היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » האדמו"ר מסאטמאר שליט"א אין בני ברק ( מהר"א )

האדמו"ר מסאטמאר שליט"א אין בני ברק ( מהר"א )

105 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2515970
בלאט: 1 2 3

רעכטער » 19/11/2008 21:14

הערליכע בילדער

רעכטער » 21/11/2008 01:46

דער בלאט האט אראפגעלייגט א מעכטיגע ארבייט, הערליכע בילדער און הערליך באשריבן.

איך האב נאך נישט געהאט קיין צייט אדורך צוליינען, אבער דורכבלעטערנדיג האט מיר געכאפט א ציטער פון די ברכה פונעם בעל שבט הלוי שליט"א, אז רבינו שליט"א זאל ניצל ווערן פון אלע וואס זיכן זיין שלעכטס.

איך וויל מיר פערזעליך באדאנקן פאר "דער בלאט" פאר די הערליכע ארבייט, יהי רצון שתשרה שכינה במעשה ידיכם. 

אדמיראל » 23/11/2008 02:44

[בילד – נישט אפגעהיט]

מבקש_האמת » 23/11/2008 03:43

די וועלט איז ממש אויף מיט די דרשה פונעם פוסק הדור, בעל שבט הלוי שליט"א.

ס'איז טאקע נישט דאס ערשטע מאל וואס דער וועלט'ס גאון פון אר"י רימט אויס דעם וועלט'ס גאון פון אמעריקע, ספעציעל איבער זיין כח התורה, אבער ס'איז יא דאס ערשטע מאל וואס ער האט געזאגט ווערטער וועלכע זענען גענצליך ארויס פון זיין געווענליכן שטייגער, וד"ל.

א קליינע דוגמא, נאנט צום סוף ווען ער איז מדגיש אז דער סאטמארער רבי פארט צוריק צו זיין גרויסע עדה אין קרית יואל און אין וויליאמסבורג האט עס אויסגעזען ווי ער רעדט ממש צו יוסף90 און זיין באוס פון ראדני סטריט [ווער ס'געדענקט די גרויסע שמחה פון די שטריקעס ווען פאריגעס מאל האט דער פוסק הדור געזאגט "רב פון מאנרא"...] - נישט ווייל ס'מאכט צופיל אויס צום עצם ענין, אבער ס'האט געגעבן דעם איינדרוק ווי דער גאון האט עפעס א ציהל מיט די ווערטער.

וויאזוי ס'זאל נישט זיין, ס'איז ממש א נחת צו זען וויאזוי די וועלט'ס גרעסטע גאונים באציען זיך צו דעם גדול הדור וואס האט באקומען אזויפיל קיתונות של שופכין פון וויסטע עמי הארצים און סתם טיפשים בלויז פאר דעם איינעם חטא פון זיך נישט לאזן דיקטירן דורך אזוינע וועמענ'ס איינציגע אינטערעסע איז אונטערצוברענגען גאנץ סאטמאר.

אויב עמיצער קען ארויפלייגן דא די דרשה באזונדער וואלט ער שטארק מחיה געווען אסאך אידן איבער די וועלט.

דערסיגעטער » 19/12/2011 20:18

דער קליינער בעלזא מחנבקא שלעפט ארויס דער ריזיגע בעלזא בילגרייא פין די כלים שוין ווידער
בלאט: 1 2 3