היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » האדמו"ר מסאטמאר שליט"א אין בני ברק ( מהר"א )

האדמו"ר מסאטמאר שליט"א אין בני ברק ( מהר"א )

105 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2515970
בלאט: 1 2 3

גוטזאגער » 17/11/2008 22:09

איך וועל דיר זאגן דעם ריינעם אמת דוד.

פון איין ווינקעל קוק איך זיך אן און איך פרעג זיך אליין:
איך בין א חסיד...?
קוק אן הרב וואזנער, ער איז א חסיד !


פון א צווייטן בלוק קוק איך אן וויאזוי דער וועלט בארימטער גאון און פוסק הדור רעדט פון אים,
קוק איך זיך אן און איך פרעג זיך אליין...

דער רבי דארף מיך פאר א חסיד, ווען ער האט דעם גרעסטן כח התורה בעלמא הדין, הרב וואזנער אלס חסיד?

פון א דריטן פערספעקטיוו טראכט איך:
איך שוטה בין ביזי מיט וואס?

פינקט ווי מ'זאל מיך היינט אראפשטעלן זיך מתוכח זיין ווער עס איז העכער... דער עם הנבחר, כלל ישראל, אדער די גרועים שבאומות די מוסולמענער???

פינקט אזוי קוק איך זיך אן און איך קאמפעיר עס (אן קיין להבדיל) ענק זאלונים מיט אייער פירער בראש.

א אומה פון שפלים ונבזים - לא תורה ולא סחורה - נישט קיין גשמיות און נישט קיין רוחניות...

ווי ענקער פרצוף האט עס נעכטן געזאגט:
מיר דארפען די אלטע מצות
מיר דארפען די אלטע פלייש

און במאמר המוסגר... איר דארפט אויך די יאקאבאווישט'ס וד"ל וד"ל וד"ל.

און דאס האט איר טאקע !

גוטזאגער » 17/11/2008 22:14

דוד'ל,

מאך נישט קיין טעות... מיר זאלן פארלירן איין קאורט און נאך א קאורט
און איך וועל זיך מיט דיין גליקליכן גורל נישט טוישן. קיינמאל !

פינקט ווי איך וועל זיך נישט טוישן מיט די מוסולמענער, טראץ וואס זיי האבן (דערווייל) דעם מקום המקדש !

דוד, דו ווייסט פארוואס!
און דערפאר ווילסטו אים אינטערברענגען!

גוטזאגער » 17/11/2008 22:33

ר' יונה
ביטע מיש זיך נישט אריין אין מיין דיסקוסיע.

דוד
אויב דו האסט איין נארמאלע, לאגישע ריזאן פאר דיין פאטאלאגישע שנאה, ביזטו מער ווי וועלקאום צו זאגן

פלעכטעל » 17/11/2008 22:37

די רבי איז יעצט ביי סאסוב רבי

גוטזאגער » 17/11/2008 23:08

דעם גאון און פוסק הדור בעל שבט הלוי דארף איך נישט פארענטפערן....
ווייל גאנץ כלל ישראל נעמט אן זיינע פסקים און זיינע ספרים באשיינען די טישן פון אלע פוסקים און מורי הוראה בדורינו.
אלע !

פארענטפערן דארף מען די שיכורים ביי וועלכע מ'מאכט אן עירוב פאר פוילישע גוים און ביי וועמען השגה איז נאר ממליחה ואילך.

אבער, קיינער נעמט ניטאמאל די מיה זיי צו פארענטפערן...
פארוואס?
ווייל זיי זענען ליידער בזוי ומבוזה!

דוד46 » 17/11/2008 23:13

איך וויל צולייגן א הערה:

איך וויל נישט ח"ו פוגע בכבוד זיין פון דעם גרויסן גאון. איך וויל נאר אנווייזן אז דער גאון איז אלעמאל געשטאנען ווייט פון מחלוקת, און האט אלעמאל געזוכט צו באפרידיגן יעדן. וכבודו במקומו מונח!

גוטזאגער » 17/11/2008 23:17

איך האב אמאל געזאגט פאר א קלויזנבערגער חסיד  מיט 20 יאר צוריק אדער מער.

ווען דו האקסט אויף סאטמארער רבי'ן (בעל דברי יואל), ווערסטו מבוזה נישט ער. פינקט ווי מתנגד זאל היינט האקן אויפן בעל התניא.

אלזא, דוד ווען די ברעכסט אויס אויפן גאון בעל שבט הלוי, צייגסטו ווי אין די קרקע איר זענט (מיט דיין גאנצע קאמפאני)... אראפברענגען קענסטו נאר דיך !

און טוה עס ווי אפטער.

דוד46 » 17/11/2008 23:33

עס איז אן איסתפקתא וואס האט געבאדערט דעם צדיק'ל שבת ביינאכט בי די תורה:

די קאורט פון בארא פארק וואס ער האט געהערט הארט ביי כניסת השבת, אדער דעם פאקט אז בני ברק ליגט "שוין" אין פרעמדע הענט...

טאטלע » 18/11/2008 00:19

http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?topic_id=2335464

דוד איך האלט אז רב וואזנער איז פשוט מיס אינפארמירט ווען ער זאל ווען הערען די דרשה ווער עס איז די גדול הדור אין ווער עס איז די ממשיך דרכו פין די הייליגע  סיגוטע גזע

גוטזאגער » 18/11/2008 00:51

עס איז מוזיק פאר מיינע אויערן צו הערן דעם פוסק הדור ווי ער זאגט בנעימת לשונו הקדוש:

אשריך סאטמארער רבי'ן פאר מרביץ תורה זיין אין די גאנצע וועלט"...

ווען רז"ל וואלט נישט געהערט די אלע דזשיגאנס מנוולות אלע יארן, נאר אריינגעלייגט זיין קאפ אין תורה, וואלט ער עס אויך געקענט באקומען...

ועכשיו שלא זכינו מוזט עס אלע זאליס פלאצן.

גוטזאגער » 18/11/2008 01:01

די הויכפונקט פונעם סיום מס' ביצה:

די דשה נלהבה פון רבינו שליט"א
די ווארימע דרשה פון פוסק הדור בעל שבט הלוי שליט"א
ערשיינונג פון הגאון האדיר ר' מאיר בראנסדארפער שליט"א
ערשיינונג פון כ"ק אדמו"ר ממשכנות הרועים שליט"א

גוטזאגער » 18/11/2008 01:03

נעקסטע וואך הייסט עס וועט דער רבי שליט"א פראווען דעם סיום מס' ביצה אין וויליאמסבורג

מארגן אי"ה, ג' חי שרה, הייבט מען אי"ה אן מס' שבועות.

גוטזאגער » 18/11/2008 01:07

די ציפערן פון התאחדות אברכים צייגן אז
אריבער 1100 אידן פון וויליאמסבורג אליין, האלטן מיט דעם שיעור.

דאס איז די גרעסטע חיזוק פאר אנ"ש, אז מ'האט א קשר דורך לערנען די תוה"ק.
כי הם חיינו ואורך ימינו.

שפיטצער06 » 18/11/2008 01:15

איך האב געהערט דעם דרשה אויפן הוק-אפ דורך "קול סאטמאר" עס קומט זיך זיי א גרויסער דאנק פארן צושטעלן די אלע הוק-אפ'ס במשך פונעם רבין'ס באזוך אין אר"י.

שפיטצער06 » 18/11/2008 01:16

דער רבי האט געזאגט אין בני ברק א מעכטיגע דרשה ביים סיום יסודי התורה, ער האט צווישן אנדערן געזאגט דברי מוסר בנוגע קאמפיוטערס, וזה לש"ק, "בנוגע די קאמפיוטער, כ'ווייס נישט וויאזוי מ'רופט עס דא, דאס מאכט חרבנות אין אידישע שטובער, אסאך עלטערן מאכן ליידער נאס דעם קישן ביינאכט פון די קינדער וואס האבן געגליטשט דורך די קאמפיוטער, זאל זיך קיינעם נישט דאכטן אז אים מיינט מען נישט, יא, מ'רעדט צו דיר אויך, און אויך צו דיר, כי לך, לך ולך, לך אף לך, צו יעדן פערזענליך", 

אזוי אויך האט ער ארומגערעדט בנוגע לימוד התורה, געפלאקערט בנוגע צניעות, איבערגעזאגט ווערטער וואס רביה"ק בעל דברי יואל האט געזאגט בשנת תשי"ט אז ער וויל נישט אין שיכון קרית יואל אין בני ברק זאל וואוינען איינער וואס גייט אין ביי האר. דערנאך האט ער מאריך געווען בדברי מוסר בקול חוצב להבות אש בנוגע צניעות ביי נשים, געזאגט א מליצה שק"ר החן, ראשי תיבות, ש'מאל, ק'ורץ, ר'עש'יג, דאס איז הבל היופי. מ'מוז נישט גיין געפוצט ווייל מ'וויל צייגן בעלבעטיש, דערנאך מאריך געווען פערזענליך פאר די מחנכות, במענה רך ישיב חימה, בתוכחה מגולה אויף זייער גאנצע התנהגות, זיי זאלן דינען אלס מוסטער פאר די תלמידות.
 
די דרשה איז דער געשפרעך פון טאג.

א סקרוך איז אדורך אין די ביינער ביי די אלפי המשתתפים ביים סיום מס' ביצה אין בני ברק, ווען דער גאון אדיר, דער גרעסטער בעל הוראה בדורינו, הגאון האדיר פוסק הדור בעל שבט הלוי שליט"א, האט זיך אויסגעדרייט זיין הייליג פנים לצידו פון רבי'ן שליט"א, און מיט די הייליגע הענט האט געפאכעט און אויסגעשריגן: "אשריך סאטמארער רבי, פאר אייער גרויסן זכות פון הרבצת התורה אומעטום ! אשריך סאטמארער רבי פאר אייער גרויסן כח להגדיל תורה ולהאדירה. כי מלאכיו יצוה לך לשמרך בכל דרכיך, דער סאטמאר רבי שליט"א פארט צוריק צו זיינע הייליגע מוסדות אין קרית יואל און אין וויליאמסבורג, און נאך און נאך, ס'וועט אים באגלייטן די מלאכים פון טויזנטער אידן וועלכע לערנען תורה און זענען זיך ממית באהלה של תורה אונטער זיין הייליגע השפעה!!!


אַה! אשרינו מה טוה חלקינו.

רבי_יונה » 18/11/2008 01:32

אין מיינע אויגן, דאס וואס דער רבי פארט שוין יעצט די דריטע מאל קיין ארץ ישראל אן קיין פרסום, אן אויסגעבן מיליאנען, אן אנאסן אין צייטונג, אן שום טראסק דאס איז דער גרעסטער באווייז אויפן מהות און כאראקטער פונעם רבי'ן. אויסערדעם וואס ער שפארט מיליאנען בלי גוזמא, איז עס מונע ביטול תורה, און היינט זעט יעדער איין וואספארא מנהיג ער איז

רבי_יונה » 18/11/2008 01:41

קיין איין מודעה נישט אין צייטונג ביז נאכן אפפארן! א רעקארד פאר זיך! נישט מיטגעפארן קיין 15 מענטשען נישט געהאנגען קיין סיין נישט געמאכט קיין קבלת פנים נישט געמאכט קיין באגלייטן א רבי מיט פרינציפן א רבי מיט כאראקטער

רבי_יונה » 18/11/2008 01:44

דאס האט נאך קיין איין אדמו"ר נישט באוויזן. אומזיסט איז ער געשעצט אומעטום?

געלעכטער » 18/11/2008 01:52

איך געדענק נאך ווען דע כאראקטער האט נישט געוואלט קיין פיקטשערס
ביי די חתונה פון דושינסקי האט ער ביים קבלת פנים זיך אויפגעריסן
אין געהאקט אויפן טיש אזש עס געפלויגן גאפלעך אין לעפלעך
אין געשריגן אז מען צישטערט אים די שמחה

צוויי וואכן נאך די חתונה ווייזט מיר דער פאטאגראפער א טשעק פונעם כאראקטער אליין
פאר די חתונה פיקטשערס  

נא א רעבע מיט פרינציפ

רבי_יונה » 18/11/2008 01:55

דאס מיינט א רבי וואס האלט וואס ער זאגט. און דאס זאגט די משנה. כל הבורח מן הכבוד וכו'

kleinekup » 18/11/2008 02:04

i really dont understand why we stoop to the ZALIl evel


dont you all see. that whenever there is a situationl ike this, whenever the EMES comes thru

they allways start to mess up the eshkol with stupidity

why do we let them take us into the mud


i think we are above them in every aspect



let the pigs roll in the mud

dont stoop



תוקןעלידיkleinekupב-18/11/20082:01:06



תוקן על ידי kleinekup ב- 18/11/2008 2:09:06

רבי_יונה » 18/11/2008 02:34

איך האב נישט קיין ספק אז מיט א מינימאלע טראסק פארן מיט 250 אידן. און מ'וואלט געמאכט א שטיקל קבלת פנים. דער רבי זאגט ניין. קיינער שרייבט נישט קיין מילה אחת. און דערפאר לויפן אים נאך אלי צדיקי הדור פון אומעטום. אשרינו אז מיר האבן אזא הייליגען רבי'ן וואס איז נערץ ונקדש מסוף העולם ועד סופו.

רבי_יונה » 18/11/2008 02:41

און דאס שוין נאך אלע חצים ובליסטראות, שוין נאך אלע טעראר, שוין נאכן מאכן פאר א רויזעלע... נאכן מאכן פאר א ישראליק האגער... וואס האט דא פאסירט מיט דעם RED-PRINT וואס איז געווען גע'חתמ'ט מיט בלוט און זיין גורל פארזיגעלט אז ער וועט זיין אויסגעשלאסן פון כלל ישראל????????? און דא קומען די גרעסטע צדיקים זיך ווייקען ביי אים - איתמהה! עס איז נישט בדרך הטבע

מה_טובו » 18/11/2008 03:52

האט איינער א קליפ פון הרב וואזנער'ס דרשה?

רבי_יונה » 18/11/2008 04:00

דאס זאגן אשריך סאטמארער רבי פארן פארשפרייטן תורה איז ממש מבהיל הרעיון. ווייל יעצט איז שוין דאס צווייטע מאל וואס דער בעל שבט הלוי גייט ארויס פון זיין רגילות מיט אזעלכע אויסטערלישע שבחים. אויב וואלט ער עס געטאן יוצא צו זיין האט ער דאך שוין יוצא געווען 2 יאר צוריק מיטן זאגן אז ער האט דעם כתר תורה. נאר עס צייט א טיפע רעספעקט פאר דעם מנהיג ישראל, און דערפאר זאגט עס זיך אליין ארויס פון אים.

מה_טובו » 18/11/2008 04:04

געלעכטער טו מיר א טובה און עפען א אשכול ווי די קענסט וויינען, שרייען, אויספירען, זיך רעגן, זיך פרייען, אלעס אינאיינעם, און דארט קענסטו אפילו זאגען אז איך בין אנגעזעצט און גערעגט איך וועל אפילו מודה זיין צו דיר,
די אשכול לאז ביטע איבער פאר די נייעס בנוגע די נסיעה און נארמאלע דיסקאשענס דערויף.

שכויעך

מה_טובו » 18/11/2008 04:05

קען מען ערגעץ הערן די דרשה?

רעכטער » 18/11/2008 05:15

ישר כח שפיטצער פאר'ן באריכט פון ב"ב.

געלעכטער, איך שטעל מיר צו מה טובו'ס פארלאנג, ביטע שטעל דיר שעלטן אויף אן אנדערע פלאץ. (אגב, זאג פאר דיין גרויסן נועם הערכעות אז אויב ער וויל דווקא קען ער אויך פאר'ן אויף ב"ב (די קהילה און די מוסדות באלאנגט דאך פאר אים...), אפשר וועט הרב וואזנער שליט"א אויך עפעס זאגן אויף אים, און וועסט קענען שלאפן אביסל רואיגער).

ווייסט איינער וואו מען קען הערן די דרשות?

רבי_יונה » 18/11/2008 17:03

איך מיין אז דער קילמאקס פונעם באזוך איז געווען אין די הייליגע שול פון ביהמ"ד סאטמאר רמב"ם, ווי רבינו שליט"א האט געזאגט די פלאמערדיגע דברת קודש, און ארויסגעברענגט די הייליגע רגשי לבבו פון דעם הייליגען פלאץ וואס דארט אפען זעלבן פלאץ איז געשטאנען מרן רביה"ק זי"ע אין געזאגט די מעכטיגע דרשה קעגן די בחירות הטמיאות, און ער האט זיך געפענט די בעקיטשע אין ער האט געזאגט אז מען האט מיך געסטראשעט אז טאמער איך זאג די דרשה, גייט מען מיך שטעכן רח"ל איך בין זיך גרייט צו לאזן שטעכן!!

דער גאנצער עולם האט געהאט טרערן און די אויגן און די עלטערע אידן וואס געדענקען די מעמד האבן געגאסען טרערן ביי די דרשה פון רבינו שליט"א דערמאנדיג די הייליגע פארכטיגע מאמענטען.

דערנאך האט זיך רבינו שליט"א אראפ געזעצט מיט די זקנים און געפרעגט ווער פון אייך איז געווען ביי די דרשה, אריבער 20 אידן האבן געזאגט אז זיי זענען געווען ביי די דרשה, רבינו שליט"א האט געהייסט זיי געבן די מייק און דערציילען זייערע זכרונות פארן עולם.

אויך די היילגע טאנת מיט די ספר תורה האט זיך געשפירט פון שמחת תורה ביי די הקפות די ווענט האבן מיט געטאנצט, און ביי די דרשה האט זיך געשפירט יום כיפור ביי כל נדרי.

איזראלי » 18/11/2008 17:15

דברי קדשו פונ'ם  פוסק הדור הגאו אב''ד זכרון מאיר אויף רבנו שליט''א ''בן איש חי רב פעלים מקבציאל''  וכדברי הגמרא (ברכות י''ח:) רב פעלים מקבצאל שריבה וקבץ פועלים לתורה.

שפיטצער06 » 18/11/2008 17:57

כ"ק מרן רבינו שליט"א איז יעצט אויפן וועג צוריק פון ארץ ישראל. ער וועט אי"ה אנקומען קיין ניו יארק היינט נאכמיטאג בערך 3:00 אזייגער.


ברוך הבא בשם השם.

גוטזאגער » 18/11/2008 18:39

איך האף אז די פאר מענטשן וואס זענען געווען מיט'ן רבי'ן האבן געהאט שכל צו רעקארדירן עפעס קליפס.

נאך אלעם האבן מיר נאר געהערט א אפס קצהו, איז נישט מער ווי רעכט אז די טויזענטער אידן וואס האכן נישט געהאט די זכיה זיך צו באטייליגן זאלן כאטש עפעס קענען זען אויך, כאטש ווירטואל.

די קליפ פון הושענה רבה, האט מיר געצייגט וואס א קליפ מיינט.
איך האב באקומען אין תיבה אישית פון הונדערטער מענטשן וועלכע וויינען, אז מ'זאל ארויפלייגן נאך, נאך פון דרשה, נאך פון די טיש.

טויזענטער מענטשן פון איבער דער גארער וועלט, ווייסן פונעם סאטמארער רבי, זיין נאמען איז הולך למרחוק, און יעדער וויל SNIPPETS, מענטשן ווילן נהנה זיין מאור תורתו וצדקתו.

כאטש וואס א קליפ איז אויך נישט מער ווי די לענז האט אריינגעכאפט, און ס'איז אויך נאר אפס קצהו, איז עס דאך א געוואלדיגער פיק-אריין, און מ'קען עפעס טאפן די ערנסקייט און א שמעק פונעם געהויבנקייט פונעם יום טוב.

און דאס האב איך זיך אליין איבערצייגט במשך די וואך!
ע"כ אפעליר איך צו יעדן וואס האט יא עפעס געכאפט, זאל לאזן וויסן, מ'זאל כאטש עפעס קענען פרעזערווירן פאר אלע וואס האבן דאס נישט מיטגעהאלטן.

א דאנק.

רעכטער » 18/11/2008 19:33

גוטזאגער, איך קען שוין אויך קוים ווארטן אויף עפעס א קליפ כאטש.

רבי_יונה » 18/11/2008 19:35

בילדער איז אויך געווען ווייניג.

רבותי האט רחמנות אויף אונז בענגט אונז עפעס בילדער קליפס וכו'.

רבי_יונה » 18/11/2008 20:24

יעצט שרייבט מיר איינער אין אישית אז
די קליפ ווי דער רבי שליט"א איז ביים הר הצופים איז דער בעסטער עקזעמפעל וויאזוי א 5 מינוטיגע קליפ, ברענגט ארויס טרערן פון הרגשים ביי וועמען עס זעט עס נאר.

און טראצדעם וואס עס איז בכלל נישט פראפעסיאנעל געכאפט, ווארפט עס א שאטן ווער דער סאטמארער רבי, פארוואס זענען אלע רבנים און גדולי הדור נכנע פאר אים.

פארפאלן, דאס קען מען נישט באשטעלן, און די קליפ צייגט עס זייער קלאר.




געגועים ביי הר הצופים. (פאריגע נסיעה), אין ירושלים

די קליפ אויף צופר

גוטזאגער » 18/11/2008 21:21

עס איז שוין נעכטן אביסל געשריבן געווארן דערוועגן, אבער ס'פעלט זיך אויס צו פארברייטערן אביסל.

1) די גאנצע נסיעה איז געמאלדן געווארן שוין נאכדעם וואס דער רבי האט געלאנדעט אין ארץ  ישראל.

2) קיין איין אנאנס איז נישט געמאלדן געווארן אז דער רבי קומט. און אויך פון רבינ'ס שטוב האט מען פאר יעדן געזאגט ביז 3 טעג איידערן פארן, איז מ'האט נאכנישט באשלאסן אז דער רבי פארט.

3) מ'האט נישט צוגעשטעלט קיין אש"ל פאר קיינעם. נישט געמאכט דאס מינדעסטע טראסק. זירא שבזירא.

4) ס'איז נישט מיטגעפארן קיין 15 פרעמדע מענטשן. כמעט נאר קרובים, הנהלת יטב לב, און געציילטע מקורבים.

5) מ'האט נישט געמאכט קיין שום קבלת פנים פאר'ן רבי'ן.

6) דער רבי האט נישט געלאזט קיין באגלייטן.

7) אויב בלויז 250 טויזענט פארן מיט אויף א וואך, איז עס א בעטראג פון קרוב צו א מיליאן דאלאר, טראוועל שפעזן און האטעל אויסגאבן און נאך. דאס האט דער רבי יעצט געשפארט.

8) מ'האט ביי די חתונה געבענטשט 11 אזייגער.

9) טויזענטער מענטשן זענען נאכגעלאפן דעם רבי'ן אין בני ברק, טראצדעם וואס קיין שום סיין אדער טאוועל האט געהאנגען. אן דעם וואס מ'זאל צווינגען מוסדות אפצוווארטען דעם רבי'ן...

10) פון די גרעסטע לייבן און ריזן בתורה ובהלכה פון כלל ישראל זענען געקומען צו פארן צום סיום מס' ביצה, כאטש ס'איז געווען אויסער די שטאט, כאטש יעדער פון זיי איז פיל פיל עלטער פונעם רבי'ן.

די אלע זאכן צייגן אז נישט פאמפע מאכט עפעס, נאר דער וואס איז אן אמת'ער גדול, צו אים וועלן שטראמען מענטשן און רבנים און צדיקי הדור. אפילו אן איין צעטל, און אן "צהלי ורני יושבת ציון", און אן קיין "רבא דאמתיה" פלאקאטן... דאס אלעס איז הבלי הבלים.

דוד46 » 18/11/2008 21:34

ממש א גדלות...

נו, אז ער האט נישט קיין סבלנות, וואס האסטו פארלאנגט פון אים?...

גוטזאגער » 18/11/2008 21:36

כלל ישראל האט א גוטע נאז !

זיי דארפען נישט קיין מודעות אז "העזרת נשים" יהי' פתוח...

אויב דער צדיק הדור איז אין שטאט, קומען אלע אן איין צעטל, און אן קעסטענבוים זאל באצאלן רבבות פאר א וויזיט, וד"ל...

גוטזאגער » 18/11/2008 22:09

דוד'ל
הייב נישט מיט מנוולות דא. און ביטע זיך נישט לאזן מטמא זיין דורך דוד'ס דעפרעסיע.
ביסט א שחצן און דו האסט אין וועמען צו ראטן.

צוריק צו די טעמע מיט א שנעלצוג.

די צדיקי הדור שמעקן זייער גוט צו וועמען זיי דארפען קומען.

דוד46 » 18/11/2008 22:13

גוטזאגער

דו האסט געשריבן "זיי דארפען נישט קיין מודעות אז "העזרת נשים" יהי' פתוח... " 

וואלןסח » 18/11/2008 22:15

 

איך האב א חבר וואס איז געווען מיטן רבין אין ארץ ישראל, ער האט מיר היינט געשיקט אויף אי מעיל א שטיקל באריכט, איך בין עס מעתיק דא כלשונו:

 

שלום עליכם.... היינט צופרי בין אין צוריקגעקומען, וואס זאל איך דיר זאגן, ווי זאל איך אנהייבן, ס'איז אין איין ווארט "אשרי עין ראתה כל אלה", גאנץ ארץ ישראל איז אויף מיטן רבין, ווי מען גייט און ווי מען שטייט הערט מען רעדן פון רבין, איך בין נאך אביסל מיד, איך וועל פרובירן צו שרייבן קורצע פונקטן לויט ווי איך האב מיר פארצייכנט אויפן פליגער, דאס איבריגע וועלן מיר רעדן אי"ה שבת.

דער רבי איז אנגעקומען מיטוואך צופרי בערך 9:00 אזייגער, פון עריפארט איז מען געפארן קיין אלעד ווי מען האט געדאוונט שחרית און דערנאך אביסל אפגערוט מטורח הדרך.

מיטאג צייט איז דער רבי געפארן קיין בני ברק למעון קדשו פון הגאון הגדול בעל שבט הלוי שליט"א ווי ס'איז געווען א הערליכע שמועס בדברי תורה והלכה, הרב וואזנער האט מכבד געווען דעם רבין ביותרת הכבוד, און מורא'דיג שיין אנגעוואונטשן בלשונו "למען יאריך ימים על ממלכתו הוא ובניו בקרב ישראל" ער האט געזאגט פארן רבין "א שם טוב קומט איבעראל אן, איך האלט אין איין הערן די גוטע גריסן פון אייערע פעולות אין אייער ממלכה". ער האט זיך אויך באדאנקט פארן רבין אויף די התמנות פון נכדו הגה"צ אב"ד סאטמאר מאנסי שליט"א.

דערנאך איז מען געפארן צו די חתונה ווי דער רבי האט משמיע געווען דברי תורה ביים קבלת פנים און ביי די חתונה, דער רבי האט מכבד געווען הרב וואזנער מיט סידור קידושין.

די מצוה טאנץ האב איך פשוט נישט די ווערטער צו באשרייבן, ר' מרדכי דוד עסטרייכער האט אראפגעלייגט א געוואלדיגע ארבעט.

דאנערשטאג צופרי האט מען געדאוונט בערך 9:00 אזייגער, נאך פרישטאג איז דער רבי געגאנגען באזוכן די פאלגנדע רבנים

האדמו"ר מגור

הרב לאנדא

האדמו"ר מבעהוש

האדמו"ר מטשערנאביל

האדמו"ר ממאחניווקע

האדמו"ר מסלאנים

הג"ר יוסף מאיר אלטמאן אב"ד חוג חת"ס

הג"ר נסים קארעליץ

 

נאך מנחה איז אריבערגעקומען צום רבין דער שומר אמונים רבי אויף א באזוך, און דערנאך דער קוממיות'ער רב.

דערנאך איז דער רבי געווען באזוכן הר"ר בנציון יאקאבאוויטש, און ביי האדמו"ר מספינקא ב"ב, ווי אויך איז דער רבי אומגערישט אריבער אין די היכל ישיבה קטנה צו זען ווי די בחורים לערנען

 

שפעטער איז דער רבי געגאנגען צו די הכנסת ספר תורה וואס איז געווען אין בית המדרש דחסידי סאטמאר אויף רחוב רמב"ם, ווי נאך די פייערדיגע ריקודין האט דער רבי משמיע געווען פייערדיגע דברות קודש בעניני מסירות נפש, ארויסברענגענדיג אז אויף דעם מקום האט מרן רביה"ק זי"ע געהאלטן די באוואוסטע פייערדיגע דרשה אין יאר תשט"ו ווי ער האט מברר געווען די איסור צי גיין צי די בחירות פין די המינות אז עס איז יהרוג ועל יעבור, די רבי ז"ל האט דארט געשריגן אז ער איז גרייט אויף מסירות נפש אפילו מען זאל ר"ל שיסן (אזוי ווי עס איז געווען טייל וואס האבן אים געזאגט אז אויב וועט ער האלטן ער די דרשה דעמאלס איז עס בנפשו) וועט ער ווייטער ארויס זאגן די דבר ה' הרמה. און דער רבי האט אויסגעפירט איז דבריו הקדושים איז קאים וקיימים רעדנדיג איבערן חומר האיסור פון די בחירות.

נאך די דרשה איז דער רבי געווען באזוכן ביי זיין שווער כ"ק אדמו"ר וויזניץ שליט"א, ביי הגה"צ ר' ישראל האגער שליט"א, און ביי האדמו"ר ממאדזיץ, און ר' מנחם ערנסטער שליט"א.

 

פרייטאג צופרי האט דער רבי געדאוונט מיט די תלמידי הישיבה אין היכל הביהמ"ד, נאכן דאווענען איז געווען א מסיבת לחיים לכבוד די צוויי נדבנים הר''ר עקיבא צבי קליין נ''י וואס האט אפגעקויפט דער זכות פון די היכל הישיבה קטנה, און הר''ר יעקב זוסמאן סופר נ''י וואס האט זיך מתנדב געווען איבערצובויען די מקוה. דאן האט דער רבי געזאגט א דרשה פאר די בחורים, א פלפול גג על גג אין די סוגיא "מצוה הבאה בעבירה", און שטארקע דברי מוסר פאר די בחורים. מען האט געענדיגט בערך 1:00 מיטאג.


פרייטאג צי נאכטס האט די רבי נישט געדאוונעט מנחה צוליב וואס אין ארץ ישראל זאגט מען שוין ותן טל ומטר, די מחותן דער דעעשער רבי איז צוגעגאנגען צים עמוד.

 

די טיש פרייטאג צו נאכטס איז געווען זייער דערהויבן, מען האט נישט אריינגעלאזט נאר אנ"ש, די תורה איז געוווען בדרוש אין די ענין ווי אזוי אברהם אבינו האט זיך געקענט מל זיין יום כיפור ווי באלד ס'איז געווען מילה שלא בזמנה, און דער רבי האט משלב געווען אין דעם די סוגיא פון מצות לאו להנות נתנו און מלשאצל"ג.


נאכן בענטשן האט די רבי שליט"א פארציילט מעשיות פינעם הייליגען בעלזער רב ר' ישכר דוב זי"ע וואס זיין יארצייט פאלט אויס די וואך דאנערשטאג.

 נאכדעם האט דער בדחן ר' מרדכי דוד עסטרייכער אויסגעגראמט דעם רבי'ן, און דער רבי האט געטאנצען מצוה טאנץ. נאכדעם האט געטאנצען אבדק"ק בארא פארק שליט"א, מיט הרה"צ ר' ישראל האגער שליט"א.


צופרי איז די רבי שליט"א געווען ביי די חברת תהילים ווי די רבי האט געזאגט דברת קודש פאר די קינדער.

שחרית איז רבינו שליט"א צי געגאנגען צום עמוד, די הויכע שמונה עשרה האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ אב"ד סאטמאר וומסב"ג שליט"א, תפלת מוסף הגה"צ אב"ד סאטמאר ב"פ שליט"א.

צו קידושא רבה איז די רבי געגאנגען צי ר' שניאור זלמן טאבאק שליט"א שו"ב.

די רבי האט געגעסן מיט די משפחה, ד"ת ביי די סעודה האט געזאגט ר' זלמן האלבערשטאם שליט"א.

שלש סעודות איז געווען די קלימאקס פינעם שבת א מורא'דיגע התעוררות אין זייער ווארעם גערעדט וועגן מסירות נפש און וועגן לימוד התורה.

תיכף נאך הבדלה איז דער רבי ארויס פון א זייטיג טיר אהיימגייענדיג למעונו פון ר' חיים הערש מייזליש, (וואס הגם מען האט נישט צוגעגרייט קיין שום באגלייטן וויסנדיג רצון קדשו פון רבין, דאך האט דער רבי נישט געוואלט שטעלן דעם עולם פאר א נסיון).

בערך 9:00 האט דער רבי אנגעהויבן געזעגענען דעם ציבור ביז 4:00 פארטאגס. במשך די נאכט איז אויך געקומען פון ירושלים באזוכן האדמו"ר מדושינסקיא ווען בתוך הדברים האט ער זיך באדאנקט אויף די התמנות פון בנו ר' דוד דוב אלס רב הביהמ"ד אהל פיגא אין קרית יואל

זונטאג צופרי איז געווען צוויי ברית'ן, נאכדעם איז דער גערער רבי געקומען אויף א ביקור גומלין צו רבינו שליט"א וווי ס'איז געווען א שינע שמועס.

דערנאך איז רבינו שליט"א געגאנגען באזוכן ביי

הג"ר שמואל אליעזר שטערן דיין בבי"ד שבט הלוי

האדמו"ר מדעעש ב"ב

הג"ר משה שאול קליין דיין בבי"ד שבט הלוי

הג"ר שלמה זלמן אולמאן ראה"כ עצי חיים

 

ווען דער רבי איז צוריקגעקומען למעון קדשו איז פארגעקומען א אסיפה מיט די הנהלה פון עדה החרדית.

דערנאך איז געווען אויף ביקור גומלין

הרה"צ ר' ישראל האגער שליט"א

הרה"צ ר' מנחם ערנסטער שליט"א

דערנאך האט דער רבי געזאגט א פאר ווערטער פאר תלמידים פון עפעס א ישיבה תפארת בנים (נישט מונקאטש) וואס זענען געקומען נעמען א ברכה פון רבין

 

דאן האט דער רבי אנגעהויבן געזעגענען דעם ציבור ביז 4:30 פארטאגס

במשך הזמן איז אויך געווען הג"ר מתתי' דייטש חתן הגה"צ ר' משה האלבערשטאם אויף א באזוך און זיך מזכיר געווען בפו"פ

ווי אויך האבן באזוכט זונטאג נאכט

האדמו"ר מסלאנים

האדמו"ר מנאדבוירנא

הרב לאנדא

האדמו"ר מראדזין

האדמו"ר מבעהוש

האדמו"ר מטשערנאביל

הרב יודא ניישלאס מו"ץ עדה החרדית

הרב מחליסה

הרב אלי' כ"ץ רב השיכון

האדמו"ד ממאדזיץ

האדמו"ר מבעלז מאכניווקא

הרב מראחוב רמת גן

הג"ר משה שאול קליין דיין בבי"ד שבט הלוי

הג"ר נחום ראטשטיין ר"י נזר התורה

בערך 1:30 איז דער רבי געגאנגען קלאפן א מזוזה ביי א נגיד וואס האט געגעבן געלט פאר כולל עצי חיים, דערנאך וויטער געזעגנט ביז 4:00

 

מאנטאג האט דער רבי געדאוונט אין תלמוד תורה מיט די קינדער, נאכן דאווענען האבן די קינדער מקבל פנים געווען דעם רבין בשירה וזמרה, א אינגל האט אויך געזאגט שיינע חרוזים

דערנאך האט דער רבי געזאגט פאר זיי פייערדיגע דברות קודש

 

שפעטער נאכמיטאג איז געקומען אויף א באזוך די הנהלה פון כולל שומרי החומות, ווי אויך איז געקומען באזוכן ר' בנציון יאקאבאווטש

נאכדעם איז מען געפארן צום גרויסן מעמד שבע ברכות און סיום מס' ביצה וואס איז פארגעקומען אין א גרויסע זאל, מען האט געהערט פיעערידע דרשה פון הגאון הגדול בעל שבט הלוי מיט געוואלדיגע שבחים אויף רבינו שליט"א

דערנאך האט רבינו שליט"א געזאגט א דרשה איבער א שעה, מעורר געווען אויף לימוד התורה צניעות קאמפיוטערס ועוד ועוד, איך וועל יעצט מער נישט מאריך זיין ווייל איך יאג מיר ועוד חזון למועד

רעכטער » 18/11/2008 23:47

גיב איבער א ישר כח פאר דיין חבר פאר'ן שיינעם און קורצען באריכט, און א באזונדערע ישר כח פאר דיר צו אינזין האבן דעם ציבור.

אפשר פרעגסטו דיין חבר צו ער האט עפעס קליפס פונעם געהויבענעם באזוך.

דעקלעראציע » 19/11/2008 01:09

אפשר קען מען האבן עס בילדער מיט קליפס

שפיטצער06 » 19/11/2008 01:42

וואלןס"ח, א ריזיגער דאנק פארן אינזין האבן די ליינער דא אויפן פארק. און א עקסטערען יישר כח פאר דיין חבר וואס האט דאס אראפגעשריבן. גיב אום איבער..

פעטרסאן08 » 19/11/2008 02:27

די רבי שליט"א איז שוין קרית יואל בשטומ"צ

וואלןסח » 19/11/2008 03:40

נעכטן נאך די סיום איז רבינו שליט"א געווען באזוכן ביים סאסובער רבין אין קרית ישמח משה, דערנאל האט דער רבי ממשיך געווען געזעגענען דעם עולם ביז 3:30 פארטאגס
דינסטאג צופרי נאכן דאווענען האט דער רבי באזוכט הגה"צ אב"ד ראחוב שליט"א און האדמו"ר מזוטשקא און פון דארט איז מען געפארן צום עירפארט.
בערך 6:15 איז דער רבי אנגעקומען למעון קדשו ווי עס האבן אפגעווארט א גרויסער עולם פאר בית נאוה קודש צו נעמען שלום.

פעטרסאן08 » 19/11/2008 04:07

איז דא א קליפ פין די דרשות ביים סיום ?

רבי_יונה » 19/11/2008 05:25

די ישיבה תפארת בנים געפינט זיך אין חולין ווי עס ווערט אנגעפירט דורך אפאר מסירת נפש אידן, און זיי האלטן זיך צו שיטת מרן רביה"ק זי"ע.

hotwire » 19/11/2008 05:27

די מיינסט חולון נישט חולין

לאגיש » 19/11/2008 14:34

מסע בארץ-הקודש • מיוחד

כתב 'בחדרי חרדים' וצלם 'העולם החרדי' מגישים: סיקור מסעו של האדמו"ר רבי אהרן מסאטמר בארץ-הקודש. יום אחר יום, שעה אחר שעה • יומן מסע וגלריה

מוטי ארגמן, כתב בחדרי חרדים
תאריך: 19/11/2008 11:14:00

ביום רביעי שעבר בשעה 9.30 בבוקר, כאשר רבים בציבור החרדי היו נתונים עדיין תחת הרושם הקשה של ההפסד הקשה בעירית ירושלים, נחת בשדה התעופה בן גוריון האדמו"ר רבי אהרן מסאטמר, שהגיע ארצה לכבוד שמחת נישואי נכד אחותו ונין לאביו ה'ברך משה' זי"ע.

מיד עם צאתו משדה התעופה, נסע האדמו"ר עם קהל מלווים מצומצם לאלעד שם התפלל תפילת שחרית.

בשעה 2.30 בצהרים הגיע האדמו"ר לביהמ"ד סאטמר באלעד שם ערך לחיים טיש לקהל חסידיו המקומיים.

מיד לאחר מכן נסע האדמו"ר לב"ב לביקור מיוחד אצל הגר"ש וואזנר. האדמו"ר והגר"ש ישבו ושוחחו ביחידות כעשרים דקות.

מבית הרב וואזנר המשיך האדמו"ר לביהמ"ד סאטמר שבקרית סאטמר בב"ב שם נערך מעמד הקבלת פנים שלפני החופה כנהוג. האדמו"ר דיבר בקבלת פנים דברי התעוררות והזכיר את זכות אבות המשפחה היורדים להשתתף בשמחת הנישואין כמובא בזוהר.

[בילד – נישט אפגעהיט]

הגר"ש וואזנר בסידור חופה

עם צאת האדמו"ר למעמד החופה, כובד האדמו"ר בסידור קידושין, אולם הוא העביר את הכיבוד להגר"ש וואזנר. בששה הברכות הראשונות כובד גיס האדמו"ר הרה"צ רבי ישראל הגר, ובברכה אחריתא סב הכלה הגאון רבי דב בעריש מייזליש רב חסידי סאטמר בבורו פארק.

חלקה הראשון של הסעודה לקהל התקיימה באולם 'שמח תשמח' ברחוב ישמח משה, ומשם עברו קהל החסידים לאולמי 'כתר הרמון' שם ערך האדמו"ר טיש מיוחד לכבוד שמחת הנישואין.

ברכת המזון בירכו כתקנת האדמו"ר בשעה 11.00 בלילה, ומיד לאחר מכן התקיים המצווה טאנץ וריקודים שנמשכו עד השעות הקטנות של הלילה.

[בילד – נישט אפגעהיט]
בתפילת שחרית

התפילה בקרית סאטמר

יום חמישי ט"ו חשוון

ביום חמישי בבוקר התפלל האדמו"ר תפילת שחרית בביהמ"ד בקרית סאטמר בב"ב עם קהל החסידים ושב לבית אכסניתו.

[בילד – נישט אפגעהיט]
עם הגרמי''ל לנדא, רבה של בני ברק

ביקורי אדמורי"ם ורבנים

בשעה 11.00 בבוקר יצא האדמו"ר לביקור בבית האדמו"ר מגור. שם התנהלה בינו לבין האדמו"ר מגור שיחה לבבית מיוחדת וממושכת.

מבית האדמו"ר מגור המשיך האדמו"ר לסבב ביקורים בבתיהם של עוד גדולי תורה וחסידות בבני ברק. הגאון רבי משה לייב לנדאו רב העיר. האדמו"ר מבוהוש. האדמו"ר מטשארנאבל. האדמו"ר ממכנובקא. האדמור מסלאנים. האדמו"ר משומרי אמונים. הרב אלטמן חבר בד"ץ חוג חתם סופר. והגאון רבי ניסים קרליץ.

בביקור בביתו של הגר"נ קרליץ הועלו זיכרונות מהימים בהם למד האדמו"ר בכולל 'חזון איש' בשנתיים הראשונות שלאחר נישואיו כאשר התגורר בבני ברק בקרבת בית חמיו.

[בילד – נישט אפגעהיט]
עם החסידים

מסע חיזוק לצעירי הצאן

בשעה 5.00 אחה"צ הגיע האדמו"ר לביהמ"ד סאטמר שבשכונת 'זכרון מאיר' בבני ברק, שם ישבו ולמדו בחורי הישיבה קטנה וישיבה גדולה של סאטמר 3 שעות רצופות.

האדמו"ר הסתובב בין הבחורים הלומדים ומפעם לפעם נעצר לצד אחד השולחנות ושוחח עם בחורים בלימוד. התרגשות הבחורים גאתה וקול התורה שם הרקיע שחקים.

מ'זכרון מאיר' המשיך האדמו"ר לביהמ"ד סאטמר שברחוב רמב"ם בבני ברק, שם התקיימה הכנסת ספר תורה. בלחיים טיש שנערך לכבוד המעמד הזכיר האדמו"ר כי לפני 40 שנה בשנת תשי"ט עמד במקום זה זקנו האדמו"ר ה'דברי יואל' ונשא דברי קנאות נגד הציונות ונגד ההשתתפות בבחירות. האדמו"ר ציטט מדברי זקנו באותו מעמד במקום זה, ועורר כי הדברים צריכים חיזוק משנה לקראת הבחירות הקרבות בעוד חודשים אחדים בישראל.

בהמשך ביקש האדמו"ר מכמה מזקני החסידים לספר מזיכרונותיהם מבעל ה'דברי יואל' בשנים שלפני החורבן ובשנות הזעם הנוראים ומימי התקומה שלאחריהם. התרגשות גדולה הייתה בקהל למשמע זיכרונותיהם של אותם ישישים במעמד האדמו"ר.

ממעמד זה נסע האדמו"ר לביקור בבית חמיו האדמו"ר מויזניץ. בביקור השתתפו רק האדמו"ר והרבנית בת האדמו"ר מויזניץ.

מבית חמיו האדמו"ר מויזניץ המשיך האדמו"ר לביקורים גם בבית גיסיו הרה"צ ר' ישראל הגר והגאון רבי מנחם ארנסטר.

[בילד – נישט אפגעהיט]

מוסר להתחזקות בתורה ויראת שמיים

יום שישי ט"ז חשוון

ביום שישי בבוקר שוב התפלל האדמו"ר תפילת שחרית בביהמ"ד סאטמר בבני ברק כאשר בתפילה השתתפו כל בחורי הישיבה קטנה וישיבה גדולה. לאחר התפילה התקיים 'לחיים טיש' מיוחד לכבוד 2 נגידים צעירים מחצר סאטמר בארה"ב הרב עקיבא הערש קליין שתרם 200.000 דולר לבנית היכל ישיבה קטנה חדש בבני ברק. והרב יעקב זוסמן סופר שתרם 150.000 דולר לשיפוץ המקוה טהרה בשיכון בבני ברק.

האדמו"ר נשא לפני הבחורים במשך למעלה משעה דברי חיזוק ומוסר להתחזקות ביגיעת התורה וביראת ה' צרופה בדרך תלמידי הבעש"ט.

משם המשיך האדמו"ר לביקור במטבחי אגודת 'ביקור חולים חסדי יואל' דסאטמר. האדמו"ר התענין על סדרי ניהול המטבח וחלוקת אלפי מנות האוכל בבתי החולים. ובירך בחום את עסקני האגודה ואת פועלם החשוב.

שבת קודש י"ז חשוון

שבת השבע ברכות התקיימה אף היא במתחם קריית סאטמר בבני ברק. במוצאי שבת ציפתה הפתעה לחסידים. בשעה שהם עמדו וציפו לצאת האדמו"ר מהיציאה הראשית של ביהמ"ד שם חנה רכבו, וביקשו ללוותו ['בגלייטען'] כנהוג בשירה ובלפידים. יצא האדמו"ר –שלא חפץ בכך- מדלת אחורית בבנין, שם המתין לו רכב פשוט עימו נסע לבית האכסניה בבית הרב משה חיים וויס מנכ"ל המוסדות בבני ברק.

במוצאי שבת ישב האדמו"ר וקיבל קהל עד השעה 4.00 לפנות בוקר. קבלת הקהל במוצאי שבת הוקדשה למשפחות החסידים מירושלים ומאלעד בכדי שיוכלו לשוב לבתיהם לאחר השבת.

יום ראשון י"ח חשוון

ביום ראשון בבוקר התפלל האדמו"ר תפילת שחרית בביהמ"ד שבקרית סאטמר.

בשעות לפנה"צ יצא האדמו"ר לביקורים בבתיהם של אדמורי"ם וגדולי תורה נוספים. האדמו"ר מנדבורנה. הגאון רבי משה שאול קליין. הגאון רבי שמואל אליעזר שטרן. האדמו"ר מזוטשקא. והגאון רבי מנדל הורביץ מראחוב.

בשעה 1.00 בצהרים הגיע לביקור גומלין האדמו"ר מגור. שוב ישבו שני האדמורי"ם ושוחחו בלבביות ובאריכות בדברי תורה ובמילי דחסידותא.

בשעות אחה"צ של יום ראשון הגיעו אל האדמו"ר עוד רבנים וגדולי תורה רבים בבית הגרח"צ מיזליש ראש ישיבת סאטמר.

בערב המשיך האדמו"ר בקבלת קהל מהשעה 9.00 בערב ועד השעה 4.00 לפנות בוקר.


יום שני י"ט חשוון

תפילת שחרית ביום שני בבוקר התפלל האדמו"ר בשעה 8.30 עם ילדי החסידות בביהמ"ד החדש שהוקם בתוך מבנה התלמוד תורה של סאטמר בבני ברק על ידי הנגיד שמעון משה קעפטש. לאחר תפילת שחרית נשא האדמו"ר דברי חיזוק לפני ילדי התלמוד תורה, ולאחר מכן עבר מכיתה לכיתה, ישב בכל כיתה ובחן את הילדים, חילק להם 'מטבעות ברכה' ובירך אותם ואת מלמדיהם. רק בשעה 1.00 בצהריים יצא האדמו"ר את שערי התלמוד תורה.

[בילד – נישט אפגעהיט]
בבית המדרש של חסידות סאטמר

עיכוב בחזרה לארה"ב

בשעה 4.00 אחר הצהריים הגיע האדמו"ר לאולמי 'לב האצולה' בפתח תקווה. לשם התכנסו כל חסידי סאטמר בישראל אנשים נשים וטף לכבוד מעמד סיום מסכת ביצה, במסגרת חבורת 'יסודי התורה' שייסד האדמו"ר, בה לומדים כלל חסידי סאטמר בעולם את אותו עמוד גמרא מדי יום, וכבר סיימו במסגרת זו חמשה מסכתות בש"ס.

המעמד הגדול נמשך עד השעה 11.00 בלילה. במהלכו נשאו דברים הגר"ש וואזנר שדיבר בשבח היוזמה הברוכה והחשובה ובשבחו של האדמו"ר העומד בראש אימפריית התורה הזו. גם הגר"מ ברנדסדורפר חבר בד"ץ העדה החרדית נשא דברים, כאשר את המשא המרכזי נשא האדמו"ר מסאטמר במשך כשעה וחצי. דברי מוסר וחיזוק להתחזקות בתורה ביראת שמיים ובדרכי הצניעות המסורות לנו מדור דור.

לאחר האירוע שב האדמו"ר לבית אכסניתו והמשיך בקבלת קהל עד השעה 3.00 לפנות בוקר

יום שלישי כ' חשוון

הבוקר [ג] בשעה 7.00 התפלל האדמו"ר שחרית בביהמ"ד בקרית סאטמר. ולאחר התפילה יצא אל בית אכסנייתו מלווה על ידי החסידים בקול שירה וזמרה.

בשעה 9.00 בבוקר ירד האדמו"ר מבית האכסניה ברחוב ישמח משה. כשבשני צידי הרחוב עומדים מצד אחד כל ילדי התלמוד תורה ובחורי הישיבה ומצד שני במעלה הרחוב כל בנות הבית ספר. האדמו"ר נופף בידו לשלום ונפרד בחיבה מיוחדת וקורת רוח רבה מצאן מרעיתו.

יצוין, כי לפי התוכנית המקורית היה אמור האדמו"ר לשוב לארה"ב כבר ביום שלישי, אלא שלאחר שהתברר כי נותרו עוד כמאה ממשפחות החסידים שלא הספיקו להיכנס אל האדמו"ר בקבלת הקהל, הביע האדמו"ר את רצונו לדחות את הנסיעה ביום נוסף למען יוכלו גם אותם משפחות להיכנס. הרב משה גרוסברג מ'לוקסנברג טורס' דאג במאמצים מיוחדים ובהצלחה לדחות את הטיסה ליום שלישי בבוקר.

 
בלאט: 1 2 3