היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » חברי הבד"ץ ארויס מיט א שארפן בריוו אקעגן די טעראר פון בעלזא ...

חברי הבד"ץ ארויס מיט א שארפן בריוו אקעגן די טעראר פון בעלזא ...

71 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2471312
בלאט: 1 2

איחדמעמבר » 26/8/2008 08:13

חברי הבד"ץ ארויס מיט א שארפן בריוו אקעגן די טעראר פון בעלזא י-ם
נאכדעם וואס די טעראר מצד בעלזא י-ם גייט אן אויפן גרעסטן פארנעם, און פארגאנגענעם ליל ששי כ"א אב זענען ארויסגעשיקט געווארן העכער 500 בחורים פון ישיבת בעלזא  צו באפאלן די בעלזא-מכנובקא חסידים וואס זענען ארויפגעגאנגען מתפלל זיין אויפן ציון הק' פון הייליגן בעלזער רב זי"ע, און בראשם הרבני הנגיד ר' אלי' ענגלענדער שליט"א תומך ראשי בבית בעלזא-מכנובקא, און דערביי פארוואנדלט דער מקום קדוש פאר א מלחמה-פראנט, איז דער ביד"ץ ארויס מיט א שארפן בריוו אויפפאדערינג פון יעדעם איינעם צו מוחה זיין אויף די נידערטרעכטיגע עוולות און בזיונות וואס זיי האבען אנגעטוהן ביים ציון הק'.
עס איז פשוט נישט צום גלייבן וויאזוי מ'קען ווערן אזוי דערנידערט אויפן נידריגסטן אופן, די פאליצייא וואס זענען אלאמירט געווארן אויפן פלאץ האבן זיך נישט געקענט גלייבן וואז זיי זעהען, די אזוי געריפענע בעלזער חסידים זאלן ביי אז מקום קדוש דורכפירן אזעלכע מעשים מנובלות אויפן ערגסטען פארנעם.

[בילד – נישט אפגעהיט]

איחדמעמבר » 26/8/2008 08:16

[בילד – נישט אפגעהיט] 

2בעלזא2 » 26/8/2008 08:25

שומו שמים ! אזא דור וואקסט אינטער וואס האבן אזא חוצפה אין זיך

כנגדכולם » 26/8/2008 17:23

איחודמעמבער,

לויט ווי עס ווערט געשריבען אין פורום פין ווי די ברענגסט דעם בילד "בחדרי חרדים" שטייט דארט גאר פארקערט, אז די מחנווקא חברה האבען אן גפעינט ארים דעם ציון,
 http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?whichpage=2&topic_id=2470192&forum_id=771

אין די בילד וואס די ברענגסט פין דארט איז א פאלשע בילד, אין די ראיה אז עס איז פאלש איז, אז ווען די וועסט SAVE
די בילד אויף דיין קאמפיוטער אין די וועסט עס עפענען מיט איינע פין די PICTURE PROGRAMS אין וועסט קליקען אויף PROPERTIES וועסטי זעין אז די בילד פין די מצבה איז שוין גענימען געווארען אין 2004 אין איז יעצט ציגעפיצט געוורען מיט די רויטע געשריבענע ווערטער,

אויך אויב פארגרעסערט מען דעם בילד זעיט מען קלאר אז דאס איז א פוטו שאפ דזאב,

מיין שאלה איז, האט די בריוו פין ב"ד די זעלבע פנים ווי די בילד?? די מחנווקא חברה דארפען וויסען אז מיט שקר וועלען זיי האבען די זעלבע פנים ווי די פאלסטינער, וואס טיען אויך פראפעגאנדירן מיט שקר אין מיטן פארדרייען די אמת

איחדמעמבר » 26/8/2008 19:00

די בעלזא אין בחדרי חרדים פרובירן צו פארדעקן דעם עוולה, אין די ארץ ישראלדיגער המודיע האבן זיי אריינגעלייגט א מחאה אז בעלזא מחנובקע האט פארשעמט די ציון הקדוש.

כנגדכולם » 26/8/2008 19:10

איחוד,
פארוואס פארענפערסט די נישט די פאקט אז די בילד איז נאך גענימען געווארען אין 2004?
פארוואס ווען מען פארגרעסערט דעם בילד, זעיט מען קלאר אז עס איז א פוטו שאפ?

bp11219 » 26/8/2008 19:39

כנגד, איחוד האט נישט געזאגט אז די בילד איז פון יעצט אדער אז דער ספעציפישער אינצידענט איז פארגעקומען אין די טעג. עס איז גאר מעגליך אז עס איז טאקע אן אלטע בילד פון אן אלטע מעשה וואס האט פאסירט אין 2004.

איך זאג נאר השערות, וויבאלד איך ווייס טאקע נישט ווען עס האט פאסירט.

עניוועי, די בעלזא זענען געווען שרעקליכע מחוצפים, נישט פון היינט. ווער עס קען אביסל היסטאריע ווייסט אז אין בעלזא זענען געווען די גרעסטע רשעים.

פראסקעס » 26/8/2008 20:00

גייט מיר גאנץ קנאפ אן ווער עס איז די געליטענער אין די שלעק דארט אין די בעלזע פאליטיק, כל זמן ענק ביידע גיין צו די בחירות זענט עטס סייווי ווידערשפעניגער אינעם השי"ת.

וואס מיר איז אינטערעסאנט, זייט ווען שרייבט מעדזשיק מארקער אזוי גוט אויף שטיינער? צום סוף האט עיר טאקע געטרייט צו ווייזן אז עס טראפט אראפ, נישטא ווער זאל לאכן...

שלאגטס ענק אלע!

911zalis » 26/8/2008 21:34

פאשקעווילן אין ירושלים
[בילד – נישט אפגעהיט]

2בעלזא2 » 26/8/2008 23:15

1 דאס איז היינט אנגעקומען אין די פאסט
[בילד – נישט אפגעהיט]

2בעלזא2 » 26/8/2008 23:16

2
[בילד – נישט אפגעהיט]

הצלה_חברה » 26/8/2008 23:22

די ענפער פאר די בריוו פין מרן גאב"ד דירושלים שליט"א וחברי הבד"ץ איז אנגעקומען די בעלזא האבן אריינגעלייגט א מחאה אקעגן זייער אייגענע בחורים אין המודיע ! מען האלט שוין ערגעץ !


היום בהמודיע וביתד.

[בילד – נישט אפגעהיט]

איחדמעמבר » 26/8/2008 23:25

איך האב נישט ליעב דעם בעלזער רב אבער איך געב אים שטארק קרעדיט פארן פארקוקען אין ארויס געבן אזא מחאה אקעגן זיינע אייגענע חיות כמעט קיין איין חסידות וואלט דאס נישט געטוהן,

דערסיגעטער » 26/8/2008 23:55

איך האב גארנישט מיט בעלז אבער איך האב געהערט פין א וויליאמסבורגער איד מענדלאוויטש וואס איז געווען דארט אין בית החיים ביי די בעלז רביס ציון  בשעת מעשה ער האט געזאגט אז אין סאטמאר איז אזונס קיינמאל נישט געווען
עס זינגען הונדערטער בחורים וכל קרני רשעים אגדע אין שרייען ניבול פה וואס א ביליגע גוי להבדיל שרייט ביים ציון . בשעת ווען אידן קומען פין די גאנצע וועלט אין וויינען ביים ציון פאר ישועות אין רפואות . 
דער בעל הבית פין קליינס אייזקרים אין אמעריקע ר' ישכר דב קליין אין דער קליין האט זיך געבעטן בדמעות שליש אז מען זאל אים לאזן זאגן תהילים אין אז דאס ברענגט נישט קיין כבוד פאר בעלז האט אים א בחור געענפערט ווילסט דיך אננעמען ווייל זיין טאטע איז געווען א מכנובקער ..גיי קיין מכנובקע ווי דיין טאטע

bp11219 » 27/8/2008 01:10

ווי זאגט יענער... 'אבי נישט צווישן אידן...'

2בעלזא2 » 27/8/2008 06:51

מעכטיגע בריוו פין כ"ק מרן אדמו"ר עט"ר שליט"א מבעלזא מחנובקא אין די לאנדענער בעלזער רב אין אנטווערפענער רב אין וויליאמסבורגער רב אין די רבני אנש אקעגן די מעשה נבלה,

אריסי » 27/8/2008 18:53

זעלטן זעט מען אן ארגאניזאציע וואס פארפאסט נישט א געלעגנהייט זיך ביליג צו מאכן ווי די עדה.

אפילו ווען די גאנצע מעשה מיט די בעלזע בחורים איז אמת אזוי ווי זיי שרייבן, איז  די עדה די לעצטע ארגאניזאציע אויף די וועלט וואס סיי ווער וועט טראכטן אז זיי זוכן נישט אריין צו רוקען אין די בעלזער.




2בעלזא2 » 29/8/2008 05:08

בילדער פין די חילול הציון הקדוש וואס ליידער די בחורים פין  ישיבת בעלזא האבן געמאכט " בעלזא האט שוין אריינגעלייגט אין המודיע אין אין יתד א מחאה אבער די בחורים האט מען נישט ארויסגעווארפן פין ישיבה" - על אלה אני בוכי'

[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]


[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]



תוקן על ידי - 2בעלזא2 - 29/08/2008 5:09:20

2בעלזא2 » 29/8/2008 05:18

פאר די וואס האבן נישט געזעהן די מיטלסטע בלעטער פין "דער איד" די וואך
[בילד – נישט אפגעהיט]

2בעלזא2 » 29/8/2008 05:22

פאר די וואס האבן נישט געזעהן די מיטלסטע בלעטער פין "דער איד" די וואך
[בילד – נישט אפגעהיט]

הצלה_חברה » 29/8/2008 06:49

עס איז נישט צוגלייבן מיט וואספארא חיות עס רעדט זיך דא !
די בעלזא וועלן שטארק חרטה האבן פארן מבזה זיין דעם הייליגען ציון !

נאכדעם וואס הרב החסיד ר' אלי' ענגלאנדער האט מנדב געווען דעם גרויסן נייעם בית המדרש של כ"ק מרן מבעלזא-מכנוקא שליט"א וואס קאסט איבער 8 מיליאן דאלער האט זיך איינער אויסגעדריקט אז די בעלזא בחורים האבן געארבעט פאר די בעלזא רב ז"ל כבוד ווייל גלייך צופרי נאכן צוריק קומען פין די הייליגע ציון האט הרב החסיד ר' אלי' ענגלאנדער שליט"א געזאגט אז ער צאלט אויס אלע הוצאת פין בית המדרש הגדול החדש
 - אין עס וועט זיין א כבוד פאר בעלזא אין א נחת רוח אין גן עדן פאר די הייליגע רב ז"ל זי"ע!

איחדמעמבר » 29/8/2008 06:58

ליצים זאגן אז היי יאר האט מען נישט געלאזט אלע בעלזא בחורים קיין מוצאי תשעה באב ביים כותל צו זינגען אז זיי זאלן קענען האבן גענוג כח צו זינגען וכל קרני רשעים אין פוי ביים ציון ......

geheriger » 29/8/2008 07:22

ברוך השם, אז ס'איז נאך דא א איד היינט וואס וויינט אויף צער השכינה, אההה.. משיח האט נאך אינגעלייט צו וועם צו קומען..

911zalis » 29/8/2008 20:43

דע יאר איז געווען די ערשטע יאר וואס הרה"ח הנגיד ר' אליש ענגלענדער הי"ו איז געגאנגען צו די זאליס ביים יארצייט סעודה פין דער דברי יואל זי"ע אין לאנדאן, ער איז פין די גרעסטע תומכים פאר אלע סאטמארע מוסדות פין די גאנצע וועלט,
ווי איך הער האט עס עפעס מיט די בלאט , איינער ווייסט מער פרטים ?

יחזקאלאברה » 29/8/2008 21:03

ער האט קיינמאל נישט געשטיצט אונזערע מוסדות מיט גרויסע סכומים.

ער האט אלץ געשטיצט די זאלי מוסדות און מערכות.

ער האט מסכים געווען צו געבען פופציג טויזענט דולאר פאר די נייע ת"ת בנין, בתנאי אז די בלאט לייגט אריין די בריווען פון בית דין און מכנובקא רבי, אבער די בלאט האט עס נישט אנגענומען בהוראות רבינו שליט"א.

דייבעטיק1 » 29/8/2008 21:06

די ארונים גייען צו בעלז
און די זאליס גייען צו ליבאוויטש

יחזקאלאברה » 29/8/2008 21:06

די זאליס נעבעך נאכען כאפען אזא פליק פון קארט די וואך, האבען אריינגעלייגט אין דער שטירמער מיטלעסטע פעידשעס די בריווען, אין זייער גרויסע 'נצחון' מיט קארט ליגט אויף דף 75

און פאר די וואס האבען געזעהן זייער באשרייבונג, קיקט אויף דעם לעצטען פאראגראף, "רבינו שליט"א האט שוין געזאגט אז נישט קיין חילוק וואס די ערכאות גייען פסק'נן זאל מען זיך מחזק זיין... וכו'"

אינטערסאנט, טאמער האט עטץ געווינען ווער דארף חיזוק?

יחזקאלאברה » 29/8/2008 21:08

דייבעטיק1 כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
די ארונים גייען צו בעלז
און די זאליס גייען צו ליבאוויטש



צד השוה:
ארונים-בעלז = לעבעדיגע אדמורי"ם
זאליס-ליבאוויטש = ברוך דיין האמת

2בעלזא2 » 30/8/2008 00:42



 הרה"ח ר' אלי' שליט"א האט אייביג געגעבן פאר ביידע סאטמארס איינוג - ער האט דאס יאר שוין געגעבן פאר ר' אהרנס סאטמאר [אריינגערעכנט בני ברק - קרית יואל - וויליאמסבורג] איבער $100.000 איך גלייב אז ער וועט שוין פאר די ארונים קיינמאל נישט געבן גארנישט אבער דאס האט ער געגעבן דאס יאר - אויב גלייבסטו נישט פרעג ר' משה אהרן האפמאן אין ר' חיים העללער אין קרית יואלער דיין,
אין ווער אויך געוואר פארוואס יענקי עסטרייכער האט גערופען אלימלך דייטש נאכדעם וואס הרה"ח ר' אלי' שליט"א איז געגאנגען צו די יארצייט סעודה ביי די זאלונים

תוקן על ידי - 2בעלזא2 - 30/08/2008 0:49:16

דערסיגעטער » 30/8/2008 01:00

 יחזקאל די ביסט א ליגענער.
סאטמארער רבי שליט"א האט מען קיינמאל נישט געפרעגט אויב וואלט מען אים יא געפרעגט. וואלט עס געווען דארט. סאטמארער רבי שליט"א האט מער ליעב דע קלענערע בעלזא אין עליש ענגלענדער ווי די גרויסע בעלזער זיין שוואגער. דאס איז נישט קיין סוד,
 וואס האקסטו אין קאפ אין מאכסט שאדן געלט אין אומזיסטע שונאים ווייל די ווילסט אריינרעדן . אז מען ווייסט נישט איז נישט קיין מצוה אבי צורעדן .
די גאנצע סיבה וואס מען האט עס נישט אריינגלייגט אין די בלאט. ווייל מילך טענהעט אז די BUZZ אין קליינס אייז קרים אין ילד וילדה סטראשענען אז זיי גייען נישט עדווערטייזען אין דאס איז זיין ביזנעס.

יחזקאלאברה » 31/8/2008 04:45

ווי לאנג די פארקויפסט דיינע שטותים שטערט עס מיר נישט, אבער אזוי ווי איך זעה אז די ווייסט שוין פינקטליך וואס דער רבי האט ליב... אין די ווייסט אויך וואס דער רבי וואלט גענטפערט אויב מען וואלט אים געפרעגט...

האב איך פאר דיר אביסל נייעס, מיילך פירט דעם בלאט טאקע ווי זיין ביזנעס - אבער ער ווייסט אז דער רבי איז דער לעצטער ווארט איבער עניני השקפה וחינוך (משא"כ משה און דער איד ווי ז"ל האט נישט קיין שום ווארט), אין דער רבי האט קלאר געזאגט "ניין" אריינצולייגען די מודעות, אליש האט גענוג געלט מער ווי די BUZZ אין קליינס אייז קרים צו דעקען זיינע הפסדים אויב דאס וואלט געווען די תירוץ

אין צו דעם וואס דו שרייבסט "איך גלייב אז ער וועט שוין פאר די ארונים קיינמאל נישט געבן גארנישט" סארי, אינזער רבי דערשרעק זיך נישט פאר די זאכען



תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 31/08/2008 15:27:18

כנגדכולם » 31/8/2008 06:29

עס איז ווינדערליך ווי 2בעלזא2, אין איחודמעמבער,911, טיען פארדרייען די מעשה,

די מעשה האט זיך אנגעהויבן ווען עליש ענגלענדער איז אנגעקימען צים פעלד מיט א קבוצה מכנוווקא בחורים באגלייט מיט געדינגענע BODY GUARDS אין געוואלט ארויף גיין צים ציון אין מאכען א גערידער א קורצע צייט איידער די בעלזער רב האט געדארפט אנקימען דארט, די פאליציי האבען עם געווארענט אז זיי זאלען נישט פארפירען אין עס מאכען שנעל, אבער ער האט בדווקא געוואלט ווייזען אז ער איז א מחותן דארט אין זיינע בחורים האבען אנגעהויבען אוועק שטיפען דעם עולם פין איין זייט פין ציון אין זיי האבען זיך געמאכט א אייגענע מנין מיט גרויס גערידער, (אבער קיינער האט זיי גארנישט געטיען) אויפען וועג אראפ האבען עטליכע בעלזער בחורים זיי באגלייט מיט "וכל קרני רשעים" אין געשרייען, די מכנווקא חברה האבען מחליט געווען נקמה צי נעמען, אין האבען א נאכט נאכען יארצייט אן געפעינט ארים דעם ציון מיט מיסע ווערטער אויפען היינטיגע בעלזער רב, (ווי בערלע בילגרייער אין נאך) די בעלזער ווען זיי האבען זיך באוויסט דערפין זענען ארויס מיט א שארפע מחאה אין אלע צייטונגען אין אויך אין די גאסען, די מאכנווקא וועלנדיג שפילען ווי זיי זענען די צד הנרדפים האבען ארויס געשלעפט א בריוו פין בד"ץ י"ם אז מען האט נעבעך פוגע געווען אין עליש ענגלענדער, אויך האבען זיי אריינגעשטעלט א פאלשע בילד דא אויף היידפארק וואס ווייזט כביכול אז די בעלזער זענען די וואס האבען אנגעשריבען די מצבה, אבער די בעלזער האבען מצליח געווען אויף צי ווייזען אז דאס איז אן אלטער בילד וואס איז שוין גענימען געווארען אין 2004 וואס מען האט יעצט אדורך א גיטע PASTE JOB ארויף געשריבען די ווערטער אין רויט "מכנווקא ימ"ש, (אויב ווילט איר זיך אליין איבער צייגען, ביטע ליינט מיין פריערדיגע מודעה)
גענימען פין "בחדרי חרדים" http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?whichpage=2&topic_id=2470192&forum_id=771

דערסיגעטער » 31/8/2008 08:15

יחזקאלאברה - די דארפסט גיין ארבעטן פאר די FBI די ביסט גארנישט אזא שוטה ווי די גאס רעדט ......
דאס האב איך געהערט שבת פין איינעם וואס האט עס געהערט פין שמואל ווידער
דער סאטמארער רבי ווייסט אפי' נישט דערפון אין מען האט אים נישט געפרעגט עס איז א פלענער שקר וואס די פרובירסט דא שאדן צומאכן געלט פאר די מוסדות אין פארשאפן שונאים פאר רבינו שליט"א - אויב וויל איינער הערן דעם אמת איבער דער בלאט מיט בעלזא מכנובקא קען מען פרעגן די 3 ראשי המוסדות וואס האבן געארבעט מיט מילך דערוועגן ר' מנחם גרשון לעבאוויטש אין ר' יחזקאל בערקאוויטש אין ר' משה אהרן האפמאן,

2בעלזא2 » 31/8/2008 08:57

כנגדכולם שרייבט
עס איז ווינדערליך ווי 2בעלזא2, אין איחודמעמבער,911, טיען פארדרייען די מעשה,

איך האב הנאה אז די בעלזא ירושלימער חסידים שעמען זיך שוין מיט וואס זיי האבן געטוהן די לעצטע 2 יאר ביים ציון אז זיי לייקענען שוין די מעשה עס איז שוין משיחס צייטן :

כנגדכולם שרייבט
די מעשה האט זיך אנגעהויבן ווען עליש ענגלענדער איז אנגעקימען צים פעלד מיט א קבוצה מכנוווקא בחורים באגלייט מיט געדינגענע BODY GUARDS אין געוואלט ארויף גיין צים ציון אין מאכען א גערידער א קורצע צייט איידער די בעלזער רב האט געדארפט אנקימען דארט,
די פאלנער שקרן הרה"ח ר' אליהו ענגלאנדער שליט"א איז געקומען 2:00 אינמיטן די נאכט מיט אלע בעלזא מכנובקא בחורים אין אינגעלייט באלד נאך די שבע ברכות פין בן  כ"ק מרן אדמו"ר מבעלזא מכנובקא שליט"א וואס איז פארגעקומען אינאיינעם מיט די יארצייט סעודה. הרה"ח ר' אליהו ענגלאנדער שליט"א גייט אייביג אין א"י מיט 2 באדי גארדס.

" ז א ג    מ י ר    נ א ר    ז י י ט    ו ו ע ן     ג י י ט    ד י י ן     ר ב י     פ י ן    י ר ו ש ל י ם    צ י    ד י     צ י ו ן     א י נ מ י ט ן      ד י     נ א כ ט  ? ? ? יעצט זאג עפעס א נייער גיטע ליגענט צי קאווערן דעם ליגענט"

כנגדכולם שרייבט
 די פאליציי האבען עם געווארענט אז זיי זאלען נישט פארפירען אין עס מאכען שנעל,
וועם האבן זיי געווארנט אין ווי זענען זיי געווען ווען אלע בעלזא ירושלימער בחורים האבן נישט ארויפגעלאזט הרה"ח ר' אליהו ענגלאנדער שליט"א ביז דער סטריקובער רבי שליט"א האט אויפגעפנט די וועג מיט קולות אויף די בעלזא ירושלימער בחורים ?

כנגדכולם שרייבט
אבער ער האט בדווקא געוואלט ווייזען אז ער איז א מחותן דארט אין זיינע בחורים האבען אנגעהויבען אוועק שטיפען דעם עולם פין איין זייט פין ציון אין זיי האבען זיך געמאכט א אייגענע מנין מיט גרויס גערידער,
עס זענען געווען אפשר 30 אידען ביי די ציון איידער די בעלזא מכנובקא עולם איז אנגעקומען אין זיי האבן געהאט אלע רעכטן צו מאכן א מנין {עס איז גארנישט געווען א ספיציעלע גערודער אחוץ וואס א גרויסער עולם האט געזאגט אינאיינעם תהילים}
 
כנגדכולם שרייבט
 (אבער קיינער האט זיי גארנישט געטיען) אויפען וועג אראפ האבען עטליכע בעלזער בחורים זיי באגלייט מיט "וכל קרני רשעים" אין געשרייען,

נאך א מזל אז מען האט נישט קיין WEBCAM ביים שרייבן אויף היידפארק ווייל דיין רוטער פנים וואלט פארברענט דעם WEBCAM פרעג נאר בערי קליין אין אלע עלטערע חסידים פין דיין גרויסער רבי ווי זיי האבן געזונקען פאר בושות - פארוואס דארפסטו זאגן אז אויפן וועג אראפ האט מען אים באזינגען ? לייקען עס אויך פאר דע געלט


כנגדכולם שרייבט
 די מכנווקא חברה האבען מחליט געווען נקמה צי נעמען, אין האבען א נאכט נאכען יארצייט אן געפעינט ארים דעם ציון מיט מיסע ווערטער אויפען היינטיגע בעלזער רב, (ווי בערלע בילגרייער אין נאך)
ווייז בילדער -  בעלזא מכנובקא האט נאך דערווייל נישט קיין בחורים וואס קענען טאן אזא זאך אין אזא מקום קדוש {אפשר מעקן די ווארט בעלזא אין א סידור אבער זה הא} משא"כב ענקערע חיות זענען באקאנט דערפאר

כנגדכולם שרייבט
 די בעלזער ווען זיי האבען זיך באוויסט דערפין זענען ארויס מיט א שארפע מחאה אין אלע צייטונגען אין אויך אין די גאסען,
צו פארדעקן די גרויסע חילול הציון וואס זיי מאכן די לעצטע 2 יאר

כנגדכולם שרייבט
 די מאכנווקא וועלנדיג שפילען ווי זיי זענען די צד הנרדפים האבען ארויס געשלעפט א בריוו פין בד"ץ י"ם אז מען האט נעבעך פוגע געווען אין עליש ענגלענדער,

די מיינסט אז די עדה אין אלע חברי בד"ץ זענען חדר קינדער אין ליצים ווי צייטונג שרייבער וואס שרייבן וואס אין ווי מען הייסט זיי ? אויב מיינסטו אזוי ביסטו א ריכטיגער בעלזא ירושלימער חסיד

כנגדכולם שרייבט
 אויך האבען זיי אריינגעשטעלט א פאלשע בילד דא אויף היידפארק וואס ווייזט כביכול אז די בעלזער זענען די וואס האבען אנגעשריבען די מצבה, אבער די בעלזער האבען מצליח געווען אויף צי ווייזען אז דאס איז אן אלטער בילד וואס איז שוין גענימען געווארען אין 2004 וואס מען האט יעצט אדורך א גיטע PASTE JOB ארויף געשריבען די ווערטער אין רויט "מכנווקא ימ"ש, (אויב ווילט איר זיך אליין איבער צייגען, ביטע ליינט מיין פריערדיגע מודעה)
גענימען פין "בחדרי חרדים" http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?whichpage=2&topic_id=2470192&forum_id=771

דאס איז א אלטע בילד וואס בעלזא האט געשריבן אפאר יאר צוריק ביים ציון

ביבער » 31/8/2008 09:24

איך בין נישט קיין בעלזער אין איך האלט נישט פין קיין איין צד, איך האב געהערט ערשטע האנט א איד וואס איז דארט געווען א סאטאמערער חסיד ר' א. מענדלוויטש פין בעדפארד גארדענס,  וואס האט פארציילט די מעשה אינמיטן די נאכט איז ער געגאנגען צו די בעלזא רביס ציון וויל ער איז געווען אין ארץ ישראל, אינמיטן זאגן תהילים הערט ער קולי קולות האט ער געפרעגט א בחורל וואס גייט דא פאר האט דער בחור געזאגט עליש קומט עליש קומט, ער האט ניטאמאל פארשטאנען ווער עליש איז אינמיטן קומען ארויף הונדערטער בחורים אין אינגעלייט אין מען זינגט אין מען שרייט קולות אין קיינער האט מער נישט געקענט דאווענען פאר בערך א שעה צייט, איין בעלזא האט געזונגען אין געשריגן אין געשטיפט דעם עליש אין איין בעלזא האט געזאגט תהילים אין פרובירט איבערצישרייען די געזינגערייען,  בערך 4 פארטאגס האט זיך די מצב בארואיגט.

נ.ב. איך בין א 11טע נאמען אלע שרייבערס דא זענען איין מענטש, ניץ נישט די סאטמאר רבי פאר דיין שטעקן אקעגן עליש דער סאטמאר רבי ליגט אין תורה אין לערנט כמעט 18 שעה א טאג אין איז נישט קיין צייטונג משגיח,

בשמחה_תמיד » 31/8/2008 15:15

אזהרה, גילוי שמות וועט שטרענג אינפארסירט ווערן.

ווער ס'וועט דאס טאן וועט ארויספליען פון דא אן קיין שום טענות ומענות.

shia550 » 31/8/2008 19:53

עס איז זייער גרינג צו באמערקן אז אלע מכנובקה ניקס זענען די זעלבע מענטש זיי האבען די זעלבע סטייל פונקטליך, אין בכלל איז מכנובקה בסך הכל א פאר צענדליגער מענטשען.

ווילסט מיר זאגען אלע פון זיי זענען אויף די אינטערנעט?

יחזקאלאברה » 31/8/2008 19:53

דערסיגעטער כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

יחזקאלאברה - די דארפסט גיין ארבעטן פאר די FBI די ביסט גארנישט אזא שוטה ווי די גאס רעדט ......
דאס האב איך געהערט שבת פין איינעם וואס האט עס געהערט פין שמואל ווידער
דער סאטמארער רבי ווייסט אפי' נישט דערפון אין מען האט אים נישט געפרעגט עס איז א פלענער שקר וואס די פרובירסט דא שאדן צומאכן געלט פאר די מוסדות אין פארשאפן שונאים פאר רבינו שליט"א - אויב וויל איינער הערן דעם אמת איבער דער בלאט מיט בעלזא מכנובקא קען מען פרעגן די 3 ראשי המוסדות וואס האבן געארבעט מיט מילך דערוועגן ר' מנחם גרשון לעבאוויטש אין ר' יחזקאל בערקאוויטש אין ר' משה אהרן האפמאן,



קודם א דאנק פאר די קאמפלימענט, ברוך השם אז די האלטס נישט ווי די גאס, ווייל איך האלט פשוט נישט אויס וואס די גאס רעדט, אמת'דיג? זיי האלטען אז איך בין א שוטה? אוי וויי... איך פרעג דיר פאקטען אין די ענטפערסט מיר אז די גאס האלט...

איך בין גרייט זיך צו פארהערען מיט דיר פינקטליך וואס דער רבי האלט, אפשר זאגסטו מיר וואס דער רבי שליט"א האט געזאגט די וואך ביי שלש סעודת תורה?, קענסטו מיר בכלל זאגען וועגען וועלכע נושא די רבי האט גערעדט? [דא האסטו א טיפ: ראה אנכי נותן היום - וואס איז דער "היום"] איך בין זיכער אז די קענסטו נישט נאכזאגען קיין איין ווארט פון רבין, און דאס וואס די פארקויפסט איך האב געהערעט פון איינעם וואס האט געהערעט פון איינעם, דא האסטו א ניוס פלעש - שמואל ווידער לעבט! מנחם גרשון לעבט! אין מען קען זיי טאקע פרעגען - און זיי ווייסען נישט פון ווי די נעמסט דיינע פאנטאזיע'ס...

אדער ווי איינער זאגט, אליש זאגט שוין צו 40 יאר, אפשר זאגסטו מיר וועלעכע בנין ער האט אינז שוין געגעבען?

[בשמחה: די ביסט גערעכט, גילוי שמות איז אסור - און אדרבה זאל ער ווייטער שרייבען זיינע חכמות צוטיילט אינטער צוואנציג ניקים]

דערסיגעטער » 31/8/2008 20:43

מארגן וועל איך שוין האבן 30 ניקים אדער עס האט זיך נאר געדאפלט וועגן עס איז געווען א וויקענד?

זאג מיר נישט אז סאטמאר רבי שליט"א'ס תורה איבערזאגערס זענען שרייבערס אין חדשות בית פאפא אין חסידים פין נחום ראזענבערג אין האבן אזעלעכע קשיות

http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?topic_id=2444653&forum_id=19802

 די קענסט מיר זיכער העלפען פארשטיין אפאר קשיות ?
-איז קאשויער רב געווען א צדיק פארוואס האט מען עם געמאכט פאר א...?
-איז בעלזע רב דאס וואס די 93 רבנים האבען געשריבען אויף עם?
-איז ניקלשבורגע רבי אזוי ווי דער ....?
-איז ר' משה געווען א גאון?
-זענען די בני יואל, בני...?
-איז שערי חמלה א פובליק סקול?
-איז דער בלאט א צייטונג פון משכילים?
-איז הרב לייטנער...?

א דאנק

איחדמעמבר » 31/8/2008 21:06

דערסיגעטער, די ענטפערסט אים נאך איז ער גערעכט! דער פאפאנער בעלזער וואס האט אריינגערופן דעם האטליין אדער געהערט די תורה פין זיינס א חבר ווייסט וואס דער רבי וויל, ער האט קשיות פארוואס מאה רבנים אלע גדולי הדור האבן אקעגן זיין רבי אינטערגעשריבן , די ווייסט אז די היינטיגע סאטמאר רבי האט געהאט "א זיידע" ר' יואל , אקעגן דעם "זיידע ר' יואל" האט דיין בעלזא רבי גערעדט ביי שטייענדיג תורה מוצאי יום כיפור,  עס איז ארויסגעקומען א בוך פין די הנהלת מוסדות סאטמאר פין וויליאמסבורג וואס עס איז געשיקט געווארען אין גאנץ לונדון לייענטס דארט וואס די רביס מיינונג איז, איך וועל עס בלי נדר אריינסקענען אין דער אמת וועט ארויפשווימען,

יחזקאלאברה » 31/8/2008 21:11

יעצט האסטו מיך אפגעפרעגט... קיין סאך חכמה אין ודע מה שתשיב זעה איך האסטו נישט, איך וועל מיך מיט דיר פארהערען איבער די אלע שאלות עני טיים, אויב מיינסטו אז דער וועג צו געווינען א וויכוח איז צו שרייבען שטותים ווי אז דער בילגערייער רביצען איז אויך געווען אזוי ווי איציק וכדומה, זעה איך פשוט אז איך רעד מיט א קליין יונגעל, און איך פארשטיי נישט ווי אזוי אליש מיט זיינע טויזענטערס האט נישט די פאר דאלער צו צאלען פאר איינעם צו קענען ענטפערען מיט אביסל שכל..

במאמר המוסגר אלץ א פרי עדווייס, ווען טי ווילסט האבען א וויכוח מיט אן אפיקורס הייב נישט אן צו שרייען אויף אים "שגץ" אדער "שוטה", קודם שפיל כאילו די ביסט מיט אים, און העלף עם ארויסברענגען זיינע ראיות, דערנאך ווען די הערסט אלס וואס ער האט צו פארקויפען, ווייז אים וואס פארא שטותים ער רעדט, איך קען דיר ווייזען אויף די אלע דערמאנטע שאלות פון אויבען ווי אזוי מען ענטפערט זיי - און די אלע חכמים וועלען בלייבען מיט'ן צינג אינדרויסען.

און בנוגע די פאפא פורום, נו - וואס שטייט דארט וועגען נחום? איך פרעג דארטען פארוואס די פאפא דיינים האבען נישט געחתמט קעגען אים, מסתם וואלט דיין תירוץ געווען וועגען קליינס אייז קרים, אדער אז די גאס זאגט איך בין א שוטה.

אז די ווילסט אנהייבען צו רעדען פאקטען - בין איך גרייט זיך צו מתווכח זיין מיט דיר, (איך וואלט גענטפערט פאר די חברה בנוגע דיין רבין, "במקום שבעלי תשובה עומדים" משא"כ דער בעלזער פון ירושלים האט נאכנישט תשובה געטאן) אבער אזוי ווי די ענטפערס ווי א קליין קינד - נו, ישחקו הנערים..

אגב, קענסט מיר נאך אלץ נישט נאכזאגען קיין "איין" ווארט פון רבין?

דערסיגעטער » 31/8/2008 21:11

וואס מיינסטו א זיידע ר' יואל ? עס פאסט נישט אזוי צורופען דעם רבין זי"ע בעל דברי יואל

יחזקאלאברה » 31/8/2008 21:13

נאך א קליינע טיפ - נאכען ארויס סיינען מיטן נאמען "דערסיגעטער" געב א מינוט פאר'ן אריינסיינען מיט'ן נאמען "איחוד" עס קיקט נישט אויס גיט צו זעהן ווי איין נאמען גייט ארויס און גלייך סיינט אריין די צווייטע

איחדמעמבר » 31/8/2008 21:16

איך האב חלילה נישט געוואלט פוגע זיין בכבודו פין די סאטמאר רב ז"ל, ר' אהרן מרדכי רוקח דער זוהן פין בעלזא ירושלים רב איז געווען ביי זיין פעטער קרית יואלער רב די היינטיגע סאטמאר רבי 2-3 יאר צוריק האט ער אים געפרעגט עפעס וועגן זיין זיידע ר' יואל.......,

יחזקאלאברה » 31/8/2008 21:21

אוי קעי... איך וועל דיר געבען יעצט רשות הדיבור פאר ווי לאנג די ווילסט, ווען די וועסט אנהייבען צו ענטפערען ווי א גרויס אינגעל - וועל איך דיר ענטפערן בל"נ.

קורץ און שארף, וואס האט שוין אליש אונז געגעבען? וועלכע בנין האט ער אינז מנדב געווען?

דערסיגעטער » 31/8/2008 21:37

יחזקאלאברה
דיין ציל איז אראפצוברענגען דעם פורום אין אנצומאכן א מחלוקה צווישען דעם כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אין ר' אליש אין שאפן שונאים פאר סאטמאר על לא דבר

 איך וועל מיט דיר אין קיין שום וויכוח מער אי"ה נישט אריינגיין ווייל איך טענה מיך נישט מיט קיין פאפענע
אין איך זעה די האסט ענפערס פאר מיר אויך. סא ענפער דיך אליינס דיינע קשיות

מעגסט ווען אמאל אריינרעדן אין עפעס א נושא וועגן סאטמאר דיין היסטוריא ווייזט אז די האסט נאר גערעדט וועגן נחום רז"ב אדער אנגענומען פארן בעלזער אבער וואס קען מען פין א פאפאנער פארלאנגען   
איחוד ביטע לייג דא ארויף וואס סאטמאר וויליאמסבורג האט ארויסגעגעבן שכוח

יחזקאלאברה » 31/8/2008 22:43

סיגעטער! נאכען זיך איבערטראכטען וואס די שרייבסט מיז איך מודה זיין אז די ביסט גערעכט! איך שעם זיך נישט צו זאגען איך האב געמאכט א טעות מיטען שרייבען וואס איך האב געשריבען

הרה"ח ר' אליש שטיצט שוין יארען אינזערע מוסדות, ער קומט אריין צום רבין מיט א קוויטעל און גרויס געלט ווען ער איז דא אין אמעריקא, ווען די שלוחים פון רבין גייען צו עם נאך געלט געט ער זיי מיליאנען, ער האט שוין פאר אונז געגעבען טויזענטער דאלער,

קום איך דא - א פאפא בעלזא שטינקער - און איך שרייב דא אויף הייד פארק אז דער רבי איז א בעלזא-בילגערייער חסיד, אין ר' אליש ליינט דאס, וועט ער אוודאי אונז מער נישט שטיצען, ווייל ער איז אזוי נאנט מיטען רבין, אבער קודם גלייבט ער וואס עס שטייט אויף הייד פארק, ע"כ צו איך צוריק! און צו ר' אליש חזק ואמץ! דעשרעק זיך נישט פון די בעלזא רוצחים פון ירושלים!

דער רבי שליט"א האלט יא מיט אליש, ער האט אויף אים געזאגט וכו' וכו', נאר אלימלך דייטש פאלגט נישט און דערפאר איז די מודעה פון בית דין נישט אריין אין דער בלאט.

וטעות לעולם חוזר, און איך גיי צוריק שלאפען.

כנגדכולם » 1/9/2008 03:58

, דא איז די תשובות פאר דיינע ליגיונות

[quote]


 2בעלזא2 שרייבט
די פאלנער שקרן הרה"ח ר' אליהו ענגלאנדער שליט"א איז געקומען 2:00 אינמיטן די נאכט מיט אלע בעלזא מכנובקא בחורים אין אינגעלייט באלד נאך די שבע ברכות פין בן  כ"ק מרן אדמו"ר מבעלזא מכנובקא שליט"א וואס איז פארגעקומען אינאיינעם מיט די יארצייט סעודה. הרה"ח ר' אליהו ענגלאנדער שליט"א גייט אייביג אין א"י מיט 2 באדי גארדס.

" ז א ג    מ י ר    נ א ר    ז י י ט    ו ו ע ן     ג י י ט    ד י י ן     ר ב י     פ י ן    י ר ו ש ל י ם    צ י    ד י     צ י ו ן     א י נ מ י ט ן      ד י     נ א כ ט  ? ? ? יעצט זאג עפעס א נייער גיטע ליגענט צי קאווערן דעם ליגענט"

איטנטרעסאנט אז אין אן אנדערע אשכול http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?topic_id=2469260&forum_id=16386 האבען די מחנווקא ארויף געלייגט מכלומערשטע בילדער וואס צייגט איבער די מהומות וואס איז דארט פאר געגאנגען, אין לפי די בילדער זעיט נישט אויס ווי עס איז אין מיטען די נאכט, (בדרך אגב, אויף יענע בילדער זעיט מען אויך נישט קיין געשלעג, עס איז נאר א חלק פין די מחנווקא שקר קאמפיין)


2בעלזא2 שרייבט

וועם האבן זיי געווארנט אין ווי זענען זיי געווען ווען אלע בעלזא ירושלימער בחורים האבן נישט ארויפגעלאזט הרה"ח ר' אליהו ענגלאנדער שליט"א ביז דער סטריקובער רבי שליט"א האט אויפגעפנט די וועג מיט קולות אויף די בעלזא ירושלימער בחורים ?

אויך דאס דארף מען דיר גלייבען?
 

2בעלזא2 שרייבט

עס זענען געווען אפשר 30 אידען ביי די ציון איידער די בעלזא מכנובקא עולם איז אנגעקומען אין זיי האבן געהאט אלע רעכטן צו מאכן א מנין {עס איז גארנישט געווען א ספיציעלע גערודער אחוץ וואס א גרויסער עולם האט געזאגט אינאיינעם תהילים}

  אין די זעלבע אויבן דערמאנטע אשכול שרייבען דארטען די מחנווקא אז זיי זענען געקימען מיט איבער 300 בחורים http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?topic_id=2469260&forum_id=16386
אינטרעסאנט אז די 30 בעלזער האבען געקענט ביי קימען די 300 מחנווקא'ער ציזאמען מיט די BODY GAURDS פין עליש.

2בעלזא2 שרייבט

נאך א מזל אז מען האט נישט קיין WEBCAM ביים שרייבן אויף היידפארק ווייל דיין רוטער פנים וואלט פארברענט דעם WEBCAM פרעג נאר בערי קליין אין אלע עלטערע חסידים פין דיין גרויסער רבי ווי זיי האבן געזונקען פאר בושות - פארוואס דארפסטו זאגן אז אויפן וועג אראפ האט מען אים באזינגען ? לייקען עס אויך פאר דע געלט

לויט ווי עס קיקט אויס, דארפסטי רויט ווערען, מיט די חילול קודש וואס עטץ האטס אנגעארבייט אויפען ציון, ווי אויך די שקרים אין פאלשע בילדער וואס איר גיט ארויס.


2בעלזא2 שרייבט
ווייז בילדער -  בעלזא מכנובקא האט נאך דערווייל נישט קיין בחורים וואס קענען טאן אזא זאך אין אזא מקום קדוש {אפשר מעקן די ווארט בעלזא אין א סידור אבער זה הא} משא"כב ענקערע חיות זענען באקאנט דערפאר

מודה במקצת?

2בעלזא2 שרייבט
די מיינסט אז די עדה אין אלע חברי בד"ץ זענען חדר קינדער אין ליצים ווי צייטונג שרייבער וואס שרייבן וואס אין ווי מען הייסט זיי ? אויב מיינסטו אזוי ביסטו א ריכטיגער בעלזא ירושלימער חסיד
איך מיין אז די ביסט קליגער פין דעם, "שוחד יעוור", איז נישט מיין ווארט

כנגדכולם שרייבט
 אויך האבען זיי אריינגעשטעלט א פאלשע בילד דא אויף היידפארק וואס ווייזט כביכול אז די בעלזער זענען די וואס האבען אנגעשריבען די מצבה, אבער די בעלזער האבען מצליח געווען אויף צי ווייזען אז דאס איז אן אלטער בילד וואס איז שוין גענימען געווארען אין 2004 וואס מען האט יעצט אדורך א גיטע PASTE JOB ארויף געשריבען די ווערטער אין רויט "מכנווקא ימ"ש, (אויב ווילט איר זיך אליין איבער צייגען, ביטע ליינט מיין פריערדיגע מודעה)
גענימען פין "בחדרי חרדים" http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?whichpage=2&topic_id=2470192&forum_id=771

2בעלזא2 שרייבט
דאס איז א אלטע בילד וואס בעלזא האט געשריבן אפאר יאר צוריק ביים ציון
אינטרעסאנט אז קודם האט עטץ פראבירט צי זאגען אז עס איז פין היי יאהר, אין ווען מען האט ענק געכאפט ביי די שקר, ווילסטי זאגען אז עס איז פין אפאהר יאהר ציריק??
די DATE פין די בילד איז 07/11/2004 אין די יארצייט אין 2004 איז געווען 08/08/2004 דאס מיינט אז די בילד איז גענימען געווארען מער ווי א חודש פאר די יארצייט, קענסטי מיר אפשר מסביר פארוואס זאל איינער אין בעלזא וואס וויל לכאורה אזוי שטארק אפטיען "מחנווקא", אנשרייבען די מצבה 4 וואכען פאר די יארצייט??
אויך אויב מען פארגרעסערט די בילד קען מען קלאר זעין אז דאס איז א ציגעפיצטע בילד.

2בעלזא2 » 1/9/2008 04:45

כנגד לאמיר גיין שטייטעלעך
 2בעלזא2 שרייבט
די פאלנער שקרן הרה"ח ר' אליהו ענגלאנדער שליט"א איז געקומען 2:00 אינמיטן די נאכט מיט אלע בעלזא מכנובקא בחורים אין אינגעלייט באלד נאך די שבע ברכות פין בן  כ"ק מרן אדמו"ר מבעלזא מכנובקא שליט"א וואס איז פארגעקומען אינאיינעם מיט די יארצייט סעודה. הרה"ח ר' אליהו ענגלאנדער שליט"א גייט אייביג אין א"י מיט 2 באדי גארדס.


" ז א ג    מ י ר    נ א ר    ז י י ט    ו ו ע ן     ג י י ט    ד י י ן     ר ב י     פ י ן    י ר ו ש ל י ם    צ י    ד י     צ י ו ן     א י נ מ י ט ן      ד י     נ א כ ט  ? ? ? יעצט זאג עפעס א נייער גיטע ליגענט צי קאווערן דעם ליגענט"


איטנטרעסאנט אז אין אן אנדערע אשכול http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?topic_id=2469260&forum_id=16386 האבען די מחנווקא ארויף געלייגט מכלומערשטע בילדער וואס צייגט איבער די מהומות וואס איז דארט פאר געגאנגען, אין לפי די בילדער זעיט נישט אויס ווי עס איז אין מיטען די נאכט, (בדרך אגב, אויף יענע בילדער זעיט מען אויך נישט קיין געשלעג, עס איז נאר א חלק פין די מחנווקא שקר קאמפיין)


די האסט נאכנישט גענפערט אויף מיין קשיא! זאלסט רופען ווער עס האט געלייגט דעם בילד פין פאריאר וואס די מהומות זענען געווען 6 פארטאגס אין די זין האט געשיינט אין זאגן אז מען זעהט נישט קיין געשלעג " אבער מיין קשיא בלייבט שטיין "
" ז א ג    מ י ר    נ א ר    ז י י ט    ו ו ע ן     ג י י ט    ד י י ן     ר ב י     פ י ן    י ר ו ש ל י ם    צ י    ד י     צ י ו ן     א י נ מ י ט ן      ד י     נ א כ ט  ? ? ? יעצט זאג עפעס א נייער גיטע ליגענט צי קאווערן דעם ליגענט"


די דארפסט נישט ענפערן ווייל עס איז נישט דא א תירץ
זאג מיר נאר אויב די מעשה וואלט ווען געווען אזוי - ר' אליהו איז געקומען 2 אזייגער נאך די שבע ברכות אין געוואלט גיין צי די ציון וואס ער גייט יעעדעס יאר די לעצטע 22 יאר אין  געזאגט תהילים אין בעלזא בחורים וואלטן נישט געלאזט זאגען תהילים אין געלאשן די לעקטער אין געזינגען אין געשטויסען - וואלטסטו געזאגט אז די בעלזא בחורים זענען גערעכט ?


יעצט ליין דאס

נשלח ב-31/8/2008 09:24

ביבער
איך בין נישט קיין בעלזער אין איך האלט נישט פין קיין איין צד, איך האב געהערט ערשטע האנט א איד וואס איז דארט געווען א סאטאמערער חסיד ר' א. מענדלוויטש פין בעדפארד גארדענס,  וואס האט פארציילט די מעשה אינמיטן די נאכט איז ער געגאנגען צו די בעלזא רביס ציון וויל ער איז געווען אין ארץ ישראל, אינמיטן זאגן תהילים הערט ער קולי קולות האט ער געפרעגט א בחורל וואס גייט דא פאר האט דער בחור געזאגט עליש קומט עליש קומט, ער האט ניטאמאל פארשטאנען ווער עליש איז אינמיטן קומען ארויף הונדערטער בחורים אין אינגעלייט אין מען זינגט אין מען שרייט קולות אין קיינער האט מער נישט געקענט דאווענען פאר בערך א שעה צייט, איין בעלזא האט געזונגען אין געשריגן אין געשטיפט דעם עליש אין איין בעלזא האט געזאגט תהילים אין פרובירט איבערצישרייען די געזינגערייען,  בערך 4 פארטאגס האט זיך די מצב בארואיגט.

תוקן על ידי - 2בעלזא2 - 01/09/2008 4:46:58

כנגדכולם » 1/9/2008 20:16

כנגד לאמיר גיין שטייטעלעך
 2בעלזא2 שרייבט
די פאלנער שקרן הרה"ח ר' אליהו ענגלאנדער שליט"א איז געקומען 2:00 אינמיטן די נאכט מיט אלע בעלזא מכנובקא בחורים אין אינגעלייט באלד נאך די שבע ברכות פין בן  כ"ק מרן אדמו"ר מבעלזא מכנובקא שליט"א וואס איז פארגעקומען אינאיינעם מיט די יארצייט סעודה. הרה"ח ר' אליהו ענגלאנדער שליט"א גייט אייביג אין א"י מיט 2 באדי גארדס.


" ז א ג    מ י ר    נ א ר    ז י י ט    ו ו ע ן     ג י י ט    ד י י ן     ר ב י     פ י ן    י ר ו ש ל י ם    צ י    ד י     צ י ו ן     א י נ מ י ט ן      ד י     נ א כ ט  ? ? ? יעצט זאג עפעס א נייער גיטע ליגענט צי קאווערן דעם ליגענט"

כנגד כולם שרייבט

איטנטרעסאנט אז אין אן אנדערע אשכול http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?topic_id=2469260&forum_id=16386 האבען די מחנווקא ארויף געלייגט מכלומערשטע בילדער וואס צייגט איבער די מהומות וואס איז דארט פאר געגאנגען, אין לפי די בילדער זעיט נישט אויס ווי עס איז אין מיטען די נאכט, (בדרך אגב, אויף יענע בילדער זעיט מען אויך נישט קיין געשלעג, עס איז נאר א חלק פין די מחנווקא שקר קאמפיין)

2בעלזא2 שרייבט

די האסט נאכנישט גענפערט אויף מיין קשיא! זאלסט רופען ווער עס האט געלייגט דעם בילד פין פאריאר וואס די מהומות זענען געווען 6 פארטאגס אין די זין האט געשיינט אין זאגן אז מען זעהט נישט קיין געשלעג " אבער מיין קשיא בלייבט שטיין "
" ז א ג    מ י ר    נ א ר    ז י י ט    ו ו ע ן     ג י י ט    ד י י ן     ר ב י     פ י ן    י ר ו ש ל י ם    צ י    ד י     צ י ו ן     א י נ מ י ט ן      ד י     נ א כ ט  ? ? ? יעצט זאג עפעס א נייער גיטע ליגענט צי קאווערן דעם ליגענט"
א בילד פין פאריאהר?
אן אנדערע (ציגעפיצטע) בילד פין 2004?
אין מען וויל מיט דעם איינרעדען דעם עולם אז דאס איז פין היי יאהר, אין אויף ווייזען מהומות וואס (איז קיינמאהל נישט געווען) די בעלזער האבען כביכול געמאכט היי יאהר? (כדי צי פארדעקען די חילול קודש וואס מחנווקא האט געמאכט ארים די ציון) אין ווען מען כאפט ענק ביי די שקר, זאגט מען אז איז פין די פריערדיגע יאהרן, "הרוצה לשקר ירחיק עדותו"??


2בעלזא2 שרייבט

יעצט ליין דאס

נשלח ב-31/8/2008 09:24

ביבער
איך בין נישט קיין בעלזער אין איך האלט נישט פין קיין איין צד, איך האב געהערט ערשטע האנט א איד וואס איז דארט געווען א סאטאמערער חסיד ר' א. מענדלוויטש פין בעדפארד גארדענס,  וואס האט פארציילט די מעשה אינמיטן די נאכט איז ער געגאנגען צו די בעלזא רביס ציון וויל ער איז געווען אין ארץ ישראל, אינמיטן זאגן תהילים הערט ער קולי קולות האט ער געפרעגט א בחורל וואס גייט דא פאר האט דער בחור געזאגט עליש קומט עליש קומט, ער האט ניטאמאל פארשטאנען ווער עליש איז אינמיטן קומען ארויף הונדערטער בחורים אין אינגעלייט אין מען זינגט אין מען שרייט קולות אין קיינער האט מער נישט געקענט דאווענען פאר בערך א שעה צייט, איין בעלזא האט געזונגען אין געשריגן אין געשטיפט דעם עליש אין איין בעלזא האט געזאגט תהילים אין פרובירט איבערצישרייען די געזינגערייען,  בערך 4 פארטאגס האט זיך די מצב בארואיגט.

נישט קיין בעלזער אין האלט נישט פין קיין איין צד?, קיק אויף די לינק אין זיך אויף די תגובות פין "ביבער" אין דאן פארקויף מיר דעם לאקש, http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?topic_id=2370214&whichpage=&forum_id=16386  
  קען מען ענק אלעס אזוי גלייבען ווי דעם?

בלאט: 1 2