בן פראדל פארשיקט ר' שלמה שמש פין ראדני
30 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2601203
די וואך שבת פארן ליינען אין ראדני האט הרה"ח ר' שלמה ווערצבערגער שליט"א דער משמש געוואלט ארויף גיין אויפן באלמער ווי געווענדליךאויס ריפן די עליות , איז בן פראדל צי געגעגאנען צי אים ברבים אין געזאגט ער זאל נישט ארויף גיין אויפן באלמער.
ס'איז געקומען אלץ שטראף אפרעציע ווייל ער איז געגאנגען צי מקדש זיין דעם בית החיים אן די רשות פין הגז"ל מיט בן פראדל .
אין מאיר שנצילער איז ארויף געגענאגען אויס ריפן די עליות אנשטאט.
שטעלט'ס ענק פאר ווען ר' שלמה טוט ווען מיט די זאליס וואס זרילע האט געטיען מיט די אהרוינים ער וואלט זיי געריפן אין קארט, וואלטן זיי אים געהאנגען אין פראנט פין זייער צווייפלהאפטיגן בוטשער בפני כל העם.
תוקן על ידי ארגינעלער ב- 29/03/2009 4:01:17
ארגינעלער, שטעל דיך פאר, ווען זיי זענען נישט קיין נועם המידות...
יא, אזוי זענען די זאלי'ס, א יוד וואס האלט 0 פון זייער רבי, נאר ער שטעלעצעך צו אינגאנצן צו זיי, האט געטוהן עפעס אן רשות... וואפס!.. ארויס...
היינט ציפרי ניין אזייגער האט בן פראדל געוואקט אין שול צי זאמען מיט ר' זלמן לייב
אין געהאט גאר א היציגען שמועס, ווי ס'קוקט אויס האט מען עס דעמאלס אויס געפלאנט צי ווארפן
שלמה שמש.
רצחת וגם ירשת.
בן פראדל האט געזאגט פאר ר' שלמה שמש אז ר' זלמן האט אים געהייסען זאגן אז ער זאל נישט ארויף גיין אפען בלעמער.
די זאליס שיקן יעצט ארום פאר צווייפלטע מעסיזשעס אז שלמה שמש מיז גיין איבער בעטן ר' זלמן לייב מיט זיין פעטער זריל גליק.
זאל דער זקן אשמאי זרילע גיין איבער בעטן דעם רבי'ן ז"ל דעם ברך משה מיטן דברי יואל.
און וואס דארף ער טאן אויף דעם וואס ר' שלמה שמש האט נישט געגעסען נאר געפאסט?
וואס איז די תשובה פארדעם?
אז ער דארף איבער בעטן דער שפאטיווקער שמשון ...
עטס קענטס שעלטן ביז עטס ווערטס הייזעריג, די זאליס האבן ראדני און זיי קענען דארטן טוהן כל מה שלבם חפץ עטס קענטס שטיין און קוקן פונדערויסן...
נאך צעהן יאר וואס די זאליס האבן אלעס געגאנבעט האט עטס מיט ענקערע גרויסע געווינסן אין געריכט ( די זאליס זענען געגאנגען ערשט...) צוריקבאקומען די ביה''ח מיט א קאסעטע....
ווען איך ווער ווען באגאנבעט מיט פינעף הונדערט מיליאן דאללאר און איך באקום צוריק א מיליאן דאללאר מיט א שווינדל, קוק איך אויס אזעלכע געווינער וואו ענק...
עניוועי, די נאכמיטאג שלאף איז גוט געווען.
איך האב הנאה פין דיר פרוכטבאר אז די ביסט זייער רואיג
גיי זאגט נאר דיינע ווערטער פאר קיטשי וואלי מיט דעם משכיל בולמונפעלד,מילך שטערן,משה לייב דייטש,בן פראדל
וואס זיי שלאפן נישט רואיג
איך האב זיי געפרעגט זיי שלאפן גאנץ רואיג, נישט אזוי רואיג ווי מיר, אבער נאכאלץ רואיגער פון איעדע ארוני...
דעם גרעסטן ניצחון וואס איך האב אין די זאליס אין אברהם בער יאקאבוויטש מיט שמאול קאמפאט
דער מטורף בן פראדל זיצט ביי זיי אין פירט אן גרויסן זאל ער פירן הגז"ל ביי די נאז.
סופרעמסי די ווייסט אליינס נישט ווי גוט די זאגסט
פאריגע וואך האט אברהם בער יאקאבוויטש געזאגט פאר שלמה שמש אז ער זאל גיין צים מקדש זיין דעם בית החיים אין ס'וועט נישט קיין פראבלעם.
בן פראדל וויל כסדר ווייזן פאר די זאליס אז ער איז דער בעה"ב אין נישט אברהם בער
האט ער אנגעדרייט הגז"ל אין ער האט אים מבזה בפני כל העם.
די פלאן איז יעצט היות די זאליס ווילן נישט צאלן קיין אפטריט געלט פאר ר' שלמה שמש
גיין זיי אים צאפן דאס בלוט אויף טריט אין שריט, זיך איזדיקעווען מיט אים ווי די נאציס
ער זאל זיך אליינס גיין.
אדמיראל איז גערעכט, שטעלט'ס ענק פאר ווען זיי זענען נישט קיין בעלי מידות.
ארגינעלער טייערער משה גבאי טוט נישט וואס ער וויל אלעס ביי אונז און די קהלה ווערט געטוהן און געפירט דורכן בית דין צדק ובראשם מרן הראש בית דין שליט"א ובהתייעצות כ"ק אדמו"ר שליט"א
קיין שום קהלה וואלט נישט צוגעלאזט אז איינער וואס האט בועט גיווען און די קהלה זאל קענען דינען א שמש און די קהלה דאס גיין צו א מעמד וואס איז בועט אין די קהלה
מאיז מקדש א בית החיים אהן די אנוועזענהייט פון די דייני הקהלה
די גאנצע זאך איז גיווען צו רייצען און ווייזען פאר די וועלט אז עטץ האטס א צייטוויליגע בעלות אופן בית החיים און קרית יואל
וועט ענד סי ווער דארט איז בעל הבית
2) גענוג אז אלפי חסידי סאטמאר האמיתי זענען באגנבעט גיווארן דורך מושל בכיפה אויפן בית החיים און קרית יואל פארוואס האט עטס אויך באגנבוועט דעם בבית החיים און ניו זדערסי וואס א טענה האט עטץ אויפן בית החיים און ניו דזערסי מקום מנוחתו פון חותן המלך הרה"ק שטענסטעכאוו זי"ע ועוד וואס די גניבה איז דורעכגעפירט גיווארען מיט די הילף פון ר' שלמה ווערצבערגער דער גיוועזענער שמש
3) פארוואס האט ר' שלמה דורך גילאזט די לויה פאריגע וואך זינטאג קיין ניו דזערסי און געזאגט פאר די משפחה אז מען דארף צאלען $5.000.00 דאלער פאר די הופער קהלה
איך מיין ווען ר' אברהם יושע טוט דאסביי ענק ענדיגט ער מיט קייטלעך אזויי הרה"ח ר' עזריאל
א יא מיסטער געווארט הייבסט אן ציפארשטיין פארוואס מהאט געשיקט זריעל זיך אביסעלע אפריען אז מען גייט אקעגען א קהילה מעג מען ווארפען...... גיט גיט
אבער לויט דיר האט דיין רבי דעמאלטס גערעדט ווען ער האט געשאלטען ווער עס האט געטשעפעט מיט זרילע פיסטע שטותים ווי געווענטליך
געווארט, נאט איך די פאקטן
דער נפטר ר' אהרן שווארץ ע"ה (בן ר' יצחק מק"י) איז געווען אן איינוואוינער פון קרית יואל (די לעצטע יאר) , און דערפאר איז ער אונטער די קרית יואל'ער קהלה.
שלמה ווצ"ב קען נישט אוועקנעמען קרית יואל'ס רעכט אפילו שאול פערלשטיין שווערט אז ער איז באלעבאס.
דאס איז שלמה ווצ"ב איז געגאנגען צו די קידוש בית החיים איז פונקט אזא עוולה ווי יודא לייב פלאר פלעגט גיין צו סאסמאן די אלע יארן, און מ'האט נישט פארשיקט און נישט געווארפען. דער חילוק איז נאר אז דאס מקדש זיין א בית החיים באלאנגט פאר די חברה קדישא ווי ער איז א מעמבער - ושנית אז די חברה קדישא גייט צו לויות און טהרות סיי פון ארונים און סיי זאלונים, און זיי דארפן זיך נישט מישן אין פאליטיק.
ליידער זענען די דיינים פארפוילט און קארופטירט און די חברה קדישא נישט.
ביי די וועי, וועלכע דייני הקהילה
די וועלכע האבן געשריבן קשר בוגדים?
די וועלכע געבן א הכשר אויך תערובות חתונה זאל מיט ביימעלעך?
די וועלכע גיבן א הכשר אויף פלייש וואס ער איז נאך קיינמאל נישט דארט געווען?
די וועלכע האבן משנה געווען און נוצן זאלץ וואס רביה"ק האט נישט געלאזט?
די וועלכע זאגן אז מ'מעג גיין נאר צו זיי?
די וועלכע לאזן גיין אין בג"ץ הציוני?
די וועלכע האבן א סיין בית דין, ווי קיין שום תורה איז נאכנישט פארגעקומען?
די וועלכע געבן היתירים פאר ערכאות בלינדערהייט?
פארוואס איז רבי געציל בערקאוויטש נישט גענוג דיין הקהילה ווי הריח"ם פרידמאן?
פארוואס איז ר' יוסף צבי סופר נישט אזוי שטארק דייני הקהילה ווי רז"ל פילאפף?
פארוואס איז ר' העניך נישט אזוי מו"ץ ווי רש"ל וויינבערגער?
אלעס קומט צוריק צום אלטען:
ווייל איך מעג יא און דו נישט.
איך מעג משנה זיין פון רביה"ק מסאטמאר און דו נישט
גוטזאגער לאמיר זאגען אז אונז האמיר נישט קיין דיינים אין אלע זענען ביי זיי
אבער ציזאגען ווי געווארט אז משה טיט נישט וואס ער וויל נאר רעדט זיך אדארעך מיט די דינים דארף מען זיין ערענסט פאריקט
שאל םערלשטיין האט היינט געזאאגט פאר ר' שלמה שמש, אז ר' זלמן האט אים געהייסען איבערגעבען אז ווילאנג ער קומט אים נישט איבערבעטן קען ער מער נישט אפען באלעמער ארויף גיין, ער קען פארקויפען ערב פסח מצות און נעמען נדרים ונדבות אבער נישט אפען באלעמער.
געווארט שרייבט !
ארגינעלער טייערער משה גבאי טוט נישט וואס ער וויל אלעס ביי אונז און די קהלה ווערט געטוהן און געפירט דורכן בית דין צדק ובראשם מרן הראש בית דין שליט"א ובהתייעצות כ"ק אדמו"ר שליט"א
איך האפף אז די מיינסט עס נישט ערענסט "משה גבאי טוט נישט וואס ער וויל"???
איך ווייס נישט צי זאל איך לאכען אדער וויינען.
ווען די זאגסט נאך אז מרן רב"ד אין כ"ק אדמו"ר טיען נישט וואס זיי ווילען , נא דאס פארשטייט זיך ,, אבער פארקערט????????????????
איך ווייס נישט פארוואס דער עולם גולם פארלאזט אזויפיל טרערן וועגן שלמה שמש,
דער שלמה שמש האט געדארפט אננעמען דאס נישט לאזן ארויף אויפן באלעמער ווי
א אפגעזאגעכטץ און זיי רופן צו דין תורה אז מען האט עהם אויפגעזאגט,
און ער וואלט באקומען זיין אפטריט געלט, אפילו אויב זיי וואלטן עהם צוריק
גערופן וואלט ער געדארפט טענה'ן אז נאך די געוואלדיגע בזיונות וואס ער האט
געליטן קען ער פשוט נישט ווייטער פינקציאנירן אלץ א עפעקטירער שמש און ער וואלט
זיכער באקומען זיין אפטריט געלט, און וואס מיינט איר גייט יעצט געשעהן?
ער גייט ער איבער בעטן דעם שטריק הגדול און מפטירין כדאתמול,
ער וועט ווייטער אויסשרייען קאק אדמער שליטע ווי גארנישט וואלט פאסירט,
ניין איך שוין עהם לגמרי נישט, ער איז קיין רחמנות נישט,
ער איז דארט ביי CHOICE און נישט ביי FORCE,
און צו דיר שלמה זאג איך, יהי רצון אז די בזיונות וואס די נעמסט איין יעדן טאג
וואס דו געפינסט דיך ביי די רשעי ישראל, זאל זיין לכפרת עוונות פאר די שברי לב
און עגמת נפש וואס דו האסט גורם געווען פאר מאנכע אידן מאנשי שלומנו,
יא, איך ווייס אז דו ביסט נאר געווען א שיק אינגל, און נאר אויסגעפירט א שליחות,
אבער פונקט אזוי טענה'ן דאך אלע עס עס'ניקעס אז אלע רציחות'ער איז געווען
געצווינגענערהייט און אז זיי האבן נאר אויסגעפירט א שליחות,
מיר נעמען נישט אן זייערע פינסטערע תירוצים, און אויך נישט דיינע,
ווען דו האסט משלח געווען פון ראדני אנשים חשובים ויקרים מזקני תלמידי וחסידי רבינו
האסטו זיי געצאפט דאס בלוט, דו האסט זייער ערליך אויסגעפירט די שליחות,
און די אידן האבן קלאר געזאגט אז זיי זענען דיר נישט מוחל, זאל דאס זיין לכפרת עוונות,
און יעצט גיי און זיי מפייס די אידן וואס דו האסט ביטערליך מצער געווען,
דו טייערע אידן וואס זענען נאך ב''ה בתוכינו לאורך ימים ושנים, ווייל ווי דו ווייסט זענען שוין
עטליכע בעלמא דקשוט, און צו זיי דארפסטו שוין גייו צום בית החיים (אוי ווייטער דער בית החיים...)
מיט א מנין אידן און טוהן ווי די הלכה פארלאנגט, אבער די וואס לעבן נאך דארפסטו גיין מפייס זיין כדת וכדין,
והוא רחום יכפר עוון. ס'איז נישט קיין הפקר וועלט, דיין פלאץ איז נישט דארט, ראטעווע דיך באצייטענס.
איך הער אז היינט איז שלמה געגאנגען איבער בעטן הגז"ל פארן גיין מקדש זיין דעם בית החיים
אין הגז"ל האט אים מוחל געווען...
אבי מען זאגט ער איז נישט קיין נועם המידות.
האקאבו, נישט פארגעסן, רז"ל האט אום געהייסן אינטערשרייבן א צעטיל אז ער גייט מער נישט טשעפען מיט קהל...
הוא אשר דיברתי,
דער שלמה שמש, וואס איז באמת א וואוילטשיקער,
אבער קיין טראפ סעלף רעספעקט האט ער נישט,
ער פארמאגט נישט קיין טראפ פרינציפ,
וויפיל קען זיך א מענטש נידערן,
שעמט ער זיך נישט פאר זיינע קינדער און אייניקלעך?,
וואס א תירוץ זאגט ער זיי?
וואלט ער פון זיי אנגענומען א תירוץ אויב זיי וואלטן עפעס שלעטס געטוהן
אז יענער איז שולדיג?, זיכער אז ניין!,
בקיצור דער שלמה האט פארקויפט זיין נשמה פארן שטן.
איך זעה נישט קיין שום חילוק צעווישן שלמה און זרילע גליק,
מען שרייבט וואס מען הייסט, אן קיין טראפ זעלבסט ווירדע,
ר' שלמה שמש איז געווען איבערבעטן ר' זלמן, האט ער אים געזאגט אז ער מוז ארויף גיין שבת אפען באלעמער אין איבערבעטן דעם גאנצען ציבור און זאגן אז ער האט חרטה פארן גיין מקדש זיין די בית החיים און ער וועט מער נישט טשעפנען קהל.
ר' שלמה האט אים געזאגט אז ער קען דאס נישט טאן, האט אים ר' זלמן געזאגט אז ער וויל דאס נישט טאן דעמאלס איז ער אויס שמש.
יעצט ווארט מען צו זעהן וואס וועט זיך אויסשפילען.
הרב עזריעל גליק איז געווען איבערבעטן דער מאנראער קדושׁ
, האט ער אים געזאגט אז ער מוז ארויף גיין שבת אפען באלעמער אין איבערבעטן דעם גאנצען ציבור און זאגן אז ער האט חרטה און ער וועט מער נישט טשעפנען קהל.
הרב עזריעל האט אים געזאגט אז ער קען דאס נישט טאן, האט אים דער מאנראער קדושׁ ער וועט מיאוס חרטה האבן .
יעצט ווארט מען צו זעהן וואס וועט זיך אויסשפילען
דער מאנראער קדוש האט איהם בלויז געזאגט ער זאל חוזר זיין פון זיינע ערכאות'ער ובג"ץ הציוני. ער דארף קיינעם נישט איבערבעטן.
יענקעלע
איך מוז מוחה זיין אויף דיין דברי בזוי אויף ר' שלמה שמש
ער איז א איד א ירא שמים בסתר כבגלוי, א סעמפל פון א ערליכע ארבעטער,
און איך האף אז מיט דעם האב איך יוצא געווען ידי חובתי.....
מזל טוב!
קהל יטב לב ד'סאטמאר, האט א אלט\נייער שמש, ר' שלמה ווערצבערגער.
ר' יואל קויפמאן אונטער שמש
מה טובו,
פון ווי ווייסטו אז ער איז א ירא שמים "בסתר" כבגלוי, הא?
הער מיך גיט צו,
איך האלט זייער פון שלמה שמש און בין פערזענדליך נאנט צו עהם,
אבער וואס איך האב געשריבן איז קלארע פאקטן, איך האב נישט געשריבן
קיין שום דברי ביזוי, נאר אמת'ע פאקטן,
ער האט פארשיקט ערליכע אידן פון בית המדרש אין ראדני
אויפן דירעקטן באפעל פון משתמש בקודש,
מאנכע אידן האבן אויף עהם א שווער הארץ,
און מיין ציל איז נאר געוען ער זאל דאס וויסן,
ער זאל האבן אביסל סעלף רעספעקט,
פרנסה איז זייער וויכטיג אבער אלעס האט א שיעור,
וואלט ער געבליבן ארבייטן אין א רעסטאראנט וואס הייבט אן צו פארקויפן נבילה,
געוויס אז ניין, נו, וואס איז דער חילוק, צו בלייבן א חלק פון די אויסגעשפראכענע
מרימי יד בתורת משה מיט אויסרייד אז דאס איז צוליב פרנסה,
פאסט נישט פאר אזא חשובן איד ווי שלמה שמש,
און איך זעה אז מיינע רייד האבן עושה רושם געווען
און ער האט זיך ענדליך אפגעלאזט פון די רשעים
און חוזר געווען צו זיין שורש און דארף זיך מער נישט
פארשטעקן און פארשלייערן זיין פנים
ער וועט זיך שוין קענען באטייליגן ביי די שמחות פון רבינו שליט''א
אפן און אום באהאלטן, כשאופתו וכאוות נפשו,
מיר נעמען עהם אויף מיט אפענע ארעמס
און וואונטשן עהם הצלחה מרובה אויף זיין נייעם פאסטן,
יהי בואו לברכה.
באלד גייען די זאליס נועמי המידות אנהייבען מיט א שמיץ קאמפיין קעגען שלמה שמש
יעצט קומט פאר א ריזיגע מיטינג ביי די זאליס ווי אזוי צו רעאגירן, ווייל דערווייל הערט מען נישט גארנישט פון זיי.
אט אט גייט זיך אנהייבן די שפיכות דם
פארגעסט נישט
איך מעג דו טארסט נישט