היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » שאול פערלשטיין: הגז"ל האט מער נישט קיין סבלנות...

שאול פערלשטיין: הגז"ל האט מער נישט קיין סבלנות...

87 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2518888
בלאט: 1 2

קהל_יטב_לב » 17/11/2008 16:27

נאכן מספיד זיין הגז"ל א לאנגע צייט נעכטן אין ראדני, ארויסברענגענדיג וואספארא מורא'דיגער סבלן הגז"ל איז געווען די אלע יארן, און וואספארא מורא'דיגער בעל יסורים ער איז.. האט ער געברעכן די נייעס אז ... מער נישט!! דער רבי האט  נישט קיין סבלנות... עת לעשות לה'...

ס'איז נאר מורא'דיג אינטרעסאנט, אז נאכן מסביר זיין א שעה צייט אז די בית החיים באלאנגט אויסדריקליך פאר זיי.. און דאס וואס הנהלת קיט"ל זאגט אז מאיינקאסירט געלט פון די משפחה פון א יעדען בר מינן.. איז סתם ליגנט.. צו פארפירן די מוחות פון די "תמימי לב"... נו? אויב אזוי וואס איז דאס וואס ער מעלדט אז "מ'גייט נעמען שריט"....???

שוין ווייטער איז ער דער געוואונער וואס גייט אין קאורט...

קהל_יטב_לב » 17/11/2008 16:33

אויסצוגן מדברי הנ"ל: "מיר געדענקן נאך אלע א' חיי שרה תש"ס לפ"ק..... האט דער רבי ז"ל דער ברך משה געזאגט... איך וויל ר' זלמן לייב פאר רב דא אין וויליאמסבורג..."

שטעלט זיך ווידער די פראגע: נאר וויליאמסבורג?
נאר רב?

מארגען » 17/11/2008 16:49

קען איינער ברענגען מער אינפראמאציע וואס עס איז געווען דארט נעכטן? וואס האט ער געזאגט? האט ער עפעס מחדש געווען?

שפיטצער06 » 17/11/2008 17:16

א איד זאגט מיר היינט אז עס איז געווען דארט פיל א גרעסערע עולם ווי ביי די הקפות...

דער ציבור איז ארויסגעגאנגען שטארק צובראכן זעהנדיג פאר א פאקט אז דער "בית החיים" באלאנגט נישט פאר זיי, נאכדעם וואס מ'רעדט זיי שוין איין די לעצטע חדשים אז קיינער צאלט נישט פאר די אהרונים. אבער מיט דעם אלעם איז געקומען די צייט צו נעמען שריט! לא עת לחשות, ולא עת לדבר, עת לעשות לה' האט ער אויסגעשריגן.

אינעם גאנצן דרשה האט ער נישט דערמאנט קיין איין ווארט אז ער פלאנט צו ריפן די אנדערע צד צום דין תורה. ער איז נאר געווען פארנומען אראפצושליידערן פון זיך דעם צוגעקלעבטן נאמען "הולך בערכאות" מיטן טענה אז ר' דוד עקשטיין  איז שוין אויך געגאנגען אין קאורט ביי געוויסע פעלער.

ער האט געבעטן אז אין פאל פון א צרה זאל מען "ווייטער".. צאלן אויסדריקלעך פאר די זאלי'ס. "קיינער האט נישט פארלוירן זייער זכות" זאגט ער. מיר איז נאר א ווינדער וואס ער פלאנט צו טוען מיט די מענטשן. דאס אז מאנטאג וועט מען עס אי"ה ערלעדיגן האב איך שוין געהערט, אבער עס האט גאר ווינציג געהאלפן.

לדעתי גייט שאול פערלשטיין אריין אין רעקארד פארן רעדן הויעך אויף א מייק פאר אזא לאנגע צייט, א קייט פון שטותים און הבל.

דוד46 » 17/11/2008 18:25

שפיטצער

אז האסט נישט געהערט די דרשה רעדט נישט.

ער האט קלאר געזאגט אז ער האט זיך געוואלט דורכקומען מיט די הולכי בערכאות, אבער עקשטיין האט אים צוריקגעוויזן.

מה_טובו » 17/11/2008 18:29

ער האט עס אליינס געזאגט????

קהל_יטב_לב » 17/11/2008 18:29

דוד'ל ,איך מיין אז דו ביסט דער וואס האט נישט געהערט די דרשה אויב זאגסטו אז פערלשטיי ןהאט דאס געזאגט.

ער זאגט אויסדריקליך אין זיין הקדמה אז "ס'זענען דא צווישן אונז 'תמימי לב' וואס פרעגן אז 'אפשר דאך' זאל מען זיך מיט 'זיי 'אראפזעצן?... וועל איך דא מסביר זיין און אלעס פארענטפערן פארוואס נישט..." עכ"ל, מילא וואס דרייסטו מיר א קאפ אז ער האט געזאגט אז ר' דוד עקשטיין האט דאס צירוקגעוויזן?

דרך אגב זעה איך אז ר' דוד מאכט ב"ה גרויס פראגרעס אינעם קעיס וועגן די רעביצין'ס הויז, אז פערלשטיי ןהאט געפונען פאר וויכטיג דאס צו באטאנען ביי זיין רעדע..



תוקן על ידי קהל_יטב_לב ב- 17/11/2008 18:29:04

רבי_יונה » 17/11/2008 18:31

אין בג"ץ אין בני ברק אן א היתר איז ער דעמאלטס נאך געווען א סבלן אדער נישט?
ווען מ'איז אריין אין קאורט צו אמבראסיא אן א היתר בי"ד איז ער אויך געווען א סבלן?

ווי גייט נעקסט דער נועם הסבלנות
גייט ער אויך גיין אין קאורט קעגן סקוואדראן, יעצט אז רז"ל האט אראפגענומען זיינע הענטשוך?

דוד46 » 17/11/2008 18:46

יונה'לע

זאג מיר ווער באצאלט די וועידזשעס פאר דיינע בני ברקער מלמדים?...

יודלע » 17/11/2008 18:56


נא דוד'ל זאגט טאקע ווער???

אין ביי די וועי אז מען רעדט שוין יא, זאג אויך ווער באצאלט די וועידזשעס פאר דיינע מלמדים אין בארא פארק???

טאטלע » 17/11/2008 19:53

איך בין זייער נייגעריג וועלעכע חלק האט ארויס גענימען דעם נועם הסבלנות פין די כלים whot trigerd it

קהל_יטב_לב » 17/11/2008 20:05

איינער פארשטייט די פאונט פון פערלשטיין'ס צרות? וואס וויל ער ארויסברענגען מיט דעם? ער וויינט מיט קראקאדיל טרערן אז ער איז א רחמנות... א יתום ... נעבעך.. א גרויסער רחמנות אבער וואס האט דאס מיטן נועם הסבלנות צוטוהן??

בערל550 » 17/11/2008 20:11

ווי קען מען עס הערן?

קהל_יטב_לב » 17/11/2008 22:09

גרינג » 17/11/2008 22:38

א שאד...
ווען ער רעדט ווען יעדן טאג וואלטן יודן נישט געדארפט זוכן comodey אין גויאישע פלעצער


גרינג » 17/11/2008 22:42

די פילפול איז געווען פון די היילייטס
מה דאך אז די טרענספער פון האלב בית החיים האט די געריכט מבטל געווען
אוודאי אז די גאנצע טרענספער איז בטל... ודו"ק

דוד46 » 17/11/2008 22:44

גרינג

ער האט זיך צוריקגעהאלטן פון די ריכטיגע קאמעדיע, ווייל ער וויל נשיט משיג גבול זיין דיין צדיק'ל וועלכער איז באוואוסט אלס א פה מפיק...

בערל550 » 18/11/2008 00:37

נאכ'ן הערן זיין דרשה ווער איך געוואויר אז מיין הויז באלאנגט גאר אויך פאר אים, ער רופט מיך נאר נישט אין קאורט ווייל ער איז א סבלן.

He is the joke of the year

ארגינעלער » 18/11/2008 02:16

יעצט רעד איך צי א זאלי זאגט ער מיר ער קען שוין קוים ווארטן אז א זאלי זאל שטארבן
אין קענען צי פיקסען חיים אליעזר גראס

נאר אויף שמחות

תוקן על ידי ארגינעלער ב- 18/11/2008 2:13:10

קהל_יטב_לב » 18/11/2008 19:46

מיר געדענקען נאך אלע:

די הויז אין קרית יואל, גיב עס א חודש... די הויז איז צירוק... (הרה"ג ר') מענדעלע גייט זיצן.... - אפשר איז נאכנישט א חודש...

די בית החיים... גיב עס צוויי דריי וואכן.. די בית החיים איז צירוק (הרה"ח ר') שמואל דוד מארקאוויטש אין תפיסה ... לאנגע וואכן האבן זיי...

די מוסדות אין ב"פ... די מינוט מ'גיימער אין קאורט.... אהרן וועלץ וועט זיך שנעל אינטערגעבן אינטער מענדל שווימער ווייל אז נישט....  - נו אפשר זענען זיי נאכנישט אין קאורט.. אה! כאב פארגעסן זיי זענען בכלל נישט אין קאורט נאר "עיקול"...

דער ביבמ"ד הגדול אין ב"פ... ס'דאך אויף די נאמען פון 82 ... אפאר וואכן אין ס'דערנאך... איינער ווייסט ווי כ"ץ און פילאפף גיבן זייערע שיעורים?...

יא יא זיי האבן סבלנות...

bigsatmar » 18/11/2008 20:23

מיר געדענקען נאך אלע:

די הויז אין 550 Bedford, גיב עס א חודש...מגייט אין פעמילי קארט די הויז איז צירוק... (הרה"ג ר') זאלי גייט קיין סיגוט.... - אפשר איז נאכנישט א חודש...    מוויינט מיט א תהילים פארן טאטענס הויז 

ראדני... גיב עס צוויי דריי וואכן..  ראדני איז צירוק (הרה"ח ר') שמואל דוד מארקאוויטש אויפן באלעמער  (יודל וו"ב איז מעביר סדרה)  ... לאנגע וואכן האבן זיי...

די מוסדות אין וויליאמסבורג... די מינוט מ'גיימער אין קאורט.... א"א מייזעלס וועט זיך שנעל אינטערגעבן אינטער ארי לייב גלאנץ ווייל אז נישט....  - נו אפשר זענען זיי נאכנישט אין קאורט.. אה! כאב פארגעסן זיי זענען בכלל נישט אין קאורט נאר "עיקול"...

דער ביבמ"ד החדש אין וויליאמסבורג... ס'דאך אויף די נאמען פון 82 ... אפאר וואכן אין ס'דערנאך...מצאלט נאך פעימענטס פאר גמחים

יא יא זיי האבן סבלנות...

יודלע » 18/11/2008 22:17



אז מען רעדט שוין פין סבלנות, לאמיר זעהן טאקע ווי די סבלנות איז געווען די לעצטע ניין יאר.


נישט גיין צי דין תורה אין וויליאמסבורג.
נישט געקומען צי דין תורה אין בארא פארק, אפי' נאכדעם וואס זיי אליין האבן געשיקט די הזמנה.
נישט געקומען צי דין תורה אין לאנדאן.
די דין תורה אויף בית רבינו אין קרית יואל, ווען בי"ד האט געפסקנט אז עס האט צי טוהן מיט די דין תורה אויף גאנץ סאטמאר, איז ער אנטלופען פין בי"ד.
ווען הגז"ל האט געשיקט א הזמנה פין התאחדות הרבנים פאר זיינע נעפיאס, אין זיי האבן גענפערט אז זיי זענען מסכים צי גיין צי דין תורה איז ער נעלם געווארן,


געגאגען אן א התיר בי"ד אין קאורט אין בארא פארק.
געאנגען אין די בג"ץ אין בני ברק אן שיקן א הזמנה לדין תורה .
געגאנגען אין קאורט מאנטריאל אן שיקן א הזמנה לדין תורה.
געגאנגען אין קאורט אין וויליאמסבורג (שעיק/עמבראזיאו), אן א התיר בי"ד.
געלאפן אין קאורט אין קרית יואל פאר יעדע וואלן דארט.
געלאפן אין קאורט אין געמסערט דעם מקוה איד ע. י. כ"ץ.


נישט געלאזט א זיידע א רבן של ישראל, גיין צי שמחות פין זיינע אייגענע קינדער אין אייניקליך, צענדליגע מאל.
נישט ציגעלאזט קינדער אין אייניקליך צי א זיידן.


ארעסטירט צענדליגע אינגעלייט אין בחורים אין יארן תש"ס תשס"א. אי אפשר לפורטם כי רבים הם.
ארעסטירט 2 בחורים פאר א קרוין אין געזיצן ביז שפעט אריין אין שבת חול המועד.
ארעסטירט 26 אינגעלייט אין בחורים אין שמחת תורה.

אוועק גענומען צענדליגע פרנסות פין אידן, אי אפשר לפורטם כי רבים הם.

דאס איז נאר א מקצת שבמקצת, פין די סבלנות פין די זאלונים מיט זייער ראש, די לעצטע 9 יאר.

דוד46 » 19/11/2008 02:11

.. תוקן על ידי - דוד46 - 19/11/2008 2:08:36

_________________

בשמחה_תמיד » 19/11/2008 02:15

ערשטע ווארענונג:

אין דעם אשכול זענען אויסגעמעקט געווארן נאנט צו צוואנציג תגובות. אויב דאס וועט אזוי אנהאלטן וועט די הנהלה זיין געצווינגען צו גיין ווייטער.

ארגינעלער » 19/11/2008 02:25

ביגסאטמאר האב נישט מורא ארי' לייב וועט נישט ריפן א.א. מייזעלס אין קארט

ער זיצט שוין אין נער'ן הויז

דוד46 » 19/11/2008 02:41

וועמען שטערט עס, זאל נאר גלאנץ פרובירן צו רופן אין קאורט הרב מייזעלס

ארגינעלער » 19/11/2008 02:49

דאכט זיך מיר דער מייזעלס האט גאנץ גוט מורא פינעם קארט

דוד46 » 19/11/2008 02:55

קיינער האט נישט ליב קיין קאורט

אבער גלאנץ זוכט זיך אויך נישט קיין "גוטן" קאורט...

פעטרסאן08 » 19/11/2008 03:02

מען רעדט דט פין מסירה איינער אויפן צווייטן ס'כאפט א פחד.

חשוב'ער מנהל איך מיין די האסט שוין ווייטער ארבעט.

דוד46 » 19/11/2008 03:05

פעטערסאן

אז מען ווייסט נישט רעדט מען נישט

עס האנדעלט זיך מיט די alou קעיס ווי דער פעדעראלער יושב בראך האט זיך צוגעשטעפט און פארדרייט זיי דעם קאפ מיט קלאגעס קעגן uta .

דער alou קעיס מיט uta ציט זיך שוין א לענגערי צייט און די אהרונים ראש פון גלאנץ פרובירן צו פארכאפן uta  דורך דעם קעיס.

פינטל.

דוד46 » 19/11/2008 03:07

מיט 2 יאר צוריק האט גלאנץ אויפגעטרעטן אונטער א שבועה אז ער האט שוין לאנג גארנישט מיט uta און אז ער האט רעזיינט פון דארט אין 00'.

אבער מיט עטליכע חדשים צוריק האבן די אהרונים פרובירט צו נוצן זיין נאמען כאילו ער איז נאך א באורד מעמבער (וואס ער איז אגב קיינמאל נישט געווען) פון uta...

פעטרסאן08 » 19/11/2008 03:45

דוד די ווערסט פריטשמעליעט ווען מען רעדט פין מסר'ן UTA

דאכט זיך מיר עטץ טיטס די זעלבע אין ב"פ

רבי_יונה » 19/11/2008 03:50

די מסירות קעגן יצחק ראזענבערג, און עס אריינגעלייגט אין דעילי ניוז אז מוסדות יטב לב האט פארבינדונגען מיט די מאפיא!

ארגינעלער » 19/11/2008 03:55

גע'מסר'ט 26 בחורים דורך דעם פימפערנאטער יעקב הערש ווייס
דעס האט יא גע'מעג'ט ?, נאר וואס  ור' מנשה לויט, דארט מעג מען יא מסר'ן 

פעטרסאן08 » 19/11/2008 03:57

דוד
 די האסט פראווף אז י. ב. האט גע'מסר'עט א.א.מ.

דוד46 » 19/11/2008 16:58

ווען ר' יעקב הערש וואלט ווען עדות געזאגט קעגן די 26 בחורים וואלטן זיי נישט באפרייט געווארן אזוי שנעל!

בערל550 » 19/11/2008 17:13

אהה כ'האב פארגעסען....
דעמאלטס איז נאך געווען די סבלנות יארען...

גוטזאגער » 19/11/2008 19:13

דער דזשאדזש האט דיסמיססד די קעיס!
ווייל יעקב הערש ווייס האט אזויפיל אויטאריטעט וויפיל פערלשטיין האט.

ZERO

פראסקעס » 19/11/2008 19:31

פערלשטיין? דו ביסט גוט אויסגעברענט! מען האט אנגעדרייט דעם פערלשטיין אויף מארסי היוז סט. אין ער צאפט ווי א בין שעלט ווי א טייגער, דיפרעסיע דיפרעסיע דיפרעסיע!!

די גאנצע טריק פון די דרשה איז אזוי, די זאלים קענען נישט דורכטראגן אז דער וועלט איז פריש אונטערן רושם פון די הערליכער נסיעה פון רבינו שליט"א אין ארה"ק, אין אז די טעלעפאון ליינס פון איבער די גאנצע וועלט צו מיטהאלטן די דברי חוצב איז איבערגעפלאסן.

דאס באדערט זייער שטארק. יא! עס איז שוין די צווייטע מאל אין קוים א יאר צייט, וואס די בני אר"י האבן די זכי' אז דער רבי שליט"א זאל זיי אויך געבן אביסל הייליגע שעות, יא! עס איז וואויל אין שיין צו קוקן וויאזוי דער היילער בעל שבט הלוי זאל זאגן אזעלעכע פייערדיגע דיבורין אויף רבינו שליט"א.

יא עס ציפט! עס באדערט! הלוואי וואלט דאס נישט געווען טראכטן צו זיך די דיפרעסטע ראדני אידן.

איז געקומען די דעפרעסטער פערלשטיין, אין אויסגעטראפן וויאזוי צו אויסשפילן די שטן, פארדרייען די שמועס פון אר"י, האבן זיי געברויכט אהער שטעלן עפעס א אקציע אז מען זאל נישט רעדן פון די נסיעה א גאנצו צייט, 
 

דער פראבלעם איז נאר אז די ארונים הייבן אים שוין אהן צו גלייבן זייענ דמיונות, ווי זאגט יענער אז אין ביהמ"ד הגדול הופפער האט זיך פארקויפט מער טעיפס פון זיינע וועפערישע דרשות ווי אין ראדני, ..... דעפרעסטע זאליס, באגראבטס ענק מיטן דרשה, מיר וועלן אין די צייט זיך ווייטער אנווארעמען מיטן הייליגע דרשות פונעם רבין שליט"א, מיר וועלן איבערהערן נאכאמאל אין אנאכאמל די הייליגע ווערטער פונעם "בעל שבט הלוי" יא!!

אשריך סאטמאר רבי!!!

דוד46 » 19/11/2008 20:22

לאמיר גיין שטאטליך:

פראסקעס שרייבט: "אין הופער האט זיך פארקויפט מער טעיפס אין אין ראדני" —  אבער ער שרייבט אז  די זאליס זענען דעפרעסט...

פראסקעס שרייבט: "מיר וועלן זיך אין די צייט ווייטער אנווארעמען מיט די הייליגע ווערטער פון בעל שבט הלוי" — אבער די זאליס זענען דעפרעסט... 

לאמיר דיר זאגן פראסקעס: איך האב נישט געזען קיין שום חסידות וועמענס רבי מוז כסדר ארומפארן מען זאל אים אויסלויבן און אוסירימען כדי זיינע חסידים זאלן האבן חיזוק...

שיין שטייט ער דיין צדיק'ל אז ער מוז כסדר ארומפארן הערן ווי מען רימט אים אויס, און שיין שטייען זיינע חסידים וועלכע קוקן ארויס בכליון עינים צו הערן א גוט ווארט אויף זייער רבי'ן...

אבער פארגעסט נישט זיי זענען ח"ו נישט דעפרעסט...

יעצט לאמיר זינגען אינאיינעם" אשריך סאטמארער רבי... (איך האב נישט געזאגט אז די אהרונים זענען ח"ו דעפרעסט...) 

רעכטער » 19/11/2008 20:57

וואס גייט פאר, גייען די מסרבים לדין והולכי ערכאות העולמי אריינגעבן א נייע קלאגע אין געריכט?

פראסקעס » 19/11/2008 21:34

דוד46 אין הכי נמי,

זאגסט דאך ממש מיינע ווערטער נאר אין אנדערע וועג אויסגעדרייט, די זאליס זענען די פרעסט, אונז ברויכן נאך מער דברי תורה פונעם רבין שליט"א, אונז שיק מיר אונזער רבי OVER SEAS צו קענען הערן וואס די צדיקי גדולי הדור האבן צו זאגן אויף אים.

בנוגע דעם טעיפ פארקויפעריי, יא! דאס וואס איך זאג, אז אין הופפער פארקויפט זיך דאס שוין באלד מער, ווייסט פארוואס? ווייל אין ראדני טראסט מען אים שוין נישט דעם דעפרעסטער איד וואס וואלגערט זיך אויס זיינע בויך וויי אין פובליק, ליידער ליידער איז דא נעבעך אידן וואס מיינען נאך אז ער רעדט איין ווארט אמת, אין אסאך פון די אידן דרייען זיך אין הופפער.

אין בנוגע ארומפארן ארום די וועלט הערן שבחים, יא! אז עס איז נישט דא ווי צו גיין הערן, פארט מען אויף אנטווערפן... (געדענקסט נאך די נסיעה?? זאג מיר נאר נאך א שטיקל פון די דרשה) מען פארט מיט אויסגעצאלטע 100 טיקעטס פון קווינסע בויעס, אין מען גיבט אריין א ס"ת למען ידעו! אז אייראפע לעבט פאר ר' זלמן.

עס זאל זיך דיר נישט דאכטן איין רגע אז ווען דער הייליגער בעל שבט הלוי וויל נאר זאגן א דריטל וואס ער האט געזאגט אויף רבינו שליט"א, וואלט מען געכאפט א פליגער פון אנטווערפן אויף ארה"ק צו קענען הערן די ווערטער, אבער.... ער זאגט דאך דאס נישט.... פארט מען נישט!! פארט מען אויף אנטווערפן.... געדענקטס נאך די נסיעה?

יא די וועלט קוקט ארויס ווער עס איז כח התורה, יא! קענסט פרעפלען אין נאכזינגען דעפרעסטע ווערטער פון ראדני אידן, עס וועט נישט טוישן די פאקט אז די רבי שליט"א איז די עמוד התורה אין גארער וועלט.

עטס קענטס ענק ווייטער אונטער האלטן מיט נארנעים אין זינגען דרשות, מיר וועלן ווייטער הערן דברות קודש פון רבין שליט"א און פון הייליגען בעל שבט הלוי זאל זיין געזונט!

מיר וועלן ווייטער ענדיגן מסכתות עפ"י פקודת כ"ק רבינו שליט"א, מיר וועלן ווייטער אנפילן א היכל ראזענבערג אין ק"י און אין וויליאמסבורג! אלעס בפקודת אונזער הייליגער רבי'ן שליט"א, ממשיך דרכו פון זיין טאט'ן ז"ל, המשך פון דברי יואל און ארויף.

אין נאכאמאל! אשריך סאטמאר רבי אשריך!!!




תוקן על ידי פראסקעס ב- 19/11/2008 21:33:18

דוד46 » 19/11/2008 21:39

זייער גוט פראסקעס!

זאל דיין צדיק'ל ווי מער ארומפארן הערן ווי מען רימט אים אויס, ווייל אנדערש איז זיין רעביסטעווע איינגעשטעלט...

זיינע קעלבער וועלן פארלירן דאס פארגלייבקייט אין אים, ווייל ער איז נאר גוט ווען ער האט "אלעס", און אויב נישט "אלעס" זאל ער כאטש זיין אין די העדליינס און יעדער זאל רעדן פון אים, און אים אויסלויבן...

אבער ח"ו, עטס זענטס נישט דעפרעסט...

יעצט לאמיר זינגען אינאיינעם" אשריך סאטמארער רבי... (איך האב נישט געזאגט אז די אהרונים זענען ח"ו דעפרעסט...) 

גוטזאגער » 19/11/2008 21:56

דו רעדסט פון אנטווערפען.

ווען איך דערמאן זיך די שרעקליכע דורכפעלער מיט די אנטווערפען נסיעה, קומט פשוט צו ברעכן.

1) ר' לייביש לייזער האט געטריבן ליצנות פון זאלי'ן און די גאנצע "הנהגת תורה קאמפאני" און דו ווייסט עס גאנץ גוט. ווען ער האט נישט געוואלט טאנצן. ער האט נישט געוואלדן רעדן. און האט געפירט טיש איין וואך נאכן אנדערן, און זיך גוט אויסגע'מייכענט, אויף דעם עם הארץ.

2) די נסיעה קיין אנטווערפען האט געזאלט איינפעדימען קנאות אין אנטווערפען, און אנהייבן א נייע קאפיטל אין די מיידל שולע אז מ'זאל מער נישט נעמען קיין געלט פון די ארטיגע רעגירונג.

3) רז"ל האט געשריבן א בריוו און עס געדרוקט אין דער איד, ווי ער שרייבט אז מ'מוז זאפארט אויפהערן נעמען געלט, און אז ער האפט דאס דורכצופירן. און ער איז געפארן מיט א משוגענעם טראסק, מ'האט געצאלט טיקעס פאר יונג און אלט, אפילו דער אלטער יאסל וויינשטאק (מעכיל וויינגארטענ'ס זיידע) האט זיך ס'ערשטע מאל געטראפן פארן אויף א פאליטישע נסיעה מיט א רבי'ן... אינאיינעם מיטן אייניקל זיינעם.

4) מ'האט געשיקט פארענטשטעס מיט א שיף - און געמאכט א פאמפע און פאראדע וואס האט געקאסט איבער א מעלאנע.

סך הכל... מ'איז אהייגעמפארן ווי מ'איז געקומען - אויפגעטאן א רעטעך. מרדכי שטויבער האט זיך אויסגעלאכט... די מוסדות דארט נעמען ווייטער געלט און דער שיכור איז אהיימגעקומען... 

פראסקעס » 19/11/2008 21:59

זאגסט אז אויב פארט ער נישט איז עס איינגעשטעלט מיט די רעביס'טעווע?? אוי געוואלד!! אזוי?? 

אבער איין מינוט! דוד האלט איין מינוט.... 

וואס רעדסטו!!! עס איז שוין לאאאאנג אין דער ערד, ער האט שוין גארנישט אין ווילימסבורג- ב.פ. - ק"י - מאנסי -  גאאאאארנישט!

האסט נישט געהערט אז מען האט פארשפארט הופפער?? נישט איינס, ביידע!!! 13-14גענצליך אפגעשפארט!

האסט נישט געהערט אז מען האט פארקויפט די ריזיגע בנין אויף ווייט עוו. פאר העלפט די פרייז וואס מען האט עס געקויפט?? האסט גארנישט געהערט??

לאמיר דיר פארציילן נייעס דוד'ל, מען האט פארקויפט די ריזיגער בנין אויף וייט עוו. מיט אירע 250 קלאסן פאר די זאליס, ווייל די בנינים זייערע פון די זאליס איז נישט גענוג מער, אפילו מען גייט נוצן ווילסאן סטריט פאר די מוסדות, אין מיט דעם אלעם איז עס נישט גענוג. זיי האבן געמוזט געצווינגענערהייט אפקויפן נאך א בנין,

אין GUESS WHAT סאטמאר האט זיי פארקויפט די בנין ווייניגער פון 5 מיליואן דאללער, האסט גארנישט געהערט?? די שטאט איז אויף רעדער.

זיכער פאר דעם איז די רבי שליט"א געפארן יענע עק וועלט דארט פארשטופט ערגעץ אין MIDDLE EAST מען האט געהערט אז עפעס א אידל וואס זיצט שוין קרוב צו 80 יאר ביום ובלילה אין זיך מיגע אויף תורה,מען רופט אים די "בעל שבט הלוי", עפעס אזוי... ער  וויל פשוט געבן שבח ווערטער פאר דעם צובראכענעם סאטמארער רבין וואס האט אאאאאלעעעעעס פארלוירן אין ווילימסבורג, ב.פ., ק"י, מאנסי, נעעעבעך...

נו אוודאי איז ער געפארן הערן וואס יענער האט צו זאגן, אבי איינער אין די וועלט איז אויף זיין זייט.

אשריך סאטמאר רבי שליט"א! אז די האסט נאך איינעם אויף די וועלט אפילו עס איז טאקע יענער עק וועלט, וואס האט נאך צו זאגן א גוט ווארט פאר אייך!

אשריך!!!



תוקן על ידי פראסקעס ב- 19/11/2008 21:56:44

העטעכפעטעך » 19/11/2008 22:11

איך מוז מוחה אויף פראסקעס אין גוט זאגער כ'מיין ווי פיל איז דער שיעור צו צאפן דאס בלוט פון דוד46 ?

עטץ זעטס נישט אז פון יעדע שורה זיינער שרייט ארויס דאס דעפרעסקייט (כ'מיין דאס רואיגקייט)?

עטץ זעטס נישט ווי דער בעל שבט הלוי שליט"א איז געווארן גירא בעיני דשיטנא?

וויפיל חיצים ובלוסטראות די פארשטינקענע זאליס ובראשם זייער היידפארק קארעספאנדענט דוד 46 שיסען אויפן חשבון פון בעל שבט הלוי שליט"א ??

כ'מיין אלעס האט א שיעור? נישט אזוי?


זעהסט דוד46 איך נעם מיך אן פאר דיר, גיי זאג פאר דיין משלח שאול פויערשטיין אז עס איז נאך דא עטליכע איינשטענדיגע ארונים.....


תוקן על ידי העטעכפעטעך ב- 19/11/2008 22:11:18

פראסקעס » 19/11/2008 22:15

העטעך געזאגט אז דו ביזט גערעכט, ווען איך ווייס ווען פאר זיכער אז דו ביסט דוד46 מיט א אנדערע ניק, אין דוהאסט פשוט נישט וואס צו זאגן, קומסטו מיר אהן מיט א געדרייטער מעשה.

אבער כל זמן עס איז א נסתר, זאלן די מנהלים אפמאכן אויב עס איז טאקע צופיל.

טאטלע » 19/11/2008 22:18

דודל אז פראסקעס רעדסט פין היכל התורה מיז איך מעורר זיין דרך אגב אז אין דעם ענין האט זאלי ארויס געוויזען מסירת נפש ממש מיטן באקאנטען פסק הלכה אז די ימים נוראים בענק זאלען ערשט אריין געברענגט ווערען די וואך פין ר"ה כדי סזאל זיין א היכל התורה כאטשיג אין תשרי

י"כ פארן מיך אויסהערען  

רבי_יונה » 19/11/2008 22:33

איך קען קוים ווארטען ווען דער שיכור וועט פארן קיין ארץ ישראל מיט טויזענטער חסידים
טראגן 70 שיפן מיט פארענטשעס און לעלוס און מעכטיגע סיינס....
דינגען 25 טשארטער פליגערס, כמנין וועקי.
באשטעלן אלע מוסדות פאר געלט, זיי זאלן אים אפווארטען און זינגען ניגונים


און אהיימקומען דער זעלבער לוזער ווי ער פארט !

דוד46 » 19/11/2008 22:34

אהרונים

קיינער דארף מיך נישט מחזק זיין, איך דארף נישט קיין הסכמה פון סיי וועמען אויף מיין רבי שליט"א.

עס איז נאר א פלא, אז ווען איין אהרוני ווערט אפגעפרעגט קומען צו לויפן אנדערע אהרונים איינס נאך די אנדערע אים מחזק צו זיין.

אבער איך האב ח"ו נישט געזאגט אז די אהרונים זענען דעפרעסט...

און לאמיר טאקע זינגען אינאיינעם" אשריך סאטמארער רבי... (איך האב נישט געזאגט אז די אהרונים זענען ח"ו דעפרעסט...) 


בלאט: 1 2