ליינענדיג דיינע ווערטער דא אין דעם אשכול בין איך געווארן אינגאנצן אנטוישט פון דיר, הזאת עבד עברי? ווי פאסט דאס פאר חכם, ותלמוד חכם, שכמותך צו רעדן אזעלכע שטותים והבלים? ביסטו אראפ פון זינען, ביסטו א קינד אדער סתם נער?
זייט ווען זענען אזעלכע הוכחת א ראי' צום אמת? זייטן חטא פונעם נחש הקדמוני האבן אלעמאל עקזעסטירט אויף דער וועלט צוויי צדדים; פון איין זייט איז אלעמאל געשטאנען דער צד הטומאה אויסגעשטרעקט מיט אירע שפיזן און אריינגעשניטן טיף טיף ביז אין דער צד הקדושה אריין, ווען צו דער זעלבער צייט האט זיך די צד הקדושה אלעמאל אפגעגעבן להוציא חרב מתערה אפצושלאגן מיט וואס מ'קען נאר די צד הטומאה. (די שאלה איז נאר אלעמאל געווען ווער ס'איז די צד הקדושה און ווער ס'איז די צד הטומאה...).
זאגט נאר, ר' עבד עברי, טייערער:
*זענען דען די קראים וצדוקים באלד אונטערגעגאנגען ווייל די חכמינו ז"ל זענען ארויס מיט א מלחמת חרמה קעגן זיי?
*זענען דען די חכמי הפיליסופים באלד אונטערגעגאנגען ווייל דער רשב"א האט ארויסגעגעבן א קול קורא קעגן זיי?
*זענען דען די שבתאים ימ"ש אזוי שנעל אונטערגעגאנגען ווייל די צדיקי הדור האבן לוחם געווען קעגן זיי?
*איז דען די פארשאלטענע השכלה אזוי שנעל אראפ פון די מאפע ווייל די צדיקי הדור בימים ההם זענען ארויס קעגן דעם במלחמת חרמה?
*זענען דען די נעלאגן אונטערגעגאנגען בימים ההם ווייל די תלמידי החתם סופר האבן זיי פארשריגן מיט חרמות איסורים און קול קורא'ס?
*זענען דען די ציונים למיניהם אונטערגעגאנגען ווייל צדיקי הדור האבן געקעמפט קעגן זייער רעיון מיט ציין און נעגל?
וואס א מין טפשות'דיגער און קינדערישער מהלך איז דאס צו נעמען אן הוכחה פון דעם אז כאטש וואס מ'איז ארויס מיט א מלחמה קעגן געוויסע סעקטעס, וועלכע זענען געווען ווי אן אבן נגף לבית ישראל, עם כל זה וויבאלד די סעקטעס האבן דאס דורכגעשוויצט און זענען געבליבן קאי וקיים? איז דאס א סימן אויף קושטא קאי??? ס'גלייבט זיך פשוט נישט ווי א געלערנטער מענטש, א ידען ות"ח, זאל פארבלינד ווערן און רעדן אזעלכע קינדערישע שטותים!
יא, ווייסט איר ווען איר וועט קענען ערקלערן א פולמעכטיגער זיג? ווען עס וועט מקויים ווערן דער פסוק פון "ואת רוח הטומאה אעביר מן הארץ, ויעשו כולם אגודה אחד ושכם אחד לעבדו בלבב שלם, והי' ד' למלך על כל הארץ", אבער ביז דאן וועט ליידער אלעמאל זיין א מלחמה צווישן די צוויי צדדים.
נאך מער פון דעם, לויט ווי מיר האבן בקבלה פון אונזערע רבי'ס איז נישט נאר אז די טומאה וועט נישט אזוי שנעל אונטערגיין, און נישט נאר אז זי וועט זיך נישט שרעקן פון קיין קול קורא'ס, נאר זי וועט גאנץ מעגליך גאר סאך סאך מער מצליח זיין ווי די צד הקדושה. איז אלא מאי, מסתמא איז די טומאה דער אמת, ווייל זי שרעקט זיך דאך נישט פאר די קדושה וועלכע קעמפט קעגן איר, זי שטייט, זי איז קאי וקיים... טאקע אן הוכחה!...
בכלל, איר זענט דאך דער גרויסער "מבקש האמת", אייער גאנצע אגענדע דא אויף הייד פארק איז דאך בלויז לשם שמים, ארויסצוקומען און אויפקלערן דאס אינגווארג איינמאל פאר אלעמאל איבער דעם דעם סאטמאר רב. איר וועט איינמאל פאר אלעמאל אויפדעקן דאס ריכטיגער פרצוף פון דעם סאטמאר רב, אז דאס וואס איר האט ביז היינט געמיינט אז ער האט אלץ געמיינט לשם שמים וועט איר פאר אלע געלטער פרובירן איבערצייגן אז ניין! רבותי, איר האט געלעבט אין טעות! דער סאטמאר רב, דער איז דאך געווען פשוט בעל מחלוקת. און טייערע אינגעלייט, איר ווייסט וואס כ'וועל אייך מגלה זיין? אז נישט נאר דער סאטמאר רב איז געווען א בעל מחלוקת, נאר אלע - און אלע מיין איך טאקע אלע - צדיקים פון די דורת הקודמים, אלע זייער מערכות און מלחמות אונטערן מאנטל פאר 'אידישקייט' זאלט איר וויסן זיין אז דער אויסרייד זייערער אז זיי מיינען 'אידישקייט' איז בלויז געווען אזא כסות עינים, אבער אין אמת'ן אריין זענען זיי אלע געווען סתם בעלי מחלוקת (עפ"ל).
אין דער אמת'ן אריין, דיין מהלך איז גראדע גאנץ א באקאנטער מהלך פאר אונז אידעלעך. ס'געדענקט זיך נאך גוט ווען די אזוי גערופענע 'בעלי רחמנות'; אמאל אונטערן מאנטל פון משכילים און אמאל אונטערן מאנטל פון ציונית, האבן אויך גענוצט די זעלבע אויסדריקן בכדי צו באאיינפלוסן דעם איגנט. זיי האבן אויך פשוט 'רחמנות' געהאט אויף די נאאיווע גלות אידן וועלכע זענען 'נעבעך' בלינדערהייט נאכגעשלעפט נאך די גדולי הדור. זיי האבן אויך פארשריגן די גדולי הדור אלס 'רודפים', 'אכזרים' און 'געלט פרעסערס' וועלכע האבן נישט קיין רחמנות אויף די צובראכענע גלות אידן נעבעך. זיי האבן אויך געמיינט בלויז די טובה פון כלל ישראל. פשוט זיי האבן נישט געקענט צוקוקן די הימל שרייעדיגע עוולה ווי די גדולי הדור רייטן אויף די נאאיווע אידילעך...
די משכילים ימ"ש האבן מיט זייערע שארפע פענעס געשניטן און געשניטן מסביר צו זיין פארן איגנט אז די סיבה פארוואס די רבנים זענען ארויסגעקומען קעגן זייער מהלך איז אויך בלויז ווייל זיי האבן מורא פאר זייערע אייגענע הויט. זיי האבן פשוט מורא אז איינמאל כלל ישראל וועט זיך עפענען די אויגן ארויסגיין פון זייער נאאיווער צומצם, וועלן זיי פלוצים געוואויר ווערן אז די רבנים זענען גאר די וואס האבן געפיטערט כלל ישראל אלע יארן מיט בלאף און שקר...
דאס זעלביגע האט זיך אויך איבערגעשפילט בשעת די גדולי ישראל זענען ארויס אין א מלחמת חרמה אנטקעגן די ציונים. זיי האבן אויך געוואוסט צו ניצן דעם טאקטיק פון צו פארשרייען זייערע קעגנער מיטן אויסרייד פון פאליטיק און רחמנות. יא, די רבנים האבן פשוט נישט רחמנות געהאט אויף די צובראכענע גלות אידן וועלכע וואנדערן זיך מעיר לעיר וממדינה למדינה. איינמאל מיר וועלן האבן אן אייגן לאנד און כלל ישראל וועט איינזעהן איינמאל פאר אלעמאל אז מ'קען עקזעסטירן אן די רבנים, אן די גדולי התורה, וועלן דאך די רבנים נישט האבן וואס צו טאן מיטן טאג, זיי מיט זייער תורה וועט פשוט אונטערגיין...
עבד עברי, דענקסט עפעס אזעלכע אויסדריקן? ביסט דאך א דענקער...
אויסער דעם אלעם, איז דיין מהלך סתם אזוי נישט לאגיש אויסגעהאלטן. זיי נישט קיין נער, דיין פארגלייכן נחומ'ס פאליטיק צו די מערכות וואס צוויי מחנות האבן געפירט איינס קעגן צווייטן איז סתם אזוי נישט לאגיש גערעדט. ווייל ס'ווייט נישט קיין פארגלייך צו א מערכה וואס ווערט געפירט פון רבנים קעגן א געוויסן יחיד, וועלכע איז נישט מער ווי א צערודערטער אומסטאבילער פערשוין. ניץ אביסל שכל און זאג דו מיר אליין צו ס'איז היינו הך. נאר וואס דען? דיין גרויסער רצון צום אמת, דו ביסט דאך דער גרויסער מבקש האמת וועלכער האט דאך אויף זיך דעם דיירעקטן שליחות פון בוכ"ע אליין אויפצוקלערן קינד און קייט דעם אמת'דיגן דרך, האט דיר דאס מאל (און אפשר אלעמאל) אראפגעפירט פון גלייך געוויכט, און דיר געטריבן צו שרייבן אזעלכע קינדערישע שטותים.
איך גלייב אז מיינע ווערטער וועלן נישט משפיע זיין אויף דיר צופיל, און אפילו יא בין איך זיכער אז איר וועט ווייטער אנגיין מיטן גאנצן שטארקייט, מחמת אייער גרויסער רצון צום אמת און מחמת אייער אויפגאבע שנצטוות מפי ד' אליין אויפצוקלערן דעם אינגווארג וויאזוי מ'ברויך זיך צו פירן. אויפן בעסטן פאל גלויב איך אז דו וועסט פרובירן צו פארדרייען דעם שמועס און ענטפערן אויף אלעם שלא מן הענין, כדרכך מאז ומקדם, און אפאר טאג דערויף וועטסטו פריש ארויפקומען און אנהייבן פונדאסניי מיט די זעלבע דרשה.
איי, ר' איד, מ'האט דאך דיר שוין אויפגעוויזן אז דו רעדסט שטותים, קינדעריש און נעריש? אבער מאכט נישט, וואס וועט זיין מיטן אמת וואס מ'זוכט אזוי שטארק? ווער וועט דאס פארשפרייטן אויב נישט איך? שטעלט אייך נישט אפ ר' עבד!