.


ווען די לייגסט נישט אריין די ווערטער אין דעם מויל פון א זאלי וואלט נאך אפשר געווען א ספק אז הפעם שרייבסטו אמת... ווען וועלן ענק זיך אויסלערנען מאכן די מעשה אויסזען "עכט"?

דוד46 » 7/3/2010 20:55

נעבעך די דעפרעסטע אהרונים זוכן א נחמה.

פונקט ווי מען פארקויפט זיי תורת לאקשן כאילו מען האט איבערגעמאכט דעם סידור קידושין פון די חתונה פאריגן מיטוואך, כדי די קליינע קינדערלעך זאלן קענען רואיג איינשלאפן, פארקויפט מען זיי יעצט תורת לאקשן.

ווער עס האט געקענט דעם נפטר ווייסט צו זאגן וואסערע "ידיד" ער איז געווען פארן מאנראוער צדיקל.

ער איז געווען א מעמבער אין קהל יטב לב ד'סאטמאר און איז געווען א חסיד נאמן פאר כ"ק מרן אדמו"ר מהרי"י שליט"א.

אודאי האבן די ברידער פונעם נפטר געוואלט אז ער זאל ליגן אינעם אלטן חלקה, ווייל זיי באלאנגען דאך דארט.

אבער די קינדער האבן מקיים געווען רצונו און אים געלייגט אויפן נייען חלקה וואו אלעס גייט אן קיין פאליטישע חשבונות.

allgood1s » 7/3/2010 21:24

טראק נעקסטיים מאכט די מעשה אויסזען "עכט" דורך שרייבען די האסט עס אליין געהערט פון דיין "שוואגער"...

נפל » 7/3/2010 21:35

עס וועט אים העלפן א טויטע באנקעס, גלייב מיר אז ער האט שוין פראבירט מיט אלע כוחות צו מאכן די מעשה אויסזען עכט

allgood1s » 7/3/2010 22:33

אקעי נפל זאגט שוואגער העלפט שוין נישט (מסתם רעדט ער פון עקספירענס...)

איז טריי ניטצען חבר/אינסיידער אדער שוויגער

אפשר אזוי וועסטו זיין לאקי אז נפל וועט באשטעטיגן געוויסע פרטים אזוי ווי ביי די מעשה פון דער שוחט פאלאק (איך זיך נאך די נומבער פון דעם שוחט פאלאק אין מיין טעלעפאן בוך)

טראק » 7/3/2010 22:43

דוד 46 ווענט אפ מיין מעשה, ווייל דער נפטר איז געווען א חסיד נאמן פון רז"ל...

קודם האב איך נישט געוואוסט אז רז"ל האט א חסיד נאמן...

און נאכדעם האב איך נישט געוואוסט אז ר' שלמה לייב איז א שונא פאר רז"ל...

ווייל ער האט געלייגט זיין טאטע נישט אין פאלאקס בעק יארד...

אלא מאי פיר אויס....?

אז ר' שלמה לייב טאטע ליגט אין פאלאקס...

אבער איצט צום פוינט.

דאס ביסטו מודה אז דער נפטר האט געקויפט חלקה אינעם בית החיים דקהל יטב לב, און נישט אין פאלאקס בעק יארד, טא פארוואס האט ר' שלמה לייב געהייסען מען זאל נישט פאלגן דעם נפטר רצון?

הבדלה_מנין » 7/3/2010 22:56

טראק, די חלקה אין דעם אלטן בית החיים האט ער געקויפט מיט מער ווי צוואנציג יאר צוריק ווען עס איז נאר געווען איינס.

דער נפטר האט באצאלט ארץ החיים געלט פאר די נייע חלקה און ער האט מסכים געווען צו ליגן דארט אויב מען האלט דעם פלאץ נעבן איהם פאר זיין זיהן. קהל האט אים דאס צוגעזאגט און פאר דעם ליגט ער אין די נייע חלקה כרצונו.


דוד46 » 7/3/2010 23:01

טראק

דער נפטר האט זיך אויסגעדריקט אז ער וויל ליגן אין אלטן חלקה ממש אפאר מינוט נאכדעם וואס מען האט איבערגעמאכט דעם סידור קידושין פאריגן פרייטיג...

דוד46 » 7/3/2010 23:03

און יעצט צום ענין:

דאס שרייבן אז ער איז געווען א חסיד נאמען פון סאטמארער רבין שליט"א האט געמיינט צו זאגן, אז דאס איז געווען זיין רצון צו ליגן אין די נייע חלקה!

נפל » 7/3/2010 23:05

לויט ווי מען שמועסט... איז די קידושין אינטער די חופה גאר געווען די איבערגעמאכטע... און די קבורה איז אויך נאר א נאכגעמאכטע... די מצבה גייט מען לייגן אויף סתם א בערגל באמת ליגט ער יא אין אלטן חלק...

רבי_יונה » 7/3/2010 23:18

הבדלה_מנין כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

טראק, די חלקה אין דעם אלטן בית החיים האט ער געקויפט מיט מער ווי צוואנציג יאר צוריק ווען עס איז נאר געווען איינס.

דער נפטר האט באצאלט ארץ החיים געלט פאר די נייע חלקה און ער האט מסכים געווען צו ליגן דארט אויב מען האלט דעם פלאץ נעבן איהם פאר זיין זיהן. קהל האט אים דאס צוגעזאגט און פאר דעם ליגט ער אין די נייע חלקה כרצונו.

 



לכבוד פורים.

דער נפטר זון איז אינגאצען 24 יאר אלט...

און דער נפטר וויל ליגן אין פאלאקס נאר טאמער זיין זון וועט ליגן לעבן אים...

און קהל האט אים צוגעזאגט....

איך האב איצט אויך באשטעטיגט די מעשה פון טראק.

איך האב איצט גערעדט צו א ברודער פונעם נפטר ע"ה ער איז צובראכען אויף שברי שברים, ער זאגט מיר נעבעך די נפטר האט געזאגט פאר אלע זיינע ברודערס אז ער וויל ליגן אינעם געהעריגען בית החיים, און נישט אין פאלקאס.

ער זאגט מיר צו אים אליין האט ער נאך פאר 3 וואכן צוריק געזאגט, אז ער האלט דאס שוין נישט אויס די בלוט טרונקען פון די זאליס, ער האט נישט קיין כוח צו זיי, אבער ער בעט אים ברחמים אז ער זאל טאן אלעס שביכלתו אז ער זאל ליגן אינם גהעריגען בית החיים.

תוקן על ידי רבי_יונה ב- 07/03/2010 23:22:39

דוד46 » 7/3/2010 23:20

רבי_יונה

עס קומט זיך דיר א מעדאל פון פיקחות

אזא מין "כאפ" מוז קומען נאר פון א פיקח עצום...

דוד46 » 8/3/2010 00:20

יונה'לע

האסט עס אליינס געהערט פון אן אהרוני...

וועמען פארקויפסטו לאקשן תורות

זיינע ברודער זענען אהרונים און דער נפטר איז געווען אן אנטי–אהרן!

פארוואס זאל ער דאס זאגן פאר זיינע ברודער, ווען ער האט קינדער???

רבי_יונה » 8/3/2010 00:29

ניין ער האט נאר געזאגט אז זיין זון דער אינגערמאן פון 24 יאר מיז ליגן לעבן אים...

sammy » 8/3/2010 00:43

מען האט אים געלייגט און פאלאק, פשוט וויל ער איז געוון דער געווינער פון דעם גורל אויף די קרקע.
עסהאט גורנישט מיט קיין פוליטיק.

דוד46 » 8/3/2010 01:35

אן אינטערעסאנטע זאך:

די אהרונים שרייען אז מען האט אים געלייגט הינטערן גדר, און דערווייל ברענען זיי גאר...

איזראלי » 8/3/2010 18:00

זיי ברענען אויף די רשעות און ביון המת אז מען האט באגראבן א יונגערמאן אונטער'ן גדר מחוץ למחנה נאר וועגן פאליטיק

ראפאגאש » 8/3/2010 18:30

קיינער ברענט נישט, עס באדערט נישט פאר קיינעם, אז מען האט נעבאך באגראבן א חשובער יוד, אונטערן פלויט, וואו מען האט און דער אלטער היים באגראבן דאס אפפאל פון כלל ישראל,

נאך די משפחה ברענט יא! זיי קאכן און זידן, וואו אזוי דער לץ פון פאייע, הרב וויינבערגער, האט זיי אריין געכאפט און זאק אריין, 

משא''כ זיין אייגענען טאטען, זאל זיך מיען, האט ער אוועקגעלייגט,געהעריג און בית החיים,

הטוב_וחסד » 24/3/2010 03:04

אומרים שיש עוד נפטרת בבית פולק
איזה אשה אלמנה ע"ה
מי זאת?

SatmarBum » 24/3/2010 09:04

עס זעהט אויס ווי פאללאקס לאט ווערט אזוי ווי חסד של אמת...
ווי סעיז נאר דא א נפטר שלעפט מען עם דארט נעבאך אריין....

rebyankel » 24/3/2010 19:24

נעכטן איז אוועק א פרוי
צווישען אנדערע איז איר איידעם ר' משה ראובן איצקאוויטש דער כשרות קאנאן פין די זאלי'ס, אין מ'לייגט איר אין א''י

SatmarBum » 28/3/2010 06:53

SatmarText: Zalis putting hvy pressure on Friedman family@time of big Tzura 2put by Pollacks,sending msgs w/false info&YakevBer by family now 2pressure

---

מען האט שוין אויף געגראבען די קבר אין בית פאלאק טראץ אלע פרעשיר.
ר מרדכי איז געועהן א באצאלטע מעמבער אין אלטע בית החיים.
די משפחה לייגט עם אין נייע ווייל די ארונים וועלען בעטען $10,000 פאר די מציבה!


תוקן על ידי SatmarBum ב- 28/03/2010 07:30:59

SatmarBum » 31/12/2010 03:32

_________________

בן_אהרן » 29/2/2012 17:27

פרישע 3 נפטרים ליידער אין פאלאקס לאט
וואס די קינדער האבן זיי דארט געלייגט
זיכער נגד רצונם
כולם אנשים זקנים חשובים
הרב פנחס וויינבערגער ז"ל מנהל כולל שומרי החומות
הר' נח אבראהאם ז"ל
הרב אלטר שמחה (גאדינגער) חתן הגה"צ מדעירעש ז"ל

גרוינים » 29/2/2012 23:06




תוקן על ידי גרוינים ב- 29/02/2012 23:09:08

גרוינים » 29/2/2012 23:08

יא ר' אלטר שמחה האט געזאגט פאר עטליכע אייניקלעך און קינדער און בפני עדים האט ער געזאגט און דערנאך געחתמט אז ער וויל ליגן מיט רבותינו הקדושים און מיט זיינע שוואגערס לבית דעריש מיט ר' יונה פילאף און נאך און ער שרייבט אז ער איז נישט מוחל ווער עס וועט טאן פארקערט אבער די זאליס גייט גאנץ ווייניג אן א קפידא פון א ערליכן איד און מטוט מיט אים וואס מוויל 
נעבעך א רחמנות אויף די אידן וואס חוץ פונעם בזיון פון ליגן אויסגעשפיגן פון רבותינו הקדושים וועלן זיי אויך נישט זוכה זיין צי קיין קאפטל תהלים אדער א ליכטל כסדר ווען מקומט צום ציון הקדוש נאר איינמאל א יאר ביים יארצייט
און באמת איז עס נאר א פארלוסט פאר זיי אליין ווייל פאר קהל איז עס נאר א קלארשטעלנג אז נישט יעדער איז זוכה צי ליגן אינעם סאטמארן בית החיים במחיצת רבותינו ואלפי חברי קהילתינו 
זאלן די אידן שוין אויפשטיין בקרוב תחיית המתים און ארויסגיין פון דעם תפיסה וואו מהאט זיי אריינגעווארפן
בלאט: 1 2