היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » שאול פערלשטיין: הגז"ל האט מער נישט קיין סבלנות...

שאול פערלשטיין: הגז"ל האט מער נישט קיין סבלנות...

87 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2518888
בלאט: 1 2

טאטלע » 19/11/2008 22:37

דוד סאיז א אלטע טעמע אז די זאליס העלפען נישט איינעם דעם אנדערן

גוטזאגער » 19/11/2008 22:38

ווען פארט ער נאכאמאל קיין אנטווערפען?

גרינג » 19/11/2008 22:47

גוטזאגער
עס גייט נישט אזוי גרינג מען דארף קודם באשטעלן די האמלענד סיקיורעטי....
והינה טעמה דאנטווערפן והינה טעמה דארץ ישראל

דוד46 » 19/11/2008 23:02

עס איז ממש א נחת צו ליינען די תגובות פון די (אמ)דעפרעסטע אהרונים, יעדער לויט זיין שפראך, מיט וואסערע טיטלען און קללות זיי שרייבן.

אבער איך האב ח"ו נישט געזאגט אז די אהרונים זענען דעפרעסט...

שפיטצער06 » 19/11/2008 23:09

דוד'ל, ווען איך האב געכאפט א געזינטן פראסק פון מיין רבי אין חדר נאכדעם וואס ער איז געווארן שטארק אויפערעגט אויף מיר, פלעג איך זיך אויך אינטערלאכן "האַ האַ, קוק ווי גערעדט ער איז.. ס'איז א נחת צו זעהן"

אבער, געס וואַט. מיינע באקן האבן גוט געציפט...

פראסקעס » 19/11/2008 23:25

דוד46

איך זאג דיר דעם אמת איך האב געמיינט זיכער אז איך וועל מוזן גנב'בענען מער צייט צו דרייען מיט דיינע בעבישע תגוובת, איצט האב איך מיר איבערצייגט אז מען ווען מען רעדט פון תורה ביסטו שטיל, נו שוין....

שרייב ווייטער דיינע בעבישע פרעפלעריי. זאג איבער אביסלע פון פערלשטיין אויך, דערווייל גיי איך מיר פארקוקון די שיעור פון היינט נאכט, דף ב ע"ב מס' שבועות.

טאטלע » 19/11/2008 23:46

קהל ייטב לב  יישר כח


תוקן על ידי טאטלע ב- 19/11/2008 23:54:18

דוד46 » 20/11/2008 01:07

פראסקעס

דאס האסטו דאך געקענט טון פון אנהויב אָן, האסט בכלל נישט געמוזט קומען דא אויף היידפארק...

רבי_יונה » 20/11/2008 02:46

ווען מ'רעדט פון דעם דורכגעפאלענעם אנטווערפן ווערט דוד'ל אנטרינען. דאס וואס ר' לייביש לייזער האט מיט זיי געטאן איז בילאו-די-בעלט ליצנות געמאכט און מבזה געווען אז ס'איז נישט צום אראפשלינגען. דאס איז אויסער די מיליאנען אראפגעפלאשט און די דורכפאל מיט מרדכי שטויבער! נו דוד'ל ווען איז די נעקסטע טריפ?

דוד46 » 20/11/2008 23:17

דער מאנראוער צדיק'ל האט פריער געשיקט זיינע בחורים ארויסצונעמען דער איד פון די געשעפטן אין ק"י,

א חוצפה פון דער איד צו ציטירן די גאנצע דרשה פון ר' שאול פערלשטיין ווי ער מאכט צו נאר דעם וועלטס חכם פון מאנראו...

לעבן זאל די רעוואלוציע

מה_טובו » 20/11/2008 23:24

דוד די שעמסט דיך אפילו נישט זיך אנצוהענגען מיט שאול'ס דרשה???

ס'קוקט אויס אז מ'אינפארמירט דיך נישט גוט,
די (נארמאלע?) זאליס שעמען זיך אוועק דערמיט,

פאק איין...

טאטלע » 20/11/2008 23:25

דוד ווען קימט ארויס א קול קורא קעגען אנטווערפענער מוסדות פארן שייגעץ שטיק צינעמען ל"ע געלט פין די רעגירונג אדער הגז"ל גייט נאך אמאל פארען

דוד46 » 20/11/2008 23:39

די אהרונים זענען נעבעך אזוי צעקאכט פון די דרשה.

זעט אויס אז דער צדיק'ל האט מורא אז זיינע בחורים וועלן ליינען וואס עס גייטט באמת פאָר...

לעבן זאל די רעוואלוציע...

מה_טובו » 20/11/2008 23:47

יא יא... אונז זעמיר ליידער אזוי צוקאכט פון די דרשה
אבער עטץ צוזאמען מיט פערלשטיין זענען צוקאכט פון די פאקטן

תוקן על ידי מה_טובו ב- 20/11/2008 23:43:51

טאטלע » 20/11/2008 23:54

דוד איך פארשטיי נישט אין די איד איז געווען קאפיס פין טשעקס וואס האט בכלל אויס געפעלט פערלשטיין דרשה אויפציווייזען אז ענק האבען עס נישט ווילסט מיר זאגען אז דיין רבי גלייבט נישט וואס עס שטייט אין די איד

יענקעלע11 » 20/11/2008 23:58

אזוי? מען האט געשיקט די בחורים ארויס צו נעמען דער איד פון די געשעפטן?
שוטה שבעולם, מיר דריקן דאס איבער אין טויזענטער עקזעמפלארן, זאל די וועלט
זעהן קלאר אז דער בית החיים באלאנגט היינט צו טאג צו די אהרונים,
און זאל יעדער זעהן קלאר ווער עס וויל נישט גיין צו דין תורה?,

זאג נאר דוד'ל, איז דער שאול טאקע אזא טיפש, אדער האלט ער אז זיינע
אינטערטאנען זענען טפשים און קעלבלעך, ער שרייט אויס אז דער בית החיים
באלאנגט צו עהם סיי על פי תורה (טראץ וואס ער וויל נישט גיין צו דין תורה)
און סיי על פי חוקי הערכאות (טראץ וואס ער האט פארלאנגט גאנצע אכט מאל
פון די ערכאות מען זאל עהם באשטעטיגן אלץ דער לעגאלער הנהלת הקהלה
פון וויליאמסבורג און אלע ריכטער, אנגעהויבן פון באראש און באשטעטיגט
פון די אפעלעט קארט ווי אויך פון די העכסטע קארט אף אפיעלס אין אלבאני
און אויסגעלאזט ביי ריכטער עמבראזיא האבן דאס אפגעווארפן, והאחרון הכביד
ווי ריכטער עמבראזיא שרייבט קלאר ארויס אז איר האט שוין פראבירט איינמאל
און נאכאמאל באשטעטיגט צו ווערן אלץ די לעגאלע הנהלת הקהלה און אז יעדער
האט דאס אפגעווארפן, און דאס אז איר זענט אין ראדני איז נאר ווייל איר זענט דארט און נישט
אלץ לעגאלע בעלי בתים, רבי בערל פריעדמאן מיט רבי יצחק ראזענבערג זענען פונקט אזוי
בעל הבית אין ראדני ווי איר נאר איר זענט מוחזק און זיי נישט).

אלזא, דוד'ל, לאמיר שוין זאגן אז שאול איז יא גערעכט, און דאס געריכט וועט זיך יא מישן
אין די בית החיים קעיס, און לאמיר שוין זאגן אז זיי וועלן יא פסקענען אז די וויליאמסבורגע
קהלה זענען די ריכטיגע אייגענטימער פונעם בית החיים, נו, וואס וועט דאן זיין?
וויאזוי ווערט איר די אייגענטימער פונעם בית החיים? זיי האבן דאך קלאר געזאגט אז זיי
קענען זיך נישט מישן ווער עס איז דער לעגאלער בעל הבית פון די וויליאמסבורגער קהלה,
יא, איך פארשטיי אז דאס סבלנות האט זיך אויסגעלאזט, און איך פארשטיי אפילו
פארוואס, אבער העלפן וועט דאס אייך א גרויסע מכה, נישט בחינם האבן אונזער הנהלת הקהלה
אויפגענומען נאך צוויי פרישע ארבייטערס, זיי קענען פשוט נישט נאכקומען דאס מעמבערשיפ
פארלאנג, און ניין, דא רעדט זיך נישט פון אפאר הונדערט דאלאר,
מיר רעדן פון שיינע צענדליגע טויזענטער דאלאר,
און עס איז נאר יושר, צו שיקן א דאנק בריעוו פאר דעם אויסגעשפרעכענעם שוטה
שאול פערלשטיין, בא לחזק ונמצא חוזק...

אגב, פרעג שאול'ן פארוואס ער האט בבושת פנים צוריק געגעבן פאר משפחת
הרב מנייטרא שליט"א די געגאנבעטע 4000 דאלאר בפקודת זיין שוואגער
ענקער אזוי גערופענער ראב''ד'ל ר' ישראל חיים מנשה, הא? אויב זענט איר בעל הבית
נו, פארוואס האט איר צוריק געגעבן די געלט?

דוד46 » 21/11/2008 00:06

געב נאר א מיש צוריק היידפארק מיט 3 יאר צוריק ווען ראזענוואסער האט ענק געגעבן די חיי שעה זיג ווי ענק האבן געשריבן אז "דער אמת האט געזיגט", ענק האבן שוין אלעס, און 3 וואכן דערויף איז געקומען דער סטטעיט, אבער ענק האבן זיך נאך אלץ געהאלטן אז דער אפעלעט וועט עס באשטעטיגן.

אבער געב א קוק דעם טאג ווען דער אפעלעט איז ארויסגעקומען, און שוין נאכמיטאג ווען ענקערע לאיערס האבן באקומען די הודעה פון אפעלעט קלערק אז באלד גייט ארויסקומען דער פסק און ווי שפעטער האבן ענקערע קעפ דא אויף היידפארק דערשמעקט אז עס טויג נישט, ביז עס איז ארויסגעקומען די פעיפערס און א געוויינעריי האט זיך אנגעהויבן דא אויף היידפארק, אזוי ווייט אז ענקערע קעפ דא האבן געפאדערט פראזאק אין אלע סאטמארע צענטערן..., 

דוד46 » 21/11/2008 00:14

יעצט קענסט עטס ווייטער טאנצן ביז צו די לבנה, און איינרעדן ענקערע קעלבער.

מיר האבן סבלנות...

טאטלע » 21/11/2008 00:14

דוד ממילא קימט אויס אז ענק האבען געווינען דעם בית החיים אדער מיינסטו ציזאגען אז עטץ גייען עס נאך אמאל האבען אבער רבש"ע ענק האבען עס דאך שוין יעצט יעדער באצאלט דאך פאר ענק 

איך מין אז פערלשטייןס דרשה איז טאקע געבעיסט אויף דיין פריערדיגע תגובה 

קושקע » 21/11/2008 00:29

אינה"נ די ראזענוואסער פסק איז טאקע נאר געווען חיי שעה, בלויז 3 וואכן, הכל מודים.

אבער בנידן דידן האלט מיר שוין 3 חדשים זינט די אמבראזשיא פסק, און דערווייל זעהט נישט אויס ס'זאל אזוי שנעל צוריקגעדרייט ווערן (מ'קען קיינמאל וויסן, אבער לע"ע נישט), דאס מיינט קלאר אז בערל פרידמאן האט דער זעלבער רעכט זיך צו רופן קהל יטב לב "ברוקלין" ווי שאול פערלשטיין, אשר ע"כ מעג ער לעגאל פארגיטן אויפן ביה"ח מטעם קהל יטב לב "ברוקלין", אפגעזעהן צו דער טרענספער איז לעגאל צו נישט.

דאס מיינט אז לע"ע איז נישטא קיין איין לאגישע סיבה צו איינצאלן מעמבערשיפ פאר שאול פערלשטיין, סיידן מ'איז א פארנאטישע זאלי.

יעצט, דיין "האפענונג" איז אז ס'בלויז א חיי שעה און ס'גייט בעתיד בטל ווערן, אזוי ווי ראזנוואסער. זייער פיין, כל הכבוד, אבער כל זמן ווי ס'איז בלויז א "האפענונג" און א "השערה" ביסטו דער קלארער לוזער, איבערהויפט א פסק וואס לעבט שוין 3 חדשים.

דוד46 » 21/11/2008 00:35

נזכה נחי' ונראה...

טאטלע » 21/11/2008 00:41

דוד דארפסט אביסעלע חיזוק טי וואס אונז טיען מפארט אביסעלע זיך אויסליפטערן   פאר אביסעלע קיין אנטווערפען לאנדאן פלעטבוש קווינס אוסטראליע ירושלים סוואן לעיק (וואל מארט) בני ברק לארקין סאסמאן מאנסי מאך א הכנסת ספר תורה עפעס די ווייסט בעסער פין מיר אין סוועט דיר אביסעלע בעסער ווערען

זארג דיר נישט קענסט דא וויטער שרייבען האנדעל דיר איין א בלעיקבערי  

יענקעלע11 » 21/11/2008 01:17


דוד'ל,

דוד'ל,
?THAT IT
דאס אלעס וואס דו האסט צו ענטפערן?
ראזענוואסער, ראזענוואסער?
דוד, איך פאר רוף מיך אויף ענקער באראש געווינס!!!,
אויף אייער אפעלעט געווינס!!!,
אויף אייער קארט אף אפיעלס געווינס!!!,
אין ערגעץ האט איר נישט באקומען קיין שום בעלות אויף וויליאמסבורג,
אמת ראזענוואסער האט געגעבן דאס בעלות פאר
רבי בערל פריעדמאן און דער אפעלעט האט דאס אפ געווארפן,
אבער איר האט דאס אינערגעץ נישט באקומען,
סא, ווי פארקויפט ענק שאול אז ער איז בעל הבית פונעם בית החיים,
ווי איז ער בעל הבית, אפשר אויפן עולם האמת,
אבער דא אין עולם השקר איז ער פונקט אזא בעל הבית אויפן
בית החיים אין קרית יואל, ווי דער בעלזער גבאי, דוק ותשכת...
און נישט בחינם וויינט ער ווי א בין,
ער האט פארלארן זיין הויפט הכנסה פאר זיין געגאנבעטע קהלה,
און פרענקלי, I FEEL HIS PAIN,
איך געדענק ווען מיר האבן געמאכט אלף שמות'ן און גענעראל פארזאמלונגען
און רבי אלישע האראוויץ האט אונז בארוהיגט,
און די זאלונים האבן פון אונז געלאכט,
נו, אצינד האט זיך דאס איבער געדרייט,
איר מאכט פארצווייפעלטע גענעראל פארזאמלונגען מיט אלף חיי שרה'ס
און מיר קאלערן זיך פאר געלעכטער,
בלייבט נאר א שטיקל תפלה, השם (טייערער באשעפער) לאורך ימים (זאל לאנג אנהאלטן אונזער שמחה),
און בעזר השי"ת מיט די הילף פון שאול פערלשטיין וועט דאס אי"ה לאנג אנהאלטן.




תוקן על ידי יענקעלע11 ב- 21/11/2008 1:17:48

דוד46 » 21/11/2008 01:23

יענקעלע

וואטש נישט צופיל צו לאכן, ווייל מען וועט מוזן רופן די הצלה...

יענקעלע11 » 21/11/2008 01:27



גראדע איז עס זייער זיס!!!

מה_טובו » 21/11/2008 02:37

דוד46 כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
דער מאנראוער צדיק'ל האט פריער געשיקט זיינע בחורים ארויסצונעמען דעראיד פון די געשעפטן אין ק"י,

א חוצפה פון דער איד צוציטירן די גאנצע דרשה פון ר' שאול פערלשטיין ווי ער מאכט צונאר דעם וועלטס חכם פון מאנראו...

לעבן זאל די רעוואלוציע


פערלשטיין האט פריער געשיקט זיינע בחורים ארויסצונעמען דערבלאט פון די געשעפטן אין ק"י, (ער איז דאך בעה"ב אויף גאנץ ק"י בכלל און אויף די ישיבה בפרט)

א חוצפה פון דער בלאט צוציטירן די גאנצע דרשה פון הגה"צ גאון הגאונים פוסק דורינו שליט"א ווי ער מאכט א זייפ'ן בלאז פון דעם וועלטס חכם פון פאיע...

לעבן זאל די רעוואלוציע

ארגינעלער » 21/11/2008 03:17

ס'פארשטייט יעדער נאטורליך די ווייטאג פין דוד'ל אויפן בלאט.
 ווייל ער קוקט זיך אן וואס ס'איז געווארן פין מילך דייטש

kootointy » 21/11/2008 05:06

אריגיענעלער, האסט בארירט א ג'וואלדיגע פאוינט!!! מ'געדענק מיר נאך אלע ווי בן פראדעל'ע האט אין די טעג נאך סוכות תש"ס (ווען דער בלאט האט אנגעהויבן צו ערשיינען) אזא וויש געטאן מיטן האנט זאגענדיג מיט זיין זיס קעלעכל פאר פאר די קעלבעלעך זיינע, {קוואוט}; "מיט יאנקאוויטש קען מען צייטונג נישט מאכן"...... עכל"ק

פראסקעס » 21/11/2008 19:14

דוד46

רעוואלוציע, רעשוואלקע, HOWEVER דו ווילסט עס אנרופן, אז דו האסט נישט וואס צו זאן, וואלט איך דיר געראטן צו גיין איבער הערן שאול'ס דרשה, וועסט זיכער האבן תירוצים דא, וועסט נישט מוזן מאכן "פינטל פינטל פינטל"
זאלן די קווינס בויעס וואס זיצן מיטן טעלעפאון אין האבן נישט קיין עקסעס דערווייל צו שרייבן אויפן פארק, אין ווארטן אז דו זאלסט ענטפערן עפעס גוטס אויך זעהן אז עס איז יא דא א תירוץ ענטפער עטליסט פאר זיי,  איך זאג דיר איך האב מיר געמאכט אביסעלע צייט נעכטן, איך זאג דיר, מען האט מיר געמוזט אויפקלערן אז דאס איז א פאקט אז דער איד האט גערעדט פארנט פון מענטשן, איך גלייב עזס פשוט נישטDONT TELL ME  אז די זאליס זענען שוין אזוי דיפרעסט אין מען לאזט אויפשטעלן איינעם וואס דרשנ'ט קיין ווארט... ער נעמט דארט די פאר מנינין אידן אויף אזא מין רייד, אזש מען קען קייכן פאר געלעכטער

איי די ציבור דא האלט אין איין פרעגן קשיות דוד'ל, וואס מאככסטו דיך נאריש! הער איבער דעם טעיפ פון שאול וועסטו האבן פאר יעדן צו ענטפערן!

מבקש_האמת » 23/11/2008 03:52

ס'איז גראדע געווען זייער אינטערעסאנט און געשמאק צו הערן וויאזוי פערלשטיין שטעלט זיך אויף צום זיבעציגסטן מאל מסביר זיין פאר זיינע קעלבעלעך וויפיל מאל ער האט שוין נישט גערעדט, וויבאלד ס'גייט זיי אלעמאל אזוי גוט...

איך מיין אז אנשטאט אויסרעכענען יעדעס מאל וואס די אהרונים האבן געהאט א דורכפאל זאל פערלשטיין ענדערש אויסרעכענען וויפיל מאל ער האט שוין נישט גערעדט במשך די פארלאפענע יארן, זאל זיין עולם זיך מחזק זיין צו זען וויאזוי ער האט זיך געקענט איינהאלטן צען יאר פון רעדן, ביז זיין 'סבלנות' האט ענדליך געפלאצט...

אגב, ר' שאול, אויב דורך די שווערסטע צייטן האסטו זיך געקענט איינהאלטן און דיין סבלנות האט נישט געפלאצט, איז דא עפעס א ספעציעלע סיבה פארוואס ס'האט יעצט יא געפלאצט?!

איך הער קלאנגען אז ס'האט עפעס שייכות צום פארלירן עטליכע וויכטיגע שטיקלעך קרקע ערגעץ נעבן די טרעילערס פון די זאלי מיידל סקול אין טאון אוו מאנראו, וואס האט גורם געווען אז די קאסע פון די וויליאמסבורגער זאלי קהל טרוקנט אויף כח, איז דאס ריכטיג?!

רבי_יונה » 23/11/2008 05:56

איך דערמאן זיך יעצט ווען דער חכימא דיהודאי ר' סענדער דייטש ז"ל פלעגט זיך אויפשטעלן ביי די גענעראל-פארזאמלונגען תשמ"ט און מערערע מאל דערויף, און געדינערט מיט זיינע דרשות און געפאכעט מיט זיין געשלופענע דרשות אין באבענ'ס באבען... סאטמאר איז נישט קיין שטח הפקר! מיר וועלן נישט האדעווען א שלאנג אין אונזער בוזעם וכו' וכו'... די חסידימ'לעך זענען אהיים העפי! מ'האט גוט אפגעשמיסען די בני יואל... און די בני יואל האט זיך גוט אויסגעלאכט: רעד וויפיל איר ווילט! מ'האלט היינט גענוי 20 יאר שפעטער און דער טיפוש פערלשטיין האט נישט געלערנט קיין לעקציע.

טאטלע » 23/11/2008 19:32

דוד דאנערשטאג פרשת וארא איז אוועק א פרוי ב ש איך ועל נישט מאריך זיין וועגען כבוד המשפחה די משפחה האט באצאלט האט באצאלט צווי מאל פיר אלפים וויל זיי זענען גוואר געווארען אופען שווערען וועג וואסערע שקרן פערעלשטיין איז ער האט זיי ציגעזאגט אז אלעס איז מסודר אין יעדער באצאלט פאר זיי 

צודערזאך » 24/11/2008 20:36

שוין, איך האב געדארפט ווארטן ביי די פאספארט אפיס האב איך אויסגעהערט די דרשה, איך זעה נישט פארוואס דוד46 איז נערוועז, וויפיל איך האב פארשטאנען האט שאול פערלשטיין קלאר געזאגט, אז ער גאראנטירט אז אלע זיינע מעבער'ס וועלן ליגן אין דער ערד..

bigsatmar » 24/11/2008 21:26

טאטלע.   ווען איז געווען אלעף שעמאס אז די האלטס שוין ביי וארא ?

טאטלע » 24/11/2008 21:48

ביגסאטמאר ויארא קימט אויס אפאר חדשים פאר שיתסר   

פעטרסאן08 » 7/9/2009 15:36

א מחי' אדורך צי ליינען

יקרבו » 15/6/2011 01:42

אן אינטערסאנט אשכול פין דעם לץ פערלשטיין דעס איז נאך געווען פאר די טראגעדיע

אית דין ואית דין
בלאט: 1 2