סעגעדין נעמט אראפ ועד הכשרות הכשר פון אשת חיל
מאכט נישט קיין סענז
יעקב סופר האט ארויס געווארפן ועד הכשרות פון ישיבה
וואס גייט עם אהן אז אשת חיל האט נישט קיין ועד הכשרות
רז''ל ארויסגעווארפן די הכשרים פין אשת חיל / בית השחיטה / שחיטה פאר גסות / שערי חמלה
אוי כ'האב פארגעסן, ער האט נישט די אלע זאכען, ווען יא, וואלט ער נישט געווען א גאנצען טאג פארנומען מיט די סאטמערע אשת חיל / בית השחיטה / שחיטה פאר גסות / שערי חמלה
כ'האב א עצה פאר אים: עפן אויך די אלע זאכען ווייז וואס די קענסט........
די סכסוך האט זיך אנגעפאנגען ווייל די וויליזש האט נישט געוואלט געבן קיין סי אף או
פאר יענקל סופר'ס דירות ציליב סעקיאריטי אישוס, וועגען סאיז געווען אסאך פראבלעמען
ווי למשל דעס
http://bhol.co.il/forum/topic.asp?topic_id=2334928&forum_id=16386
זייט דעמאלטס איז יענקי א דם שונא פאר גדלי און פראבירט עם אינטערציהאקן אלעמאהל
לדעתי איז אשת חיל א מוסד פונקט ווי די ישיבה גדולה
אין אויב יענקי סופר האט געמעגט ארויס ווארפען ועד הכשרות פון ישיבה גדולה
אין נעמען א אנדערע הכשר דעמאלטס מעג גדלי' אויך זיי ארויס ווארפען
אין נעמען א אנדערע הכשר
כהיום יום האט די אשת חיל די הכשר נאר פון וועד הכשאות דקרית יואל
ווער עס וויל זאל אנקאלען פרעגען,
ס'איז סתם א ביליגקייט פון יענקי סופר וחבריו צו באשמוצען גדלי'ן און אז מ'טרעפט נישט מיט וואס ערצייגט מען אייגענע לגיונות.
פאקט בלייבט פאקט אז אשת חיל האט ארויסגעווארפן וועד הכשרות, און ווער סגלייבט מיר נישט קען זיי אליין פרעגן.
מנהלים ביטע פארשפארן דעם אשכול, דער ביז אהער פארדרייט סתם א קאפ.
און לאמיר אלע אפעלירן צו יענעם מנהל פון די ישיבה אז ער זאל נישט ח"ו אויפפלאקערן א מחלוקה שלא לשם שמים און אוודאי נישט דורכ'ן טמא'נעם אינטערנעט.
|
ווער איז נישט קיין איד ??
נאר אזויווי די זאלי'ס זענען אזוי צושפליטערט אז אפילו א דעיט האבן זיי נישט געקענט אריינעמען אין קאפ אכטונג צו געבן איז קיין וואלן היינט נישט דא און די ביסט ארבייט-לאז.
און גערעכט ביסטו ווען די שרייבסט אז די באלאנגסט נישט פאר קיין שום קאמפעני, ווייל אייער נעכטן ביסטו קעגן דוד עקשטיין, היינט קעגן גדלי' סעגעדין, מארגן קעגן מאיר הירש, א טאג דעראויף בנציון זאלדאן און אזוי קען עס גיין ווייטער מיט יודי גאלדבערגער, אלעזר גרובער, יודע יושע וויינשטאק, מרדכי לייב גליק, דוד יודא קאהן און די ליסטע גייט נאך ווייטער, אבי עפעס א געשלעג.
אנטשולדיגט ביז אהער, אבער אז די ווילסט פארטייידיגען דיינע ווערטער ביטע ברענג א צעטיל פון די "וועד הכשרות" אז זיי האבן אראפגענומען די השגחה, מענטשן ווייסן דאך נישט דעם אמת און די דרייסט דא אן א מעשה, די מיזט ברענגען דעקונג דערפאר. מיר קוקט עס אויס ווי א פשוטער פאליטיק.
באלאנד
ווי איך האלט מיט די פייטס פין 82 מיט קווינס, אדער פין קהל מיט משה גבאי, אא''וו
זאג איך דעם זעלבן ניגון
לייקען נישט קיין פאקטען
איך וויל נישט דא באשמיצן קיין פריוואטע מענטשן, אבער כ'וועל דיר אנכאפען ראשי פרקים
וואס איז פארגעגנגען אין סאסמאן מיט רמ''פ
וואס איז פארגעגאנגען ווען קווינס האט געפענט א אייגען אפיס?, (מיט רימ''פ / רחי''מ / ראב''י) אין (ריש''כ / רנוו''ה)
וואס איז פארגאנגען אין קווינס קעמפ ביי די חנוכת הבית פין די שול אין נחלת יעקב ?(מיט משה / רי''כ / וכו')
די ליסט איז אסאך לענגער ווי די מיינסט, די סאטמערע וואלטן זיך מחי' געווען ווען איך האלט מיך ווען נישט איין צו שרייבען פריוואטע נעמען
ס'איז פוסטע שקרים פון א באוואוסטן שקרן.
הרבני הנגיד רבי יעקב סופר ני"ו איז פון די חשובסטע תומכי תורה בדורינו, ער האט מנדב געווען לעצטענס אליין, א מיליאן דאלער פאר מוסדת סאטמאר וויליאמסבורג, א ביהמ"ד אין קרית יואל, מקוה טהרה דסאטמאר בני ברק, חדר בבנין סאטמאר ירושלים, וכו' וכו'.
די ליסטע איז גאר גרויס, און דאס איז חוץ וואס ער פירט די הנהלה גשמיות אין די ישיבה גדולה.
ער האט א פאריוואטע ביזנעס מחלוקה מיט די ווילידטש, מיינט עס נאך גארנישט.
ר' יעקב איז פון די טייערע אידן בדורינו.
|
אבער מיט אזעלכע נערישע אקטן (איך גלייב נאכנישט אז ער האט ארויסגעלאזט דעם שם - איך רעדט נאר לשיטתכם) פארלירן מען יעדן רעספעקט, עס פאר זאליס!!
ס'איז א שטארקע פראבלעם ביים היימישן עולם אז מען מיינט אז סעיפטי געזעצן זענען געשריבן געווארן דורך היטלער ימ"ש מיט'ן ציל צו פייניגן אידן. רוב פון די סעיפטי געזעצן זענען איינגעשטעלט געווארן כדי צו באשיצן מענטשן.
אסאך מענטשן מיינען אז ס'איז חכמות און מען קען זיך דינגען ווען ס'קומט צו זיכערהייט פון מענער, פרויען און פיצלעך קינדער, כדי זיך צו שפארן אפאר טויזנט דאלאר דא און דארט. דער וועג וויאזוי מען בויט הייזער אין אסאך היימישע אידישע געגנטער איז ממש געפערליך. איך האף אז ס'וועט נישט קומען איין טאג דערצו אז דער ציבור וועט זיך דאס לערנען דורך א טראגעדיע.
|
תוקן על ידי 1נארמאלער ב- 04/06/2009 3:23:16
פאקט בלייבט פאקט אז אשת חיל האט אראפגענומען די השגחה פון וועד הכשרות, און ווער סוויל קען פרעגן די וועד הכשרות, נישט סופר און נישט סעגעדין.
אויב ענק האלטן אז סאיז א עולה, קומטס נישט דא עס פארענטפערן דורך אויסגיסן ענקער שמוץ אויף א צווייטן.
וועד הכשרות האט די הכשר כהיום יום. ר' זלמן עפשטיין איז דארטן כסדר און אפילו היינט אויך.
באקן מעשות דארף האבן אויך עפעס א ממשות. און פלאפעל נישט נאך סופר'ס שטותים.
|
איך ווייס נישט וואס די האסט קעגן הרה''ח ר' זלמן עפשטיין הי''ו {איך ווייס יא: ער איז א סאטמערער}
דיין שמיציגע תגובה וועט אפי' נישט עושה רושם זיין ווייל ידער קען ר' זלמן, מ'זעהט אים יעדן טאג אין ביהמ''ד, ביי ענק וואלט אזא יוד שוין געזיצן אויבן אן,
צוליב פערזענליכע סיבות האב איך גרונטליך מברר געווען דעם ענין, און ס'איז לא דובים ולא יער! דער אשת חיל שטייט קלאר אונטער די השגחה פון וועד הכשרות דקהל יטב לב ד'סאטמאר קרית יואל.
ס'איז א מורא'דיגע אחריות צו קומען דא אויפן פארום פארשפרייטן אזעלכע פאלשע אינפארמאציע וואס קומט אן צו טויזנטער אידן. אלס קנס איז דער פותח האשכול אויסגעשפארט געווארן פאר צוויי וואכן, קומענדיגעס מאל וועט ער בלייבן גענצליך אינדרויסן.
זאל דאס גלייכצייטיג דינען אלס ווארענונג פאר אנדערע אויב ס'וועט זיך ארויסשטעלן אז מ'פארשפרייט בזדון פאלשע אינפארמאציע.