היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » ריטעינינג וואנט שיער איינגעפאלן אין קרית יואל

ריטעינינג וואנט שיער איינגעפאלן אין קרית יואל

8 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2334928

שקל_שלם » 24/12/2007 22:03

נעכטן איז געשען א שרעקעדיגע זאך ווען א ריטעינינג וואנט וואס יענקל סופר האט געבויט אויף מאונטען ראוד האט זיך גענומען איינפאלן נאך א "מאד סלייד" וואס איז געקומען דערויף פון די בארג אויבן.

די חברה האבן איבערגעגעבן אז ווייל נעכטן האט אזוי שטארק גערעגענט און אסאך שניי האט זיך צולאזט איז די ערד געווארן שוואך, און די שטארקע ווינטן ביינאכט האבן געמאכט אז די ערד זאל זיך אראפגליטשען וואס האט צושאקלט די וואנט.

דערוייל איז ב"ה גארנישט געשען פאר די וואנט, אבער מהאט ערנסט מורא אז סאיז טיף אינערליך געשעדיגט.

לעבעדיגער » 25/12/2007 00:23

פאר מער נייעס דערוועגן און אפדעיט'ס גייט צו אידישע וועלט.קאם
http://www.yiddishworld.com/


פאר בילדער פון די מאד-סלייד און ווי די קרית יואל פייער דיפארטמענט (KJFD) צוזנאזאם מיט די קרית יואל פובליק סעיפטי (KJPS) פירן אן מיט די ארבייט קליקט דא
http://www.yiddishworld.com/index.php?option=com_imagebrowser&folder=bice/landslide_m&Itemid=36


און דא ווילן מיר זיך טאקע באדאנקען פאר די פארוואלטער פון "אידישע וועלט" פארן צושטעלן יעדן טאג די פרישע נייעס אויף א אויסגעהאלטענעם אופן, תשיאות חן לו.

שורשנגח » 25/12/2007 00:53

די געבייעדס איז געבויעט געווארן דורך הרבני הנגיד ר' יעקב סופר ני"ו פון די גרויסע תומכי מוסדותינו הק', וחבר הנהלת ישיבה ומתיבתא בקרית יואל, ר' יעקב איז באוויסט מיט זיין געוואלדיגער חסד און צדקה ולב טוב.

די פראבלעם קען זיך מאכן איבעראל עס איז א נארמאלע זאך.

שורשנגח » 25/12/2007 00:56

פון די בילדער קוקט בכלל נישט אויס אז די וואנט איז איינגעפאלען נאר די מאראסט האט איבערגעשווימען פון אויבן.

לעבעדיגער » 25/12/2007 01:03

איהכ"נ, דער וואנט האט עס טאקע ממש בפועל צירוק געהאלטן פון פאלן, שטעל דיך פאר ווען עס ווערט נישט געבויעט די וואנט, וואס אגב, דער וואנט איז געבויעט געווארן דאכצעך בערך א יאר צירוק בכדי שטערקער צו מאכן דאס בארג אין פאל פון א שטארקן רעגן, אזוי ווי מען האט זיך טאקע איבערצייגט,

די זאמד אין מאראסט זענען איבערגעשווימען דעם וואנט אראפ אויף מאונטען ראוד, און- ווי שקל שלם האט שוין דא אויבן געשריבן - איז עס געקימען אלס תוצאה פון די נעכטיגע שטארקע רעגענס און די צולאזטע שניי,

די KJFD זענען דערפאר געווען געצווינגען אפצושפארן דעם ראוד נעכטן נאכט, און היינט איבערן טאג האט מען אנגעפאנגען אויפצוקלינען, ווען עס האט אויפגעהערט צו פאלן,

געשמאק » 25/12/2007 01:09

דאס הייסט א מאדסלייד.

ס'געשעט אפט אויף פלעצער וואו מען בויט הייזער אויף אזעלכע גראדע בערג.

ר' יאנקל וועט יעצט אריינפאמפען נאך שווערע הונדערטער טויזנטער דאלארס נאכמער צו פארשטארקן דעם ריטעיניג וואל און פארזיכערן דעם בארג.

_________________

געשמאק » 25/12/2007 01:10

ווען נישט דעם ריטעינינג וואל זאל דער אויבערשטער אפהיטן וואס דארט וואלט זיך אפגעטאן. אלע בנינים אויפ'ן בארג וואלטן ארויפגעפאלן אויף די בנינים פון אונטן אין עצי תמרים.

_________________

monroe06 » 25/12/2007 01:12

די וואנט איז א דאפעלטע וואנט
ס'איז דא 2 שורות פון די בלאקס איינס אונטערן צווייטען