איך האב פערזענדליך מיטגעהאלטען די מעשה וואס עס איז פארגעגאנגען מיט דעם פאלקאוויטש
נאך די גרויס דרוק פון די ארונים האט ער באשלאסן אז ער מאכט די חתונה אין מאנסי. זענען די בני יואל געקומען צו אים בשם די שארמאשער רב אז דאס וועט זיין א גרויסע חילול השם און די שטראף קען זיין זייער גרויס.
ער האט נאך אלץ נישט געוואלט
האבן זיי ארויסדערווישט א בריוו פון די זאלונישע בד"ץ אז עס איז נישט קיין שום פראבלעם, און שארמאשער רב האט אים פערזענדליך אנגעקאלט און אים קלארגעשטעלט אז די עונשים פון חילול השם זענען זייער גרויס, עס העלפט נישט קיין תשובה, און עס איז פון די הארבסטע זאכן.
אזוי אינמיטן צווייפלען האט ער ליידער באקומען יענע מחלה ל"ע. עס האלט יעצט ביי גסיסה.
שארמאשער רב האט היינט אנגעקאלט, און אים נאכאמאל געזאגט אז ער האט איין ברירה צוריקצוצויען פון די חילול השם.
יעצט ווארט מען צו זען צו ער גייט זיך ברעכן און נישט מאכן די חילול השם וואס די עונשים זענען זייער גרויס. און אפשר אז ווייל סאיז שוין ארויס אין די גאס אז ער האט געפלאנט צו מאכן ערגעץ אנדערש העלפט עס שוין גארנישט.
תוקן על ידי גאנציגער ב- 18/02/2010 01:25:54