קודם שלום עליכם מיינע גוטע פריינט.
אלס קרית יואל'ער איינוואוינער נעם איך מיר די רעכט צו לאזן הערן מיין מיינוג.
קודם מוז איך רעאגירן אויף מיך אנרופן "ספוילט ברעט" און "בעיבי", מיר קרית יואל'לע אידן קענען זיך נאך עניטיים פארמעסטן מיט סיי וועלכע אנדערע פלאץ סיי מיט תורה, עבודה, גמילות חסדים, עסקנות, חסידות, און אפילו מיט געלונגענקייט.
ממילא ווייס איך נישט פונקטליך וואס ענק האלטן זיך אזוי גרויס קעגן אונז.
איך דריי מיך צווישן עולם, און מיט אלע סטראשערייען בין איך פערזענליך איבערצייגט אז סוף כל סוף וועט דער עולם ארויסגיין אין מאסן און וואויטן לטובת די ווילידזש קאנדידאטן, מיט אלע טענות צוזאמען.
געספוילטע קרית יואלער אידן האבן ליב צו קאמפלעינען
רעכטער, איך האב נישט קיין אנונג וואס מ'גייט רעדן דינסטאג נאכט. ווי איך גלייב גייט נישט ר' יצחק ראזענבערג אדער ר' מנחם גרשון לעבאוויטש, צו ר' אהרן וועלץ אראפלייגן וואס מ'גייט טוען אונעם צוקונפט, ווייל דאס ווייסן זיי גאר ווייניג, זיי גייען נאר ארויסברענגען די וויכטיגקייט פון גיין שטימען אין די לאקאלע וואלן וואס אפילו דאס הייסט לאקאלע וואלן איז דאס אבער נישט קיין לאקאלע נושא נאר אן אלוועלטליכע.
רעכטער, איר זענט זייער א קליינער מינדערהייט פון די וואס האבן טענות אויף די ווילידזש, יעדער איינער ברענגט דא ארויס איינע נאך די אנדערע אז די טענות דא איז אויף די קהלה, איר זענט דערוויל דער איינציגסטער וואס ברענגט דא ארויס די טענות אויף די וויילדזש. סארי, מ'קען זיך נישט אפגעבן מיט יעדן איינציגער פערזאן. אז איר האט טענות קען נאך יעדער גיין שטימען.
אזהרה, די אלייענס דרייט זיך ארום אויף דעם אשכול.
רעכטער איז אן אלייענס מענטש. ביטע נישט פירן קיין שום דיבעט מיט אים
מקעין, איך האב שטארק הנאה אז די האסט אויסגעטראפן אז איך בין אן אלייענס א מענטש, גראדע איז מיין פראגע פארוואס די וויליעדזש נעמט זיך נישט אן פאר "אנשי שלומינו", וויל איך רעד נישט פון די "קהל" אישו מיינט נאכנישט אז איך ארבייט פאר די עזות פנים'ער.
ס'איז דערפיש און נישט מיט קיין ברייטע וויזיע.
1) דאס שמייסן ראובן פאר'ן חטא פון שמעון (מבזה זיין גדלי' סעגעדין וואס ארבעט געטריי, צוליב'ן שיקן א מעסעזש צו עקשטיין).
2) 4 יאר צוריק האט מען געהאט טענות צו מאיר הירש איבער דירות. די טענות זענען געווען ריכטיגע און מ'האט אסאך אויפגעטאן. איצט קען מען אויך אויפטאן און מ'וועט אי"ה - אן קיין מעסעדזשס נאר דורך DIRECT TALK.
3) אריינברענגען זאליס וועלכע ווילן נישט בעסער מאכן. זיי זענען נאר דא אויסצורייסן די קליפה פון קרית יואל. איז א פוסטע נאונסענס.
ווען איך האב א ספק אז מענדעלע שווימער האט אן אינטערעס פאר קרית יואל איז איין זאך.
דער מציאות איז אלע בני יואל / זאליס זענען נאר דא צו צאפן דאס בלוט פון דעם יונגערן ברידער פון זלמן לייב.... איז עס נישט קיין שום תועלת אדער מעסעדזש.
3) דו שיקסט נישט קיין מעסעדזש דורך אפהאקן דיין אייגענעם האלז.
ווערסט נאר א קאפ קורצער.
רעכטער,
ביסט גערעכט,
איך האלט טאקע אז האלצער אדער פעדער גייען איבערנעמען אלע מארטגעדזש פעימענטס.
און אויך גייען זיי פארהאנדלען מיט אלע לענדלארס איבער די רענט
און מ'גייט אי"ה ענדיגן דאס רשעות פון צאלן יעדן חודש געלט פאר דעם לוקסוס צו וואוינען אין א הויז....
דארפסט פארשטיין אז די ווילידזש איז אין מלחמה מיט די אלע וואס זוכן אונטערצוגראבן, ממילא קומט אמאל אויס צו טאן פעולות וואס די היימישע ליידן אויך דערפון,
פון איין זייט זוכט מען טאקע צו העלפן די אייגענע, אבער פון די צווייטע זייט דארף מען זיכער מאכן אז די שונאים זאלן עס נישט קענען אויסנוצן,
אמאל איז שטערקער דער "אנכי" און אמאל דער "ולא יהיה לך"...
וואס וועסטו האבן דערפון אז די לעגאלע מעלדונגען וועלן זיין אין די היימישע צייטונגען? וואס פעלט אויס סתם צו פארדרייען דעם קאפ פון גאנצן ציבור וואס פארשטייט גאנץ קנאפ צו מאטעמאטיקס, אויב איז דא איינער וואס איז באמת אינטרעסירט אין די פרטים פונעם בודזשעט קען עס דורכרעדן מיט די ווילידזש באאמטע וועלכע וועלן אים זייער גערן מסביר זיין.
איך וועל נישט לייקענען דעם פאקט אז ס'מאכט זיך פראבלעמען אין קרית יואל, אזוי ווי אין אנדערע פלעצער, אבער מען מוז פארקוקן, ס'איז נישטא קיין סאך ברירות, מיר האבן נישט דעם לוקסוס ארויסצושטימען אונזערע קאנדידאטן וועגן "למה יאמרו הגוים", מען פרובירט צו טאן וואס מען קען אבער מען קען נישט אלעס פיקסן, פונקט ווי די אין דיין פריוואטן לעבן קענסט נישט אלעס פיקסן, ס'איז דא פראבלעמען וואס דו מוזט לעבן דערמיט.
תוקן על ידי kj2008 ב- 02/06/2008 20:21:22
און בנוגע דאס וואס די זאגסט אז איבעראל איז דא פראבלעמעןאון מען דארף דיעל"ן דערמיט איז אויך נישט גערעכט, וויל איבעראל ווי עס איז דא פראבלעמען קען מען טאקע וואויטן און ארויסוויזן וואס עס באדערט און מען מוז נישט לעבן דערמיט.
און ביי דהע וועי - איך האב גארנישט אריינגערעדט אין די גאנצע דיסקוסיע ביז אהער, איך האב נאר איין שאלה צו פרעגן: אויב איז די וואלן א רעפערענדום איבער די כח פון סאטמער פארוואס איז דא איבעראל וואלן פארוואס מאכט מען אפי, פרעזידענט וואלן? דארט קומט דאך סאטמער נישט אריין אין בילד לגמרי? מיין פוינט איז אז איך בין א זייטיגער צוקוקער אין איך פארשטיי נישט פארוואס וואלן איז פארוואנדלט געווארן אין א חסידות אישו, איין מיינע אויגן איז וואלן א בעסיק דעמאקראטישע רעכט מיט וואס אלע אמעריקאנע בירגער זענען געשאנקען געווארן צו קענען אויסקלויבן ווער עס זאל זיין זייערע פירער און עס האט גערנישט מיט פאליטיק אדער מיט חסידות.
איך קוק מיך איין אויף די קאמפיינען און איז זעה איין זייט קאמפיינט: מיר וועלן אויפטוען און מיר וועלן געבן (איך גיי נישט אריין אין דעם צו זיי גייען אדער צו זיי ווילן געבן אגער אפי' צו זיי קענען, איך קוק נאר אויף זייערע קאמפיינען) און פון די אנדערע זייט זעה איך צעטלעך אז איך מוז ראטעווען סאטמער, און to be honest מיר ציעט ענדערש צו וואויטן פאר איינעם וואס זאגט אז ער גייט מיך העלפן.
אויב איך בין נישט גערעכט, אדרבה איך וויל הערן.........................
ס'ארא נארישקייטן, וואס איך וועל האבן דערפון ?
מ'ברויך נישט צו קענען קיין קאמפליצירטע מאטעמאטישע חשבונות אויסצורעכענען וויפיל ס'איז 17% אויף $3000, און מיר זענען נישט פיל נארישער ווי אונזערע גוי'שע שכנים (וואס לויט דיין חשבון וואלט די טאון אוו מאנראו געדארפט פובליצירן זייערע הירינגס און זשורנאל...), און טאקע אט דאס איז די סיבה פארוואס דער געזעץ הייסט דאס אדווערטייזן, כדי די פויערן פון דארף זאלן קומען, פרעגן, און פארשטיין !!!
און די Tax Assessment Hearing איז ספעציעל געאייגנט אז אויב איינער האט אן ארגומענט אז מ'האט מאיזה סיבה שיהיה איבערגעשאצט זיין הויז זאל ער קומען ואם לא יגיד ונשא...
אבער אז קיינער ווייסט נישט אז ס'עקזיסטירט אזא מיטינג פארוואס זאל ער אנרופן פרעגן אין ווילעדזש ?
און כ'האב געפרעגט נאך צוויי שאלות...
2. וואס האב איך פון - אן אייגענעם סקול דיסטריקט מיט א בודזשעט פון לערך $15,000,000.00 א יאר, פון א וועד הקריה וואס רעכענט $12.00 א סקווער פוס פאר א דירה און א געוואלד מיט רענט אין שאפינג סענטער אזש אז די גראסעריס טענה'ען אז די קאנסומער ברויכן עס באצאלן, פון א שמחה זאל וואס רעכענט עטליכע און דרייסיג דאלער א קאפל דערביי ארויפטרייבענדיג דעם סטאנדארד ביז צום הימל, פון א ביזנעס סענטער וואס האט איין זאך געטון, געדריפעלט די פרייז פון אפיס רענט - ווען איך קריג נישט קיין שום הנחה און שכ"ל און די איינגעשטעלטע ווערן קוים באצאלט און מיט... עסן קארטלעך, איין זאך וואס יא, מ'האט מיר געהעכערט די טעקס צו באצאלן דאס געהעכערטע ארענדע פאר ק"י ביזנעס סענטער, זאל לכה"פ איינער געניסן פונעם סורפלוס פון די געלטער וואס קומט אריין פון טעקס פעיערס ווואס שיקן די קינדער און אנדערע מוסדות אבער צאלן דא ?
3. פארוואס אין סיי וועלכע טאון איז דער אפטייטש פון א קאמיוניטי רום, א שטוב/קלאב האוז וואס אלע אינעם קאמפלעקס האבן א שותפות דערין מיט א ערוויילטע באורד אוו מעמבערס, משא"כ אין ק"י דארף מען עס איבערשרייבן פריוואט פאר איינעם ?
תוקן על ידי קאמענטאטאר ב- 02/06/2008 22:46:39
א נייע וועד ווערט צוזאמגעשטעלט.
תוקן על ידי לעבעדיגער ב- 02/06/2008 23:04:17
ביטע ענטפער אליינס:
1) פארוואס האבן פעדער און פרענקעל זייערע טייערע פרייזען. זיי צאלן דאך נישט קיין רענט פאר די ווילידזש.
2) פארוואס האט מען איינגעפירט נאך 25 יאר צוריק צו צאלן געלט פאר יעדע דירה וואס מ'קויפט אין קרית יואל?
3) פארוואס איז נאך אלץ קרית יואל פון די ביליגסטע א סקווער פיס. בלויז 165? און געוויסע פעלער נאך ביליגער.
4) פארוואס ביי די קרעדיט קארד טערמס און קאנדישאנס זענען אלע פאטנס אזוי פיצל ווי 2.5 אדער 3?
אלע אישוס וואס זענען נישט נוגע ביי די יעצטיגע וואלן, ווי למשל די עד'ס אין די רעקארד, וועט מען באהאנדלען אי"ה אנגעפאנגען פון דאנערשטאג אינדערפרי.
מען קען נישט צולאזן אז דער פארום זאל ווערן איבערגעפילט מיט אזויפיל פרישע טעמעס איבער די זעלבע אישו. דער עולם קען נישט מיטהאלטן אזוי סאך.
25 יאר צוריק האט מען געבעטן $3000 פאר די אייניגע וואס מען בעט היינט $30,000 איי אינפלאציע... זענען אבער די הכנסות פאר די מוסדות הק' געווען כטיפה מן הים קעגן די היינטיגע ווי כ'האב שוין אויבן דערמאנט.
און $165 א פוס ?... איך ווייס פון $200 נאר אפשר ביסטו ניט באהאוונט.
ר' שמחה'לע, פאר דאנערשטאג אידערפרי האב איך שוין אנדערע דאגות אוועקגעלייגט, איצט איז דאס נוגע !
און מהאי טעמא האט איר געזען פאר נייטיג צו עלימינירן מיין אנדער אשכול ?
תוקן על ידי קאמענטאטאר ב- 02/06/2008 23:17:46
איך לעמבערג איז דא דירות וואס דו קענסט הייינט קויפן פאר 165 דאלאר א סק. פיס.
דאס איז פרייזען וואס איך ווייס קלאר.
אפשר ביסטו פון די וואס האלטן אז די וויליזש דארף געבן הייזער אומזיסט?
איך גראדע האלט אז די ווילידזש דארף מיר נאך צוצאלן א באלעבאטישן פרייז פאר'ן נעמען א דירה אין שטעטל.
קוקט אויס ווי סתם בעלאניס אזוי ווי נחום רז"ב, אדער גאר צו בארואיגן דעם עולם
זשוליאני פרעגט
1) פארוואס האבן פעדער און פרענקעל זייערע טייערע פרייזען. זיי צאלן דאך נישט קיין רענט פאר די ווילידזש.
דער תירוץ איז ס'איז שקר וכזב איבערצייג דיך אליינס
2) פארוואס האט מען איינגעפירט נאך 25 יאר צוריק צו צאלן געלט פאר יעדע דירה וואס מ'קויפט אין קרית יואל?
איך פארשטיי נישט די קשיא
3) פארוואס איז נאך אלץ קרית יואל פון די ביליגסטע א סקווער פיס. בלויז 165? און געוויסע פעלער נאך ביליגער.
איך ווייסט נישט וואס מיינט 165 א סקווער פוס, איך ווייס אזויפיל אז דו האסט נישט היינט קיין אכט רומיגע דירה אונטער 450.000 אינדערצייט וואס פאר 8 יאר צוריק האט עס געקאסט ערגעץ ביי צוויי הונדערט טויזענט דאלאר
די רבי ז"ל (דברי יואל) האט געמאכט א תקנה פון $10,000 פער דירה, אויב גייט עס מיט וויפיל די דירות פרייזן גייען ארויף וואלט מען היינט געדארפט בעטן פיל מער.
איך קען עס ממש נישט גלייבן אז ס'איז דא מענטשן וואס רעדן זיך איבער די פרייזן פון דירות ווען איך צאל רענט מער וויפיל איר צאלט די מארגעדזש פאר א 5 רומיגע דירה.
צווייטענס. אפשר איז די ווילידזש שולדיג אז די פרייז פון ברויט איז ארויף? די ווייסט וויפיל ברויט האט געקאסט פאר 8 יאר צוריק?
וואלןסח
1) איך האב געטשעקט פרייזען, און יא, מ'קען היינט קויפן פאר 165 א סק. פיס.
2) איך האב געמאכט אן ארדער דעם פרייטאג ביי פעדער. ער איז קיין האר נישט ביליגער פון גרענד פוד אדער לאנדא סופער מארקעט.
און דארט איז נאך דא מער ספעשלס אויך פאר א באונס. (ביסט עס אוודאי מוחל. אבער ביי ר' יצחק פעדער גיט מען עס אינגאנצן נישט).
לעבעדיגער, ווי אזוי גייט מען געוואר ווערן ביינאכט ס'גייט הענגן א צעטל?
ואגב, איך מיין אז מען וועט מאכן וואלן צו דוד עקשטיין זאל בלייבן אין וועד הצניעות און ווערן אויס ראש הקהל, אדער ער זאל בלייבן ראש הקהלה און פליען פון וועד הצניעות, איך מיין אז מער פראצענט פון אנ"ש וועלן זאגן ער זאל בלייבן אין וועד הצניעות און זיך אפלאזן פון די קהלה, ווער ס'ווייסט אביסל וואס טוט זיך אין די קהלה.
מיט וועד הצניעות האט נישט מער ווי א מיעוט עולם א פראבלעם, א חלק וואס זענען טאקע א פראבלעם, און א חלק וואס פירן זיך נישט אזוי ווי .... וואלט געוואלט מען זאל זיך פירן אין קרית יואל ממילא האבן זיי א פראבלעם מיט דוד עקשטיין, איך מיין אז איך שאץ נישט אונטער, אז 75 פראצענט פון אנ"ש אין קרית יואל גייט נישט אן אז דוד עקשטיין איז אין וועד הצניעות, אבער לגבי וואס ער איז אין קהל האט ער שוין געמאכט אסאך חורבנות ואכמ"ל, דברים שהשתיקה יפה להם, און איך ווייס אז מיטן דערציילן וואס וועל איך סיי ווי גארנישט נישט אויפטון, אבער דאס איז דער מציאות.
יעצט בנוגע דירות, איך האב פאר די נייעס אז זייט ברויט איז געווארן אזוי טייער מיין איך זענען די פרייזן פון דירות נישט געשטיגן צוליב ווייל ס'איז נישטא ווער ס'זאל קויפן, ס'איז נאריש צו זאגן אז די פרייז פון האלץ איז געשטיגן דאפעלט פון 8 יאר צוריק.
און די זעלבע שאלה איז בנוגע עפארדעבל דירות, איך מיין אז ס'איז דא גענוג וועגן צו טון אז ס'זאל אנקומען נאר צו אנ"ש, און אפילו אויב נישט, אפילו אויב ס'קומט אן אויך צו זיין איז עס נאך אלץ א הצלה פורתא פאר אנ"ש אויך.
ובעיקר חזר איך איבער וואס איך האב שוין אויבן געשריבן,
פארוואס ליגט דאס בויען די הייזער אין די הענט פון יחידים, פארוואס איז איינער פון די גרעסטע בילדערס א איד וואס גיט כמעט נישט קיין פעני פאר מוסדותינו הק' בכל אתר ואתר (חוץ פאר די מוסדות אין ק"י וואס דאס איז זיין פי צו קענען בויען, און איך מיין אז דארט גיט ער אויך נאר הלואה אויף לענגערע טערמינען, פרובירט צו הערן ביים דינער). און יעדער ווייסט ווי זיין צדקה קומט יא אן אין וומסב"ג.
דאס איז חוץ זיין פריוואטע חלק פון נישט געבן צדקה פאר אידן, ווי אזוי ער פירט זיך אויף צו משולחים אין ביהמ"ד, פרובירט אים נאכצוקוקן, א חרפה און א בושה.
אגב זאגט מיר יעצט איינער וואס דוד עקשטיין האט מיט די ווילידזש
ווער איז געווען דער וואס האט איינגעפירט דא אין קרית יואל אז ביים קלאזען צאלט דער קונה די קאסטן פונעם לויער אויך פונעם מוכר
דוד עקשטיין
נעבעך, איך מיין מען זאל מאכן א טיי אווענט פאר י. ג"ב און מ. י. אינדיג זיי האבן פשוט נישט דעם טאג איבערצולעבן צו קענען צאלן פאר זייער לויער ביים קלאזן, זיי בויען דאך אלע לשם מצוה.
נעקסטע מאל גייט מען דארפן צאלן די טעל. ביל פון זייער אפיס
שעמאניו!!!!!!!!!
אבער איינגעפירט האט דאס דוד עקשטיין תשנ"ז אויף עיקערס רד.
פרעגט אייך נאך
און איך פיר אויס אזוי ווי רעכטער:
ח"ו ארויסצונעמען פון מיינע ווערטער אז זאל בלייבן אינדערהיים, ס'איז נישט קיין שום ספק אז אוי די טעראריסטן קומען אריין אינעם וויליעדזש (היל"ת) וועלן זיי גלייך אראפנעמען זייער נעבעכדיגע פנים'ער, מיר געדענקן זייער גוט ווער זיי זענען, ח"ו ס'זאל איינעם איינפאלן צו בלייבן אינדערהיים.
ווען מ'וועט פלעין וועלן מיר אי"ה צושטעלן גענוג
תוקן על ידי שלחןערוך ב- 02/06/2008 23:46:56
קענסט קויפן א דירות ביי
חיים נחום ווערצבערגער
יאנקעל סופר
יודי גאלדבערגער
און נאך מענטשן
וואס א שייכות האט עס מיט די ווילידזש אדער מיט אנשי שלומינו?
דו ביסט אפשר גערירט ביים זינען?
אפשר דארף די ווילידזש קאנטראלירן די צענמענט קאמפאני אויך?
און צי ער געלט נדבות פאר די מוסדות איבעראל?
אין קהל זענען פאראן עטליכע 80 אפישעלס.
אין ועד הצניעות איז דא בלויז 1 מענטש.
ווייסט אפשר ווער ס'איז געווען פרעזידענט א יאר צוריק?
ווייסט אפשר ווער ס'איז פרעזידענט אין קהל אין בארא פארק?
בפרט אז די ווירטשאפט קאמיטע איז יעצט אקטיוו, על המשמר.
2) וועד הצניעות איז א הייליגע טייערע ארגאניזאציע, אבער דארט איז מען דן דיני נפשות. און נישט אייביג זענען די באטראפענע שולדיג, און דעריבער איז עס זייער גוטע נייעס.
איך האב נישט געדארפט ווארטן קיין פינף מינוט צו זעהן אז ער האט זיך נישט גענארט.
דו ברענגסט ארויס א ווייטאגליכע טעמע, פארוואס די וואלן ווערן פארוואנדלט אין א חסידות אישו, באמת איז דאס א פראבלעם און עס טוט יעדן וויי, אז צוויי מאל יעדע פיר יאר, איז דא א רעפערענדום איבער'ן כח פון סאטמאר, און ווער עס וויל אפטאן דעם רבי'ן אדער די גאנצע פירערשאפט, קען קומען און דרוקן א קנעפל און קיינער אים נישט צוריקהאלטן. איך ווייס נישט אויף די גאנצע וועלט אויב ס'איז דא אזא מציאות אז א רבי דארף דורכגיין וואלן אזוי אפט, דאס איז א ביטערער פיל אראפצושלינגען.
פון די אנדערע זייט איז דאס א גרויסער כח, למעשה ציט די מינאריטי אן בערך פערציג פראצענט, און דורכן כח פון די וואלן, האלט מען זיי אינגאנצן אינדרויסן אן קיין טראפ פארטרעטערשאפט, יא זיי צאלן שטייער פונקט ווי יעדער, און דאך רעכנט מען זיך נישט מיט זיי כי הוא זה, ועיניהם רואות וכלות ואין לאל ידם.
די מציאות איז אז אסאך אייגענע מענטשן זענען ברוגז אויף די פירערשאפט, וועלכע האבן זיך גוט באקוועם געמאכט אין זייערע פאזיציעס, און כאטש זיי טוען אסאך גוטס אויך, איז דא אסאך מענטשן וואס האלטן זיין פאר "בעסערע מענטשן" (עליט) וועלכע קוקן אויף די ארימערע שיכטן פון אויבן אויף אראפ, און נאך פארשידענע פראבלעמען וואס איך וויל נישט ארויסשרייבן, ביי געווענליכע וואלן וואלטן זיי געקענט ארויספליען, ממילא איז נישטא קיין צוויי ברירות, נאר צו מאכן די עלעקשאנס א חסידות פארמעסט. די קאנדידטאן כאפן זיך שטארק אן אין רבינ'ס בעקיטשע און אזוי גייט מען צו די וואלן.
וואלן סח
ביזט נישט גערעכט מיט הייסן קוקן אין ביהמ"ד אויף א יחיד וויאזוי ער גיט צדקה, און וואס א קאליר סוט ער גייט, דאס איז נישט מענטשליך און נישט תורה'דיג, אפילו א פובליק פיגור האט אויך זיינע מענטשליכע רעכטן פון פריוואטקייט.
אבער אויף זיין פובליק אויפפירונג דארף מען יא קוקן, און דארט בין איך איינשטימונג, אז עס ליגט א חוב אויף די ווילידזש און וועד הקריה זיך צו זארגן פאר די ארימעלייט און שוואכע פארדינערס, ווי איידער אנצושטאפן די טאשן פון אפאר יחידים וועלכע זענען געווארן רייך אויפן חשבון פון ציבור, (נישט דורך געלונגענע ביזנעס סטראטעגיעס, נאך דורך מאנאפעלאציע),
מ'האט געמאכט א געזעץ איבער אפארדעבל.
פרעגסט פארוואס מ'טוט נישט מער. איז דער תירוץ זייער קלאר:
ווייל מ'האט שוין געמאכט, און אינוועסטארס האבן געמאכט א חלוקה דערויף.
אלזא, איז דאס נישט קיין עצה וואס ארבעט. פארשטייסט.
נעקסט קעיס:
די דזשאב פון וויליזש איז נישט צו געבן קאנטראקטן פאר דעם אדער יענעם.
יעדער קען דאס טאן. אויך דו קענסט קויפן לאטס און דעוועלאפן. פינקט ווי מאיר יאנקעל אינדיג.
מאיר הירש גיט דיר מארגן א לאט צו דעוועלאפן.
קודם פיל איך רואיג אז דער עולם וועט כאטש איינזעהן אז מ'האט עפעס אויפגעטוען און עס איז שוין נישט אזוי וויכטיג צו שיקן מעסעדזש'ס פון פארקערטע ריכטונגען, קהל האט פארשטאנען אויפן ווינק און מ'האט געטוען למעשה.
דער אמת איז אז אסאך פערזאנען וועלן נעמען קרעדיט דערפאר, א שטייגער ווי נחום ראזענבערג, ער וועט זיכער היינט נאך אפדעיטן זיין האט-ליין ווי ער וועט מעלדן אז די קהלה האט אום אויסגעהערט און ער האט ב"ה רעזאגנירט.
עטליכע היץ קעפ אין ביהמ"ד וועלן פראבירן צו נעמען קרעדיט דערפאר, וואס הייסט? ווען נישט זיי פארפירן וואלט דאס קיינמאל נישט צושטאנד געקומען און ער וואלט נאך יעצט אנגעפירט מיטן וועד און געטוען ככל העולה על ריחו.
למען האמת מוז מען אבער ארויסברענגען פארוועם עס קומט זיך דער אמת'ער קרעדיט. און דאס איז דער צענטראלער קהל יטב לב ד'סאטמאר אין וויליאמסבורג. אונזער געטרייער ראש הקהל ר' בערל פרעידמאן צוזאמען מיט ר' יצחק, די זעלבע וואס זענען אין די נאכט נאך די פארגאנגענע קהל וואלן אין קרית יואל אריין צום רבין שליט"א און געזעהן אז אליעזר ווייס און מאיר ווערטהיימער זאלן אריינגעשטעלט ווערן אין קהל למען השלום, די זעלבע געטרייע ראשי קהלה האבן יעצט ארייגעארבייט מעשים אלעס כדי די קהלה מעמבער'ס זאלן ארויסגיין שטימען און זיין צופרידן.
עס איז צום האפן אז אלעס וועט ווערן רואיגער, מ'וועט אנפאנגען צו זעהן די גוטע חלק פון קהל, צו ס'איז די וועד הצניעות וואס מענטשן האבן געהאט טענות דעראויף. צו ס'איז די נייע 'ווירטשאפט קאמיטע' וואס רעדן יעדן טאג פריוואט מיט אינגעלייט, הערן זיי אויס און פראבירן צו העלפן , ועוד ידם נטויה ווי מ'זעהט ב"ה.
והעושה שלום במרומיו הוא יעשה שלום עלינו. ובשם השם נעשה ונצליח.
קומסט מיר פאר ווי די אגודה וואס פלעגט נאך וואכן שווערע מחאות קעגן גזירות אין ארץ ישראל, ווען די רעגירונג האט נישט געהאט קיין ברירה און זיך געבראכן, האבן זיי אין "אפאר מינוט שתדלנות" אלעס ערלעדיגט...
איך וויל נישט אוועקנעמען קיין קרעדיט פון קיינעם, און זיכער נישט פון די געטרייע ראשי הקהלה, אונז קרית יואל'ע אידן זענען טאקע "ספוילד" אבער נישט משוגע, די וויליאמסבורג'ער חכמים האבן נישט פון זיך אליין ערלעדיגט די זאך אין אפאר מינוט... יא עס קומט זיי א יישר כח פארן העלפן אין די מערכה, אבער דאס "כאפן קרעדיט" איז לדעתי סתם נאריש.
אבער אויפגעטוען האט מען?
פונקט איצט געטראפען צווישען מיינע ארכיווען.
יעקב מאיר פרענץ פון קרית יואל וואס האט געזאגט פאר אפאר יאר צוריק אין רעיל ראז... אז עס וואקסט אים האר אויף די הענט אפען פארקערטן פלאךץץץ, און די זאליס גיין געווינען... שיקט צוריק זיין סטעטמענט פאר אפאר יאר צוריק פאר קהלתינו אין ווילי מיט די קללות, דער בהמה האט פארגעסען אראפ צונעמען זיין נאמען.
[בילד – נישט אפגעהיט]
זשוליאני
שתי תשובות בדבר, פארוואס איך רייס זיי אזוי אראפ בנוגע די דירות, ווייל ס'איז א דבר ידוע אז נישט יעדער קען באקומען א לאט צו דעוועלאפן, פרעג דיר נאר נאך פארוואס יואליש שווארץ קען מער נישט בויען.
און דאס וואס דו זאגסט וועגן אינוועסטארס האט נאכנישט פארעענטפערט פארוואס מען ברענגט נישט קיין שטאטישע דירות א שטייגער ווי ד. א. ווידער און עצי התמרים
זשוליאני
די ווילידזש דארף טאקע נישט קאנטראלירן די צעמענט קאמפאני, זי דארף אבער יא, און זי קען קאנטראלירן די בילדערס אז זיי זאלן זיך אויפפירן ווי מענטשן
פרעג דיך נאך אין קרית יואל וויפיל דין תורות מ. י. א. האט שוין געהאט צוליב זיין חזירישע געפירעכץ.
און בנוגע וועד הצניעות, להוי ידוע אז זי האט מער ווי צען מענטשן וואס פירן עס, דאס איז וואס איך ווייס, און איך גלייב ס'איז דא נאך.
און ווידער ווארט איך אויף א קאנפירמעישאן פון ווי קומט דאס אז ער איז געפלויגן און בנוגע וועד הצניעות, וויפיל איך ווייס איז דא מער ווי צען מענטשן וואס "טוען" למעשה, און איך גלייב אז ס'איז דא נאך וואס איך ווייס נישט.
מ'האט היינט געטיילט און ק"י א טעיפ פון ר' יעקב פריינד ער פארענטפערט דארט א טייל פון דיינע שאלה'ס זעה צו באקומען איינס און די וועסט הנאה האבן אויב איינער קען עס דא ארויף לייגן וואלט געווען א געוואלדיגע זאך
קודם ווי וואלןסח פרעגט, ווער האט דאס קאנפערמט?
צווייטענס, ווען ס'איז שוין קאנפערמט, וועד הצניעות איז דאך א געהיימע ענטעטי, וויאזוי קען מען פעסטשטעלן אז ס'איז ריכטיג?
תוקן עקב שגיאה
תוקן על ידי kj2008 ב- 03/06/2008 1:35:59
טייערע אידן תלמידים פון רבינו שליט"א וחסידי סאטמאר
ווי אזוי קענטס עטס צוקוקן ווי אונזער הייליגע קהלה ווערט צוטיילט???
ווי אזוי קענט עטס צוקוקן ווי אונזערע שונאים טאנצן פאר שמחה???
ווי אזוי האטס עטס נישט מורא פון די הקפדה פון רבותינו הקדושים???
נעמטס ארויס דעם תהלים און רייסט איין
אז אונזער הייליגע שטעטל זאל ח"ו נישט אריבער גיין צו אונזערע שונאים
השתדלו והרבו תחנה
אבער איין זאך זעה איך אז די מעסעדזש איז אנגעקומען ווי ס'האט געדארפט, אנע דעם אז מ'זאל אריינברענגען 2 מתנגדים אין די ווילעדזש
זאג נאר, דו געדענקסט נאך אפשר ווען חיים הערש ליימזידער האט געבויעט?
געדענקסט אפשר וויפיל דין תורות ער האט געהאט, און וויפיל פעטש ס'איז געפלויגן?
2) געדענקסט נאך ווען יחזקאל אייזנבערג האט געבויעט, און ווי שטארק מ'איז צופרידן געווען פון אים?
מ. א. אינדיג איז נישט פערפעקט, אבער ער איז אין די ליין בערך 8 יאר. געווען איז ער א פשוט'ער מענטשן ווי איך און די. און האט פארלוירן זיין זשאב און געווארן א קאנטראקט. - גם אתה יכול!
עס איז נישט די דזשאב פונעם ווילידזש צו טיילן קאנטראקטן, נאר צו מאכן זיכער אז מ'בויט לויט די קאודס, סעיף און שטארק.
מיר קוקט אויס אז די הירש סעגעדין גייען סיי ווי געווינען
אין וואס דע מעסידזש געשיקעכץ? פארוועם?
[בילד – נישט אפגעהיט]
ווען דא וועט וואקסן גראז וועט סעגעדין געווינען
תוקן על ידי ארגינעלער ב- 03/06/2008 3:12:32
ס'איז דא א באקאנטע קשיא, אויב דער שטן הערט יעדעס מאל ראש השנה אז מען בלאזט שופר פארוואס ווערט ער נאך אלץ צומישט? ס'איז דא אסאך תירוצים, איין תירוץ איז אז דער סגולת השופר איז, ווען מען בלאזט ווערט דער שטן צומישט.
די זעלבע זאך איז ביי אונז, טראצדעם וואס דער עולם איז גערעגט, און מען וויל שיקן א "מעסעדזש", און מען ווייסט פון פאראויס אז די פירערשאפט וועט שרייען "דער רבי איז אין סכנה", סאטמאר גייט אונטער, דאך וועט עס ווייטער ארבעטן, אזוי זענען מיר, די לעצטע מינוט וועט מען זיך אויסגלייכן די דיפערענצן, און נישט אריינוואויטן אונזערע שונאים.
ערנסט גערעדט,
עס איז אמת אז די ווילידזש קאנדידאטן גייען יעצט געווינען, אבער דאס מאכט נישט די פראבלעמען אויס, די פראבלעמען וואלטן שוין געדארפט זיין לאנג קער גענומען, איך פארשטיי נישט פארוואס מען האט עס אפגעשטופט ביז יעצט. מען מוז אויפקומען מיט א לאנג טערם סאלושען און מאכן ארדענונג, און יעצט איז די פאסיגע צייט דערצו. ווייל אז נישט זענען מיר באמת א רחמנות, אפילו מען גייט בעזרת השי"ת דורכשטופן די יעצטיגע וואלן.
לאמיר נישט פארגעסן מיר האבן טאקע א "שמאלע באקוועמע" מערהייט, אבער אויב מיר פארלירן אפאר הונדערט וואויטס, מאיזה סיבה שהוא, פארלירן מיר די וואלן, דאס יאר לויפט מען נאר פאר צוויי טראסטיס, דאס קומענדיגע מאל ווען ס'איז צוויי פלאס דעם מעיאר, אויב מען פארלירט איז עכט געבראטענע צרות, ממילא טאר מען עס נישט נעמען פאר לייכט, מען טאר נישט אויפרעגן קיין מענטשן.
נאך אלעם האט מען זיך געשלאגן יארן לאנג אז מען זאל אויסהערן דעם ציבור, און נישט מען זאל פשוט טוישן די שפילערס און די שפיל בלייבט דאס אלטע.
געוואלד און געשריגען!!!!
וועם הערט מען נישט אויס???
איך ווייס פון א פאל פון א היימישן טייערען איד, וואס האט שוין חתונה געמאכט רוב פון זיינע קינדער.
עטליכע יאר צוריק קפצה עליו רוגזו של ועד הצניעות און מ'האט אנגעהויבן מרנן זיין אויף זיין טאכטער, וואס איך ווייס קלאר אז ס'איז געווען א רינון אן קיין שום אמת דערין.
די משפחה איז חדשים נישט געשלאפן, געוויינט, געשריגן און פארפירט. בערך 30 משפחה מיטגלידער זענען היינט טויטע שונאים פאר די פירער פון ועד הצניעות וועמען זיי באשולדיגן אין איינפאכע רשעות מיט קיין שום געפיל אויסצוהערן א צווייטן.
דאס מיידל האט שוין ב"ה חתונה געהאט און איז ב"ה א פיינע פרומע אידישע טאכטער. נאך אסאך עגמת נפש וואס האט דעם טאטן גורם געווען ערנסטע געזונט פראבלעמען רח"ל.
אין קהל קען מען בסך הכל רעדן איבער האנטיכער, און איבער לאנגע אדער קורצע צעטלעך.
אין ועד הצניעות קען מען רואנירן מענטש'ס לעבנס, עד סוף כל הדורות.
פארוועמען דער אנאליז איז צו קאמפליצירט צו באגרייפן, זאל ביטע פארלאזן דעם פורום און ביטע גיין אין זאמד באקס שפילן.
אדרבא לאמיר הערן וואס דיין מיינונג איז, איך בין חושש צו מען מאכט נישט נאכמאל פורים פון אונז.
ווער איז געווען פרעזידענט אין קהל יטב לב קרית יואל, ביז היינט?
האסט אמאל געהערט פון אזא נאמען ר' משה שעהר?
ס'איז א שיינער טיטל. נישט מער.
אויב דאס ווארט פורים קומט דא אריין, איז עס ווי פאראנאויד דו ביסט.
ועד הצניעות האט מורא'דיגע פאוער, אן אמט אין קהל יטב לב האט נישט.
קענסט מיר אפשר זאגן וועמען קהל יטב לב האט געטשעפעט אדער ארויסגעווארפען אדער עפעס געטאן (וואס איז נישט געווען רילעיטעד צו ועד הצניעות?)
חוץ שטותים פון רעדן ביים ליינען אדער מאכן קידוש אויף זשאני וואקער.
איך רעד דא פון דיני נפשות, און דו רעדסט פון צעטליך אויף די וואנט. רח"ל מיט וועלכע ילדים מ'רעדט דא.
וועד הצניעות האט דעם קאנטראל פון צעשטערן א מענטש'ס שלום בית.
דעם פאוער פון דיסטרויען א בחור אדער מיידל אויף לאנגע יארן.
א גרויס ווארט אויף אלע מוסדות אין קרית יואל, אינקלודינג בני יואל און סאסמאן.
דאס ווארט ועד הצניעות זאגט אז מ'רעדט פון גאר "הייקעלע ענינים" און אזא שליסל דארף ליגן ביי א מענטש וואס האט א הארץ, און א פיפטע שלחן ערוך, אויסער די פיר חלקים.
א פאזיציע אין קהל יטב לב, איז א פריוויליגיע וואס עטליכע 30 טובים האבן, און 10 פארשטאנד מיט א נאך שטויס מיט סתם מענטשן. און זייערע באשלוסן רירן אן יאנאש מיט דעם פישקע גייער.
שרעק האט שיעור - אילוזיעס האט נישט.
יעצט ווער עס ועט אים ריפלעיסען? מען וועט מאכן א באורד פון פופצן מענטשן, אין ווען איינער וועט האבן א פראבלעם, אין ער וועט גיין צו ראובן וועט ראובן זאגן פרעג אן ביי לוי ווייל שמעון מיינעך ווייסט נישט אלעס, אין ער וועט זאגן גיי צו יהודה ווייל ער לוי איז נישט געווען ביי די מיטינג פונקט. אין אזוי וועט עטס קענען ארום לויפן פון יששכר ביז בנימין...
ווען עס איזנישט דא נאר אייןנאמען איז עס סך ארגער.. פארוואס? ווייל מען וועט נישט האבן וועםפ צו בלעמען.
אבער צו אלעם, דאס האט גארנישקס מיט די וואלן...