היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » ווער איז דאס דזשוי שאטענשטיין?

ווער איז דאס דזשוי שאטענשטיין?

2 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2073873

אהליצדיקים » 1/11/2006 22:30

איך רעד פונעם פטרון התלמוד, דער וואס סאפנסערט די ארטסקרול פראיעקט פונעם ארויסגעבן אן הסבר אויף ש"ס אויף ענגליש און לשה"ק. קודם וויל איך אריינגיין אינעם פרט צו ער איז א שומר תורה ומצוות, א שומר שבת, און בעצם זיין גאנצע פראפייל. און נאכדעם צו אויב ער איז נישט קיין שותו"מ צו מען מעג לערנען אין זיין ש"ס. קודם א בילד פון אים פארגאנגענע חוה"מ פונעם סייט "לדעת". "פטרון תלמוד הבבלי שוטנשטין מר גי' שוטנסטין ששהה במהלך חג הסוכות בארץ, ביקר יחד עם בני משפחתו אצל מרן הגרי"ש אלישיב וזכה לברכתו של מרן הגרי"ש אלישיב שליט"א על פעילותו להפצת התורה. הגר"י אפרתי שליט"א שהציג את מר גי' שוטנסטין מנה חלק קטן מתרומותיו בארץ הקדוש לתורה ולחסד, עד שהוא נמנה על גדולי תומכי התורה ומפיציה. בפגישה נכח גם רב הכותל והמקומות הקדושים הרב שמואל רבינוביץ." http://ladaat.net/old/a.php?id=1161002301 יעצט אביסל האומווערק http://en.wikipedia.org/wiki/Jay_Schottenstein http://www.forbes.com/finance/mktguideapps/personinfo/FromMktGuideIdPersonTearsheet.jhtml?passedMktGuideId=88756
[בילד – נישט אפגעהיט]

rotzer » 10/11/2006 02:39



אהליצדיקים: דאנענט האט איר די מעשה איבער מר שוטענשטיין 


 מיט בערך א 5 יאר צוריק האבען מיר געהאט באשטעלט custom furniture פון א אידישער פאבריקאנט מיט דער צוזאג אז אויף ראש השנה וועט עס זיין גרייט און אינסטאלירט אין מיין היים, א וואך פאר ר"ה רופט מיר דער פאבריקאנט און בעט אז מיר זאלען נאך לאזען דער פארלאנג אז אלס זאל זיין פארטאג אויף ר"ה צוליב א וויכטוגער אינצידענט וואס האט פאסירט אין ohio מיט א שול ווי א טייל מתפללים האבען זיך אפגעטיילט כדי אנצוהאלטען מיט דער ארטאדאקסישער שטייגער און ער וויל פאר זיי פאבראצירן א ארון קודש מיט א בימה אויף ר"ה.



  



תוקן על ידי rotzer ב- 10/11/2006 2:41:04