קומענדיגן זונטאג פ' בהעלתך וועט אי"ה פארגעקומען א רירענדער מעמד חסד של אמת אין די צייט וואס די עסקנים פון אדמת קודש און וועד להצלת בתי עלמין באייראפע וועלן אי"ה דורכפירן אין שפאניע.
די שפאנישע רעגירונג ארבעט אינאיינעם מיט די עסקנים פון וועד להצלת בתי עלמין באייראפע שוין א לענגערע צייט און עס איז באשטימט געווארן אז קומענדיגן זונטאג מיטאג אייראפעישן זייגער, ווען דא אין ניו יארק וועט זיין בערך 11:00 צופרי, וועט מען צוריק מקבר זיין כדת וכהלכה תחת פיקוחם של הרבנים הגאונים שליט"א פונעם וועד להצלת בתי עלמין באייראפע.
זונטאג צופרי בערך 11:00 וועט אי"ה פארקומען דער מעמד חסד של אמת ויקרא דשכבי, בהשתתפות הגאון האדיר רבי אליקים שלעזינגער שליט"א, אין ביהמ"ד הגדול דקהל יטב לב דסאטמאר וויליאמסבורג, ווי מ'וועט אי"ה הערן דברות קודש און דברי כהווייתן פונעם וועלט בארימטן ראש ישיבה הרמה שליט"א, ווי ער וועט איבערגעבן א ערשט-האנטיגן באריכט פון אלע פארהאנדלונגען איבער דעם אור אלטן בית החיים אין שפאניע, און פונקטליך גענוי ווי מ'האט געארבעט "מיט" די שפאנישע רעגירנוג די גאנצע צייט, און מיט די געוואלדיגע השגחה פרטית וויאזוי מ'האט ב"ה געקענט דערגרייכן אז די שפאנישע רעגירונג זאל מסכים זיין נאכצוגעבן אלעס וואס די עסקים און פירער פון וועד להצלת בתי עלמין באייראפע האבן געבעטן פון זיי.
מ'וועט אויך הערן א הוק-אפ פונעם מעמד חסד של אמת אין שפאניע, די דרשות און הספדים וואס וועלן דארט געזאגט ווערן.
לויטן פלאן וועט מען אי"ה קענען מיטהאלטן אלעס אין קרית יואל אויך דורך א הוקאפ.
פרטים יבואו.
הכונו: מעמד חסד של אמת - עם הגאון האדיר רבי אליקים שליט"א
------
איך האף נאר אז מ'גייט נישט נעמען קיין אינטערשריפטן פון קיינעם דערפאר. איך ברויך נישט די הסכמה פון אנדערע אויב מיין רבי האלט דערפון. עס איז מיר פונקט גענוג.
און וואס וויל מיילעך שטערן? אז מ'זאל ארינטערווארפן דעם אויפגעבויעטן בנין און דארט צוריקלייגן די עצמות?? איז דאס זייער מערכה?
פארשטיי, אז יעדע רעגירונג וואס מ'האט ביז דערווייל נאר געהאט צוטוהן [חוץ אפשר מדינת ישראל] האט נישט געזוכט צוה גראבן פאר רשעות בלויז אויף צוה מאכן אויפ'ן ארט א הייוועי, א בילדונג א.ד.ג.
אבער איך גלייב אז אויף נאכ'ן אויסגראבן צוריק צו גיבן, און די יודן זאלן זיך מטפל זיין דערמיט אנשטאט זיי, זענען זיי אייביג גרייט, נישט אזוי?
|
ענק וואלטן אזוי געוואלט - אז מ'זאל דארפן ריינוואשען זיין נאמען, אבער ב''ה נאך דעם ביטערען סוקסעס פין די מחאה אדירה...... זעמיר געבליבן אן קיין שטאך ארבעט אויך דעם געביט, אין וועלן זיך בעז''ה אפגעבן מיטן ציריקלייגען די עצמות הק'
אין צו דיר זעליג! אויב אזוי פארוואס האט אויסגעפעלט די ביליגע מערכה, מ'האט שוין געוויסט פאר די דורכגעפאלענע פראטעסט אז זיי האבן געזאגט אז זיי גייען ציריקגעבן פאר וועד להצלת די עצמות אין פאר דעם האט דער אמאבאסאדער באזיכט אין שטיב פין רבינו שליט''א אין ק''י (תירוץ: דאס האט ענק טאקע וויי געטוהן - אין פאר דעם האבען ענק זיך אזוי ביליג געמאכט)
ביטע פארשטיין געבען.
אין לגבי ציריקגעבן די עצמות, פרעג די בעלי תאווה פין די א''ג וועד ''העסקנים'' להצלת בתי עלמין בשפאניא (אויב האט איר באמערקט האט מען נישט געניצט די נאמען ''אתרא קדישא'' פאר דעם שמיציגען מערכה, נאר מ'האט געגרינדעט די נייע אויבערדערמאנטע נאמען {ס'קלינגט אביסל ווי וועד להצלת פליטי תימן - וואס איז סטאק געבליבן אין די ביה''ח קארט}) ווי זיי האבען געוואלט מפנה זיין די עצמות, אזווי זיי האבען שוין געטוהן בעבר אין אנדערע בתי חיים ה''י
טראכט {נישט} אביסל אריין פאר איר שרייבט
רבי אליקום'ס כבוד ווערט נישט פארמינערט ווען איר שרייבט אייערע געמיינע שקרים אויף אים
אדרבה, די ביליגקייט פין ענקער פארטיי וואקסט אין פארעקלט יעדן נאמאלער מענטש, (הרב וואזנער שליט''א / הגאב''ד ירושלים שליט''א / וכו' יוכיחו)
סוי, שרייבט ווייטער, אין פארשפרייט עס ווי מער...... כה לחי'
אבער נאכדעם שרייט נישט מ'וואשט די מוחות
|
לגבי כ''ק רבינו הב''מ ז''ל דארף איך מיר נישט פארהערן, ווייל די גייסט ארויס פין כלל: מילתא דעבידא לגלי' לא משקרי אינשי
אין וועגן די אנדערע רבנים וואס די רעכנסט אויס, וויל איך דיר זאגען:
זעהסט אז יעדער ווייסט אז די פראטעסט איז געווען א וויסטע דורכפאל, אין כמעט קיין ערנסטע רבנים זענען נישט געווען,
טראץ וואס יעדער ווייסט אז די אויבערדערמאנטע רבנים זענען געווען.........
איך וועל דיר געבן נאך א דוגמא
פארוואס ווען רבינו שליט''א טוט אויף פאר שחיטה אא''וו, קוקט עס יעדער - רבנים/בני תורה/בעה''ב - ארויף אין יעדער ווארט מ'זאל עס שוין זעהן פארטיג וואס פריער,
אין ווען ענקערע רבנים פאר'ן אויף טשיקאגא, פרעגט יעדער (אינקלאנדינג די זאליס): סוי ס'דא גיטע פיקטשערס? אין יעדער ווייסט פארוואס ער פארט
איך קען דיר געבן נאך צענדליגע דוגמאות נאך כ'וויל נישט פארדרייען דעם אשכול
תוקן על ידי rebyankel ב- 02/06/2009 22:41:39
מיילעך שטערן ווייסט פונקט אזוי אז יעצט איז דערנאך! מ'קען שוין גארנישט טוען די לעצטע פאר חדשים, די עצמות זענען אינדרויסן, דער בנין שטייט שוין, עס האלט שוין באלד ביים דריטן שטאק.
פון צוריקלייגן אויף זייער ארגינעלער פלאץ איז נישטא קיין הווא אמינה, קיינער פלאנט דאס נישט צו טוען אדער בעטן, אבער שרייען אויף יענעם קען מען יא.
יעצט - עז ווי ספיק - זענען די עצמות אויפגעגבראבן, דער בנין שטייט. מיילעך שטערן שרייט אז די וועד להצלת בתי חיים באיירופה טוט נישט גוט, זיי גייען איין אויף פארהאנדלונגען. און מיילעך שטערן שרייט אז מ'טאר נישט! איי וואס ווילסטו? אראפווארפן דעם בנין? אינז זעמער אייזלען מיינסטו? סקולען'ער רבי קענסטו איינרעדן וואס די ווילסט, ר' ישעי' יענקל שטויבער אויך, אבער נישט יעדעם איינעם.
האבן מיר פון איין זייט דער פוסק הדור, דער גאון הגדול רב וואזנער שליט"א פון בני ברק צוזאמען מיט דעם גרויסן ראש ישיבה רבי אליקים שליט"א וואס האבן גע'פסק'ט אז מ'זאל עס באגראבן אביסל ארויפציער פון זייער ארגינעלער פלאץ.
פון דער אנדערער זייט האט מען א שנוק און ווילדער מטורף מיילעך שטערן וואס שרייט אז מ'טאר נישט, איז יעצט די שאלה, ווער איז גערעכט, מיט וועמען דארפן זיך די ערליכע אידן צוזאמשטעלן.
ס'איז דא אידן וואס קוקן אויף א אנדערע פונקט ווען זיי ווילן וויסן אויף וועמענס זייט צו שטיין, זיי זעהן אין יעדע זאך איין זאך "ר' אהרן" ר' אהרן איז דארט דאן זענען מיר דא, ר' אהרן איז דא דאן זענען מיר דארט.
און דאס איז דער באדייט געווען פון דער גאנצער פראטעסט מיט 1400 בענקלעך אין מאריאט.
נאך מער דער שקרן מיילעך שטערן פארציילט נישט אז ווען ער איז אנגעקימען דארט אין אקטאבער 08 איז כמעט די גאנצע בית החיים געווען אויסגעגראבן קימט דער וועלטס שקרן אין דרייט א קאפ אז ער לאזט נישט אויסגראבן אין הגאון ר אליקם לאזט יא
וואט אר יו טאלקינג אבאוט?
מ'גייט הערן א פונקטליכט רעפעראט איבער די קברים אין שפאניע.
קיין צערעמאניעס, קיין שמאטע.
די שמאטע דא איז מילך שטערן. ער איז געווארן גוט אויסגעקוועטשט.
דער שמאטע איז מילך שטערן
דער שמאטע האט אפגעוואשן די גאנצע זאלי קאמפאני אין בלאטע !
איר האט זיך געבאדן מיט אים, יעצט טראגט איר דעם פנים !
נניח ! אבער נעם אין באטראכט:
רבי אליקים דער גאון עצום, זקן ויושב בישיבה איז דער "סתירת זקנים בנין"
מילך שטערן איז איז אייער "בנין נערים סתירה".
אייער פאן טרעגער איז א שמוציגער יונג.
אמאל איז עס געווען יאסעלע וואלדמאן
יעצט איז עס מילך שטערן.
הצד השוה שבהן איר טראגט דעם פנים פון אמעראצים און ביליגע יונגען.
דערפאר האבן אייך אלע אלע רבנים אויסגעשפיגן, און קיינער איז נישט געקומען.
יעצט עסט עס.
ווען ענק וויל פייטען ענקער שונא סאטמאר רב נעמען ענק א מנוול אין עם הארץ מיליך שטערן אין ענק פילן זיך זייער באקוועם אין זיין קאמפאני ווייל פין דעם באשטייט עטץ משא"כ ווען אונז וויל מיר פייטן מייליך שטערן וועל מיר נעמען הגאון ר אליקים שלעזינגער ציזאמען מיט אלע רבנים חברי אדמת קודש(די רבנים האבן נישט געמאכט קיין ביכלעך) מיט הגאון הרב וואזנער אין מיר פיל זיך זייער באקווען מיט אזאלעכע רבנים
צום ענין: די מערכה איז נישט עפעס א אהערגעשטעלטע מערכה א שטייגער ווי די שמיציגע מעיאר וואלען וואס פלעגט אמאל פארקומען אין ק''י (ווען די זאליס פלגען האלטן אין איין געווינען)
פשוט: א ביליגע יונג האט אנגעדרייט א המון פארביסענע מענטשן פין קליין ביז גרויס - (אזש ס'געווארען א חוב קדוש, מ'האט געדינגען א זאל אין מקום פריצות וואס איז אביסעל גרעסער פין עטרת אברהם, אין געשיקט די קווינס בחורים קלעבן צעטליך אין גאנץ נ''י סטעיט, א גאנצע נאכט צילאזטערהייט - ווי יעדער האט געקענט מיטהאלטן, די שיעורי תורה האט מען מבטל געווען אא''וו - אין צום סוף נעבעך אזא דורכפאל....) קעגן הגאון האדיר הזקן מופלג ראש ישיבת הרמה שליט''א, אוואדי נעמען זיך די סאטמערע אן פאר'ן גאון שליט''א,
מורי ורבותי! איר האט נעבעך א ביטערן טעות, מ'פארשטייט נישט דעם גאנצן ענין.
אידן בכל הדורות האבן אלעמאל געהאלטן די קברי ישראל הייליג און מ'האט זיך ממש געווארפן אינטער די טראקטארן אז מ'זאל די קברים נישט שעדיגן.
ווען ס'האט חלילה פאסירט אז די רשעות'דיגע מושלי הממשלה האבן יא געהאלטן ביי צושטערן א בית העולם, האט מען אויסגערופן א תענית ציבור און מיט ציטער'דיגע הערצער געשיקט די חברקה קדישא צו העלפן מפנה זיין די קברים און זיי אריבער פירן אויף די חלקים ווי מ'האט צוגעגרייט בלית ברירה. אזוי איז געוועהן אין פרעשבורג און אויך אנדערע שטעדט.
ליידער אין דעם לעצטן דור, ווען ס'איז א תקופה פון פני הדור כפני הכ... וואס איז נאך קיינמאל נישט געוועהן, האט מען אויסגעארבעט א נייע שיטה. (מיט א היתר מאה רבנים) אז די רשעי האומות וועלן גרובן וועט מען זיי נישט אפהאלטן, נאר לאזן זיי צושמעטערן די עצמות קדושי ישראל. און דאס איז ליידער א הוראה אויף די קומענדע צוויי הונדערט יאהר אז ווען די רעגירונג וועט זיך פארגליסטן צו אויסגרובן א בית עולם, וועלן זיי האבן דעם אויסגעטרעטענעם וועג פון אדמת הרבנים הקודש.
די גדולי הרבנים פון אדמת קודש האבן געוויזן אז דער גוי האט א פרייע האנד צו גרובן און נאכדעם וועלן די כבוד לעקער'ס קומען מיט בילדער ווייזן אז זיי האבן זיך באגעגענד מיט די רשעים ימח שמם און מ'וועט האבן די גרויס דערגרייכונג אז מ'קען שוין איינגיין אויף פשרות נאכ'ן גרובן.
לאמיר געבן א משל: אויב חלילה משיח קומט נישט די נאנטע צייט בעוונות הדור און דער בית החיים אין סיגעט איז חלילה וחס אין א סכנה צו ווערן פארניכטעט. ווייזן יעצט די רבנים א וועג אז אויב די רשעים וועלן קודם צושטערן דעם בית עולם, האלבע און גאנצע גופות קדושים וועלן ליגן אין באקסעס ביי די רעגירנגס פארשער, מ'וועט לאזן קודם גראבן אוין בויען א בנין. ס'וועט חלילה אויפן סמך פון די פרשה שעברה ביי די קברי הראשונים הרא"ש ורבינו יונה זי"ע מאכן פשרות. קודם וועלן די אומות העולם אויסגרובן א שטח פון 200 קברים. דערנאך וועט מען זיין בשמחה אז זיי געבן צוריק 150 סקעלעטן. ביי טייל קברים וועט זיין נאר די חלק הראש, ביי די אנדערע די אנדערע עצמות. און כלל ישראל וועט מוזן שווייגן. ווייל די אדמת הרבנים האבן אויסגעארבעט א פשרה.
עס איז נאך דא א היידפארק שרייבערעל וואס פארשטייט יא
קען אפשר איינער אריינסקענען ר' דוד שמידעל'ס בריוו פון חנוכה תשס"ז לפ"ק
|
קודם כ'האף אז די האסט נישט געליינט די ארטיקל אשר העם אין דער בלאט, אויב יא שטיי איך ווייט פין דיר, (ווען ענק ווער'ן אנקעפאטש זענען ענק דענזשרוס)
נאכעדעם וועגן דאס איז די שרייבסט אין גרויסע באלד אותיות, דאס ציברעכט מיך ממש, מ'קען עכט מיינען אז דאס מאל זאגען ענק אמת
צום ענין: למעשה ווער האט אויפגעטוהן אין שפאניע מיטן ציריקלייגען די קברים? אין ווער האט עס כמעט געשטערט מיט התגרות באומות ר''ל, האלט זיך צו די פאקטן
ניין לויט מיילעך שטערן טאר מען די קברים נישט באגראבען ח"ו, וויבאלד די שפאניע רעגירונג האט עס אויפגעגראבען דארף עס בלייבען אין סטאריטש און ח"ו מען טאר עס נישט באגראבען, פארוואס?
ווייל די אהרונים זאלן פלאצען...
דאס שרייבט צביהירש מיט די ריזיגע אויתיות
מיט די גאס וועט אויך זיין 10,000 מענטשן.
|
| ||||
|
|