געספוילטע קרית יואלער אידן האבן ליב צו קאמפלעינען
96 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2419751
אין דעם אשכול לאמיר אנאליזירן די געספוילטע קרית יואלער אידן וועלכע זענען קיינמאל נישט צופרידן און האבן נאר ליב צו קאמפלעינען. די אידן דארט האבן כל טוב וטוב, עס פעלט זיי נישט גארנישט, עכ"פ קעגן וואס אנדערע אידן אין ניו יארק האבן, אבער אלעמאל שעלטן זיי און פארפירן אז דער מצב ביי זיי איז געפערליך.
אפשר ווייסט איינער פארוואס די קרית יואל'ער אידן האלטן אז עס קומט זיך פאר זיי די וועלט?
לאמיר זיי דערציילן וויאזוי דער מצב איז ביי אונז אין וויליאמסבורג, בארא פארק און מאנסי און זיי דערציילן אז זיי לעבן אין א חלום, אין א גן עדן, וואס זיי קענען זיך נאך איין טאג פארלירן.
לאמיר זיי דערציילן אז ביי אונז אין די אנדערע אידישע געגנטער וואוינט מען אין פיצעלע לעכער, מען צאלט אוועק די הויזן פאר יעדע איינציגסטע זאך, א ריזיגער פראצענט עולם אין וויליאמסבורג און אין בארא פארק קען זיך ניטאמאל עפארדן א קאר, בשעת דארט אין קרית יואל האט כמעט יעדער איינציגסטער יונגערמאן א קאר. זיי האבן נישט די אלע ריזיגע הוצאות וואס אונז האב מיר. זיי באקומען קיינמאל נישט קיין פארקינג טיקעט, אפילו אויב זיי פארקן איליגעל, און אויב קומט א פאליסמאן אמאל אריין אין שטעטל און טיילט טיקעטס (וואס ביי אונז אידן אין אנדערע געגנטער איז עס א טעגליכע ערשיינונג) שרייט מען אז דער פאליסמאן איז אן אנטיסעמיט אדער די ווילידזש איז שולדיג.
די מינדעסטע פראבלעם א קרית יואלער איד האט לויפט ער תיכף ארויף אין ווילידזש אפיס און ער מאכט קולות (אין אידיש) צי דער ווילידזש איז יא אדער נישט מחויב אים צו העלפן, און זיינע וואונטשן ווערן תיכף נאכגעגעבן.
איבער'ן גאנצן שטעטל טוט זיך מעכטיגע פראיעקטן, מען בויט אלעמאל איבער די ראודס און די סיידוואקס, און די ווילידזש מוטשעט זיך ביטער ארום מיט יעדן איינעם וואס איז נישט צופרידן מיט די נייע סיידוואק וואס לויפט אריבער זיין פראפערטי, און די ווילידזש שטעלט צו בחנם פאר די אלע מענטשן וואס זיי ווילן, ביימער, געיטס, גארבידזש הייזער, פארקינג לאטס. אלעס באצאלט דורכ'ן רייכן פעטער (אין אן אנדערע געגנט זאל זיך איינער וואגן צו בעטן די אלע זאכן אלס קאמפענסעישאן פאר'ן לאזן בויען א סיידוואק אדער ראוד אין פראנט פון זיין הויז, ער וועט כאפן אזא קאפע ארויס). די קרית יואלער אידן האבן א ווילידזש וואס זארגט זיך כסדר וויאזוי צו צופרידנשטעלן דעם עולם.
און די קרית יואלער אידן ווען זיי האבן באקומען עפעס פון די ווילידזש ווייסן אפילו נישט אז זיי האבן עפעס באקומען. זיי מיינען אז עס קומט זיך זיי. well, ברענגטס זיי קיין וויליאמסבורג, בארא פארק און מאנסי. לאמיר זיי ווייזן אז אונז באקום מיר ניטאמאל דאס וואס ס'קומט זיך אונז באמת.
די ריעל עסטעיט פרייזן אין קרית יואל זענען ביליגער ווי ערגעץ אנדערש, די רענט פרייזן זענען שפאט ביליג, מען בויט הייזער אין יעדן לעכל וואס לאזט זיך נאר (סאך א גרעסערע סופליי ווי דער דימענד וואס איז דא) און די קרית יואלער אידן קאמפלעינען נאך אלץ. דערצו לעבן זיי זיך אלע אין פאלאצן מיט ריזיגע צימערן, דיינינג רומס, טוי רומס, פארטשעס א.א.וו.
יעצט קומען די וואלן אין קרית יואל, און מיר אלע סאטמארע חסידים ארום די וועלט זענען שרעקליך נערוועז איבער דעם אויסגאנג, אונז ציטער מיר צו פארלירן דעם ביה"ח און אונז זארג מיר זיך איבער פארלירן די וואלן אינעם ארט וואו דער רבי שליט"א וואוינט, אלעס צוליב אפאר געספוילטע אידן וועלכע זענען אומצופרידן און פלאנען צו בלייבן אינדערהיים
מיט אפאר חדשים צוריק איז פארגעקומען וואלן אין מאנסי און טויזנטער אידן זענען ארויסגעקומען שטימען פאר'ן זעלבן קאנדידאט, קיינער האט נישט געשטימט קעגן, כאטש מאנסיער אידן האבן שמאלע צעבראכענע סיידוואקס, צעשפאלטענע ראודס, שווערע טרעפיק, העכסטע שטייערן אינעם געגנט, די פרייזן פון דירות זענען משוגע הויך, סיי צו קויפן און סיי צו רענטן, די פאליס טיילט טיקעטס. אויב האט איינער א פראבלעם קען ער גיין רעדן צום לאמפ. אויב איינער וועט אים שוין יא העלפן וועט ער נאר באקומען דעם מינימום.
וואלט דאך געווען זייער פשוט צו ערווארטן אז די קרית יואלער אידן זאלן אלע ארויסקומען און שטימען אין די מאסן, ווען זיי לעקן האניג און עס פעלט זיי גארנישט, נאכדערצו איינער וואס איז אן אהרוני, וואס דאן באקומט ער בעסערע באהאנדלונג פון די ווילידזש באאמטע. אבער ניין, מען דארף זיי ארויסברענגען מיט צוואנגען, און דערצו זענען דא די פיינע אידן אזוי ווי יענעם - א גרויסן חסיד - וועלכער האט דאס לעצטע מאל געהייסן פאר זיינע קינדער נישט ארויסצוגיין שטימען, ווייל ער האט געוואלט שיקן א מעסעדזש פאר איינעם אין קהל. פאר די אידן לאמיר אלע זאגן, טאנצן חסדי ה' אין ראדני איז טאקע זייער א חשוב'ע זאך, אבער געווינען די וואלן אין קרית יואל איז סאך וויכטיגער.
נישט די ווילידזש איז אויפ'ן וואגשאל נאר סאטמאר. מיט'ן בלייבן אינדערהיים טוט איר אפ גאנץ סאטמאר.
יא מיר קענען
די ווערטער האט מען שוין געהערט אמאל אין די אידישע היסטארי איך ווייס נישט פינקטליך
(ווער עס ווייסט בעסער זאל מיר ביטע פארעכטן)
אבער עס איז זייער אינטערעסאנט עס איז אמאל געווען א גרופע וואס האבן זיך גערופן די "קענערס"
איינע פון די גדולי הרבנים האבן זיך אנגערופן יא זיי קענען טרעטן אויף די תורה
יא זיי קענען עובר זיין אויף אלע עבירות
יא מיר קענען מסרן - יא מיר קענען שלאגן - יא מיר קענען גנב'ענען ועוד
יא מיר קענען נאך איין זאך זייער גוט יענער איז די שלעגערס יענער מסרט יענער גנב'עט
ב"ה אונז קען מיר נישט אונז האב מיר א תורה וואס ער לאזט אונז נישט טוהן די אלע זאכן
yes we can
עטץ קענטסט טרעטן אויף די תורה מיר קענען נישט
תוקן על ידי ענטפער ב- 29/05/2008 21:02:04
הער אויף צו פארדרייען א קאפ פאר'ן עולם.
דו מאכסט שוין צופיל קאפוויי דא. אויב וועסט נישט אויפהערן וועל איך דיך חוסם זיין - דער מנהל
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 29/05/2008 21:26:25
איך האב גערעדט צו אפאר פון מיינע חברים ביי אונז אין מאנסי. אויב מען פארלירט די וואלן בלייבן מיר שבועות אינדערהיים.
און כ'מיין אז ס'איז געקומען די צייט דער רבי זאל זיך אוועקציען פון מאנרא מיט די אלע אומפארגינערס וואס וואוינען דארט, און מופן ערגעץ אנדערש.
אפילו ביי אונז אין מאנסי וועט מען אים באהאנדלען ווי א מלך.
קוקט אהער וואס מען האט דא געטאן מיט אונז מאנסיער אידן. אזויפיל אידן זענען ארויסגעקומען וואוטן קעגן העכערן טעקסעס און מען האט זיך פשוט און גראד אנגעפיפן אויף אונז.
איך בין זיכער אז ווען די קרית יואל'ער וואלטן דא געוואוינט וואלטן זיי אויפגעגעבן אויפ'ן נייעם בית המדרש און תלמוד תורה בילדינג, ביי 13 מאנסי בלווד. און עס איבערגעגעבן פאר די חיימשונים, כדי נקמה צו נעמען אין די סקול באורד...
יא, אזוי קוקן די קרית יואל'ער אידן אויס מיט'ן אויפגעבן אויף אזא מעכטיגן אפאראט ווי דעם ווילידזש און עס איבערגעבן פאר די זאליס, כדי נקמה צו נעמען אין עפעס א ראש הקהל, וואס לעבט אין שלעכטע באציאונגען מיט די ווילידזש.
איך וויל פרעגן עפעס אנדערש.
זינט ווען דארף מען ערוויילן אלץ די זעלבע כאפטע, יעדעס יאר נאכאמאל.
האט נישט מאיר הירש געהאט זיינע רוצחי'שע לאפעס אויפן שטעטל 20 יאר,. איז נישט צייט פאר א טשעינזש?
האט נישט אברהם ווידער געהאט זיינע 20 יאר. איז נישט צייט פאר א טשעינזש?
האט נישט גדלי' סעגעדין געהאט זיינע 15 יאר פון די כעלמער פירערשאפט. איז נישט צייט פאר א טשעינזש?
פארוואס פארשטייען נישט די דעפרעסטע ארונים אז זייער צייט איז געקומען צו פליען פון דארט ווי די הונט? יא ווי די הונט, גענוג איז גענוג.
פארוואס טרעטן נישט די רוצחישע רעזשים אפ, און לאזט אזא טייערן איד ווי ר' ישראל בער האלצער אמאל געווינען, אדער ר' שלמה פעדער געווינען?
פארוואס מוז אלעמאל דער מאנראער רבי הר' אהרן טייטלבוים און זיינע אגענטן מאניפולירן די עלעקשאנס?
פארוואס איז נשיט צייט אראפצוווארפען דעם רעזשים איינמאל פאר אלעמאל.
האט נישט אברהם ווידער געהאט זיינע דרייסיג יאר. איז נישט צייט פאר א טשעינזש?
דער בלאט מאכט א גיטן דשאב
תושבי קרית יואל געדענקט: דאס איז נישט קיין לאקאלע וואלן איבער "לאקאלע אישוס",
די וואלן זענען בפועל א רעפערענדום איבער דעם ווייטערדיגען ההשפעה פון "סאטמאר"
בכל אתר ואתר! ניצט יעצט התבוננות כדי נישט צו זיין שפעטער א צועק לשעבר!
וואס זענט איר אזוי ווילד דא? איר זענט דרויסענדיגע זאגט איר, און לויט אייך איז אלעס די בעסטע וואס שייך, אזוי זאגט איר, טענה'ט דער קרית יואל'ער איד אז נישט, ער האט טענות, בעבישע טענות צי נישט בעבישע טענות, ער האט טענות. דו ביסט דאך א דרויסנדיגער, וואס ווייסטו? ער איז פארווייטאגט צוליב א סיבה, ער איז בארעכטיגט.
און דער עיקר, דא רעדט מען בלויז פון טראסטי וואלן, אפילו אויב זאלן מען פארלירן פארלירט מען נישט די מערהייט אינעם ווילידזש, עס וועט נישט שאטן אויף קיין שום פאקטישע זאך, יעדע געזעץ לטובתינו וועט אדורך גיין.
די וואלן איז א פריוואטע קרית יואל'ער זאך, און קיין שום סאטמארער חסיד ברויך זיך נישט שפירן געטראפן אויב זאל מען דאסמאל פארלירן.
מקעין,
דו ביסט א מאנסיער, זייער פיין. זאלסטו שטימען אין מאנסי, פארוועמען עס שמעקט דיר.
קרית יואל איז ליידער נישט מאנסי.
דא ליידן מיר פון א גרופע רוצחים וועלכע פירן א נאצי רעזשים, און עס איז די צייט זיי אראפצווארפען, ווי עס וועט אי"ה פאסירן דעם קומענדיגן מיטוואך הבעל"ט.
שבועות קענסטו אי"ה קומען צו מיר אויף קידוש אין קרית יואל. איך וועל דיר אויפנעמען בסבר פנים יפות.
געדענקט: דאס איז א רעפערענדום איבער די רשעות פון די לעצטע 23 יאר רשעות פון דעם הולך בערכאות, זינט ער האט זיך אליין געמאכט רב דאהי אין שטעטל.
בערעלע פרידמאן
איצי ראזענבערג
אהרן וועלץ
ארי' לייב גלאנץ
איר וועט אי"ה אלע האבן דעם זעלבן שווארצן סוף ווי אייערע כאוויירעם פון קרית יואל.
הירש
סעגעדין
עקשטיין
ווידער
מיט אייער פירער/פארפירער דער הולך בערכאות העולמי !
אין ווי איינער האט דא פריער געשריבן:
YES WE CAN
תושבי קרית יואל געדענקט: דאס איז נישט קיין לאקאלע וואלן איבער "לאקאלע אישוס",
די וואלן זענען בפועל א רעפערענדום איבער דעם ווייטערדיגען ההשפעה פון "סאטמאר"
בכל אתר ואתר! ניצט יעצט התבוננות כדי נישט צו זיין שפעטער א צועק לשעבר!
פרייליך, אמת
די וואלן איז א רעפערענדום איבער די רשעות פון די לעצטע 23 יאר רשעות פון דעם הולך בערכאות, זינט ער האט זיך אליין געמאכט רב דאהי אין שטעטל.
א רעפערענדום צי די כעלמער סעגעדין / הירש פירערשאפט מעג נאך אנפירן זייער רשעות'דיגע רעזשים
ס'איז נישט נאר לאקאלע וואלן - ווייל ס'וועט אי"ה האבן אן עפעקט איבעראל בעזר הבורא.
ס'וועט זיך אי"ה שפירן פון קרית יואל ביז בני ברק.
YES WE CA
אמת, דער בלאט מאכט א גוטן דזשאב.
דאס ערשטע מאל וואס אהרן וועלץ איז מודה אז אן די לעגאלע הילף פון קרית יואל (ווילעדזש) וואלט ער שוין היינט נישט געווען אין אפיס פון די מוסדות.
דאס ערשטע מאל וואס בערל פריעדמצאן מיט איצי ראזענבערג זענען מודה אז נאר מיט די קאנעקשאענס (עיין ערך ראזענוואסער וד"ל) פון קרית יואל (ווילעדזש) זענען זיי אנגעקומען (אפילו נאר אויף קורצטערמיניגע זאכן) וואו זיי זענען אנגעקומען.
און בלויז פאר דעם אליינס דאס צו לייענען שווארץ אויף ווייס האט זיך געלוינט די וואלן.
דאס איז ווערד פיל מער ווי 2 טראסטיס...
גערשל, די אידן וואס האבן דאס געשריבן זענען טאקע נישט קיין קרית יואל'ער איינוואוינער אבער קיין סוד וואס דארט טוט זיך איז אויך נישט.
דער איד איז דיר זייער שיין מסביר, ער פארשטייט אז די ביסט - משום איזה סיבה שהוא - אנגעוייטאגט, דאס וויל ער דיר טאקע ארויסברענגען, איר איינוואוינער פון קרית יואל, איר באקומט אלעס אויף א גאלדענעם טאץ, איר האט נישט קיין איינע פון די פראבלעמען וואס סיי וועלעכער ווילידזש און סיטי טיילט אויס פאר זייערע איינוואוינער.
די פרייזן פון אייערע דירות זענען די ביליגסטע אין די אידישע מארקעט. די סערוויסעס וואס די ווילידזש שטעלט צו דערגרייכט אסאך העכער ווי סיי וועלעכער שטאטישער אפיס. דעריבער אויב זענט איר נישט צופרידן מיט עפעס איז עס בלויז צוליב איין סיבה, איר האט זייער א רואיג לעבן און אסאך צייט צו קלערן.
צו דעם קומט צו אז איר האט געמאכט א מישמאש פון קהל מיט די ווילידזש און איר גייט יעצט אריינברענגען זאלי'ס אין דער ווילידזש אפיס בלויז צוליב די פאלגענדע סיבות:
1) ס'איז נישטא קיין נארמאלע בעל קורא יעדע וואך שבת.
2) מ'טאר נישט הענגען קיין צעטעלך גרעסער ווי 11X17
3) מ'האט גע'פסל'ט ליסטע ד' ביי די קהל'ישע וואלן.
4) מאיר הירש בעט א חלק שותפות אין המספיק.
5) וועד הצניעות איז זייער שטרענג געווען אין עטליכע אומשטענדן.
6) שבת אחים קוקט צו שטארק נאך יעדן אינגערמאן
7) כהנה וכהנה רבות......
תושבי קרית יואל. זאלט איר כאטש וויסן וואס די אישו'ס זענען. נעמט מיט די ליסטע אין שטום-בודקע און שטומט פאר דער וואס וועט לאזן ארויסהענגען גרעסערע צעטלעך ווי 11X17
לעבעדיגער
די ליסטע איז לאנג פארוואס עס זענען פאראן מענטשן וואס רעדן זיך אפ.
אבער איין זאך זאלסטו אונז נישט פארדרייען דעם קאפ:
עס איז קלאר ווי דער טאג אז דער אהרונישער קהל מיט'ן ווילידזש זענען היינו הך!
דער ווילידזש פירט זיך נישט לויטן ווילן פון די וויילער, נאר לויטן ווילן פון עקשטיין, הירש און די איבריגע אויבערחכמים.
גערשל ווילסטו זעהן אזא ארטיקעל אין די נייעס זאל זיין אויף ק"י יא אדער ניין?
East Ramapo votes an austerity budget that raises taxes 10 percent
Randi Weiner
The Journal News
SPRING VALLEY - The East Ramapo Board of Education narrowly approved an austerity budget last night - after nearly two hours of heated pleas from a standing-room-only audience - that is slightly less than the one defeated May 20 by voters.
The new $192.7 million spending plan is $721,000 less than the one voters rejected, by 3-to-1, that would have raised taxes more than 11 percent. The new budget will raise taxes about 10.3 percent and includes 24 fewer teachers.
"I have mixed feelings," said Paul Hur, 38, a district teacher and one of more than 100 people - many of them teachers - who attended the meeting at district headquarters. "It's definitely something I wouldn't say is a victory for anybody, but at this time, perhaps it's the best action that we can come up with."
East Ramapo was the only budget in Rockland voted down May 20, even though its budget-to-budget increase was below the state-determined austerity level. A decision about what to do next was discussed last week at a meeting that drew another full room of speakers and then adjourned for a week, so school board and audience members could lobby Albany for more state aid.
The money did not materialize.
Schools Superintendent Ira Oustatcher said the austerity budget he recommended would include a one-time, double-digit tax increase that would only worsen if postponed a year. He vowed to keep future tax increases and future budget-to-budget increases close to the 3 percent to 5 percent mark and agreed that next year the district would close a school to help reduce costs.
Of the 23 people who spoke before the board voted on the austerity budget, about half were people - many retired and on fixed incomes and others with a small income - who requested that the board re-examine the budget and cut more out of it. Others, worried that the board would cut programs, athletics or extracurricular activities, spoke about the importance of a balanced curriculum that provided the widest range of programs.
Those who urged the board to approve the austerity plan pointed out that the past two years' budgets included tax increases below other districts' and that the one-year double-digit increase was an anomaly that would not be repeated next year.
"I think it's great that we have this forum where anyone that's in the East Ramapo community can speak," said Ronni Kass, 49, a district employee. "It helps to air opinions and maybe get a new perspective."
At the end, after a motion to table the measure for a week was not approved, the audience waited breathlessly as board President Nathan Rothschild called for a vote on the austerity budget.
East Ramapo has a nine-member school board; five members voting in favor of the austerity budget would ensure adoption. Solomon Akerman was absent.
As board members Suzanne Young-Mercer, David Resnick, Mimi Calhoun, Stephen Price and Akiva Feinsod raised their hands in support of the austerity budget, most of those in the audience jumped to their feet cheering.
The board also agreed to raise the fees for renting its building to cover the full cost, instead of the percentage that had been charged.
Oustatcher thanked the board for its support.
מקעין, איך זע דו ביסט מקנא קרית יואל, און דו פרעגסט למה נגרע, וויל איך דיר מעלדן גוטע נייעס אז מען גייט פארקויפן גרויסע מעסערס אין דעם סאטמארן בית המדרש אויף 13 מאנסי, אז דער עולם זאל זיך קענען שטעכן אין רוקן און אזוי אפטאן דעם סקול באורד פאר'ן זיך אנפייפן אויף 6,500 מאנסיער אידן וואס האבן געשטימט קעגן דעם 11 פראצענטיגן טעקס העכערונג.
אזוי וועלן די מאנסיער אידן נישט דארפן מקנא זיין זייערע קרית יואל'ער ברידער, וואס האבן די גרויסע זכי' קומענדיגן וואך מיטוואך אריינצושטעכן א מעסער אין רוקן פון גאנץ סאטמאר, כדי אפצוטאן דוד עקשטיין.
אכטונג: גערשל איז א זאלי, נישט פירן קיין דיבעטס מיט אים.
צו מיינע געשמאקע ברידער, מיט וועמען איך רעד כמעט טעגליך, און יעדן איינציגן שבת אין קרית יואל.
עטס ווילטס יעצט ביי די וואלן שיקן א מעסעדזש פאר ר' דוד עקשטיין און נאך - דורך די ווילידזש עלעקשאנס.
פארוואס, ווייל עקשטיין און די אנדערע פארשטייען נישט אנדערש.
זאג נאר, האסטו פראבירט צו שיקן דיין מעסעדזש אן אנדערע וועג און ס'איז נישט געגאנגען:
האסט פראבירט צו מאכן א דרייוו, נישט צו צאלן קיין מעמבערשיפ און אזוי שיקן דיין פראטעסט.
האסט פראבירט צו מאכן א קאמפיין נישט צו צאלן די זיצן געלט, און אזוי מעלדן אז ס'איז נישט הפקר וועלט.
ניין. האסט נישט פראבירט, ווייל דו ווילסט האבן די EASY WAY. אן דארפן טאן גארנישט. בלויז שיקן א מעסעדזש מיט א PUSH OF A BUTTON
אבער, מיט דעם PUSH OF A BUTTON, אבער מיט'ן בלייבן אינדערהיים, שיקסטו א שלעכטן מעסעדזש פאר די מענטשן וואס ארבעטן פאר דיר - דאהי, און אין וויליאמסבורג און בארא פארק.
איך רעד צו דיר.--- און נאך אסאך יונגעלייט.
DON'T SHOOT US, מיט א שלעכטן מעסעדזש צום נישט ריכטיגן רעסיפיענט.
ווען מיר וועלן האבן פראבלעמס מיט'ן בית החיים... צו וועמען וועט מען האבן טענות?
צו גדלי' סעגעדין אדער צו דיר...
DON'T LOOSE YOUR BRAIN ביטע.
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 30/05/2008 3:18:33
האקאבו יא יא דאס ווארט "געספוילטע" איז דאס ריכטיגע ווארט צו ניצן אויף די קרית יואלער אידן
א מענטש וואס איז געספוילטע ווייסט פון איין זאך אויף די וועלט קאמפלעינען
קאמפלעינען
קאמפלעינען
קאמפלעינען
קאמפלעינען
זאל די ווילדש אויפהערן געבן פאר זיי אלעס וועט זיך די קאמפלעינען אויפהערן
די אפטיישט פון א זאלי און קורצן "מענטשן וואס קוקן אלעס מיט שווארצע גלעזער"
און אלעם וועט ער טרעפן נאר שלעכטס (אויסער ביי זיך)
זעהט אויס ס'איז אביסעל קעטשי
און דעי מחלה הייבט זיך אן אריינצוכאפן אביסעל צווישען אונז
ס'איז אמת אז קרית יואל'ער אידן פארלאנגען מער דערפאר וואס דער ווילעדזש שטייט איין אין היימישע הענט, אבער דער פאקט איז אז איר קענט נישט פארלאנגען אריינצורעדן פונדרויסן אן מיטהאלטן וואס דא גייט פאר.
פאקטיש איז דער עולם זייער אנגעווייטאגט נאך וואס דוד עקשטיין און מאיר הירש האבן געמאכט פורים פונעם עולם ביי די קהל'ישע וואלן, און די איינציגסטע פלאץ וואו מ'קען זיך אויסגעבן איז ביי די ווילעדזש וואלן, גערעכט צי נישט.
היי יאר איז די וואלן נאר פאר 2 טראסטי'ס, און די ווילעדזש בלייבט נאך אלץ געהעריג אין היימישע הענט, אזוי אז די איינציגע זאך וואס וועט געשען איז א "מעסעדזש" פאר קהל פונעם ציבור אז מ'דארף זיך רעכענען מיטן עולם ווייל ס'איז פאראיבער די צייטן ווען סאטמאר איז באשטאנען 'פון פופצן טויזנט זיצערס וואס וועלן זיצן וואו מ'וועט זיי הייסן'. במילא איז דאס בכלל נישט נוגע פאר די סאטמארע חסידים פונדרויסן וועלכע זארגן זיך איבער'ן ווילעדזש, בית החיים, וכו'.
בי אהער
-האסט פארגעסן דאס צו לייענען-| זשוליאני08 כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] |
זאג נאר, האסטו פראבירט צו שיקן דיין מעסעדזש אן אנדערע וועג און ס'איז נישט געגאנגען:
האסט פראבירט צו מאכן א דרייוו, נישט צו צאלן קיין מעמבערשיפ און אזוי שיקן דיין פראטעסט.
האסט פראבירט צו מאכן א קאמפיין נישט צו צאלן די זיצן געלט, און אזוי מעלדן אז ס'איז נישט הפקר וועלט.
ניין. האסט נישט פראבירט, ווייל דו ווילסט האבן די EASY WAY. אן דארפן טאן גארנישט. בלויז שיקן א מעסעדזש מיט א PUSH OF A BUTTON
אבער, מיט דעם PUSH OF A BUTTON, אבער מיט'ן בלייבן אינדערהיים, שיקסטו א שלעכטן מעסעדזש פאר די מענטשן וואס ארבעטן פאר דיר - דאהי, און אין וויליאמסבורג און בארא פארק.
|
|
_________________
ביז אהער
1} מאיר הירש האט גארנישט געהאט מיט די קהל'ישע וואלן
2} דאס וואס די זאגסט אז
היי יאר איז די וואלן נאר פאר 2 טראסטי'ס, און די ווילעדזש בלייבט נאך אלץ געהעריג אין היימישע הענט,
און די שרייבסט ווייטער אזוי
במילא איז דאס בכלל נישט נוגע פאר די סאטמארע חסידים פונדרויסן וועלכע זארגן זיך איבער'ן ווילעדזש, בית החיים, וכו'.
פון דעם זעה איך אז די טראכסט נישט פון נאכדעם נאר וואס ס'איז יעצט
ווען די זאלסט טראכטן וואס גייט זיין נאכדעם
וועסטו גראד כאפן אז ווען 2 נישט היימישע טראסטי'ס, וועלן זיצן און די ווילעדזש אפיס ביי יעדן מיטונג איז זיך יא דא וואס צו זארגן איבער'ן ווילעדזש, בית החיים, וכו'. וומס"ב קהל, וומס"ב מוסדות, ב"פ,מאנסי
ביי יעדע זאך וואס מ'וועט זיי וועלן העלפן ווען ס'פעלט זיךאויס וועלן צוויי פרעמדע דארט זיין און אפיס וד"ל
ביז אהער;
מיטאיינמאל פארשטייסטו שוין נישט וואס צוייי פרעמדע פאררעטער וואס קומען אריין אין דיין אפיס קענען אפטוען?
די פארשטייסט טאקע נישט וואספארא חורבן די צוויי טראסטי'ס וועלן אנמאכן אויב קומען זיי אריין אין אפיס אפילו די פארבלייסט די רוב מיט א מערהייט פון איינס????
וואספארא אויסרייד איז דאס?
די מסכים אז יעדע זאך ווואס זיי האבן זיך געשלאגן ביז היינט פינדרויסן מיט די ווילידזש איבער סיי וועלעכער אנגעלעגענהייט זאלן זיי יעצט טוען מיט 5 לויער'ס פון אינווייניג אלעס ווייל די ווילסט שיקן א מעסעדזש???
די ביסט מסכים אז די ווילידזש זאל נישט קענען ארויסהעלפן מיט די מערכה אין אינזער חסידות אין אנדערע פלעצער נישט דייקא אין די גרעניצן פון קרית יואל, וואס ווי די וויייסט אלייין דארף מען כסדר אנקומען צו זיי וד"ל, אלעס ווייל די ווילסט שיקן א מעסעדזש????
די פארשטייסט נישט אליין אז ווען די ווילידזש איז א פאראייניגטע כח קען מען ברענגען אומצאליגע פראגראמען פון וואס אלע תושבי קרת יואל האבן היינט צוטאגס הנאה, און מיטן אריינברענגען פרעמדע מענטשן דארט וועלן זיי פראבירן צו שטעלן פיסלעך אויף טריט און שריט. צו לוינט זיך דאס אלעס פאר די איינע סיבה פון נקמה, ווייל איר ווילט שיקן א מעסעדזש????
די אלע אינגעלייט זענען "סעלפיש" זיי ווילן נאר זעהן א נקמה. און זיי האבן געטראפן איין פלאץ ווי זיי קנען דאס טוען אפגעזעהן וואספארא פרייז דאס ברענגט מיט זיך. זיי גייען שפאצירן מיט ביידע פיס אין וואנט אריין אבי ווייזן אז אינז קענען טוען וואס מיר ווילן.
ווי איז ענקער שכל? זייטס נישט קיין צועקים לשעבר!
דע ארונים וויינען ווי בעביס אין זיי ווייסן אז זיי גייען פארלירן, איך ליין די בלאט אין יעדער פין די גאנצע וועלט זאגט פאר קרית יואל אנוואוינערס וויאזוי צי וועלן, בערל פרידמן, איציק רוזענבערג, מנחם גרשון לעבאוויטש, לייבעלע גלאנץ, הארטמאן מיט שיף פין מאנסי, וועלץ פין בארא פארק, יעדער האט א מיינונג אויזער דער ראש הקהל פין קרית יואל דוד עקשטיין האט אינגאנצן נישט קיין מיינונג, נישט דוד עקשטיין אין נישט מאיר הירש, נישט מרדכי לייב גליק, אין נישט דער טשיף שיע בלומענטאל, זיי האבן בכלל נישט קיין מיינונג, דינסטיג גייט זיין א מכטיגע אסיפה אין קרית יואל אין ווער גייט רעדן, בערל פריעדמאן, איציק רוזענבערג, ארי לייב גלאנץ, אין קיינער פין די גרויסע שוויצערס פין קרית יואל ווערט נישט מכובד מיט קיין דרשה, וואס מיינט איר, פארוואס?
איך האב א עצה, אשאד מיט די אסיפות, אשאד מיט די מודעות אין בלאט, איין זאך קען אייך העלפן, מאנטיג אינדערפרי זאל דוד עקשטיין רעזיגנירן אין דאס וועט אייך גאראנטירן א זיג, איז דאס צי א גרויסער קרבן?, ער איז דאך א חסיד פין ארון, דאס איז די איינציגע זאך וואס קען אייך העלפן
שחמט, טו מיר פערזענליך א טובה.
שרייב יצחק ראזענבערג, נישט איציק ראזענבערג.
יישר כח.
ביז אהער און די אלע אנדערע "נעבעכדיגע" קרית יואלער נשמות.
איינער האט עס שוין דא געשריבן און איך טו צולייגן מיין וואוט דערצו.
א גאנץ יאר הרג'ענען מיר תושבי גרעיטער ניו יארק זיך אוועק פאר קרית יואל. אויב קענט עטס נישט פאר אונז צוריקגעבן די פאר מינוט מיט'ן ארויסגיין שטימען פאר די ווילידזש דאן לאזן מיר אייך וויסן, די העק מיט ענק, וד"ל (און די נעקסטע שבועות איז אינקלודעט.)
מיר האבן צופיל גרעסערע פראבלעמען פון ענקערע קינדערישע שטותים, אז אונז זאל מיר פארשטיין אז ווייל דוד עקשטיין לאזט נישט הענגען קיין גרויסע צעטלעך אויף די ווענט פון בית המדרש מוז מען שטימען קעגן די ווילידזש.
די זאליס שטייען און שארפן זיך די ציין, אלע שונאים פון סאטמאר רייבן זיך די בייכער אז צום ערשטן מאל אין די היסטארי האבן זיי א טשענס צו געבן א גוטן דזשאך פאר (מרן ר') אהרנ'ען, און אלע אהרונים איבער די גאנצע וועלט, פון אמעריקע ביז אויסטראליע, פון ברוקלין ביז בני ברק שטייען און בלוטיגן אוועק, און שלאפן נישט רואיג ביינאכט אויס זארג אז מען וועט כאפן א געזונטן פראסק ביי די וואלן, וואס מיר סאטמארער אידן איבער די וועלט וועלן נישט קענען דורכטראגן. און דו קומסט מיט דיינע פערדישע ברידער און דו ווילסט אונז זאל מיר ענק פארשטיין פאר'ן בלייבן אינדערהיים.
בהמה איינער, לאמיר שוין זאגן אז איך וועל ענק פארשטיין, וועלן די זאליס עס פארשטיין? וועט משה לייב דייטש זיך איינהאלטן פון שרייבן א מעכטיגן זיג ארטיקל אינעם איד ווייל ער וועט אנערקענען אז ס'איז נישט עכט געווען קיין פאטש פאר'ן רבי'ן שליט"א, וויבאלד אזויפיל אהרונים זענען געבליבן אינדערהיים?
זאגט מיר, איז עפעס ראנג מיט די קרית יואלע ענווייראמענט אז אזויפיל אידן דארט זענען קראנק אויפ'ן מוח?
כדי צו געבן א דוגמא פאר אנדערע אידן וואספארא "ספוילד ברעטס" די קרית יואלער אידן זענען, לאמיך ענק פארציילן וואס ס'איז פארגעקומען היינט אין קרית יואל.
פריער קאלט מיך אן א חבר מיינער, וואס איז ב"ה פון די מעדזשאריטי נארמאלע סאטמארע חסידים אין קרית, וואס גייען שטימען פאר די היימישע ווילידזש קאנדידאטן.
זאגט ער מיר: דו ווייסט נישט ווי גערעכט דו ביסט מיט די געספוילטע קרית יואלער אידן.
היינט האט מען איבערגעפעיווט גארפיעלד ראוד. מען האלט טיף אינמיטן די ארבעט און אלעס ווערט אפגעשטעלט.
וואס גייט פאר? א איד וואס הינקעט ל"ע האט אפגעשטעלט זיין קאר אינמיטן גארפיעלד, געבלאקט דעם טרעפיק און נישט געוואלט פארן ווייטער. ער האט געזאגט אז ער לאזט נישט די ארבעט גיין ווייטער ווייל ער איז דיסעיבלד און די ווילידזש דארף אים נישט מער און נישט ווייניגער מאכן א רעמפ ארויף פון גארפיעלד ביז צו זיין הויז, אז ער זאל קענען ארויפפארן מיט זיין קאר ביז צו זיין הויז.
מען האט אים פרובירט מסביר צו זיין מיט גוטן און מיט בייזן אז ער זאל זיך רוקן, אבער בשום אופן. ער האלט נישט דערביי. נאך א שעה איז סטעיט פאליס אנגעקומען און זיי האבן אים ענדליך באוויזן צו רוקן, אבער נישט פאר ער האט צוגעזאגט אריינצוגעבן א לאוסוט קעגן ווילידזש פאר'ן נישט מאכן א רעמפ צו זיין הויז.
האט איר א ביישפיל פון די געספוילטע קרית יואלער אידן. א מעשה וואס האט היינט פאסירט.
אגב, פאר די וויליאמסבורגער, בארא פארקער און מאנסיער אידן דארף איך אפילו נישט זאגן וואס ס'וואלט פאסירט מיט איינעם וואס בלאקט דעם טרעפיק אויף א ביזי גאס, אפילו נאר פאר פינף מינוט.
תוקן על ידי האקאבו ב- 30/05/2008 2:49:10
אכטונג, ביטע זיין איינגעהאלטן און נישט נוצן קיין שארפע לשונות צו אטאקירן פריוואט אנדערע חברים.
איך האב געפרעגט א קרית יואלער איד נעכטן, איך פארשטיי באמת נישט, ווי אזוי פאר א גוט יאר, גייסטו שיקן א מעסעדזש פאר דוד עקשטיין אדער מ.ל. גליק דורך וואוטן קעגן די ווילידזש קאנדידאטן וועלכע זענען גאר אן אנדערע גרופע, און אפילו שטילע שונאים פאר דוד און מ.ל.?
זאגט ער מיר, פארפאלן, עס איז נישט דא קיין ברירה, קעגן זיי קען איך נישט וואוטן, מוז איך וואוטן קעגן די ווילידזש קאנדידאטן.
האט ער מיך דערמאנט א מעשה,
א פרוי האט פארלוירן איר רינגל און דער מאן זעהט ווי זי זוכט עס אין דיינונג רום, זי שוויצט און בייגט זיך אראפ און קען זיך קוים כאפן דעם אטעם, זוכט מיט אלע כוחות
פרעגט איר דער מאן, איך פארשטיי נישט די האסט דאך פארלוירן דעם רינגל אין בעדרום, וואס האסטו פון זוכן אין דיינונג רום?
ענטפערט זי, וואס זאל איך טון, אין בעדרום איז נישט דא קיין לעקטער, מוז איך זוכן דא...
רבי יונה, די וויץ איז גוט. פארפאלען. אבער די דוגמא דערצו איז נאך בעסער!
וועסט פרעגן א קרית יואל'ער אינגערמאן, די ווילידזש האט דיר עפעס שלעכט געטוען? ער האט דיר עפעס נישט צוגעשטעלט? וועט ער דיר ענטפערען, ניין, אלעס איז זייער פיין און וואויל, אבער דוד עקשטיין איז נישט גוט.
דוד עקשטיין איז א אנגעשטעלטער אין די ווילידזש? ניין. אבער ער האט גע'פסל'ט ליסטע ד' ביי קהל'ס וואלן וועל איך שטימען דא קעגן משה גאלדשטיין אין יענקל פריינד.
יא, אבער די חכם, וועסטאך גארנישט אויפטוען, דוד עקשטיין פארבלייבט דאך ווייטער ראש הקהל. יא, אבער איך וויל שיקן א מעסעדזש.
דאס איז דער הויפט תירוץ, איך וויל שיקן א מעסעדזש פאר קהל דורך די ווילידזש וואלן.
איז לאמיר שטייטלעך מאכן א סך הכל וואס דער אינגערמאן וויל און וואס ער טוט.
ער וויל זיך אפרעכענען מיט דוד עקשטיין פארן פסל'ן ליסטע ד' ביי די קהלישע וואלן נעמט ער די ווילידזש וואלן פאר א ציל ברעט און גייט נישט גיין שטימען פאר קיינעם און דאדורך דעם אריינברענגען צוויי זאלי'ס, די גרעסטע שונאים פאר אינזער קהלה און מוסדות זיי זאלן שטיין אויף די העכסטע ערטער אין אינזער ווילידזש, אבער אין די זעלבע צייט גייט דוד עקשטיין ווייטער זיין בעה"ב אויף קהל, ער גייט ווייטער פירן וועד הצניעות פונקט ווי ביז היינט, נישט קיין חילוק ווער דער טראסטי איז.
דער וואס דארף כאפן די מעסעדזש - זאג איך ענק קלאר - וועט נישט כאפן די מעסעדזש, ער פארבלייבט ווייטער אויף זיין פאזיציע נישט קיין חילוק צו איר גייט שטימען צו נישט.
די מעסעדזש וועלן כאפן בלויז ענק, די איינוואוינער פון שטעטל וואס וועלן זעהן וואספארא ציפקע צרות די צוויי וועלן ענק אויסטיילן.
די מעסעדזש וועלן כאפן די זאלי'ס אז ביי די קומענדיגע מעיאר וואלן זיי זיי אויך א ברייטער מחותן און קעען דארט אויך געווינען.
די מעסעדזש וועלן כאפן די געטרייע ווילידזש פירער וואס על אף זיי האבן זיך אוועקגעגבן פאר די איינוואוינער ווילן אבער דא געציילטע אינגעלייט דורך זיי שיקן א מעסעדזש פאר קהל און א כפרה די אלטע געטרייע ארבייטער.
די מעסעדזש וועלן כאפן די קהלה פירער פון איבער די וועלט אז עס זענען דא צווישן אינז עטליכע הונדערט פאררעטער וואס וויפיל מ'טוט פאר זיי גיבן זיי דאס צוריק.
די מעסעדזש וועלן כאפן טויזענטער חסידים, אנשי שלומינו פון איבער די גארער וועלט אז די קרית יואל'ע אידן האבן זיי אריינגעשטאכן א מעסער אין רוקן. היל"ת.
טראכט אריין פאר איר טוט עפעס!
רבי יונה מיט האקאבו וואס האלט איר אז נאך ווען איר פארלירט אי"ה די וואלן וועט דוד באקומען די מעסעטש צו נישט, איך בין זיכער אז נעקסטע יאר ביי די מיעאר וואוטס וועט דוד עקשטיין נישט זיין דער ראש הקהל אין מרדכי לייב וועט נישט זיין גבאי, זיי וועלן מער נישט טעראריזירן דעם עולם, איי וועלן זיי שנעל באקימן די מעסעטש, דוד עקלשטיין וועט מער נישט שפילן פאליטיק מיט נפטרים אזויווי ביי ר' משה טייטלבוים ע"ה, איך האב נאך א עיצה פאר אייך ספוילטע ארונים, דוד עקשטיין זאל לייגן אייערע טראסטיס אויף ביידע ליינס אזוי ווי ער האט זיך גישטעלט אויף אלע ליסטעס דאן וועט איר זיכער גיווינען, זאגט א יישר כוח פאר מיינע גיטע עיצות.
שלום עליכם טייערע פריינד, שוין לאנג נישט דא געווען...
איך עפן אויף היינט צופרי הייד פארק זעה איך א גאנצע מהפיכה, די סאטמארע אידען די בכל אתר ואתר טעהנ'ן זיך ארום מיט אפאר יחידים פון ק"י איבער די וואלען.
מיך אלס ק"י איינוואוינער האט אביסעל געבאדערט אז ס'קומען זיך אן מענטשען פון די פרעמד און זיי טיילען אונז איין וואס צו טון,
און זיי שעמען זיך נישט צו שרייבען אז זיי טוען עס פאר קנאה דזשעלעסי, יא... זיי זענען פשוט דזשעלאס אז אונז האמיר א שענערע הויז פון זיי, און ווייל דעם זאל איך ק"י'ער טוען ווי אזוי אים שמעקט.
איך פארשטיי אז ס'איז דא געוויסע אינגעלייט אין ק"י וואס זענען נישט צופרידען פון די ווירטשאפט אין ק"י, אבער עפ"י רוב איז דאס פון די קהל'ישע ווירטשאפט נישט פון די ווילעדזש ווירטשאפט,
און יעצט טענה'ן די אידען אז ס'איז דא א טשענס צו שיקען א מעסעדזש וועל איך עס אויסנוצען, איי... וואס האט די ווילעדזש מיט קהל???
נאר אזוי ווי ר' מאיר הירש האט אונז גוט צוגעפיקסט מיט זיין "מעולם לא חתמתי" זאל ער זיין די כפרה הינדעל.
איז אזוי..
אמת טאקע אז ר' מ. ה. האט אונז גוט צוגעפיקסט ביי די קהל'ישע וואלען במישרים או בעקופין, אבער מיינט דעיס אז וועגן דעים קומט זיך אים טויט שטראף???
אם תמצא לומר אז יא, ס'איז גענוג א גרויסע עבירה אז ער זאל פארדעם באקומען 2 דערנער אין אויג, וואס האט ר' אברהם ווידער , ר' יעקג פריינד, ר' משה גאלדשטיין, ר' גדלי' סעגעדין געטון אז זיי זאלען ליידען.
אם תמצא לומר אז יא, זיי האבען אלע געקענט אפשטעלען ר' דוד עקשטיין'ען פון מאכען אזוי פורים פונעם עולם, וואס האבען די אלע אנדערע ראשי קהלה פון איבער גרעיטער נ.י. און פון בכל קצבי תבל חוטא געווען אז מ'זאל זיי אריינשטעכען א מעסער און רודקען???
אם תמצא לומר אז ס'דארף זיי נישט אנגיין וואס דא טוט זיך, פארוואס קומט זיך דאס פאר כ"ק אדמו"ר שליט"א אז אלע זיינע שונאים זאלען טאנצען אין די גאסען???
הצד השוה שבהן...
מיט'ן נישט ארויסקומען וואוטען שיקט מען זייער א שלעכטן מעסעדזש פאר אלע איבערגעגעבענע עסקנים.
מיט'ן נישט ארויסקומען וואוטען בלייבט ר' דוד עקשטיין נאך אלס ראש הקהל נאך מיט א גרעסערע פאוער וד"ל
מיט'ן נישט ארויסקומען וואוטען איז מען מצער דעם רבי'ן שליט"א וואס ער געט זיך אוועק זיין לעבן פאר אונז חסידים.
מיט'ן נישט ארויסקומען וואוטען וועסטו... די אליין... זיך שעמען ארויסגיין אויפ'ן גאס פאר א שטיק צייט.
מיט'ן נישט ארויסקומען וואוטען און די אנדערע 2 וועלן ח"ו געוואונען, האט מען א חלק אין די אלע מעשי רשע וואס זיי טוען און וועלן אפטוען.
אלזא טייערע פריינד...
לאמיר לייגען אונזערע דיפערענצען, מיינונגס פארשידענהייטען, שנאה, קנאה, האס, אין א זייט און יא ארויסקומען שטימען פאר
הרה"ח ר' יעקב ישראל פריינד ני"ו
הרה"ח ר' משה גאלדשטיין ני"ו
פאר ווילידזש טראסטי, קומענדיגען מיטוואך אין זאל פון קרן ויואל משה.
אוי בוי באם, אוי בוי באם, זייער זייער פיין אין שיין ארויס געברענגט.
זייער זאכליך, אבער מיר באדערט דאס שוין לאנג םפארוואס דאררף דאס בכלל זיין א אישו? זענען די קרית יואלער אידן נאך אלס אזוי אראפ געביגעלט ווי אמאל?
איך האב געמיינט אז היינט האבן זיי שוין אביסעלע מער שכל...
א'קעי יצעט קומען זאגן אז האקאבו, מיט יונה, מיט זשוליאני האבן גוט געזאגט? שכח! א אלטער מעשה אז דאס איז די אמת, אין נאכאמאל עס איז נישט דא אפילו א קלער פארקערט.
וואס מיר איז נאר אינטערעסאנט אז אפאר ראציגע יונגען שרייבן דא אזוי: עעעםם מיש דיך נישט אריין וויילקיינער ווייסט נישט וואס טוט זיך אין ק"י, יא יא ענק ווייסן ניטש אלעס,
קאם אן! זענט עטץ טאקע פינעף יעריגע קינדער וואס מען שפילט אין הויף א גאנצן טאג אין נאכמיטאג ייט מען צום מלמד זיך אויסטאנען ווער עס האט געכאפט די פאסיג ביי "כל הקהל הקודש"?
וואס רעדט עטס שטותים? מווייסט נישט וואס דארט גייט פאר? עס איז עפעשס פארשטעקטע סודות, וואס עס טוט יך אין ק"י?
וואס עס טוט זיך?
א שטאט וואס בליעט קע"ה, א שיינער שטאט ברוחניות בגשמיות, מענטשען האבן אלעס מען איז צופרידן, ואוס דרייט עטס א קאפ?
אריינרוקן אפאר נאראנישע יודן איז די אקט פאר יעצט, ריכטיג? שוטים!
דער האלצערנע/פערד (האלצער/פעדער) איז יעצט די נקמה?
מ.ה. שוין 23 יאר וואס? יא יא! 23 יאר ואס ער ארבעט פאר דיר אין ער שטרענגט זיך אן פאר דיר!
קוק צוריק וואס ער האט געטאן, קוק צוריק וואס מען האט אויפגעשטעלט א שיינעם ישוב, קוק צוריק וועמענס קרעדיט דאס איז.
נוצט אמאל ענקער שכל, נאראנים!
כ'האב געטראפען היינט איינעם וואס מ'האט געזאגט אויף אים אז ער וועט נישט שטימען, פרעג איך אים, "איך הער אז די גייסט נישט שטימען, פארוואס נישט?"
זאגט ער מיר, "אוודאי גיי איך שטימען!!! אז איינער וויל מיר אראפרייסען א פינגער זאל איך מיר פארדעם אליינס אראפרייסען מיין האנט???..."
אויב איך מעג ביטע נאר פרעגן איין פראגע.
וואו זענט איר געווען ביז יעצט? נישט דייקא איר, נאר וואו זענען געווען די געטרייע פירער ביז יעצט? קרית יואלע אידן האבן שוין טענות עטליכע יאר, קרית יואלער אידן רעדן שוין פון נישט גיין שטימען צוויי חדשים, און די אלע ביי וועמען דער 'כבוד פון סאטמאר' איז אזוי טייער האבן נישט געשפירט פאר וויכטיג צו טון עפעס צו פיקסן דעם פראבלעם.
פלוצלינג א וואך פאר די וואלן הייבט מען אן מיט א ויצעקו, מען שרייט, 'סאטמאר'! דער כבוד פון סאטמאר איז אויפן וואגשאל! דאס האט איר ביז יעצט אויך געוואוסט, דאס האט איר געוואוסט ביי די אלע מהפכות וואס זענען פארגעקומען אין לעצטע פאר יאר אויך. דאס האט איר געוואוסט בייי די קהל וואלן אויך. דאס האט איר געוואוסט ביי 'מעולם לא חתמתו' אויך, דאס האט איר געוואוסט אין די לעצטע צוויי חדשים אויך, וואו זענט איר געווען? פארוואס האט איר נישט פרובירט ביז יעצט עפעס צו טון? פארוואס איז נישטאמאל בייגעפאלן פאר די הנהלת הקרי' צו פרובירן זיך כאטשיג וויסנדיג מאכן פונעם עולם.
נאר וואס דען, אז מען האלט דעם ציבור פאר קיען, מען האלט אז 'די קיען' וועלן קומען שטימען סייווי, מען האלט אז 'די קיען' וועט מען קענען אין איין וואך איבערדרייען, מען האלט אז 'די קיען' וועט מען קענען מיט אפאר שרעקעדיגע ווערטער מאכן שפרינגען, דעריבער פארוואס די פלאגעניש? פארוואס זיך אפילו אומקוקן וואס די אידן האבן צו זאגן, וועמען אינטערעסירט אפילו וואס 'די קיען' האבן טענות, מ'וועט קומען אפאר טאג פאר די וואלן און שרייען סאטמאר און די קעלבער וועלן קומען צו לויפן.
און 'דאס' איז דער הויפט פראבלעם, סיי ביי קהל און סיי ביי די הנהלת הקרי', דער ציבור איז קיינע קיען מער, שריי נישט אויף זיי 'דער כבוד פון סאטמאר', שריי אויף דיר אליין 'דער כבוד פון סאטמאר'.
מיינט איר דען אז קרית יואלער אידן ווילן אז סאטמאר זאל פארשעמט ווערן? מיינט איר דען אז קרית יואלער אידן ווילן אז דער רבי זאל פארשעמט ווערן? אבער אדרבא, זאגט איר, וואס דען זאלן זיי טון, זיך לאזן פארדרייען א קאפ און זיך לאזן פירן ווי קיען? דאס האבן זיי שוין געטון פאר משה גבאי, און ניין, ס'האט זיך נישט גוט אויסגעארבייט.
שריי נישט בעבי, שריי נישט 'ספוילד ברעט', שריי נישט מהרס, ער האט א פראבלעם, ער שפירט זיך ווי ער ווערט געפירט ווי א קי דורך א באנדע דיקטאטורן, גיב אים אן עצה.
תוקן על ידי גערשל ב- 30/05/2008 18:54:24
וואס געווען ביז יעצט? געווען ביז ווי? ליידער האב איך געמיינט אז מען רעדט פון אפאר נארינים וואס צאך א העץ קאמפיין פאר נאו גוד ריזען,
קיינער האט נישט געחלומ'ט אז מענשטען וועלן בכלל אנהייבן איבערקייען די נאראנישע טענות נעבעך א שוידער קען כאפן ווי מען קען אמאל הערן ווי אפילו נארמאלע מענטשען זאגן, זעהסט זיי זענען יא גערעכט... אגב די גאנצע מאכעריי איז פון אפאר יונגען אינגאנצן, מיינט נישט אז אין קרית יואל איז מען קעגן די מענטשען ווער עס האט זיך איבער געגעבן פאר די קהלה פאר די לעצטע צענדליג יארן.
עההה ניין, נאר אפאר יודן וואס האבן אייביג ליב צו ווייזן אז זיי האבן דעם קאפ פוןפאראויס טראכטן אין ווייסן צו זאגן וואס אין וויאזוי עס גייט זיין אין געשעהן, אפאר ליידיגע קעפ.
יעצט גערשל, אייענרנ האלט די ציבור פאר קיען? וואס קיען אואוס רעדט איר דא?
קיען זענען די וואס גלייבן אין קיען, אנ"ש איז נישט אנגעהאנגן געווען אין קיען פאר די לעצטע צענדליג יארן, מען האט ב"ה באזייטיגט אלע קיען ואוס האבן געוועלטיגט ווען מען האט געעפענט די טשטעטל, היינט איז עס ב:"ה קלין קלעיר פון קיען!
די קיען פאשענען אלע אין לארקין טאקע, אין אויב ווילסט ומיר איינרעדן אז מיט די קיען קען מען גיין צום טיש אין מען זאל וואויטען פאר זיי, דאן האסטו א ערנסטען פראבלעם, ווייל מיט קיען שטייט מען נישט אין ווארט.
דאס האט אונז שוין די הייליגער בעל דברי יואל אויסכעלערנט, אין אזוי אויך דער הייליגער ברך משה, אין אזוי אויך אונזער הייליגער רבי'ן שליט"א.
אין צו די ק"י יודן גערשל, גיי זאג זיי, יא זיי זענען ספוילט ברעט! זיי האבן פון אלעם גוטן.
אויב די גערשל זעהסטו נישט איין אזוי, THEN BE AWAR THAT ONE EYE OF YOU IS CLOSED אין דער זעלבער סטעיטמענט קען ען זאגן פאר אלע איבריגע ק"י יודן וואס רעדן זיך אפ.
גערשל
אויב נאר קיען, החרשתי
מ'רעדט ליידער פון רוצחים און נאציס נישט פון קיען.
אונזערע מוסדות בלוטיגן וועגן די ארכי מערדער הירש-סעגעדין
מיינע מיידלעך לערנען אין טרעילארס וועגן דעם אותו-האיש פון צאנז קאורט
בני יואל איז יארן לאנג טעראריזירט געווארן טאג און נאכט דורך דעם רעזשים
YOUR TIME IS UP
AND NOW IS THE TIME
צוויי פון אונזערע קאנדידאטן וועלן אי"ה מאכן דעם ריכטיגן אנהייב פאר א גליקליכע ענדע.
פראסקעס
קרית יואל בליהט? WOW
פארוואס, ווייל עס האט שולן און בתי מדרשים און מקוואות?
מאנסי האט נישט קיין שולן און בתי מדרשות און מקוואות?
מיר האבן נישט צענדליגער שולן און בתי מדרשות און מקוואות אן די הילף פון דעם הירש-סעגעדין רעזשים?
וואס האבן זיי געברענגט פאר קרית יואל?
מיליאנען דאלארן אין זייער קעשענע.
א אשת חיל פון מיליאנען גרענטס פאר זייער טאש
א טריפה'נע סקול דיסטריקט צו רייסן מיליאנען און זיך שטאפן די טאשן
טיפש איינער: וואס האסטו דערפון? (נישט הירש און סעגעדין און אהרן חארינער?)
גערשל, וואס איז בכלל די פראגע ווי מ'זעמער געווען ביז יעצט?
ביז איצט איז נישט געווען די פראבלעם וואס עס איז יעצט. עס איז ביז היינט נישט געווען קיין פראגע פון איבערגעבן דיין ווילידזש, דיין חסידות, אין די הענט פון דיינע גרעסטע שונאים, אידן וואס ווילן דיך אינטערברענגען פאר כל הון דעלמא.
ס'ארא נארישע טענה איז דאס "ווי מיר זענען געווען ביז איצט"?
מ'האט דיר שוין דא עטליכע מאל ערקלערט, אויב האסטו א פראבלעם מיט קהל, אויב ביסטו נישט צופרידן וועגן די וואלן וואס קהל האט געמאכט, זיך א עצה וויאזוי צו פרעשורן אויף קהל אויף אן אנדער וועג, מ'האט קיינמאל נישט געטראכט אז דאס איז די סעלושן גיין און אריינשטעכן א מעסער אין רוקן פאר זיך אליין און נאך צענדליגער טויזענטער אידן פאר די איינע סיבה פון נצחון.
וויסלט שיקן א מעסעדזש? נאו פראבלעם, אבער נישט אויף די וועג פון גם לי גם לך לא יהי'
וואס זיי האבן געברענגט? זיי האן געמאכט לויטער פון קיען וואס האבן אמאל געהאט א ווארט אין שדטעטל,
אין זאג מיר נאר ווער געניסט חליידער פון די סקול דיסטירקט? (איך גיי נישט יעצט ררעדן צו דאס איז טריפה צו נישט, זאג מיר נאר ווער עס איז נהנה דגערפון)
אשת חיל: ווען די וואלסט ווען דארט געווען וואלסטו געגעבן דאס געלט םפאר עניי עיר, שטימט?
טיפש איינער: שעלט וויא ליימענער גולם, קרית יואל איז אין די הענט פונעם הייליגען ברך משה א זון וועןם ער האט געוועלט אלע יארן, אין אזוי וועט אי"ה פארבלייבן ביזן משיח'ס קומען.
קענסט קייען וואסער, פובליק סקטול, אשת חיל, עס וועט גארניקס העלפן!!
אין יא נאכאמאל קרית יואל בליט! יא אדאנק דעם רבין ז"ל אינעם היינטיגן רבי'ן כח!
איך ווייס די ווילסט דאס נישט הערן, אבער דאס איז דער פאקט, אין קוק גוט נאכאמאל וואס איך האב געשריבן. אויב האסטו פארזעהן וואס עס באדערט דיר.
מאנרא, סטאפ מיט דיינע בעיבישקייטן.
דו ווייסט וויפיל סאטמארער אידן ס'שלאפן שוין נישט קיין נעכט איבער די גאנצע וועלט צוליב די רשעות און סעלפישנעס פון אפאר קרית יואלער אידן? ווייסט וויפיל אידן ס'ציטערן אוועק אז מען גייט פארלירן די וואלן?
און דו ווילסט מיר זאלן זיך בעטן ביי זיי אז זיי זאלן פליז זיין אזוי גוט און ארויסקומען שטימען.
נאו וועי!!! מענטשן וואס האבן נישט אזויפיל מיטגעפיל און אזויפיל אינטעלידזשענס צו פארשטיין אז נאר מיט'ן סטראשענען נישט צו קומען שטימען שעדיגן זיי גאנץ סאטמאר, ווייל ס'שוואכט אפ יעדן סאטמארן איד איבער די וועלט, זענען נישט ווערט אז מען זאל זיי אדרעסירן ווי נארמאלע מענטשן.
איך גיי מיך נישט בעטן ביי קיינעם. אויב ווילט עטס נישט אליינס פארשטיין וואס עטס האט צו טאן, דעמאלטס פארלירטס דעם ווילידזש און דזשאינטס די קלאב פון לוזערס.
ווייסט וואס נאך כ'וועל דיר זאגן? פאר אזעלכע בהמות ווי ענק קומט זיך טאקע אזא מענטש ווי דוד עקשטיין.
אויב איז קיינעם פון ענק נאכנישט איינגעפאלן צו עפענען אן עסקראו אקאונט ווי דער עולם זאל אריינצאלן מעמבערשיפ און זיצן געלט, ווילאנג ס'ווערט ארדענונג, און אויב אנשטאטס נקמה צו נעמען אין די מענטשן וועלכע טוען רשעות טוט עטס ענק נוקם אין די מענטשן וואס טוען נאר גוטס, דעמאלט קומט זיך טאקע פאר ענק נישט עפעס בעסערס.
תוקן על ידי ביבער ב- 02/06/2008 16:47:40
ביבער
100 מענטשען האבען מיך יעצט געקאלט אז זיי האבען געזעהן ביבערס תגובה און זיי האבען זיך פעסט דערשראקען סאו זיי גייען שוין זיין וואויל און ארויסגיין וואוטען.
קיפ אפ די גאד ווארק....
שעלט און פארשעם אלע קרית יואלע אידען, אפשר אזוי וועלן זיי איינזעהן אז זיי דארפען טאקע גיין וואוטען.
מאנראו!
הער אויף וועפן הויעך אינמיטן טאג, וואס דרייסטו א קאפ? איינער פארשעמט די קרית יואלע יודן? ח"ו אזוי צו טראכטן! אויב פארשעמען פארשעמט עטס ענק אליינס. געטס נאר א קוק וואס ענק פארמאגן אין וואס מען האט ענק צוגעשטעלט אלע יארן, דריי נישט דעעם קאפ אין האק נישט אריין אז נאך אלעם מיינען זיי דיין שלעכטס.
יא דו מאכסט פורים פון דיר אליינס, האסט געמאכט א ליסטע? פששש מורא'דיג אין מען האט עס אפילו געפסל'ט? פששש האסט אמאל געטרייט מיט די געהעריגע וועג, זיך אראפ זעצן מיט וועם די ווילסט פארהאנדלען? כאפ ליסטעס דריי איבער, שיס אין דריי איבער א שטאט, אויף וואס ארויף? ווייל מען האט געפסל'ט א ליסטע? נעעעעבעך!
זאג נאר וואס האבן אין ק"י אקארדינג וואס מען פארמאגט אין וויליאמסבורג.
כאפ נאר מיט מיר א שפאציר אין וויליאמסבורג'ער שול, הייב אן דיין טאג דיין סדר היום אין הופפער, זאג מיר נאר וויאזוי דו גלייכסט די מקוה די אויסטשעל פונעם רחבותדיגן טויער ווי מען קומט אריין דארט אין שול, זאג מיר נאר וויאזוי דו גלייכסט די גאנצע אויסשטעל פון די תפילין קעסטלעך אין הופפער (אויב מיינסטע אז די טישן וואס זענען געמאכט צו גיין נאך געלט, אין טרינקען לעקעך איז נאר פאר דעם? ניין! דאס איז פאר תפילין'ס אין ספרים וכדו') נאר וואס דען? מען ווייסט אין מען עפרישיעט אז די קהל טרייט זייער בעסטע, זיי טרייען אין זיי טוען,
יעצט אין קרית יואל די זעלבע זאך, זיי געבן אין זיי שטאפן ענק מיט גוטס, יעצט העסט מיר זאגן אז מיר ווויסן נישט אלעס וואס דארט קומט פאר? איז דאס עפעס סודות וואס קיינער ווייסט נישט?
וואס איז דאס אויסרייד אז וויליאמסבורג, רעדטס נישט עטס וויסט נישט.
קאם אן! היינט איז גארנישט באהאלטן, ידעדער ווייסט אלעס, יעצט נאכאמאל, האסט פראבעלעמן? גיס דאס נישט אויס אויף קיינעם.
זעץ דיך אראפ מיט די מענטשן וואס שטייען דיר אין וועג.
טענקיו מאנראוי!
תוקן על ידי פראסקעס ב- 02/06/2008 17:08:32
הער פראסקעס, ביבער, וכו'
עטץ טענה'טץ ענק מיט מיר אויף א נישט ריכטיגע אישו,
מיין פערזענליכע מיינונג לגבי קהל (די וואלען און אלעס ארום) איז נישט די זעלבע ווי די אידען וואס ווילען יעצט נישט גיין וואוטען, און איך וויל נישט יעצט אריינגיין אין די נושא פון עקשטיין ועוד חזון למועד.
וואס איך טריי דא ארויסצוברענגען (קען זיין איך ברענג עס נישט גוט ארויס, איך בין דאך פארט נישט קיין שרייבער) איז, אז דאס וואס די שרייסט "סאטמאר" "די רבי" אא"וו גייט נישט אריין דעם קרית יואלער אינגערמאן אין קאפ,
און ווען די זאגסט אז ער האט א פארשטאפטע קאפ רעגסטו אים נאר נאכמער אויף.
אז די ווילסט סתם שטופען צייט דאן ביסטו גערעכט, שריי, שפעט, ענטפער, פארשעם מיך און אלע אנדערע קרית יואלע (מיך נישט ווייל איך וועל נישט זיין צוריק ביים קאמפיוטער ביז נאכמיטאג)
אבער אויב ווילסטו ארויסשלעפען דעם עולם צום וואוט באאט, דאן איז דיין אגענדע גאר א שלעכטע, אדרבא קאל אן אפאר קרית יואלע אידען, (איך קען דיר געבן מיין טעל. נומבער אין אישית) און הער פון זיי וואס די מצב איז דא און ווי אזוי מ'דארף אומגיין מיט די "געספויעלטע ברעטס" ווי די רופסט זיי.
זאג נאר, איך וויל ארויס שלעפן וואוטען? איך זיץ מיר אין אפיס אין די סיטי איצטעט, איך ברויך דיין וואוט? איך דארף עפעס פון דיר? שבועות אין קרית יואל וועל איך סייווי האבן מיין אכסני' איך ברויך עפעס פון דיר? אין בכלל אויב גייסטע וואוטען גיי איך עפעס מער געניסן?
פארקערט איך זאג דיר נאר, רעדטס מיר דא ווי א גאנצער מבין, אז מען האט דיר באגאנבעט א ליסטע, סטראשעסט (איך מיין נישט דווקא דו) אז דו גייסט נישט וואווטען.
זיץ איך דען אין איך טראכט עצות אין וועגן וויאזוי דיר ארויס צושלעפן וואוטען? פון מיין זייט זיץ אינדערהיים אין שפיל מיט א פידל. איך פארדין נישט גארנישט ווען די קאנדידאטן וואוינען אין ק"י אין זיי לויפן אין ק"י, אין זיי געווענען ק"י.
יעצט בענין אז מען שפעט אין מען מאכט חוזק פון דיר, סארי, איך האב נישט געכאפט אז דו נעמסט עס טאקע פערסאנעל. הגם איך פיל היפש שלעכט אז דו פילסט ווי אלעס איז געצילט קעגן דיר, אבער ניין, נישט דאס מיינט דער עולם דא דערווייל.
אבער דאס יא, אויב האסטע די ריכטיגע וועגן וויאזוי ארויס צופשלען וואוטען, פארוואס באהאלסטו דאס אין אישית ברענג זיי ארויס קלאר. זאל יעדער זעהן וואס עס טוט זיך אויף דער וועלט לאז יעדעם געניסן פון דיין בונקער עצות וואס דו פארמאגסט.
מאנראו, מיר האלטן שוין אויפן זעקסטען בלאט פון זיך ארומ'טענה'ן, אויב קוקסטו צוריק אויף אלע תגיבות - חוץ די קעפל - איז נישט דער טענה אז איר זענט געספוילט, קענסט זיך אויף דעם אנכאפן, אבער נישט דאס איז די טענה צו אייך.
דער סך הכל איז שוין געמאכט געווארן עטליכע מאל.
יעדער פארשטייט אז איר מעגט האבן טענות, צו ס'איז גערעכט צו נישט איז א עקסטערע זאך, אבער איר מעגט האבן טענות, נישט אלעס אין די קהלה איז געטוען געווארן ווי עס וואלט ווען געדארפט. גערעכט.
די אישו איז אבער אויב איר מעגט דערוועגן פארלירן די וואלן פון די ווילידזש און אויף דעם איז די טענה, אויב כאפט מען זיך ארויף אויף דעם אז איינער האט געזאגט אז איר זענט געספוילט וויל איך נאר קלארשטעלן אז נישט דאס איז די אישו דא. מיר וועלן דערוועגן שמועסן נאך די וואלן, יעצט לאמיר באהאנדלען די סיבות פון די אינגעלייט פארוואס נישט צו גיין שטימען און פארוואס זיי זענען נישט גערעכט.
גענונג קלאר געזאגט?
נו, צוריק צו די גמרא'ס...
צו זיין אויפריכטיג, כ'האב נישט דורך געלייענט די פילע תגובות מקצה אל הקצה אבער די דריי פראגן וואס מיר עגבערט האב איך אויבערפלעכליך צווישן זיי נישט געפינען, און זיי זענען ווי פאלגענד:
1. פארוואס ווערט כמעט יעדע מודעה וואס איז באמת נוגע פאר ק"י שטייער צאהלער (חוץ באלק פיק אפס וכדו,) אריינגעלייגט אינעם פיינטליכן רעקארד ווי איידער אין איינע פון די צוויי וועכנטליכע - שטייער באצאלטע - אויסגאבן, פארוואס בין איך נישט בארעכטיגט צו וויסן אז מ'גייט מיר רעכענען 17% אינטרעסט פאר סיי וועלכע שפעט באצאלטע ווילעדזש בילס, און אזוי אויך אז מיין הויז ווערט איבערגעשאצט דורכ'ן Tax Assessor.
2. וואס האב איך פון - אן אייגענעם סקול דיסטריקט מיט א בודזשעט פון לערך $15,000,000.00, פון א וועד הקריה וואס רעכענט $12.00 א סקווער פוס און א געוואלד מיט רענט אין שאפינג סענטער אזש אז די גראסעריס טענה'ען אז די קאנסומער ברויכן עס באצאלן, פון א שמחה זאל וואס רעכענט עטליכע און דרייסיג דאלער א קאפל דערביי ארויפטרייבענדיג דעם סטאנדארד ביז צום הימל, פון א ביזנעס סענטער וואס האט איין זאך געטון, געדריפעלט די פרייז פון אפיס רענט - ווען איך קריג נישט קיין שום הנחה און שכ"ל און די איינגעשטעלטע ווערן קוים באצאלט און מיט... עסן קארטלעך, איין זאך וואס יא, מ'האט מיר געהעכערט די טעקס צו באצאלן דאס געהעכערטע ארענדע פאר ק"י ביזנעס סענטער,
3. פארוואס אין סיי וועלכע טאון איז דער אפטייטש פון א קאמיוניטי רום, א שטוב/קלאב האוז וואס אלע אינעם קאמפלעקס האבן א שותפות דערין מיט א ערוויילטע באורד אוו מעמבערס, משא"כ אין ק"י דארף מען עס איבערשרייבן פריוואט פאר איינעם וואס מ'קען
דא זען.
דובט זיך אז כ'האב נישט געשריבען קיין פאנאטיק.
תוקן על ידי קאמענטאטאר ב- 02/06/2008 18:21:58
אויב האסטו שוין גענומען די מיה און איבערגעקוקט אלע 6 בלעטער פארוואס האסטו פארזעהן מיינע תגובות?
האב איך איין מאל געשריבען אז איך גיי נישט וואוטען???
איך שריי דאך דא פונקט פארקערט!!!
מיין פאוינט איז.
אז ס'איז דא אידען וואס האבען טענות (וואס אגב איך בין נישט פון די אידען),
און ווען מ'האט אנגעפאנגען צו דיסקאסען די אישו אויף הייד פארק האבען זיי געשריגען "רעד נישט אריין....די ביסט נישט קיין מאנראער..."
אבער אזוי ווי איך בין יא א קרית יואלער קענסטו מיר נישט זאגען "רעד נישט אריין" און מיט דעם אלעם האלט איך אז מ'דארף פאר יעדן פרייז יא גיין וואוטען, פאר די אלע סיבות וואס איך און אנדערע האבען שוין געשריבען אין פריערדיגע תגובות.
לעבעדיגער,
ביסט 100% גערעכט אז מיר דארפן אלע ארויסגיין שטימען, מיר וועלן טאקע ארויסגיין שטימען, טייל מיט די גארטלעך און טייל אן די גארטלעך, טייל נאכן מקוה און אנדערע פאר'ן מקוה צו מקיים זיין וישכם אברהם בבוקר, טייל וועלן נאך מער מחמיר זיין און וועלן ארויסזאגן דעם נאמען בשעת'ן אראפריקן דעם קנעפעל לקיים מה שנאמר און אנדערע וועלן גאר שרייען דעם נאמען נוסח ספירה ציילן און מיר אלע וועלן צוזאמען כאפן א טענצל "נעשה ונשמע" און "וכל קרני רשעים אגדע" און טרינקן א לחיים נאכן דאווענען.
די שאלה איז נאר, גייט טאקע אלעס בלייבן ביים אלטן? וועט מען ביים אסיפה מארגן נאכט נאר איבערקייען אלעס וואס מען האט שוין דא גערעדט? איז טאקע אן 7-8 רומיגע עפארדעבל דירה היסטאריע? גייט מען א יאר ארום ביי די וואלן האלטן די זעלבע?
אמת טאקע, מיר גייען אלע ארויסגיין שטימען אין די מאסן, אבער מיר ווילן הערן פלענער פאר'ן צוקונפט, אמת טאקע מיר ווילן אז דער וויליעדזש זאל קענען העלפן יעדן מאנשי שלומינו די בכל אתר ואתר, אבער מיר ווילן אבער אויך אז דער וויליעדזש זאל אויך העלפן אנשי שלומינו פון קרית יואל.
גייט טאקע אלעס בלייבן ביים אלטן?
האסטו נישט געזעהן א צעטיל פון קהל אז זיי מאכען פארשריט לטובת הציבור?
און דאס איז נאר מודעה א'
ס'קומט נאך מודעה'ס און נישט נאר מודעה'ס נאר אויך פאקטישע פארשריט.