א שוידער האט ארום גענומען די יהדות החרדית אין ארץ ישרא' מיטן הערן דעם ביטערן בשורה אז די באוויסטע מוסרים ומלשינים האבן היינט ארום געשיקט ספוניס און געריפען בערכאות פון די טמא'נע ציוניסטישע מדינה הטמאה די הייליגע מוסדות הקדושים
מוסדות יטב לב דסאטמאר
וואס
מרן רביה"ק בעל דברי יואל זיעועכי"א
האט געגרינדערט בדם לבבו.
די מוסרים והולכי ערכאות האבן געשיקט א ספוניע פאר הרב החסיד רבי משה חיים ווייס שליט"א דער מנהל המוסדת וואס מרן רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע האט אים געשטעלט און פארטרויעט די הייליגע מוסדות הק'.
זיי זענען אריין אין די ציוניסטישע געריכט אן קיין שום הזמנה פון א בי"ד, אן קיין שום עיקול פון א בי"ד, און אן קיין שום היתר פון א בי"ד, און נישט פאר קייין TRO (וואס די ריכטער האט זיי נישט געוואלט געבן) נאר געהעריג אין געריכט מיט א קלאגע און מסירות ל"ע.
אוי לאותה בושה ואוי לאותה כלימה!
חוץ די שרעקליכע איסור פון הליכה בערכאות אן א רשות בי"ד, עס איז א שרעקליכע מרידה און פגיעה אין מרן רביה"ק בעל דברי יואל זיעועכי"א וואס מיט דעם טוט מען אויסרייסן זיין הייליגן ספר הקדוש ויואל משה, ווי מרן רביה"ק זי"ע שרייבט ארויס אז ווער עס אנדערקענט נאר די חוקי המדינה הטמאה איז א כופר בכל התורה כולו, ואין לו חלק אלוקי רח"ל.
היינט צופרי האט הגאון הרב רבי משה לאנדא שליט"א אב"ד בני ברק אנגערופן חיים הערש ט"ב פון ירושלים דער פירער פון די מסירה. און אים געזאגט: אז רב פון שטאט גיב איך איך 3 טאג צייט ארויס צוגיין פון געריכט, אז נישט וועל איך צוזאם נעמען די רבנים פון בני ברק און ארויסגעבען א שארפע אזהרה און מחאה קעגן דעם וואס איר מיט די הילף פון אייער מנהל המוסודת דער מסור והולך הערכאות מענדל וואלערשטיין האבן אריינגעבען די מסירה.
חיים הערשלע האט אים געזאגט אז עס באלאנגט נאר פאר די רבנים פון די קהלה און נאר זיי מעגן זיך אריינמישן, הרב לאנדא האט אים געזאגט אז ער איז נשיט אינטעריסט און די תירוצים, און ער אלס רב פון שטאט וועט די זאך נעמען אין די הענט אריין, הרב לאנדא האט צוגעלייגט איר מעגט אייך שעמן נישט נאר די אידן פון אגודה זענען נאך קיינמאל נישט געגאנגען אין די ציוניסטישע געריכט, נאר אפילו די מזרחי'טן גייען אויך נישט, אז סאטמאר זאל דאס טאן בשט ובנפש ווער האט דאס אמאל גע'חלמ'ט.
חיים הערש האט אים געזאגט אז ער וועט אים צוריק ריפן מארגן און ער וועט זעהן וואס ער קען טאן.
כ"ק הגאון הגדול פוסק הדור הישיש רבי שמואל הלוי וואזנער שליט"א האט פריער אנגערופן חיים הערש, אבער ער איז נישט צוגעקומען צום טעלאפן.
העברת פי ה' לא תצלח!
ובשלטן הכופרים אין אנו מאמינים, ובחוקותיהם אין אנו מכירים!
תוקן על ידי - שורשנגח - 05/06/2006 20:27:44