ברכת הקודש פון כ''ק מרן רבינו הגה'ק שליט''א, איז איינשטומיג באשטעטיגט געווארן און אויפגענומען געווארן
הרבני החסיד ר' זלמן לייב פעלדמאן הי''ו פאר צענטראלער משמש אין ק''ק יטב לב דסאטמאר יצ''ו,
ר' זלמן לייב אליינס א בר אוריין און א פייערדיגער עסקן נמרץ לכל דבר שבקדושה, איז וואויל בארימט מיט זיינע פעולות לטובת הכלל,ובפרט פאר די חברה קדישא דקהילתינו הק' ווי ער איז א אקטיווע מיטגליד שוין לאנגע יארן,
ווי אויך איז שמו הטוב הולך לפניו מיט זיין העכסט נארמאלע התנהגות גייענדיג געקליידעט מיט
א נארמאלען הוט,נארמאלע גלעזער, א נארמאלע שטימע, אא''וו,
ווי מען הערט נאך מאחורי הפרגוד פלאנען די אהרונים איהם צו רופן זאלי שמש