זייער פשוט!
א טאט'ן "רב וואזנער" ( הגאון בעל שבט הלוי ) , א ברודער "רב וואזנער" (גאב"ד סאטמאר - לאנדאן ), און א זון "רב וואזנער" ( גאב"ד סאטמאר - מאנסי ).......
עס איז דא א דיין וואס האט נאך אין זיינע יארן געארבעט אין פאסט אפיס קלעבן סטעמפס.
א דיין וואס פינקציאנירט מיין איך אז סאיז נישט דא
איך זעה נישט פארוואס די זאלונים דארפן זיין באזארגט איבער דעם נייער מאנסיער רב.
ער איז נישט קיין קאמפעטישן פאר קיינעם פון די זאלונים, נישט אין ברוקלין און נישט אין מאנסי.
ער איז נתמנה געווארן אלס רב פאר קהל יטב לב דסאטמאר מאנסי
נישט קהל ויואל משה.
די אינגעלייגט, מעמבערס פון קהל יטב לב דסאטמאר מאנסי, האבן א שטארק טענה:
למה נגרע?
למה נגרע איז גוט געווען תשנ"ט, פארוואס זאל עס נישט זיין גוט תשס"ח?
למה נגרע האט געדארפט באדייטן נישט מער ווי א לאקאלער רב... איצט האט מאנסי אויך באקומען נאר א לאקאלן רב.
למה נגרע האט אין תשנ"ט נישט געמיינט קיין מחלוקת חלילה... עס מיינט איצט אויך נישט.
אידעלעך שרייטס: למה נגרע, אידעלעך שרייטס למה נגרע...
_________________
איך הער אז ער האט זיך אויסגענומען אז ער זאל מעגן לערנען דעם דף היומי.
נו זאליס פּאקטס מעשיות. ווער קען בעסער?
_________________
הרב וואזנער שיקט א בריוו: היינט האט הגאון הגדול המפורסם הרב וואזנער שליט"א געשיקעט א מזל טוב בריוו פאר זיין אייניקיל
לכבוד אנעמען דאס רבנות אין סאטמער מאנסי סאיז א הערליכע בריוו ווי ער זייער שיין פון די סאטמערע קהילה
אין פין זיין אייניקיל
אין די זעלבע צייט וויל איך מדוע פארן עולם אז זייט דעם התמנות פינעם רב האט זיך נאך נישט געסטפאט די פאני קאלס
זיי צי רב וואזנער אין ארץ ישראל איז סיי צו זיין אייניקיל דא אין ניו יארק סווערט געמאכט דורך א. ברוין (דער שומר שבת
וואס האט אויך געמאכט פאני קאלס פאר הגאון ר' מלכיאל קאטלער ) אין דורך דעם שפיטווקער בנש"ק וואס איז שוין טרויעריק
באקאנט מיט זיין שמוציקען שפראך וויל איך זיי בעטן סטפאטס סאיז א שפיל מיט פייער מיינעט נישט מען מאכט דא משוגע
א יונגערמאן סאיז כבוד התורה הוי זהיר בגלחתן
דאנרשטיק האט ר' יעקב יוסף האלבערשטאם געשיקעט א שארפען בריוו
צי הגאון פוסק הדור ר' שמואל וואזנער אז זאל ער וואס שנעלער רעדן צי זיין אייניקיל
אז ער זאל צוריקציען פין דאס רבנות וואס שנעלער
ווייל טאמער נישט זאל ער וויסען איז ער א צאנזער איייקיל אין ער וועט זיך נוקם זיין רח"ל
אין אויכעט זאל ער מורא האבן פין זיין כח התורה
אין די זעלבע צייט האט ר' חיים יושע אריבער געשיקעט
צוויי פין זיינע מענטשען ר' אברהם שמואל עקשטיין בן ר' דוד
אין ר' הערש מילך ווערצבערגער
אז השמור והזהר ער זאל ח"ו נישט אנעמען דעם פאסטען
די לעצטע שטיק צייט איז די מצב צווישן די צוויי מהרז"ל מענטשן און הרב חיים יושע זייער פארערגעט געווארן ס'האלט ממש פאר א טיילונג
פילוג לרשעים נאה להם ונאה לעולם .
זאלי מענטשען ווילן עפענען א ביהמ"ד אין מאנסי.
זישא פעדער האט געמאכט פאר א ברית פאר א 2 חדשים צוריק אין מאנסי, ער האט עס געוואלט מאכן אין ביהמ"ד ביי ר' חיים יושע, און ר' זלמן לייב זאל זיין סנדק, האבן ר' חיים יושע קהלה אים געזאגט אז ר' זלמן לייב קען נישט אריינקומען אין די ביהמ"ד, ער האט געמוזט מאכן די ברית אין אן אנדערע ביהמ"ד.
אזוי אויך איז ר' זלמן לייב פאר א חודש צוריק געווען פאר א סידור קידושין אין מאנסי, און ער האט געוואלט גיין דאווענען מנחה אין ר' חיים יושע שול, האבן זיי אים געזאגט בלא ער קען דארט נישט דאווענען און אוודאי נישט האבן קיין שטענדער, ווייל ר' חיים יושע איז דא רבי.
דעמאלס האבן זיי אריינגעשטעלט אין דער איד אן עד פון אלע זאליס אין מאנסי מיטן נאמען התאחדות התלמידים מיט א מזל טוב פאר איינעם לעפלער, און דאס איז געווען צו ווייזן פאר ר' חיים יושע אז מען מיינט ביזנעס.
תוקן על ידי ניהול_גרופ ב- 07/01/2008 21:31:47