היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » די אמונה טפילה און ע"ז שקר מיטן נאמען "רבי ז"ל

די אמונה טפילה און ע"ז שקר מיטן נאמען "רבי ז"ל

70 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2620214
בלאט: 1 2

סופרעמעסי » 7/5/2009 01:09

מיר שטייען שוין בקיץ תשס"ט לפ"ק, אט אין אפאר חדשים ארום גייט זיין דער
דרייסיגסטע יארצייט פון מרן רבינו הק' מהריט"ב מ'סאטאמאר זי"ע,



אט אין די תקופה איז וויכטיג אז תלמודי וחסידי סאטמאר זאלן זיך מתבונן זיין ווי
מ'שטייט, און ווי מ'האלט במשנתו של רבינו, ליידער ליידער האבן מיר דעגרייכט צו
א מצב וואס מענטשן ווייסן שוין נישט וואס איז יא סאטמאר און וואס איז נישט
סאטמאר, עד כדי כך אז די יונגערע עולם אינטרעסירט נישט מער די וויכטיגסטע
יסודות פון סאטמאר, כדי צו פארשטיין וואס מיר מיינען מוזן מיר דאס אביסל
ברייטער מסביר זיין און אביסל צולייגן.



ווי באקאנט פאר יעדע סאטמאר'ע חסיד איז די ערשטע יסוד געוועהן ביים רבי'ן אז
מ'טאר נישט פאלגן א רבי'ן בלינדערהייט בפרט ווען ס'איז נגד התורה, דאס איז
געוועהן זיין שטעלונג ביי פרשת בעלזא, און צו דעם האט ער געברענגט א ראי' אז די
התנגדות פון צאנז קעגן סאדיגורא איז געוועהן צוליב דאס אז מ'פאלגט א רבי'ן מיט
פארמאכטע אויגן אפי' ווען ס'איז נגד התורה.



נעבאך נעבאך, דבר שנצטער בו אותו צדיק יכשל בו זרעו, ס'איז שווער צו רעדן
דערפון, מ'קען דאס אפי' נישט שרייבן אין קיין שום אנדערע אויסגאבע, ווייל ווער
ס'וועט נאר וועלן שרייבן אזעלכע ווערטער וועט גלייך הייסן א שייגעץ און א משכיל
וואס רעדט אויפן רבין זיכערוינעבראכע, אבער לאמיר קוקן מיט א ניכטערע בליק אויף
אייניגע דוגמאות וויאזוי ווערן געמאכט מיינונגען בזמן הזה.



אריזאנע ווייץ:

מן הדין וואלט די מתירים געדארפט ארויסקומען מיט א טענה אז זייערע ווייץ איז
מורא'דיג מהודר, ווייל, ס'איז נישט מצומחות, ס'איז גוט, ס'איז שיין, ווייל אזוי
שטייט דא און דארט, און דא ציטירט מען א רייע פוסקים וואס האלט אזוי און
פארטיג,



צד האוסר, וואלט געדארפט מן הדין שרייבן אנדערע פוסקים לשיטתם וואס האלטן
פארקערט, אזוי זאל ווערן געפירט א תורה'דיגע מערכה און יעדער קען זיך
אויסקלויבן וועלכע צד ער וויל.



למעשה, די גרעסטע געווינס פארן צד המתיר איז געוועהן, אז מ'האט געטראפן א עד
אין "דער איד" ווי עס שטייט אז מ'שניידט ווייץ בשנת תשכ"ז עפ"י הוראות כ"ק
אדמו"ר שליט"א (זצ"ל) אין אריזאנע, און מיט דעם עד פייערט מען א זיג אז דער רבי
זיכערוינעבראכע אליין האט געניצט דעי ווייץ,



צד האוסר, שרייבן אז דער רבי האט נאר געניצט פון שפיץ בארג און זיי ניצן פון
טאל, און פאר זיך אליין האט דער רבי אוודאי נישט געניצט דעס, און די אנדערע צד
זענען גאר די וואס זענען משנה פונעם רבין זיכערוינעבראכע, און דערפאר קומט
ארויס א קול קורא אן קיין איין ווארט דברי תורה נאר פשוט כל המשנה ידו על
התחתונה, ס'קומט ארויס א קונטרס וואס כמעט יעדע בריוו איז נאר אז מ'טאר נישט
משנה זיין פון רבין.



עירוב:

מן הדין וואלט צד המתיר געדארפט ארויס קומען מיט א בירור להלכה אז דער עירוב
איז כשר מטעמים הרבה עפ"י הלכה, צד האוסר זאל ארויס געבן א בירור להלכה אז
ס'איז אסור מכח כמה פוסקים,



למעשה, צד המתיר האט ארויס געגעבן גאנץ א שוואכן בירור, אבער דער עיקר איז
געוועהן אז זיי האבן עדות'שאפט פון עטליכע מענטשן אז דער רבי ז"ל האט יא געקענט
באשטיין ס'זאל זיין א עירוב,



צד האוסר איז דאך קלאר ממש אז די חומר האיסור איז נאר דאס ווייל דער רבי
זיכערוינעבראכע האט דאס נישט געוואלט (נישט געמאכט), מ'פארשפרייט א גאנצע
קונטרס מיט גביית עדות אז דער רבי האט נישט געוואלט, יעדן דריטן שבת קומט ארויס
א פליג בלעטל מיט איין טענה אז דער רבי איז מרא דאתרא און דער רבי האט נישט
געוואלט, און דערפאר דארף מען שרייען "שבת" היתכן די מענטשן (וויזינץ'ע און
בעלזא) פאלגן נישט דעם רבי'ן.



דערי לולבים:

איין צד זאגט אז דער רבי זיכערוינעבראכע האט געשיקט אתרוגים און נישט לולבים
בשנת השמיטה קיין א"י, איז משמע אז דער רבי האט נישט געהאט קיין פראבלעם מיט די
לולבים,

צווייטע צד זאגט, אז לולבים האט די זעלבע דין ווי אתרוגים וואס ביי אתרוגים איז
דער רבי געוועהן זייער שארף, און די זעלבע שארפקייט איז גולטיג אויך ביי
לולבים,

אבער זיך מטריח זיין און זיך אריין לאזן בבירורי הלכות מאן דכר שמי', דער נידון
איז נאר רבי ז"ל יא רבי ז"ל נישט.



שיניום אין די שחיטה בעתיד:

עס הערט זיך שמיעות אז ס'גייט ווערן תיקונים אין די שחיטה, די צד האוסרים לאזן
זיך שוין הערן אז מ'מאכט שיניום, היתכן מ'איז משנה פון רבי'ן זיכערוינעבראכע,
ס'איז עק וועלט, די צד המתיר האט שוין אפיר געזיכט מראה מקומות ווי דער רבי ז"ל
אליין זאגט אז ס'איז נאך דא א מקום פאר מער חומרות און אדרבה ווער ס'קען זאל
מחמיר זיין,



ווידער די זעלבע מעשה, עס גייט נישט ווערן קיין נידון להלכה צו ס'איז א מעלה צו
א חסרון כלפי די הלכה, די נידון איז איין זאך, רבי ז"ל יא, רבי ז"ל נישט, אזוי
גייט דאס ביי יעדע מערכה און ביי יעדע זאך, קיינער רעדט נישט פון תורה, פון
הלכה, פון פוסקים, אלעס דרייט זיך נאר רבי זיכערוינעבראכע,



רבותי! איז דאס נארמאל?, זענען מיר משוגע געווארן?, איז טאקע שוין נישטא קיין
תורה אויף דער וועלט?, די גאנצע תורה קען מען אויסרייסן מיטן ניגון רבי
זיכערוינעבראכע?, דאס גופא איז געוועהן די גרעסטע ווייטאג ביים הייליגן רבי'ן
אז אידן רעכענען זיך נישט מיט די תורה נאר אלעס גייט דער רבי! דער רבי!, ווי
האלטן מיר?



סאטמארע חסידים וואס האבן זיך געהאלטן אלעמאל העכער פון אנדערע חסידות בלויז
מיט דעם אז מיר גייען מיט די תורה, די תורה איז העכער אונז און העכער דעם
רבי'ן, נישט אז דער רבי איז העכער די תורה, ווי שעמען מיר זיך נישט אז אין דעם
פרט שטייען מיר ערגער ווי אלע אנדערע חסידות'ער, ווי דערוואגט זיך א סאטמארע
אפצולאכן פון א ברסלב'ע חסיד אז ער האט א טויטן רבי'ן, און וואס האסטו?, איר
לאכט פון לובאוויטש?, איר לאכט פון סקווירא אז די שוואנץ'נות איז גרויס דארט,
און ווי איז ענקער / אונזער שוואנץ'נות?....



וויאזוי איז דאס געשעהן?



שווער צו זאגן פונקטליך, אבער מיר האבן פיל חוקר געוועהן אין דעם ענין, און
לויט אונזער אפשאצונג איז די מצב אזוי, אין די ערשטע יאר פון די הנהגה פון
רביה"ק זי"ע דא אין אמעריקא האט דער רבי גופא געהאט איין ציל, אויפצושטעלן
אידישקייט דאהי פונקט ווי אמאל, ת"ת'ס, ישיבות, מיידל סקול'ס, כשרות, צניעות,
און א מלחמה קעגן ציונות אויך ווייל דער רבי האט געזעהן אין דעם א שטארקע
פראבלעם צו אידישקייט, און די דעמאטסדיגע תלמודים האבן דאס גוט פארשטאנען וואס
דער רבי האט געהאלטן אז די מערכה פון קנאות איז נישט קיין פערזענדליכע מלחמה
נאר א מלחמה קעגן די מעשה הרשע, זיי האבן אויך פארשטאנען אז אנדערע רבי'ס און
חסידים זענען נארמאלע מענטשן מיט א מהלך, (זיי זענען אפשר זיך טועה מיט אייניגע
זאכן אבער זיי זענען געהעריגע ערליכע אידן ככל בית ישראל) פאקטיש זענען אין די
י' יארן געוועהן זייער אסאך מענטשן וואס האבן זיך געקוויטלט אדער געגאנגען צו
טישן פון אנדערע רבי'ס און גארנישט האט פאסירט.



די דור איז אונטערגעוואקסן ס'איז געווארן א נייע דור וואס זענען געבוירן
געווארן נאך די מלחמה, מיר וועלן זיי אנרופן די כ' תלמודים, אין די כ' יארן איז
שוין געווארן דער מציאות פון סאטמאר אביסל גרעסער, די תלמודים האבן שוין נישט
געהאט די זכי צו הערן יעדע דעטאל פון רבי'ן אליין, דער רבי גופא איז געווארן
מער פארנומען מיט די גאנצע וועלט, האט זיך דער נארמאלקייט פון א סאטמארע תלמוד
אביסל גענידערט צו א מדריגה פון א פארטיי, באגלייט מיט שארפקייט און קנאות, ווי
די יונגערע ציבור האט שוין נישט תופס געוועהן דעם גאנצן מהלך פון רבי'ן מיטן
גאנצן קלארקייט,



און די צווייטע העלפט כ' יארן פון שנת תשכ"ח האט זיך אנגעהויבן א נייע תקופה,
די שפעטערע כ' תלמודים און די ל' תלמודים האבן דאך שוין נישט געהאט דעם רבי'
געזונטערהייט און נישט געזעהן דעם רבי'ן אקטיוו, איז דאך געוועהן א ספק אז זיי
וועלן זיך אפשר אינטערסירן וואס טוט זיך ערגעץ אנדערשט, די פאבריק פון סאטמאר
האט זיך פארגרעסערט און מ'האט געדארפט מחנך זיין א נייעם דור,



ר' נתן יוסף ז"ל וכת דילי', הרבנית וכת דילה, און די גרויסע קעפ פון סאטמאר,
האבן געזעהן אז פאקטיש איז רביה"ק איינער אליין אויף איין זייט, און פון די
אנדערע זייט זענען געוועהן היפש גרויסע לייט ממש לייבן, נו וויאזוי איז מען דאס
מסביר פארן נייעם דור אז מיר זענען נישט קיין סתם לאוזערס, קודם האט מען דעם
רבי'ן מורא'דיג גרויס געמאכט, (דער רבי איז באמת געוועהן די גרעסטע בזמנו)
מ'האט כסדר געזאגט אז דער רבי וואלט אפי' בימי בעש"ט געוועהן א חידוש, דער רבי
איז דער חת"ס דער דברי חיים דער יש"מ דער יט"ל אויפאמאל, (ס'איז אמת אז דער רבי
האט געהאט שטירכן פון יעדן איינעם, טאקע דערפאר ווייל דער רבי האט ברוב חכמתו
זייענדיג אין א דור שפעטער פון די אלע צדיקים פארשטאנען דעם כח פון די אלע
גדולים וצדיקים און ארויסגענומען די מהלכים פון יעדן איינעם אויפצוטון פאר
אידישקייט)



דערנאך האט מען אנגעהויבן אוועק צו מאכן די אנדערע, מ'האט אריין געווארפן חוזק
ווערטער אויפן גור'ע רבי'ן, אויפן סקווירא רבי'ן, אויפן וויזניצער רבי'ן, אויף
יעדן איז געוועהן גרייט א אנדערע מין הלצה וואס איז אריין געקראכן אין די מוחות
פון די סאטמארע תלמודים אז אלעס אויסערן רבי'ן איז א חוזק.

דערנאך האט מען סתם אזוי אוועק געשטעלט א יסוד אז די רבי'ס וואס האלטן נישט
מיטן ויואל משה זענען מינים אפיקורסים, סטרא אחרא, זייער תורה גייט צו די
קלופה, ס'איז אסור צו קוקן אויפן זיי,

(ר' חיים אלטר בראך שליט"א טענה'ט אז די מערכה אז די אנדערע רבי'ס האבן א דין
ווי גוים איז געשאפן געווארן נאכן שידוך פונעם ברך משה מיט וויזניץ כדי גרעסער
צו מאכן זיין עבירה און אים מער פסל'ען צו ווערן ממלא מקום)



דער מציאות ווייזט, אז מ'זאל נעמען א סאטמארע תלמוד פון די י' יארן, וועט ער
קיינמאל נישט רעדן קעגן דעם אמרי חיים, אדער קעגן די ליטווישע גדולים, מ'וועט
נישט הערן פון זיי זאגן אז יענמ'ס תורה גייט צום ס"מ, ווידער די כ' תלמודים
רופן שוין דעם אמרי חיים ביים נאמען, און די ל' תלמודים ווייסן שוין חוזק צו
מאכן אה דער וויזניצער מיטן קעגל....



ווייל אין די ל' יארן האט מען דעם רעדל געמוזט דרייען שטערקער פון ביידע זייטן,
איינס דעם רבי'ן מאכן נאך הייליגער (פאקטיש איז געוועהן א מורא'דיגע תשוקה פון
די חסידים צום רבי'ן אין די נישט געזונטע יארן, בלויז צו קענען קוקן אויף די
צורה איז געוועהן א געווינס און א שמחה וואס מ'קען נישט היינט מסביר זיין) פון
די אנדערע זייט האט מען געבלאזן קעגן די אנדערע רבי'ס אז זיי זענען שקצים
ליידיגייער'ס ועוד, כדי דער עולם זאל נישט אנטלויפן.

(עכ"ז איז געוועהן לעכער פון אלע זייטן ווי ס'איז ארויס גערינען מענטשן מחמת די
ליידיגקייט ווי צ.ב.ש מענדל וועכטער, די מעכעליסטן ועוד)



אזוי האט מען באמת געפיטעטר דעם עולם מיט אזא מהלך, אזוי ווייט אז קיינער האט
באמת נישט געטראכט אויפן עתיד וואס וועט זיין ווען דער רבי גייט ארויף אויפן
עולם האמת, כאטש דער רבי איז געוועהן אלט און שוואך איז ניטאמאל עולה געוועהן
אויף די מחשבות אז מ'דארף טון אויפן עתיד.



כ"ו אב ווען דער רבי איז אוועק, דא איז שוין געוועהן עק וועלט, מענטשן האבן זיך
באמת געריסן די האר פון קאפ, מ'האט באמת געפילט ווי די וועלט ענדיגט זיך, מ'האט
אפי' נישט געקענט טראכטן נארמאל, מ'האט נישט געקענט טראכטן פון זיך צוזאמען
קלויבן פון דאסניי, ווייל אלעס איז ביז יעצט נאר געוועהן דער רבי דער רבי,



מענטשן האבן געהאלטן ס'איז נארמאל צו זינגען יעדע וואך דעם זעלבן לא תבושו
ניגון (גאנצע דריי יאר האט דאס אנגעהאלטן) ווייל דער רבי האט געקלאטשט אויף דעם
ניגון,



מענטשן האבן געהאלטן ס'איז נארמאל צו מאכן א טעוועלע "מקום זה ישב", ווייל דער
רבי איז דא געזעסן,



מענשן האבן געהאלטן ס'איז נארמאל צו מאכן אויפן ציון א ביהמ"ד ווי אין מרון,
ווייל דער רבי ליגט דא,



אין די ערשטע תקופה איז נישט געוועהן אזא זאך א איד זאל קומען קיין ק"י אין
נישט ארויפגיין צום ציון, יעדן ליל שישי, יעדע ערב ר"ח, און ווען נישט, (אויך א
נייע זאך וואס איז נישט געוועהן ביז דאן אז מ'זאל לויפן אויף א ציון בכל עת
מצוא, אמאליגע צייטן פלעגט מען גיין בלויז אינעם טאג פונעם יארצייט אדער צומאל
ערב ר"ח).



האט איר אמאל געטראכט פון דעם?, וואס איז די באדייט פון דעם נר תמיד אין אלע
סאטמאר'ע בתי מדרשים?, א נר נשמה צינד מען אן בלויז דאס ערשטע יאר, דערנאך צינד
מען מער נישט קיין לעכט בלויז אינעם יארצייט אדער אויפן ציון ווייל נאכן יאר
דארף מען מער נישט טון פאר עליית נשמה, וואס איז פשט פון די נר תמיד'ס אין
ביהמ"ד?, צו דארף דעם רבינ'ס נשמה אן עלי' ביז היינט צו טאג?



מענטשן טראכטן נישט, די גאנצע אנגעצינדעכטס פון א נר תמיד אזא נר של שמן וואס
ווערט באנייט יעדע וואך איז נתחדש געווארן שנת תש"מ, רוב מקומות אויף די וועלט
איז נישטא אזא זאך, און ווי יא איז עס נאר נאכגעמאכט פון דא ווייל ס'איז דאך
מעשה רב,



ווי נאר קהל האט באשלאסן אויפצונעמען דעם ברך משה אלץ ממלא מקום, האט זיך
דיוועלעפט א פאביע צווישן ציבור אז מיט א נייעם רבי'ן ווען מען חלילה פארגעסן
פונעם רבין זיכערוינעבראכע, און ס'האט זיך אנגעהויבן א רייע מיט השתדלות כדי
שלא ישתכח תורת רבינו, (עטליכע פון די השתדלות איז ווי פריער דערמאנט, טעוועל,
ציון, לא תבושו) אלעס צוליב דעם פחד אז מ'דארף געדענקען דעם רבי'ן, און אז דער
רבי זאל נישט פארגעסן ווערן,



מענטשן פלעגט אריין זינגען ביי די תפלות פון ברך משה ביי קידוש דארט ווי ער האט
משנה געוועהן דעם נוסח פון רביה"ק, דער ברך משה גופא איז געוועהן א ענותן (אויף
זיין עניוות וועט קיינער נישט מחולק זיין) ווער ס'האט געהאט הענט און פיס האט
אים געטרייבערט די ערשטע צייטן מיטן רבין זיכרוינבארכע, אז מ'דארף חזר'ן דעם
רבי'נס שיטה, הגם ער אליין איז אויך געוועהן דערביי, ווי ער פלעגט אלץ זאגן
אלעס איז דעם פעטער'ס כח, ער פלעגט טאקע אין די ערשטע צייטן ביי יעדע תורה
נאכזאגן א דברי יואל אפי' ווען ס'איז נישט געוועהן לענין,



דאס האבן אויך אלע געהערט און זייער אסאך פעלער אז דער ברך משה פלעגט זאגן
בזה"ל

*"מ'דארף קוקן וואס דער פעטער וואלט געטון אין אזא צייט" *

ער אליין האט עס נעבאך זייער ערנסט געמיינט, ווייל ער האט געוויסט אז זיין
אייגענע מיינונג איז נישט מחייב קיינעם, ס'וועט נאר מחייב זיין מענטשן ווען ער
וועט קומען בשם ובלשון רביה"ק,



אזוי איז דאס געשטיגן במעלות, און זיך אריין געוואקסן דעם פראבלעם נאך גרעסער,
דער ברך משה האט נישט קיין אייגענע דעת, אלעס איז נאר תורת רבינו, שלמה יענקל
איז מפיל יעדע צווייטע יאר נאך א ספר מושיען ש"י, ווי ער פארבריצירט פרישע
סחורה פריש פון אויוון ארויס מעשיות, איין חיבור איז ער מסביר אז דער רבי איז
געוועהן דער דברי חיים, איין קאפיטל אז דער רבי איז דער יש"מ, איין קאפיטל
הייסט "כל אחד נדמה לו כבני אומתו" אז דער רבי איז דער קאמארנה, ר' מרדכי'לע
נאדברנה, זדוטושוב, דזיקוב, בלאזוב, שינאווא, ציעשנוב, קאלשיץ, ראפשיץ, און
וואס נישט, ר' עזריאל גליק האט גרייט צו יעדן מצב א מעשה וואס בדידי הוה עובדא,
נאך א מזל ער האט געשעדיגט זיין קרעדיט נאך ביי די שבעה שרייענדיג מיט בכיות
"ווחחיי".....



ר' מנשה פיליפ מיט אברהם דוד גליק קומען ארויס מיט זמירות'ן און מחזורים, דארטן
שטייט מנהגים, וואס די תמימי לב קויפן דאס פאר גוט געלט, און די ביסל ברייטערע
מוחות שעמען זיך געפערליך דערמיט, אבער ווער ס'לאכט אפ איז א שייגעץ ווייל ער
לאכט פון רבי'ן ער וויל פארגעסן פון רבי'ן,



אין די מנהגים איז באמת פארהאן שטותים והבלים, וואס פאסט ענערשט פאר קרעטשניפע
חדר יונגלעך, אז דער רבי האט געהאט א טיש בעקעטישע און די גארטל איז געוועהן
מאותו המין, און דער רבי האט געטינקען חלה במרק דגים, און געגעסן א גרויסן
שיעור לפתן מיט ווייסע קוגל און ברוינע קוגל, ווייל וואס די רעבעצן האט באשלאסן
אז ס'איז גוט און ס'איז שיין צום טיש ווערט באלד א מנהג מיט א מקור,



דער רבי זאגט א דרשה ר"ה, כל נדרי, זאגט די הייליגע מנהגים "בשעת הדרשה הי'
הגידיו על מצחו בולטות"....

ר"ה לפני קריה"ת מכרו העליות (און דער רבי האט געהאט א מנהג אז) וכל המרבה
במכירה זכה....,

בכלל איז נישטא אויף דער וועלט אזא זאך ווי אין א מחזור מיט הייליגע תפלות און
פיוטים זאל מען אריין דריקן מנהגים אינצווישן, בשלמא אנהייב אדער סוף מחזור
מהיכי תיתי, אבער אינמיטן דאווענען אינצווישן די תפלות פאקט מען אריין די
הבלים, דאס איז שוין חידושים....



בכלל איז דער זמירות – מנהגים מקלקל, מ'שרייבט מנהגים און די פשוטי המון עם
מיינען אז מ'דארף דאס נאכמאכן, א דוגמא אחת מני אלף, דער רבי האט געהאט א מנהג
צו עסן קודם אלע מאכלי שבת און נאכדעם זינגען זמירות, ווייל ביי צדיקים איז די
אכילה א עבודה בפני עצמו, ווידער האבן אידן געוויסט אז די מנהג איז שבת קודש
ביים טיש איז די סדר השולחן א זמר א מאכל, א זמר א מאכל, כדי נישט נתגשם צו
ווערן אין די מאכלים, אזוי פירן זיך שוין אידן יארן לאנג מיט מסורות אבות, אבער
היינט איז דאך דא א זמירות פון רבי'ן דארף מען דאך נאכמאכן, מ'טאר דאך נישט
פארגעסן פון רבי'ן, איז מען משנה קודם עסט מען נאכדעם זינגט מען (מיר ווייסן
פון אסאך אידן וואס האבן משנה געוועהן דעם שינוי בלויז צוליב דעם זמירות) איז
דאס רעכט?, משנה זיין מסורות אבות צוליב א מנהג וואס איז מיוחד בלויז פאר
צדיקים??....



דער שיטה אז מ'טאר נישט פארגעסן און די פאביע אז מ'פארגעסט טאקע פון רבי'ן איז
מיטגעוואקסן, יעצט לאמיר נאר פארשטיין וואס טאר מען נישט פארגעסן?,

דא איז שוין יעדער מחליט ביי זיך אליין וואס איז געוועהן דעם רבי'נס רצון וואס
מ'טאר נישט פארגעסן, אין תלמוד תורה ווען די קינדער זענען נאך גאנץ קליין די
ערשטע זאך וואס מ'לערנט אויס די קינדער אז דער רבי האט געזאגט "אויף א מחיקה
קלה איז דער רבי נישט מוחל בזה ובבא", דערנאך הייבט זיך אן א סעריע פון
שארפקייט און קנאות וואס מ'פארציילט פאר די קינדער וואס דער רבי האט פארמאגט,



ר' אברהם דוד גליק האט ספרים אויף אידיש, מעשיות פון רבי'ן, כמעט יעדע צווייטע
מעשה איז ווי דער רבי האט מקפיד געוועהן און זיך געבייזערט....



יעדעס קינד אין סאטמאר ווייסט אז די סיבה פארוואס מ'לערנט חומש רש"י איז ווייל
ר"ר מרדכי'לע נאדבורנה האט געהייסן דעם רבי'ן לערנען חומ"ר אזוי וועט ער וויסן
אז ס'איז דא א באשעפער אויף די וועלט, לאמיר טראכטן ווי א סאטמאר'ע חסיד דארף
טראכטן, צו דארף מען לערנען חומ"ר ווייל דער רבי האט געהייסן בשם ר' מרדכי'לע?,
ניין, מ'דארף לערנען חומ"ר ווייל ביסט א איד אין אזוי שטייט אין שו"ע, מיר
האלטן נישט די תורה ווייל די רבי האט געהייסן, מיר האלטן די תורה ווייל דער
באשעפער האט געהייסן, ווידער א פגם אינעם רבינ'ס מהלך מ'דארף נישט פאלגן דעם
רבי'ן מ'דארף פאלגן דעם באשעפער.



דאס קינד ווערט א בר מצוה בחור און גייט אריין אין ישיבה זאגט מען אים אז דער
רבי האט געזאגט "אייגענע קרעמלעך איז דאס ארגסטע" דער רבי האט געזאגט אז זינגען
ניגונים ביים טיש איז שקר, ממילא קומט דאך אטאמאטיש אויס אז די וואס זינגען יא
זענען שקרנים, דער בחור געט זיך א קוק אום ווער זענען די אידן וואס טראגן דעם
פאן פון רבין ז"ל, ווער זענען די אידן וואס הייסן רבי זיכרוינעבראכע אידן, ער
דערקענעט זיי באלד, אט די אנגעזויערטע ביטערע אידן זיי זענען די ממשיכים,



נו! וואס זאל דער בחור טראכטן?, ער איז גאנץ שנעל מחליט אז דער גאנצע המשכה רבי
זיכרוינעבראכע איז נישט פאר אים, דאס איז אזא שארפע ביטערע זאך וואס איז נישט
פאר זיין מח, דאס מערסטע הערט ער רעדן פון רבי'ן איז ביום ה' אייר וואס דאן
לאזט מען זיך ארויס מיטן גאנצן שארפקייט אונטער צו רייסן די ציונום, ווידער מיט
שארפע מהלכים,

בחורים און יונגעלייט קוקן אן דעם עלטערן דור וואס האט יא געקענט דעם רבי'ן,
ווי אלע גדולים וצדיקים ווערט ביי זיי אוועק געמאכט מיט א ביטול, מ'מעסט א גדול
א רבי צו א ר"י לויט וויפיל ער איז געקומען צום רבי'ן...., ס'מאכט זיך אז א ר"י
קומט פון א"י זאגט מען גלייך דער איז איז א שוואכע זאך קיינמאל נישט געקומען
צום רבי'ן.....,



מ'זעהט אידן וואס געדענקען נאך די געזונטע יארן פון פאר תשכ"ח ווי זיי רעדן מיט
אזא התלהבות פון די רעבעצנ'ס טשיז קעיק און בארשט, וואס טראכט דער יונגע דור?

כמעט 99 פראצענט תלמודים וואס זענען שוין יא געוועהן ביים רבינ'ס שיעור, וועלן
רעדן מיט אזא נאסאלגיע פונעם רבינ'ס קאצקע צוקער , ווי דער רבי פלעגט דאס
צוברעכן אין פיר שטיקער...

בכלל זייט ווען רעדט מען פון א רבינ'ס עסן און טרינקען?, מיט וועלכע עלטערע איד
מ'רעדט וועט נאר רעדן פון זיין רבינ'ס תורה יר"ש צו תפלה, אדער אהבת ישראל,
אפי' די נאסאד'ע חסידים וואס דארט איז שוין יא געוועהן אביסל א עסק פון מאכלים,
צו הערט מען דען רעדן ביי די נאסאד'ע חסידים פון די נאסאד'ע מאכלים?, כ"ש וק"ו
ביים רבי'ן וואס דאס עסן איז באמת קיין עסק נישט געוועהן, קענען זיצן אידן מיט
גרויע בערד און דעבאטירו די רעבעצן'ס מאכלים....



וואס איז דער מצב היינט?

דער מצב היינט ווען עס איז שוין דא א פרישן דור, אט די נייע ווייסן באמת
גארנישט, זיי קענען דעם רבי'ן נאר פון די דרשות און מאמרים וואס ווערט געשריבן,
ליידער ליידער זענען זייער אסאך סאטמאר'ע יונגעלייט בועט אין שיטה הק' און אין
די סאמע וויכטיגסטע יסודות פון רבי'ן, מ'פארט קיין א"י, מ'לויפט ארום אויף אלע
פלעצער, מ'גייט צום כותל אן קיין עיכוב, קבר רחל, מערת המכפלה, בכלל פארן אויף
א"י אזוי לייכטזיניג איז געוועהן א שווערע זאך ביים רבי'ן, אבער כהיום רעדט
נישט קיינער דערפון, מ'איז בועט אין די גאנצע זאך, פאר איין סיבה, ווייל מ'האט
באמת נישט ארויס וואס דער רבי האט געוואלט, ס'איז ליידער נשתכח תורת רבינו.



צו הערט מען היינט רעדן פון אזא מאמר וואס דער רבי האט געזאגט "אז אויב בחורים
קענען נישט א טובה טון א איד דארף איך נישט קיין ישיבה"?

אין די צייט וואס די מדת החסד איז געוועהן ביים רבי'ן די ערשטע יסוד, ער האט
געוואלט אז א סאטמארע איד זאל דעם אייגענעם העמד אוועק געבן פאר א צווייטן איד,
די היינטיגע בעלי חסד אויב איז ער נישט פון קיין צד קען ער פארגעסן צו באקומען
שטיצע,



צו הערט מען היינט רעדן פון לבושי נשים?

וואס כידוע איז דאס געוועהן די עיקרי העקרים ביים רבי'ן, ווי ער האט געווידמענט
כל נדרי ביינאכט צו רעדן פון דעם, און אז ס'שטעלט זיך יא אויף איינער רעדן פון
דעם הייסט ער א חזיר,



צו רעדט איינער פון ביי האר?

ליידער איז דא די מכה צווישן היימישע מענטשן,



צו רעדט איינער פונעם רבינ'ס אהבת ישראל?



צו רעדט איינער פונעם רבינ'ס דרך הלימוד?

דער רבי האט שטארק פארפירט מ'זאל נישט משנה זיין דעם דרך הלימוד כימי החת"ס
ותלמודיו, און היינט זעהט מען אין סאטמארע ישיבות ווי מ'לערנט ליטווישע דרך
הלימוד.



צו רעדט איינער אז בחורים זאלן נישט גיין צו חתונות?

ווער יא, ווערט גלייך אפגעפרעגט,



וואס איז יא דעם רבי'נס רצון, וואס הייסט וואס? עירוב איז אסור, מ'טאר נישט
מחמיר זיין מיט שחיטה, מ'טאר נישט זינגען שבת מער ווי כל מקדש מנוחה ושמחה, און
יעדע פרעמדע איד איז א שייגעץ, און שוין....



אט די פאלשע רבי זיכרוינבראכע אידן וואס האבן זיך נישט געקענט צופאסן צו א נייע
הנהגה ווייל מ'פארגעסט פון רבי'ן, זענען געזעסן אין פארשטופטע ווינקלען אין
קליינע בתי מדרשים נישט וועלנדיג אנעמען די נייע הנהגה פונעם ברך משה מיטן תי'
אז מ'טאר נישט פארגעסן פון רבי'ן, זיי האבן במשך די צייט פארגעסן פון ווי זיי
האבן אנגעפאנגען, רוב פון די מענטשן האבן געשיקט זייערע קינדער לערנען קיין א"י
(ווייל דאס איז יא דעם רבי'נס רצון) מ'האט זיך געזיכט נייע רבי'ס (וואס מיט
קנאות האבן זיי קיין שייכות נישט געהאט) און מ'האט כסדר געהאט פרישע סחורה קעגן
דעם ברך משה ווייל ער איז דאך א פרעמדע, אפגערעדט זיין עלסטע זון דער איז דאך
סתם אזוי א גוי ער אידאך א איידעם אין וויזניץ....., דער עיקר איז מ'טאר נישט
פארגעסן פון רבי'ן.



סך הכל קען מען זאגן איין זאך, דער רבי האט געזאגט ס'איז נשתכח געווארן דעם דרך
הבעש"ט, און מיר קענען זאגן, ס'איז נשתכח געווארן דעם דרך פונעם רבי'ן.........



ווי דער רבי אליין האט געטייטשט, ר' יוחנן בן זכאי בכה וכו' ואינו יודע לאיזהו
דרך מולכין אותי ולא אבכה, ר' יוחנן האט חושש געוועהן אז נאך זיין הסתלקות ווען
מען זיינע אייגענע מאמרים אויסטייטשן לרע, אויף דעם האט ער געוויינט,



נעבאך ניבא ולא ידע מה ניבא, דער רבי האט ינביואת געזאט אז מ'וועט זיינע
אייגענע מאמרים אויסטייטשן צום שלעכטן אזוי ווי ס'איז דער מצב כהיום, און אויף
דעם פאסט זיך צו פארפאסן א באזונדערע קינה....



מיר קענען נאך פיל מרחיב הדיבור זיין אין דעם ענין ועוד חזון:



ביז אהער ערשטע טייל:

השר_מקוצי » 7/5/2009 01:36

סופרעמעסי כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
נעבאך נעבאך, דבר שנצטער בו אותו צדיק יכשל בו זרעו, ס'איז שווער צו רעדן
דערפון, מ'קען דאס אפי' נישט שרייבן אין קיין שום אנדערע אויסגאבע, ווייל ווער
ס'וועט נאר וועלן שרייבן אזעלכע ווערטער וועט גלייך הייסן א שייגעץ און א משכיל
וואס רעדט אויפן רבין זיכערוינעבראכע, אבער לאמיר קוקן מיט א ניכטערע בליק אויף
אייניגע דוגמאות וויאזוי ווערן געמאכט מיינונגען בזמן הזה.



1}אריזאנע ווייץ:

מן הדין וואלט די מתירים געדארפט ארויסקומען מיט א טענה אז זייערע ווייץ איז
מורא'דיג מהודר, ווייל, ס'איז נישט מצומחות, ס'איז גוט, ס'איז שיין, ווייל אזוי
שטייט דא און דארט, און דא ציטירט מען א רייע פוסקים וואס האלט אזוי און
פארטיג,


למעשה, די גרעסטע געווינס פארן צד המתיר איז געוועהן, אז מ'האט געטראפן א עד
אין "דער איד" ווי עס שטייט אז מ'שניידט ווייץ בשנת תשכ"ז עפ"י הוראות כ"ק
אדמו"ר שליט"א (זצ"ל) אין אריזאנע, און מיט דעם עד פייערט מען א זיג אז דער רבי
זיכערוינעבראכע אליין האט געניצט דעי ווייץ,



עירוב:

מן הדין וואלט צד המתיר געדארפט ארויס קומען מיט א בירור להלכה אז דער עירוב
איז כשר מטעמים הרבה עפ"י הלכה, צד האוסר זאל ארויס געבן א בירור להלכה אז
ס'איז אסור מכח כמה פוסקים,



למעשה, צד המתיר האט ארויס געגעבן גאנץ א שוואכן בירור, אבער דער עיקר איז
געוועהן אז זיי האבן עדות'שאפט פון עטליכע מענטשן אז דער רבי ז"ל האט יא געקענט
באשטיין ס'זאל זיין א עירוב,





3}דערי לולבים:


4}שיניום אין די שחיטה בעתיד:

עס הערט זיך שמיעות אז ס'גייט ווערן תיקונים אין די שחיטה, די צד האוסרים לאזן
זיך שוין הערן אז מ'מאכט שיניום, היתכן מ'איז משנה פון רבי'ן זיכערוינעבראכע,
ס'איז עק וועלט, די צד המתיר האט שוין אפיר געזיכט מראה מקומות ווי דער רבי ז"ל
אליין זאגט אז ס'איז נאך דא א מקום פאר מער חומרות און אדרבה ווער ס'קען זאל
מחמיר זיין,



ווידער די זעלבע מעשה, עס גייט נישט ווערן קיין נידון להלכה צו ס'איז א מעלה צו
א חסרון כלפי די הלכה, די נידון איז איין זאך, רבי ז"ל יא, רבי ז"ל נישט, אזוי
גייט דאס ביי יעדע מערכה און ביי יעדע זאך, קיינער רעדט נישט פון תורה, פון
הלכה, פון פוסקים, אלעס דרייט זיך נאר רבי זיכערוינעבראכע,



רבותי! איז דאס נארמאל?, זענען מיר משוגע געווארן?, איז טאקע שוין נישטא קיין
תורה אויף דער וועלט?, די גאנצע תורה קען מען אויסרייסן מיטן ניגון רבי
זיכערוינעבראכע?, דאס גופא איז געוועהן די גרעסטע ווייטאג ביים הייליגן רבי'ן
אז אידן רעכענען זיך נישט מיט די תורה נאר אלעס גייט דער רבי! דער רבי!, ווי
האלטן מיר?



סופרעמעסי, עס איז א בושה צי שרייבען אזא לאנגע ארטיקעל, און עס זאל זיין אזוי ווייט פון די מציאות כרחוק מזרח ומעריב

1} ביי אריזאנע ווייץ: איז קלאר ארויס געקימען בירורים אין בוארים פינעם צד המתיר, 
סיי דורוך בריווען בראש מיט הרה"ג אלי' סימאן שליט"א ,  אזוי אויך דורוך הרב בראדי פון בארא פארק,
אזוי אוך דורך טעיפס וכדומה, אזוי אויך אומצאליגע קונטריס'םץ די עד פינעם איד איז נאר געניצט געווארן חוזק צי מאכן פון
די אוסרים שלא לשם שמים

2} שחיטה מונחת  בעתיד: איז קלאר דא בירורים מיט בוארים, עפן דיינע אויגן און קיק,
די צד המתיר האט זייער קלאר געשטעלט זייער קעיס, פארוואס מען זאל מעגן און מיזען מאכן שחיטה מונחת

3} עירוב: ווי באלד עירוב איז א זאך וואס די מציאות פון ווען די רבי האט עס גע'אסר'ט ביז יעצט
האט זיך גארנישט געטוישט לגבי די הלכה, איז העכסט נערמאל אז מען זאל שרייען אז מען גייט נאכן רבינ'ס איסור
מען דארף עס נישט נאכאמאל עקסטער דן זיין, עס איז די זעלבע תורה ווי דעמלאטס, אז עס דעמלאטס געווען אסור, איז עס היינט אויך אסור, לשיטתך: טאר מען נישט זאגן אז מאשין מצות איז אסור ווייל דער דברי חיים האט עס גע'אסר'ט, נאר מען דארף פון דאסניי אויפטרען די איסור, ניין און נאכאמאל ניין, עס בלייבט אסור אפילו דער דברי חיים לעבט שוין נישט, די זעלבע איז מיטן עירוב, עס איז אסור אפילו דער בעל דברי יואל זי"ע לעבט שוין נישט
{וועגן נאכשרייען אין די גאסן די מיתירים, דאס איש שוין א אנדערע מעשה}}

4
}דערי לולבים: ווער האט גענימען א שטעלונג?????





תוקן על ידי השר_מקוצי ב- 07/05/2009 1:41:22

וואלןסח » 7/5/2009 01:41

מורא'דיג געוואלדיג, אבער כאפטס ענק שטארק אן, ווייל יעצט גייט קומען... אוי אשר ישלט"ו...

וואלןסח » 7/5/2009 02:03

השר מקוצי
ביסט גערעכט מיט דיינע ווערטער, אבער דער מציאות איז אז ביי יעדע פון די נושאים ווערט גראד דער מדובר, אוי די רבי זכרוינעלווראכע, און ס'איז קיין שום דמיון נישט צו מאשין מצות, וויל מאשין מצות האט דער דברי חיים מברר געווען אז ס'איז אסור, משא"כ אריזאנא ווייץ עירוב שחיטה וכו' וכו'

טראק » 7/5/2009 02:26

שוין יארן נישט געליינט אזא גוטס.

גרינג » 7/5/2009 02:28

ישר כח סופערמעסי
יו מעיד עי "סופער" דזשאב
שוין לאנג נישט געזעהן אזוי קלאר ארויס געברענגט ס'ענין!!!

אונז קענען שוין נישט ווארטן אויף די נעקסטע חלק
ווען קומט עס?

וויינשטאקל » 7/5/2009 02:46

ס'באמת א גוטער ארבייט, חזק ואמץ, ברענג די נעקסטע חלק.

לאגיש » 7/5/2009 03:30

אזוי באנקרטירט איז שוין סאטמאר ?

קושקע » 7/5/2009 03:33

סופרעמיסי, יפה דברת! בבקשה, אונז וויל מיר הערן נאך

געגאנגען » 7/5/2009 05:19

אחוץ געציילטע אויסנאמען איז עס אויסערגעווענליך אין פינטל.

(מעגסט ווען צולייגן דעם נייעם "קל אדון" משוגעת, פון עמיצן וואס האט 'אנטדעקט' דעם רבי'ן זי"ע ביי די פערציג יאר, נאר אנדערש ווי רבי עקיבא איז ער געבליבן מיט זיין עם הארצות).

פעטרסאן08 » 7/5/2009 07:32

מען קען נאך רעדן פין

פין די פריצות'דיגע זאל עטרת אברהם
די מקוה טהרה ווי אזוי ס'קוקט אויס
א ישיבה אין די שטאט




פעטרסאן08 » 7/5/2009 07:43

די רבי שליט"א פלעגט אלץ רב פארלערנען יעדע וואך ביי שלש סעודות א שטיקל דברי יואל
כדי מען זאל ח"ו נישט פארגעסן פינעם רבי'ן ז"ל

אזא מין טיפשות אין עקלדיקייט.

מה_בני » 7/5/2009 17:02

שומי שמים! רבן דקרו!

דאס וואס מ'האט נישט געוואלט קלערן און טראכטן, דאס אויף וואס מ'האט אייביג מורא געהאט איז אנגעקומען. און נישט סתם אנגעקומען, נאר מיטן גאנצן קראפט.

דאס אז די ארונים ווילן אז מ'זאל פארגעסן פונעם צדיק און קדוש מרן רבינו הקוה"ט זכיתו הגדול יגן עלינו ועל כל ישראל, דער עמוד ההולך לפנה המחנה, דער גענעראל וואס האט זיך געשלאגן פאר כלל ישראל, דער וואס האט געבויעט אידישקייט על אדמת אמעריקע, דער וואס האט געמאכט חומות בגדרי הצניעות, דער וואס האט געגרינדעט קהלות, מוסדות התורה, כשר'ע פלייש געשעפטן און נאך. דאס אלעס ווילן זיי היינט אז מ'זאל פארגעסן. היל"ת!

די ארונים ארבייטן שוין לאנג אויף א סיסטעמאטישן פלאן וויאזוי חרוב צו מאכן כל הקודש לנו, און דער איגנט זאל פארגעסן פון רבינו הקדוש זי"ע. לעצטענס זענען זיי אריבער מער אקטיוו צו ארבייטן דעראויף דורך זייער לעצטיגער ביכלעך אינטערן נאמען "ומשה היה רועה".

עס קומט דא חצוף ומחוצף פון א שרייבער, איינער וואס האט דעם רבין ז"ל מיסתמא קיינמאל נישט געקענט און גייט איינטיילן פארן סאטמארן עולם וואס יא צוטוען און וואס נישט.

יא! מרן הקדוש והטהור רבינו יואל זי"ע איז אונזער רבי. ער איז דער וואס האט מייסד געוען אונזער קהלה און לאורו וועלן מיר גיין ביז משיח'ס טאג, וויאזוי ער האט זיך געפירט אזוי וועלן מיר זיך פירן.

עס איז קיין שום בושה נישט אז מיר פירן זיך ווי די רבי ז"ל, פונקט כאפויער, דאס איז אונזער גרעסטער כבוד און געווינס, אז טויזענטער אידן טראכטן נאך היינט צוטאג - דרייסיג יאר נאך זיין פטירה - און פרעגן צו יעדע צייט "וויאזוי וואלט זיך די רבי זיכרונו לברכה געפירט".

דער שרייבער'ל וואס האט ווייזט אויס מורא געהאט אריינצולייגן אט די ארטיקלן אין זייער "משה היה רועה" ביכל באגייט זיך דא קעגן רבינ'ס מענטשן מיט דאס גרעסטע מין ביליגקייט, מ'קען זעהן ווי זיין שנאה שפריצט קעגן די חשובע און באליבטע רעבעצין זיכרונה ליברכה. א זאך וואס ווערט שוין אין זיי איינגעבאקן זינט די פטירה פון רבין ווען מ'האט זיך מיט איר כסדר געקריגט און פראבירט משפל צו זיין וויפיל עס איז נאר געגאנגען.

יא! מיר טראגן נישט מיטן עירוב ווייל די רבי ז"ל איז כל ימיו געווען קעגן עירוב און מ'גייט נישט טוען יעצט וואס מ'וויל ווייל ער לעבט שוין נישט, ער טאקע איז שוין ארויף לגנזי מרומים, אבער זיין תורה איז קאי וקיים. לאורו נסע ונלך.

ניין! מיר וועלן נישט זיין קליגער פונעם רבין, אז אום איז געווען גוט ווייץ פון לאנג איילענד דאן איז דאס בעסער ווי גוט פאר אונז, מיר זענען נישט קיין גרעסערע מחמירים ווי אום, מיר פארשטייען נישט בעסער ווי אום. און לאורו נסע ונלך.

און ניין, מיר זענען ביי  די שחיטה אויך נישט קלוגער און פרומער פון רבין ז"ל, דער וואס האט אויפגעשטעלט דאס כשרות דא אין אמעריקע. מיר זיכן נישט איינציפרן קיין נייע תיקונים און ווייזן פאר די וועלט דעם כשר'ן חזיר פיסל, "קוקט, מיר זענען פרומער". ניין, אויסדריקלעך נישט, אז פארן רבין ז"ל איז גוט געווען ווי אמאל איז דאס איז היינט בעסער ווי גוט. און לאורו נסע ונלך.

תוקן על ידי מה_בני ב- 07/05/2009 17:00:45

דעקלעראציע » 7/5/2009 18:09

אין איין ווארט וואס מה בני זאגט

די אהרוינים ווילן פארגעסן פינעם רבי'ן ז"ל
אין די זאליס ווילן פארגעסן פין די תורה הקדושה

יפה דברת.

טאטלע » 7/5/2009 18:39

מה בני

דריי קאפ פאר א צווייטען  ווען דיר זאל אנגיין די רבי זכרונעלברכע  וואלט אין דיין מחאה ווייטאג תגובה אויכעט געשטאנען

די זאליס גייען אין בג"ץ                 שומי שמים

די זאליס האב א פריצות זאל  אין הארץ פין וויליאמסבורג                                                     לאמיר טראכטן פאר איין רגע וואס וואלט ווען די רבי געטין אין אזא פאל

די זאליס לערנען מיט די קינדער       "אא בא גא דא"            וואס וואלט די רבי געזאגט דערצי

די זאליס זאלצן נישט מיט שטיין זאלץ 

אלא מאי סשטייט נישט

ביסטו א פלעינע פעיק פאני בלאני

יא איך האב פארגעסן זאלי זאגט נישט קיין תורה ווייל אויב עס איז גיט געווען פארן רבין אן תורה וועעט ער ח"ו נישט משנה זיין

נישט דא ווער עס זאל זאכן

בערל550 » 7/5/2009 18:47

זייער גוט און צו דערזאך!!!

אמאל אלס בחור שבת נאכמיטאג געט מיין טאטע זאל זיין געזונט מיך א פרעג "זאג, האסט נישט געשניטען די נעגל ערב שבת???" ווייז איך אים מיין נעגל "אוודאי האב איך געשניטען!"
זאגט ער "האסט דאך איבערגעלאזט דא אביסעל פון די ווייסע?..."
"די רבי ז"ל" זאגט ער ווייטער "האט אלס מקפיד געווען אז ס'זאל נישט בלייבען גארנישט אפילו א משהו פון די ווייסע"
און אויפ'ן פלאץ דערציילט ער מיר שוין ווי ער געדענקט נאך אין בעל הארבער ווי די רבי ז"ל האט געשניטען און טאקע געשניטען די גאנצע! און נאך מעשיות וואס ער געדענקט, וכו' (איינער וואס האט שוין גערעדט צו א כ' איד ווייסט וואס איך מיין)

זאג איך אים "נא... פאר'ן רבי'ן איז געווען מער קאנפטערבאל אראפצונעמען די גאנצע און פאר מיר איז אזוי מער באקוועם, ס'איז דאך נישט קיין הלכה..."

איך זאג אייך..... די בליק וואס ער האט מיר דעמאלטס געשאנקען און פארשטייט זיך די שעה מוסר דערנאך ליגט מיר נאך אין די ביינער!!!! די פאר ווערטער זענען געווען ביי אים ערגער ווי איך וואלט אריינגעקומען יום הקדוש ביי נעילה מיט א שווארמא.

און... ער איז שוין נישט פון די שטארקע רעבעזעכראנעלעבראכע אידען.


און צו דיר מה בני: ס'וועט דיר גארנישט העלפען, אונז וועל מיר וואשען די מוחות ביז ס'וועט ווערן אויסגעוואשען פון די אלע שטותים!

טאטלע » 7/5/2009 18:59

בערל 

ווען קען איך האבן א מיטינג מיט דיין טאטע ?

טאטלע » 7/5/2009 19:20

ביי די וועי מה בני די האסט געשריבן

דער שרייבער'ל וואס האט ווייזט אויס מורא געהאט אריינצולייגן אט די ארטיקלן אין זייער "משה היה רועה" ביכל


 איך וואלט די געראטן זאלסט דיר איינהאנדלן דעם ספר "ומשה היה רועה" טאקע די גאנצע סעט אין לייען עס אדארעך גערענטיערט אז סוועט דיר גיט גיט ציפיעדלען

טיילענאל העלפט געווענטליך

וואלןסח » 7/5/2009 22:35

זאג נאר מה בני
דו עסט אזוי ווייניג ווי דער רבי ז"ל האט געגעסן, דו שלאפסט אזוי ווייניג וי דער רבי ז"ל איז געשטארבן, און אנטשולדיגט פארן פרעגן דיינע בעטן אין שטוב ליגן אזוי ווי ביים רבין ז"ל...

נאר ווען מען קען שטויסן יענעם זענטס עס דא מיט רבי ז"ל

אנדערע האבן עס גערופן "רבי ז"ל סינדראום"

נעבעך א אונטערגאנג, א פלאו

מה_בני » 8/5/2009 01:36

די אלע זאכן זענען אי-רעלעווענט. שלאפן, עסן אד"ג. אבער דער גאנצער ארטיקל, אזוי אראפצורייסן כל הקודש לנו, דאס איז א פרעכער חוצפה און פגיעה קעגן חסידי סאטמאר איבער די וועלט.

איר וועט דאס אויך מודה זיין אז אזא הייליגער איד ווי רבינו הקדוש זי"ע איז נישט געווען זיינס גלייכן, ער איז ליידער נסתלק געווארן לגנזי מרומים און מיר האבן געמיינט אז עס איז אויס-וועלט.

למעשה זענען געווען מענטשן וואס האבן שוין אלע יארן נאך ווען די רבי האט געלעבט געזיכט אינטערצוברענגען דעם רבינ'ס שטוב און דא האבן זיי געזעהן א געלגענהייט דורכן אויפנעמען דעם ברך משה אלץ ממלא מקום.

איך גיי אייך נישט מסביר זיין וואס דאס מיינט אז מ'זאגט אז דער ברך משה איז דעם רבינ'ס ממלא מקום. איר ווייסט דאס אליין. און דאס באדערט אייך!

טאטלע » 8/5/2009 01:44

מה בני

די האסט געזען אינעם אויפנעמען דעם ברך משה פאר רב אז מען ברענגט אינטער דעם רביס שטיב ?

זיי מיא מסביר אויב די קענסט וואס האט געמיינט אויפנעמען הגז"ל פאר רב ?

תוקן על ידי טאטלע ב- 08/05/2009 1:44:29

טאטלע » 8/5/2009 01:51

סופרעמעיסי איך מיין אז די דארפסט שוין ממשיך זיין וויל די אשכול פארפארט שוין פינעם נושא

ארגינעלער » 8/5/2009 02:20

גאר א גוט ארטיקל !

די גאנצע געטשקע וואס מען האט געמאכט די פין רבי'ן איז אבסורט אין לעכרליך
סאך הכל רעדן דא אפאר זאליס (פערדן) נאר פין הרגשים

אין קיין שום נארמאל פלאץ אין דער וועלט האט מען נישט אזוי גערעדט
מען וויל אויס רייסן ,אין וויל מאכן פארגעסן, מען וויל אראפ קלאפן, דעם רבי'ן 

ס'האט איין תכלית די גאנצע גערעדכטס, אז רבי שליט"א זאל קיין השפעה נישט האבן .

אין פארדעם האט הגז"ל נישט געקענט א נאמען געבן מתביתא ברך משה, ווייל ער ליגט מיט 
פערדן אין איין בעט.  

אין אז ס'טוט וויי איז א סימן דער שטיין איז געלינגען.

וואלןסח » 8/5/2009 03:17

מה_בני כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
די אלע זאכן זענען אי-רעלעווענט. שלאפן, עסן אד"ג. אבער דער גאנצער ארטיקל, אזוי אראפצורייסן כל הקודש לנו, דאס איז א פרעכער חוצפה און פגיעה קעגן חסידי סאטמאר איבער די וועלט.

איר וועט דאס אויך מודה זיין אז אזא הייליגער איד ווי רבינו הקדוש זי"ע איז נישט געווען זיינס גלייכן, ער איז ליידער נסתלק געווארן לגנזי מרומים און מיר האבן געמיינט אז עס איז אויס-וועלט.

למעשה זענען געווען מענטשן וואס האבן שוין אלע יארן נאך ווען די רבי האט געלעבט געזיכט אינטערצוברענגען דעם רבינ'ס שטוב און דא האבן זיי געזעהן א געלגענהייט דורכן אויפנעמען דעם ברך משה אלץ ממלא מקום.

איך גיי אייך נישט מסביר זיין וואס דאס מיינט אז מ'זאגט אז דער ברך משה איז דעם רבינ'ס ממלא מקום. איר ווייסט דאס אליין. און דאס באדערט אייך!
 

 

איך האב נישט די ווערטער אין מויל דיר צו באדאנקן פאר די איינמאל וואס דו ברענגסט ארויס וואס דיר באדערט

זאג נאר דער רבי איז אפשר הייליגער געווען ווי זיינע זיידעס דער ישמח משה ייטב לב קדושת יו"ט, די אלע האבן געהאט ממלא מקום'ס
הרב ביק האט אמאל נאכגעזאגט א גוט ווארט, פני משה כפני החמה פני יהושע כפני הלבנה זקנים שבדור אומרים אוי לאותו בושה וכלימה, וואס איז די בושה, ווייל ווען משה רבינו האט געלעבט עוד מעט וסקלוני, נאר ווען ער איז אוועק דעמאלטס האט מען געזאגט פני משה כפני חמה, זאגט ער פארוואס האט מען געזאגט פני משה כפני חמה, צו קענען זאגן פני יהושע כפני הלבנה, דער ממלא מקום איז נישט אזוי גרויס, און אויף דעם האבן די זקנים וואס האבן נאך געדענקט וואסערע צרות די - וואס זאגן אזוי - האבן אנגעמאכט בחייו פון משה רבינו, האבן זיי געזאגט אוי לאותו בושה.
לענינינו, איך וויל נישט אויסרעכענען נעמען, ס'איז שוין דא אסאך שוכני עפר, אבער יעדער ווייסט פון וועם מען רעדט און וויפיל הנאה זיי האבן געמאכט פארן רבין.
לאמיר רעדן פון ר' סענדער דייטש ר' לייבוש לעפקאוויטש, געווען גענוג געטרייע גווארדיסטן פארן רבין ז"ל, און מיט דעם אלעם האבן זיי איינגעזען אז ס'דארף זיין א ממלא מקום.

דער פאפער רב בעל ויחי יוסף איז נאך געווען אזוי קלוג פון די אלע אני אמלוך אידן, און דער ראחובער רב א תלמיד פון עצי חיים אויך
די אלע זויערע אידן האבן ליב צו פארקנייטשן די היט און זאגן "אה, רבי זכרוינע לבראכע געווען דער לעצטער אמת'ער מנהיג"
אפשר איז דער דברי חיים געווען דער לעצטער, דער רבי ז"ל אליין האט געזאגט אויפן שינאוואר רב ער האט זיך נאך מיטגעכאפוט אויפן וואגן פון תלמידי בעש"ט, איז ווי נעמט עטס דאס אז דער רבי  איז געווען דער לעצטער.

איין חסידות איז דא וועם עטץ האטס געוואלט נאכמאכן אז ס'איז נישטא א ממלא מקום, ברסלב, וראו מה עלתה להם


ס'בליייבט נישט איבער נאר וואס מעתיק צו זיין וואס שטייט אין נוצר חסד (פ"ו מ"ב) בשם רבי ר' אלימלך פון ליזענסק, כל מקום שאין שם ראש ומנהיג אז הס"מ שרו של עשו נעשה שם ראש.
און צו דעם האבן די זאלונים זוכה געווען, אשרי להם ואשרי חלקם, מ'איז מבטל די גאנצע תורה די גאנצע ויואל משה אלעס פאר איין סיבה

רעבי ז זי זיכ זיכר זיכרו זיכרוי זיכרוינ זיכרוינע ל לי ליוו ליוור ליוורא ליווראכ ליווראכע עעעעעעעעעעעעעעעעעעעעעעעעע

בערל550 » 8/5/2009 03:55

וואלען ס"ח
כ'האב נישט געוואוסט אז די קענסט אזוי גוט

רבי_יונה » 8/5/2009 05:05

אין ליבאוויטש איז אויך נישט דא קיין ממלא מקום ווייל די רעבי זכרונהלברכה לעבט נאך...

די סאטמארע לאכן פון די ליבאוויטשע וואס זענען א גאנצן טאג ביזי מיט די רעבי זאל זיין געזונט און שטארק...

אבער די ליבאוויטש'ע לאכן אויף פארקערט פון די פאר נערישע זאליס מצורעים וכו', וואס האלטן בעסקלי אזוי:

די רבי האט נישט געוואלט מהודר'דיגע מצות, נישט קיין ממלא מקום א מאן נאר א רעביצן, נישט זינגען ח"ו חי' ה' פאר די אייער צוויבל, זינגען די ניגונים פון יוסף אשכנזי רעביצן, נישט זאגן קיין תורה שושן פורים, לא תבושו טאנצן נאר אויף זיין ניגון, עסן דייקא בארן קאמפאט, נישט האבן א מהודר'דיגע שחיטה, נישט האבן שערי חמלה, נתון יוסף זאל פירן אידישקייט, עסן נאר די רעביצן טשיז קעיק, פרויען פארטי זאל זיין נאר אין בית המדרש, דער געלער בדחן זאל פארקויפן גארביטש אויף אים, די רעביצן הייליגע קאקאש קעיק, ישעי' יעקב שטויבער זאל זיך ארום דרייען וויינענדיג, וכו' וכו'

נאר אינעם הייליגען בג"צ האט דער רבי געוואלט גיין...

פרעגט קוטשי וואלי וואס איז דער מנהיג פון די משוגעים ער וועט דיר מסביר זיין דעם ענין מיט שפייעכטס...

בענאנע » 8/5/2009 10:49

מה טובי: וויסען זאלסטו אז דאס וואס דער ברך משה איז געווארען ממלא מקום, דאס איז די גרעסטע צער פין יעדען סאטמערע חסוד, און דאס איז אויך געווען די גרעסטע ווייטאג פארען רבי'ן ז"ל דער ברך משה, איך האב אמאל ציגעזעהן מיט מיינע אויגען וואו איינע פין די אייניקלעך האבען ארויפגעברענגט די פרשה אויפען טיש ביי פרישטוג, די רבי איז געווארען זייער צעבראכען ווען ער האט גערעדט דערפין ממש איך קען נישט באשרייבען וואו צישאסען די רבי איז געווען יענע גאנצע טאג. און די קרעדיט קימט זיך פאר צוויי מענטשען אויב מען קען זיי ריפען מענטשען, קיין איינע פין די צוויי לעבען שוין נישט וועל איך נישט זאגען קיין נעמען, נאר אזויפיל איינער איז געווען א מאן'ס פערזאן אין איינע א פרוי, דער מאן וואס האט דאס בידיים ארלעדיגט האט נישט מוצא שנתו געווען אין די פרוי וואס האט דאס נאר קארדינעטעט האט יא מאריך ימים געווען יארען שפעטער, נאכען נישט איבערלאזען קיין אנדערע ברירה נאר איין אויסוואל פאר א ממלא מקום, ונסתרים דרכי ה'.

וואלןסח » 8/5/2009 15:51

רבי יונה
כ'האב קיינמאל נישט געכאפט אז דאס וואס איך זינג נישט חי ה' פאר די אייער און צוויבל איז וועגן רעבי ז"ל, איך קוק בדרך כלל נישט די שטותים אין זמירות דברי יואל, איך פלעג נאר אסאך עסן ביי מיין זיידן און ער פלעגט אזוי טון האב איך אויך אזוי געטון (מיין טאטע טוט נישט אזוי), יעדע וואך זוך איך נאך א מעשהלע ווי אזוי צו האלטן מיינע קינדער ווייל מען קען דאך נישט זינגען חי ה', בלי נדר די וואך אנגעהויבן זינגט מען חי ה' גראד נאך די פיש.
אגב איז דא א באקאנטע בריוו וואס דער רבי דער ברך משה האט געשריבן בנוגע די מנהגים אין הגדה דברי יואלס'איז געדרוקט אנהייב שו"ת וישב משה פון הג"ר משה זאב זארגער, איך בין עס מעתיק דא:
   

ב"ה

עש"ק לס' וצויתי את ברכתי לכם בשנה הששית תשמ"ו לפ"ק

שלומים מרובים וכט"ס לכבוד ידידי הרב הגאון חריף ובקי נפלא ויראתו קודמת לחכמתו כש"ת מוה"ר משה זאב זארגער מו"צ דקהלתנו בקרית יואל בירושלים עיה"ק.

קיבלתי מכתבו, דעתי ג"כ שהיטב אשר עשה לרמז בקראו שם ספרו היקר ולרמז בהשם שמו ושם אביו ז"ל והוא בודאי לכבוד אביו ז"ל, וידוע שרש"י רמז שם אביו בתחלת ספרו הגדול על התורה.

ובענין מה שכתב מע"כ ע"ד מה שנדפס בהגדה של פסח מנהגי מרן דודי הגה"ק זצולל"ה שאסר העיסה שנפל בה סיד, אין לדבר זה שום שייכות עם סיד דוקא רק הי' זהיר שלא יפול שום דבר בהעיסה, כמו שהחמיר הגר"א ז"ל בסימן תס"א.

ואגב בודאי ראה שנדפסו שם הרבה דברים בטלים וגם שקרים כמו בס"ק מ"ו וס"ק ס"ג ועוד.

והנני מברכו שהשי"ת יהי' בעזרו ללמוד וללמד בתוה"ק מתוך הרחבת הדעת וכל טוב עדי נזכה כלנו לשמוח בשמחת כלל ישראל ושמחתן.

ידידו דושת"ה באה"ר.

משה טייטלבוים

יו"ט שחל בשבת טאר מען נישט זינגען נאר כל מקדש און מנוחה ושמחה, ב"ה רוב אידן האבן שוין דעם מנהג אויך אויסגעריסן

נ.ב. באנאנע, האסט עפעס זייער נישט קלאר געשריבן, זיי מסביר וואס דו שרייבסט

מה_טובו » 8/5/2009 16:10

בענאנע:
מיינסט אוודאי נישט מיך נאר מה_בני
אבער איך פארשטיי נישט וואס די שרייבסט.

בענאנע » 8/5/2009 16:25

איך וויל נישט אריינגיין אין פרטים, אבער דאקטוירעם האבען אין יו"ד יארען פעסט געשטעלט, אז ווען נישט א געוויסע מעשה רצוחה וואלט דער בעל דברי יואל געהאט אן אייניקעל, וואס וואלט ווען געקענט זיין א ממלא מקום.

מה_טובו » 8/5/2009 16:35

מיינסט צו זאגען אז דאס וואס דער דברי יואל ז"ל האט נישט איבערגעלאזט קיין מ"מ פון יוצאי חלציו דאס איז צו פארדאנקען דיינע אויבענדערמאנטע 2 מענטשען.

א איד טאר נישט אזוי רעדן, ס'איז געווען רצון ה', אפילו ס'איז געווען מענטשליכע (?) האנט דערינען, אבער אזוי ווי די זאגסט נסתרים דרכי ה'....

מה_בני » 8/5/2009 16:48

רח"ל די דיבורים וואס מ'רעדט דא.

בענאנע, זאג , די געדענקט נאך די יו"ד יארן ? די האסט געזעהן א צעטיל פון א דאקטאר? אדער האסט עפעס א מה שהוא פרוף אויף דיין שוידערליכער בילבול ?

איך האב נישט קיין אנונג וועלעכע צוויי מענטשן די בארעדסט דא, איך ווייס נישט וואס די מיינסט, איך הער יעצט א נייער בילבול.

בענאנע » 8/5/2009 17:46

הער מיך איין מה בני איך געדענק נישט די יו"ד יארען אין אויך נישט די האוליקאסט, אבער איך גלייב אין ביידע אפיי' פריעדמאן פין איראן לייקענט עס, און די מעשה גלייב איך אויך אפי' מה בני לייקענט עס.

איך גיי נישט אריינגיין אין די נושא, איך האב שוין געשריבען מער וואו איך האב געוואלט, איך בין דיך מכבד אליין אויסציפרעגען די אידען וואס געדענקען נאך יא די יו"ד יארען. ותמצא פלאות. אז די ווילסט קענסטו אנפרעגען דוד 46 ער האט אמאל געהאט א גאנצע באשרייבונג דערוועגען, ער האט דאס בשעתו געפלאנט אריינצולייגען אין א געוויסע צייטונג, אבער למעשה האט עס נישט אויסגעפעלט.

טאטלע » 8/5/2009 17:50

איינער האט מיר דאס אריין געשיקט אין אושית אין געבעטן איך זאל עס פאסטן ווייל ער האט נישט קיין רשות כתיבה

 

http://www.daat.ac.il/daat/vl/vayoelmoshe/vayoelmoshe09.pdf
קוק אויף עמוד ע"ר ווי דער רבי פארפירט קעגן מעשיות

ביבער » 8/5/2009 21:23

מיר ווייסן יא פון וואס בענאנע רעדט און מיר פארשטייען נישט פאר וואס ער האט מורא ארויס צו שרייבן פרטים,
אדרבה למען ידעו דור אחרון איז א מצוה מפרסם צו זיין עושי רשע לדראון עולם,
מען זאל וויסן און געדענקען די ריכטיגע און אמתע נישט פארדרייטע פאקטן,
מיר ווילן נישט שרייבן קיין וד"ל,
בענאנע רעדט פון די רשעים וואס האבן געהארגעט די גאלדענע רויז,
די איינציגסטע פארבליבענע טאכטער פון רבינו הקדוש בעל דברי יואל זי"ע נאך דעם צווייטן וועלטס קריג,
ה"ה הרבנית הצדיקת חיה רויזא טייטלבוים-(מייער) ז"ל,
און מיר שרייבן ארויס הי"ד,
בענאנע רעדט פון דעם וואס מען האט איר אראף געקאפעט די טרעפ פון 500 בעדפארד עוועניו,
- זייענדיג אין די מיטעלע מאנאטן, יא, א אייניקל פארן בעל דברי יואל -
יענעם ערב יום הקדוש, וואס איז ליידער זכור לשמצה,
וואס דאן האט מען אויך נישט אריין געלאזט מתחילה בן אחיו חביבו מרן הברך משה זי"ע,
און ענדליך ווען ער איז שוין יא אריין זיך מזכיר זיין פארן הייליגן טאג,
האט זיך דער גרויסער פעטער פאר אים אויס גערעדט מיט ווייטאג,
איין איינציגע טאכטער האב איך און קומט זיך נישט געזעגענען פון איר טאטן ערב דעם הייליגן טאג,
דער ברך משה האט גענטפערט - זי איז דאך פארט געווען זיין געשעצטע שוועגערין -
[אנדערע זאגן אז ער האט נישט גענטפערט]
אז זי איז יא דא געווען מען האט איר נאר נישט אריין געלאזט,
דער דברי יואל האט געפרעגט ווער האט נישט אריין געלאזט,
אויף דעם האט דער ברך משה שוין נישט גענטפערט,

יא, א געוויסע פרוי וואס האט געוואוסט אז זי האט שוין נישט קיין רחם און קען נישט האבן,
נאך דעם ראטשעסטער שפיטאל, וואס דאס האט מען אויס באהאלטן פון איר גרויסן מאן,
איינער נישט דאס איז געווען בן אחיו הברך משה,
און די מומע האט אים עס שפעטער פאר געהאלטן ביי די אסיפה ביי ר' לייבוש לפ"ק אין שטוב,
און נאך דעם וואס זי האט זיך נישט געקענט האלטן דאס מויל,
כפי ברכת, הבטחת וציווי הרה"ק בעל דברי מנחם מסטראפקאוו זי"ע

יא, ליידער די מושג אז איך קען נישט זאל אלעס אונטער גיין,
איז ליידער נישט קיין נאווינע אין די קורות ודברי הימים אין די סאטמארע היסטאריע,

דער בעל דברי יואל האט זיך אויס געדריקט בשעת ער איז געזעצן שבעה נאך זיין באליבטע טאכטער,
איך האב נישט געוואוסט אז זי איז געווען קראנק, קאן זיין אז איך וואלט איר געקאנט אויס בעטן,
איר הערט דיבורים עס שוידערט אויף יעדן רעכט דענקענדיגן מענטש,
א טאטע ווייסט נישט אז זיין איינציגסטע פארבליבענע צווייגעלע איז נישט געזונט,
נישט געציילטע טעג, נאר א גאנצע מאנאט,
פון ערב יום הקדוש ביז צו איר פטירה אין מיטן מר-חשון, י"ד בו,
יא, די זעלבע אינשי דלא מעלי ווי מרן רבינו הברך משה האט זיי מיט יארן שפעטער [נאך שיין] באטיטעלט,
האבן אויך געוואלט אויס באהאלטן אין תשכ"ה, ביי דעם באזוך אין ארצינו הקדושה,
אז זיין פלומעניק און געוועזענער איידעם, אוי, דער באליבטער ר' ליפאלע ליגט על ערש דוי,
נאר עס איז דאן מקויים געווארן זממם בל תפק,
אוי, ווער עס האט מיט געהאלטן אדער ווייסט נאך צו פארציילן פון דעם הארץ רייסנדן ביקור חולים,
וויפיל טרערן עס זענען דארט פארגאסן געווארן,

מיר האבן נאך נישט בארירט דעם גאנצן טעמע וואס איז ארוכה מארץ מידה,
1. די סיבה פאר וואס מרן הברך משה האט זיך אריבער געצויגן קיין ב"פ,
2. ווער איז שולדיג אין שטיצן די העצעס קעגן דעם קלויזענבורגער רב,
3. וועגען וואס דער דעמאלטסדיגער ר"י אין ירושלם הרמ"א האט מען ארויס געווארפן פון שטוב,
ווען ער איז געקומען קיין אמעריקא, נאכן צו ברעכן זיין שטענדער און בענקל אין בימ"ד אין ירושלם,
און אלע יארן איז ער געבליבן זיצן ביי שלש סעודות צווישן צוויי בענק [נישט אויף] א בענקל האט געפעלט.

עס זענען מן הסתם אריין געפאלן עטליכע אום פונקטליכקייטן,
עס איז דאך שוין אריבער באלד זעכציג יאר און געצייכענט געווארן איז עס נישט,
עס איז נאר אריבער בשמועה מפה לאוזן, מאימת המלכה,
ווי אדונינו דוד המלך האט געשריבן שגיאות מי יבין,
און די מלחכי פינחא וועלן זיך זיכער ארויף כאפן דערויף, ווי צו א געבראטענס,
אבער פון מיר זאלן זיי קיין ענטפער נישט ערווארטן,
ווי דער חכם מכל האדם שלמה המלך האט אונז אן געווארענט אל תען כסיל,
ווי אויך האבן מיר עטליכע וויכטיגע אנדעקאטן און קאמענטארן אויף דעם תוכן פולע פתיחה פון דעם אשכול,
וואס אויב עס וועט זיין עיתותי בידי וועלן מיר עס אי"ה בעזהי"ת ארויף לייגן ביי דעם קומענדיגער געלעגענהייט,

ארגינעלער » 8/5/2009 22:30

ביבער פארצייל אלעס, נישט מיט קיין רמזים.  

באלאנד » 8/5/2009 22:42

די אלע לבלרים דא זענען פרי עמלו פון ר"א ט"ב וואס ארבעט שוין מיום עמדה על דעתו (?) אז דער מושג פון רביה"ק זי"ע זאל אויסגעראטן ווערן פון דעם עולם, און ליידער קען מען זאגן אז ער איז היבש מצליח, געוואלד ווי האלטן מיר אויף די וועלט? קומען שרייבער וואס זענען אלע פון סאטמארן חדר אין זענען בועט ברבם ואביהם אויפן נידריגסטן אופן וואס נאר שייך.

וואלןסח » 8/5/2009 23:01

ביבער, יישר כח פארן נישט פארדעקן היסטאריע
דאס איז אויך איינע פון די שקרים וואס מען פלעגט נאכזאגן אז דער רבי איז נישט מוחל ווער ס'וועט רעדן פון די פרשה

וואס איז אבער פשט פון די ווערטער
און נאך דעם וואס זי האט זיך נישט געקענט האלטן דאס מויל,
כפי ברכת, הבטחת וציווי הרה"ק בעל דברי מנחם מסטראפקאוו זי"ע

בערל550 » 8/5/2009 23:53

ישר כח ביבער,
כ'האב נישט געוואוסט אז מ'האט נאכגעזאגט פונעם רבי'ן אז ער איז נישט מוחל ווער עס וועט רעדן דערפון, וואס איך ווייס יא איז אז ווען כ'האב געפרעגט אידען דערוועגען האבען זיי מיר קיינמאל נישט געוואלט ענטפערן,
און יעצט נאכדעם וואס באנענא האט געשריבען ברמיזה האב איך געפרעגט מיין טאטע (יא, דער מיט די נעגל....) און ער איז רויט געווארען און מיך תיכף צוריק געפרעגט וואס ס'איז די וועטער פאר מארגען, און האט זיך נישט געלאזט אויספרעגן,
יעצט פארשטיי איך שוין פארוואס....

ס'איז אזא בחינה ווי איך האב חוה"מ פסח נ"ט געציטערט צו טראכטען שלעכטס אויף משה גבאי ווייל די רבי ז"ל - ברך משה האט געזאגט שארפע ווערטער.

ביבער » 10/5/2009 08:47

מיר האבן נישט געוואוסט אז דער רבי ז"ל [דבר"י] האט געזאגט אז ער וועט נישט מוחל זיין ווער עס וועט רעדן פון די פרשה,
אפשר ווען מיר ווייסן וואלטן מיר נישט געשריבן דערפון
עס דערמאנט מיר א ענטפער פון איינע פון די היימישע רבנים פון פריערדעגן דור ז"ל,
וואס האט געזאגט אז לערנען אין רבינס ישיבה איז קרוב להפסד יותר מן השכר,
מיט די מחיקה קלה תקנה,


מיר האבן אויך נישט אן גערירט די נקודה הפנימית ווער עס איז געווען דער שליח [אנטשולדיגט, שעיר המשתלח]
איבער צו געבן פאר דעם צובראכענעם טאטן אז זיין איינציג פארבליבענע טאכטער איז שוין אויך נישט דא,
ווער זענען געווען די צוויי יושבים ראשונה במלכות וועלכע זענען אים געקומען בעטן אז ער זאל זיין דער שליח ?
פאר וואס זענען זיי אריבער געקומען פערזענליך ? נישט גערופן דורך דעם טעלעפאן ?
ועוד יש להאריך בזה טובא.

13Hooper » 10/5/2009 08:51

אויך נישט פארגעסען די סבה פארוואס מען האט אנגעהויבען צי רודפן דעם סיגעטער(עפל) נאכדעם וואס ער האט געוואלט אז דער רבי זצל זאל איבערלאזען א יורש (אין נישט געטראכט פין זיך) האט ער געגעבען אן עצה וואס די רביצין איז געוואיר געווארען דערפין

וויינשטאקל » 10/5/2009 10:31

סופערמעסי ביטע לייג שוין ארויף דעם צווייטן חלק, עס איז דאך יעצט דער יומא דפגרא פון דעם אמונה טפילה, 'מירון אותיות מאנרא' (איינע פון די געוואלדיגע בליצן פון עזריאל גליק בערך אזוי ווי 'משיח וועט ווייזן מיטן פינגער'...) ווער געדענקט דען נישט ווען דער שגעון האט געטריבן אלע סאטמארע אידן צום ציון הק' פון רבי'ן ז"ל ביום ל"ג בעומר.

סופרעמעסי » 10/5/2009 11:00

איך בעט דעם עולם צי האבן געדולד ס'וואט נאך פאלגן.

דערווייל וויל איך נאר ווייזן א שטיקל וואס רבינו הקדוש זי"ע שרייבט בכתב יד קדשו אין די הקדמה פין על הגאולה .

די רבי שרייבט דארט זייער איידל אין האקל, אז די הקדמה האט ער אליינס געשריבן, אבער דעם ספר האט ער געגעבן פאר זיינע תלמידים צי שרייבן, אבער מיט דעם אלעם שרייבט די רבי האב איך עס איבער געקוקט, ווייל מען טראגט ארום אין מיין נאמען שקרים וואס איך האט קיינמאל נישט געזאגט אין קיינמאל נישט געטראכט.

דאס האט ער נישט געשריבן אז דעס גייט  ארויף היינט 30 יאר נאך זיין פטירה .ווען שלמה יאנקל מיט מיילך שטערן אין
מנשה פילעף מאכן אויף מעשיות מיט לעגענדעס יעדע 5 מינוט אויף זיין חשבון
צי 38 יאר צוריק ווען ער איז געווען נישט געזינט.

נאר אין זיין סאמע געזינטסע יארן וואס יעדער איינער האט געקענט אריין גיין לפני ולפנים הערן זיין חוות דעת קדשו
אין אפילו ר' נתן יוסף מייזעלס ע"ה כביכול וואס ער ריפט אן זיינע תלמידים, אים קען איך אויך נישט געטרויען, אין איך מיז עס איבער קוקן ווייל מען זאגט נאך ליגענט אין מיין נאמען.

איז יעצט היינטיגע צייטן ווען א 50 צי א 55 יעדיגער איד זאגט איבער מעשיות אין מאמרות פינעם רבי'ן וואס אין יאר
תשכ"ח איז ער אלט 10 צי 15 יאר וואס פארא פנים ס'טראגט אין מיט וויפיל ליגענט דאס איז באגלייט.

אין ק"ו בן בנו של ק"ו אזעלכע מעשיות וואס שלמה יאנקל ברענגט צי פין עזריאל גליק מיט פאיע רב
וויפלי קראנהייט דאס טראגט מיט זיך, אין וויפיל באגלייטקייט זיי האבן געהאט ביים רבי'ן.  


[בילד – נישט אפגעהיט]  

ארגינעלער » 10/5/2009 12:55

סופרעמעסי א גרויסן דאנק

אז מען איז גוט מדייק פינעם רבי'נס לשון זעט מען ווי ער שרייבט " אם הן המה דברים ששמעו מפי"
אין אזוי די זאגסט דעס שרייבט ער אויף ר' נתן יסף
אין די רבי האט דאס געפילט וויכטיג ארויס צישרייבן ווייל די רבי האט געוויסט אז "זיי" זאגן ליגנט אין זיין נאמען אין מען קען זיי מיט נישט טראסטן.  

געווארט » 10/5/2009 16:51

פינעם גאנצן על הגואלה לאכט'ס עטס ענק גוט אויס .
פלוצלניג פין די הקדמה כאפט'ס עטס ענק ארויף, אין אויף דעם חשבון מעג עטץ טיען כאלעריי שקאצרייען אין דער וועלט.
מען האט געפענט א סיסטאמאטישין סיסטעם אפ צי לאכן פין כל הקדוש לנו אין ליידער גייט עס 
ווער ס'גייט עפעס נאך זאגן פין רבי'ן וואס ענק געפעלט נישט האט עטץ שוין די הסכמה פין רבי'ן אפ צי לאכן דערפין 

אלעס ווייל אין זמירות דברי יואל איז דא נער'שיקייטן.
  

וואלןסח » 10/5/2009 18:02

געווארט כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
פינעם גאנצן על הגואלה לאכט'ס עטס ענק גוט אויס .
פלוצלניג פין די הקדמה כאפט'ס עטס ענק ארויף, אין אויף דעם חשבון מעג עטץ טיען כאלעריי שקאצרייען אין דער וועלט.
מען האט געפענט א סיסטאמאטישין סיסטעם אפ צי לאכן פין כל הקדוש לנו אין ליידער גייט עס 
ווער ס'גייט עפעס נאך זאגן פין רבי'ן וואס ענק געפעלט נישט האט עטץ שוין די הסכמה פין רבי'ן אפ צי לאכן דערפין 

אלעס ווייל אין זמירות דברי יואל איז דא נער'שיקייטן.
  
 
 

אפשר צייגסטו אן איין סימן אין על הגאולה וואס מען לאכט אפ, ביי אונז איז דער ספה"ק ויואל משה און על הגאולה קודש קדשים, ביי אונז איז הייליג און טייער אלעס וואס "דער רבי האט געזאגט", און נישט וואס די יוצא משרתים האבן געזאגט.

ובו בזמן איז ביי אונז הייליג וואס דער רבי האט מיט אונז געלערנט נישט צו גלייבן די אלע מעשיות וואס האבן נישט קיין מקור, יא און נאכאמאל יא, יעדע זאך וואס מען זאגט נאך פון רבין וואס האט נישט קיין הענט און קיין פוס לאך מיר אונז אפ.

אין לנו אלא דברי רבינו וואס ער האט געשריבן אין זיינע הייליגע ספרים, אין די אלע איש מפי איש זאכן אין אנו מאמינים, בפרט ווען ס'ווערט געזאגט דורך מענטשן וואס זיי אליין האלטן נישט זאכן וואס דער רבי שרייבט קלאר ארויס.

און יעצט קען מען אנהייבן לייקענען אין על הגאולה ווייל דער רבי זאגט אזעלכע ווערטער קילורין לעינים.

 

איך ווייס יעצט קומט די לעבנסלענגליכן טענה וואס איז מתיר אלע איסורים שבתורה, הלמאי סאשע רעדט עברית!!!!, מען פאלגט נישט ויואל משה.
איך האב שוין לאנג געוואלט מגיב זיין אויף דעם, ס'איז מיר נאר נישט אויסגעגקומע, ועכשיו שבאה לידי וועל איך דיר ענטפערן נאך פאר דו פרעגסט.

ס'איז מיר אויסגעקומען עטליכע יאר אין א צי זיך צו דרייען בבית רבינו שליט"א (נאך אלס רב), און ס'איז מיר אויסגעקומען צו זיין אויך בסביבות פון די רעבעצין, ס'הייסט איך האב איר אסאך געהערט רעדן אויפן טעלעפאן (איך שרייב נישט קיין פרטים מפני סיבות ידועות), איך געדענק נישט ווען איך זאל איר האבן גגעהערט רעדן עברית, יא, ס'מאכט זיך גענוג אז זי רעדן צו געשוויסטער און זי האט גענוצט א אויסדריק אויף עברית, אבער פירן א גאנצן שמועס דאס האב איך קיינמאל נישט געהערט.

יעצט לו יהא לשיטתך אז ממש זי רעדט עברית א גאנצן טאג, די יארן וואס רז"ל האט געוואוינט אין ירושלים, האלטסטו בשיטה אז זיין רעבעצין האט פון איר מויל נישט ארויסגערעדט קיין ווארט עברית, דארפסט מיר נישט ענטפערן, אבער כ'האף דו פארשטייסט דעם חילוק אז אויב איינער וואס קומט פון חוץ לארץ אהין, קומט גענוג אויס צו רעדן די טריפה'נע שפראך, איז כל שכן איינער וואס איז געבוירן און אויפגעוואקסן דארט איז זיכער אזוי, וויפיל היימישע ווייבלעך וואס האבן זיך אהער געצויגן פון א"י נוצן ליידער די שפראך.

און יעצט וועלן מיר אזוי דרך אגב אויסשמועסן די אויסגעדראשענע טענה אז רבינו שליט"א האט נישט געטארט ווערן רב אין קרית יואל וועגן וויזניץ.

ס'איז באקאנט ווען מען האט געדארפט אויפנעמען א ראב"ד אין ירושלים, און ס'איז געקומען די הצעה אויפן מנחת יצחק, זענען געווען וואס האבן געטענהט אז ער איז נישט אזא קנאי (אגב ער איז בזוו"ש אויך געווען א איידעם אין וויזניץ), האט דער רבי דעמאלטס געזאגט, א קנאי קען מען ווערן אין 24 שעה און א תלמיד חכם נישט.

קוקט אויס רבינו סר מן הדרך, ווי אזוי האט ער צוגעלאזט אזא מעסיגער מענטש ווי דער מנחת יצחק (אין יענע יארן) זאל ווערן ראב"ד פון די עדה החרדית, און ווי אזוי האט מען בכלל צוגעלאזט אז ער זאל ווערן דער ממלא מקום פון רבינו הקדוש, יא איר הערט גוט, ער האט ממלא מקום געווען דאס רבנות אין ירושלים נאך די פטירה פון רבין, ווי אזוי מעג מען, ער איז דאך א איידעם אין וויזניץ, ער איז נישט אזא קנאי, (און דוכט זיך ער האט געזאגט תורה שושן פורים אין ל"ג בעומר).

נאר וואס דען, מיר וועלן קומען צו די מסקנא:

נישט וועגן וויזניץ

נישט וועגן ציונות

נישט וועגן וכו' וכו' (איך געדענק שוין נישט אלע נארישע טענות)

האט מען גערודפט דעם רבין דער ברך משה ולהבחל"ח בנו רבינו שליט"א

 

נאר וועגן מען האט געזזען א המשכת הדורות, א המשכה פון הנהגת הקהלה על פי דרך התורה, א המשכה היפך פונעם איש כל הישר בעיניו יעשה, א קלין אפ פון אלע אינשי דלא מעלי (אזוי האט מען עכ"פ געהאפט)

והא ראי' די אלע רדיפות וואס דער רבי האט געהאט פאר תשכ"ו, אפשר קען איינער דאס פארענטפערן?

 

 

וואלןסח » 10/5/2009 18:11

 

נאך איין שאלה ענטפער מיר

ווי אין על הגאולה אדער ויואל משה שטייט וועגן:

זאגן תורה ל"ג בעומר-שושן פורים

זינגען ניגונים פרייטאג צו נאכטס ביים טיש

אריזאנא ווייץ

עירוב

שחיטה מונחת

סקול דיסטריקט

 

און אגב, ענקערע אייגענע מענטשן לאכן זיך אויס פון די א. ג. מימרות פון רבין ז"ל, מען זאגט נאך אז דער רבי ז"ל האט נישט געהאלטן פון פארן קיין ארץ ישראל (איך רעד נישט יעצט וועגן וואינען דארט)

וויפיל פון ענקערע אייגענע מענטשן פארן ל"ג בעומר קיין מירון, איך וויל נישט אויסרעכענען נעמען, אבער איך קען כמה וכמה

איז מאי שנא הך מהך, ווען דארף מען יא פאלגן און ווען נישט????

צודערזאך » 10/5/2009 18:32

וואלןסח כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
 

וויפיל פון ענקערע אייגענע מענטשן פארן ל"ג בעומר קיין מירון, איך וויל נישט אויסרעכענען נעמען, אבער איך קען כמה וכמה



אויף דעם חלק פון פארן קיין מירון, וואס פאר א טענות האסטו אויף זיי? זיי קלאצן שוין אפאר יאר ארום דעם ל"ג בעומר, ווייל מ'טאר נישט זאגן קיין תורה און מ'טאר נישט מאכן קיין פייער.

דא האט ער "גארנישט" [סארי, א רבי יא...] און דארט האט ער וואס געט אים סיפוק, איי רבי זעכרונעלעבראכע? דאס איז נישט א זאך וואס איך דארף מיך עפעס צושטעלן דערצו, דאס אידאך געמאכט "לנגח בו את האדיקים". והבן

טאטלע » 10/5/2009 19:17

וואלן סח

בנוגע די טופשית אין עמי הארצות פין די וועלטס עמי הארצים וועגן זיך משדך זיין מיט וויזשניץ האב איך אמאל געהערט פין ר סענדער ע"ה זין ר אברהם הערש (יאפס איך האב עס געהערט פין ען אליין)
 
ער איז א איידעם אין וויזשניץ זיין שווער וואינט אין בני ברק איז פאר ער איז א חתן געווארן איז ר סענדער אריין צים רבין פרעגן צי ער זאל טין דעם שידוך אין ער פארציילט פארן רבין אלע מעלות פינען שידוך

פרעגט עם די רבי נא וואס איז די שאלה זאגט ער זיי זענען דאך וויזשניץ

זאגט עם די רבי איך האב אין ערגעץ נישט געשריבן אז מטאר זיך מיט זיי נישט משדך זיין

די רבי האט געפרעגט צי אברהם הערש איז מסכים צים שידוך ר סעדער האט געזאגט אז יא האט עם די רבי געהייסן טין דעם שידוך    

האקאבו » 10/5/2009 20:13

אין די אמת פין מושיען של ישראל

1) זייענדיג פרעזנדליך אין שערען ספרינגס ביים רבי'ן דער ברך משה זי"ע אין די סוף מ' יארן
בערך תשמ"ח אדער תשמ"ט, ביים שפאציר איז אויך געווען הרה"ג ר' משה מנחם טירנויער שליט"א  ביים שפאציר האט ר' משה מנחם פארציילט א מעשה פין מושיען של ישראל
ביים סוף האט דער רבי דער ברך משה געמאכט מיט האנט אין א זאג געטאן
" דער מושיען איז האלב שקר אין האלב חלומות " !

2) איך האב גערעדט צי א יוד וואס האט פארציילט א מעשה פאר שלמה יענקל
אינעם ספר האט ער געזעהן די מעשה אביסל אנדערש, איז ער געגאנגן פרעגן שלמה יענקל היתכן.
האט ער אים געזאגט אז ער האט געהערט די מעשה אויף אפאר גרסאות
האט דער איד געפרעגט פארוואס גלייבסטו יענעם מער פין מיר.
 האט ער אים געזאגט בלאנד אין פנים "יענעמס געפעלט מיר בעסער"

אין די יודען פורבירן צי לייגן דעם גושפאנקא אויפן רבי'ן ווי אזוי ס'שמעקט אזוי אן קיין בושות
אין מען ווינדערט זיך נאך, אז מען גלייבט היינט גארנישט אויפן רבי'ן וואס ס'קומט יענעם לאגער.

זיי האבן אלע איין ציל צי לייגן דעם רבי'ן אין די היסטאריע ווי אזוי זיי געפעלט, אין טאמיר איינער זאגט אנדרעש איז עס ליגענט, נאר זייערע מעשיות איז אמת .

ב"ה א ריזין ציבור קויפט נישט זייערע מעשיות אין דער מושיען של ישראל פארקויפט זיך נישט ווי ער וואלט ווען געדארפט, אין ס'איז זייער נארמאל צי הערן אז ווען איינער פארציילט א מושיען מעשה 
אז איינער ריפט זיך אן די מעשה איז שקר., פלעין ווייל ס'קומט פין מושיען .
בלאט: 1 2