באמבע! שארפע בריוו פון גדולי הדור קעגן טאלער
64 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2627904
באמבע!
איצט האט דער מסור טאלער באקומען גאר א שארפע בריוו וואס איז אונטערגעשריבן פון די רבנים הגאונים הצדיקים
בדי"צ הרב וואזנער, ובראשם מרן פוסק הדור הרב וואזנער שליט"א
בדי"צ הרב לאנדא, ובראשם הרב משה לאנדא שליט"א
בדי"צ הרב קראליץ, ובראשם הרב נסים קראליץ שליט"א
און אזוי אויך ועל צבאם
כ"ק מרן גאב"ד ירושלים שליט"א
פרטים יבואו!
חדשים לבקרים, יעדן טאג קומען די אהרונים אויף מיט א פרישע איידיע אויפצולעבן זייערע איינגעשלאפענע.
ס'איז בכלל נישטא קיין ארוינים
דער ציוני הרב קארעליץ וועט אונז נישט איינטיילן וואס צו טין
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 21/05/2009 8:36:51
און וואס טוט זיך מיטען גאב"ד פין קווינס קעמפ? ער איז אויך געווארען א ציוני? והשנית הרב קארעליץ איז א ציוני און ער וועט ענק נישט איינטיילען וואס צו טוען הא????? און וואס איז בג"ץ אויב נישט קיין ציונים??? איך פרעג נאר מיזט נישט ענטפערען, דארפסט נישט פארדעם אליין אוועק לייגען די ניק פאר א פאר וואכען און ארויס נעמען א צווייטע, עס איז גוט אזוי.
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 21/05/2009 8:37:24
באלאנד את אשר יגרנו בא, איך האב דעם קול קורא, צו די ווילסט צו די ווילסט נישט, איך קען מיך נישט אויס וויאזוי דאס ארויפצושטעלן דא אויפן פורום, אז די ווילסט אדער ווער עס קען זאל זיך ווענדען צו מיר אין אישי אין איך וועל אים דאס שיקן אין א אי-מעיל.
קרעדיט: וויינשטאקעל
[בילד – נישט אפגעהיט]
נו זאליס, הייבט'ס אן קומען מיט ענקערע מעשיות, דער איז א ציוני דער א אגודאי, לעבעדיג, עסט ענק צווישן זיך.
פאר די זאליס גייען אן הייבן צי שעלטען וואספארא שייגן דער ירושלימ'ער רב איז
( נוסח טוביע ווייס )
לאמיר אלע אריין גיין אינעם אשכול פין די געהויבענע שבת אין קווינס קעמפ פין 2 צדיקי הדור
אין זעהן וואס די זאליס שרייבן ווי געהויבן דער שבת דארף זיין .
אין ווי די אהרוינים פלאצן אלץ, אז זיי האבן דער ירושלימ'ער רב.
אין יעטץ טאקע אין די מאמענט, זאל זיך יעדער אראפ שטעלן טראכטן פאר 2 מינוט
( א מאמנעט אוו סיילענט ) וואס וואלט ווען געווען ווען ר' מנשה דיין איז ווען ירושלימ'ער רב ?
סך הכל זע איך דא א בריוו וואס הייסט דעם מסרב לדין משה חיים ווייס מיט זיינע שווענצעלעך אז זיי מוזן אננעמען הגאון ר' נתנאל לידער שליט"א אלס בורר, כאטשיק זייער הגה"ק האט געשריגן "שלשה רועי בקר"! סאו אהרונימלעך, לשמחה מה זו עושה?!
[ס'דערמאנט מיך פון די גוטע צייטן ווען די הולכים בערכאות ומחללי שם שמים האבן יעדן מיטוואך "געוואנען" אין קאורט...]
ונז פריי מיר זיך מיט די זאלי'ס
לולי תורתך איז געבליבן מיט אבדתי בעניי אז אפילו אזא פשוט'ע בריוו וואס שרייבט ארויס קלאר למי החותמת ולמי הפת(ס)י(ו)לים קען ער נישט ליינען .
לולא
אויב איז די בריוו אז די ארונים מיזען אננעמען דעם בורר פאר וואס האבן זיי געשיקט דעם בריוו צי טאלער אין נישט צי ר חיים משה וויס
אויכעט האב איך פאר דיר נייעס אז די בריוו איז געווען פאר טאלער פערזענליך אין סגייט קימען א המשך נאך א בריוו וואס גייט זיין פאר די גאס וואס דער עולם האט צי טיען אויב ער שטעלט זיך נישט צי דין תורה
קינדערליך הערט זיך אויף טענה'ן ווייל עס איז פשוט א גועל נפש.
פארוואס:
1) ווייל אפילו משה רבינו וועט אראפקומען זאגן אז די זאליס דארפן גיין צו דין תורה, וועלן זיי אים זאגן גייט פון ווי איר קומט. מיר גייען נישט צו דין תורה !
די זאליס זענען נישט אינטערגעווארפען אונטער קיין שום דעת תורה פון קיינעם אויף דער וועלט, זיי האבן איין ציל, און דאס איז צו באקעמעפן כ"ק אדמו"ר רבינו שליט"א, וואס עס געלונגט זיי גארניקס.
2) זיי דארפן נישט קיין רבי און נישט קיין מוסר זאגער, און זיי וועלן נישט אננעמען קיין שום אויטאריטעט פון קיינעם. זיי האבן א רבי'ן בלויז צום שטויסן, און דאס איז זייער ציל.
3) די אלע בתי דין שרייבן אז "חברת שיכון קרית יואל" וואס איז משה פריעדמאנ'ס קאמפאני ארג. באלאנגט פאר די מוסדות און נישט פאר יחידים - וועלן מיר יעצט זעהן אויב הייסט רז"ל אויספאלגן די הוראה פון די רבנים?
זיי וועלן מיך נישט סופרייזן. און וועלן נישט אויספאלגן די הוראה פון די רבנים.
אביסעל קלארער
[בילד – נישט אפגעהיט]
ווי אן
אטעם באמבע
האט געלאנדעט די בריוו אויף די זאליס, זיי זענען שרעקליך צושאסן דערפון.
היינט איז ביי די זאליס חושך ואפילה איך בין פריער געווען אין ראדני, מאיר ראטה שרייט דארט וואזנער שמאזנער, טובי טובי, קרעליץ שמעליץ, לאנדא שמאנדא, ציונים אגודיסטין ווער האט זיי געפרעגט, איין ישראל חיים מנשה פאקט זיי אלע איין אין די זאקן.
אזוי לויפן זיי ארום ווי צוהיצטע צוהאקטע, זיי ווייסן זיך נישט וווי אהין צו טאן, משה גארביטש, לייזער קעסטענבוים, חיים צבי טייטלבוים, שאלי פערלשטיין, שמואל טייטלבוים, זענען היינט געווען יעדער באזינדער אפען טעלעפאן מיט ירושלימער רב מיט די ארגסטע קללות, ירושלימער רב הייבט שוין נישט אויף די טעלעפאן, נאר זיין רעביצען, און איצט איז זיי זוכה צו די קללת זאליס, יוסף90 איז פריער אריבער געלאפען צום ירושלימער רב מיט קולות, די רביצען האט אים ארויסגעווארפען מיט בזיונות, האט ער פון די פענסטער פון אינדעראויסען גענדיגט איבער געבן זיינע קללות.
צו הרב וואזנער פרובירען די חברה שוין צוקומען זייט נעכטן נאכט, אבער די טעלעפאן איז אפגעשלאסען פאר די זאליס, און קענען נישט צו קומען מצער זיין און באשעלטן הרב וואזנער שליט"א.
אזוי טעראזירען זיי איין רב נאכן צווייטן, ווייל זיי לאזן נישט די זאליס טרעטן אויף די תורה הק'.
ליצים זאגן אז רז"ל זאגט: אז ער האט געמיינט נאכטן אז ער פארט צו שחיטת שיגאגא, דערווייל איז ער אנגעקומען צו שחיטת בני ברק...
לולא
וואס האט ענקער בורר צי טוהן מיט דאס רבינו שליט"א האט געזאגט פאר צוויי יאר צוריק ביים דינער למוסדות יטב לב אז זיי האבן געטראפן שלשה רועי בקר (עפעס אפאר ספרדים) וואס האבן זיי מכלוימעשט געגעבן א היתר צי נעמען א עיקול לבג"ץ. אונז האמער קיינמאל נישט געזאגט אז מיר ווילן נישט ענקער בורר.
אבער לולא וואס טוט זיך מיט די פסק פין הגז"ל אין זיינע רועי בקר אז מען טאר נישט קיין צי קיין די תורה אין ח"ו צי גיין צי א זבל"א?? ועל כולם וואס וועט זיין מיט די תהלוכי הקהלה וואס נאר ענקערע רועי בקר קענען??? פאר וואס שרייבן נישט די בתי דינים אז מען דארף גיין צי די וואס קענען די תהלוכי הקהלה??
ס'איז נישט קיין חידוש, דאך איז עס אינטערסאנט וואספארא בליק די גדולי הדור האבן אויף
הגז"ל אין זיין באנדע.
" הרי הוא גזלן ומחלל שם שמים בפרהסיא וכל העוזר לזה הרי היא חבר לאיש משחית"
די בריוו איז געשיקט געווארן פאר יעדן, אין רעזולטאט פון די שוידערליכע חילול השמס וואס די בני ברקער משוגעים האבן געמאכט אין די גאנצע וועלט מיט שלאגן מערדערליך מענער פרויען און קינדער פאר די איינציגע חטא פון גייען קעגן זייער "פיהרער".
פאקט איז אז סאטמאר האט אלעמאל זיך געוואלט שטעלן צו די"ת און די אהרונים האבן עס אפגעהאלטן מיטן תירוץ אז זיי ווילן נישט קיין נארמאלע דיינים (ווי למשל הגאון האדיר ר"מ שפרן) נאר אזעלכע וואס ליגן ביי זיי אין טאש. יעצט האבן אלע גדולי ישראל זיי געהייסן אז זיי מוזן אננעמען די בי"ד אין די אויסשטעל וואס סאטמאר האט אלעמאל מסכים געווען.
די שקרן !
עטץ פלעגט'ס פארקויפן אז ענק מעגן זיך נאר שטעלן צי ענקערע דיינים, דא האט עטץ געכאפט דעם פראסק די, פאני תירוצים אז נאר ענקערע דיינים מעגן פסק'ענען לגבי סאטמאר
האבן די גאונים ארץ ישראל שנעל געמאכט א ענדע.
פאר זיי קענטס עטץ נישט פארקויפן די פאני תירוצים אז נאר ענקערע דיינים
ר' מנשה דער וואס ציט מיטן נאז, אדער הגז"ל פילעף, אז נאר זיי מעגן פסק'ענען, וואס בדרך אגב קיינער פין זיי קען נישט קיין חושן משפט.
איך ווייס נישט ווער סציט מיט די נאז (כבין זיכער אז דו וואס דו ציסט מסתם נישט מיט די נאז קענסט זיכער א מיליאן מאל אזויפיל מער לערנען ווי דעם סאטמארן ראב"ד, דיין א.ג. רבינ'ס רבי, וואס 'קען נישט קיין חושן משפט').
אבער איך ווייס יא אז נאר פון אזא צודרייטע סיסטעם ווי ענקערס האט געקענט קומען א בריוו אז מאיז גרייט צו גיין צו די"ת ביים בי"ד פון די ציוני הרב קארליץ אדער ביי די ציוני הרב לאנדא ווי "א בורר יחיד", נאר ווייל ענק האבן מורא פון דעם גאון הרב שאפראן וואס איז באקאנט מיט זיין שטארקן נישט נושא פנים זיין בהלכה, און במילא האבן ענק אים נישט אין טאש.
דער פאקט איז זיי קענען נישט קיין חושן משפט קיין איינער פין די דיינים
זיי האבן קיינמאל קיין דין תורה אין זייער לעבן נישט גע'פסק'עט.
( קוים וואס ר' מנשה פסק'עט א יורה דעה שאלה, טאמיר ס'ווערט א טראפ ערנסט שיקט ער צי ר' פישעלע הערשקאוויטש שליט"א )
די גרעסטע גאונים אין די וועלט האבן אינטער געשריבן אז ענק זענען גזלנים אין מחללי שם שמים
באלד וועסטו קימען זאגן אז ר' יצחק מאנדל האבן מיר אויך נישט אין טאש.
ס'איז אינז א כבוד צי האבן די גרעסטע גאונים אויף אינזער זייט.
תוקן על ידי - בשמחה_תמיד - 22/05/2009 5:17:32
_________________
ווייסט איינער וואס די זאליס גייען טיען, אויב זיי גייען זיך שטעלן צי א דין תורה.
ווייל רב פישער ( וועם זיי האבן נישט געהאט אין טאש ) אליינס האט געזאגט אז זיי מיזן נישט גייען צי א דין תורה, נאר ביי זייערע אייגענע לישקע.
איך האב שוין דא אויף הייד פארק מיטגעהאלטן עטליכע באמבע'ס וואס האבן קיינמאל נישט אויפגעריסן... עס קוקט מיר אויס דאס זעלביגע דא.
פון די בני ברק'ער מחלוקה אליין איז שוין דא געווען באמבעס מינים ממינים שונים, איין טאג א בריוו פון ר' ניסים קארעליץ'ס בית דין, און א צווייטער טאג איז געקומען א בריוו פון רב לאנדא.
נו? איר האט עפעס געזעהן א שינו לכאן או לכאן ? איר מיינט אז מ'גייט יעצט יא זעהן ??
רב וואזנער האט שוין געזאגט איינמאל זיין דעה, קארעליץ האט שוין געשריבן און רב לאנדא אויך, נו, יעצט שרייבן זיי דאס איבער אלע אויף איין צעטיל, נו, ס'איז נישט דאס ערשטע מאל, מ'האט שוין געהערט אזאנס.
זייט נישט אזוי בשמחה, דער באמבע האט נישט קיין גרויסע אויפרייס מאטריאל אין זיך!
עס מוז נישט זיין אז עס קומט די רעזולטאטן אויפן פלאץ מען וועט זעהן די רעזולטאטן שפעטער
מיינסט צוזאגען אז ענק גייען אנפייפען די תורה?
| לולא_תורתך כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] | | פאקט איז אז סאטמאר האט אלעמאל זיך געוואלט שטעלן צו די"ת און די אהרונים האבן עס אפגעהאלטן מיטן תירוץ אז זיי ווילן נישט קיין נארמאלע דיינים (ווי למשל הגאון האדיר ר"מ שפרן) נאר אזעלכע וואס ליגן ביי זיי אין טאש. |
|
אעך וויל דיר (נישט) וויי טאן אבער ר' מענדל שאפרן האט אינטער געשריבן אז די זאליס זענען מחללי שם שמים בפרהסיא.
איך בעט ווער ס'קען זיך מיט ר' חיים יושע פין מאנסי, זאל אים בעטן ער זאל סטאפן צי טערארזירן
אברהם טייטלבוים ירושלימ'ער רב'ס איידים, היתכן ירושלימ'ער רב האט אינטער געשריבן
ער סטאפט אים נישט נישט צי קאלן .
ר' חיים יושע זיי נישט קיין בעבי אין וואקס אויף.
לולא איך האלט אויך פינקט ווי דיר אז הרה"ג ר' מענדל שפרן איז א ישרן, אין אים קען מען נישט אינטער שמירן
ליינטס אין האט'ס הנאה, וואס ער שרייבט וועגן דעם זאל פארוועם מען קען באצלען.
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
עס ברענגט מיר א שמייכל..
איר האט די בריוו'ן און מיר האבן די זאל.
איר האט די רבנים און מיר זענען בעל הבית.
איר האט די באמבעס און אלעס פארט ווייטער.
איך זאג אייך נאכמאל. נישטא פארוואס זיך צו פרייען. ס'גוט פאר הייד פארק היינט און פאר די בלאט נעקסטע וואך, מער ווי דאס איז עס נישט ווערט.
צו די אזליס וועלן ווייטער טרעטן בשט ונפש אויף די תורה הק' און מחלל זייין שם שמים באופן נורא, איז נישט קיין פראגע.
די פראגע איז נאר וויאזוי זיי וועלן עס איצט טאן מיט די פסק פון די רבנים.
[בילד – נישט אפגעהיט]
רבי יונה איך פארשטיי נישט די פשט פון אריינרוקען דא די פאשקעוויל וואס די אהרונים האבן ארויסגעגעבן פאריגע וואך ביים יטב לב דינער, ווי קומט דא אריין דער בג"ץ? אין די גאנצע בריוו פון די רבנים קרליץ, לנדא, וואזנר (הגאב"ד שליט"א האט אונטערגעשריבן א צווייטע בריוו וד"ל ואכמ"ל) ווערט נישט ערווענט א ווארט פון בג"ץ, טא וואס דער קשר?. נאך איז שווער הלמאי דער בריוו וואס פארמאגט לשיטתכם אזויפיל אויפרייס מאטריאל האט נישט געפונען מנוחת כבודו אין שונד בלאט.
די זאליס זענען זייער צורידערט.
די לעצטע טעג קומען צו גיין פון ירושלים א משלחת צו די רבנים וואס האבן גע'חתמ'ט אויף די בריוו, אבער ביז דערווייל אן קיין ערפאלג, מען לאזט זיי נישט אריין צו די רבנים, אפילו ר' מענדל דאווידאוויטש האט מען נישט אריין געלאזט.
א חלק פון די רבנים וואס זיי האבן יא מצליח געווען אריין צו גיין, האבן די רבנים זיי געזאגט קודם חתמ'עט בוררות און דערנאך וועט מען ווייטער זעהן,
זיי האבן גע'טענה'עט פאר איינעם פון די רבנים, היתכן מען שרייבט "חבר לאיש משחית", און די גאס מיינט אז דאס גייט ארויף אויף זייער רבי? האט זיי דער רב געענטפערט, איך גלייב נישט אז איינער וועט מיינען אז אזא גרויסער צדיק ווי ענקער רבי חבר'ט זיך מיט דעם גזלן, אזוי אז ס'איז נישטא קיין שום חשש פגיעה בכבודו הרמה. (זעט אויס אז זיינע חסידים האבן יא געהאלטן אזוי)
בעצם פארשטיי איך נישט פארוואס דארפן זיי בכלל קומען צו די רבנים? זיי טענה'ען דאך אז די בריוו איז פאלש, די רבנים זענען אונטער געקויפט, די רבנים זענען פארקאלעכט.
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 26/05/2009 1:36:50
מצות די רב פין וועם די רעדסט איז געווען הרב שפרן זיי האבן געהאט טענות צי עם היתכן ער האט אינטער געשריבן דעם בריוו האט ער זיי געזאגט שרייבטס אינטער שטרי ברירן נאך דעם וועלן מיר רעדן
האבן זיי געטענט אז די גאס שמיעסט אז חבר לאיש משחית מיינט זייער רבי באט ער זיי געזאגט סקען נישט זיין יעדער קען ענקער רבי קיינער קלערט נישט אז ער איז א חבר לאיש משחית
אפשר דארף מען פרעגן ר' י.ח.מ.פ. שליט''א דער היינטיגער ראב''ד פון ווילי ווען ער איז געווען מג''ש און ישיבת תו''י פאר יאהרן צוריק ווער איז חבר לאיש משחית ?
קיין איינע פין די בתי דיינים האבן נישט צוריק געצויגן, טראץ די שרעקליכע טעראר וואס דארט גייט פאר .
נו! ס'שוין באלד ט''ו סיון, אין זיי האבען נאכנישט נאכנישט געמאלדן גרייטקייט זיך צו שטעלן צו די''ת טראץ די בקשה פין די גדולי הדור שליט''א,
גייען די זאלי'ס טוישען זייערע שטאטוטן אין זיך שטעלן צו די''ת? {היל''ת}
היהפוך כושי עורו ונמר חברברותיו ?
דעם קומעדיגען זונטאג איז טו סיון.
און אז דער בריוו איז שוין געווען דער לאנג ערווארטעטער "באמבע", מיינט דאס אז זונטאג קומט שוין אן ערד ציטערניש?
היינט איז שווין זינטאג
רבי יונה איך האב פאר דיר גאר שלעכטע נייעס: מארגן איז מאנטאג און גארנישט רירט זיך נישט, וואס וועט דא זיין???
אזוי. סטראשעסט מיר...
דו מיינסט אז איך טראכט אז אויב מארגן לייגט רעב זאלי נישט קיין תפילין וועט ער שטארבן..
מיינסט אז אויב מ'איז עובר אויף די עשרת הדברות שטארבט אויפן ארט.
ווען איינער איז א מסבר לדין און אן עבריין ווי דיין רעבע איז, מיינסטו אז דער עונש קומט תיכף.
ער גייט סלאולי אין דער אדמה. און יעדער זעט עס ב"ה.
| באלאנד כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] | | און אז דער בריוו איז שוין געווען דער לאנג ערווארטעטער "באמבע", מיינט דאס אז זונטאג קומט שוין אן ערד ציטערניש? |
|
ביזט גערעכט, די עכטע באמבע איז געווען אפאר יא ציריק,
ווען א יוד מיט בארד אין פיאות האט זיך נישט געשעמט אין גערופן די הנהלת המוסדות אין ציוניסטישען געריכט - כ'האב ענק נישט געהאלטן אזוי נידריג ביז דעמאלטס
דער איד רופט זיך הר' אהרן טייטלבוים! איר געדענקט אפשר א דאקומענט "עו"ד ... בשם מרשו משה חיים ווייס והרב אהרון טייטלבוים"?!
רעב זאלי טייטלבוים איז אין בג"ץ דאס וויסט יעדער.
ביי ענק איז דין תורה ערגער יהרוג ואל יעבור.
נישט אוזיסט זענען די פוסקי הדור קעגן ענקן.
דער גאון האדיר ופוסק הדור בעל שבט הלוי ובית דינו
דער גאב"ד ירושלים
הגאב"ד בני ברק ובית דינו
רבי ניסם קרליץ ובית דינו
איר בלייבט נאר מיט א לישקע פון שלשה רועי בקר.
און אויך מיט א סיין.
מאך מיך נישט רעדן אויף רעב ארי בארי באקסער טייטלבוים... יונה עס איז א פלעזשויר צו דיר צו רעדן ווען די בוסט אינטעלעגענט און ערוואקסן, ווען די ווערסט קארני און קינדיש זיך דיך צווייטע שותפים.