היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » פאניק ,תערבות אין קווינסער ישיבה

פאניק ,תערבות אין קווינסער ישיבה

31 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2349339

פלעכטעל » 23/1/2008 06:13

טאמיר מען האט זיך איינגערעדט אז די זאליס האבן נישט
גענוג געטרעטן אויף די תוה"ק מיט ביידע ביידע פוס
מחלל שבת געווען די וואך אין בארא פארק
גיין אכט מאל אין ערכאות
גיין אין קירכע
גיין אין טמא'נען בג"ץ
איז עס יעצט געוואקסן פיל פאכיק, מיט איינע פין דריי הארבסטע עבירות
וואס פאר אזא עבירה וואלט מען זיך געדארפט רייסן די קליידער אויף פעדעמער

היינט חמשה עשר בשבט ,האט מען גענימען די ערוואקסנע מיידלעך
פין ניינטע, צענטע, עלוופטע, קלאס אויף א אויספלוג
נא ווי גייט מען ?
צי די אלטע קווינסער ישוועי ,ווי סאיס די יעצטיגע דארמעטארי
אנקימענדיג דארטן היינט אינדערפרי, האבן נאך א טייל בחורים געשלאפן
 א טייל האבן זיך געדרייעט אין די קארידארן מיט די תחתונים

די ערשטע זענען די מיידעלך אריין אינעם שול אין מען האט געזינגען
קול באשה ערוה, סאיז געווען א טייל בחורים אין אויסגעהערט
נאכדעם האבן זיך די מיידעלעך ארים געדרייעט אינעם בלידניג 
אין דאס איבעריגע איז היסטאריע

אין ווי פארשטענדליך איז אין פוצה פה ומצצפה ,די לישקע קישקע
איז ביזי מיט פרעשערין ר' שלמה לייב ווייבערגער, אז ער זאל מיט טאנצען מיט זייער
שדים טאנץ, אין אינטער שרייבן אז דער מלשין מענדעל שווימער האט א היתר צי גיין אין ערכאות
וואס דערווייל וויל ר' שלמה לייב  נישט אינטער שרייבן

נאר נפתלי בלומנפעלד מיט דעם שטבויער זאגן זיי גיין קער נעמען פין בחורים

לצים זאגן אז סאיז געווען אן עם הארצות פינעם הגז"ל
ער האט געמיינעט סאיז חמשה עשר באב
בחור שא נא עינך

האקאבו » 24/1/2008 01:54

צידערזאך דיינע ווערטער קען זיך גרעניצען מיט כפירה רח"ל

סקען זיין פלעכטעל האט זיך ציפירט די הענט
אבער די מצוה פין מחאה גייט נישט אן נאר ביי
חילול שבת ,ציונות ,ערכאות

הוכח תוכיח את עמיתך
גיט אן ביי יעדע עבירה אן קיין אינטערשוד

_________________

ביבער » 27/1/2008 07:00

איך האב מורא די גאנצע מעשה איז שקר
ווייל נחום ראזענבערג מאט א ליווינג פין דע מעשה

תוקן על ידי ביבער ב- 27/01/2008 7:01:05

allgood1s » 27/1/2008 07:51

call 2124612778 after about 35 minutes WARNING FOR ADULTS ONLY

ביבער » 28/1/2008 01:30

איך טרעף היינט א זאלי, וויינט ער אז מען לאזט ארויס שקרים אויף
די הייליגע קווינסער ישיבה
זאג איך דעס האט עטץ געטיען יארן לאנג אויף מאנרא
דעמאלס האב איך געוויינט,  יעצט וויין די



תוקן על ידי ביבער ב- 28/01/2008 1:32:21

DRUDGE08 » 28/1/2008 02:22

למעשה הער איך אז די חלק פון די מעשה איז 100% אמת (חמשה עשר בשבט ,האט מען גענימען די ערוואקסנע מיידלעך פין ניינטע, צענטע, עלוופטע, קלאס אויף א אויספלוג נא ווי גייט מען ? צי די אלטע קווינסער ישוועי ,ווי סאיס די יעצטיגע דארמעטארי)

ס'לאזט זיך נישט גלייבן אבער ס'איז א פאקט

allgood1s » 28/1/2008 03:42

mistam was there the bimalech from ross st..., blumenfeld said a drusha they shouldn't scream SHABBOSS since its not in wili...

סקאטמאלען » 28/1/2008 23:23

איך האלט אז זיין (נחום רז"ב) אבזערוועישן אויף די הייניטיגע רבי'ס זענען אמת ויציב, די אלע געטשקעלעך אהרן, זלמן לייב, וגם ר' משה זכור לטוב, זאל ריען אין לעכטיגן גן עדן, מיט די הייליגע בובעבער צדיקים, וכדומה וכדומה, זענען א שטיק דרעק, זיי זענען ליידער די סעלעברעטיס ביי די פרומע אידן, ס'צייט זיך אפצושאקלען פון די שלעגערס און פאוער-מאנגערס, און אפי' די בני יואל למיניהם זענען אויך פאר'סמ'ט מיט די זעלבע סם, אויף א פארקערטע וועג, זיי זוכן אויך פאוער, לא זו הדרך, מ'דארף אינגאנצן אנטלויפן פון זיי, נישט זיי נאכלויפן און נישט זיך שלאגן מיט זיי, מ'דארף זיך בלויז מדבק זיין צו שטילע איידעלע ערליכע אידן וואס זענען נישט דוקא קיין רבי'ס וואס פירן שאוס, אדער האבן זילבערענע שטעקן, עס קען אפי' זיין אן אייגענע טאטע, א זיידע פון דערהיים, אדער א אויסגעהארעוועטע איד וואס זיצט אין ביהמ"ד לעבן דיר.

_________________

פלעכטעל » 28/1/2008 23:37

סקאטאזוי צי רעדן אויף ערליכע יודן האב איך
פאר דיר נאר איין אויסדריק
רשע בן רשע בן בנו של בלעם הרשע

רבי_יונה » 28/1/2008 23:45

סקאט.
איך קען מענטשן וועלכע זאגן שוין דיין סטעיטמענט אז אלע רבנים און רבי'ס זענען א שטיק דרעק... אויף רבי'ס פון די לעצטע 50 יאר.

מיין שאלה צי דיר איז, ווי שטעלסטו די ליניע?
אדמורי"ם, רבנים און  רבי'ס
פון די לעצטע 2 יאר.
פון די לעצטע 20
פון די לעצטע 50
פון נאכן דברי חיים
פון הייליגן רבי'ן פון ליזענסק
פון הייליגן בעש"ט און אראפ?

אדער לערנסטו פשט אין אבל אנחנו ואבותינו חטאנו, ALL THE WAY UP ביז אברהם אבינו?

_________________

allgood1s » 28/1/2008 23:46

זעהט אויס אז סקאט איז די צווייטע ניק פון דעם מנובל נחום, (זעט אויס די ערשטע איז שוין נחתם?) איך האלט פאר די לעצטע תגובה אליין דארף מען אים חותם זיין אויסערדעם שרייבט ער כסדר אן א "ר'" קעגען די תקנות הפורם

האקאבו » 28/1/2008 23:49

דער סקאט איז א טיפיקיל זאלי, ווען סגייט נישט גיט
שעלט מען יעדן איינם, אין מען שרייט, זאלי איז פינקט אזא שייגץ

סקאט זייער פיין, א האלבן בילד האסטו שוין קלאר ארויס

האקאבו » 28/1/2008 23:54

ביי די זאליס איז כאיאס איבער דעם סקאנדאל
יעדער ווארפט דעם שולד איינעם אויפן צווייטן
פין שלמה הערצאג ביז פייערווערקער
דער קליינער בערל כ"ץ (מנהל גשמי פין קווינס)
 שרייט מען דארף קאפן הערצאג
ליידער שטעלט זיך ארויס אזוי ווי מען זאגט נאך פין בעש"ט ז"ל
אז סאיז נישט קיין ראש איז דער ס"ם דער ראש
אין ווי בלומנפעלד זאגט האבן די בחורים א פראבלעם מיטן מי בראש

פלעכטעל » 29/1/2008 00:04

סקאטמאלען אויפן דער דייען מעג איך אויך רעדן

אילו הכנסנו לירושלים ולא נתן לנו את הדיין דיינו

סקאטמאלען » 29/1/2008 00:06

ר' יונה, דאס האט נישט מיט קיין זמן, דאס האט מיט די סחורה פונעם רבי, און די ווייסט דאס זייער גוט. ווען יעדער פון די קעלבער חסידים זאלן זיך באמת מאכן א אמת'ער חשבון פארוואס לויף איך נאך דעם רבי'ן? איז עס ווייל איך האב איינגעזען אין זיין קדושה וצדקות, אדער ווייל איך האב אינוועסטעד מיום הוולדו אזויפיל עמאושענס און שטאלץ אין מיין פארטיי וואס הייסט, סאטמאר, באבוב, סקווירא, בעלזא וכדומה וכדומה, אז איך מוז עס סופארטן. טראכט טיף אריין ברגע של אמת איז דאס טאקע געווען ווי אזוי אמאליגע אידן זענען נתקרב געווארן צום דברי חיים, בעל התניא און ר"ר בער? די גרויסע הייליגע מענטשן האבן נישט געהאט קיין גבאים, קיין מלוכות, קיין פארענטשעס, גארנישט.

_________________

פלעכטעל » 29/1/2008 00:08

זיי האבן נישט געהאט קיין ישבות אויך נישט
הכלל דארף פארמאכן די ישבות
דער קאשוי רב האט געהאט טענות אויפן מיידל סקול אויכט
דער רבי האט בעסער פארשטאנען

רבי_יונה » 29/1/2008 00:59

סקאט

ביסט גערעכט, פיין און וואויל...
אבער איך קען דאך מענטשן (סאך עלטער פון מיר) וועלכע שרייען שוין דאס וואס דו זאגסט, די זעלבע סטעיטמענטס און די זעלבע שפעט ריייד פאר די לעצטע 50 יאר.

איך מיין חסידשע אידן מיט ווייסע זאקן, נישט קיין קאלטע ליטוואקן, וועלכע זענען קעגן דעם דרך הבעש"ט הקדוש.

זיי טענה'ן אז די רבי'ס פון 50 יאר צוריק זענען אויך געווען נאר פאוער מאנגערס מיט פיפיגע גבאים.

זיי נישט קיין שוטה.
ר' שלום פויגל איז נישט קיין געווען יושע'לע בהמה. ער איז געווען אפיפיגער יונג.

אויך ר' יוסף אשכנזי און זיין פאטער ר' פייוויש אשכנזי זענען קיין נארנים נישט געווען, אמת?
דאכצעך מיר אז דער גבאי פון ר' יאנקעלע און ר' איציקל זי"ע זענען אויך געווען קליגע חברה (חברה-לייט)...

אלזא, ווי שטעלסטו די ליניע?

_________________

ארגינעלער » 29/1/2008 01:12

וואס טענה'ט מען זיך מיט דעם זאלי?

ווי זענען די פורים רבנים און זייער בית דין,  פארוואס זענען זיי נישט מוחה אויף די שרעקליכע פירצה פון ברענגען גרויסע ערוואקזענע מיידלעך צו א געביידע פון ערוואקסענע בחורים

איכה היתה לזונה?

פארוואס רידערט נישט די וועלט אויף פון די שרעקלעכע פירצה בחומת  פון די תינוקות של בית רבן?

_________________

לעבעדיגער » 29/1/2008 01:18

צוריק צום מעשה נבלה פון די 82 הנהלה רוחנית,

איך קען נישט זאגן א מיינונג אז איך ווייס פאר א פאקט אז די מעשה איז פארגעקימען, כאטש ס'איז נישט שווער, מ'קען פרעגן יעדע מיידל וואס לערנט דארט, אבער וויבאלד איך האב נישט ב"ה קיין טאכטער און נישט שוועסטער דארט ווייס איך נישט די ווארהייט דערפון,

אבער וואס איך קען יא זאגן איז אז עס שטייט אויס פון זיי, אויף די יעניגע חברה וועל איך אלעס גלייבן, נאכדעם וואס איך זעה אז זיי האבן קיין פראבלעם מיט גארנישט ווואס עס שטייט אין די תורה, ווען זיי טוען עפעס איז עס מותר לכתחילה און ווען א צווייטער טוט עס איז עס טריפה חזיר, מיין איך אז עס איז זייער פאסיג אויף זיי צו דערציילן די מעשה, עס שטימט שטארק אויף זיי.

אויב וואלט די מעשה געווען שקר וואלטן דאך שוין צענדליגע אידן וואס האבן דארט טעכטער געשריבן און געשריגן אז ס'איז שקר,  דערוויל אין קול ואין עונה, יא, פון דוד46 האב איך נישט געקלערט אנדערש נאר אז ער וועט עס פארלייקענען, אבער פון עלטערען הערט מען יא פארפירן, איך האב געהערט עטליכע אפגעהאקטע שמועסן פון עלטערען וואס האבן דארט קינדער ווי זיי קאָכן ארום, נאר אזוי ווי איך האב נישט געהערט קיין פינקטליכע מעשה קען איך עס נישט אראפברענגען, אבער עפעס שרעקליך קוקט אויס איז פארגעגאגנן דארט.

 

allgood1s » 29/1/2008 02:17

איך ווייס פאר א פאקט פון א קווינס בחור אז בית רחל איז דארט געווען, ער זאגט אבער אז בשעת מעשה איז אין יענע בנין נישט געווען קיין בחורים

ביבער » 29/1/2008 02:30

allgood1s » 29/1/2008 02:40

לכאורה איז דאס א המשך פון מיסיס שפיטץ פארקען ביי די ישיבה אין ק"י, וואס כ'מיין קיינער איז נאך נישט געווען אזא חצופה

ביבער » 29/1/2008 02:46

איך האב געהערט נחום, דער מענטש
האט שפראך אז מען קען קראנק ווערן, מען קען זיך רייסן פארגלעכטער
נאר איין פראבלעם ציפיל ליגענט אין שמוץ

האקאבו » 29/1/2008 03:19

די זאליס שוורען זיך נקמה אין נחום
דער קאנטעווערסיעל מילך לייפער פארשפרעכט אז אין נעקסטע אויסגאבע
דער וועלט גאנצע ארטיקעלן קעגן ראזענברג

אינז וועל מיר זיצן אין די בעק סיט אין וואטשען די שאו לייפער VSראזנעבערג


allgood1s » 29/1/2008 03:29

ווער האט געהאט געהעקט אפארמאל ארשיווער רב'ס האטליין?

האקאבו » 29/1/2008 03:33

כאכאכאכאכא
נעבעך ער אליין פאר אטענשין
אין ער האלט זיך גאר פארן ממשיך דרכו

חייםחייקל » 30/1/2008 07:56

עס וועט נאך נעמען א לאנגע צייט ביז ענקער פלעק פון ...תנאף ...תרצח וועט אראפ גיין.

אפשר מיט תקנות, דף היומי, דעבאטעס, ביי די וועי ווען גייט זיין די נעקסטע דעבעיט? אפשר ביים נעקסטען יסוד איסן - א' שמות כמיין דינסטאג משפטים.

allgood1s » 30/1/2008 08:30

חייםחייקל איז די בנין נישט און באניצט אדער נאר יענער צימער? ווייל לויט ווי איך הער איז זיך די יעשיווע אזוי ציוואקסען אז מנוצט יענעם בנין אויך, (אפשר נאר פאר א בונקער אדער צו רייכערן וכדומה)

allgood1s » 30/1/2008 08:35

ביי די וועי וואס הער זיך מיט דעם שט. אין קווינס יעשיווע וואס נחום האט פארפירט א שטיק צייט צירוק וועגען א דריי לעטער ווארט?

בשמחה_תמיד » 30/1/2008 13:08

גענוג געווען, דער אשכול האט שוין דערגרייכט זיין קלימאקס.

קיינער זאל מער נישט שרייבן דא נאר אויב ס'איז דא פרישע (אמת'ע) נייעס אין די נושא.

רבי_יונה » 10/2/2008 20:12

אין דער איד די וואך ביי די בריוון, האקט שטיקער אין נחום ראזענבערג זיי מאכן פון אים א גוי און א רוצח, דער איד שרייבט אויף אים אז ער איז א טמא מטומא א שייגץ א מנובל וכו', זיי שרייבן מיט א גפערליכער כעס אויף אים.

זיי שרייבען דאס אויף אים אלס נקמה ווייל ער האקט שטיקער וועגן די קווינס זוהמה פרשה, וואס מען האט אהין געטראגען די מיידלעך צו בחורים.