היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » די מתיבתא גמרא ספאנסארט כדי להפיץ השיטה

די מתיבתא גמרא ספאנסארט כדי להפיץ השיטה

97 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2332210
בלאט: 1 2

נבוכדנאצר » 24/12/2007 21:38

(3-3)

סמיינט אויך בכלל נישט די אראבישע פויערן אין ארץ ישראל. זיי זענען סתם גזלנים פון קרקע וואס אינה נגזלת, דאס איז ירושה לנו מאבותינו וזאת התורה לא תהא מוחלפת,


ווען בר כוכבא האט מורד געווען אין רומי אויף וועמען די הייליגע גמרא זאגט עדות אז זיי געווען ערגער ווי די אראבישע פויערן (גיטין פ' ע"א) מלכות שאינה הוגנת מלכות הרומיים ואמאי קרי לה מלכות שאינה הוגנת משום דאין להם לא כתב ולא לשון - ערגער פון די מוסלמענער שיש להם כתב ויש להם לשון אבער ווען די גזירת הגלות איז געקומען האט מען געקענט זיין א צדיק קדוש מלך כשר ווי בר כוכבא און צדיקי עולם דער גרעסטער מענטש בכמה דורות ווי ר' עקיבא שהיה גדול ממשה רבינו לפי אגדות חכמינו ז"ל הלך אחריו - אבער עבר על השבועה ונהרג

און די רוימער זענען פונקט אזעלכע גנבים געווען אבער דער רבוש"ע טיילט שוין צו ווי רש"י זאגט וברצונו ניטלה מהם ונתנה לנו די זעלבע אודאי פארקערט

ירושה לנו מאבותינו

היסטאריע קאנסטו נישט, נביאים קאנסטו יע?

ס'איז געווען א נביא (טאקע נישט אין ארץ ישראל נאר אין איראק נעבן באגדאד ערגעץ) וואס שרייבט לדורות מיט רוח הקודש מפי ד' (יחזקאל לג, כג-לג) ויהי דבר ד' אלי לאמר. בן אדם, יושבי החרבות האלה על אדמת ישראל אומרים לאמר, אחד היה אברהם ויירש את הארץ ואנחנו רבים לנו נתנה הארץ למורשה.

די זעלבע טענה ווי *באטשי* פון 2008, ירושה! אבער וואס איז געווארן צום סוף איז ליידער נישט קיין סוד

דער נביא זאגט ווייטער מפי הקב"ה מיט אן אריכות איך וועל ברענגען נאר צוויי פסוקים, ונתתי את הארץ שממה ומשמה ונשבת גאון עזה ושממו הרי ישראל מאין עובר. וידעו כי אני ד' בתתי את הארץ שממה ומשמה על כל תועבותם אשר עשו

יא ירושה נישט ירושה - דער אויבערשטער וויל אנדערש

פארטיג מיט נקודה 3
יותר זמן אין לי היום וועלן מיר נאך ממשיך זיין בעז"ה


תוקן על ידי נבוכדנאצר ב- 24/12/2007 22:17:34

Baachi » 24/12/2007 22:26

נבוכדנאץ



איך האלט נאך ביי נקודה איינס



:דאס ווארט "מרידה" איז טייטש ווידערשפעניגען,  קעגען איינעם וואס מאיז משועבד צו איהם.

 ער לאזט נישט און דו טוסט עס יא.



לדוגמא ,מורד במלכות, א מורדת על בעלה.



וויפיהל זאלסט נישט דרייען וועסטו נישט אויסדרייען דעם טייטש פון דעם ווארט מרידה.



די רעדסט פון די בני אפרים? סתם געפלוידערט.



ווען האט מען זיי משביע געוועהן שלא ימרדו באומות? אפילו קיין עשרת הדיברות האט מען נאך נישט געהאט, שלוש שבועות איז קדמה לתורה. WOW!



זעהט אויס אז זיי האבן געהאט א ציווי פון יעקב צו פון יוסף צו ווארטן אויפן גואל, וואס וועט זאגן פקד יפקד. און זיי האבן נישט געווארט. האט זיי דער רבש"ע איבערגעלאזט למקרי הטבע.



דער קץ אין מצרים איז געוועהן והשיב אתכם אל ארץ אבותיכם.

דער קץ פון אונזער גלות איז לתקן עולם במלכות ש=די.



אין תימן האט דאס מלכות נישט געוואלט אידן זאלן ארויס גיין. ליין נאכאמאהל איבער.

 אין פאל פון תימן האט דער יעניגער געזאגט בפירוש אז ער איז משיח. האט דער רמב"ם דערמאנט דחיקת הקץ.

ווער האט דא געמאנט דעם טיטל משיח?

וואס פאר אשייכות האט דאס מיטן קץ?



בר כוכבא



בר כוכבא איז געהארגעט געווארן בעוונותיו,  ער האט געזאגט הלא אתה אלוקים זנחתנו וגו' אזוי ווי דער רמב"ם זאגט. דער ויואל משה דרייט מיט איהם אהין אין צוריק, ער מאכט פון איהם א צדיק נשגב, וואס זיין איין אין איינציגער חטא איז געוועהן אז ער נישטגעווען קיין סאטמערער. ער דרייט מיט אשטיקל ירושלמי א שמיטישיק בבלי אין א כזית מדרש צונאמען צו שטעלען אזא פיגור. דער רמב"ם זאגט בפירוש נהרג בעוונות ווי אין ירושלמי, ער דערמאנט נישט דאס ווארט שלוש שבועות. מיר וויסן אז אהשמטות הרמב"ם איז א הלכה. 



דער ויואל משה וויל אנכאפן אזוי ווי די אגדה בבלית אז די חז"ל האבן איהם געהארגעט, כאטש ער אליין שרייבט אז ער איז נישט זיכער מיט די גירסא.   



זאת ועוד אחרת. דער רמב"ם'ס הלכה ספר איז יד החזקה, נישט איגרת תימן ווי איהר ווילט מחדש זייןץ .



"זאגט וברצונו ניטלה מהם ונתנה לנו די זעלבע אודאי פארקערט "



דו שעהמסט זיך נישט אזוי צו שרייבן?



דער אייבירשטער זאגט פאר אברהם אבינו  ונתתי לך ולזרעך אחריך את ארץ מגוריך את כל ארץ כנען
לאחוזת עולם



דאס איז א כפירה גמורה אין אנוכי ה' אלוקיך. אני השם לא שיניתי, לא איש קל ויכזב ובן אדם ויתנחם,  קענסט ווערען פאר דעהם געלט א נוצרי. פונקט די זעלבע ווערטער. דער באשעפער האט געטשענדשד זיין מיינד. 



 איך האב פארשטאנען אז דו וועסט צוקומען סוכ"ס צו כפירה.  



יעצט וואס ברענסגטו דעם פסוק אין יחזקל

 

ונתתי את הארץ שממה ומשמה ונשבת גאון עזה ושממו הרי ישראל מאין עובר. וידעו כי אני ד' בתתי את הארץ שממה ומשמה על כל תועבותם אשר עשו



דארט שטייט דען אז מוועט צונעמען ארץ ישראל פון די אידען?

סתם געפלוידערט.

 

דאס וואס סשטייט דארט זאגן מיר יעדען טאג ביי קר"ש. השמרו לכם פן יפתה לבבכ וגו' ואבדם מהרה מעל הארץ הטובה.

סמיינט נישט אז מוועט עס צונעמען פון אונז.



דער רמב"ן מיט נאך ראשונים שרייבן דאך אז ושממו עליה אויביכם איז גאהר א ברכה.

"יא ירושה נישט ירושה - דער אויבערשטער וויל אנדערש"

דאס איז כפירה אין תורה מן השמים

למעשה, פון ווי ווייסטו וואס דער אייבירשטער וויל? זעהסט דאך אז ער אונז צוריק געברענגט קיין ארץ ישראל.

האסט גארנישט געזאגט.

סאיז אוודאי נישט קיין הלכה
און אפילו יא איז עס לא נגע ולא פגע לדורינו.
 

תוקן על ידי - baachi - 24/12/2007 22:37:44

aaatozzz » 24/12/2007 22:39

שניידן און קלעבן

 

שמו היה שמעון בן כוסבא המכונה בן כוזיבא, ור"ע קרא לו בר כוכבא, הוא היה בראש המרד נגד הקיסר הרומי אדריאנוס בשנות 132־135 לספה"נ,

במדרש איכה רבתי פרשה ב' סימן ה' אמר ר' יוחנן רבי היה דורש דרך כוכב מיעקב אל תקרי כוכב אלא כוזב, ר' עקיבא כד הוה חמי ליה להדין בר כוזיבא הוה אמר היינו מלכא משיחא, א"ל ר' יוחנן בן תורתא עקיבא יעלו עשבים בלחייך ועדיין אינו בא, א"ר יוחנן הקול קול יעקב, קול אדריאנוס קיסר הרג בביתר פ' אלף רבוא בני אדם, ופ' אלף תוקעי קרנות ]ראשי גייסות שמתקבצים חיילותיהם ע"י תקיעתם[ היו צרין על ביתר והיה שם בן כוזיבא והיו לו ר' אלף מקוטע אצבע ]שהיו נבדקים אם הם אבירי לב ע"י שהיו חותכים אצבע אחד מידים בשיניהם[, שלחו לו חכמים עד מתי אתה עושה לישראל בעלי מומין, א"ל והיאך יבדקו, אמרו לו כל מי שאינו עוקר אזר מלבנון אל יכתב באסטרטיא ]פי' בצבא[ שלך והיו לו ר' אלך מכאן ומכאן ]מקוטעי אצבע, ועוקרי ארז[, ובשעה שהיו יוצאין למחלמה היו אומרים לא תסעוד ולא תכסיף ]פי' לא תעזרנו ולא תשחיתנו, כי יניחם אל הטבע שהיה בטוח בכחו[ הה"ד הלא אתה אלהים זנחתנו ולא תצא אלהים בצבאותינו ]כלומר אף שתזניחנו ולא תצא בצבאותינו לא נחוש[, ומה היה עושה בן כוזיבא היה מקבל אבני בליסטרא בא' מארכובותיו ]קני"א[ וזורקן והורג מהן כמה נפשות, ועל זה ]על פלאי גבורותיו של בן כוזיבא[ אמר ר"ע כך ]היה אומר ר"ע שהוא משיח[, ג' שנים ומחצה הקיף אדריאנוס קיסר לביתר והיה שם ר' אלעזר המודעי עסוק בשקו ובתעניתו ובכל יום ויום מתפלל ואומר רבש"ע אל תשב בדין היום, ולבסוף נתן ]אנדריאנוס[ דעתו לחזור, אתא חד כותאי ומצאו וא"ל כל יומין דהדא תרנגולתא מתגעגע בקיטמא לית את כביש לה ]כל זמן שר"א מתגלגל בשק ואפר אין אתה יכול לכבוש את ביתר[, אלא המתן לי דאנא עביד לך דתכבשינה יומא דין, מיד עליל ליה בבובי' דמדינתא ]נכנס בשער העיר ביתר, וי"א דרך הביוב תחת החומה[ ואשכחיה לר"א דהוה קאים ומצלי, עבד גרמיה ]עשה עצמו כאילו[ לחיש באודניה דר"א המודעי, אזלון ואמרון לבר כוזיבא חביבך ]דודך[ ר"א בעי לאשלמא מדינתא עם אדריאנוס, שלח ואתייה לההוא כותאי, א"ל מאי אמרת ליה, א"ל אין ]פי' אם[ אנא אמר לך, מלכא קטיל ליה לההוא גברא ]מלך שלי יהרוג אותי[ ואין ]ואם[ לית אנא אמר לך את קטיל ליה לההוא גברא, אבל מוטב ליקטליה ההוא גברא לגרמיה ]אני אהרוג את עצמי[ ולא תתפרסין מיסטירין ]סודות[ דמלכותא, בן כוזיבא סבר בדעתיה דבעי לאשלמא מדינתא, כיון דחסל ]שגמר[ ר"א צלותיה שלח ואייתיה א"ל מה אמר לך הדין כותאי, א"ל לית אנא ידע מה לחיש לי באודני ולא שמעית ליה כלום, דאנא בצלותי קאימנא ולית אנא ידע מה הוה אמר, נתמלא רוגזיה לבן כוזיבא יהב ליה חד בעיטא ברגליה וקטליה, יצאתה בת קול ואמרה הוי רועי האליל עוזבי הצאן חרב על זרועו ועל עין ימינו, אמרה לו אתה סימית זרוען של ישראל וסימית עין ימינן לפיכך ]סיום הפסוק של הוי רועי האליל[ "זרועו" של אותו האיש "יבש תיבש ועין ימינו כהה תכהה" מיד גרמו עונות ונלכדה ביתר ונהרג בן כוזיבא ואיתיאו רישיה לגבי אדריאנוס, אמר מאן קטליה לדין? א"ל חד גונתאי ]חיל[ אנא קטלתיה לדין, עיי"ש עוד[,

]רמב"ם הלכות מלכים פרק י"א הל' ג' ואל יעלה על דעתך שהמלך המשיח צריך לעשות אותות ומופתים ומחדש דברים בעולם או מחיה מתים וכיוצא בדברים אלו, אין הדבר כך, שהרי רבי עקיבא חכם גדול מחכמי משנה היה, והוא היה נושא כליו של בן כוזיבא המלך, והוא היה אומר עליו שהוא המלך המשיח, ודימה הוא וכל חכמי דורו שהוא המלך המשיח, עד שנהרג בעונות, כיון שנהרג נודע להם שאינו, ולא שאלו ממנו חכמים לא אות ולא מופת, ועיקר הדברים ככה הן, שהתורה הזאת חוקיה ומשפטיה לעולם ולעולמי עולמים, ואין מוסיפין עליהן ולא גורעין מהן. השגת הראב"ד אל יעלה על דעתך וכו', א"א והלא בן כוזיבא היה אומר אנא הוא מלכא משיחא ושלחו חכמים לבדקו אי מורח ודאין או לא וכיון דלא עביד הכי קטלוהו[



תוקן על ידי aaatozzz ב- 24/12/2007 22:52:37

נבוכדנאצר » 24/12/2007 23:12

*באטשי*

עשית את הרמב"ן לכופר

דער רמב"ן אויפן פלאץ דארט ביי רש"י שרייבט סאטמארער דיבורים

ונתן רבי יצחק טעם לזה, כי התחילה התורה בבראשית ברא אלהים וספור כל ענין היצירה עד בריאת אדם, ושהמשילו במעשה ידיו וכל שת תחת רגליו, וגן עדן שהוא מבחר המקומות הנבראים בעולם הזה נעשה מכון לשבתו, עד שגירש אותו חטאו משם, ואנשי דור המבול בחטאם גורשו מן העולם כולו, והצדיק בהם לבדו נמלט הוא ובניו, וזרעם חטאם גרם להם להפיצם במקומות ולזרותם בארצות, ותפשו להם המקומות למשפחותם בגוייהם כפי שנזדמן להם. אם כן ראוי הוא, כאשר יוסיף הגוי לחטוא, שיאבד ממקומו ויבוא גוי אחר לרשת את ארצו, כי כן הוא משפט האלהים בארץ מעולם, וכל שכן עם המסופר בכתוב כי כנען מקולל ונמכר לעבד עולם (להלן ט כז), ואינו ראוי שיירש מבחר מקומות היישוב, אבל יירשוה עבדי ה' זרע אוהבו, כענין שכתוב (תהלים קה מד) ויתן להם ארצות גוים ועמל לאומים יירשו בעבור ישמרו חקיו ותורותיו ינצורו כלומר, שגירש משם מורדיו, והשכין בו עובדיו, שידעו כי בעבודתו ינחלוה, ואם יחטאו לו תקיא אותם הארץ, כאשר קאה את הגוי אשר לפניהם.

כפירה?

Baachi » 24/12/2007 23:49

נבוכדנאץ



ווי קרום קען מען זיין,

דער רמב"ן האלט אז דער רבש"ע טשענדשד זיין מיינד?

וואס דארפסטו דעם רמב"ן?

די תורה זאגט דאך דאס בפירוש.

ולא תקיא הארץ אתכם,

איז דאס טייטש מוועט עס אונז צונעמען?



עס וועט אויסשפייען  די עובדי עבודה זרה. אזוי ווי סגעווען ביים חורבן בית ראשון.



שבת דף נ"ה .

דאמר רבי אחא ברבי חנינא מעולם לא יצתה מדה טובה מפי הקדוש ברוך הוא וחזר בה לרעה.



זאת התורה לא תהא מוחלפת איז פון אונזערע עיקרי הדת.

דו האסט עיקר ווארשיינדליך ארויס געטראסקעט  צוזאמען מיט דעהם ערשטן אני מאמין שהבורא ית"ש הוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.

איהר האט איהם דאך צוגעשטעלט א שותף (ח"ו) די סיטרא אחרא



Two  down 11 more to go




תוקן על ידי - baachi - 24/12/2007 23:51:09

Baachi » 24/12/2007 23:56

נבוכדנאץ

ווי א תלמיד נאמן פון ויוא"מ האב איך דיר געשטעלט אויך די חזקה אז דו ברענגסט נאר א האלבן רמב"ן

דא האסטו דעם אנדערן רמב"ן
(ז) אני ה' אשר הוצאתיך מאור כשדים לתת לך את הארץ הזאת לרשתה כבר פירשתי זה (לעיל יא כח) כי יאמר מעת שהוצאתיך מאור כשדים ועשיתי לך נס היה הרצון לפני לתת לך הארץ הזאת והנה עתה לא גזר שיתננה לו, אבל אמר שהוציאו מאור כשדים על דעת שיתננו לו, ולכן חשש אברהם פן יהיה בירושת הארץ תנאי המעשים אף על פי שאמר לו פעמים (לעיל יב ז, יג טו) לזרעך אתן את הארץ הזאת, כי עתה לא יגזור המתנה כאשר גזר לו זרע, ולכן אמר במה אדע כי אירשנה:
 ואינו כשאלת "מה אות" (מ"ב כ ח), וגם הקדוש ברוך הוא לא עשה עמו כשאר האותות להראות לו אות או מופת בדבר נפלא, אבל בקש אברהם שידע ידיעה אמיתית שיירשנה ולא יגרום חטאו או חטא זרעו למנעה מהם, או שמא יעשו הכנענים תשובה ויקיים בהם רגע אדבר על גוי ועל ממלכה לנתוש ולנתוץ להאביד ושב הגוי ההוא מרעתו ונחמתי על הרעה (ירמיה יח ז) והקדוש ברוך הוא כרת עמו ברית שיירשנה על כל פנים:

נבוכדנאצר » 25/12/2007 00:10

איך ווייס נישט צי דער יושב ראש השפיטאל איז נאך דא אדער ניין אבער איך דארף גיין כאפן מנחה

קודם נאך א רמב"ן וועמענס נחלה איז ארץ ישראל


והנה השם הנכבד יתברך אלהי האלהים בכל העולם ואלהי ארץ ישראל שהיא נחלת ה', וזהו טעם וזנה אחרי אלהי נכר הארץ (דברים לא טז), כי האלוהות נכרים בארץ השם ובנחלתו, וזהו שנאמר (מ"ב יז כו) לא ידעו את משפט אלהי הארץ וישלח בם את האריות והנם ממיתים אותם כאשר אינם יודעים את משפט אלהי הארץ, והנה הכותיים לא היו נענשים בארצם בעבדם את אלהיהם לשלח בהם את האריות, ובבואם בארץ השם ועשו שם כמעשיהם הראשונים שלח בהם האריות הממיתים אותם וכן שנו בספרא (קדושים יא יד), ולא תקיא הארץ אתכם וגו', ארץ ישראל אינה כשאר ארצות, אינה מקיימת עוברי עבירה ובספרי (האזינו שטו) ואין עמו אל נכר (דברים לב יב), שלא תהא רשות לאחד משרי האומות לבא לשלוט בכם, כענין שנאמר ואני יוצא והנה שר יון וגו' והוא מאמרם (כתובות קי:) כל הדר בחוצה לארץ דומה כמי שאין לו אלוה שנאמר (להלן כה לח) לתת לכם את ארץ כנען להיות לכם לאלהים, ואומר (ש"א כו יט) כי גרשוני היום מהסתפח בנחלת ה' לאמר לך עבוד אלהים אחרים.  ואמרו בתוספתא דע"ז (פ"ה ה"ה), הרי הוא אומר (בראשית כח כא) ושבתי בשלום אל בית אבי והיה ה' לי לאלהים, ואומר לתת לכם את ארץ כנען, כל זמן שאתם בארץ כנען הייתי לכם לאלהים, אין אתם בארץ כנען כביכול אין אני לכם לאלהים, וכן הוא אומר (יהושע ד יג) כארבעים אלף חלוצי צבא עברו לפני ה', ואומר (דהי"א כב יח) ונכבשה הארץ לפני השם ולפני עמו, וכי תעלה על דעתך שישראל מכבשין את הארץ לפני המקום, אלא כל זמן שהן עליה כאילו היא מכובשת הא אינם עליה אינה מכובשת.

דיין קרומער קאפ איז אין לשער נוסח "נישט קיין קוה" נאר יעדן טאג אנדערש

ווען אידן האבן געוואוינט אין קראקא האט מען נישט געזאגט קוממיות לארצנו? וואס האט דאס מיט דיינע בויך קרעמפפן אז וויבאלד דער אראבער וואוינט דארט איז עס נישט זיינס נאר אונזערס?

עס איז מתנת ד' אפגעזעהן וואו מיר וואוינען אבער וואס האט דאס מיט כיבוש גירוש וכו' וכל השטותים שלכם ס'איז געווען אונזערס אויך בימי בר כובבא אבער דער רבוש"ע האט נישט געלאזט צוריק גיין וכן בימי המרגלים והיא לא תצלח עס בלייבט ביי אונז אבער פארטרייבן דעם יושב הארץ און מעפיל זיין האט נישט קיין שייכות מיט דעם

די צויי זאכן האבן א שייכות ווי

"יציבא" בארעא וגיורא בשמי שמיא

Baachi » 25/12/2007 05:11

מלך בבל


ואומר (דהי"א כב יח) ונכבשה הארץ לפני השם ולפני עמו, וכי תעלה על דעתך שישראל מכבשין את הארץ לפני המקום, אלא כל זמן שהן עליה כאילו היא מכובשת הא אינם עליה אינה מכובשת.

WOW
ביזט איין אויסגעהאלטענער מענטש, זעהר קאנסעקווענט

דו ביזט מעתיק א רמב"ן אז ווען יידען זענן נישטא אין ארץ ישראל איז עס אינה מכובשת.

תמוה מאוד.ארץ ישראל איז דאך מוחזקת לנו מאבותינו, קדושה שנייה קידשה לשעתה ולעתיד לבא, 
אפילו לוט'ס פאסטוכער האבן שוין פארשטאנען בעסער . אז טאמער ניתנה הארץ לאברהם באלאנגט דאס מעהר נישט פאר די גויים,

גר ותושב אנוכי עמכם אם תרצו הריני תושב.

אונצאהליגע הלכות אין מדרשים דא אויף א"י מוחזקת לנו מאבותינו

אבער איך שטעל דאך מיין מלך בבל אויף די חזקה, אז אהן א זיוף קען ער נישט.
היהפוך כושי עורו?

גיי איך מיר אהיים אין קוק נאך אינעוויניג אין די תוספתא וואס דער רמב"ן ברענגט

שטייט טאקע אזוי, אבער דער אמתער נוסח מכת"י איז "הא אינם עליה כאילו אינה מכובשת"

נבוכדנאץ
האסט ב"ה נישט קאליע געמאכט דיין חזקת זייפן, זעהר אויסגעהאלטן.

פארשטייטס עטץ רבותי.
די תוספתא רעדט בשבח ישיבת ארץ ישראל, אפילו בחורבנה בימי התוספתא, זאגן דארט חז"ל אז טאמער גייט מען אוועק פון ארץ ישראל אין מלאזט דארט וואינען גויים איז כאילו אינה נכבשת לפני השם.

ברענגט ער זיך פון דעהם אראיה אז די אראבער האבן צוריק קונה געוועהן ח"ו ארץ ישראל אין דער בוכ"ע האט געטשענזשט זיין מיינד. 

היש חיך מתוק מזה?.


"
דיין קרומער קאפ איז אין לשער נוסח "נישט קיין קוה" נאר יעדן טאג אנדערש

ווען אידן האבן געוואוינט אין קראקא האט מען נישט געזאגט קוממיות לארצנו? וואס האט דאס מיט דיינע בויך קרעמפפן אז וויבאלד דער אראבער וואוינט דארט איז עס נישט זיינס נאר אונזערס?

עס איז מתנת ד' אפגעזעהן וואו מיר וואוינען אבער וואס האט דאס מיט כיבוש גירוש וכו' וכל השטותים שלכם ס'איז געווען אונזערס אויך בימי בר כובבא אבער דער רבוש"ע האט נישט געלאזט צוריק גיין וכן בימי המרגלים והיא לא תצלח עס בלייבט ביי אונז אבער פארטרייבן דעם יושב הארץ און מעפיל זיין האט נישט קיין שייכות מיט דעם

די צויי זאכן האבן א שייכות ווי

"יציבא" בארעא וגיורא בשמי שמיא
"

לדאבוני האב איך קיין השגה וואס די שרייבסט דא, אבער איין זאך ווייס איך מיט די שלוש שבועות האט דאס נישט קיין שייכות.

דו פארוקסט ווייטער דעהם נושא

לא נגע ולא פגע. די אגדה פון די שלוש שבועות לא נוגע ולא פוגע לזמננו כל עיקר


תוקן על ידי - baachi - 25/12/2007 5:19:09

קאמענטאטאר » 25/12/2007 17:07

א שאלה נישט צום ענין.

איך וויל וויסן צו באטשי מיט נבוכד. זענען באקאנט אין פערזאן, איך וואלט זיך געוואונדערט צו הערן אז נישט.

נבוכדנאצר » 25/12/2007 17:34

באטשי

ביז היינט האב איך געמיינט אז דו זוכסט דעם אמת כאטש וואס אין דעם אשכול אליין האב איך דיר אויפגעוויזן ווי דו האסט 3 מאל משנה געווען דיבורך קודם נישטא קיין איין בר דעת וואס נעמט אהן דעם ויוא"מ ווי א ספר הלכה ברענג איך "פעיסט" - נשרייסטו אז די זענען עקאנאמיש געשטימט נאכדעם שרייבסטו אז דו האסט דאס נישט געזאגט נאר אז עס איז "כמעט" נישטא קיינער

נישטא ווער זאל לאזן א טרער

דאס האט דער אלטער (דברי) יציבא געמיינט צו זאגן אז ער איז נישט קיין קוה וואס האלט יעדן טאג די זעלבע נאר ער איז א מענטש וואס האלט יעדן טאג אנדערש דו גייסט אין זינע הייליגע דרכים ביזט נאך מער מחמיר נאר אין איין טאג אליין ביזטו חציו פרה חציו בן אדם עפעס א מין כוי בריה בפני עצמה שאין כל בריה יכולה לעמוד בפניך ווען מען ענטפערט דיר זאגסטו מיט א מצח נחושה איך האב נישט געזאגט כאטש עס שטייט אין פורום שווארץ אויף ווייס אויף א יציבא קען מען נישט פרעגן ווייל ער מיינט גאר נישט ערענסט לצון חמדו להם מיינסט איך האב צייט ווי דיר דו האסט איין זאך גענומען אין דיין לעבן שרייבן אויף היידפארק אז סאטמאר רב איז נישט גערעכט

איך האב דיר געשריבן עפרא לפומך ווען דו שרייסט אויף ר' חיים כהן "פראבלעמאטיש"  (כאטש ר' מאיר שמחה אין ד יתשובה וועגן שביעית נוצט איהם קעגן די מזרחי) ביזטו געשפרונגען ווי א אקס פאר א רויטע שמאטע אדער ווי א קלויזנבורגער פאר א ויואל משה און האסט אנגעהויבן שרייבן אז איך "גיי" שוין שרייבן ימח שמו עפרא לפומיה און דו קענסט נישט אזוי נעבעך (קענסט זיך באהאנדלען אין לאניאדו)

קומסטו און נוצט כל מיני לשונות של גנאי איינער זאל דא פעיסטן פון דיינע הערליכע תגובות נוסח גאטשע בענדל - קריכסט פון נושא צו נושא מיט פאכמאנישקייט

און דיין רשעות (יא) האסט דערגרייכט א גבול ווען דו האסט געשריבן אז איך האב מזייף געווען דעם רמב"ן וואס אפגערעדט פון דעם אז דו האסט נישט באגריפן (אדער נישט געוואלט באגרייפן) וואס איך האב געוואלט מיט דעם רמב"ן שרייבסטו אז יעדער זאל טאקע מיינען אז איך האב געשטיקלט א רמב"ן


ביזט א פשוטער רשע - לץ - אכזר

דא איז דער רמב"ן

[בילד – נישט אפגעהיט]


קענסט מיר זאגן וואס איך האב מזייף געווען?

איין זאך האסטו אויפגעטון

איך זעה - און יעדער זעהט - אז דו ביזט דא צו פארטרייבן צייט (דער שולד וואס דו וארפסט אויף יעדן אזוי ווי דער שיכור האלט אז יעדער אז שיכור נאר ער איז ניכטער) און אן אפיקורוס ישראל פיהל ערגער ווי דער פערנוואלדער

איראניש איז נאר אז אין די צייט וואס די ציונים מזרחיסטן שלאגן כפרות מיט קוק מדינה ציונות קומען אפאר אפרוחים און טראכטן - אה אפשר דאך, אלהי הנכר אשר סביבותינו איז דאך אזוי זיס מדינה מיליטער עירליין און נאך אפאר שקלים אין די זייט פארוואס'זשע דען נישט

אבער בהמה איינער - די בעלים האבן שוין לאנג מבטל געווען די עבודה זרה אבער איהר נארישע לייט צוליב קנאה פון שנת תש"ז מיינט איהר אז דער סאטמארער האט עפעס מחדש געווען

מען קען מיט דיר נישט גיין צום טיש און איך וואלט נישט געגאנגען מיט דיר אין באנק אויך נישט

אין כמוך בקרומקייט





וירושה היא בידך




מאותו זקן





וכמו שאמרו דורשי רשומות





בשפתם הטמאה





אין יציבות בדברי יציב





והבן





נישטא וואס צו רעדן מיט דיר




אל תוכח לץ






מיין צייט  איז מיר טייערער ווי פארטרייבן עס מיט איינעם וואס איז אויסן צו טון ובלבד ער זאל בלייבן גערעכט





HAPPY HOLIDAY

תוקן על ידי נבוכדנאצר ב- 25/12/2007 17:36:45

נבוכדנאצר » 25/12/2007 17:50

רעדנדיג פון זיופים

ירושה היא לך מימי פעלדאפינג

וזה לשון התקופה הגדולה פון מענדעלע מוכר ספרים בשם זקן אחד (וכלשון ר' יענקעלע אין זה אלא מלך זקן וכסיל וד"ל)





[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]


אצינד לאמיר זעהן דעם רמ"ק אינווייניג


[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]


נו שטייט דאך קלאר אין זוהר הקדוש און אין פירוש הרמ"ק ווער איז דאס "מלכות" וואס "הקימו להם"

ווי דער זוהר שטייט אין עמוד נד

 

בשיתין ושית יתגלי מלכא משיחא בארעא דגליל, וחד כוכבא דבסטר מזרח יבלע שבע ככביא מסטר צפון, ושלהובא דאשא אוכמא תהא תליא ברקיעא שיתין יומין, וקרבין יתערון בעלמא לסטר צפון, ותרין מלכין יפלון באינון קרבין, ויזדווגון כלהון עממיא על ברתיה דיעקב לאדחייא לה מעלמא, ועל ההוא זמנא כתיב  ועת צרה היא ליעקב, וממנה יושע.

 
כלומר, נאך ביאת המשיח

מדינת ישראל מאן דכר שמה?



וואס האט דער פלוני "הראה" געווען פאר קאשער?











איך וועל דיר זאגן א סוד:

















זיוף!

_________________

נבוכדנאצר » 25/12/2007 23:53

ער שרייבט

אבער איך שטעל דאך מיין מלך בבל אויף די חזקה, אז אהן א זיוף קען ער נישט. היהפוך כושי עורו? גיי איך מיר אהיים אין קוק נאך אינעוויניג אין די תוספתא וואס דער רמב"ן ברענגט שטייט טאקע אזוי, אבער דער אמתער נוסח מכת"י איז "הא אינם עליה כאילו אינה מכובשת" נבוכדנאץ האסט ב"ה נישט קאליע געמאכט דיין חזקת זייפן, זעהר אויסגעהאלטן.


לא די וואס דו האסט נישט אנגעהויבן צו באגרייפן צואוואס איך האב געברענגט דעם רמב"ן, מאכטסו מיר פאר א זייפן? איך האב געברענגט דעם לשון הרמב"ן נישט מער, מאכסט דאך דעם רמב"ן פאר א זייפן ווייל ער האט זיכער נישט געהאט די גירסה אזוי


און דו האסט נאך די חוצפה צו שרייבן אז  די אמתע גירסא איז שלא כרמב"ן (הערה למעיין: דער תוכן דברי הרמב"ן איז נישט דער ויכוח דא) מאן יימר אז דער נוסח כתב יד איז מהימן? ביי מיר און ביי אלע אידן מאמינים בד' ובתורתו איז א גירסא פון הייליגן רמב"ן מער ווי טויזנט כתבי יד



אבער כדי צו פארטעמפן די מוחות צו פאדרייען אשכולות און פארקריכן פונעם נושא איז עס פונקט גוט והדבר מסורת בידיך מקהל ספרדים אשר בקלוזש











יעצט הייב אהן בילן

כופר - פארבער - זייפער - און וואס דען נישט



ווען איך האב געשריבן עפרא לפומיה האב איך כאטש גענוצט שפראך וואס מען איז געואוינט צו הערן אין די קנאי'שע קרייזן (כאטש אויך ביי דיין פעיוואריט רב שלעזינגער כמו שכתבת באשכול אחר) אבער ווען א קלויזנבורגער ציוניסט הייבט אהן שרייען כפירה\כופר -


איז א סימן אז ער האלט שוין ביים לעצטן שאס!




א פרייליכן פורים אויף דיר

 



גיי דיר ווייטער דיין וועג אויסגעבלומט מיט בערג פון זיופים שקרים וכזבים און ווארף שולדן אויף יענעם



תוקן על ידי נבוכדנאצר ב- 26/12/2007 0:06:36

נבוכדנאצר » 26/12/2007 00:10

דערמאנונוג

[בילד – נישט אפגעהיט] 

[בילד – נישט אפגעהיט]



[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]



תוקן על ידי נבוכדנאצר ב- 26/12/2007 0:12:00

Baachi » 26/12/2007 03:54

לסיכום

א) מרידה באומות אי נישט שייך היינט. ווייל מיר זענען נישט משועבד אונטער זיי כמבואר בספר ויוא"מ מאמר א סו" ס י"א

ב) דחיקת הקץ איז נישט שייך ווייל קיינער איז נישט מרבה בתפילה.

שלא יעלו בחומה איז נישט שייך מחמת כמה טעמים והעיקר ווייל סמוז זיין כל ישראל יחד אדער לכה"פ רוב ישראל, כמבואר בספר ויוא"מ מאמר א שם

מיר האבען געלייענט די תגובה פון נבוכדנאצ מלך בבל. ווי ער נעמט זיך אהן בטוב טעם ודעת פאר שיטת ויוא"מ. אז די אידען האבען בדווקא יא עובר געוועהן אויף די ג' שבועות. ער האט גענטפערט מיט זיינע קלוגע טרעפליכע ווערטער

לעידיס ענד דשזענטלמען

איי רעסט מיי קעיס

Baachi » 27/12/2007 01:46

נבוכנאץ


איך פארשטיי אז דו האסט גענוצט אלע טצדקאות ובכללם קללות ו"גילויים" מרעישים אלץ צו פארדרייען דעם שמועס.


א) וועגען דעם רמב"ן. אזוי ווי דו ביזט דאך זיכער אז דער רמב"ן מאכט נישט קיין טעות ח"ו. אזוי בין איך זיכער אז ער האט נישט געמיינט אז ארץ ישראל איז נישט קיין דין פון נכבשת לפני ה' ווען די אידען וואינען דארט.

א) קודם מטעם ווייל דער פסוק זאגט צו לאחוזת עולם
ב) קדושה שנייה קידשה לשעתה ולעתיד לבוא. און סווענדט זיך בכלל נישט אין כיבוש

 רמב"ם הלכות בית הבחירה פ"ו
(טז) ולמה אני אומר במקדש וירושלים קדושה ראשונה קדשה לעתיד לבוא ובקדושת שאר א"י לענין שביעית ומעשרות וכיוצא בהן לא קדשה לעתיד לבוא לפי שקדושת המקדש וירושלים מפני השכינה ושכינה אינה בטלה והרי הוא אומר והשמותי את מקדשיכם ואמרו חכמים אע"פ ששמומין בקדושתן הן עומדים אבל חיוב הארץ בשביעית ובמעשרות אינו אלא מפני שהוא כבוש רבים וכיון שנלקחה הארץ מידיהם בטל הכבוש ונפטרה מן התורה ממעשרות ומשביעית שהרי אינה מן ארץ ישראל וכיון שעלה עזרא וקדשה לא קדשה בכיבוש אלא בחזקה שהחזיקו בה ולפיכך כל מקום שהחזיקו בה עולי בבל ונתקדש בקדושת עזרא השנייה הוא מקודש היום ואע"פ שנלקח הארץ ממנו וחייב בשביעית ובמעשרות על הדרך שביארנו בהלכות תרומה:

איז כאטש דער רמב"ן איז נישט מעתיק דאס ווארט כאילו, פארשטייט יעדער אוהב האמת אז דאס איז זיין כוונה.
ספעצעל אזא שיטה מייסטער ווי דו, וואס דו האסט זיך פאסמאקעוועט מיט דעהם רמב"ן.
איז איינס פון דריי
1) אדער ביזטו נישט אינטערעסירט געוועהן אין דעהם אמת,
2) אדער האסטו נישט פארשטאנען די "פראבלעמאטישקייט" פון דעהם שטיקל
3) אדער האסטו יא געוואוסט, נאר האסט עס מיר געוואלט אנשמירן (כמנהג ספר ויואל משה כמו שאבאר בתגובות הבאות)

סהייסט אדער א זייפן אדער א שוטה. אויפן ערשטן העלפט תשובה...

א זייפן איז נישט נאר איינער וואס ברענגט אויינאויסגעדרייטן מאמר, א זייפן איז אויך איינער וואס ברענגט א האלבן מאמר.

למשל ווי קען מען האלטן אין איין ברענגען ראיות צו דחיקת הקץ פון איגרת תימן, ווען דארטן איז בפירוש געווען איינער וואס ער האט זיך גערופן משיח און באוויזן "מופתים". משא"כ בדורותינו,  ווער האלט זיך דא אז ער איז משיח ?

דעהם התקופה הגדולה בין איך נישט מחוייב צו פארענפערן. אבער דיין קלאץ קשיא שטעכט אין די אויגען.
דו שרייבסט אז "מפני שהקימו להם מלכות קען נישט מיינען מדינת ישראל" ווייל די אלע מלחמות וועלען זיין ערשט נאכדעהם ווי ער וועט נתגלה ווערן?

מענטש איינער, די האסט אנגערירט איינע פון די הארבסטע סתירות אויף ויואל משה.

רמב"ם הנ"ל
ח [ד] ואם יעמוד מלך מבית דויד הוגה בתורה ועוסק במצוות כדויד אביו, כפי תורה שבכתב ושבעל פה, ויכוף כל ישראל לילך בה ולחזק בדקה, ויילחם מלחמות ה'–הרי זה בחזקת שהוא משיח: אם עשה והצליח, וניצח כל האומות שסביביו, ובנה מקדש במקומו, וקיבץ נדחי ישראל–הרי זה משיח בוודאי

אויך פון אנדער ספרים ובכללם דער רמב"ן (וואס דער ויואל משה ברענגט נאר די ערשטע העלפט) איז מוכח אז 
די אלע מלחמות וועלען זיין בעפאהר מען וועט וויסען אז ער איז בוודאי משיח. ער וועט טאקע נתגלה ווערען אבער מוועט נישט וויסן אז ער איז דער משיח ביז נאך דעהם ,אדער נאך אינמיטן פון מלחמת גוג ומגוג.

ווער סהאט א מוח בקדקדו פארשטייט אז אנצוהייבן צו פירען מלחמות מיט די אומות העולם, מוז מען קודם האבן א מיליטער מיט א מדינה - מלכות, נאך בעפאהר ער איז אפילו בחזקת משיח. 

דאס האט דער קלויזנבורגער רבי זצ"ל  געמיינט.

יעצט גיי צוריק צום נושא.

ווי דער ויואל משה אליין ברענגט בשם חתם סופר און אויך פון ישמח משה פארשינדענ הסברים אויף שלא ידחקו את הקץ מיינט שלא ירבו בתפילה, נאר ער אליינס איז האלט אז סקען מיינען מאכן א מדינה אויך. היפך דברי הראשונים.

אחוץ אז דער קיבוץ גליות אין דאס מלכות מיט די מלחמות וועט זיין ערגעץ אין א מדבר, נישט אין ארץ ישראל.

הכ"ד באטשי הויזנטרעגער.

נ"ב. די בערג מיט די בלומען זענען נעכטן געוועהן אין מאנסי און געהאלטן עפעס אדרשה פאר לאניאדער, פעלדאפינגער, דיבריאציווער, גלייכעקוהער, מוסדות במעמד בנו שליט"א באותו זמן ווען איך האב דיר געשריבן מיין תגובה.

דיין קרומער ויואל משה קאפ קען אפילו דאס אויך נישט אויסרעכענן.




תוקן על ידי baachi ב- 27/12/2007 2:24:21

קאמענטאטאר » 27/12/2007 21:05

באטשי, נאך איין תגובה און נאכער קאנסטו זינגען אז נבוכד. האט נישט געהאט וואס צו ענטפערן, (מיינע באקן זענען שוין אויסגעצויגן גרייט צו כאפן...).

_________________

aaatozzz » 27/12/2007 22:32

א לובאוויטשער שליח האט מיר געזאגט אז דאר רבי זצ"ל האט אנגעזאגט די שלוחים נישט אריין צו גיין אין וויכוחים ווייל נישט דער וואס איז גערעכט געווינט דעם וויכוח נאר דער וואס קען בעסער די מלאכה פון וויכוחים,

בפרט אונזער נבוכדנצ וואס האט א געוואוינהייט פון ברענגען "דאמפ טראקס" מיט קאפי פעיסט, ביז מען ווייסט שוין נישט וואס ער וויל ארויסברענגען, אז מען זאל איהם קענען ענטפערען,

_________________

קאמענטאטאר » 27/12/2007 22:49

האסט כמעט מכוון געווען מיין פאלגענדע תגובה, נאר די נעמען געטוישט (פילייכט מפני הכבוד)...

btw איז דען פארהאן א מער קראנטע וועג צו ברענגען דעם ריכטיגן מקור ?, יא, חוץ איין חסרון, אנאלפאבעטן גלייכן נישט צו לייענען, so an easy way out is to call it dump.

תוקן על ידי קאמענטאטאר ב- 27/12/2007 22:59:05

aaatozzz » 28/12/2007 01:52

ווען מען וויל ענטפערען אין א וויכוח ענטפער צום פוינט,

ווען די ווילסט הערן וואס יענער ענטפערט ווילסטו וויסען וואס ער וויל ארויס ברענגען, און נישט ליינען בלעטער וואס איז נישט נוגע לענין, און וואס קיינער איז נישט מחולק אויף דעם, זאג מיר נישט אז די שיטה איז אזא לאאאאאאנננננננגגגגגעעעעעעעעעעע מעשה אז אנאלפאבעטען ווי איך קענען דאס פשוט נישט משיג זיין,

_________________

Baachi » 28/12/2007 01:53

קאמענטאטאר

איך זעה דו גלייכסט קאט'ן פעיסט, ביזט גערעכט ווען ס'צו דער זאך, נישט ווען מוויל סתם פאררעדן די ציין דאמאלטס איז עס DUMPING ווי ATOZ רופט עס.

אפשר ווייסטו דאמאלטס ווי איך קען טרעפן א ויואל משה אנליין. אדער א PDF פייל וכדומה.

צוליעב טעכנישע סיבות קען איך נישט האבן קיין ויואל משה אפען ביי די ארבעט.... 





Baachi » 1/1/2008 22:14

דער ויואל משה בויט זעהר אסאך זיין יסוד אויף דברי המהר"ל אין נצח ישראל סוף פרק כ"ד


ומה שאמרו רבנן השביע[ם] בדורו של שמד, כי לא די שהשביעם במילה, כי המילה אינו רק שפיכת דמים בלבד, אבל הגלות היו מייסרין אותו ביסורים משונים וקשים מאוד. ולכך אמר שהשביעם בדורו של שמד, שהיו מסרקין את בשרם במסריקות ברזל, ולכך השביעם בדורו של שמד. ואם תאמר, דורו של שמד עצמן במה השביעם שלא ישנו. ואין זה קשיא, כי פירוש 'בדורו של שמד' היינו במדה שהיה לדורו של שמד, שהיו דביקים בה דורו של שמד, ובאותה מדה השביע אותם שלא ישנו בענין הגלות. כי דורו של שמד, אף על גב שהגיע להם המיתה בגלות, לא היו משנים. ועוד פירוש 'בדורו של שמד', רוצה לומר אף אם יהיו רוצים להמית אותם בעינוי קשה, לא יהיו יוצאים ולא יהיו משנים בזה. וכן הפירוש אצל כל אחד ואחד, ויש להבין זה:

ער ברענגט דאס אסאך מאהל דוראויס דעהם ספר

ער וויל אויס דרינגען פון דעהם דרשות מהר"ל אזי שלוש שבועות זענען נאך מעהר ווי יהרג ואל יעבור.
ווייל אז איינער איז עובר אויף די שלוש שבועות איז ער דאך א כופר אין די גאולה און אין אנוכי ה' אלוקיך איז עס ערגער ווי עבודה זרה.

(מאמר המוסגר. לויט די ראשונים זענען אלע עשין שבתורה ענפים פון אנוכי ה' אלוקיך און אלע לאווין ענפים פון לא יהיה לך, קומט אויס לויט ויוא"מ הנ"ל אז יעדע קליינע עבירהלע ווי למשל נישט האבן דען ריכטיגן בטחון, איז יהרג ואל יעבור, אבל אכמ"ל)  

דער פשט איז בכלל נישט דאס אבער נישט אויף דעהם בין איך אויסן

קוקטס דעם ווייטערדיגען דף



[בילד – נישט אפגעהיט]

Baachi » 1/1/2008 23:02

אין סימן ע"ח ווי סאיז אנגעצייכנט :ויש אפיקורסים שאומרים שכיוון וגו'



קיצור דבריו אז דער גאנצער רעיון אז די שבועה צו אונז ווענדט זיך אין די שבועה צו די אומות העולם און סקען נישט האבן קיין קיום איינס אינס אהן דעם אנדערן האבן אויס געטראכט אפיקורסים , ווי ער פירט אויס די פיסקא "דלאו הא בהא תליא ואין בזה אלא להסית ולהדיח לעבור על התוה"ק.



אפגערעדט אז דער אבני נזר אין נאך גדולי פולין זענען מאריך אין דעהם מכוח די הלכה דלהלן



(ו) שנים שנשבעו לעשות דבר אחד ועבר אחד מהם על השבועה השני פטור ואינו צריך התרה לפיכך איש ואשה שנשתדכו זה לזה וקבלו חרם לינשא לזמן קבוע מי שיעכב והעביר המועד אסור לינשא לאחר והלה מותר ואינו צריך התרה וגם המעכב עצמו מותר בלא התרה לאחר שנשא שכנגדו: הגהואפילו אם טען זה העובר המועד שהיה אנוס אינו נאמן שיתחייב שכנגדו עדיין בשבועתו ומ"מ אם רצה זה לפטור משבועתו ילך אצל חכם ויתיר לו שבועתו שמא יביא זה שכנגדו עדים שהיה אנוס בדבר שהעביר המועד ונמצא עבר זה על שבועתו אם נשא בלא התרה (תשוב' מהרי"ו סי' קל"ז) וכל זה לא מיירי אלא בשנים שנשבעו זה לזה אבל שנים שנשבעו יחד לעשות דבר כגון שלא לדבר עם פלוני ועבר אחד מהם השני חייב לקיים שבועתו ואפי' אם נשבעו זה לזה והם ג' או יותר שאף אם עובר האחד השבועה השנים הנשארים צריכין לקיים שבועתן (מהר"ם פאדואה סי' כ"ו ובריב"ש סי' תנ"ג) ונראה הא דאם נשבעו שנים ביחד ולא נשבעו זה לזה ועבר האחד השני חייב לקיים שבועתו היינו דוקא שאינן תלוין זה בזה אבל אם תלוין זה בזה ואי אפשר לאחד לקיים שבועתו בלא חבירו כגון שנשבעו לילך ביחד לארץ ישראל והאחד עובר וקשה לשני לילך לבד פטור גם כן וכמו שנתבאר לעיל סימן רכ"ח סעיף מ"ד (תשובת הרא"ש כלל ח'):




אבער נישט וויל איך דא ארויס ברענגען, ער מעג זיין מחולק מיט'ן אבני נזר.



איך מיין דא דעם זעלבען מהר"ל אוף וואס ער בויט. כדלהלן.



"גם לשון המהר"ל ברור מללו וגו' דער באקאנטער מהר"ל



יעצט קוקטס דעם מהר"ל אנפאנג דעם זעלבן פרק





דבר זה ראיה ברורה מחייבת שיהיה קץ לגליותינו. כי אם היו ישראל נשארים בגלותם, היה אפשר לומר כי נסתלק השם יתברך מאתם, והם כמו שאר גויי הארץ. אבל עתה שאינם בארצם, והם תחת רשות אחרים, ועל דבר זה לא נבראת שום אומה ולשון, והוא שלא כסדר העולם, דבר זה אי אפשר שיהיה כך תמיד, ולא יהיה קץ לדבר זה. ועם שאין הדבר הזה רק לזמן, מכל מקום אם לא שהשם יתברך גזר דבר זה על ישראל שיהיו בגלות תחת רשות האומות, לא היה לדבר זה קיום אף זמן מה, לגודל ענין זה שתהיה האומה הזאת בארץ אחרת תחת ממשלת זרים. ואם לא כן, היה ראוי שיהיה מחויב אחד משני דברים; או שיהיה חוזר אל הסדר, ויהיה הגלות בטל. או חס ושלום שיהיו גוברים על עצמם לגמרי. אבל שיהיה קיים הגלות מצד עצמו - אינו ראוי לפי הסדר, לכך גזירת השם יתברך הוא אשר מעמיד דבר זה:



וכן בפרק בתרא דכתובות (קיא.) "השבעתי אתכם בנות ירושלים וגו'" (שיה"ש ב, ז), אמר רבי יוסי בר חנינא, ג' שבועות הללו למה, אחת - שלא יעלו ישראל בחומה. ואחת - שהשביע הקב"ה לישראל שלא ימרדו באומות העולם. ואחת - שהשביע אומות העולם שלא ישתעבדו בישראל יותר מדאי. ורבי לוי אמר שש שבועות הללו למה, ג' הא דאמרן, אינך - שלא יגלו את הקץ, ושלא ידחקו את הקץ, ושלא יגלו את הסוד לאומות העולם. "בצבאות או באיילות השדה" (שם), אמר רבי אליעזר, אם אתם מקיימים את השבועה - מוטב, ואם לאו - אני מתיר את בשרכם כצבאות וכאיילות השדה, עד כאן. וביאור ענין זה, כי הגלות כמו שאמרנו הוא שנוי מסדר העולם, ודבר כמו זה קשה שיעמוד בשנוי הסדר שלו, ותמיד הוא חפץ לבטל השנוי, דהיינו שיתקבצו מן הפיזור, ויעלו בחומה לשוב מן האומות, וזהו פירוד זה מזה. השני - שלא ימרדו ישראל באומות, וזהו מצד ישראל. הג' - שלא ישתעבדו בהם יותר מדאי, וזה מצד האומות, ובזה יהיה נשאר הגלות:



וכבר בארנו למעלה אצל (בראשית טו, יג) "ידוע תדע כי גר יהיה זרעך", ידוע שאני ממשכנן, תדע שאני פורקן. ידוע שאני משעבדן, תדע שאני גואלם. ידוע שאני מפזרן, תדע שאני מכנסן (ב"ר מד, יח), כמו שהתבאר למעלה. והם הם אלו דברים שנזכרים כאן, כי כנגד 'שאני ממשכנן', והמשכון הוא תחת מי שממושכן בידו, לכך גזר שלא ימרדו באומות לצאת מתחת רשותם. וכנגד 'שאני משעבדם', גזר שלא יהיו האומות משעבדים בהם יותר מדאי. ואם לא כן, לא היה קיום אל הגלות שגזר השם יתברך עליהם, כי די בעצם הגלות אף שאינו יוצא מסדר העולם, ולכך לא יוסיפו עליהם בשעבוד. וכנגד 'שאני מפזרן' גזר עליהן שלא יעלו בחומה, שזהו קבוץ גליות, והוא בטול הפיזור. וכנגד אלו ג' יש כאן ג' שבועות; כי שלא יתגברו ישראל ויצאו מרשותם - השביעם שלא ימרדו באומות. נגד השני - שלא יתגברו האומות לגמרי עליהם, השביעם שלא ישתעבדו בהם יותר מדאי. נגד הג' - שלא יפרדו זה מזה, השביעם שלא יעלו בחומה:

ורבי לוי דרש עוד, "אם תעירו ואם תעוררו" כל אחד ואחד בפני עצמו, והרי הם שש שבועות. כי בכתוב נאמר ג' פעמים "השבעתי אתכם". ודרש רבי לוי "אם תעירו ואם תעוררו" הם שתי שבועות כל אחד, כפל לשנים, הרי שש. ולפיכך הוסיף עוד שלש שבועות; האחת - שלא יגלו הקץ, כי כאשר יגלו הקץ, הרי יש כאן גאולה. כי מי שידע זמנו לצאת, כאילו הוא נגאל. והשם יתברך שם הגלות, ולא יהיה נמצא הקץ קודם זמנו, ולפיכך אל יגלו הקץ. ופירש רש"י (כתובות קיא.) 'אל יגלו הקץ' היינו הנביאים שבתוכם אל יגלו הקץ. ולי נראה ש'אל יגלו הקץ' שלא יעסקו בענין הקץ לעמוד עליו, עד שיהיו יודעים הקץ. גם 'לא יגלו' לומר בפרהסיא כי בזמן הזה תהיה הגאולה, ופירוש זה ברור. וכן שלא ידחקו את הקץ, פירוש להביא את הקץ שלא בזמנו על ידי תפלה ורחמים:



האט איהר בפירוש דער מהר"ל, אז סאיז פשוט נישט קיין מציאות און קיין מעגליכקייט בטבע העולם צו האלטן אונזער שבועה ווען די גויים האלטן נישט זייער שבועה. אין סאיז הא בהא תליא.

אפגערעדט אז לו יצוייר אז דער פשט אין מהר"ל איז אז מען מוז זיך מוסר נפש זיין, איז עס נאר אויף דעהם אופן ווי ער האט געשריבן, ווען די גויים האלטן זייער שבועה. 
 
(וואס לכאורה מיינט בכלל נישט וויאזוי ער לערנט פשט אין דחיקת הקץ אין יעלו בחומה נאר ווי רש"י לערנט כולם יחד ביד חזקה ושלה ירבו בתפילה  ווייל מקען זיך דאך ראטעווען אויף איינאנדערן אופן,ואכמ"ל)

אבער לעניננו אז דער רעיון פון הא בהא תליא קומט שוין פון "זיין" מהר"ל

ווי קען מען שרייבן אויף דעהם "ויש אפיקורסים שאומרים ...ואין בזה אלא להסית ולהדיח?



תוקן על ידי - baachi - 01/01/2008 23:12:42

נבוכדנאצר » 2/1/2008 17:54

מיט א מענטש וואס דרייט אויס דעם אמת (דער קלויזנבוגער רעדט פון א "מלכות" און דער זוהר זאגט קלאר אז דאס איז נאך ווען "יתגלי מלכא משיחא בארעא דגליל" און באטשי דרייט מיטן צונג און ענטפערט גארנישט נאר כדרכו אוועק אוועק פונעם ענין) און וועט שטענדיג בלייבן דער לעצטער אינעם אשכול איז נישטא וואס צו טענה'ן


אבער לעצם די טענות - קמחא טחינא טחין

איך וועל שרייבן בקיצור נמרץ

1. די הלכה פון שנים שנשבעו האט נישט דא אהער ווייל דארט רעדט ער ווען דער ענין קען בלויז צושטאנד קומען דורך די צוויי מושבעים און אויך ס'איז געווען "שנים שנשבעו זה לזה" מה שאין כן דא וואס ס'איז צוויי באזונדערע שבועות און ס'איז אויך נישט זה לזה,

2. ווייס איך דאך אבער פון דעם קרומען פשט וואס דו דרייסט אין מהר"ל אריין אין זיינע ווערטער וואס דו ברענגסט "ואם לא כן, לא היה קיום אל הגלות שגזר השם יתברך עליהם" און דו שפרינגסט פונעם חידוש - פארשטייסטו אודאי נישט אז ער זאגט בלויז וואס עס שטייט דארט אין מדרש כ'וועל דיר עס דא פעיסטן "ונשבע למלכיות שלא יקשו עול על ישראל שאם מקשים עול על ישראל הן גורמין לקץ לבא שלא בעונתו" וואס האט דאס מיט די אידן? ס'איז בין האומות להקב"ה די אידן האבן עס נשבע געווארן זה לזה? פונקט ווי ביי פרעה וואס צוליבן קושי השעבוד האט דער אויבערשטער ממהר געווען דעם קץ

3. אבער לדידך איז דאך די גאנצע הלכה פוטן שנים שנשבעו נישט קיין תורה מסיני ווייל ס'שטאמט פון א מדרש, אן אגדתא (די שבועות ברענגען אויך די פוסקים ובראשם דער כפתור ופרח און דו שרייסט "אגדתא" וואס איז דא אנדערש?)

ממילא וואס דרשנסטו כמין חומר

"סאיז פשוט נישט קיין מציאות און קיין מעגליכקייט בטבע העולם צו האלטן אונזער שבועה ווען די גויים האלטן נישט זייער שבועה"

טאקע נישט?

Baachi » 2/1/2008 22:29

נ"נ

שלום עליכם
 איך האב שוין מורא געהאט אז די האסט געמאכט פליטה

כדרכך ביזטו ווייטער פארקראכען פון מיין עיקר טענה צו א טפל.
 מיין הויפט טענה איז געוועהן אז דער געדאנק פון הא בהא תליא שטייט שוין אין מהר"ל. א וודאי איז מקורו בחז"ל, טא וויאזוי קען ויוא"מ שרייבן אז אפיקורסים מסיתים ומדיחים זאגן אזוי.

אויף דעהם האב איך דיר געברענגט דעהם לשון המחבר אז ווען איין שבועה קען נישט האלטן אהן די אנדערע. איז עס פונקט ווי נשבעו זה לזה.
 
 " אבל אם תלוין זה בזה ואי אפשר לאחד לקיים שבועתו בלא חבירו כגון שנשבעו לילך ביחד לארץ ישראל והאחד עובר וקשה לשני לילך לבד פטור

און דא איז שרייבט בפירוש דער מהר"ל אז "אי אפשר לקיים שבועתו בלא חבירו" איז די הלכה אז דער אנדערע איז פטור פון זיין שבועה.

אויף דעהם האסטו גארנישט גענטפערט.
 
דו קענסט זיין געזונטערהייט מחולק אויף דעהם דין , אבער דאס וואס שטייטאין ויוא"מ אז דער דעדאנק פון הא בהא תליא  האבן די אפיקורסים מסיתים ומדיחים אויס געטראכט. איז פלעין פשוט א שקר! .
 
-------------------------

דאס איז אוועק פון ענין. אבער איך זעה אז דו טראגסט דיך ארום שוין אשטיק צייט מיט די חכמה אין דיינע גידערים, וויל איך דיר דאס פותר חלום זיין, איינמאהל פאר אלעמאהל, דערנאך וועל איך אדרעסירען דיין אנדערע טענה.   


מיט א מענטש וואס דרייט אויס דעם אמת (דער קלויזנבוגער רעדט פון א "מלכות" און דער זוהר זאגט קלאר אז דאס איז נאך ווען "יתגלי מלכא משיחא בארעא דגליל" און באטשי דרייט מיטן צונג און ענטפערט גארנישט נאר כדרכו אוועק אוועק פונעם ענין) און וועט שטענדיג בלייבן דער לעצטער אינעם אשכול איז נישטא וואס צו טענה'ן

דיין אומקלארקייט מאכט אביסל שווער זיך צו טענה'ן

וויל איך וויסן צו איך פארשטיי דיינע ווערטער.

לויט ווי איך באגרייף,  נאך אלע דיינע לשונות הנרדפים. ווילסטו זאגן אזוי
 
א
1) יתגלי מלכא משיחא מיינט ווען יעדער וועט וויסען אז ער איז וודאי משיח.
2) במילא פרעגסטו היתכן מקען זאגן דער אור החמה מיינט די "מדינה" וואס וועט זיין פאר משיח וועט נתברר ווערען בוודאות.

3) דו האלסט אזוי בהכרח, ווייל סטאהר נישט זיין קיין שום פעולה פון די גאולה נאר דורך משיח בן דוד בוודאי, דער נביא גדול המורח ודאין.(דאס איז געוועהן דער חטא פון בר כוכבא)  אין די אלע מלחמות וועלען פארקומען צווישן דעהם וודאי משיח מיט די אומות העולם.

4) יעדע מין מלחמה אדער מלוכה אדער קיבוץ פאר "וודאי משיח בן דוד" איז מען עובר אויף די הארבע שבועה פון "דחיקת הקץ" כמבואר בויואל משה בכמה מקומות.

מיין טענה ווידער איז אזוי
 
ב
1) דאס "מלכות" וואס  אדער מדינה דער אור החמה מיינט וועט צושטאנד קומען פריער ווי משיח וועט נתגלה ווערען בוודאות.
 
2) און דאס וואס שטייט יתגלי מיינט נאר איין אתחלתא דגאולה, וואס וועט זיך שפעטער אויסווייזען ווי בוודאי משיח.  

האב איך פארשטאנען דיין טענה?



אויב נישט, זאג מיר מיט וועלכע נקודה די ביזט נישט מסכים.



תוקן על ידי baachi ב- 02/01/2008 23:03:12

נבוכדנאצר » 3/1/2008 00:02

כ'האב שוין טאקע געוואלט מאכן פליטה ווייל מ'קען זיך טאקע נישט טענ'הן מיט דיר אילו היית בימי הרמב"ן היית מנצח את הנוצרים על ידי כח הויכוח שלך וואס שטייגט איבער די קריסטן מיליאן מאל מיט קרומקייט און מיט רעפינירטקייט נאר דער ענין פון שנים שנשבעו איז שוין א זאך פון וואס מען רעדט שוין נישט לפי שכבר נתגלה הזיוף שבו לכן כתבתי בקוצר

*

יעצט האסטו אויסגעמישט הודו מיט כוש טערקי מיט פיש

דער מקורו טהור אין חז"ל שטייט נאר פארוואס ווען ס'איז דא קושי השעבוד ווערט אויס גלות - דער הא בהא שטייט נישט נאר ביי דעם אנדערן דין וואס דער בית יוסף און מחבר ברענגט, דאס וואס דו ווילסט מחדש זיין אז דער הא בהא שטייט אין מהר"ל איז להד"ם

נישט נאר דאס

דאס וואס דער ויוא"מ טענה'ט פון די אפיקורסים מוז נישט מיינען (קען זיין אז ער האט נישט מדייק געווען בלישניה ער איז דאך נישט געווען דער בעסטער שרייבער) אז די טענה האבן די אפיקורסים ממציא געווען חדא ווייל שפעטער אין סימן ברענגט ער עס הראוני פון ר' שלמה קלוגער אין די הגדה און צווייטנס שטייט עס שוין אין זרע שמשון כמו שהביא חכם A2Z בראש האשכול הזה אבער דאס אלעס האלט נישט אויס להלכתא נאר עפ"י דרוש וכמ"ש הזרע שמשון בעצמו בלשונו "ואף כאן מקרי שישראל והאומות נשבעו זה לזה" מקרי אבער בעצם נישט כמובן

נאר אז די אפיקורסים נוצן די טענה פונקט ווי ווען איינער זאגט אז די אפיקורסים זאגן אז פלוני איז משיח מיינט דען אז די אפיקורסים האבן ממציא געווען דעם ענין פון משיח ניין נאר דאס צוזאמענשטעל פון פלוני מיט משיח איז דברי אפיקורסים דאס זעלבע מיט די טענה פוון שנים שנשבעו נוצן זיי - קען זיין ס'איז א דוחק אין לשון הויוא"מ אבער ער האט זיכער נישט געשריבן אז די אפיקורסים האבן ממציא געווען די טענה

אגב איז דער זרע שמשון איז א זעץ פארן גאנצן שיטה פון "הבא להרגך" ווייל דער זרע שמשון נעמט עס נישט אהן און אפילו בימי מרדכי ואסתר מוז ער צוקומען צום "היתר" פון שנים שנשבעו אבער בעצם לויט די טענה פון הבא להרגך פארוואס האט מען טאקע נישט אנגעכאפט המן'ען מיט די עשרה בנים ביים האלז און אריינגעווארפן אין מונקאטשער אויבן? אלא מאי איז זיכער דרוש דרוש על גבי דרוש

[וועגן דעם יתגלי מלכא משיחא בארעא דגליל לא היה לי להצטמצם כרגע אבער די שטותים פון אתחלתא דגאולה שטעכט די אויגן דער זוהר זאגט יתגלי און ער זאגט א מקום בגליל זאגסטו אתחלתא א חידוש וואס קיינער בעולם זאגט נישט (די גמרא פון אתחלתא האק מיר נישט ווייל די גמרא רעדט פון מלחמות דוקא בשביעית ודוקא על פי הסדר פון שבוע שבן דוד בא וכמו שנשנה שם כמ"ש הגמרא עצמה כסדרן מי הואי ואני מוכרח לקצר אפשר מארגן)]

תוקן על ידי נבוכדנאצר ב- 03/01/2008 0:09:34

נבוכדנאצר » 3/1/2008 00:17

און ביי וועלכע אתחלאת איז מקויים געווארן דער זוהר (וואס שטייט פארן הקימו להם מלכות) " וחד כוכבא דבסטר מזרח יבלע שבע ככביא מסטר צפון, ושלהובא דאשא אוכמא תהא תליא ברקיעא שיתין יומין"

פארקאכן א קאשע קען מען מיט אלעס דאס מיינט פשוט דאס מיינט נישט פשוט וכו' אבער דער סדר הדברים ווי עס שטייט אין זוהר לא נתקיים מעולם

איך פארשטיי נישט וואס איז שייך צו זאגן אנדערש אפשר שרייבט א גלגלול פון יענעם "מעשה פון אגרת תימן" אז מען דארף דינען עבודה זרה שנאמר וסרתם ועבדתם אלהים אחרים דו זאגסט מפני שהקימו להם מלכות אבער אז פריער איז יתגלי מלכא משיחא און ס'וועלן זיין אותות מיט כוכבים פון דעם רעדסטו נישט

Baachi » 3/1/2008 01:04

נ"נ

אודה ולא אבוש,איך פארשטיי נישט קיין איין ווארט וואס דו רעדסט 

אם כוונתך אז נאך מחברים ברענגען דעם הא בהא תליא, איז מיין ענטפער אוודאי עוויס, אסאך ברענגען עס.
אבער אויף די אלע זאכן קען מען זאגען ער האט דאס פארזעהן, אישטמיטתיה. איך האב דיר געוואלט ברענגען דעהם פון זעלבן מהר"ל וואס ער ברענגט זיין ראיה ליההרג ואל יעבור. האט ער דאך דאס גוט אדורך געלערנט (איך האף). דארט גופא שטייט אז סאיז הא בהא תליא. צו שרייבן אויף דעהם אז דאס איז א מסית, דאס הייסט אזיוף במזיד.

ענפערסטו לא דק. 
איך בין מסכים מיט דיר 100 פראצענט. אין נאך ווי לא דק.

די אנדערע טענה ביטע האלט דיך צו די ליניע. שרייב מיר פונקטלעך וועלכע אות דו ביזט יא מסכים און וועלכע נישט.  

וועל איך ווייטער גיין. דער ווייל זעה איך אז דו ווילסט נאר פארנעפעלען דעם שמועס.

נבוכדנאצר » 3/1/2008 17:38

איך האב דיר שוין געענטפערט אז אין מהר"ל שטייט דאס נישט, דער ובזה יהיה נשאר הגלות אויךף וואס דו הענגסט זיך אהן האט גארנישט מיט הא בהא תליא, ס'איז צווישן די אומות מיטן רבונו של עולם פונקט ווי ביי פרעה ווען דער קושי השעבוד האט ממהר געווען דעם קץ - אבער וואו זאגט דער מהר"ל אז טאמער וועלן די אומות עובר זיין אויף די שבועה איז בטל שבועה פון די אידן? פונקט פארקערט ער זאגט דאך אז אפילו בדורו של שמד לא יהיו יוצאים ולא משנים, דאס ענין געהער צום רבונו של עולם

דעם "לא דק" שמירסטו אהן אויף וועלכן ברויט דו ווילסט, כ'האב געזאגט לא דק בלישניה אבער די טענה איז זיכער פון די אפיקורסים

כ'ווייס נישט אויב איך פארנעפל - אבער אין יעדע תגובה האסטו נאך פארדרייט מיינע ווערטער ואין טעם להתוכח באופן זה

Baachi » 7/1/2008 00:05

נ"נ

א גוטן טאג

לאמיר מאכען א סך הכל פון מיין לעצטע קשיא, און גיין ווייטער 

איך האב געפרעגט אויך דעהם וואס דער ויוא"מ שרייבט אז אפיקורסים מסיתים ומדיחים האבן אויסגעטראפן דעהם געדאנק אז די צווי שבועות זענען הא בהא תליא.  

האב איך דיר געוויזעםן אז דער מהר"ל אליין באטאנט דאס אין פריעריג שטיקל

לשונות המהר"ל אויב די גויים האלטן נישט זייער שבועה שלא ישתעבדו בישראל יותר מדאי
"ודבר כמו זה קשה שיעמוד בשנוי הסדר שלו, ותמיד הוא חפץ לבטל השנוי,"
" לא היה לדבר זה קיום אף זמן מה"

לשון השו"ע

אבל אם תלוין זה בזה ואי אפשר לאחד לקיים שבועתו בלא חבירו כגון שנשבעו לילך ביחד לארץ ישראל והאחד עובר וקשה לשני לילך לבד פטור

האסטו געמאכט א חילוק צווישען די ביידע, וואס איך פארשטיי נאך אלץ נישט.  ביי ביידע שטייט אז סאיז
קשה איז דער צווייטער פטור . וויאזוי קען מען זאגן אז די אפיקורסים האבן דאס מחדש געוועהן?

האסטו נאך צו געגעבן זאלץ אין פעפער אז נישט נאר דער אב"נ נא אויך דער רש"ק אין זרע שמשון זאגן אזוי, אין דער ויואל משה איז נישט קיין גוטער שרייבער ולא דייק בלישניה אבער פן דעסט וועגן דאך האבן די אפיקורסים מסיתים ומדיחים דאס אויסגעטראכט.
 
נעם טודאם שעמי

דו האלטס דיך ביי דיינעם

נעקסט!.

איך וויל יעצט אדרעססירען דעהם איך וויל יעצט אדרעססירען דעהם ריזיקן חידוש פון ויוא"מ אז די שלוש שבועות זענן ביהרג ואל יעבור.ער בויט אויף דעם זעלבן מהר"ל.

נאכאמאהל איך וויל נישט ברענגען פון אנדערע ספרים. איך וויל דיר נאר ווייזן אז אין די זעלבע מקורות וואס ער ברענגט איז מוכח גאנץ אנדערש ווען מען קוקט נאך אין מקור. אין לפעמים פונקט פארקערט.

דא איז דער ויואל משה, קוק ווי סאיז אנגעצייכנט

תוקן על ידי - baachi - 07/01/2008 0:14:24
[בילד – נישט אפגעהיט]

Baachi » 7/1/2008 00:53

קודם וויז מיר אהן דעם לשון ווי ער שרייבט "יהרג ואל יעבור"

איך טרעף נאר דאס


"מה שאמרו רבנן השביע[ם] בדורו של שמד, כי לא די שהשביעם במילה, כי המילה אינו רק שפיכת דמים בלבד, אבל הגלות היו מייסרין אותו ביסורים משונים וקשים מאוד. ולכך אמר שהשביעם בדורו של שמד, שהיו מסרקין את בשרם במסריקות ברזל, ולכך השביעם בדורו של שמד. ואם תאמר, דורו של שמד עצמן במה השביעם שלא ישנו. ואין זה קשיא, כי פירוש 'בדורו של שמד' היינו במדה שהיה לדורו של שמד, שהיו דביקים בה דורו של שמד, ובאותה מדה השביע אותם שלא ישנו בענין הגלות. כי דורו של שמד, אף על גב שהגיע להם המיתה בגלות, לא היו משנים. ועוד פירוש 'בדורו של שמד', רוצה לומר אף אם יהיו רוצים להמית אותם בעינוי קשה, לא יהיו יוצאים ולא יהיו משנים בזה. וכן הפירוש אצל כל אחד ואחד, ויש להבין זה:"

לאמרי פארשטיין וואס דער מהר"ל מיינט "ולא יהיו משנים בזה."


דא איז דער לשון מהר"ל הנ"ל

אויף די ערשטע שבועה 

וכבר בארנו למעלה אצל (בראשית טו, יג) "ידוע תדע כי גר יהיה זרעך", ידוע שאני ממשכנן, תדע שאני פורקן. ידוע שאני משעבדן, תדע שאני גואלם. ידוע שאני מפזרן, תדע שאני מכנסן (ב"ר מד, יח), כמו שהתבאר למעלה. והם הם אלו דברים שנזכרים כאן, כי כנגד 'שאני ממשכנן', והמשכון הוא תחת מי שממושכן בידו, לכך גזר שלא ימרדו באומות לצאת מתחת רשותן

דאס הייסט מרידה שלא ברשות.
ועיין ביפה קול שמביא כמה פעמים

"... שאין לך מרד גדול מזה. דסד"א דוקא בעודן תחת רשותן שלא ימרדו בהם שלא למנוע חוקי המלכות כגון ארנונויות וגולגליות אבל כשיכולים לצאת מתחת רשותן יצאו. להכי קאמר שלא יעלו חומה, עד שיגאלנו ע"י משיח."

איז מרידה באומות הייסט נאר כנ"ל אז מגייט ארויס פון א לאנד מיט א מרידה  שלא ברשות המלכות,

ב) שלא יעלו בחומה

לשון המהר"ל

...וכנגד שאני מפזרן גזר עליהן שלא יעלו בחומה, שזהו קבוץ גליות, והוא בטול הפיזור.

דאס הייסט אלע אידען פון די גאנצע וועלט אויף איין מאהל כדי סזאל נישט זיין קיין ביטול הפיזור.
אבער כל זמן נישט אלע אידען גייען ארויף קיין ארץ ישראל אויף א מאהל איז נישטא קיין ביטול הפיזור אין סנישטא קיין עלייה בחומה.

דער יפה קול אליין ברענגט זיך ראיות ,אבער די גמרא זאגט בפירוש

אם עשיתם עצמכם כחומה ועליתם כולכם בימי עזרא נמשלתם ככסף שאין רקב שולט בו עכשיו שעליתם כדלתות נמשלתם כארז שהרקב שולט בו

בימי עזרא זענען ארויף פערציג טויזנט אויף א מאהל פון דעסט וועגען דאך הייסט עס נישט עלייה כחומה.

דער ויואל משה אליין ברענגט דעם יפה קול לראיה אז ביד חזקה מיינט נישט מיט כח נאר אלע אויף א מאהל.

יעצט איז געבליבן דחיקת הקץ 

לשון המהר"ל
.... וכן שלא ידחקו את הקץ, פירוש להביא את הקץ שלא בזמנו על ידי תפלה ורחמים

אויף דעהם זאגט דער מהר"ל

 ...ובאותה מדה השביע אותם שלא ישנו בענין הגלות. כי דורו של שמד, אף על גב שהגיע להם המיתה בגלות, לא היו משנים. ועוד פירוש 'בדורו של שמד', רוצה לומר אף אם יהיו רוצים להמית אותם בעינוי קשה, לא יהיו יוצאים ולא יהיו משנים בזה. וכן הפירוש אצל כל אחד ואחד, ויש להבין זה:

אז מזאהל נישט עובר זיין אויף די שבועות

1) נישט מורד זיין באומות, אוודאי מוז מען אנטלויפן ווי די אידען זענען אנטלאפן פון שפאניע אין פארטוגאל אין פון  דייטשלאנד אין פון קלויזנבורג מיט די באהן . נאר אזוי ווי ער ברענגט אליין אז סאיז געוועהן אידן וואס האבן געקענט פארכאפן די מאכט אין פארטוגאל בימי הגירוש. האט מען זיי גענטפערט אל תמרדו באומות.דאס מיינט איין אפענע מרידה , א רעוואלוציע.

דאס מיינט נישט בכלל נישט מזאל זיך לאזן הרגענען וועגן די שבועות

2) שלא יעלו בחומה נישט די גאנצע וועלט אויף א מאהל, דאס פעלט נישט אויס כדי זיך צו ראטעווען.

3) שלא ידחקו את הקץ ע"י תפילה. נאר מזאל טוהן מעשים און תפילות געראטעוועט צו ווערען שוין

מהטעם הפשוט ווייל עס זענען אלעמאהל דא אנדערע אופנים זיך צו ראטעווען אדער צו אנטלויפען.

אין ווען סאיז טאקע חלילה נישטא, און מקען זיך אנדערט נישט ראטעווען זאגט דער מהר"ל אליינס כנ"ל, א די גויים זענן עובר אויף זייער שבועה אין אז אידן  קענען נישט אפהיטן די שבועות, פונקט פארקערט

ווי קומט דאס ארויס צודרינגען פון דעהם אז יהרג ואל יעבור?



נ"נ
איך ווארט נישט אפילו דו זאלסט מיר ענפערן אויף דעהם. דו קענסט מאכען א חילוק און אריין קוועטשן אז דא שטייט קשה מיט א דגש אין דא שטייט קשה מיט א רפה... אין ווער סנעמט דאס נישט אהן איז אני מתיר את בשרכם און אלע אידען זענען חייב מיתה.רח"ל כמבואר בהקדמת ויוא"מ.

דו קומסט מיר נאך אתשובה אויף די פיהר פונקטן וואס איך האב דיר אנגעצייכנט לעיל.

דא זענען זיי נאכאמאהל

1) יתגלי מלכא משיחא מיינט ווען יעדער וועט וויסען אז ער איז וודאי משיח.

2) במילא פרעגסטו היתכן מקען זאגן דער אור החמה מיינט די "מדינה" וואס וועט זיין פאר משיח וועט נתברר ווערען בוודאות.

3) דו האלסט אזוי בהכרח, ווייל עס טאהר נישט זיין קיין שום פעולה פון די גאולה נאר דורך משיח בן דוד בוודאי, דער נביא גדול המורח ודאין.(דאס איז געוועהן דער חטא פון בר כוכבא)  אין די אלע מלחמות וועלען פארקומען צווישן דעהם וודאי משיח מיט די אומות העולם.

4) יעדע מין מלחמה אדער מלוכה אדער קיבוץ פאר "וודאי משיח בן דוד" איז מען עובר אויף די הארבע שבועה פון "דחיקת הקץ" כמבואר בויואל משה בכמה מקומות.

ענפער מיר פשוט "יא" אדער "ניין" .ביזטו מסכים מיט די הנחות אדער נישט.
תוקן על ידי - baachi - 07/01/2008 1:00:45

נבוכדנאצר » 8/1/2008 15:48

א סך הכל פון די נייעס

1) דער קאמארנער וואס שרייבט אז כיבוש איז נאר מיט נבואה און מיט נסים גלויים מיינט אויך - זאגט באטשי - אהן נבואה און אהן נסים און ער מיינט טאקע די מלחמת העצמאות

2) דער זוהר וואס שרייבט יתגלי מלכא משיחא בארעא דגליל און נאך גאנצעטע סימנים פון כוכבים וכו' מיינט נישט - זאגט באטשי - דעם התגלות המלכך המשיח נאר עפעס א פאלשן משיח און אויך אהן סימנים און אפילו נישט משיח נאר א מלכות פון סתם אידן אהן משיח'ן

3) אז מען ברענגט א רמב"ן כדמותו וכצלמו האט מען א חזקת זייפן
 
4) דער מהר"ל איז מעתיק א מדרש וואס ברענגט די שבועות און אז די שבועה פון די אומות איז כדי צו פארשווערן אויפן גלות אן ער זאגט אז לא יהיו יוצא\ם ולא יהיו משנים - זאגט באטשי אז דאס מיינט הא בהא תליא און באמת יא יוצאים ויא משנים

א פרייליכן לוסטיגן פורים

נבוכדנאצר » 8/1/2008 15:53

אביסל היים ארבעט

קענסט דאך שיין פארבען און מאכן גרעסערע און קלענערע ווערטער

צווישן די אלע גזירה שוה'ס פון קשה קשה וואס דו ברענגסט אזוי הערליך שיין שטעל אריין אויך דעם "קשה"

קשה תרבות רעה בתוך ביתו של אדם יותר ממלחמת גוג ומגוג

קומט דאך אויס אז תרבות רעה תליא אין מלחמת גג ומגוג ווייל עס שטייט דאך בפירוש "קשה" נו וויבאלד עס איז שוין דא תרבות רעה דארף שוין נישט זיין גוג ומגוג איז דאס אז טאקע די "מדינה"

א פרייליכן פורים
און
א גוטן חודש

Baachi » 8/1/2008 22:38

נ"נ

סוועט דיר גארנישט העלפן צו פארדרייען דעם שמועס מיט זייטיגע זאכען,
די מדובר איז יעצט דעהם פשט אין מהר"ל, און צו מקען לערנען אזוי פשט אז דער מהרל מיינט יהרג ואל יעבור אויףדעם מצב וואס איז געוועהן פאר די הקמת המדינה.
 
דער מהר"ל זאגט לא יהיו יוצאים מיינט נאר צוליעב די שבועה פון שלא יעלו בחומה. 
נישט די שבועה שלא ימרדו באומות וואס איז נישט שייך ברשות, אין נישט דחיקת הקץ וואס דער מהר"ל זאגט בפירוש אז סמיינט שלא ירבו בתפילה.

איז געבליבן נאר די שבועה שלא יעלו בחומה

יעצט איז די שאלה וואס איז דער טייטש עלייה בחומה
לדידי איז נאר דא איין פשט אין דעהם, אזוי ווי רש"י זאגט כולם יחד ביחד חזקה.
דאס מיינט אז אלע אידען פון די גאנצע וועלט זאלען זיך נישט צוזאמען נעמען גיין קיין ארץ ישראל, מיט כוח אהן כוח איז נישט נוגע יעצט.
אזוי זאגט אויך דער יפה קול אויף שיר השירים ושאר מפרשים

ווי איך האב דיר געברענגט די גמרא פריער אז בימי עזרא איז נישט געווען עליה בחומה כאטש מען האט געהאט א מדינה אין אממשלה מיט מלחמות אהן א שיעור.

אבער אפילו לשיטת ויואל משה אז סקען מיינען עפעס אנדערש אויך 

דא האסטו דעם ויואל משה אז סדא דריי פשטים אין שלא יעלו בחומה.

קוק ווי סאיז  אנגעצייכענט


[בילד – נישט אפגעהיט]

Baachi » 8/1/2008 23:23

לאמיר זעהן וועלכער פשט דער מהר"ל האלט

ער האלט זיכער פשט ב'

לשונות המהר"ל שהעתקתי זה כמה פעמים


..." ותמיד הוא חפץ לבטל השנוי, דהיינו שיתקבצו מהפיזור, ויעלו בחומה לשוב מן האומות,"
..."וכנגד 'שאני מפזרן' גזר עליהן שלא יעלו בחומה, שזהו קבוץ גליות, והוא בטול הפיזור"
און דעם לשון חז"ל וואס ער איז מעתיק
...ושלא יעלו בחומה מן הגולה. אם כן למה משיח בא, לקבץ גליותיהן של ישראל,

נאר דאמאלטס ווען אלע אידען פון אלע גליות קומען זיך צוזאמען אויף איין מאהל גיין קיין ארץ ישראל, איז מען מבטל דעהם פיזור און מען איז מען עובר אויך די שבועה, אדער נניח אפילו רוב אידען פון די וועלט.

אויף דעהם שרייבט דער מהר"ל מזאל נישט דאס נישט טוהן ווייל ספעלט נישט אויס צו הצלת נפשות 

למשל אויב מפייניגט אידן אין פראנקרייך זאלען די אידן פון ענגלאנד אין אין דייטשלאנד און די רעשט וועלט נישט מחליט זיין אלע צוריק גיין קיין ארץ ישראל, דאס הייסט איין עליה בחומה
אבער די אידען אין פראנקרייך גופא?
 אוודאי דארפן זיי זיך ראטעווען, וויאזוי זיי קענען.
די תורה זאגט דאך וחי בהם

דער בעלזער רב זי"ע האט זיך נישט געראטעוועט פון פעסט קיין ארץ ישראל, נגד רשות פון די דייטשען?
איז ער געוועהן א מורד באומות אדער איין עולה בחומה?
איי סדאך יהרג ואל יעבור.

דער סאטמערע רבי אליין האט זיך נישט געראטעוועט כנ"ל?
האט ער געפרעגט קודם רשות פון די פאלעסטינעזער אראבער צו ער מעג פארן קיין ארץ ישראל?

וויאזוי קען מען אריין לערנען פשט אין מהר"ל אז די שלוש שבועות "יהרג ואל יעבור"?

איי וועסטו פרעגען לו יצוייר אז אין די גאנצע וועלט פייניגט מען אונז
אויף דעהם האבן מיר שוין א הבטחה

רמב"ן בראשית ל"ב
 וגם זה ירמוז שלא יגזרו עלינו בני עשו למחות את שמנו, אבל יעשו רעות עם קצתנו בקצת הארצות שלהם, מלך אחד מהם גוזר בארצו על ממוננו או על גופנו, ומלך אחר מרחם במקומו ומציל הפלטים וכך אמרו בבראשית רבה (עו ג) אם יבא עשו אל המחנה האחת והכהו, אלו אחינו שבדרום, והיה המחנה הנשאר לפלטה, אלו אחינו שבגולה ראו כי גם לדורות תרמוז זאת הפרשה

אין הכי נמי ווען מלערנט פשט ווי דער ויואל משה
אז מרידה באומות, מיינט די איינגעוואנדערטע ווילדע "פאלעסטינעזער" אראבער ,
עליה בחומה מיינט אקליין הייפעלע מענטשן אין ארץ ישראל וואס באשיצן זיך מיט געוועהר ,
דחיקת הקץ מיינט מאכען האבן עפעס איין אייגענעם שלטון.

דאמאלטס קען מען אזוי מדחיק זיין אין מהר"ל

אבער כנ"ל דער מהר"ל אליינס לערנט לחלוטין  נישט אזוי פשט.

לגבי דיינע אנדער פונקטן,
דו דרייסט דיך ארויס כסדר פון געבען א קלאהרע תשובה
מן הסתם ווייסטו ווי פראבלעמאטיש די שיטה פון ויואל משה איז, אז יעדער קיבוץ אין די אלע מלחמות וועלען געפיהרט ווערן נאר דורך משיח אליין אחר שיתגלה בעולם בוודאי.

פאר איך גיי צו דער צו, וויל איך דיר פרעגען

דו האסט געהערט פון דעם פסוק  "עוד אקבץ עליו לנקבציו"
אז סוועט זיין צוויי קיבוצים, איינס פאר משיח אין איינס נאכדעהם?


תוקן על ידי - baachi - 08/01/2008 23:26:12

Baachi » 9/1/2008 00:58

ליתר ביאור מה שכתבתי בשיטת המהר"ל

אפילו אם נניח שמהר"ל אינו סובר שהשבועות הא בהא תליא.

מלהמ"ד

ווען איינער וויל אסערן אפצושווענקען א רויע פרי מיט ווארעם וואסער אום שבת.
ער ברענגט זיך א ראיה פון  פוסק א' וואס שרייבט אז אין מדיחין בחמין בשבת. ואם הדיח חייב חטאת.
מיינט יעדער אז חמין מיינט ווארעם וואסער. סאיז אשטארקע ראיה לדבריו.

דער פראבלעם איז אבער אז ער שרייבט נישט אז דער פוסק א' האלט אז חמין מיינט נאר כלי ראשון וואס יד סולדת בו.
פון סתם ווארעם וואסער רעדט ער אפילו נישט.ער האלט אז דאס הייסט נישט בכלל חמין.

איז דאס א הלכהדיגע ראיה?

הוא הדבר.
ער ברענגט  פון מהר"ל אז שלש שבועות גייט אהן אפילו מיט ענויים קשים
ברענגט ער זיך אראיה פון דעהם אז עס איז יהרג ואל יעבור. מטאהר נישט עובר זיין אפילו זיך צו ראטעווען מיט דעהם
ער שרייבט  אבער נישט אז דער מהר"ל טייטש די שלוש שבועות גאנץ אנדערש ווי ער טייטש. 
און סאיז בכלל נישט זייך זיך צו ראטעווען מיט דעהם.

נבוכדנאצר » 9/1/2008 17:52

TELL ME MORE

מהידידות » 10/1/2008 00:51

נבוכדרנאצר

עס איז נישט דא וואס מסביר צו זיין אויפן מהר"ל?

Baachi » 11/1/2008 04:25

נ"נ

דו האסט געבען איך זאל דיר שרייבן נאך.
זעהט אויס דו ווילסט ענפערען אלע קשיות אויף א מאהל.
אקעי

דער ויואל משה בויט בעיקר זיין בנין אז דער עצם רעיון להקמת שלטון ומדינה  איז עובר געוועהן אויף די שלוש שבועות, איז אויף די שבועות פון לא יעלו בחומה. און דחיקת הקץ

כנ"ל ווייל די מרידה באומות איז נישטא ברשות.
אויף אויף דחיקת הקץ זאגט רש"י שלא ירבו בתפילה און אויף די שבועה פון שלא יעלו בחומה טייטש רש"י "כולם יחד ביד חזקה"? דאס הייסט שלא ברשות מיט א מלחמה.

און אויף שרייבט דער אבני נזר אויף דעהם אהבת יונתן אז ער קען מיין נישט מיינען למעשה ווייל אלף כמותו לא יזיזו דברי רש"י.
איז דא איין עצה.

מברענגט זיך ראיות פון אנדערע מקומות אז ביד חזקה מיינט נישט שלא ברשות.
איינער פון זיינע ראיות איז אז ביי פרעה שטייט ביד חזקה עטליכע מאהל, און צום סוף זענען זיי גאהר ארויס ברשות!
מוז מען אהנעמען אז פרעה האט ארויס געלאזט אידן ברשות (?!)

אבער וואס טוט מען מיט דעהם "כולם יחד" ?
אז עלייה בחומה מיינט גאנץ כלל ישראל אויף א מאהל?
נישט איינער נישט צוויי נישט הונדערט נישט אפילו הונדערט טויזנט אויף איינמאהל, נאר אלע אידן פון די גאנצע וועלט.
און נישט צוביסעלעך זיך אריין שמוגלען, נאר צוזאמען כלשון רש"י "כולם יחד ביד חזקה"

איז קודם מאכט מען אז רובו ככולו, גוט אבער וואס ווייטער.

בפרט אז סאיז א בפירושע גמרא אין יומא דף ט'

ריש לקיש הוי סחי בירדנא אתא רבה בר בר חנה יהב ליה ידא אמר ליה אלהא סנינא לכו דכתיב אם חומה היא נבנה עליה טירת כסף ואם דלת היא נצור עליה לוח ארז אם עשיתם עצמכם כחומה ועליתם כולכם בימי עזרא נמשלתם ככסף שאין רקב שולט בו עכשיו שעליתם כדלתות נמשלתם כארז שהרקב שולט בו מאי ארז אמר עולא ססמגור מאי ססמגור אמר רבי אבא בת קול כדתניא משמתו נביאים האחרונים חגי זכריה ומלאכי נסתלקה רוח הקודש מישראל ועדיין היו משתמשין בבת קול וריש לקיש מי משתעי בהדי רבה בר בר חנה ומה רבי (אליעזר) [אלעזר] דמרא דארעא דישראל הוה ולא הוה משתעי ריש לקיש בהדיה דמאן דמשתעי ריש לקיש בהדיה בשוק יהבו ליה עיסקא בלא סהדי בהדי רבה בר בר חנה משתעי אמר רב פפא שדי גברא בינייהו או ריש לקיש הוה וזעירי או רבה בר בר חנה הוה ורבי אלעזר כי אתא לקמיה דרבי יוחנן אמר ליה לאו היינו טעמא אי נמי סליקו כולהו בימי עזרא לא הוה שריא שכינה במקדש שני דכתיב יפת אלהים ליפת וישכן באהלי שם

די גמרא איז איבער געחזערט עטליכע מאהל אין מדרש אויף פארשידענע לשונות

ג) רבנן פתרי קרא בעולי גולה אחות לנו קטנה אלו עולי גולה קטנה שהיו דלים באוכלוסין ושדים אין לה אלו חמשה דברים שהיה בית אחרון חסר מן הראשון ואלו הן אש של מעלה ושמן המשחה ארון רוח הקדש ואורים ותומים הה"ד (חגי א') וארצה בו ואכבדה ואכבד כתיב חסר ה' מה נעשה לאחותנו מה נעשה ביום שנגזר (עזרא ה') די עבר פרת עבר די לא עבר לא יעבור אם חומה היא אלו ישראל העלו חומה מבבל לא חרב בית המקדש בההיא שעתא פעם שנית רבי זעירא נפיק ליה לשוקא למיזבן מקומא א"ל לדין דהוא תקיל תקיל יאות ואמר ליה לית את אזיל לן מן הכא בבלייא די חרבון אבהתיה בההיא ענתה אמר ר' זעירא לית אבהתי כאבהתהון דהדין על לבית וועדא ושמע קליה דרבי שילא יתיב דריש אם חומה היא אילו עלו ישראל חומה מן הגולה לא חרב בית המקדש.

קען מען דאך נישט טייטשען יעלו חומה אז נאר א גרויסע גרופע מענשטן גייען אויף א מאהל, ווייל סאיז דאך אזוי געוועהן בימי עזרא, און פון דעסט וועגען הייסט עס נישט חומה.
 
איז קודם ברענגט ער מדרשים אז חומה קען מיינן אנדערע זאכן אויך, ווי אין דעם אויבערשטן שטיקל ויוא"מ דף ל' אז חומה מיינט מען תורה,  אמונה, גדרים וסייגים, מעשים טובים, אקיצור כל ענין התחזקות.

אבער ער ווייסט דאך אז מקען זיך נישט אזוי טייטשען

סוווענדט זיך דאך ווי דער "חמר שטייט איין" ווען מרעדט פון אברהם אבינו מיינט דאס אמונה ווען מרעדט פון א יחיד מיינט דאס תורה א.א.וו., און ריש לקיש זאגט דאך בפירוש אזוי "אם עליתם כולכם בימי עזרא"

קודם ברענגט ער אפני יהושע אין כתובות ווי ער וויל מלמד זכות זיין אויף די אידן פון בבל. אבער ער שרייבט דאך בפירוש אז סאיז  נאר א לימוד זכות נאר אויף בבל צוליעב די נבואה אבער נישט צוליעב שבועות  און אויכעט אז עס איז נישט אליבא דהלכתא נאר אליבא דר' יהודה און מיר כידוע פסקענען ווי ר זירא אז הכל מעלין לאר"י ועוד חזון למועד אי"ה אודות דעם פנ"י)

ברענגט ער אראפ א רמב"ן ווי ער דרינגט ארויס דארט אז דער ריש לקיש איז נישט קיין דברי הכול. די ערליכע אידען בימי עזרא וואס זענען נישט ארויף מיט עזרא האבן פשוט נישט געהאלטן פון דעהם דרש פון ריש לקיש.

איי - פרעגט ער- איז דאך שווער  עזרא הסופר איז דאך געוועהן א נביא ה' ווי קען מען מחולק זיין אויף איהם? זיי זענען דאך געוועהן דאמאלטס אין בבל אלע ערליכע אידן (די אשדודיות האבן נאר גענומען די ציונים...)

קומט ער אויף מיט א נייעם חידוש.

אז עזרא הסופר אליין האט בעצם נישט געהייסן נאר סגעוועהן איין אפציע!

 להלן איז די ראיה צו דעהם יסוד.

 לכאורה איז דאך אקושיא גדולה ועצומה, היתכן מען פאלגט נישט קיין נביא?? (שוין געהערט אזאנס? אין גאנץ תנ"ך גיבסט נישט אזא מין זאך בכלל...) אלא מאי איז א ראיה מובהקת אז  ער האט זיי בכלל נישט געהייסן. נאר סגעוועהן אזא מין אפציע,


 מוז מען לערנען אנדערש פשט אין גאנץ ספר עזרא ונחמיה, אז די אלע שוועריקייטן זענען געווהן אפציעס


אבערי ווי קען א נביא ה' מאכען אפציעס? אדער מוז מען גיין אדער נישט? מה דיבר ה'? און פארוואס האט מען איהם נישט אפען געפרעגט וויאזוי איז די הלכה? איז דא אמצווה עולה זיין צו נישט.????

 ועו"ק מ'זעהט דאך כמה מקומות אין ש"ס (יבמות פ"ו ועוד הרבה) אז עזרא.הסופר איז געוועהן ברוגז און ער האט געקנסעט די לויים ווייל זיי זענען נישט אלע ארויף??

 אויך דער מלאכת שלמה ברענגט אז קבלה מאבותיו אז זיי זענען אלע ארימעלייט אין תימן ווייל עזרא הסופר האט זיי געשאלטן ווען זיי האבן נישט געוואלט עולה זיין מיט איהם.??


 דאס לעצטע אדרעססירט ער שוין יא וז"ל


 דף לג בסוף


" [הלא] מצינו בכמה ספרים שעזרא הסופר הקפיד על כמה מקומות שלא עלו לארץ ישראל וגם מצינו שהזיקה להם הקפדתו,

ענפערט ער כהאי לישנא: "אפשר שבאלו המקומות היה לו טעם מיוחד שיעלו עמו, וקרא להם.ולא שמעו בקולו ( אויף זיי איז נישט קיין קשיא היתכן מען פאלגט נישט קיין נביא?) אבל רוב המקומות והמדינות גם על הנשארים בבבל לא היה שום הקפדה (פון די ג'קנסענטע לויים רעדט ער נישט יעצט) כי כן היתה ההשגחה מן השמים כאשר יתבאר עוד להלן, ועכ"פ מבואר בדברי הרמב"ן שהשבועה קיימת אם עולין בכנופיא שלא ברשות.


 לסיכום  


דאס אז ריש לקיש האלט אז עליתם כחומה הייסט אלע אידן, מיט דעהם קען מען גארנישט מאכען, דאס איז מפריך דעם גאנצען יסוד פון ויואל משה אז עלייה בחומה מיינט מאכען מדינה, אבער ער וויל פשוט מחליש זיין דברי ריש לקיש, - קודם זאגט ער אז ר יוחנן קריגט אויף איהם - איי ער קריגט בכלל נישט אויפן טייטש פון אני חומה נאר אויף דעהם אז סוואלט געווהן השראת השכינה אין בית שני,

זאגט ער דעהן לשון פנ"י אז אגדות חלוקות. די אידען בימי עזרא האבן אנדערש געהאלטן ווי ריש לקיש במילא מוזען מיר אויך אנדערש האלטן.

ווער זענען דאס דיע וואס זענען  מחולק אויף ריש לקיש????
דאס ענטפערט ער נישט דירעקט, נאר ער פארופט זיך אויפן פריעריגן רמב"ן
 אז דאס זענען געוועהן די אידן בימי עזרא!.


האט איהר יעצט, אז דער גאנצער חידוש פון א יסוד  אויף וואס ער זיין בנין פון עלייה בחומה איז אויף דעהם אז בימי עזרא האבען די ערליכע אידן חושש געווען אויף די שלוש שבועות. און מחולק געוועהן אויף ריש לקיש, און דער דאזיקער יסוד איז געבויט אויף א רמב"ן
 (סדא אויך א פני יהושע כנ"ל אבער ער רעדט הויפזיכליך פון די אידען אין בבל כנ"ל צוליעב די נבואה פון בבלה יבואו נישט פון עלייה בחומה ואמכ"ל)  


מיט אט דעהם רמב"ן וויל ער אפווענדן סיי ריש לקיש, סיי דעהם מדרש שיר השירים אז דער ביהמ"ק וואלט נישט חרוב געווארן, סיי רש"י, סיי דעם מהר"ל, סיי דעהם אהבת יונתן (זיין אייגענעם אהבת יונתן "כולם יחד") סיי דעהם יפה קול, סיי לערנען אנדערש פשט אין אלע פסוקים פון עזרא נחמיה,

דא האט איהר דעם ויואל משה

 און דער נאך וועל איך ברענגען דעהם רמב"ן פון ווי ער ברענגט אראיה אז די אידען האבן חושש געוועהן אויף אונזערע היימישע שלוש שבועות פון עלייה בחומה און דחיקת הקץ..


  אות י"ג ווי סאיז אנגעצייכנט נומערן


 



תוקן על ידי baachi ב- 11/01/2008 5:13:36


[בילד – נישט אפגעהיט]

Baachi » 11/1/2008 04:46

דא איז דער פנ"י
 
והנראה לענ"ד ליישב חדא מגו חדא דודאי בלא"ה פשיטא ליה לר"י דעיקר גלות ישראל היה לבבל כדאיתא בפסחים בריש פ' האשה [פ"ז ע"ב] ולכל הטעמים דהתם משמע דעיקר גלות ישראל היה לבבל ומשם עתידין ליגאל בימות המשיח וכדאמרינן נמי התם יודע הקב"ה שאין ישראל יכולין לקבל גזירת רומיים עמד והגלה אותם לבבל ולכאורה יש לתמוה דהא ודאי בגלות שני הוגלו לרומי ולשאר אומות אלא על כרחך דרוב ישראל נשארו בבבל שלא עלו כ"א מתי מעט ארבעה ריבוא וכדאיתא נמי להדיא בפ"ק דמגילה [י"ב ע"א] שאמר הקב"ה קובל אני על כורש אני אמרתי יקבץ גלותי והוא אמר מי בכם מכל עמו כו' ופירש שם הרשב"א ז"ל הובא בספר עין יעקב שהוא דרך משל דבאמת כוונת הקב"ה היה שיגאלו כולם ע"י מלך המשיח כשיהיה הזמן והך גאולה דכורש לא היו גאולה כלל כ"א אותן שעלו ברשיון ועדיין היו כפופים ג"כ ומתוך כך יש לי ללמד זכות על אותן שלא עלו עם עזרא שעדיין לא הגיע הזמן והא דאמר ר"ל בפ"ק דיומא [ט' ע"ב] א"ל קא סנינא לכו שלא עליתם כולכם בימי עזרא לאו מימרא פסיקא היא ואגדות חלוקות הן ואין להאריך נחזור לעניננו דלפי"ז עיקר קרא דהשבעתי אתכם אגלות בבל קאי שהם רוב הגולה שהוגלו עפ"י הדיבור דוקא לבבל ופקידה דכורש לא הוי גאולה כלל אלא פקידה בעלמא לפי שעה והיינו דכתיב אם תעירו את האהבה עד שתחפץ משמע בשעה שיהיה עת וחפץ לכל מאת המקום אלא לפי שכל זה אינו מוכרח כ"כ לכך מייתי ר' יהודה ראיה מקרא דבבלה יובאו ושמה יהיו עד יום פקדי אותם ובאמת אע"ג דאכלי שרת קאי אדרבא הוי ראיה יותר דהא חזינן דאותן כלי שרת שהיו בבבל לא חזרו להם לארץ ישראל כשעלו בימי כורש וזה ידוע ומפורסם אלא על כרחך דהא דכתיב ביום פקדי אותם והעליתים והשיבותים אל המקום הזה לא איירי כלל בפקידה דימי כורש דאף פקידה גמורה לא מיקרי  וכדפרישית וא"כ לפי"ז ודאי דקרא דהשבעתי אתכם איירי נמי בזמן הזה דלא קרינן עד שתחפץ אלא כשיהיה פקידה גמורה לעתיד שאז ישובו הכלי שרת מבבל וישראל ישובו לאדמתן, כן נראה לי נכון:



תוקן על ידי baachi ב- 11/01/2008 5:07:13


[בילד – נישט אפגעהיט]

Baachi » 11/1/2008 05:18

[בילד – נישט אפגעהיט]

Baachi » 11/1/2008 05:36

דאס איז דער צוווייטער זייט רמב"ן וואס דער ויואל משה ברענגט לראיה

דאס האט גארנישט צו טוהן מיט אונזער עלייה בחומה 
סאיז פשוט אז זיי זענען געוועהן די עשרת השבטים וואס מהאט זיי פארטריבן קיין אשור אין דער נביא האט זיי געהייסן בלייבן דארט.

זיי זענען בכלל נישט געוועהן אין חשבון.
די פקידה איז געוועהן נאר פאר די וועלכע נבוכדנצר (דער ערשטער...) האט פארטריבן.
כורש האט זיי נישט געגעבן קיין רשות,
עזרא האט זיי בכלל נישט געמיינט.
ריש לקיש אוודאי נישט, ער האט דאך גערעט פון השראת השכינה ווי ביים בית ראשון, און זיי זענען דאך נישט געוועהן ביים בית ראשון און סאיז געוועהן השראת השכינה אהן זיי.

ווער זשע זענען דאס די וואס קריגען אויף ריש לקיש????

ווי לשון הויואל משה הנ"ל

" ועכ"פ מבואר בדברי הרמב"ן שהשבועה קיימת אם עולין בכנופיא שלא ברשות."

וויאזוי איז דאס מבואר בדברי הרמב"ן?

און אז קיינער קריגט נישט אויף דעם טייטש פון ריש לקיש.  

איז די מסקנא

עלייה בחומה מיינט ווי ריש לקיש און אלע מפרשים זאגן, נישט קיין מדינה, נישט קיין שלטון  אין נישט קיין מיליטער, ווייל דאס אלעס איז געוועהן בימי עזרא  נאר עשיתם עצמכם כחומה מיינט אלע אידען צוזאמען ווי רש"י כולם יחד ביד חזקה! [חוץ די עשרת השבטים]. אבער ווען סאיז ווייניגער ווי גאנץ כלל ישראל אדער לכה"פ רוב אויף איין מאהל. איז נישטא קיין עליה בחומה.

ואין שום אחד חולק על זה!!!  


תוקן על ידי - baachi - 11/01/2008 6:13:36
[בילד – נישט אפגעהיט]

נבוכדנאצר » 13/1/2008 16:57

שוין פארטיג?

Baachi » 14/1/2008 00:44

נ"נ

לאו דוקא איך בין נאך נישט אינגאנצן פארטיג.

נאך עטליכע קליינע באמערקונגען אויף דעם נושא פון רמב"ן מיט עלייה בחומה

א) עס איז זעהר שוועהר צו זאגען אז דער רמב"ן מיינט די שלוש שבועות,  עס זעהט אויס קלאהר למעיין בדברי הרמב"ן (מיט די נומערען 1-2-3-4) אז דער רמב"ן רעדט לגמרי נישט דארט אין מאמר הגאולה פון די שלש שבועות. ערשטנס ער ברענגט דאס בכלל נישט צו אין דעם גאנצן קונטרס וואס ער רעדט פון גאולת עזרא און גאולת משיח. ער ברענגט דאס אויך נישט צו נישט אין כתובות קי"א, און נישט אין סוף שיר השירים ווי ער רעדט אויס וויאזוי די גאולה וועט צו גיין. 

והשנית אין דעם שטיקל וואס דער ויואל משה ברענגט אראפ "שלא אבו לדחוק את הקץ" מיינט ער דאך כנ"ל נאר די עשרת השבטים וואס אויף דעם עמוד הקודם פון רמב"ן שהבאתי לעיל (רע"ג אות 96) שרייבט בלה"ק ער אז עזרא אליינס האט אויף זיי געשריבן בנבואה ויביאם לחלח וחבור עד היום הזה. וואס איז א ציווי מפורש מפי נביא. און אז פאר דעם האבן זיי נישט געוואלט ארויף גיין,
 נישט מכוח די שלוש שבועות,   - דער לשון דחיקת הקץ איז א נאר שם מושאל.
 
ב) עס איז נישט פארשטענדליך די ראיה פון ויואל משה אז דער רמב"ן האלט אז זיי האבן נישט געטאהרט "עולה זיין בחומה, זיין ראיה איז ווייל אנדערש קומט אויס אז כלל ישראל האבן נישט געפאלגט עזרא (ויואל משה דף ל"ב ד"ה וכן מסתבר שהבאתי לעיל)מיט די גאנצע אריכות הדברים אז די צדיקים זענען געבליבן און בבל, עס איז נישט פארשטענדליך ווייל  דער רמב"ן האלט דאך בפירוש אז די אידען האבן יא געפאלגט עזרא הסופר

חדושי הרמב"ן על מסכת מגילה דף ב/א
וכשעיינתי בכתובים נתיישב לי הענין יפה, לפי שהוא דבר ברור שבזמנו של נס זה כבר נפקדו ישראל ועלו לארץ ברשיון כורש ונתיישבו בעריהם, ואע"פ שאמר המן ישנו עם אחד מפוזר ומפורד בין העמים, מ"מ אנשי כנסת הגדולה עם רוב ישראל בארץ היו, ושוב לא עלו מהם אלא מעטים עם עזרא, וכשצוה אחשורוש להשמיד להרוג ולאבד היו הפרזים והעיירות שאין להם חומה סביב בספק וסכנה גדולה שלא יעלו עליהם אויבים יותר מן המוקפין, וכענין שאמר בהם בספר עזרא (נחמי' ד') ויהי כאשר שמעו סנבלט וטוביה והערבים והעמונים והאשדודים כי עלתה ארוכה לחומות ירושלים כי החלו הפרצים להסתם ויחר להם מאד ויקשרו כלם [יחדיו] לבוא להלחם בירושלים ולעשות לו תועה ונתפלל אל אלהינו ונעמיד משמר [עליהם] יומם ולילה מפניהם, וכשנעשה הנס עשו כולם יום נוח ומשתה ושמחה, דכתיב ושאר היהודים אשר במדינות המלך אחשורוש נקהלו ועמוד על נפשם ביום שלשה עשר ונוח בארבעה עשר ועשה אותו יום משתה ושמחה, ושל שושן עשאו ג"כ ממחרת הנס שלהן, וזה היה בשנת הנס בלבד:

ג) נישט נאר אז די שלוש שבועות זענן נישט מחייב לויטן רמב"ן נאר פון די כתבי הרמב"ן איז מוכח אז ער האלט אז אפילו די נבואת עזרא הנ"ל אויף די עשרת השבטים לחלח וחבור עד היום הזה הנ"ל איז לאמתו של דבר זיי אליין אפילו נישט מחייב, דער רמב"ן סוף שיר השירים שרייבט אז סזעהט אויס מן הכתובים די עשרת השבטים וועלן ארויס גיין אליין פון גלות אסאך פאר משיח וועט קומען, זיי וועלען זיך מאכען אליין א מלכות מיט א משיח ער וועט געהארגעט ווערען במלחמת גוג ומגוג און דאס וועט זיין משיח יוסף, ערשט נאכהער וועט נתגלה משיח בן דוד און מקבץ זיין די רעשט אידען.עוד אקבץ עליו לנקבציו. דער רבנו בחיי ברענגט דאס עטליכע מאהל.  

דער ויואל משה ווייסט גוט פון דעהם רמב"ן,  ער ברענגט אבער נאר צו האלב דערפון.

דאס איז א סתירה גמורה צו די מסקנא פון ויואל משה, אז סוועט נישט זיין קיין שום קיבוץ און מלוכה פאר התגלות משיח בן דוד.

(נאכאמאהל סאיז דא גענוג אנדערע ראיות בפירוש פון ראשונים און אנדערע אז סוועט זיין א גרויסער קיבוץ גלוית און ארץ ישראל נאך בעפאהר ביאת המשיח, איך ברענג נאר אבער יעצט די מקורות וואס דער ויואל משה אליין ברענגט אראפ.)
 
 ד) ווי אזוי קען מען זאגן אז דער רמב"ן מיינט "דחיקת הקץ" פון די שלוש שבועות עולה צו זיין אזוי ווי בימי עזרא?, דער רמב"ן דארט אין מאמר הגאולה ובעוד כמה מקומות, זאגט אז דער קץ המקווה האט גארניש צוטוהן מיט מלוכה, מלחמה, ממשלה, אדער גשמיותדיגע ישועות, אפילו נישט מיטן ביהמ"ק. והא ראיה ביקש חזקיה להיות משיח, און ער איז נישט געווארן, די אידען האבן אלעס געהאט דאמאלטס. נאר וואס דען? אונזער "קץ" מיינט התגלות השכינה. לתקן עולם במלכות וגו',  קען ער אוודאי נישט האלטן אז "דחיקת הקץ " פון די שלוש שבועות מיינט עפעס אנדערש ווי "שלא ירבו בתפילה".  אזוי ווי רש"י ורוב מפרשים זאגן. 

איז דאך דאס א בפירושע ראיה אז דער "שלא אבו לדחוק את הקץ " וואס ער ערוועהנט ביי  די עשרת השבטים האט גארנישט צו טוהן מיט  אונזערע שלוש שבועות. ביי די עשרת השבטים האט דאס געמיינט זייער צוריק קומן קיין ארץ ישראל, אבער נישט ביי אונז.    

ה) אויף די גמרא כתובות "שלא יעלו בחומה" איז סיי דער יעב"ץ און סיי דער רש"ש מגיה אז סדארף שטיין "שלא יעלו כחומה".

איז הדרא קושיא לדוכתה, פון ווי נעמט דער ויואל משה אז שלא יעלו בחומה איז טייטש א כנופיא גדולה. און נישט ווי אלע מפרשים טייטשען "כולם יחד ביד חזקה" גאנץ כלל ישראל אויף איין מאהל ארויס פון גלות..

ו) אסתירה מיניה וביה,
 ווי קען מען זאגן אין די זעלבע צייט די פאלגענדע צוויי מסקנות ?
1) עזרא האט נישט געהייסן עולה זיין גאנץ כלל ישראל צוליעב די שבועה פון שלא יעלו בחומה און 2) אפילו מ'האט רשות פון אנדערע אומות, דארף מען אויך האבן רשות פון די גויים וואס זיצען און ארץ ישראל, אז נישט הייסט דאס אויך איין עלייה בחומה 

עזרא האט דאך יענסמאלט געהאט רשות נאר פון כורש (ענגלאנד) אבער נישט פון די ערביים עמונים אשדודים און שומרונים (די דאמאלטסדיגע פאלעסטינעזער חיות) וואס האבן באזעצט ארץ ישראל.?
"ויהי כאשר שמעו סנבלט וטוביה והערבים והעמונים והאשדודים כי עלתה ארוכה לחומות ירושלים כי החלו הפרצים להסתם ויחר להם מאד ויקשרו כלם [יחדיו] לבוא להלחם בירושלים"

ווי קען מען דאס אהנרופען עלייה בחומה?

נבוכדראצר

(אזוי שטייט אין די וואכעדיגע הפטורה...)

דו פרעגסט צו איך בין שוין פארטיג?
לאמיר זאגן אז דערווייל ווארט איך אויף א תשובה פון דיר אויף די אלע תמיהות פון דעם "יהרג ואל יעבור" פון מהר"ל,
 און אויף וויאזוי איז א ראיה פון רמב"ן אדער פון ערגעץ אנדערש אויס צו טייטשען "שלא יעלו בחומה" אויף וועלן מאכען א מדינה? 

א קיצער הדרה קושיא לדוכתה, אויף וועלכע שבועה האט מען עובר געוועהן מיט וועלען מאכען א מדינה?

דערנאך וועלען מיר גיין ווייטער

תוקן על ידי - baachi - 14/01/2008 1:19:13

מהידידות » 14/1/2008 07:24

נבוכר

וואס וועט זיין מיט די שיטה הקדושה?

travel » 14/1/2008 18:56

לכבוד ר' באטטששי היקר
תפסיק לערער את מרן הק' זצ"ל כאשכול זה או כאשכול -ויואל משה תמוה מאוד- וכדומה
ששמעתי מפי עד ראיה שרבך שליט"א מנתניה בעת ששבת בקאנטרי פרשת וארא שהספר שלמד בה בין גברא לגברא היה לא אחר מ...........
.........."ספה"ק דברי יואל"

אז תפסיק תיכף ומיד עם הדברי ניאוץ ומה שקשה לך תשאל אותו שליט"א

ideas » 14/1/2008 20:13

מה ענין ויואל משה לדברי יואל ? ואם טעה בשיטה לא אמר תורות יפים ?

_________________

Baachi » 14/1/2008 20:38

אל מע"כ היקר והנכבד כמר ר' טרעוועל שיחיה עמו"ש בטוב ובנעימים

כבר מילתי אמורה שאין אני בא ח"ו לפגוע בכבוד צדיקים וחכמים וקדושים אשר קטנם עבה ממתני ובכללם הרה"ק בעל דברי יואל זצוק"ל לה"ה

כל כונתי הוא רק להוכיח קבל מאן דבעי למינדע שהספר ויואל משה הוא ספר שנתחבר על דרך מוסר ודרש,

 1) כדי להודיע לאנשים המסתופפים בצילו את דעתו הפרטית על המאורעות של ימינו
 2) למצא לדעתו ושיטתו איזה אסמכתא אפילו קלושה מן הכתובים והפוסקים,
 3) לתרץ במקצת את הדברים התמוהים ביותר והקשים בשיטתו.

זה הכול.

אבל אין זה ספר הלכה שאפשר לפסוק הלכות מתוכו, וגם אין בו שום הוכחות ברורות שאפשר להוכיח משהו בראיות, ומש"כ שאין להכריח את אף אחד לקבל את דברי הספר ומסקנותיו התמוהות מאוד. בפרט בעניני יישוב ארץ ישראל וקריאת חלק גדול מכלל ישראל שאינם מסכימים לדעתו בשמות וכינויים רעים מאוד. הן בהצדיקו את הדין על חללי רבוא רבבות אלפי ישראל שנהרגו בחורבן האחרון רח"ל. גם יוצא מזה לימוד חוב גדול וצידוק מעשי אכזריות על רוב כלל ישראל ובפרט על תושבי ארה"ק. ולימוד זכות על רשעת הישמעאלים ושותפם של עמלק הנוצרים האדומיים.  
 
ועיקר כל העיקרים שאנשים מישראל ע"י הסתמכותם על ספר זה, כופים לגדולי ישראל להסכים איתם שאסור להשתתף בבחירות בארץ ישראל, ובזה הם גורמים חיזוק גדול למפלגות הכופרים והמשומדים, ומפסידים הרבה לשלומי אמוני ישראל בעניני קירוב רחוקים, חינוך ילדי ישראל, חיזוק הישיבות והקמת הדת על תילה.

זו כל כוונתי להוכיח. אבל אין לי שום כוונה לפגוע ח"ו באישיותו של הדברי יואל, רק במבנה הספר וה"שיטה" הנלווית אליו.

אין לי שום התיימרות להתמודד מול ענק הרוח והדעת כהדברי יואל. אבל כמו כן אין שלי שום ספק שהשיטה שלו היתה טעות אחת היסטורית גדולה, דומה לטעותם של אלו שחשבו שהחסידות באה להרוס את היהדות. וספר היסוד של השיטה ויואל משה מוכיח את הטעות הזה יותר מאלף עדים. וכל בר בי רב דחד יומא המתעמק בו במקצת ובעיקר המעיין במקורות שמביא בעצמו ייוכח בזה תיכף ומיד.

הנה עוד בדל מידע חשוב מאוד באידיש

ווען דאס ספר איז ארויס, האבן די גדולי ישראל עס אנגעקוקוט זעהר מאדנע. אויף אזעלכע סברות בויט מען?

מען האט געטראכט איהם דאס אפצוענטפערן, ממש אויף יעדען בלאט קען מען אפפרעגען, אנגעהויבן ביי די הקדמה.
אבער דער טעם פארוואס מען זיך צוריק געהאלטן דערפון איז געוועהן א פשוטער.

(שמעתיו משמיה דהשפע חיים זצ"ל)

די וועלט האט געוואוסט אז סאיז דא ציונים און סאיז דא אנטי ציונים.
אויב מוואלט אפגעפרעגט דעם ויואל משה, וואלט די ציונים געשריגן אז זיי זענען דאמאלטס גערעכט.
ווער האט דאס דאמאלטס געדארפט?
קיינעם האט נישט אינטערעסירט צו פארשטיין אז סאיז דא א מיטל וועג.

ווידער צו שרייבען נאר אין א פארמאכטן היימישן פארמאט, איז נישט מעגליך געוועהן צוליעב זייער טערור ואכמ"ל.
האט מען עס איגנארירט און שוין.

מחמת אט דעם זעלבן טעם שרייב איך נישט גארנישט בענין ויואל משה אויף עברית אין בחדרי חרדים, כאטש דער עפעקט וועט זיכער זיין אסאך שטערקער און העכער.  איך וויל אויך נישט אז די מזרחיסטן אין אנדערע שקצים זאלן שרייען אז זיי זענען גערעכט קעגן פרומע אידן.

נ"ב

לכבוד מה שסיפרת לי סיפור מהרבי שלי שהסתכל בספר דברי יואל .
אענה לך בווארט שהיה מרגלא בפומיה של הדברי יואל.
"אין להאמין לכל השטותים והבלים ששומעים בסיפורי מעשיות"

ולהווארט הזה אני מסכים אכן שזה הלכה למעשה...   


 



תוקן על ידי baachi ב- 14/01/2008 21:23:41

בלאט: 1 2