היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » הקדוש משה נהרי הי"ד מראשי יהדות תימן איז נעבעך נרצח געווארן

הקדוש משה נהרי הי"ד מראשי יהדות תימן איז נעבעך נרצח געווארן

9 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2535400

ערב » 12/12/2008 15:10

[בילד – נישט אפגעהיט]

הקדוש משה נהרי הי"ד איז געהרגט געווארן פאר גארנישט אויף קידוש השם השם ינקום דמו אין ער האט איבער
געלאזט א פרוי אין 9 קינדער אין זיינע זון האלט צווי וואכן פאר די בר מצוה                                                                                                                                                                                                        

 



תוקן על ידי ניהול_גרופ ב- 30/12/2008 8:22:50

צביהירש » 28/12/2008 19:43

הפלא ופלא וויאזוי די לעצטע דורות ווערן מענטשן קאלט צו אידישע נשמות.
א איד אין תימן איז נרצח געווארן על קידוש השם במלא מןבן המלה.
לויט די קארט פעיפערס האט עהם דער גוי געשאסן פאר איין סיבה, ווייל ער וויל זיך נישט שמד'ן.
פארוואס איז די וועלט אזוי גלייכגילטיג און קאלט, מ'הערט נישט פון קיינעם אז מ'זאל העלפן די אלמנה מיט די 9 יתומים.
מ'הערט נישט אז מ'ברענגט זיי ארויס פון תימן.
פארוואס?

פעטרסאן08 » 28/12/2008 20:13

איך פארשטיי נישט

יצחק חיים פריינד'ס שלוחים לויפן ארים נאך געלט טאג אין נאכט פאר תימן מיט ראפלעך וכדמה.

ווילסטו מיר יעצט מיר זאגן אז דאס געלט קומט קיינמאל נישט אן צי תימן ?

ערב » 24/2/2011 10:33

איך מיין די געלט קומט נישט און בככלל 

מלך_מלכים » 24/2/2011 18:58

וואס נאך מיינסטו? סאיז מיר זייער אונטרעסאנט דיינע מיינען

סטראבערי » 24/2/2011 20:36

ס'איז שוין היינט נישט דא אין תימן קיין מוהלים, און ר' יצחק חיים האט שוין די יאר 2 מאל געדארפט אראפשיקן מוהלים קיין תימן!
א זאך וואס איז פארבינדן מיט ריזיגע געלטער און מסי"נ ווייל ס'איז א מורא'דיגע סכנה זיך דארט צו ארומדרייען.
ולא עוד, נאר די מוהל האט אונטערזיכט 3 קינדער וואס זענען גע'מל'ט געווארן דורך איינער פון די תימן'ע וואס איז שוין יעצט אויך נישט דארט, אבער יענער איז בכלל נישט געוועזן קיין מומחה, און מ'האט זיי אלע געדארפט פארעכטן די מילה!!! אזוי ווייט איז דארט נעבעך די עמי הארצות זייט יעדער געלונגענע תימני איז שוין כמעט נישט דארט.
די זעלבע זאך איז מיט מקוה טהרה וואס ער האט געדארפט פערזענליך אראפפארן לעצטנס ווייל מ'האט אים גערופן אז ס'האט זיך עפפעס צובראכן און ס'איז נישט דא קיינער וואס קען עס פארראכט כהלכתה!!!

rebyankel » 24/2/2011 22:34

ווייסט איינער ווען יצחק חיים פריינד איז  געווען די לעצטע מאל אין תימן??????

אין פארוואס דארף מפעל חסדים טובים בויען ת''ת אין מקוואות אין תימן??????

SatmarBum » 25/2/2011 17:07

יהודית תימן עולים למדינת ישראל ע"י הציונים


http://www.bhol-forums.co.il/topic.asp?topic_id=2581804&forum_id=16386

_________________

ערב » 7/3/2011 02:43

בערל בערקוויטש גייט ארום פאר משה נהרי אלמנה בקצור די געלט איז קיין מאל נישט אנקומעון מען טאר נישט גיעבן. קיין געלט