היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » יהודי תימן עולים למדינת ישראל ע"י הסוכנות

יהודי תימן עולים למדינת ישראל ע"י הסוכנות

20 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2581804

צביהירש » 19/2/2009 22:52

Jews Come Home From Yemen

 
by IsraelNN TV Staff
*******>if (sLinkData != "") document.write("Edit
");
(IsraelNN.com) A small group of Jews have come to Israel from Yemen, hopefully as the forerunners to the remainder of the endangered community.

צביהירש » 19/2/2009 23:04

היינט איז באריכטעט געווארן אין די נייעס אז א משפחה מיט 9 נפשות זענען אנגעקומען פון תימן קיין מדינת ישראל.

ר' סעדי' בן ישראל האט זייער אסאך געהאלפן אין תימן צו בויען אידישקייט די לעצטע 15 יאהר און האט זיך אויסבאנאלטן די לעצטע 7 וואכן אין א באהעלטעניש אין צענא. ער האט געוואלט ארויס פון תימן ווי אמשנעלסטן.

די עסקנים פון ענגלאנד און אמעריקא האבן עהם נישט ארויס גענומען באצייטענס און ער האט מורא געהאט צו ווארטן. האט ער מחליט געוועהן צו פאהרן מיט די סוכנות.
די נייעס רעפארטערס האבן עהם אפגעווארט אין בן גריון עירפארט און באריכטעט אז די אידן אין תימן ווארטן ארויס צו פאהרן.
מיר ליידער זענען פארנומען די לעצטע 4 וואכן מיט הענגען שיינע פלאקאטן מיט בילדער פון די תימנ'ע קינדער. מ'פארלאנגט פון ציבור אז מ'זאל געבן 15 אלפים פאר א נפש "שה לבית אבות" קאמפיין. און די סוכנות ווארט נישט ביז די סאטמערע וועלן ברענגען די געלד. זיי חאפן די נפשות אהנע 15 אלפים.

ליידער שלאפט מען און מ'לאזט די תימנ'ע אידן גיין לטמיון.

אבל אשמים אנחנו על אחינו.....  

ארגינעלער » 20/2/2009 02:39

וואס איז געבליבן  מיטן הייליגען סוקעלנער רבי'ן אסיפה ??????

איזראלי » 20/2/2009 11:08

הגז''ל ר' זלמן האט ביי די אסיפה גענאפעצט  וועגן דעם איז דאס גאנצע זאך איינגעשלאפן  .

רבי_יונה » 20/2/2009 14:44

"מ'פארלאנגט פון ציבור אז מ'זאל געבן 15 אלפים פאר א נפש "שה לבית אבות" קאמפיין. און די סוכנות ווארט נישט ביז די סאטמערע וועלן ברענגען די געלד. זיי חאפן די נפשות אהנע 15 אלפים."

דאנט קיד יורסעלף, די סוכנות האט 15 אלפים, קענען זיי כאפן

סעדער » 20/2/2009 17:35

למען האמת דארף ארויסגעברענגט ווערן אז עס איז פארשטענדליך אז בשעת עסקנים קענען ארבייטן איבער די כוחות צו פועל''ן ביי די לאנדאנער רעגירונג אריינצולאזן די אידן, קען מען זיך ליידער נישט פארמעסטן מיט די כח פון די סוכנות וועלכע פירן אן אייגן מדינה און זייער פאליטיק האט באשלאסן אז זיי לאזן יא אריין די אידן צו זיך. און די נעבעכדיגע אידן וועלכע זענען אין א שרעקליכע סכנה יעדע רגע קען מען דאך פארשטיין אז קודם ארויס פון דארט.

ווידער איבער די פרשה מיט די געלט האב איך דערווייל נאר געזעהן אין די צייטונגען חתימות אבער נישט אז מ'זאל פאקטיש ארומגיין שאפן געלט.

שפיטצער06 » 20/2/2009 19:05

מ'האט ב"ה געשאפן שיין געלט ביים מסיבה אין ביהמ"ד הגדול אין וויליאמסבורג. מיסתמא אין קרית יואל קומט אויך שיין אריין. רבינו שליט"א האט נישט נאר אנגעווארמט דעם עולם איבערן צוועק, נאר מכח על הפועל האט מען אריינגעלייזט גרויסע סכומים צו קענען אנפאנגען מיטן פראיעקט ארויסצונעמען די אידן פון תימן און זיי טראגן קיין ענגלאנד.


קיינער שלאפט נישט, אבער איר פארשטייט אליין אז היינט צוטאג איז נישט אזוי גרינג אריינצוברענגען עטליכע זעכציג משפחות פון תימן - אן אראביש לאנד - קיין ענגלאנד. קיינער טראכט נישט אז די אידן וועלן אנקומען א טאג נאכן מסיבה קיין ענגלאנד. עס קאסט אסאך געלט, עס נעמט חדשים פון ארבייט און אלעס ברויך אויסגארבייט ווערן אז זיי זאלן האבן ווי צו זיין ווען זיי קומען אן מיט זייערע גאנצע משפחות.

די מדינת ישראל ערלעדיגט דאס אין איין מינוט, קיינער שטעלט זיי נישט אפ, זיי טוען דאס פאר זייערע אינטערעסן, מיר  -א גרופע היימישע אידן - קענען זיך נישט פארמעסטן מיט מדינת ישראל, מ'דארף ארביטן שווער און זעהן וויפיל מ'קען ארויסנעמען.

אבער ווען איר זעהט אז מ'איז נאכנישט ארויסגעקומען מיינט דאס נישט אז מ'ארבייט נישט. מ'גייט ארום נאך געלט דא אין אמעריקע און אין לאנדאן זענען די עסקנים פארנימען פיבערהאפטיג צוצישטעלן אלעס וואס מ'ברויך אז זיי זאלן קענען אריינקומען קיין ענגלאנד.

Baachi » 20/2/2009 21:00

שפיצער

וואס פאר אגוט יאהר דרייסטו מיט א כפתור, יאלד איינער! מהאט דיר איינגערעדט לאקשען מיט קרויט אין דו קויפסט עס פאר בשר ודגים.
ווען מען מיינט אויף איין אמת צו ראטעווען תימנער אידען ברוחניות ובגשמיות ווי שנעלער וואלט אזוי לאנג גענומען?
חעלעמער אסיפות.

מען נעמט דאס געלט וואס מען האט שוין אין מפאהרט אפ קיין ארץ ישראל, מזאגט פאר די מאכערס פון די טריפענע מדינה אז מען האט פאר זיי געקויפט פארטיגע דירות אין ירושלים עיה"ק אדער אין איין אנדערע פרומען יישוב. זיי וועלען זיך פרייען אייך זיי אוועק צו געבן בקנין ובמנין. 

דו שטעלסט דיך פאהר אז די פרייע געבן זיי דירות זאלען זיי געבען ווי דו ווילסט?   משוגע זענען זיי דאך נישט.

אלא וואס דען, סאיז איין גרויסע קיילעכיגער בלאף, נוסח רב טוב.

 וכשילים משי תשכילו???

ארגינעלער » 20/2/2009 21:45

קען מיר איינער קלאר ענטפערן וואס איז געבליבן ביים צדיק הדור דער סקעלנער רבי'ס אסיפה.

צביהירש » 20/2/2009 21:53

ראשית כל. די אסיפה ביים סקולענער רבי'ן שליט"א האט גענומען א חודש ביז אלע רבנים האבן זיך צוזאמען גענומען צו קומען צו די אסיפה.
ווען סקולענער רבי האט די ערשטע נאכט חנוכה געקאכט ביי די חנוכה ליכט מיט בכיות אויף דעם מצב פון די אידן אין תימן, ער האט תיכף אריבער גערופן עטליכע רבנים בערך 1 אזייגער ביינאכט און געבעטן מיט טרערן אז מ'זאל תיכף צוזאמען רופן די אלע רבנים פון גאנץ ניו יארק ווייל ס'ברענט. דאמאלט האבן אסאך רבנים גענפערט אז מ'איז פארנומען מיט די חנוכה טישן.
 אזוי אויך מיט די עסקנים פון לאנדאן און פון ניו יארק, זיי זענען פארנומען מיט געלד אקציעס, מיט שיינע גרויס בילדער, מיט אוישוויץ מעשיות.

פארוואס האבן נישט די גרויסע קנאקערס פון סאטמאר אדער יו דשעי קעיר תיכף ארויס גענעמען פון טאש א פאר הלוואות פון שני מאות אלפים און אובער פאהרן קיין תימן, אנכאפן עטליכע משפחות און תיכף ארויס פון תימן. אדער לכל הפחות זיי געבן גענוג געלד צו קענען זיך טעמפארערי ארויס מופן פון די מסוכנ'דיגע דערפער קיין צאנא. ???

פארוואס איז די גאנצע אקציע געלד פון די לאנדאן אסיפה אריין אין באנק?
פארוואס נישט קיין תימן? 

ארגינעלער » 20/2/2009 23:10

הערשעלע איך וויל דיר נישט ציברעכן דאס הערצעלע דיינער

אויף דעפ קליפ חמשה עשה " די הכרת הטוב מסיבה " פאר תימן זעט מען נישט קיין בכיות פינעם הייליגען סקעלנער רבי

ער עסט ב"ה פיין חלה מיט פיש, אינדערצייט וואס מען כאפט תימנער יודין קיין א"י....



http://www.youtube.com/watch?v=7Vh-RI6mR64

tzvibp28 » 22/2/2009 17:15

איר מיינט טאקע אז יעצט איז תש"ט?
אז מ'פארט קיין ארץ ישראל ווערט מען אוטומאטיש פריי?!

tzvibp28 » 22/2/2009 17:57

א בילד
די משפחה וואס איז ארויף קיין ארץ ישראל

_________________

http://theantitzemach.blogspot.com

tzvibp28 » 22/2/2009 17:58

די בילד - פון בח"ח
[בילד – נישט אפגעהיט]

טראק » 22/2/2009 21:08

ווען די סקולענער רבי מאכט ווען אן אסיפה פאר אידן נגידים עשירים, און וויינט פאר זיי פאר געלט וואלט עפעס געווען.

מאכט ער אן אסיפה פון א באנדע שנארערס רבנים וואס יעדער שנארט פאר זיך און זיינע קינדער, עס אינטערסירט זיי די תימן'נע אידן ווי די טערקישע אידן.

זאל ער פאר די פארדינגענע בילדונג פון מוסד חסד לאברהם, און די חסד לאברהם קאנטרי מאכן אן אסיפת הרבנים, און פאר תימן זאל ער מאכן אן געלט אקציע פאר עשירים...

געגאנגען » 23/2/2009 01:41

אנשטאט פרובירן צו באזינגען איינער דעם צווייטן איז פיל וויכטיגער צו ארבעטן אינאיינעם צו טרעפן א לעזונג. כ'בין טיף איבערצייגט אז יעדער וואס איז עוסק אין די מצוה טוט אלעס וואס ער קען צו ענדיגן דעם ענין בכי טוב.

צבי, כ'האב פאר דיר נייעס, אין תשס"ט קען מען אויך אפשמד'ן קינדער, און פארלאז זיך אויף די סוכנות אז זיי וועלן שוין באווייזן דאס צו טון. אין תש"ט האט מען אויך געזאגט אז 'היינט איז נישט תר"ט, מ'קען נישט שמד'ן סתם אזוי קיין קינדער'...

majyar718 » 23/2/2009 01:58

צבי אפשר זעסטו אז חב"ד זאל עפעס העלפן די אידישע קינדער אין תימן ?!?

שפיטצער06 » 23/2/2009 23:54

שרעקליכע פערדן!

איינער וויל פארשטיין פארוואס UJ CARE האט נישט גענומען קיין הלוואה און ארויסגענומען גלייך די אידן פון תימן...

איינער פארשטייט נישט ווי די געלט איז געגאנגען, ער באשולדיגט גאר אז די געלט איז גלייך געגאנגען אין באנק, א_ווי צוזאגן אז אייער נעמט דאס פריוואט אין טאש. מ'וואלט דאס געברויכט ארויפלייגן אויפן נעקסטן פליגער וואס פליעט קיין תימן און דאס אפשיקן פאר די אידן און תימן און דערמיט וועלן זיי קויפן בילעטן און פארן ווי זייער הארץ גליסט.

נישט שלעכט...


איך וואלט אייך געראטן אנצופאנגען פון פּרי נורסערי און אנפאנגען דער גאנצע סיסטעם פון דאסניי. (נישט ממש..)


צביהירש, אפשר ערלעדיגסטו ביים סקולענער רבי שליט"א'ס שטוב מענטשן אז מ'זאל אנפאנגען עפעס צוטוען מיט די תימן'ע אידן און נישט נאר וויינען און פאררופן אסיפות און זיך אפפיקטשערן און צוריק אהיים גיין.

ממש דאס זאגסטע, נאר פאר אנדערע!

נישט אז איך האב עפעס קעגן סקולענער רבי, איך האלט גראדע אז ער וויל טוען און ער וועט טוען וואס ער קען, אבער וויבאלד מ'האט נאכנישט געזעהן אין די וואך-צוויי די רעזולטאטן מיינט דאס מיסתמא אז ער האט נאר געוואלט מאכן בילדער, ברענגען זעלבסט רעספעקט, צוזאמרופן אסאך רבנים און גארנישט אויפטוען. אזוי איז משמע פון דיינע טענות.

בעטשי, איך האב פאר דיר נייעס. ס'זענען דא עסקנים וואס ארבייטן רונדע דעם יאר פאר די תימן'ע אידן. נישט נאר ווען ס'איז דא א מצב ביים ארויסנעמען, נאר זיי גיבן זיך אפ מיט שאפן דירות, אויסלערנען אינזער שפראך און זיי אויסגלידערען צווישן נארמאלע מענטשן - אנדערש ווי זיי זענען געוואוינט.

אין לאנדאן האבן זיי א ספעציעלע קהלה ווי זיי קענען זיך פירן ווייטער ווי זיי ווילן לויט זייערע אלטע מנהגים, מ'דארף דאס געהעריג ארגענעזירן, די עסקנים זענען נישט מסכים צו שאפן געלט און דערנאך זאלן די משפחות פארפאלן גיין ווי די היסטאריע האט שוין באוויזן אין די פארגאנגענהייט.

אז איר האט טענות, דאן טוט אליין, פראבירט צו טוען וואס איר קענט און העלפט ארויס די תימן'ע אידן ווי איר פארשטייט.

tzvibp28 » 24/2/2009 07:29

m'lozt nisht arein chabad in teiman, zei zennen Tziyonim

tzvibp28 » 24/2/2009 07:31

My Hebrew isn't working now for some reason

_________________

http://theantitzemach.blogspot.com