היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » היימישע נייעס » בקשה: צו אלע חשוב'ע שרייבער אין דעם פארום ביטע האלט אייך צום...

בקשה: צו אלע חשוב'ע שרייבער אין דעם פארום ביטע האלט אייך צום...

12 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2455437

ארילייב » 30/7/2008 00:34

בקשה: צו אלע חשוב'ע שרייבער אין דעם פארום ביטע האלט אייך צום נושא
מיר ווילן זייער בעטן סיי די חשוב'ע שרייבער און סיי די מנהלים זאלן עס קאנטראלירן, אז יעדע נושא זאל מען האלטן אין די ראמען פונעם קעפל, אז נישט פארלירן די ליינער די אינטערעסע און אויטאמאטיש אויך די שרייבער ווען מ'זעט אז ס'איז נישט דא קיין צפיות, און ס'פארגייט דער אפעטיט פון ענטפערן, למשל אין די נושא צו אונגווארער רב פארט קיין ארץ ישראל קומט נישט אריין דער ענין פון ספרדים און אשכנזים, און אזוי ווייטער (כ'האב נאר געשריבן א משל).
אויב איז עס סאטמאר האלט אייך צו דעם נושא, אויב איז עס וועלטליכע פאליטיק האלט אייך צו דעם נושא, מען קען עפענען א נייע אשכול אויב וויל מען ארויס ברענגען א "נייע" זאך, און אנדערע זאכן זאל מען דעבאטירן, שפאקולירן, פארפירן, יעדע זאך אויף זיין פלאץ, ווייל מיר גייט שוין אויך אוועק דער געדולד צו דארפן זוכן מיינע באליבטע נושאים אין אנדערע אשכולות אינגאנצן שלא מן הענין, 
ווער עס וויל קאמענטירן אויף "דעם" ענין זאל שרייבן דא.  

לאנדסמאן » 30/7/2008 00:58

איר זענט גערעכט, נאר אמאל וויל מען נישט עפענען א נייע אשכול, וועגן א קליינע זאך.

ארילייב » 30/7/2008 01:40

פון א קליינע זאך ווערט א גרויסע זאך ווייל איינער ענטפערט און דער צווייטער זאגט צוריק, און עס פארט OFF TRACK

לאנדסמאן » 30/7/2008 01:45

איז וואס זאל מען טוהן?  עפענען א אשכול פאר דער קליינע זאך?

kcsp » 30/7/2008 01:54

גערעכט,  אבער אמאל וויל איינער זאגן נאר א קליינע קייט  און נאכדעם קען מען צוריק גיין צום אריגענעלע נושא,    (און אז ספעלט זיך עכט אויס אמאל טאמיר האלט דער עולם ביים פארקריכן אביסל קען מען פארעכטן דעם קעפל)   איך האלט אבער אויך אז די נושא דארף שטימען מיטן שמועס, ( אדער די שמועס מיטן נושא)

ultrayid » 30/7/2008 04:36

איך שטים איין, פון א געשמאקע נושא, ווערט עס אזאך מאל סתם נאריש,
צו מען רעדט אידש צו עברית וכו' לימנהו

שמיי_דריי » 30/7/2008 05:54

100 % גערעכט גערעכט איך שטים איין איך האלט אויך אזוי און זייער אסאך מאל מאכט עס מיר זייער שטארק נערוועז און איך פיל ווי איך גיי אט אט פארלאזן דעם פורום און מיר טרעען עפעס נארמאלערס ב"ה איך האב הנאה צו זעהן אז מ'טוט צו די זאך און בשם השם נעשה ונצליח.

ארילייב » 30/7/2008 17:29

איך בעט יעדן זיך צו האלטן אין קאנטראל, אויב איינער גיבט א פליק אין די זייט, זאל מען אים ענטפערן און זיך נישט לאזן פארפירן אין א לאנגע דעבאטע.
איך וואלט אנגעטראגן צו עפענען א אשכול, נאר פאר קליינע שטעכערייען, איך ווייס נישט וויאזוי עס אהער צושטעלן, אדרבה זאל דער עולם זאגן א מיינונג,
 צב"ש אויב מען האלט אינמיטן א ענין פון ציונות, און ס'קומט אריין א ספעלינג אישו פון איינעם זאל מען אריבערגיין צום אנדערן אשכול און זיך דארט אויסטענה'ן לגבי ספעלינג און דערנאך ממשיך זיין מיט די ארגינעלע נושא.
אדרבה לאז דער עולם זאגן זיין מיינונג.

לאנדסמאן » 30/7/2008 17:38

אפשר קען מען עפענען אן ''אשכול השמועסן'', ווי דארט וועט מען קענען זיך אויסשמועסן וואס מ'וויל.

וואס זאגסטו צו דעם?

ארילייב » 30/7/2008 22:54

מסכים, עפן עס אויף איך וועל דיר גראד אריין פליקן און דו וועסט מיר צוריק געבן עס גייט אי"ה זיין פרייליך,

לאנדסמאן » 31/7/2008 00:20

גוט, איך עפן שוין.

לאנדסמאן » 31/7/2008 00:30