היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » משמשי הברך משה אין קירכע מיט ר' בעריש פרייליך

משמשי הברך משה אין קירכע מיט ר' בעריש פרייליך

69 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2343641
בלאט: 1 2

דוד46 » 11/1/2008 19:37

זיסקייט

איז פאראן היינט א קירכע אין קרית יואל אדער ממש דערנעבן?

Ziskeit » 11/1/2008 19:46

יא, די סקול דיסטריקט.

ארגינעלער » 13/1/2008 02:48

שבת אינדעפרי איז דער שפיטווקער געזעצן אויף זיין פלאץ אין
ראדני אויף מזרח ציזאמען מיט יענקעלע גליק אין אביש וויינבערגער
אין ר' שלום לויפערס אייניקיל דער ווייס בחור אין יענקעלע האט חוזק געמאכט
פין אביש'ס חברה משניות וואס קיינער לערנעט נישט
אינמיטן קומט אן ש.א. פריינד פריש אין מאנטער מיט א קאווע אין די האנט
אין יענקעלע געט א ווינק אין שישקעט אים אינטער קירכע קירכע

אין ש.א. געט אים א זאג איך הער א דיין זין איז אריבער צי די קאטליקין
געט זיך שמשון א לייג ארויף די הענט אויפן הארץ אין קרעכצט
איך האב נישט קיין כח איך האב נישט קיין כח
ער האט מיך אויפגעגעסן אלץ בחור אין לויט נישט נאך יעצט נאך די חתונה
אין ער זאגט איך איך האב גערעדט צי יואלי
האט מיר יואלי געזאגט אז סאיז נישט קיין קירכע
סאיז א קאמינוטי צענטער אין פאר דעם איז ער אריין

glickman » 13/1/2008 03:36

עס איז א פיונערל האם

ארענדאר » 14/1/2008 20:55

. כאפטס אריין א וואדקע
[בילד – נישט אפגעהיט]

ארענדאר » 14/1/2008 20:56

יואלי גאלד ווערט געזען לינקס און שמחה בערנאטס רעכטס, אראפגייענדיג די שטיגן אונטער דעם גלאזענערם וואנט. זיי האבן פרובירט זיך צו באהאלטן פון מיין קעמערע, אבער ווי איר זעט איז זיי עס גאנץ ווייניג געלונגען. כאפטס אריין א וואדקע

דוד46 » 14/1/2008 20:58

זעטס נישט ווי זיי זיצן אין קירכע און בוקן זיך צום ציילעם?...

ארענדאר » 14/1/2008 21:03

דאס בילד ענלארדזשט. מען זעט יואלי גאלד לינקס און שמחה בערנאטה רעכטס. ער דיילט א נאמבער אויף זיין סעלפאן. סאטמאר ווארט אז די הייליגע לאולייפס מארגנשטערן און טענענבוים זאלן מוחה זיין אויף דעם גרויסן פארברעכן, אז די פארשטייער פון רז"ל זענען אריין אין א תיפלה!!!!! כאפטס אריין א וואדקע
[בילד – נישט אפגעהיט]

ארענדאר » 14/1/2008 21:05

דוד, איז אריינגיין אין קירכע א פארברעכן אדער נישט?

זיי נישט קיין היפאקריט!!! אויב ביז יעצט איז עס געווען א קריים, פארוואס האט זיך עס יעצט געטוישט?

תוקן על ידי - ארענדאר - 14/01/2008 21:06:55

_________________
כאפטס אריין א וואדקע

ביבער » 14/1/2008 21:13

פארגעס דערוועיגען. די זאליס זענען אזוינע לוי לייווס. ווי לאנג ס'האט עפעס מיט
אהרן ט"ב איז עס א עבירה, איינמאל סהאט צו טין מיט זלמן לייב איז עס א מצוה.

תוקן על ידי ביבער ב- 14/01/2008 21:13:53

איך דער לייד נישט קיין עמי הארצים

דוד46 » 14/1/2008 21:16

ענטפער ווי א נארמאלער מענטש, פארדריי נישט דעם שמועס.

תוקן על ידי - בשמחה_תמיד - 14/01/2008 21:21:32

קריתיואלער » 14/1/2008 21:18

נו שוין, נישט קיין מחאה, איז עכ"פ אן אנטשולדיגונג. עפעס. כ'מיין וואו איז דאס געהערט געווארן אז זאלי'ס משתמשים מעגן אריינגיין אין קלויסטער און פון די הייליגע זאליס קומט נישט קיין שום מחאה.

_________________

לעבעדיגער » 14/1/2008 21:22

זינט דער נועם המדות האט זיך גענימען זיין כתר הנהגה איז נאכנישט געטוען געווארן קיין עוולה אינערהאלב זיין פארטיי.

אפילו זאלסט האבן ריזיגע סיינס מיט בילדער, ווידיאו קליפס,  וועט עס נישט זיין גענונג באווייז פאר זייער זייט אז אן עוולה איז געטוען געווארן, און נישט נאר דאס, זיי וועלן עס לייקענען שטיין-און-ביין, זיי וועלן זאגן אויף שווארץ אז ס'איז ווייס, און אויף טאג אז ס'איז נאכט.

און אפילו ער וועט שוין מודה זיין אז זיי זענען אריינגעגאנגען, וועט עס אבער קיין עוולה נישט זיין, ער וועט האבן הונדערט און איין התירם דעראויף.

עקספעקט נישט פון די נועם המידות פארטיי קיין מוחאה! עס עקזעסטירט נישט אזאנס!

ארגינעלער » 14/1/2008 21:28

וואספארא פאקטן ס'איז שוין דא דערווייל:

צד ר"א:
1. בילד פון ליובאוויטשער פרוי וואס איז פארהייראט צו סאטמארער יונגערמאן, אין קירכע
2. אנטשולדיגונג מצד קהל יטב לב פאר אן עבירה וואס א ליובאוויטשע פרוי האט געטאן

צד רז"ל:
1. בילד פון ראשי העסקנים, משמשים פון ברך משה ולהבדיל בין טומאה לטהרה רז"ל, אריינגיין אין תיפלה.
2. קיין שום אנטשולדיגונג מצד זאליס, פאר אזא הארבע עבירה פון אייגענע מענטשן.

ארגינעלער » 14/1/2008 21:33

די זאלי היפאקריטן האבן טאקע נישט קיין טראפ בושה.

דעם שבת האט מיילעך ביה"כ שטערן מוחה געווען ביי איינע פון די סאודערן אלייענס בונקערס אין קרית יואל, היתכן אברהם ווידער איז אריין אין קירכע.

בשעת די לוי' איז פארגעקומען איז ר' אברהם ווידער געווען אין... פאלם ספרינגס.

מיר האבן שוין צוגעשטעלט בילדער פון בערנאט און פון גאלד אין תיפלה, אבער די אלייענס האבן דערווייל צוגעשטעלט נאר פאשקעווילן, מחאות און קול ענות חלושות.

לאמיר זען צי די זאליס האבן גאטס און קענען מודה זיין דעם אמת.

בשמחה_תמיד » 14/1/2008 22:00

ס'איז א פאקט אז מרת וויטריאל איז געווען אין קירכע און ס'איז אויך א פאקט אז פון די אנדערע זייט איז מען אריינגעגאנגען אין קירכע, אפאר עסקנים.

איינער פון די מנהלים, גאר א פארלעסליכער מענטש, איז געווען ביי די באגרעבעניש צערעמאניע און עדות געזאגט פאר מיר, און יעצט איז עס פעסגעשטעלט געווארן דורך בילדער.

פון יעצט און ווייטער, נאר דיסקאסן פארוואס טאקע מען האט עס געטאן? און צי מען האט געמעגט, נישט עפעס אנדערש.

נארישע קינדערישע תגובות צו פארדרייען דעם שמועס, וועלן אויסגעמעקט ווערן, און די שרייבערס וועלן נחסם ווערן.

די שענסטע זאך וואלט געווען ווען ביידע זייטן דערקלערן חטאתי עויתי פשעתי און מיט דעם גייט די ווייטאגליכע געשיכטע אראפ פון טיש, אן מאכן א חילול השם און אויפרעגן די סטעיט טרופערס.



תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 14/01/2008 22:01:57

געשמאק » 15/1/2008 22:16

דא איז דער פסק פון הגר"מ שטערנבוך. בעריש פרייליך טענה'ט אז די לוי' איז נישט געווען אין די תיפלה אליינס, און וועגן דעם האט ער זיך פארלאזט אויף הגר"מ שטערנבוכ'ס היתר.


.[בילד – נישט אפגעהיט]

ארענדאר » 15/1/2008 22:53

[בילד – נישט אפגעהיט]

ארענדאר » 15/1/2008 22:56

די טיר וואו די משמשים פון רז"ל זענען אריינגעגאנגען אין קירכע. יא, זיי האבן נישט געוואוסט אז ס'איז עין רואה...


[בילד – נישט אפגעהיט]
בלאט: 1 2