די בי"ד פין קיעפ סט. בראש פין הגז"ל איז ארויס געקומען מיט א איסור אויף די בחירות העירי' אין א"י, וואס איז ידוע אז כ"ק מרן רבינו הקוה"ט בעל דברי יואל זי"ע האט עס קיינמאל נישט ארויס געגעבן א איסור צי גיין צי די בחירות.
אין ר' יוסף אשכנזי שרייבט עס טאקע אין די הקדמה פין תשובות דברי יואל (דף לא). לא הי' נוחה דעתו מחומרות שונות שאין להם מקור מוסמך וביטל אותם בשתי ידים, באמרו כי גם מזה צריכין להתרחק, וכשעלה על הפרק נדון הבחירות לנציגי' העירי' (בא"י) והיו הרבה שרצו שרבינו יאסור בהחלט כמו הבחירות לנציגי הממשלה, אבל הוא באחת שהם שני דברים נפרדים ואין בידינו להמציא איסורים חדשים וכו', עיי"ש. אין עס איז אפי' ידוע אז רבינו ז"ל האט זיך מתווכח געווען מיט ר' גרשון שטמער ז"ל איבער די בחירות העירי'.
איז מיר שווער א קשיא ווען מעג מען יא משנה זיין פון וואס די רבי האט געהאלטן אין ווען טאר מען נישט, האב איך געמאכט א שטיקל רשימה וויפיל אין געדענק יעצט אויף די מנוט, פין היפאקרסיע.
בחירות העירי', וואס די רבי האט נישט געוואלט אסרן, מעג מען משנה זיין אין ארויס געבען אן איסור.
לערנען אויף ליטווישע דרך הלימוד אין די ישיבה, וואס די רבי האט נישט געלאזט, מעג מען משנה זיין אין איינפירן אין קווינס די דרך הלימוד.
די תקנה אז בחורים זאלן נישט גיין צי קיין חתונת, וואס די רבי האט איינגעפירט, דאס מעג מען מבטל זיין.
האבן א ישיבה בעיר, וואס די רבי האט אזויפיל כוח אריינגעלייגט ארויס צי טראגן די ישיבה מחוץ לעיר, מעג מען עפנען א ישיבה אין קווינס.
לולבי שמיטה וואס די רבי האט נישט געהאלטן אז עס איז אסור, דאס מעג מען אסרן.
יעצט אויף די אנדערע זייט פין די מטבע, אויב וויל מען אויפטוהן עפעס פאר אידישקייט אויף א זאך וואס מען האט נישט געקענט אמאל ווייל די מציאות איז נישט געווען דעמאלס דאס צי טאן, דעמאלס טאר מען ח"ו נישט משנה זיין.
אויב וויל מען מאכן א הידור אויף די ווייץ אויף פסח אין נעמען פין אריזאנע, שרייעט ח"ו די רבי האט דאך נישט גענומען פין דאר מען טאר נישט משנה זיין, (אגב אין וועל יעצט נישט אריין גיין אין די ענין אז די רבי האט יא גענומען ווייץ פין אריזאנע)
אויב מען וויל מאכן א חומרא מיט שחיטה מונחת, קומען אויך די זעלבע אין שרייען ח"ו מען טאר נישט משנה זיין.
אויב טרעפט מען ווערים אין די וואסער אין מען זאגט אז מען דארף א פילטער, זאגט מען ח"ו צי לייגן א פילטער די רבי האט דאך נישט געהאט.
אין אזוי ווייטער איז דא נאך אין נאך. ותן לחכם ויחכם עוד.
עס איז דא איין תירץ אויף דעם איך מעג אין די טארסט נישט, איך קען טוהן מיט די תורה אין מיטן דעת פין רבינו הק' זי"ע וואס איך וויל.