דער רבי שליט"א האט איצט אויפגענומען הגאון הגדול
מגדולי מורי הוראה
רבי אברהם צבי וואזנער שליט"א
אלס רב אין קהל יטב לב דסאטמאר אין מאנסי.
פרטים יבואו
_________________
_________________
_________________
קו.. אויב ביסטו א אמת'דיגער חסיד פון הייליגן בירך משה.. דעמאלטס:
דארף זיין צוויי אין מאנסי אויך, נישט אזוי.
דארף זיין צוויי צייטונגען אויך....
אמת?
אשר ע"כ, פליז, ביטע, בארואיג זיך. נעמזשע א וואליום !
רבינו שליט"א טוט איצט דעם אומגעפעלשטן רצון פון בעל בירך משה זצ"ל.
איך הער אז מ'האט געקאלט ביז קיין ארץ ישראל צו דעם זיידן הגאון האדיר פוסק הדור
הרב וואזנער שליט"א, און געסטראשעט אז אויב ער וועט עס נישט סטאפן, וועט ער טייער באצאלן.
אויך האט מען אנגעקאלט דעם מאנסיער' רב פאטער, הרב משה וואזנער און אים באוואושן מיט יאמערליכע קולות און קללות.
_________________
דער וואזנער וואוינט נישט יעצט אין וויליאמסבורג? איך האב געהערט ער דאווענט שחרית יעדן צופרי אין וויזניץ.
_________________
_________________
הגה''צ רבי אברהם צבי הלוי וואוזנער שליט''א
גאב''ד סאטמאר-מאנסי שליט''א
איז א לעבעדיגער ספר תורה
דער טעראר קעגן דעם נייעם רב ווערט אנגעפירט דורך מהרז"ל אליינס.
משה בן פראדעל אליינס האט אנגערופען עטליכע קרובי המשפחה פונעם נייעם רב, געשריגן און געשאלטן.
פון א גוטן קוואל הער איך אז ס'איז דא א טעיפ דערפון.
_________________
_________________
ביבער.
שמשון יאנקעל איז נאר א תלמיד פון פראדעלע.
די קללות. נוא... וכו' וכו'און אנדערע שיינע לשונות, זענען שגור ביי ר' פראדעל, פינקט ווי דאס גלעזעלע שיוואס ריגעל, זשאני וואקער, וויילד טוירקי 5 מאל אין טאג.
איינער זאגט מיר יעצט אז די זאליס פלאנירן א קאנטער באמבע, זיי גייען אהינשיקן הרה"צ ר' חיים הירשאלע יפו'ער פון ירושלים, און צייגען אז זיי האבן א מיסיל צי שיסן
_________________
היינט נאכט בשעה 9:30 וועט אי"ה פארקומען א גענעראל פארזאמלונג און ביהמ"ד ד'קהל יטב לב ד'סאטמאר און מאנסי
קול סאטמאר וועט האבן א ליוו הוק אפ פון די גענעראל פארזאמלונג
מזל טוב פאר די סאטמארע קהילה אין מאנסי פארן גרויסע זכיה. מזל טוב פארן רב שליט"א שיאריך ימים על ממלכתו. מזל טוב פאר זיין גרויסן זיידע פוסק הדור בעל שבט הלוי שליט"א אויף דעם זכיה צו זעהן אייניקלעך וואס שמם הולך לפניהם בהוראה ובגדלות ובהנהגה. ס'איז נאך איינער פון די גאלדענע קייט וואס דער גרויסן גאון ישראל שליט"א האט זוכה געוועהן שטעלן בכרם בית ישראל.
[בילד – נישט אפגעהיט]
_________________
דער עולם וואונדערט זיך וויאזוי אזא קהלה ווי מאנסי, האט באוויזן אריינצובאקומען אזא גאון און תורה ריז ווי רבי אברהם הערש וואזנער אלס רב. מענטשן פרובירן צו פארשטיין וואספארא זכי' סאטמאר-מאנסי האט געהאט צו באקומען אזא רב.
וויל איך דא מסביר זיין אז ס'איז דא צוויי סיבות דערצו:
סיבה נאמבער 1 איז די שטוינענדע רדיפות וואס סאטמאר-מאנסי גייט דורך.
מען קען אפשר זאגן אז קיין שום סאטמארע קהלה אויף די וועלט ליידט נישט צוזאם אזעלכע רדיפות ווי מאנסי. די מסירות ממש אויף טריט און שריט און די פיסלעך וואס מען לייגט אונטער. די חשמונאים זענען ממש וואנזיניג מיט זייערע אטאקעס. ממש זיי שלאפן נישט קיין נעכט און טראכטן נאר ווי מען קען וויי טאן פאר סאטמאר-מאנסי. דא שטערן זיי א מארטגעדזש און דארט געבן זיי אריין א מסירה, אז סאטמאר בויט שוין א פרישן פראיעקט.
דער פאקט באווייזט אבער איבעראל, אז דער נרדף איז מצליח, ווייל דער רבוש"ע איז אויפ'ן נרדפ'ס זייט. דאס איז גענוי די סיבה פארוואס אין וויליאמסבורג האט מען אזוי מצליח געווען.
סיבה נומער 2 איז אז מאנסי איז א מוסטער פון א קהלה, א קהלה פון וואס יעדע אנדערע קהלה דארף זיך אפלערנען. דער עולם איז דארט זייער שטארק איבערגעגעבן און געטריי איינער צום אנדערן און צו די קהלה, די ראה"ק פון די אנדערע זייט זענען זייער איבערגעגעבן און געטריי צום ציבור. זיי זענען דאון טו אוירט, און רעדן זיך דורך מיט די בני הקהלה ביי יעדע זאך, און מען הערט אויס יעדנס עצה און מען טרייט יעדן צופרידנשטעלן, אויף אן אופן וואס מען זעט נישט אין ערגעץ.
די אהבה ואחוה וריעות וואס איז דא אין מאנסי, די צופרידנקייט פונעם עולם, איז א וויכטיגע סיבה פארוואס די קהלה האט אזויפיל סייעתא דשמיא, און פארוואס זיי האבן יעצט אפגעהאלטן אזא מורא'דיגן זיג.
_________________
_________________
_________________
אויסגעמעקט געווארן פאר'ן שרייבן "זאלי" אויף א רב בישראל.
תוקן על ידי - בשמחה_תמיד - 19/12/2007 22:12:29_________________
מען קען לייגן א בילד?