קול קורא שביטל מקצתו בטל כולו.)
דער האט געמאכט א ביטערן טעות. ווייל לא די אז ער האט נישט פארמאכט זיין האט ליין איז ער נאך ארויסגעקומען מיט אומזיסטיגע פירסום און אדוועטייזמענט מקצה העולם ועד קצהו. און די רבנים האבען שוין אויסגעשאסען זייער לעצטע באמבע. און מער קענען זיי שוין גארנישט טון און ער וועט ווייטער קענען רעדן וויפיעל ער וויל..
האט דען א צעטל אדער א קול קורא בכלל אמאל געהאלפן.
ווען עס איז ארויסגעקומען דער זייגער און מען האט אין א שול אויפגעהאנגען א זייגער.
איז דא א קול קורא און א איסור חמור פון פופציג רבנים אז מען טאר אין אזא שול נישט דאווענען . האט דאס דען געהאלפן.
און דער באקאנטער איסור חמור קעגן מאכען א מייידל סקול בכל אופן שהוא זאת התורה לא תהא מוחלפת ..האט דען געהאלפן
און קאשויער רב'ס ז"ל איסור מיט פערציג גדולי הרבנים קעגן פרויען און מיידלעך ארבעטין אין א אפיס .(נישט מכח יחוד) האט דען געהאלפן אפילו אין סאטמארער אפיס ארבעטין דאך פרויען.
און ווען עס איז ארויסגעקומען א הארבער איסור צו מאכען א פילטער אין אפילו אין א מענער מקוה. איז דען דא איין מקוה וואס האט נישט קיין פילטער . אפשר אין ראדני סטריט. אלע רבנים האבען דאך אזוי שארף אונטערגעשריבן
און ווען דרייסיג רבנים בראשם מיטן רבין זי"ע האבען אונטערגעשריבען אז דער זמן מוצש"ק איז נאר נאך 72 מינוט כשיטת רבינו תם מדאורייתא. האט זיך דען רבי מאטעלע וויזניצער רבי שליט"א געמאכט צוטון פונעם קול קורא. ער איז דאך דעמאלס בשנת תשי"ד געווען סך הכל א יונגערמאן פון 31 יאר. .
איך רעד שוין נישט פון די איסורים אויף אביש שייגעץ (הגה"צ אב"ד קראלי אביו של הרה"ק רבי הערשעלע ספינקער זי"ע)
וואס איבער 40 רבנים זענען געווען אונטערגעשריבען
אדער די איסורים אויף בעלז וויא 93 רבנים זענען געווען אונטערגעשריבען אז ער איז ככל מהרסי בית ישראל ערגער וויא יוזל און שבתי צבי
אדער די איסורים קעגן ניקלסבורגער רבין אז ער איז ממש שבתי צבי
אדער די ווערטער אז הגאון ר"מ פיינשטיין איז א עם הארץ וואס מען קען עס הערן אויף די טעיפ צו רבי נתן יוסף ז"ל. נישט פון פון עטליכע סאטמארע בהמות נאר ........ וויא מען הערט אויך אז די בחורים מעגן דאס הערן און וויסן.
מען קען באקומען די טעיפ ביי ובלכתך בדרך.
אדער די הארבע איסורים קעגן די בני יואל. (בני המן)
אדער פארקערט די איסורים קעגן דעם פובליק סקול האבען דען עפעס אויסגעמאכט. האט דען דער רבי פון קרית יואל שליט"א נישט מער קיין פובליק סקול ווייל רבנים האבן געשריבן א קול קורא אז עס איז עבודה זרה ממש.
אדער אפילו דער איסור קעגן עירוב וואס רוב רבני העיר האבען מכלומערשט אונטערגעשריבען אפילו אין בארא פארק. העלפט דאס דען? אין בארא פארק טראגט דאך רוב ציבור און דא אויך ווער עס וויל טראגט ממילא אהנע שום גילטי קאונטשעס. נאך א סאך ווייניגער גילטי קאונטשעס וויא דער וואס עסט בהמה פלייש וואס קאשויער רב האט דאס געאסערט עד ביאת גואל צדק.
נאכאמאל. נאכן איסור אויף דעם געאסערטן בלאט איז דען דער בלאט בטל געווארן?
איז דען נישטא קיין זייגערס אין די שולען און בתי מדרשים?
איז דען נישטא קיין פילטערס אין די מקוואות?
איז דען נישטא קיין מיידל סקולס?
האלט דען וויזניץ און ווין שיטת רבינו תם אפילו מוצש"ק?
איז אביש שייגעץ געבליבן א שייגעץ?
איז בעלז געווארן אויס. אדער האבען זיי זיך אפגעשניטן בארד און פאות און אויסגעטון די שטריימלעך ח"ו?
האט ניקלשבורגער רבי אויפגעהערט צו פירן רעביסטעווע וועגען די אלע קול קוראס?
איז רבי משה פיינשטיין פארבליבן ביים כלל ישראל וויא א אויסגעשפילטער עם הארץ אדער מגדולי האומה א רשכבה"ג?
זענען די בני יואל געווארן אויס. אדער זיי האבען פארמאכט זייערע מוסדות ווייל עס איז געווען א איסור און א שטארקער טעראר קעגן זיי?
איז דען נישטא מער קיין פובליק סקול אין קרית יואל. ? און איז דען דער וויזניצער רבי שליט"א נישט געקומען צו די חתונות פון זיין נעפיו קרית יואל סאטמארער רבי אפילו ער האט געשריגען און אונטערגעשריבען אז ער איז א עובד עבודה זרה ממש.
צו ווייל עטליכע רבנים האבען געהייסן מאכען א ברכה לבטלה מיטן מאכען עירוב חצירות וועגן פאליטיק צוועקן . איז דען כלל ישראל משוגע צו זינדיגן און מוציא זיין שם שמים לבטלה. וועגן א פאר רבנים ווילן שפילען פאליטיק
איז דען נישטא גענוג טראגערס יעדע וואך. און ווען נישט די משוגענע געשרייעכצער וואלט דאך די גאס געווען פול מיט טראגערס. אף על פי עס דא א געפערליכער איסור מיט א קול קורא.
נו! וואס העלפט דען א קול קורא?
בפרט אז דער גאנצער קול קורא שפילט ארום פאליטיק שפיעל. . די וואלף מיט די שעפעלע מיט די קעז קענען נישט זיין צוזאמען.
חדלו הרע. שרייט דער נביא ענדערש הערטץ אויף צו טון שלעכטע מעשים. אשרו חמוץ זייטס מחזק דעם בארויבטן די אומנשולדיגע שעפעלעך וואס די באנדיטן האבען מטמא געווען לא עלינו . נישט אשרו חומץ. ח"ו צו געבן כח פארן רויבער . און פארשווייגן זיינע עוולות. השם ישמרנו מדעות נפסדות כאלו. ונזכה להתגלות כבוד שמים עלינו במהרה אמן