היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » באמבע!!! שארפע מכתב להולכי ערכאות

באמבע!!! שארפע מכתב להולכי ערכאות

103 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2519537
בלאט: 1 2 3

רבי_יונה » 18/11/2008 16:37

הרבנים הגאונים די בית דין צדק פון הגאון הגדול הרב לאנדא שליט"א אב"ד בני ברק, הגאון רבי מענדל שפרן שליט"א, הרב רייך שליט"א האבן געשריבען א שארפע מכתב צו דעם תימנער ד. מ. טאלער, ווי זיי שרייבן אים: אזוי ווי ער האט אויפגעהערט צו צאלן די געלט פאר די זאל פון התמר צו מוסדת וקהלת יטב לב דסאטמר אין בני ברק, מיט די טענה אז די "עכטע עכטע עכטע" הנהלה פונעם מסור מ. וואלערשטיין, און הולך לבג"ץ מיכעלע שלעזינגער האבן אים באפוילען נאר זיי געבן די געלט און נישט פאר רבי משה חיים ווייס.

אשר ע"כ ווילן זיי אים מעלדן אז די זאל באלאנגט פאר די קהלה און די מוסדת הק', און זיי געבן אים 10 טאג וואס ער דארף געבן פאר די מוסדות הק' די געלט פון די 3 חדשים וואס ער איז שולדיג, אז נישט וועט אים זייער ביטער זיין.

אויך שרייבן זיי, טאמער ער וויל גיין צו דין תורה מיט די הנהלת המוסדת קען ער גיין זבל"א.

זיי שרייבן אויך אז די עיקול בערכאות של הציונים, וואס די זאליס הולכי בג"ץ האבן ארויף געלייגט אויף איין ליידיגע לאט אין שיכון, האט נישט קיין שום היתר דאס צו טאן.

די בריוו איז אן היסטארישע בריוו דאס אז די דריי רבנים זאלן אינאיינעם אונטערשרייבען אויף דעם מעכטיגן פסק, און דאס איז א סוף פסוק צום תימ'נער טאלער, און א טויט קלאפ פאר די זאליס, און פאר ר' זלמן פרעזענדליך וואס איז ביזי כסדר מיט בני ברק עס אונטערצוברענגן, און קאלט יעדע וואך טאלער און זיין ווייב זיי מחזק זיין.

מיכעלע שלעזינדער האט זינטאג געריפען הרב לאנדא ווי ער האט אים געזאגט אז ער איז בעל הבית אויף די מוסדות און ער הייסט טאלער באצאלען נאר פאר אים, הרב לאנדא האט אים געזאגט איר מיינט איר האט געריפען א א גן ילדים, מיכעלע האט אים מיאוס באשריגען מען וועט אייך לערנן טאנצען איר זענט א ליבאוויטשער וועגן דעם שרייבט מען אזאנע בריוון.

די זאליס דרייען איצט איבער א וועלט אז די רבנים זאלן צוריק ציען, אבער זיי ווייסן נישט אז די רבנים זענען נישט קיין לאולייף אזוי ווי זייער ראסס סט. פורים בי"ד וואס ווערט אנגעפירט דורך א געוועזענער פאסט ארבעטער.

געלעכטער » 18/11/2008 16:44

פארוואס שרייבט נישט אינטער דער פוסק הדור רב וואזנער שליט"א?

רבי_יונה » 18/11/2008 17:09

די בריוו איז נאר פון בתי דינים אין בני ברק, וואס זענען פארמישט אין די פרשה.

רעכטער » 18/11/2008 17:09

לאמיר האפן אז דער בריוו וועט עפענען זייער פארשטאפטע הארץ.

תימענער » 18/11/2008 17:17

ווער זאגט אז זיי האבן א הארץ בכלל ? און אז יא האבן זיי א צלם און הארץ און נישט קיין יידישע הארץ .

שומרשמיטה » 18/11/2008 17:25

אה, די ארונים דארפן שוין נאכמאל חיזוק, לאזן זיי ארויס א מעשה.

ווען ס'וואלט געווען א בריוו וואלט עס יונה שוין געברענגט אדער געמאכט

דוד46 » 18/11/2008 19:01

יונה'לע

לאמיר זען ווער עס לאכן דער לעצטער...

רעכטער » 18/11/2008 19:29

לאכן דער לעצטער? די מסרבים לדין והולכי בערכאות העולמי לאכן דאך יעצט אויך, זייער גאנצע פארטיי שטייט דאך נאר מיט לאכן פון די תורה הק' און פון די רבנים רח"ל.

לאמיר האפן אז די בריוו וועט עפענען זייער פארשטאפטע הארץ.

רבי_יונה » 18/11/2008 19:33

די הולכי בג"ץ לאכן אפ און טרעטן אויף די הייליגע תורה הק'!!

די הולכי בג"ץ לאכן אפ און טרעטן אויף מרן רביה"ק זי"ע!!

טאטלע » 18/11/2008 21:49

דודו א יא טאקע די היתר פינעם הייליגע שלישקע אז מען מעג גיין בערכות פארשטייט זיך נאר נאך דעם וואס די סבלונות פין הגז"ל לויפט אויס קימט טאקע פין אזאלעכע וואס האבען גארנישט מיט די גאנצע זאך    

דוד46 » 18/11/2008 21:51

דער בריוו איז די ריכטיגע סיבה פארוואס משה חיים ווייס וויל זיך נישט שטעלן צו דין תורה
[בילד – נישט אפגעהיט]

רבי_יונה » 18/11/2008 22:09

איצט פון אובן ארויס. אזא שיינע געשטיקעלטע בריוו.

1) האסט פארגעסן גראד מאכן די בס"ד

2) מען ברויך זיין בלינד ניש צו זעהן די פאלטשקייט פונעם בריוו.

טאטלע » 18/11/2008 22:14

איך וויס נישט צי איך בין גערעכט אבער איך מיין אז איך האב נאך קיינמאל נישט געזען א בריוו פין די עדה אן נעמען

דוד46 » 18/11/2008 22:14

קענסט שעלטן און שרייען, אבער דער פאקט שרייט אין פנים!!!!

דוד46 » 18/11/2008 22:17

דער בריוו איז שוין געווען אין בחדרי חרדים תיכף ווען עס איז ארויסגעקומען!

"דאס" איז די ריכטיגע סיבה פאר משה חיים וויל זיך נישט שטעלן צו דין תורה, נאר ענדערש שרייען בג"ץ...

מר לאזן ענק מיטן שרייען בג"ץ, און קיין האטעל און זאל געלט וועט משה חיים נישט באקומען, ביז נאכן שטעלן זיך צו דין תורה ווער עס איז דער לעגאלער באלעבאס פון די עמותה.

און יעצט קענסטו שעלטן ווייטער...

רבי_יונה » 18/11/2008 22:58

דא שטייט אז מ'דארף זיך שטעלן צו דין תורה אין בני ברק און ירושלים !

דוד46 » 18/11/2008 23:00

אויפן לעגאלן בעלות, נישט אויף דאס רבנות און רעביסטעווע!

רבי_יונה » 18/11/2008 23:01

און אפילו די בריוו איז אמת זעה איך נישט גארנישט פארוואס רבי משה חיים זאל מורא האבן פונעם בריוו איך זעה נישט קיין ווארט אין בריוו וואס זאל אים שטערן.

על התובעים בערכאות להקפיא התביעה בערכאות תיכף ומיד בלי השתמטת, פארוואס טוט דאס נישט דיין רבי חיים הערשלע מיט זיין שליח דער מסור ומלשין וואלערשטיין.

דוד46 » 18/11/2008 23:09

יונה'לע

נו יעצט איז עס אויפגעפרוירן?...

טאטלע » 18/11/2008 23:26

רבי יונה איך האב גערעדט קיין ארץ ישראל הער איך אז רב לאנדא האט זיי געהייסען איינליגען ביי א שליש דריי חדשים רענט אין ביז צווי וואגען מיז ער האבען א זבל"א אז נישט נעמט ער אראפ די הכשר  

רבי_יונה » 18/11/2008 23:30

דער נועם המידות וועט אים באלד קאלן און זאגן
מותר לך מותר לך.. פייף אן דין תורה, פינקט ווי מיר טוען דאהי!

טאטלע » 18/11/2008 23:37

אן א הכשר קען ער זיך שטעלען אופען קאפ אין בני ברק איז נישט דא א הכשר אן רב לאנדא זיי וויסען נישט אז ער איז נישט קיין פאלאטישאן סנישט דא קיין חכמות ביי עם 

רבי_יונה » 18/11/2008 23:46

אבער דער בעל מליחה ואילך זאגט דאך אז מ'דארף נישט?

bigsatmar » 18/11/2008 23:59

וואס זאגט בעל "שלשה רועי בקר"

וואס זאגט בעל "נישט געשלאפן ביינאכט"

תוקן על ידי bigsatmar ב- 18/11/2008 23:56:53

טאטלע » 19/11/2008 00:01

קענסט זיין זיכער נישט וואס בעל שלאפען אימיטען טאג זאגט

דוד46 » 19/11/2008 00:30

אנטשולדיגט! אבער דאסמאל איז יונה'לע געווען גערעכט אז דער בריוו וואס איך האב ארויפגעלייגט איז א פאלשער. לויט ווי איך האב באקומען אין אישית איז עס אן אהרוניש געפעלטשער בריוו. — דא לייג איך ארויף דעם ריכטיגן.
[בילד – נישט אפגעהיט]

רבי_יונה » 19/11/2008 00:38

פון ווי האסטו דעם פאלשן בריוו פון די לישקע?

רעכטער » 19/11/2008 00:50

פון אבאמא 2040

רעכטער » 19/11/2008 01:03

דער אויבערשטער זאל העלפן אז ילמדו תועים בינה, און נאך דעם 9 יאר'יגן אנטלויפן פון דין תורה און אננעמען דעם "לפניהם ולא לפני בית דין" אלס הלכה פסוקה, זאלן די הולכי בערכאות העולמי זיך דערמאנען דעם "ואל עפר תשוב". דעמאלט איז נישט דא קיין תרוצים.

דעקלעראציע » 19/11/2008 01:08

דוד46 כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
דער בריוו איז שוין געווען אין בחדרי חרדים תיכף ווען עס איז ארויסגעקומען!
און יעצט קענסטו שעלטן ווייטער...



איך האב נישט געוויסט אז ווען די עדה החרדית געט ארויס א בריוו געבן זיי עס צים ערשט פאר בחדרי חרדים
נישט פאר נתבעים אדער תובעים
האט די עדה א דירעקטע קארספאדאנציע מיט היידפארק

שפיטצער06 » 19/11/2008 01:46

אךךך, אזא טעות???

דער דוד אליין האט נישט געכאפט ואס ער טוט מיטן ארויפלייגן א בריוו ווי דער בי"ד שרייבט אז זיי מיזן ארויסגיין פון געריכט, זעהט אויס אז עס איז צו א שוערער שפראך אז ער זאל דאס פארשטיין.

נאכדעם וואס איינער האט אום מסביר געווען אין אישית אז דער בריוו איז א חורבן פארן שמועס האט ער דאס שנעל געטוישט מיטן מאכן א נייע בריוו.

דוד, מ'ברויך שטארק אכטונג געבן!

אגב, אז מיר רעדן שוין, וואס זאגט דארט שאול איבער גוטע לויער'ס וואס מ'האט אויפגענומען? איז עס נישט סתם געלט אין מיסט נאכדעם וואס מ'זעהט דאך אז שניצלער האט געצאלט פאר ענק?

דוד46 » 19/11/2008 02:05

מיר איז גוט דער ערשטער בריוו אויך.

דאס איז דער בי"ד זאגט אז מען גייט דן זיין נאר אויף די לעגאלע חלק איז די זעלבע אין ביידע בריוו

רבי_יונה » 19/11/2008 02:12

עס באפעלט אז די זאלונים מוזן ארויסגיין פון בג"ץ.

דוד46 » 19/11/2008 02:13

דא איז דער לינק צום אשכול ווי אן אהרוני האט געברענגט דעם ערשטן בריוו

http://www.bhol.co.il/forum/topic1.asp?topic_id=2042955

רבי_יונה » 19/11/2008 05:19

אויך שטייט אינעם ערשטן בריוו אז מען דארף דן זיין איבער די גנב'טע נכסים פון די זאליס אין ירושלים אויך.

רבי_יונה » 19/11/2008 05:19

אבער וואס טוט זיך דא איז דא א בריוו פון הרב לאנדא צו טאלער צו נישט?

hotwire » 19/11/2008 05:28

יונה האסט געלאזט א באמבע, און צום סוף פרעגסטו צו ס'איז דא א בריעוו??? אויב ס'איז דא ביטע ברענגען

רעכטער » 19/11/2008 21:10

הרב לאנדא שליט"א ווייסט טאקע נישט אז די מסרבים לדין זענע אלערדזשיק צו דין תורה?

דוד46 » 19/11/2008 21:34

נו, ווי אזי דער בריוו, יונה'לע?

דוד46 » 19/11/2008 23:06

לאמיר שרייען הויעך: י-ו-נ-ה-ל-ע, וואו ביסטו?

מיר ווארטן שוין באלד 2 מעת לעת אויף די בריוו

רבי_יונה » 19/11/2008 23:26

דוד וואס זאגט דוד מאיר טאלער און דער מסור מענדעלע וואלערשטיין איז דא אזא בריוו אדער נישט?

יחזקאלאברה » 19/11/2008 23:43

רבי יונה, אויב דיין חשבון איז געווען פשוט צו מאכען דעם "געלעכטער דוד" אזוי טאנצען, דיינו.

דוד46 » 20/11/2008 22:24

לאמיר נאכאמאל שרייען הויעך: י-ו-נ-ה-ל-ע, וואו ביסטו?

מיר ווארטן שוין באלד 3 מעת לעת אויף די בריוו

רבי_יונה » 20/11/2008 22:33

דער בריוו איז דא,
און לויט מיין אינפארמאציע האט שוין טאלער באצאלט...

טאטלע » 20/11/2008 22:38

דוד די בריוו ליגט אין אפיס פין די מוסדות אין מען געט עס נישט ארויס קענסט בעטען איינעם פין דיינע גיטע פריינד דארט זאלען עס גיין קיקען

דוד46 » 20/11/2008 22:40

אה יונהךע

כ'האב געמיינט אז דו ביזט אנטשלאפן געווארן...

ווי איז די בריוו?

דערנאך וועל איך רעדן מיט דיר ווער עס האט באצאלט...

וועלטס לוזער!

טאטלע » 20/11/2008 22:57

דוד אז די הערסט נישט וועל איך זאגען נאך אמאל סליגט אין אפיס פין די מוסדות אין קענסט עס גיין זען (אדער שיק איינעם פין די טייערע כולל אינגעלייט ) מגעט עס נישט ארויס וויל סאיז דא אזא זאך ווי זאלי טעראר אין זאלי בריווען פעלטשער כגון די עדה בריוו

דוד46 » 20/11/2008 23:00

ענק האבן מורא פון טעראר?

ענק קענען דאך סטראשען אז מען וועט נישט באגראבן...

וועלטס לוזער!

גוטזאגער » 20/11/2008 23:12

דוד, מאך איין, און זאפארט!
ער האט היינט באצאלט דאס געלט...
טאקע וועגן דעם בריוו.

דוד46 » 20/11/2008 23:15

אפשר נעכטן...
בלאט: 1 2 3