היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » אהרונישע השחתה און בזיון נפטרים האלטן אן

אהרונישע השחתה און בזיון נפטרים האלטן אן

5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2741384

פארשטייצעך » 4/1/2010 01:40

נעכטן איז ל"ע אוועק פון די וועלט גאר א חשוב'ער איד הרה"ח ר' דוד שמחה האכהייזער ע"ה, אין בליענדן עלטער פון 60 יאר, נאר א ביטערע מחלה ל"ע.

דעם נפטר האט מען מקבר געווען אין בית החיים דקהל יטב לב אין קרית יואל, אין די נייע חלקה.

די אהרונים האבן דאך א מנהג, אז יעדעם יחיד'ס בלוט איז הפקר אויב קענען דערפון ארויסקומען אפילו די מינדענסטע טובה הנאה, פאר זייער עבודה זרה. זיי וועלן זיך נישט צוריקהאלטן צו טרינקען יענעמס בלוט.

האבן זיי טאקע אנגעהויבן א שמוץ אטאקע קעגן הר"ר דוד שמחה ע"ה. נוצנדיג ווערטער, אפגעשליסען און אפגעריסען. 
דערצו האבן זיי מבזה געווען זיינע קינדער און משפחה שרייבנדיג: פארשטייט זיך אז עס איז געווען א חסד של אמת, עס איז נישט געווען ווער עס זאל זיך אום קוקען אויף אים נעבעך. 

און נאך א גאנצע טוץ מיט לשונות, וואס איך גיי נישט דא נאכשרייבן.

פארשטייט אז ס'איז שקר וכזב, אמת אז ר' דוד שמחה האט ליידער מיטגעמאכט יסורים, אבער ער האט דאס מקבל געווען, און ווייטער עוסק געווען בתורה שעות לאנג, אזוי ווי זיין גאנץ לעבן.

אויסער דעם האט ער זייער א חשוב'ע משפחה פון קינדער און איידעמער, און חס ושלום אז איינער זאל טראכטן פאר א רגע אז זיי האבן זיך נישט אומגעקוקט וכדומה. זיי האבן פשוט געמאכט זייער החלטה ווי אים צו ברענגען לקבר ישראל, אן זיך דורכרעדן מיט ר' אהרן טייטלבוים חסידים און היידפארק שרייבערס.

נעבעכדער איז דער רא"ט וואס האט ערצויגן אזעלכע חסידים.

פארשטייצעך » 4/1/2010 01:52

און נאך א אמת'ע נקודה איז וויכטיג צו צולייגן אז מען רעדט שוין פון השארת הנפש.

די אהרונים מאכן חוזק, אז ער איז פון די וויזניצע מורדים און אנדערע שמות כינוי. בעולם האמת קוקט מען נישט אויף די אלע שטותים, מען קוקט אויפן סך הכל, וויפיל האט דער איד געדאווענט און געלערנט געהאט מסירות נפש פאר כשרות, פאר חינוך הבנים, די אלע אנדערע "וויכטיגע זאכן" טראגן דארט גאנץ ווייניג א ווערד.

ממילא זאלן די טמאים לנפש וועלכע מיינען אז ס'איז לית דין ולית דיין, און האבן זיך דערוואגט אזוי מיאוס צו שרייבן אויף אזא חשוב'ן נפטר, זאלן מוחל זיין און ארויסגיין אויף זיין פרישן קבר בעטן מחילה כדת וכדין, אפשר אזוי וועלן זיי קענען תשובה טאן.

דיןתורה » 4/1/2010 02:10

ווי אויך זאלען די אלע וועלכע האבען בשעת די לוי' געשריגען אזעלכע מיעסע לאזונגען קעגן דעם ברך משה לעבן די אוהל הק'....וכו'

moishe12 » 4/1/2010 02:57

דין תורה
 די חילוק צווישען ברך משה אין דעם יוד איז
דער ברך משה האט די אידען געריפען מיט מיעסע ווערטער האבען זיי רעכט אויף עם צירוק צישרייען ווי אזוי זיי ווילען משא"כ דער איד האט קיינמאל קיינעם נישט געטשעפעט

רבינחום » 10/1/2010 23:18

פארשטייטזיך

איך גיי נישט אין קיין וויכוח מיט דיר עס איז אוודאי א עוולה גדולה מבזה צו זיין מענטשען ביסט זיכער גערעכט

אבער פאר א סאטמאר חסיד צו זאגען אז די אנדערע זאכען אין גארנישט ווערט? אויף קנאות קוקט מען נישט אויף יענער וועלט?