קובץ אור ישראל איז מברר וועגן לערנען אין ארטסקרול!
33 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 36 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #2327451
א באמבע האט אויפגעשאסן אינעם עולם הישיבות מיטן ערשיינונג פונעם חודש טבת'דיגע אור ישראל ווי דער מדור "על הפרק" האט הרב גדלי' אבערלאנדער געווידמעט נישט מער און נישט ווייניגער אויפן נושא צו מען מעג לערנען אינעם ארטסקרול.
עס איז פאקטיש דאס ערשטע מאל וואס די צדדים ווערן קלאר ארויסגעברענגט לכאן ולכאן. עס איז שוין ערשינען צוויי יאר צוריק א קונטרס פון "בני הכוללים דוויליאמסבורג" ארויסגעגעבן דורך הרב לייבוש טייטלבוים וועגן דעם ענין, און ער האט אריינגעלייגט פילע בריוון פון רבנים לאיסור. דער קונטרס ווערט היפש ציטירט אינעם יעצטיגן אור ישראל.
פון אנהייב לייגט ער אריין די אוסרים, און דערנאך געציילטע מתירים.
דאס מערסטע אינטערסאנט איז דער לעצטער וואס איז מברר מיט א גאר גרויסע אריכות, אבער ער האלט בשיטה אז צוליב די סיבות פון זיך נישט פלאגן אויף די תורה וכו' איז עס בכלל נישט אסור נאר אדרבה פארקערט. אבער ער שפרייזט אויף גאר אן אנדערע ריכטונג ווי אנדערע, ווען ער ווייזט איבער אויף א גמרא וואס ארטסקרול האט גענצליך איגנארירט רש"י הק'ס פשט כדי נוטה צו זיין צו שיטת המתירים פון רעפארמירטע אידישקייט. ער טרעט גאר שארף ארויס קעגן זיי, און פירט אויס אז דאס אליין אז די עורכים קענען טון וואס זייער הארץ גלוסט און זיך ארומשפילן מיט די האקעלסטע ענינים איז מטיל בספק צו מען מעג נעמען דעם ספר אין די האנט אריין.
איך האב עס נאך בכלל נישט געליינט, איך האב עס נאר געזען אויבנאויף. איך וואלט זיך געפרייט צו זען א מער גרונטליכע אנאליז.
דער קנאי'שער היפאקריטישער סעקטע ווייסט שוין נישט קיין גרענעץ,
אלע גדולי ישראל האבען געשריבען חיזוק בריוון למען די גמרות,
די אויפטו פון די בלויע גמרות איז אין לשער, טויזענטער אידן פארשטיין א שיקעל גמרא וועגען דעם,
אויב איינער האט געטראפען צווישען די טויזענטער בלעטער א פעלער אדרבה זאל ער עס מפרסם זיין און יעדער זאל עס צוצייכענען ביי זיך אין די גמרא, אדער זאל ער שרייבען א ספר, ער קען געבען דעם ספר א נאמען "קלא אילן", [בין תכלת לקלא אילן],
דער ארטיקעל האט גורם געווען א סאך ביטול תורה, און דער שרייבער איז עתיד ליתן את הדין,
און פאר ארט סקראל האב איך אן עצה זאלען זיי דרוקען דעם ספר ויואל משה, פארשטייט זיך מיט געשמאקע "עיונים" וועט שוין אלעס זיין כשר.
_________________
עי-טו-זי דיין צוקער איז יעצט ארויף פאר גארנישט און פאר נישט, וואסאיז? מען טאר נישט מברר זיין קיין הלכה? אזוי ווייט אז מען איז שוין עתיד ליתן את הדין אויך?
בעפאר דו ביסט מגיב נעקסטיים מאך זיכער אז דיין תגובה איז אין פלאץ, אז דו זוכסט סתם צו שעלטן עפן אויף א באזונדערע אשכול.
דו פארשטייסט א ודאי נישט די חשיבות פון די לומדי גמרא, פון צענדליגע טויזענטער בלעטער, יא דאס איז א ריכטיגער "שומו שמים" [א אויסדריק וואס עטץ האטס אזוי ליעב צו נוצען], און ווער עס איז גורם אריין צוווארפען א "ניקוף הלב" איז זיכער עתיד ליתן את הדין,
די ביסט מן הסתם א רבי'ש אייניקל [אהלי צדיקים] וואס אנדערע זאכען זיינען ביי דיר א סאך חשוב'ער, [כענין א צאנצער גוי וכו'],
אויך האבען די מיוחסים מיט די קנאים-היפאקריטן א שותפות'דיקע אינטערעס, אז דער עולם זאל זיין עם-הארצים אזוי איז בעסער פאר זייער ביזנעס,
_________________
שוין אן אלטער שמועס
דא און
דא
און aaatozzz, אז מ'רעדט שוין פון היפאקריטן ביטע ערקלער מיר דעם שייכות צווישן ארטסקרול און ויואל משה, כ'פארשטיי עס שווערליך.
תוקן על ידי קאמענטאטאר ב- 10/12/2007 21:29:16
א ביז ת,
עס מוז נישט זיין אז עס איז אזוי שלעכט דער מאמר ווי חברינו אהליצדיקים לייגט עס דא אראפ. און קען זיין אז עס זענען טאקע דא ענינים וואס מען קען האבן אויף זיי טענות.
האסט שוין געזען דעם אור ישראל?
(הסכמות מיינט נישט קיין סאך היינטיגע צייטן. זאג מיר ווער פון די אלע מסכימים האבן בכלל געלערנט דערין. רוב מאל מיינט א הסכמה בלויז צו זאגן אז עס איז א דבר טוב איבערצוטייטשן די גמרא)
יא ביסט גערעכט מען דארף זיין היפש ליבעראל אריין צו לייגען אזעלעכע עקסטרעם קנאי'שע ארטיקלען, קיין שום העכערע קלאס קובץ וואלט עס נישט געדרוקט,
_________________
דער אור ישראל אין די נייע אויסגאבע האט אויך אן ארטיקל ווי ער איז מסביר אז די חסידים האבען ארויס געווארפען דעם במה מדליקין פון קבלת שבת, כדי אריין צו לייגן כגוונא ווייל זיי האבען געוואלט קבלה ענדערשט ווי משניות,
תוקן על ידי aaatozzz ב- 10/12/2007 22:12:33
AAATOZZZ ביסט נעביך אזא בהמה אז עס לאט זיך נישט זאגין...
די ווייסט דען ווער גדליה אובערלענדער איז? ער האט מיט סאטמער נאך סאך ווייניגער ווי דיר ער איז א ליבאביבטשער ער לאכט פין אלעם (אפילו פין ליבאביטש אליין ווען עס קימט עהם גיט אויס) אין די מאכסט שוין א גאנצע פשעטעל מיט א ויואל משה (וואס קיינער פארשטייט נישט ווי עס קימט דא אראיין)
חא חא חא
תוקן על ידי - איש_מאנסי - 10/12/2007 22:28:31
_________________
he don't learn daf hyomy has vshulem he wont learn in the blue gemores in the red gemoras he dosn't understand hasiddes he dosn't kmow what they want from him so he eats hulent and gala and is a big am huretz
is your mind so well organized as your spelling ?, i can't get neither.
די "געציילטע מתירים" געפעלט מיר די מערסטע, כאילו ווי רוב מנין ובנין פון תלמידי חכמים האבן שוין מחליט געוועהן לאיסור, און ס'איז נאך דא אפאהר כורעים לבעל וואס פארשטייען נאך נישט דעם חומר המכשול....
עס ברויך זיך קלאהר פארשטיין אז רוב מנין פון כלל ישראל (וואס מיט א געפערליכע פרעכהייט נוצען זיי די בלויע גמרות טאג איין און טאג אויס) איז גאר קנאפ אינטערעסירט אין בירורי הלכה פון קנאים וואס זענען בדר"כ צו נוצען לומדות ווי א קורדום לחפור בה, און מברר זיין את אשר כבר נודע לו ברוח בטנו לאמת ואמתו ע"פ טעם כמוס ....
די אוסרים זענען אזעלכע וואס עס איז מיר בכלל א ווינדער א בעל דעת זאל זיך נעמען די מיה און זיך וויסענדיק מאכען דערפין.
תוקן על ידי jid_613 ב- 13/12/2007 3:37:19
די מערסטע אינטערעסאנט איז טאקע דער לעצטע שרייבער אין אור ישראל, וואס חוץ פון שרייען "רעפארמער" טרעפט ער נישט קיין סיבה לאיסור, און ער האט נעבעך נישט קיין ברירה, ער מוז נוצען דעם לעצטען טאקטיק שייך....
כלל זה נקוט בידך. ווען טענות גייען אין דעם ריכטונג פון "רעפארמערס" "אפיקורסים" "ציונים" וכו' האלט שוין די מצב ביי כלות הנפש... ולא עלתה בידו אלא רגזנותא.
תוקן על ידי jid_613 ב- 13/12/2007 3:48:33
א ביז ת
איז גראדע גאנץ גערעכט.
אים באדערט אז קנאים זענען אזוי משוגע, און לייגען אן איסור אויף לערנען די בלויע גמרות, וואס ער און רוב כלל ישראל האט אזוי ליב, ממילא זאגט ער, אז די קנאים, ווען זיי וואלטען אויך הנאה געהאט פין ארטסקרול, ווי למשל פין א ויואל משה איבערגעדריקט מיט זייערע הערות, וואלטען זיי שוין מסכים געווען צו די בלויע גמרות.
דא האט ער אבער אריין געטראפען אין די אויף געקלערטע סטאמערע חסידים, וואס האבען ליב די בלויע גמרות און אויך ויואל משה, נעמען זיי זיך צו זיינע ביינער, און שרייען, מה ענין שמיטה אצל הר סיני, היתכן?? אזא דמיון? וואס איז פשט??
אבער די אמת איז דאך יא, אז די אמת'ע סאטמערע דארפען האלטען אז די בלויע גמרות זענען אסור, אבער מה נעשה אז די סאטמערע שיטה האט געכאפט א קנאק, לא די אז רוב כלל ישראל האלט נישט מיט, נאר די סאטמערע אליינס זענען שוין אויף געקלערט, מאכען חילוקים אין עולם התוהו, איז פארוואס זאל מען טאקע מדמה זיין די ויואל משה, וואס צו דעם זענען די אויף געקלערטע אויך מסכים, צו די בלויע גמרות?? הלמאי זאל מען צורודערען די געמיטער פין די צומישטע סאטמערע האלבע קנאים?
------------------------
ולענין עיקר הדבר,
עס איז פשוט אז די אור ישראל האט דא געוואלט צוויי זאכען,
איינס, ווי נאריש די אוסרים זענען מיט'ן אסר'ן.
און מיט דעם אריין ברענגען א קלות אין אלעס וואס די קנאים האלטען.
צוויי, ברענגען פאפולאריטי צו זיין קובץ.
עס זעהט אויס ווי ביידע זענען אים געלונגען.
ר' שלום שטוב שליט"א
איי איי איי זאגט איר גוט,
גוט געזאגט גוט געזאגט,
קיינער האלט נישט די שיטה ווייל קיינער ווייסט נישט עכט וואס די שיטה איז, אדער די שיטה איז געמאכט צו זיין פלעקסיבל, איר פאר זיך קענט טועהן וואס איר ווילט, און אויף יענעם קען מען שרייען וואס מען וויל, what a product,
אויב ר' אהרן האט געהייסען צוריק לייגן די בלויע גמרות אין 53, און ענקער עולם לערענט שוין היבש דעם דף היומי, איז ווער איז קלאר אין די שיטה?
פון די צענדליגע טויזענטער סאטמארער אידן ווי זיינען די וואס ווייסען וואס די שיטה איז, און ריקן זיך נישט אוועק כקוצו של יו"ד פונם רבין'ס דרך?
דאס הייסט היפאקריטיע אויפן גרעסטען פארנעם, א גרויסער עולם פילט אין הארץ אז די שיטה שטימט נישט, איז טוט מען ווי מען פארשטייט, דער פראבלעם איז אז עס ווערט א סדאנדארט אז מען טוט ביי אנדערע זאכען אויך ווי מער פארשטייט אליין, [איך זעה אז גרויסע קנאים זיצען דא אויפן [שפין וועבעכץ איטערנעט בלע"ז] טאג און נאכט],
זייער קולטור איז גורס מרה שחורה און עצבות, איז די איינציגע זאך וואס ברענגט אריין א ביסעלע שמחה און עקסייטמענט איז טועהן אן עבירה'לע, געלויבט דער אייבערשטער אז זיי טועהן די עבירה,
עס דערמאנט מיר א מעשה, ווען קאקא קאלא האט באקומען די הכשר פון די OU זאגט א אינגערמאן אוי איך דארף זוכען א נייע טריפה'נע סודע, אז קאקא קאלא האט שוין א הכשר איז עס מער נישט אינטרעסאנט,
איש מאנסי איך רעספעקט זייער דיין פסיכילאגישע אנאלאזיס,
JID 613 די ביסט די בעסט,
_________________
זשיד613 אפשר טוסטו א טובה פארן עולם און דו סקענסט עס אריין? (איך האב עס נישט געקויפט, בלויז געזען אין געשעפט)
*
צו די אלע סאטמארע אידן וואס האבן דורכגעלערנט דעם ספר ויואל משה, און געזען אז זיין הייליגע שיטה איז באזירט אויף פעלזן פעסטע יסודות. זאלן זיי אבער וויסן אז די גאנצע שיטה מיט אלע ראיות פון ש"ס ופוסקים זענען גענצליך אפגעפרעגט, ומשקר יסודו, צוליב פיר סיבות:
1) די סאטמערע שיטה ברענגט מרה שחורה, דעריבער איז עס אפגעפרעגט.
2) רוב מנין ובנין פון כלל ישראל האט עס נישט אנגענומען, דעריבער איז עס אפגעפרעגט.
3) זייער אסאך סאטמערער חסידים זענען אויפגעקלערט, דעריבער איז עס אפגעפרעגט.
4) אין סאטמאר אליין קרוגט מען זיך צווישן זיך, דעריבער איז עס אפגעפרעגט.
ר' אהלי צדיקים שליט"א
פעלזער פעסטע יסודות !
קיינער האט נאך נישט פארענטפערט די אלע וואס זיינען ארויסגעקומען מיט צענדליגע קשוית און סתירות,אויפן ויואל משה,
מעשה שהיה לעצטע וואך אין ראדני,
א סאטמארער איד האט געפרעגט א סאטמאר'ן תלמיד חכם א קשיא, דער רבי זי"ע שרייבט אין אנפאנג ויא"מ אז דער פסוק נשבעתי אתכם זאגן די חז"ל אז דאס מיינט די ג' שבועות, און אז איינער איז עובר אויף א שבועה שטייט דאך גאר הארבע עונשים, ממיילע גייען ארויף די עונשים אויף איינער וואס איז עובר אויף די ג' שבועות,
פרעגט ער, די עונשים שטייען ווען איינער זאגט מיט זיין מויל א שבועה,וואס מען זאגט ארויס דעם אייבערשטענס נאמען, שטייט אויף דעם אין פסוק כי לא ינקה ה' את אשר ישא שמו לשוא, אבער אויף א שבועה וואס איז נאר בדרך משביעין אותו תהי צדיק וכו' גייט דען ארויף די עונשין?
יענער ווארט נאך אויף אן ענטפער,
_________________
איך גיי דיר נישט ענטפערן אויף דעם קשיא צוליב צוויי סיבות
1) איך האב נישט בכלל נישט געפלאנט דא צו אויסשמועסן די סאטמארער שיטה. איך קען נאכנישט גרונטליך ויואל משה דורך און אדורך. אזויפיל יא, אז דאס ביסל וואס איך האב געלערנט ווען איך האב דאס געפרעגט פון תלמידי חכמים פון אנדערע קרייזן איז אייביג געווען דער תירוץ "די גדולי ישראל האבן נישט אנגענומען דעם שיטה". (ביניהם ידידי הרב גדלי' אבערלאנדער וועלכע האט זיך אויפגעטון פאר מיר אז ער האט שוין דורכגעלערנט ויואל משה פינף מאל). דו האסט נאך דעם ספר ויואל משה נישט אנגעקוקט, ווייל ווען יא וואלסטו געהאט א קלארע תירוץ אויפן אויבנדערמאנטן קשיא.
2) די קשיות וואס דו ווארפסט פאר קומען נאך דיינע סטעיטמענטס אז די סאטמארע שיטה איז אפגעפרעגט צוליב די פיר סיבות וואס איך האב אויבן געשריבן, דעריבער זענען דיינע קשיות תירוצים, נישט קיין קשיות.
נאכמאל, איך בין דא אריינגעפאלן אומוועלנדיג אין די חדשות אנש פאביע פון זיך טענה'ן צו סאטמאר איז גערעכט צו נישט. דערווייל איז סאטמאר קיינמאל נישט געבליבן גערעכט דא אויף חדשות אנש, דעריבער וויל איך נישט זיך טענה'ן דא, ווייל איך האב מורא אז מרן הגה"ק מסאטמאר זי"ע וועט ווייטער בלייבן אויסגעשפילט אויף חדשות אנש, און ער וועט עס פשוט נישט אויסהאלטן.
גיב א קוק וויאזוי די זאך ארבעט:
דער ויואל משה איז ארויס, די ערשטע זאך: אן אגדה ספר, מען דארף נישט ענטפערן.
דער תירוץ האט נישט געארבעט, דער ויואל משה האט דורך די יאהרן אויפגערודערט א וועלט, אזש ביז לעיקוואוד האט ער דערגרייכט - מקומו של ר' אהרן זצ"ל, איז דא א נייער תירוץ
*קיינער האט נאך נישט פארענטפערט די אלע וואס זיינען ארויסגעקומען מיט צענדליגע קשוית און סתירות,אויפן ויואל משה*
א הוילער שקר, 1 ווער האט געפרעגט? 2. ווער האט נישט געענטפערט? 3. מען דארף דאך בכלל נישט ענטפערן ס'איז דאך נישט קיין הלכה ספר נאר אגדה
אהליצדיקים וכיוצא בך לאז דעם יונג געמאך ער רעדט פון שבילי דרקיעי ווען אפילו שבילי דמתא קען ער נישט, נישט נאר ער נאר אנדערע אויך נישט ער מיינט אז ויואל משה איז עפעס אזוי ווי ליקוטי שיחות וואס כאטש ער האט אין קיין איינס פון זיי נישט אריינגעקוקט
אודאי אויב דו a2z וכיוצא בך וועסט פרעגן קושיות אויפן ויואל משה אויף היידפארק וועט קיינער נישט ענטפערן, אויף היידפארק איז לוט אויך א צדיק והבן אבער קום אין שול אריין צווישן תלמידי חכמים לאמיר זעהן וואס דו קענסט
פון ערפאהרונג קען איך דיר זאגן אז עס איז נישטא איין קשיא אויפן ויואל משה וואס איז נישט פארענטפערט געווארן, קען זיין אז דיוקים דא און דארט בלייבן שווער וואס איז כלל נישט נוגע צום עצם ספר ווייל דער רבי איז דאך געגאנגען מענין לענין כדרכו - און איך בין אין דעם אויך נישט זיכער ווייל כלום נשאלו כל השאלות, אבער אפילו אויב יא, ווערט דאך רש"י אפגעוואנדן ווען תוספות זאגט לכן נראה לרבינו תם - ס'טייטש! א הארבע קשיא! רש"י איז אויס און ווער עס פיהרט זיך ווי רש"י *הייסט דאס היפאקריטיע אויפן גרעסטען פארנעם, א גרויסער עולם פילט אין הארץ אז רש"י שטימט נישט, איז טוט מען ווי מען פארשטייט, דער פראבלעם איז אז עס ווערט א סדאנדארט אז מען טוט ביי אנדערע זאכען אויך ווי מער פארשטייט אליין, זיין קולטור איז גורס מרה שחורה און עצבות, איז די איינציגע זאך וואס ברענגט אריין א ביסעלע שמחה און עקסייטמענט איז טועהן אן עבירה'לע, געלויבט דער אייבערשטער אז זיי טועהן די עבירה*,
עפרא לפומך
אגב, דעם נייעם ספר בלתך גואלנו האטסו אפשר געזעהן? עפעס שטייט דארט אז די שלש שבועות ווערן שוין דערמאנט אין די ראשונים, די קלויזנבורגער און די גערער זענען ברוגז היתכן די סאטמורים געבן ארויס א ספר און מען מאכט דעם ריב"ש, רשב"ש, כפתור ופרח, ריא"ז, ר' ישראל שקלאווער מיטן קאמארנער פאר סאטמערע מיטן ברענגען אז זיי האלטן די שלש שבועות להלכה גמורה, זיי זענען דאך געווען הייסע ציונים ביז היינט, איבערהויפט דער כפתור ופרח וואס האט געשריבן הונדערטער בלעטער אויף חיבת הארץ הלכות התלויות בארץ, און דער רשב"ש האלט דאך ווי דעם רמב"ן וועגן ישוב ארץ ישראל, און ר' ישראל שקלאווער איז דאך געשטאנען בראש פון די עליית תלמידי הגר"א - פון אזעלכע זאפטיגע ציונים דארוואגט איהר זיך צו מאכן סאטמערע? מיר קענען שוין ענקערע שקרים, די שלש שבועות איז גארנישט, סתם אן אגדה
אבער די הויפט קשיא איז, אז נאך דעם ספר איז דאך סאטמארער רב מער נישט אינטערעסאנט, דער גאנצער ויואל משה שטייט שוין אין די פריערדיגע, צואוואס דארף מען יעצט דעם ויואל משה?
נ"ב: וואס האט די בלויע גמרות מיטן ויואל משה?
רבינו הקוה"ט ר' נבוכדנצר שליט"א,
אפשר קענסטו מיר זאגען ווי און וועלכען ביתהמ"ד און וועלעכע צייט איך קען גיין זיך מפלפל זיין אין דעם ויואל משה? ,
_________________
איך וואלט מציע געווען
שבת פרשת ויחי אין ישיבה ספרינג וואלי מאנסי
_________________
יענער זאל פריער פארענטפערן די גאטשע בענדל ווי א שטיקל ויואל משה
צאנז
שלום,
דיין שנאה צו סאטמאר שרייט אזוי ארויס אז די פראבירסט עס אפילו נישט צו באהאלטן, איך גלייך די סטראגעדיע פון מאכן די בלויע גמרות מיט די שיטה איין זאך, און וויבאלד עס איז דא סאטמארע וואס לערנען אין די בלויע גמרות איז די שיטה אפגעפרעגט אפילו ביי א טייל סאטמארע! נישט שלעכט.
איך האב פאר דיר נייעס אז די לעצטע יארן איז די שיטה פון סאטמאר'ן רבי'ן זייער אויפגעפיקט, אסאך פון זיי לערנען אין די בלויע גמרות, לאמיך די פארזיכערן אז קיינער פון זיי איז נישט צומישט, אויב איינער איז צומישט איז עס די.
Oh ow, please don't counter attack, special on the bobuv'er rabbi who has a lot to his credit, please don't get lost.
יעצט וועל איך ווערען א באבובווער, נישט ענטפערען!!
טיפש איינער.
גייסט זאגען טול קורה מבין עיניך ווען די האסט אפילו נישט קיין קיסם.
און לענינינו.
יא ענטעפרען קשיות אויף'ן ויואל משה, אדער נישט, ווער רעדט דא וועגען ויואל משה???
פאקט איז, אז די בלויע גמרות זענען נישט אויסגעהאלטען לויט די ריין סאטמארע שיטה, זאג וואס די ווילסט, און אפה"כ לערנען אין דעם רוב כלל ישראל,
נקוט מינה מיהא חדא,
די סאטמארע שיטה האט נישט אויף געפיקט..
נבודכנאצר,
דאכט זיך אז אין די אשכול פין באטשי, ווי ער שטעלט זיך וועגען דעם מורח וודאין, ביסטו געבליבען מיט א שטיקעל אפען מויל. דארט האבען אויך אסאך געטענה'ט אז מען דארף נישט ענטפערען, ווייל דער רבינו יואל איז דאך א שטיקעל משה רבינו.
אנאנים
שנאה עמיצער? חוץ פון באשמיצען אנדערע ניקס קענסטו נאך עפעס?
און וואס איז דא אין דער "ריינער" הלכה'דיגע שמועס בנוגע ארטסקרול גמרות וואס ברענגט דיר די בלוט אין קאפ?
שלום
מיטן באצייכענען דיינע דימיונת פאר א פאקט מאכט עס נאך נישט קיין פאקט, די בלויע גמרות האט נישט מיט קיין ריינע אדער אומריינע שיטה צו טון, פארשטייט זיך עס איז דא אין סאטמאר אזעלכע וואס זענען אנקעגען און עס זענען דא ווואס זענען דערפאר, אדער מאכט עס נאך נישט פאר קיין ריינע שיטה.
דיין שיטה איז קלאר אלס וואס קען אראפרייסן סאטמאר דארף מען ווי מער, עס דארף אפילו נישט מאכן סענס.
רבותי הוא אשר דברתי,
די סאטמארער זיינען אומגאנצען צעטומעלט, אויב ווען איינער דריקט א סידור מיט א תפלה פאר די מדינה איז ער א ריינער אפיקורס, סא ווי וואלט געווען ווען די וואטיקאן להבדיל וואלט געדרוקט א גמרא וואלט מען חלילה געלערנט אין דעם? מען וואלט פארברענט די גמרות, סא וואס איז דער חילוק?
עס איז די העכסטע צייט מען זאל מאכען תורה שבכתב פון די שיטה און נישט אז יעדער זאל מעגען טועהן וואס ער וויל, אדרבה שרייבט אראפ די טענות מיט די ראיות און די כללים אז מען זאל וויסען המעשה אשר נעשה, און נאך דעם קען מען האבען א טענה צו אנדערע, אויב אטץ אליין טוט ביי יעדע זאך לפי ווי איר פארשטייט אן א הסבר, כמו פאבליק סקול, בלויע גמרות, משדך זיין מיט ווישניצער וכו' וכו' דאן האט נישט קיין טענות צו יענעם, יענער האט זיך אויסגעארבעט זיינע היתרים,
דאס איז דער קשר פון ארטסקרול און ויואל משה, ארט סקרול לייגט אראפ די גמרא קלאר אז יעדער קען עס פארשטיין, די שיטה וואלט געדארפט האבען אזא סארט ביאור, און יא איך מיין עס ערענסט !
_________________
שלום
לדאבוני געדענק איך נישט פון וועלכן אשכול דו רעדסט ברענג א לינק וועלן מיר זעהן
אור ישראל איז א ליבעראלער קובץ וואס דער עורך איז א פאפאפנער
אזא פנים האט עס ווען א פאפאנער וויל ווערן א סקאלער.