אזויווי מ'האט געבעטן, האב איך געפענט די דאזיגע אשכול, ווי מען קען זיך אויסשמועסן וואס מ'וויל.
בהצלחה רבה.
אשכול השמועסן, ווי מ'שמועסט זיך אויס
זאג מיר וואס איז פשט פון דיין ניק?
וואס איז די שמועס היינט ?
|
מיין ניק איז: 'לאנדס', דאס הייסט א לאנד- מדינה, און 'מאן', א פערזאן, און אנדערע ווערטער 'לאנדסמאן'- א מאן פון א לאנד.
ועוד יש לומר... 'לאנד', קען אויך מיינען, קרקע אדער שטח, אדמה, טערעטאריע. בקיצור א מאן פון ''לאנד''.
איך גלייב אז דאס דינט אלץ א גוטע אנאנימער 'ניק'. נישט אזוי?
טוישן, קען איך סייווי נישט, מוז איך זיין צופרידן מיט דעם...
לאנד, איז נישט לאנדאן, כאטש ס'איז ענליך.
און ביזט טאקע גערעכט, איך וואוין אין לונדון עיר הבירה.
אלזא איך וואוין אין צפת און געלערנט האב איך אין געיטסהעד, חתונה געהאט קיין מאנטריאל, איך האב געוואוינט צוויי יאר אין אנטווערפן, געקומען דערנאך קיין חיפה, און איצט וואוין איך אין צפת, ווער ס'האט עפעס דערקעגן קען קאמענטירן, פארגעסן צו זאגן כ'בין געבוירן געווארן אין לאנדאן.
איש ואיש כרצונו.
פאראייניגטע קעניגרייך
אז איר פרעגט מיר, האלט איך אז דער וואס האט א שטארקע כאראקטער, ווערט נישט באיינפלוסט פון יענעם, נאר ער האלט זיך פעסט מיט זיין מיינונג, נישט קיין חילוק וואס אנדערע טוהן.
און איך מיין אז אזוי דארף צו זיין, און קיינער דארף נישט שפירן קיין דרוק, אלץ רעזולטאט פון יענעמס אקציעס.
אבער סך הכל לייען איך און איך לייען און עפעס עקסטער איז נישטא דא
אט דאס איז דער אשכול זיך דורך צו שמועסן זייטיגע זאכן וואס באלאנגען נישט אין א ספעציעלע אשכול, ישר כח פאר לאנדסמאן,
און צו דיר קייצית זאלסט טאקע געדענקען נישט צו פארדרייען קיין נושאים, וואס ס'גהער נישט אין קיין שום אשכול, דארף אנקומען דא אין אשכול השמועסן, אזוי וועלן מיר האלטן דעם פארום געשמאק פאר יעדן
כה לחי!!!!!!!!!!!!!!!!!
דאס געהער צו אשכול השמועסן, און ישראל האגער געהער ביי ישראל האגער
|
אנשטאט זיך באקלאגן, לייגט צו אייערע תגובות, וואס ס'געפעלט אייך, און אזוי וועט עס ווערן אינטרעסאנטער.
תוקן על ידי kcsp ב- 01/08/2008 20:50:40
כ'פארשטיי אז ס'שטערט אייך, אז מ'איז פארקראכן פון א נושא, (פון נחום ראזענבערג צי אן עירוב אין לאנדאן).
אבער וויבאלד ס'איז שוין אזוי אויסגעקומען, קען מען נישט איצט אלעס טוישן, און ס'איז בכלל נישט דא אן אשכול וועגן די נושא.
אחרי שובי נחמתי.
יעצט האב איך חרטה, אפשר, איז נחום רב מיט די לאנדענע עירוב יא איין זאך ביידע זענען קעגן די רבנים, און אפשר נישט, אדרבה ווער ס'ווייסט מער פרטים זאל עפענען א אשכול וועגן די לאנדאנע עירוב ובעיקר וויל איך וויסן אויב ס'איז דא רבנים וואס שטיצן עס יא.
מיין קליינע מיינונג איז אז אויב א "שטאט'ס רב" איז דערקעגן טאר מען עס נישט מאכן ווייל דער רב ווערט שוואך, אבער ווילי בפ וכדו' האבן דאך נישט קיין רב, במילא איז לענית דעתי קיינער נישט בעה"ב. אויב ווערט א פארצויגענע נושא איבער דעם ענין ביטע עפענען א אשכול,
http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?topic_id=2390335&forum_id=19482
איך:
פארשטייט זיך כהמנהג אביסעל ליקער און אביסעל טשיז קעיק, א סאלאט און פיש (וואס איך ברעך שוין כמעט ווען איך זעה עס...)
מען קען שוין קוים ווארטען צו עסען פלייש...
דער עיקר דארף מען טרינקען אסאך, צו ערזעצן די פארלוירענע וואסער אינעם גוף דורך פאסטן.
דא קען מען שמועסן וואס מ'וויל, מוז נישט דוקא זיין 'זייטיגע' זאכן.
נאר אנשטאט צו פארדרייען אן אנדערע אשכול מיט זאכן וואס איז נישט נוגע דארט, קען מען אלעס אויסשמועסן דא, דאס וואס מ'האט געוואלט שרייבן דארט, און אזוי מאכן גרינגער פאר די ליינער, וואס האבן נישט ליב אז א אשכול ווערט פארדרייט פונעם נושא.
איך וויל איצט פאראויס מעלדן, אז מען זאל זיך נישט וואונדערן, אז איך באווייז זיך נישט אין די קומענדיגע צוויי וואכן.
וויבאלד איך פאר בעז''ה אויף וואקאציע מיט מיין פאמיליע, מארגן.
און מן הסתם וועל איך נישט האבן קיין אינטערנעץ פארבינדונג, וועל איך נישט קענען אריינקריכען אינעם נעץ.
איך וועל זיין בעז''ה, אין Scotland. וואס איז אינעם פאראייניגטע קעניגרייך .
אי''ה פלאן איך צו קריכען אויף דער בארג:
א גוטע וואך!
שלום שלום לרחוק ולקרוב...
כ'בין צוריקגעקומען פון וואקאציע, בשעה טובה ומוצלחת.
און יא, סקאטלאנד איז טאקע צוריקגעבליבן, לכל הפחות גרויסע חלקים דערפון.
אבער דערפאר טאקע איז עס זייער שיין, אזויווי דער מענטש האט נישט צופיל צוגערירט צום נאטור, און גרויסע טיילן דערפון זענען ממש פון ששת ימי בראשית, אן קיין שינו.
עכ''פ, טעלעוויזיע האבן זיי יא, אבער היינטיגע צייטן איז עס שוין מער ווייניגער אלטמאדיש.
כתיבה וחתימה טובה.
און א גוט געבענטשט יאר, פאר אלע אידן איבער די וועלט.