היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » באמבע!!! שארפע מכתב להולכי ערכאות

באמבע!!! שארפע מכתב להולכי ערכאות

103 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2519537
בלאט: 1 2 3

טאטלע » 20/11/2008 23:18

דוד איך האב פאר דיר שיינע נייעס רב לאנדא האט היינט געשיקט א סעמפעל בריוו פאר טאלער וואס גייט גיין דירעקט איו די גאסען אויב ער באצאלט נישט      די תמצית פינעם בריוו איז צים ציבור אז ווער עס צאלט פאר טאלער געלט איז הינח ממעתו על קרן הצבי אין וועט דארפען באצאלען נאכאמאל פאר משה חיים ווייס 

וועלטס לוזערס וואס מיר זענען 

יענקעלע11 » 20/11/2008 23:20

דוד'ל, וועלטס לוזער? וואאו?

איך האב אנגעפילט א וועגעלע מיט פלייש
אין ענקער בוטשער סטאר
אויף ני יאטרעקט און שפאציר צו די טיר דאס ארויס צו טראגן
צו די קאר, שרייט מיר איינער פריעד "העי רעב איד איר האט נישט
באצאלט", זאג איך עהם אז איך האב באצאלט אינעם אנדערן בוטשער,
האסטו געזאלט הערן די קולות, און די סטראשונקעס וואס ער וועט מיר טוהן אויב איך
וועל מיך דערוואגן ארויס צו טראגן איין שטיקל פלייש אומבאצאלט,
נו, זאג נאר דוד'ל, איז דער פריעד א טעראריסט?

דוד46 » 20/11/2008 23:23

און פארוואס רעדסטו טאקע נאר פון הרב טאהלער?

וואס איז מיט די געלט פון הרב מרדכי ווייס?

טאטלע » 20/11/2008 23:32

דוד איך פיר מיר צי רעדען פין איין זאך אויף אמאל אז די האסט נישט וואס צי ענטפערען לויף נישט צי אן נושא מאך צי דיין קאמפיוטער פאר א שטיק צייט ווען עס וועט זיין אי"ה אנדערע נייעס קים ציריק

נ ב אין וולטליכע ענינים שריבסטו געווענטליך צידערזאך 

יודלע » 20/11/2008 23:33



איך ווייס נישט וואס די פארפירסט אזוי ווי די בריוו איז, די מיינסט אז הרב לאנדא איז איצא גליק, אז ווען ער שיקט א בריוו פאר איינעם שיקט ער עס קודם פאר "דער איד" אין נאכדעם פאר דער וואס דארף באקומען די בריוו, אזוי ווי איצא האט געטאן ווען די צדיק'ל האט געשיקט א הזמנה פאר זיינע נעפיא'ס, ניין הרב לאנדא איז אסאך ערליכער פין דעם, ער האט געשיקט די בריוו פאר די תימינער טאהלער אין געזאגט פאר די הנהלה אז ער האט געשיקט די בריוו, אין אויב וועט ער נישט פאלגן וועט ער ארויסקומען בשער בת רבים קעגן אים, יעצט איז טאהלער טאקע געקומען אויף אלע פיר באצאלען ווייל ער האט מורא געהאט פין אים.

דוד46 » 20/11/2008 23:41

זעט אויס אז הרב לאנדא שיקט עס ערשט צו יונה'לע....

רבי_יונה » 24/11/2008 21:47

טאלער האט דאנערשטאג געברענגט טשעקס פאר די דריי חדשים אבער אויסגעשטעלט פאר די מלמדים פעראלל, מיט א בריוו פונעם געוועזענעם גבאי משה פריעדמאן (וואס געפינט זיך שוין היינט אין אשל... און קיינער ווייסט נישט צו ער לעבט..), ווי משה גבאי גיסט זיך אויס זיין כעס וועגן בני ברק, און שרייבט אז ער איז בעל הבית וכו', און ער וויינט און לארעמט אז מען האט אוועק גענומען טאלער זיץ, און ער זאגט אז די זיץ געהערט יא פאר טאלער....

די בדי"צ האט נעכטן געשריבן נאך א בריוו ווי זיי שרייבען צו טאלער אז ער זאל אויפהערן מיט די שטיק, און זיי האבן אים צוריק געשיקט די געלט, און שרייבן אים אז זיי געבן אים 1 טאג ער זאל ברענגען די געלט גהעריג, אז נישט גיבן זיי א בריוו אז מען זאל נישט צאלן פאר טאלער קיין געלט פארן זאל.

איצט זענען די זאליס שרעקליך ציווילדערוועט און קאלן און סטראשענען א גאנצען טאג די בדי"צ אז זיי דייען זיי אונטערברענגן, דער שפעטיווקער שמשון, און ליפא'לע קרויס, האבן א גאנצע נאכט געמאכט פאני קאלס צו די רבנים און דערהיים, ווי זיי האבן געשאלטן מיט די מיאוסע ווערטער, שמשון האט אויך אריינגעזינגען ציוניסטען אגודיסטען פושעים רוצחים וכו'.

איצט ווארט מען וואס דער תימן'ער טאלער גייט טאן.

דוד46 » 24/11/2008 21:55

יונה'לע

אפשר דערציילסטו מיר וואס שטייט אינעם פרישן בריוו וואס הרב שאפראן האט געשיקט צו הרב טאהלער?

דריי נישט מיט'ן צונג (אנטשולדיגט: מיט'ן קיבארד...) נאר דערצייל קלאר וואס עס שטייט דארט...

טאטלע » 24/11/2008 22:01

דוד וואס האט הודי מיט כוש די מעשה מיט די מלמדים קענסטו פרעגען יעדן מלמד איך האב געהערט די מעשה שוין דאנערשטיג  

יעצט פרצייל שיין וואס שרייבט רבנו משאפראן שליט"א

גוטזאגער » 24/11/2008 22:06

דו מיינסט אפשר דעם בלעקבערי'ס שווער?

דוד46 » 24/11/2008 22:08

וואס הייסט וואס עס האט?

הרב שאפראן האט צוריקגעגעבן די טשעקס פאר הרב טאהלער מיט די טענה אז משה חיים ווייס וויל עס נישט איבערנעמען אויף דעם אופן.

הרב שאפראן האט מיטגעשיקט א פרישן בריוו.

זאל יונה'לע דערציילן וואס דארט שטייט...

אגב, איך ווארט נאך אויפ'ן ערשטן בריוו...

יעצט טאטלע (אנטשולדיגט יונה'לע...) אדער ענטפער צו דער זאך, אויב נישט געב עפעס א קללה... 

דוד46 » 24/11/2008 22:10

יונה'לע

שעמסט זיך צו ענפערן מיט דיין ריכטיגן נאמען, קומסטו מיט פרישע ניקס?...

טאטלע » 24/11/2008 22:18

דוד דריי א קאפ פאר א צווייטען טאלער האט געגעבען די געלט פאר די מלמדים אין בית דין האט געזאגט סאיז גארנישט ווערד ער מיז געבען די געלט דווקא פאר די מוסדות פאר משה חיים ווייס 

טאטלע » 24/11/2008 22:29

דוד איך האלט אז ער גייט באצאלען ווי א טאטעלע פשוט וויל ער האט פרנסה פין דעם אין אז ער וועט נישט באצאלען וועט ב"ד הענגען צעטעלעך אין גאנץ בני ברק אז ווער עס צאלט עם איז כמינח על קרן הצבי אין רב לאנדא וועט אראפ נעמען די הכשר וועט ער בלייבען הענגען
אויסער דעם ער האט משקיע געווען אין א אנדערע זאל אין בני ברק איבער א מיליאן דאלער אין איך האלט אז ער וויסט זייער גיט ווער רב לאנדא איז אין ער גייט נישט זיכען זיך פארטשעפענען מיט עם

נ ב  דוד גרייט שוין אן א תריץ אין קעיס טאלער באצאלט אז עכט עכט עכט עכט עכט עכט איז הגז"ל יא בעל הבית אין בני ברק

גוטזאגער » 24/11/2008 22:37

דוד ווייסט דעם אמת. ער איז שוין מודה אז ס'איז דא א בריוו

די עפאכע פון לייקנען איז שוין אווער.

רבי_יונה » 24/11/2008 22:45

דוד לייקנט אז עס איז דא אן ערשטע בריוו, און אוודאי לייקנט ער אז עס איז דא א צווייטע בריוו.

עס איז גארנישט דא, נאר טאלער באצאלט פארן מסור וואלערשטיין דאס געלט, און חיים הערשלע איז בעל הבית אין בני ברק, און יעדער ציטערט פאר משה גבאי זי"ע...

תימענער » 24/11/2008 22:46

אפי' אין וומס''ב איז הגז''ל נישט בעל בית די בעל בתים זענען די וואס זיי פירן אים ביי דער נאז וויל ער ווייזןאז חאטשיק איין פלאץ איז דא וואס ער איז  בעל בית אין ב''ב .

דוד46 » 24/11/2008 22:54

יונה'לע

אדאנק דעם גבאי זי"ע קען משה חיים ווייס נישט בויען אויפן אפענעם לאט...

אדאנק דעם גבאי זי"ע קען משה חיים ווייס נישט צובויען אויף די עקזיסטינג דירות כאטש ער האט שוין גענומען דעפאזיטס פון מענטשן...

אדאנק דעם גבאי זי"ע קען משה חיים ווייס נישט באקומען קיין געלט פון ר' מרדכי ווייס פארן מלון בני ברק...

אדאנק דעם גבאי זי"ע האט משה חיים ווייס נישט קיין געלט פון ר' דוד מאיר טאהלער...

און יעצט יונה'לע: ווען עס וועט הענגען צעטלעך אין גאנץ בני ברק (אפשר אין גאנץ ארץ ישראל) קעגן הרב טאהלער זאלסטו ברענגען דא א קאפי....

טאטלע » 24/11/2008 23:03

דוד בית דין לאזט טאקע נישט בויען אויפען שטח דארט ?????

נ ב טאמער גייט מען ברענגען די צעטעלע וואס גייט הענגען זאלסטו ענטפערען ראזענוואסער

רבי_יונה » 24/11/2008 23:21

עס גייט נישט הענגען קיין צעטל, ווייל ער גייט באצאלן ווי א טאטעלע, על אפם וחמתו פון משה גבאי זי"ע.

הלאוי הלואי באצאלט נישט טאלער דאס געלט.

טאטלע » 25/11/2008 00:00

ר יונה איינער פין בני ברק זאגט מיר יעצט אז טאלער פלאנט נישט צי באצאלען ווייל זיי ווילען ווייזען אז זענען בעל הבית סאו געטס רעדי  

דוד46 » 25/11/2008 00:01

יונה'לע

זאלסט מיר איינמעלדן ווען הרב טאהלער האט געצאלט...

אבער זאלסט מיר נישט געבן קיין געדרייטע תירוצים...

גוטזאגער » 25/11/2008 00:06

אפשר לייגסטו ארויף דעם בריוו פון פראדעל?

דוד46 » 25/11/2008 00:07

יונה'לע

זאלסט נישט זאגן שפעטער אז איך האב דיר נישט געווארענט

דאס געשעפט גייט ענק נישט ברענגען קיין בענעפיטס, נאר גאר פארקערט

פשט וועל איך דיר יעצט נישט זאגן, אבער לייג אוועק די שורות, ווייל עס וועט אי"ה קומען א צייט וואס איך וועל דיר דאס שוין נישט מוזן מסביר זיין
ֿ
לעבן זאל די רעוואלוציע...

טאטלע » 25/11/2008 00:12

כא כא כא כא כא כא כא כא כא כא כא כא כא כא  

מה_טובו » 25/11/2008 00:14

ווער האט דיר געזאגט?
פערלשטיין???

דוד46 » 25/11/2008 00:17

טאטלע

איך וועל נישט ווארטן ביז דעמאלט איך גיי שוין יעצט לאכן

כא כא כא כא כא כא כא כא כא כא כא כא כא כא

כא כא כא כא כא כא כא כא כא כא כא כא כא כא

כא כא כא כא כא כא כא כא כא כא כא כא כא כא

טאטלע » 25/11/2008 00:19

דוד איך פארשטיי נישט וואס די מיינסט ציזאגען

גוטזאגער » 25/11/2008 00:21

אה, דאס איז א פעסטע סטראשע...
אזוי ווי ווען פראדעל האט געשאסן יעדע וואך... מארגן איז דער בלאט פארמאכט... געדענקס נאך דוד'ל...

ווען די האסט דיך געשוואוירן ביי פראדעל'ס ווייסע פיאות אז מילך דייטש איז היסטאריע.. היינט ביסטו דער אפגעזעקעלטער און ער, מילך דייטש, לאכט פון דיר און פראדעל אין די פויסטן...

יעצט סטראשעטסטו אז פראדעל וועט נאכאמאל אריינלייגן די ביילאגע אין דער איד מיט 76 זייטן קללות... WOW...

אדער אפשר בעסער, אז עטס וועטס ארויסגעבן פרישע סחורה? WOW


דוד46 כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
יונה'לע
זאלסט נישט זאגן שפעטער אז איך האב דיר נישט געווארענט

דאס געשעפט גייט ענק נישט ברענגען קיין בענעפיטס, נאר גאר פארקערט
פשט וועל איך דיר יעצט נישט זאגן, אבער לייג אוועק די שורות, ווייל עס וועט אי"ה קומען א צייט וואס איך וועל דיר דאס שוין נישט מוזן מסביר זיין
ֿ
לעבן זאל די רעוואלוציע...

רבי_יונה » 25/11/2008 06:21

אזוי ווי פראדל בריוו האט גארנישט אויסגעמאכט אויזער אן עלי' פאר מרת פראדל עליה השלם..

הייסט איצט דייט דער געוועזנער סאטמאר דיין, און געוועזנער פאסט אפיס ארבעטער, און געוועזנער גאב"ד ירושלים, שרייבן א בריוו אז טאלער דארף נישט באצאלען, און דאס גייט זיין די גרויסע באמבע.

ליצים זאגן אז טאמער הרב לאנדא גייט אראפ נעמען די הכשר פונעם זאל, דעמאלס גייט ר' מנשה געבן די הכשר אפען זאל, אז ער קען געבן אן הכשר אויף א בוטשער סטאר און אויף א מקוה וואס געפינט זיך אפאר גאסן פון ווי ער וואוינט, און ער טרעט נישט אריין דארט פון יאר צו יאר, טא וואס איז א חילוק אז דער זאל איז אין ווייטן בני ברק.

רבי_יונה » 25/11/2008 21:15

באמבע!!!

די בדי"צ פון הרב לאנדא האט איצט ארויסגעבען די בריוו ווי זיי שרייבן אז אלע געלטער וואס מענשטן זענען שולדיג פאר די זאל פון התמר און פאר טאלער ברויך מען באצאלן פאר די מוסדת הק' און נישט פאר אים.

מער אפטעיטס באלד!

השר_מקוצי » 25/11/2008 21:21

רבי_יונה כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
.הרבנים הגאונים די בית דין צדק פון הגאון הגדול הרב לאנדא שליט"א אב"ד בני ברק, הגאון רבי מענדל שפרן שליט"א, הרב רייך שליט"א האבן געשריבען א שארפע מכתב צו דעם תימנער ד. מ. טאלער, ווי זיי שרייבן אים: אזוי ווי ער האט אויפגעהערט צו צאלן די געלט פאר די זאל פון התמר צו מוסדת וקהלת יטב לב דסאטמר אין בני ברק, מיט די טענה אז די "עכטע עכטע עכטע" הנהלה פונעם מסור מ. וואלערשטיין, און הולך לבג"ץ מיכעלע שלעזינגער האבן אים באפוילען נאר זיי געבן די געלט און נישט פאר רבי משה חיים ווייס.

אשר ע"כ ווילן זיי אים מעלדן אז די זאל באלאנגט פאר די קהלה און די מוסדת הק', און זיי געבן אים 10 טאג וואס ער דארף געבן פאר די מוסדות הק' די געלט פון די 3 חדשים וואס ער איז שולדיג, אז נישט וועט אים זייער ביטער זיין.

אויך שרייבן זיי, טאמער ער וויל גיין צו דין תורה מיט די הנהלת המוסדת קען ער גיין זבל"א.

זיי שרייבן אויך אז די עיקול בערכאות של הציונים, וואס די זאליס הולכי בג"ץ האבן ארויף געלייגט אויף איין ליידיגע לאט אין שיכון, האט נישט קיין שום היתר דאס צו טאן.

די בריוו איז אן היסטארישע בריוו דאס אז די דריי רבנים זאלן אינאיינעם אונטערשרייבען אויף דעם מעכטיגן פסק, און דאס איז א סוף פסוק צום תימ'נער טאלער, און א טויט קלאפ פאר די זאליס, און פאר ר' זלמן פרעזענדליך וואס איז ביזי כסדר מיט בני ברק עס אונטערצוברענגן, און קאלט יעדע וואך טאלער און זיין ווייב זיי מחזק זיין. 


איך וויל דיר פשוט דערמאנענן

דער עולם ווארט נאך אויפן בריוו

זיי מוחל מאך נישט קיין פירום פינעם ציבור, אויב עס איז נישט דא קיין בריוו, שרייבט  נישט אז עס איז יא דא
אין אויב מען קען עס נישט ארויסגעבן, שרייב נישט אז דו גייסט עס ברענגן,

רבי_יונה » 25/11/2008 21:26

דער יפוער האט איצט אראפ געלייגט די טעלעפאן מיט טאלערס ווייב, ווי ער האט איר מחזק געווען און איר געזאגט אז אויף גרויסע צדיקים האט מען בריוון געשריבן.

איצט הייבט עס אז דער יפו'ער וועט אריבער שיקן זיינע טעראריטען נ. אתיק און י. ווייס זיך צו נעמען צו די ביינער פון הרב לאנדא.

איין זאך איז זיכער טאמער הרב לאנדא לאזט אן זיין טעלעפאן ביינאכט וועט ער נישט קענען שלאפן פון די געמיינע פאני קאלס וואס ערווארט אים היינט נאכט.

השר_מקוצי » 25/11/2008 21:29

די אלע זאכען זענענן שטותים!!

ווי איז די בריוו???

יודלע » 25/11/2008 22:10


שר איך ברענג דא נאכאמאל וואס איך האב אויבן געשריבן לגבי די בריוו,

[quote]

איך ווייס נישט וואס די פארפירסט אזוי ווי די בריוו איז, די מיינסט אז הרב לאנדא איז איצא גליק, אז ווען ער שיקט א בריוו פאר איינעם שיקט ער עס קודם פאר "דער איד" אין נאכדעם פאר דער וואס דארף באקומען די בריוו, אזוי ווי איצא האט געטאן ווען די צדיק'ל האט געשיקט א הזמנה פאר זיינע נעפיא'ס, ניין הרב לאנדא איז אסאך ערליכער פין דעם, ער האט געשיקט די בריוו פאר די תימינער טאהלער אין געזאגט פאר די הנהלה אז ער האט געשיקט די בריוו, אין אויב וועט ער נישט פאלגן וועט ער ארויסקומען בשער בת רבים קעגן אים.
[/quote]

יעצט פארשטייסטו פאר וואס דא איז נישט דא קיין קאפי פין די בריוו, אי"ה פין די בריוו וואס ער וועט הייסן באצאלען פאר די הנהלת המוסדות וואס ער וועט ארויסגעבן פאר די גאס וועט אי"ה זיין דא א קאפי.



תוקן על ידי יודלע ב- 25/11/2008 22:07:17

טאטלע » 25/11/2008 23:34

ר יונה היינט איז געעווען די לעצטע טאג וואס רב לאנדא האט עם געגעבן צייט ציבאצאלען סהייסט בסך הכל אז "מארגען" קימט ארויס די בריוו טאמער באצאלט ער נישט 

רבי_יונה » 26/11/2008 03:48

דוד 46 שר_מקוצי האלט אייך דעם אטעם!

דא איז די ערשטע בריוו פונעם בדי"צ פון הרב לאנדא וואס איז שקר אין עס איז קיינמאל נישט געווען.

שרייט ווייטער עס איז נישט דא קיין בריוו...

נוסח מקור השקר לבן פערלשטיין...

[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]

תוקן על ידי רבי_יונה ב- 26/11/2008 3:45:49

פאפיטעס » 26/11/2008 04:20

בלויז פון די אגודיסטישע בי"ד נאוורדיק, און פונעם ליבאוויטשער בי"ד פון לאנדא בני ברק, קענען די אהרונים ברענגן בריוון פאר א פאר שוחד טאלער אונטערן טיש.

הרבני הנגיד ר' דוד מאיר טאלער ני"ו פרעגט נישט אזאנע רבנים וואס צו טאן, ער האט די רבני ודייני פון קהלת סאטמאר ובראשם הגה"צ רבי אלי' כ"ץ שליט"א גאב"ד קרית יואל שליט"א, און הגה"צ רבי משה וואלף זארגער שליט"א וואס זיי זאגן אים די דעת תורה וואס צו טאן.

הרבנים הגאונים בדי"צ דקהל יטב לב דסאטמאר ובראשם הראב"ד הגאון הצדיק רבי ישראל חיים מנשה פריעדמאן שליט"א, האבן שוין לאנג געשריבען דעם דעת תורה אז קיין שום רב און בי"ד האט זיך נישט וואס אריינצומישן אינעם סכסוך פון סאטמאר, עס באלאנגט אויסדריקלך פאר די רבני ודיייני סאטמאר שליט"א, וואס פארשטייען די תהלוכי הקהלה.

hotwire » 26/11/2008 04:21

ער שרייבט בלי קשר צו ווער ס'איז רבי אדער ריכטיג בעל הבית איז ער מחויב צו באצאלען צו די הנהלה וואס איז דערווייל אין אמט, גאנץ פיין

hotwire » 26/11/2008 04:22

דאס איז א געלט סכסוך, נישט קיין תהלוכי הקהלה סכסוך, וואס צו געלט פארשטייט אויך דער אגודיסטישע לויבאוויטשער בי"ד

רבי_יונה » 26/11/2008 04:39

יא יא נוסח טיפקל זאלי.

הרב לאנדא איז א ליבאוויטש'ער, יעדער איז טמא מטומא ציונים פוי, נאר די הייליגע פורים בי"ד פון ראס סט. און די הייליגע בג"ץ פון די מדינה הטמאה זענען הייליג און טייער.

דאס איז נאכמאל א באווייז די זאליס וועלן אלעס טאן אויף דער וועלט זיך נישט ח"ו זיך צו שטעלן צו דקיין דין תורה זיי וועלן אריינטאצען אין וואסער און זיך הרג'נען נאר נישט צו קיין דין תורה גיין.

די זאליס האבן א נייע מצוה וואס מען דארף זיך מוסר נפש צו זיין און אום קומען על קידש ה', דאס איז גיין צו א דין תורה...

hotwire » 26/11/2008 04:47

איז דא נאך א בריעוו אויסער דעים?

השר_מקוצי » 26/11/2008 20:44


טעות





תוקן על ידי השר_מקוצי ב- 26/11/2008 20:48:51

השר_מקוצי » 26/11/2008 20:51

השר_מקוצי כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

דוד 46שר_מקוצי האלט אייך דעם אטעם!



רבי יונה, איך וואלט דיר באמת געדארפט איגנארירען, אבער איך וועל דיר ענטפערן פאר די רעקארד

זיי וויסען: אויב איינער גלייבט  נישט אין דיינע מעשות ווערט נאך נישט קיין זאלי, דיינע מעשות דא אין פארק האט בדרך כלל
ווייניגער באגלייבקייט ווי די מעשות אין "דער איד" דו ביסט נישט באגלייבט אז יעצט איז טאג, און ניטאמאל זענענן דיינע מעשות
פערפעשנול אויפגעטראכט, ווי און די דערנעביגע אשכולות, בדרך כלל ניטאמאל פאר קינדער אינטערסאנט

די סיבה, אז די ארונים האבן יעצט פין די גאנצע ריעל עסטיט מחלוקה נאר די בית החיים,
איז  צי באדאנקען אזעלכע מענטשן ווי די, וואס האבן אין די לעצטע 7 יאר געזיכט אלץ שארט טערעם סוקסעס
ממילא, ווען איך זע דיך אנגיין ווייטער מיט די קרומע מהלך, צו  שרייבען אויף טאג אז עס איז נאכט, גיט עס די רעכט צי פרעגן,
צי דיינע מעשות זענענן די זעלבע בחינה ווי די לעצטע 8 יאר, אדער יעצט שרייבסטו יא אמת, מען ווערט נאך נישט קיין זאלי דערמיט

אויב זענענן אלע דיינע מעשות דא געצילט' נאר צי די זעלבע פינף פראצענט סאטמער, וואס  זיי זענענן אלץ געווען העפי ווען "דער בלאט" האט כסדר געשריבען אז מען האט געווינען, כאטש מען האט דעמלאטס שטארק פארלוירען, דאן ביסטו גערעכט, דארפן מיר טאקע נישט איבערפרעגן, אבערזאלסט וויסען, אז דעמלאטס  האסט נישט  קיין שענערע פנים ווי שאול פערלשטיינ'ס דרשה איבער די בית החיים, אבער אויב דו שרייבסט עס פארן ברייטערן ציבור, זענענן דיינע מעשות אפן פאר דיסקאשען {אויב איינער גלייבט וואס דו שרייבסט.}

למשל או די אשכול האסטו געשריבען אנפאנג

הרבנים הגאונים די בית דין צדק פון הגאון הגדול הרב לאנדא שליט"א אב"ד בני ברק, הגאון רבי מענדל שפרן שליט"א, הרב רייך שליט"א האבן געשריבען א שארפע מכתב צו דעם תימנער ד. מ. טאלער, .......... די בריוו איז אן היסטארישע בריוו דאס אז די דריי רבנים זאלן אינאיינעם אונטערשרייבען אויף דעם מעכטיגן פסק,

עס זעט אויס ווי עס איז ליגענט

-----

אזוי אויך האסטע געשריבען...

זיי שרייבן אויך אז די עיקול בערכאות של הציונים, וואס די זאליס הולכי בג"ץ האבן ארויף געלייגט אויף איין ליידיגע לאט אין שיכון, האט נישט קיין שום היתר דאס צו טאן.

מן הסתם איז דאס אויך נישט אמת

אטעקיר נישט יענעם אלץ זאלי, ווען דיינע דימיונת ארבעטן זיך נישט אויס, סאטמער באשטייט פון מער אידן, נישט נאר פין די
פאר אידן  וואס ווילען גיין קאפ אין וואנט אין זאגן אז באמת האבן מיר געווינען ראדני

השר_מקוצי » 26/11/2008 20:52


דד

רבי_יונה » 26/11/2008 20:54

הרבנים הגאונים די בית דין צדק פון הגאון הגדול הרב לאנדא שליט"א אב"ד בני ברק, הגאון רבי מענדל שפרן שליט"א, הרב רייך שליט"א האבן געשריבען א שארפע מכתב צו דעם תימנער ד. מ. טאלער, .......... די בריוו איז אן היסטארישע בריוו דאס אז די דריי רבנים זאלן אינאיינעם אונטערשרייבען אויף דעם מעכטיגן פסק,

די האסט נישט קיין אויגן גלעזער? ליין די פסק און זע די אונטערשריפטן פון די דריי רבנים.

זיי שרייבן אויך אז די עיקול בערכאות של הציונים, וואס די זאליס הולכי בג"ץ האבן ארויף געלייגט אויף איין ליידיגע לאט אין שיכון, האט נישט קיין שום היתר דאס צו טאן.

קוק און די צווייטע צעטעל פון די נימוקים ווי זיי שרייבן וועגן דעם עיקל.

די קענסט היינט שוין נישט ליינען גראד די זעסט שוין נישט מיט דיינע אויגן.

דוד46 און יוסף 90 האבם געכאפט א סטראק און זענען נישט בנמצא.

אזוי קוקט עטץ אויס ווען מען ווייזט ענק די בריוו וואס עטץ האטס געהאלטן און איין לאמערן אז עס איז נישט דא אין רבי_יונה איז א שקרן ווי לבן פערלשטיין ארמי..

השר_מקוצי » 26/11/2008 21:21

אקעי, איך גיב די גערעכט, כ'האב נישט באמערקט די דריי אינטערשריפטן

hotwire » 26/11/2008 21:26

רבי יונה ווי שטייט דו צווייטע נקודה וואס די זאגסט?

ב. איז דא נאך א בריעוו?

רבי_יונה » 27/11/2008 00:40

1) עס איז דא נאך א בריוו פונעם בדי"ץ הרב לאנדא צו טאלער.

2) און עס איז דא איצט א דריטע בריוו אויך ווי זיי שריבין אז מען טאר נישט געבן קיין געלט פאר טאלער.

3) און נימוקי החלטה נומ. 4 שטייט די צוויייטע נקודה.

טאטלע » 27/11/2008 01:07

פאפיטעס שוין לאנג נישט געהערט אזאלעכע רילעקסינג מוזיק יישר כח
בלאט: 1 2 3