היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » הכונו: מעמד חסד של אמת - עם הגאון האדיר רבי אליקים שליט"א

הכונו: מעמד חסד של אמת - עם הגאון האדיר רבי אליקים שליט"א

56 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2634848
בלאט: 1 2

רבי_יונה » 8/6/2009 01:53

ר' יחזקאל ראטה האט בויקאטירט מאריאט. קארלסבורכ וומס"ג האט בויקאטירט מאריאט הגאון בעל מאזני צדק האט בויקאטירט מאריאט. הגאון רבי ישראל בראדא האט בויקאטירט מאריאט אבער דא זענען זיי געווען - און זענען נישט אויפן פעיראל.

Ziskeit » 8/6/2009 02:29

באלאנד, פאפ דיך נישט, די אהרונים האבן א שענערע אויבן אן ווי עטס האט געהאט אין מעריאט. איך האב אויך געמיינט אז די אהרונישע אויבן אן וועט אויסקוקן אזוי ווי ענקערס אבער קוקנדיג די בילדער שטעלט זיך קלאר ארויס (צו מיין איבערראשונג) אז די אהרונים האבן דעליווערט סאך א שענערן אויבן אן. נישט אז זיי האבן געהאט עפעס ווייס איך וואס, אבער זיי האבן ענק געוואונען 2 קעגן 1.



תוקן על ידי ziskeit ב- 08/06/2009 2:27:10

rebyankel » 8/6/2009 03:37

קארלסבורגער רב א באקאנטער פליפ-פלאפער, - יא, אזוי זעהט מען אויס אז מ'גייט נישט אין שפאן, ר' געציל בערקאוויטש א איינגעשטעלטער (תרתי משמע) - דאך טראגט ער נישט אזא פנים ווי ענק פעיראל דיינים, אין זיין חתימה אדער השתתפות טראגט נאך א זעלטענע געוואלדיגע ערנסטקייט אין רעספעקט, ר' אהרן גרינוואלד איז געווען פונקט אזוי אין מאריאט - איי! קיינער האט אים נישט געזעהן, מן הסתם איז ער געווען פין די איבריגע 8500 מענטשן וואס מ'האט נישט אריינגעלאזט 

תוקן על ידי rebyankel ב- 08/06/2009 3:36:19

באלאנד » 8/6/2009 04:38

פארוואס ר' געציל טראגט אן ערענסטערן פנים ווי כ"ק הראב"ד שליט"א ווייס איך נישט, איך וועל דאס לאזן פאר דיינע ראסיסטישע הסברים, אבער הרב אהרן גרינוואלד איז געווען אין מאריאט צו די ווילסט צו די ווילסט נישט!

רבי_יונה » 8/6/2009 05:36

באלאנד.

אין מאריאט איז געווען א מושב ליצים - א כונפיא פון דעפרעסטע שארפטאנס און לואיס פאראקאן'ס
דא איז געווען אן אסיפה פון רבנים גאונים אדירים וועלכע זענען ממונה אויף דעם איבער וואס מ'האט געטאן און וואס מ'דארף נאך טאן.

א בחינה פון "הם רצים והם רצים".

באלאנד » 8/6/2009 10:05

לאמיר גיין אין די רייע אויסרעכענען איינס ביי איינס די "מעכטיגע" רבנים פון דעם אויבנאן און די מטרה פון זייער קומען, וידע הקהל וישפוט: 1) הרב אהרן גרינוואלד דומ"ץ פאפא - מטרה: תשובה על העבר וקבלה על העתיד. 2) הרב לייבוש טייטלבוים - מטרה: פעיראל דיין. 3) אדמו"ר מקאלסבורג וומ"ס - מטרה: מען האט אים גערופן. 4) הרב מענדל טייטלבוים - מטרה: פעיראל רב. 5) הרב מענדל זילבער - מטרה: בשליחות התאחדות וואס פרובירן צוריקצוכאפן די מאנופאל, נאכן דאס פארלירן פאריגע וואך ביים עצרת הרבבות. 6) אבד"ק באבוב - מטרה: תשובה על העבר קבלה על העתיד. 7) הרב אליקום שלעזינגער - מטרה: כבוד עצמו דורש. 8) גאב"ד קאלסבורג ב"פ - מטרה: עס איז א קאנטרווערסיאלע אישוי, (אגב איז דער זעלבער פאררעכנט געווארן דורך די אהרונים אלס לואי פאראקאן ביים זיך צושטעלן צו די בני יואל און נאכדעם צו די זאליס...). 9) הרב געציל בערקאוויטש - מטרה: איינגעשטעלטער (תרתי משמע, שוין דערמאנט?). 10) הרב וואזנער דיין אהרונים מאנסי - מטרה: פעיראל, און האט סתם אזוי פיינט כל אשר בשם סאטמאר יכונה. 11) הרב מנאנאש - מטרה: צו ווייזן פאר די זאליס אז פונקט ווי זיי קענען ברענגן דעם וועגשיידער רב מיטן בראדער רב קענען זיי פונקט אזוי ברענגן דעם נאנאשער... 12, 13) בני הרב שלעזינגער - מטרה: מצוות כיבוד אב. און יעצט זאגטס מיר ווער ס'האט די רבנים...
בלאט: 1 2