אזוי ווי די זאליס זענען נעבעך אנגעזעצט און מיאוס דעפרעסט, זענען זיי ביזי צו מאכן מעשיות, ווייל אזוי ווי ר' ז"ל קען נעבעך נישט שלעפן קיין מענטשן צו זיינע טישן, וועגן פארטיי, וועגן בושה און וועגן מען איז ביזי צו פוסטעווען די צייט מיט'ן רייכערן ציגארטעלעך, מוז מען ווייזן אז די אהרונים זענען די טומאה, אזוי אז די הייליגע רבי ז"ל אידן זאלן גיין צו די קדושה וואס איז זלמן לייב.
ביז יעצט האב איך מיך נישט וויסנדיג געמאכט אויף אפאר נארישע זאליס, ווייל ווער קוקט אויף די אנגעזעצטע שוטים, אבער יעצט אז זייער נעבעכדיגער איד, וואס פארקויפט היינט קנאפע 4,000 שטיקלעך א וואך, האט נאכגעשריבן שטיקער היידפארק, וועל איך פארציילן דעם אמת קבל עולם ומלואו, און דעם אמת קען מען נישט לייקענען, ס'זענען דא פיקטשערס און ווידיא קליפס, וואס מען וועט אי"ה פארשאפן.
ביי די גאנצע לוי' אין קירכע זענען געזיצן דריי איינציגסטע אידן אין קירכע, זיי הייסן יואלי גאלד, שמחה בערנאט און בעריש פרייליך. זיי האבן זיך צוגעהערט צו די אלע שמייליגע דרשות און ווי איך גלייב האבן זיי זיך נישט געצלמט ווען אלע אנוועזנדע האבן זיך געצלמט און זיי האבן נישט געשריגן פרעיז דזשי--- און האלעלו-- ווען יעדער האט עס געשריגן. זיי האבן נישט געטאן די אלע קריסטליכע שטיק, אבער זיי זענען יא געזיצן אין זאל און מיטגעהאלטן אלע ספיטשעס און קריסטליכע צערעמאניעס פון אנפאנג ביז צום סוף.
ביי די לוי' איז אויך געווען א פרוי, פון ליובאוויטשן חדר, וואס איז פארהייראט צום פובליק סעיפטי טשיף, וואס האט געפרעגט א היתר פון אירע רבנים צו זי מעג רעדן ביי די לוי', און זי האט באקומען רשות צו רעדן, משום איבה וכו'.
זי האט נישט דערמאנט קיין ווארט פון קרית יואל, און נאר גערעדט ווי נאנט סארדזשענט היין איז געווען צו איר משפחה, ווייל ווי באקאנט איז סארדזשענט היין געווען אן אמת'ער אוהב ישראל, וואס האט געהאלפן יעדן איינציגסטן איד, אן קיין אויסנאם. ס'איז אים ממש געגאנגען אין לעבן צו העלפן אידן, און די פרוי האט זיך באדאנקט פאר סארדזשענט היין פאר'ן העלפן איר משפחה צו יעדע צייט.
נאך די לוי' האבן אידן פארגעהאלטן פאר ר' בעריש היתכן ער איז געווען אין א קירכע, און ער האט זיך איינגעבעטן אז מען זאל אים נישט באשמוצן, און ער האט געזאגט אז ער האט געמוזט אריינגיין אין קירכע ווייל אז נישט וואלט ער געקענט פארלירן זיין פאזיציע אלס סטעיט פאליס ליעזאן. דערווייל איז געבליבן אז מען טוט אים גארנישט, אבער היות זיי זענען געגאנגען און באשמוצט קרית יואל אין דעם אויסגעשפילטן צייטונג דער איד, מיינט עס אז אלע קארטן זענען אפן.
אלזא, זאל די גאנצע וועלט וויסן: דריי אידן זענען געזיצן אין א תיפלה און זיך צוגעהערט צו די דרשות פון די גלחים: די צוויי משמשים פונעם ברך משה זי"ע, משה גבאי'ס באדיס יואלי גאלד און שמחה בערנאט, און ר' בעריש פרייליך.
משמשי הברך משה אין קירכע מיט ר' בעריש פרייליך
אויך מיסיס וויטריאל האט געהאט א היתר, און זייענדיג א גאווערמענט אפישעל קען מען איר פארשטיין.
אבער וואס האבן יואלי גאלד און שמחה בערנאטה געזוכט אין א תיפלה?
וואס האבן משה גבאי'ס באדיס געזוכט אין א תיפלה?
וואס האבן די ראדני שוויץ זיצערס געזוכט אין א תיפלה?
וואס האבן רז"ל'ס באדיס געזוכט אין א תיפלה?
מאכן שור אז קיין איין ארוני איז נישט דארט
סא זיי האבן אויך א היתר
_________________
איך דער לייד נישט קיין עמי הארצים
מען דארף קיינעם נישט זאגן וויאזוי די סטעיט פאליס קעפטעינס האבן רעאגירט ווען זיי האבן געליינט דעם איד, און געזען דארט אזעלכע ווערטער ווי "טומאה" און דאס איז בשעת זיי טרויערן אויפ'ן טויט פון אן אייגענעם סארדזשענט.
יעצט איז נישט מער ווי יושר אז יעדער זאל וויסן אז ער איז געווען אין א תיפלה מיט יואלי גאלד און שמחה בערנאטה.
_________________
אזוי זענען זיי כאטש נישט געגאנגען אין זייערע אנדערע טריפהנע פלעצער.
סא סאיז א גוטע זאך אז זיי זענען כאטשיג געגאנגען אין תיפלה.
ווי האט געזאגט יענער יוד פאר זיינע קינדער: ברוך השם עטס זענט
געווען אין טיאטער, אבי נישט ביים כותל...
זיי האלטן אז זיי האבן געמעגט אריינגיין אין תיפלה, ווייל זיי מוזן זיך חנפ'ענען צו די סטעיט פאליס כדי צו גנב'ענען דעם בית החיים.
כא כא כא.
תוקן על ידי אידעלע ב- 10/01/2008 20:20:55
יעצט אזוי, מרת וויטריאל איז נישט קיין קרית יואל'ער אפישל, זי ארבעט פאר די טאון אף וואדבערי, וואו זי וואוינט. זי איז א וואדבערי פאבליק אפישל.
יעצט איז דיר אלעס קלאר, אדער דיין פערדישע קאפ האט נאך פערדישע שאלות?
זיי האבן געוואלט אנמאכן א שטונק מיט זייערע לגיונות אז די ווילידזש פירערס זענען געווען אין א קלויסטער. דערווייל זענען זיי מיאוס באשמוצט און פארשעמט געווארן, ווען ס'האט זיך ארויסגעשטעלט ווער ס'איז באמת געווען אינעם קלויסטער:
גאלד
בערנאטה
פריעדמאן
און ליידער ליידער אויך פרייליך, וואס האט נישט געקענט ביישטיין דעם נסיון הכבוד.
וויליזש אפישעלס זענען יא געווען אין קירכע אדער נישט?
פון ווי איז די בילד וואס איז געווען פארשפרייט?
תוקן על ידי איציק_מיכל ב- 10/01/2008 21:05:53
מען האט געזען בילדער וויאזוי ווילידזש אפישלס שטייען קעגנאיבער די גאס פון די קירכע און גייען נישט ווייטער, און נאכדעם איז געווען א בילד וויאזוי פרוי וויטריאל רעדט אינעווייניג.
ווי איך הער האבן יואלי גאלד און אברהם יאנקל פריעדמאן און שמחה בערנאטה פארמאכט זייערע אויגן ווען זי האט גערעדט, כדי נישט ח"ו נכשל צו ווערן מיט ראיות אסורות.
זאלסט מיר אנטשולדיגען
אז עס איז נישטא קיין אנדערבילד
איך האב נאר געלייגט דעם בילד צוווייזען
אז וויטריאל איז זיך משתחוה לצלם
און רעדט און א קירכע
אזאך וואס א ריפארם איד וואלט נישט געטוהן
און די משמשי הברך משה שטייען אינדרויסען
ניין זיי זענען אידען
און עטס האטס אראפגעווארפן דאס גאנצע אידישקייט פון ענק
דער עד שאומר לו לך עבוד איז אנגעקומען
מיטן גאנצן קנאק
מיט ענקער פולסטען שטיצע
ניין עס איז נישט קיין היידפארק מעשה
עס איז א ווירקליכע מעשה
בד"א די איסור פון הסתכלות אויף נשים איז נישט הארבער ווי די
איסור פון הסתכלות אויף צלמים
די גמרא האט א פסוק דערויף
תוקן על ידי verbeenich ב- 10/01/2008 22:45:00
ביי איר איז דאך דער דין פון אשת חבר כחבר...
פרוי וויטריאל איז נישט קיין ארוני
וואלסט ווען שטארק געוואלט זי זאל זיין
_________________
אקעי איך צי צוריק פון מיינע קריטיק.
ווי איך האב יעצט אויסגעפונען האבן זיי געהאט א קלארע היתר אריינצוגיין אין א קירכע פון הגה"צ רבי פנחס יאקאבאוויטש שליט"א, ראב"ד דקהלות הסאדערן אלייענס.
באלד וועל איך ברענגען דעם היתר.
_________________
_________________
_________________
פון די מזרחי וואס עס האט אים אנגעפרעגט א רב אויף א ענליכע שאלה
צו מ'מעג אריין גיין און א קלויסטער צו א לוי מפני דר"ש
האט ער געענטפערט
אז אויב וואלטען דיינע עלטערען געפרעגט די שאלה בשנת ת"ח ות"ט
אדער בשנת תתנ"ו
וואלט היינט שוין נישט איבערגעבליבן קיין איד צו פרעגען אזא שאלה
בושנו מכל דור פארשטייער פון די וואס זיי גיבען זיך אפ צו זיין די
פרומסטע פון כלל ישראל
זאלען גיין דינען עבודה זרה ממש מדאוריתא
און מ'קומט נאכדעם מיט ליצנות און שקרים דאס אוועק מאכען
א ריפארמער וועט נישט אריין גיין און קיין קלויסטער
באהאלטס ענק!!
שעמטס ענק!!
עטס קומטס נאך מיט שקרים און לצנות
דאס איז עיקר אידישקייט
_________________
ווער_בין_איך, נאכמער, זיי פאררופן זיך נאך גבאים פונעם ברך משה זי"ע, און זיי זענען גאנצע קנאקערס ביי די זאליס.
האסט אזוי גוט געזאגט, איך האב עס נישט געקענט בעסער ארויסברענגען, בראווא!!!
_________________
מיט בילדער וואס ווייזט
אז דווקא די אהרוינים זענען אריין
און די זאלוינים וועמען איהר רופט משמשי הברך משה
זענען געשטאנען אינדרויסען
שעמטס ענק
_________________
דוד האסט א טעות
דער אשכול איז א באווייז
אז געצען דינעריי
דינען עבודה זרה
אראפ ווארפען דעם יאך פון אייבירשטען
לייקענען במי שאמר והיה העולם
איז קיין שום פראבלעם
ארוניזם איז נישט עבודה זרה בשותף
עס איז עבודה זרה זעלבסט!!
_________________
אזוי ווי ווערביןאיך זאגט א ליגנט אז דער מנהל האט אויסגעמעקט א בילד פון אהרונים וויל איך דא למען הפינקטליכקייט קלאר שטעלן אז ער איז א שקרן וכזבן. ער האט געברענגט א בילד פון א פרוי מיט א לאנגען אנטבלויזטן שייטל, וואס קיין שום קרית יואל'ער פרוי גייט נישט אזוי אנגעטאן, און געזאגט אז זי איז "די אהרונים".
דער מנהל האט אים געזאגט אז ער זאל צוריקלייגן זיין תגובה אן דעם בילד פון די פרוי.
מר. ווערביןאיך, ווער איז טאקע געווען די מאדערנע פרוי? ר' אברהם ווידער אדער ר' גדלי' סעגעדין?
_________________
ווערבינאיך ענטפער
פרוי וויטריאל האט עפעס מיט ארונים צו טיען???
יעדע ליבאוויטשער פרוי וואס וואוינט אין town of monroe ווערט שוין אן ארוני???
די וואלסט אונז געצאלט מיליאנען מיר זאלן טיען עבירות
כדי די זאלסט קענען שרייען שייגעץ שייגעץ
פון דעם לעבן ענק
_________________
צו דינען עבודה זרה ממש
האבען זיי אויך נישט קיין פראבלעם
ארויס צו שטעלען א פרוי
וואס גייט מיט א לאנגע אנטבלויזטן שייטל
און זי וואוינט אין קרית יואל
אין זי איז די ווייב פון דעם קרית יואלער פאליסמאן
און זי האט פארטרעטען קרית יואל
און זי האט גערעדט בשם קרית יואל
און זי האט געדינט עבודה זרה בשם קרית יואל
סאיז קיין שקר נישט ס'איז אמת ויציב
און איך וועל פאלגן לעבעדיגער
ארוניזם איז נישט עבודה זרה בשותף
עס איז עבודה זרה זעלבסט!!
_________________
ביסט יעצט געוואויר געווארן אז מיר דינען עבודה זרה בפרהסיא? וואס איז מיט דיר? ביסט היינט געבוירן געווארן?
מיר האבן א היתר פון הרב הגאון רבי פינחס יאקאבאוויטש שליט"א, וואס האט געפסקנט אז גאנץ קרית יואל, מענער, פרויען און קינדער, דארפן גיין שטימען אין א תיפלה!!!
כא כא כא.
די שאלה איז נאר וואס איז מיט יואלי גאלד, שמחה בערנאטה און אברהם יאנקל פריעדמאן. ווער האט זיי געגעבן רשות אריינצוגיין אין א תיפלה????
_________________
דא איז דער בילד וואס ווערביןאיך האט ארויפגעלייגט, אויף וועלכן מען זעט - איך קען ממש נישט קומען צום ווארט - וויאזוי - געוואלד און געשריגן - מיסיס אברהם ווידער תחי', דער מעיאר פון קרית יואל, גיט א דרשה בריש גלי אין א קירכע...
.[בילד – נישט אפגעהיט]
_________________
די שאלה איז נאר וואס איז מיט יואלי גאלד, שמחה בערנאטה און אברהם יאנקל פריעדמאן. ווער האט זיי געגעבן רשות אריינצוגיין אין א תיפלה????
איינער ווייסט צי ועד הצניעות פון קרית יואל וועט מאכן אן אויסנאם פאר'ן מעיאר און אים אריינלאזן אין ווייבער שול מיט א לאנגען הוילן שייטל?...
_________________
דוד, איך האב נישט גערעדט פון ראדני ביי שלש סעודות. איך ווייס אז דארט זענען זיי נישט אריין, ווייל זיי האבן זיך געשעמט...
_________________
פארוואס האט קיינער פון זיי נישט מוחה געווען
אזאנס צו טאן, אן קיין בושה, אריבערפירן די וואלן אין א טיפלה!!!
א ווינדער נאך אז דער "טמא'נער פ---" יואלי גאלד (זיין טאטנס לשון...)
גייט אריין אין א טיפלה?
_________________
איך דער לייד נישט קיין עמי הארצים
גיי אביסעלע צירוק עטליכע תגיבות, וועסטו זעהן אויפן בילד ווי פרוי וויטריאל רעדט, קען מען זעהן צווישן צוויי פאליציי איינער מיט ווייסע האר, א עלטערער איד מיסתמא, פון א קראנטע מקור הער איך אז ס'איז ר' משה שעהר.., און דער אנדערע מיט די בלאנדע האר, מער לינקס, איז ר' גדלי' סעגעדין.., אה, און פאר איך פארגעס, זיי האבן אלע זיך אפגעשוירן די בארד און פיאות, אויסגעטוען די קאפלעך לכבודו פונעם פויפסט....
א גרויסער חכם דער מעיאר ווידער, ער האט געמיינט אז אויב ער וועט זיך אנטאן א לאנגען שייטל וועלן די זאליס נישט כאפן אז ס'איז ער...
א שאד נאר אז די זאלי לעלוס האבן נישט געוואוסט פון דעם טריק פון אנטאן א לאנגען שייטל, און יעדער האט זיי געזען אריינגיין אינעווייניג אין א טשוירטש!
_________________
אין קירכע
ווי ווען ער פלעגט זיצן ביים ברך משה אין אים פיינוגען צים טויט
אין נאכשרייען דעם רבי'ן אין סתם מענטשן
ווייל זיי ליינען נישט דעם בלאט, און וועגן דעם ווייסן זיי נישט אז דער בלאט האט אפגעפרעגט דעם פסק פון פינחס יאקאבאוויטש אז אלע תושבי קרית יואל, מענער און פרויען מעגן אריינגיין אין א מיסיאנערישע תיפלה.
אגב, די פרעכהייט פון די זאליס איז ממש מבהיל, דא ווילן זיי אריינפירן אלע תושבי קרית יואל אין א תיפלה, דא גייען זייערע אייגענע מענטשן אריין אין א תיפלה, און דא האבן זיי די חוצפה ארויסצוקומען מיט א בלבול אז די קרית יואלע אפישלס זענען אריין אין א תיפלה.
_________________
.
[בילד – נישט אפגעהיט]
געווען ווייניגער ווי צען מינוט
ממילא האט עס נישט א שיעור חימוץ
אשרי ילדתו
מאי כלו רעש די זאליס זענען געווען אין א קירכע
זיי האבן א קירכע אינעם הייליגען שטאט
זייער טרעלירס זענען לאבן די קירכע הגז"ל אליינס איז דארטן געווען
האסטו טענות צי אברהם יענקעל פריעדמאן
היינט צופרי האט ר' בעריש פרייליך געדאוונעט אין
דעשער בית מדרש ביי ר' נחום מאיר פאנעט שליט"א
אין מענטשען האבן אים פארגעהאלטן היתכן ער איז
אריין אין א קירכע
האט ער געזאגט ער האט געהאט א היתר פין א רב
אזעלכע צבוע'קעס האב איך נאכנישט געזען.
ווי דער עולם ווייסט האלט איך זיך געווענליך נייטעראל און איך נעם נישט קיין שטעלונג אין די פארטייאישע געפעכטן, אבער דא איז מיר דאס בלוט געקומען אין קאפ, וויבאלד איך בין אליינס געווען ביי די לוי' און מיט מיינע אייגענע אויגן זיך צוגעקוקט צו וואס ס'איז דארט פארגעקומען, און ס'איז געווען יותר ממה שקראתי כאן.
דער verbinich רעפרעזענטירט די עקלהאפטיגקייט וואס הערשט אין וויליאמסבורג, ער איז עקזעקטלי די סיבה פארוואס מען ברענגט אונטער די פרנסה פון אידן אין וויליאמסבורג, ווייל ס'איז דא אידן וואס זוכן שמוץ נאר ביי יענעם און נישט ביי זיך.
איך האב דא געזען א שוידערליכן בריוו וויאזוי א "לידינג זאלי" בעט פון די באורד אף עלעקשאנס אז זיי זאלן אריינפירן די קרית יואל'ער עלעקשאנס אין א תיפלה, און איך זע נישט אז verbinich זאל ווערן אזוי שאקירט, מילא דוד46 פארשטיי איך זייער גוט, ער איז א פארטיי מענטש, און ער דינט געטריי זיין פארטיי, אבער verbinich מיינט דאך קלאר נאר דעם רבוש"ע, איז וויאזוי קען ער זיין אזא אומפארשעמטער צבועניק און זוכן שמוץ נאר ביי יענעם ווען זיין פארטיי איז אזוי טיף אינעם שמוץ.
איך רעד שוין נישט פון דעם אז מען גייט באשולדיגן יענעם אין אריינגיין אין א תיפלה, ווייל ס'איז דא א בילד פון עפעס א פרוי, ווען די אייגענע פארטרעטערס האבן גאר בשאט נפש געטאן אקוראט די זאך, און נאך סאך ערגער, ווען זיי האבן געטרונקען קאווע און געגעסן קעיק וואס מען האט אנגעגרייט אינעווייניג, וואס חוץ פון די שאלה פון עסן נישט כשרס איז נאך דא די סאך גרעסערע פראבלעם פון נהנה זיין פון עבודה זרה (רח"ל)
קומט דער verbinich, וואס פארטרעט דעם גאנצן עקל פון וויליאמסבורג, און ווי א בת היענה לייגט ער אריין דעם קאפ אין די ערד און ער שרייט: שגץ, שגץ, שגץ. דאס איז די זעלבע זאך וואס ער טוט אין וויליאמסבורג ווען ער פארמאכט די אויגן צו אלע שגץ שטיק וואס קומט פאר אין זיין בעקיארד און גייט פראטעסטירן קעגן א פרעס טראק אדער קעגן גל פז אדער קעגן א סיין פון עורה. קלין יור און דוירטי לאנדרי פאר דו גייסט זיך נעמען צו א צווייטנס.
תוקן על ידי ziskeit ב- 11/01/2008 20:08:58