היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » סדר היום פינעם רבי'ן יום ה' משפטים

סדר היום פינעם רבי'ן יום ה' משפטים

14 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2354362

פלעכטעל » 1/2/2008 07:17

סדר היום פון מרן רבינו הקדוש שליט"א יום ה' משפטים

דער רבי האט זיך היינט נאכמיטאג באטייליגט ביי די לעצטע שבע ברכות
פון כ"ק האדמו"ר מהרמ"ד מבאבוב שליט"א ביי אים אינדערהיים וואס איז געווען נאר פאר משפחה
דער רבי איז געווען אין בגדי שבת דער רבי איז דארט געווען קרוב צי א שטונדע
געפירט א שיינע שמועס, געטאנצען מיטן חתן אין מיטן  באובער רבי'ן,אין געזאגט די גאנצע שבע ברכות 

פין דארט איז די געגאנגען צי א פדיון הבן פין א זון פון ר' אברהם חיים האלבערשטאם פין לאס אנזשלעס
אין א איידים פין ר' חיים דוד לויפער

פין דארט איז די רבי געגאנגען צי כ"ק אדמו"ר מספינקא ב"פ שליט"א, די רבי איז דארט געווען  מיט'ן ב"פ רב
פאר איבער א האלבע שעה געפירט א שיינע שמועס 

נאכדעם איז די רבי געווען ביי א שבע ברכות פנעם כ"ק ממשאלוי רבי שליט"א די רבי האט זיך 
דארט געטראפן מיט כ"ק אדמו"ר מבאבוו שליט"א ווי ער האט געזאגט פאר'ן רבי'ן 
אז די חתונה תקנות איז זייער וויכטיק אין ער וועט עס מחזק זיין ווי ווייט מעגליך 

שפעטער איז די רבי געגאנגען מנחם אבל זיין ר' אברהם האלבערשטאם ראה"כ טארטיקאב

פין דארט איז די רבי געקימען קיין וויליאמסבורג צים גרויסן מסיבה אין גרויסן ביהמ"ד
מחזק זיין כולל עצי חיים פין בני ברק, די רבי האט גערעדט איבער א שעה 
פין די חתונה תקנות,אין פינעם כולל, וואס ווערט אנגעפירט דורך  הגה"צ ר' חיים הערש שליט"א אבדק"ק סאטמאר אלעד

פין דארט האט רבי אפגעשטאט א ביקור גומלין צי מחתנו כ"ק אדמו"ר מדושינסקי שליט"א      

רבי_יונה » 1/2/2008 07:49

הו הא, זיך געטראפן אין איין טאג סיי מיט כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א און כ"ק האדמו"ר מהרב"צ מבאבוב שליט"א

חייםחייקל » 1/2/2008 07:57

שוין ווייטער ניטל....

גיימיר מאכן א דיבעיט??

פלעכטעל » 1/2/2008 08:00

אבי נישט חמשה עשר בשבט
דוק ותמצא נחת

SIM89 » 1/2/2008 10:18

איינער באבוב, אין איינער באבוו. א שיינע חלוקה

סעדער » 1/2/2008 15:58

יישר כח ר' שלשלת.

פון דעם רבי'נס דרשה האט אויסגעקוקט ווי ער זיך דאס גוט צוגעגרייט א גאנצן טאג.

זעט אויס, אז עס איז תורתו מתברכת.


shia550 » 1/2/2008 19:44

איינער האט מיר געזאגט אז ער האט געטראפען מהר"א מסאטמאר די וואך אויף וויקעשאן.

סתם א חלום?

גאסט » 1/2/2008 20:20

דער רבי איז אהיים געקומען מאנטיג

חייםחייקל » 1/2/2008 21:58

און וואס איז דער סדר היום פין די רעבעצין?

ארענדאר » 1/2/2008 22:30

רבי יונה, האסט א טעות. ווי איך הער האט ער זיך געטראפן נאר מיט'ן באבובער רבי'ן שליט"א, און מיט הרמ"ד אונגער שליט"א.

רבי_יונה » 1/2/2008 23:07

סא סוויט, ארענדאר

האקאבו » 1/2/2008 23:21

די רעבעצין איז געווען דאנרשטיג פארנימען א גאנצן טאג
אין שפיטעלער מיט זיבן ניי קעסיס ל"ע
דער אייבישטער זאל יעדן צישיקן די ריכיטגע רפואה

חייםחייקל » 1/2/2008 23:28

האקאבו » 1/2/2008 23:36

אין די זעלבע צייט ווען סקומט פאר ביי די הולכי ערכאות
ביטערע סאקנדאלן זיצט דער ת"ח מיטן פוס ארויף אין עסט תימנ'ער אוויקאדא

http://hydepark.hevre.co.il/topic.asp?topic_id=2349339