היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » ניתי ספר ונחזי, ווער האט די רוב ???

ניתי ספר ונחזי, ווער האט די רוב ???

68 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2321301
בלאט: 1 2

my_pen » 29/11/2007 01:49

דא האט איר א פונקטליכע נומער-ליסטע פון די קינדער וואס לערנען און די מוסדות פון וויליאמסבורג, בארא פארק, קרית יואל,

פון סאטמאר און פון די מוסדות פון מהרז"ל,

מאכט'ס א סך הכל, 

קאמענטארן זענען גענצליך איבעריג!...

(די בלויע איז סאטמאר, און די רויטע מהרז"ל)

[בילד – נישט אפגעהיט] 

משמשבקודש » 29/11/2007 01:58

וואס איז דאס???

זיי מפרש!!!

_________________

my_pen » 29/11/2007 02:04

דאס איז די אפציעילע נומערען וואס ליגן ביי די רעגירונג פון וויפיל קינדער עס לערנען אין יעדן סקול און מוסד אין גאנץ ניו יארק.

דא האט איר א לינק.
http://www.emsc.nysed.gov/funding/cladcep/0708/nonpubsetasides0708nassaunyc.htm

תוקן על ידי my_pen ב- 29/11/2007 2:05:30

שורשנגח » 29/11/2007 03:51

די ליסטעס איז וואס די רעגירונג פארלאנגט אריין צוגעבן פונקטליך די סומע קינדער וואס מען האט אין די מוסד, און דאס זענען די "עכטע" נומערס וואס יעדער האט.

אין וויליאמסבורג קומט אויס אז די זאליס האבן 5595 קידנער אין די מוסדות!

אין די אהרונים האבן 3805 קינדער

פלוס וואס פעלט נאך ישיבה באר התורה וואס עס שטייט נישט דא, וואס זיי האבן 106 בחורים

צוזאמען איז עס 3911!

דאס מיינט אז די זאליס וואס האבן א מוסד פון שונאי סאטמאר, טאהש, בני יואל, זאליס, נטורי קרתא, בנש"ק, לייטנער, וכו' וכו' האבן מער מיט בלויז 1684 קינדער פון די אהרונים אין ווילי וורס איז א נייע מוסד בלויז אינעם ערשטען יאר, און באשטייט בלויז פון אהרונים.

די זייפן בלאז פון די זאליס פון זייערע קנאפע 7 טויזענט קינדער איז געפלאצט.

ראשבראש » 29/11/2007 04:07

איך ווייס נישט וואס די נומערן זענען, אבער די מציאות'דיגע נומערן פון תלמידים זענען דאס נישט.

איך זע אז אין  Yeshiva And Mesifta V'Yoel Moshe Seagate איז דא 655 איך האב זיך נאכגעפרעגט און געהערט אז ס'איז דא דארט "כמעט" הונדערט בחורים, נא? ווי אזוי שטומען די נומערן?

DRUDGE08 » 29/11/2007 05:22

ראש ס'מאכט נישט קיין סענעס אז מ'זאל אריין געבן פאלטשע נעמען פאר די שטאט זיי קענען עס זעהן און א מניט, נאר וואס דען? איך האלט אז ר' אהרן וועלץ האט גענימען א פאר עידשעס פון די יונגלעך און אריין געלייגט און די קאפערעשון פון די די בחורים, ווייל אזוי איז עים אויסגעקימען בעסער, אזוי ווי די ווילימסבוירגע מוסדות האבן געלייגט זייער קינדער אויף די בארא פארק מוסדות נאמען

DRUDGE08 » 29/11/2007 05:37

שורשנגח האסט אויך פארגעסן אז די זאליס מוסדות 82 איז געווען ביז יעצט די שטאט מוסדות זייער אסאך ווילימסבוירגע אידן נישט סאטמארע האבן געלייגט דארט און ס'איז דא אסאך וואס לייגן נאך דארט ווייל זיי האבן דארט געלייגט ביז יעצט זיי האבן נישט קיין סיבה ארויס צונעמען זיי זענען נישט קיין ארוינים אדער זאלוינים,

די ווילימסבוירגע מוסדות ארוינים האבן געלייגט אויף בארא פארק'ס נאמען ווייל א נייע מוסוד קען נישט באקימען פאר 3-4 יאר

DRUDGE08 » 29/11/2007 06:04

די זאליס און קרית יואל האבן זייער ווייניג קינדער און זיי האבן געפענט אפאר יאר פאר די ארוינים האבן געפענט און ווילימסבוירג

DRUDGE08 » 29/11/2007 16:26

דער עולם איז דא צימישט (די זאליס נאך מער....) וואס דא גייט פאר, איך וועל אביסל מסביר זיין,

די ארוינים און וומס"ב האבן די בית רחל מיט די תלמוד תורה, אריין געלייגט אינטער איין נאמען, אינטער א נאמען פון בארא פארק,

די ישיבה קטנה פון די ארוינים און וומס"ב איז אינטער א עקסטער נאמען,

די זאליס און וומס"ב האבן די בית רחל אינטער איין נאמען,

און די תלמוד תורה מיט די ישיבה קטנה אינטער א צווייטע נאמען,

די ארוינים און בארא פארק, האבן די בית רחל אינטער איין נאמען,

און רוב פון די תלמוד תורה אינטער א צווייטע נאמען,

אין די אנדערע חלק תלמוד תורה מיט די ישיבה קטנה אינטער א דריטן נאמען,

די זאליס און בארא פארק האבן גארנישט ווייל זיי האבן שוין פארשפארט וואס זיי האבן יא געהאט,

די ארוינים און קרית יואל האבן די בית רחל אינטער איין נאמען,

און די תלמוד תורה מיט די ישיבה קטנה אינטער א צווייטע נאמען,

די זאליס און קרית יואל האבן אלעס די בית רחל די תלמוד תורה און די ישיבה קטנה אינטער איין נאמען, אלעס איז אינטער די נאמען פון זייער ישיבה קטנה,

די ישיבה גדולה און קרית יואל און די ישיבה גדולה און קווינס איז נישט אויסגערעכנט דא

לולא_תורתך » 29/11/2007 16:59

הארבע קשיא:

אויב האבן די אהרונים דאפעלט קינדער, וויאזוי קען זיין אז קווינס האט 652 בחורים און מאנרא נאר 597 (די נאמבערס אויף די לעצטע שדכנים ליסטעס)?!?!

די איינציגע תירוץ אז סזאל קענען שטימען מיט די נארישע אהרונישע דמיונות דא איז נאר אויב די אהרונים האבן טריפל מיידלעך ווי די זאליס, מסתם איז דא א גוטע ריזאן פארוואס די מיידלעך גלייכן ענדערש רעב אהרון...

DRUDGE08 » 29/11/2007 17:09

לולי די האסט פארטוישט די ליסטעס די נאמבערס איז פינקט פארקערט ווער ס'וויל קען עס אליין זעהן

סקאטמאלען » 29/11/2007 18:24

ס'איז א חרפה איז די חינוך פון אונזערע קינדער זענען די צענטראלע קאמאדיטי פון די חסידישע פייטס.

די קינדער גייען אין חדר לערנען תורה, אין די פירער האבן אינזין דערמיט צו אויפווייזן זייער גבורה אין מחלוקת.

SHAME ON YOU

ב"ה אז מיינע קינדער זענען נישט אין קיין איינע פון די חדר'ס, מיינע קינדער זענען נישט קיין מחלוקת אביעקטן.

סעדער » 29/11/2007 19:45

געדענק! סקאט! דאס עפעלע פאלט נישט ווייט פונעם בוים!

דיינע קינדער ווייסן גוט גוט דעם אמת מיט וואס די ביסט די קאכסט א גאנצן טאג און וואס עס אינטערעסירט דיך באמת!

סקאטמאלען » 29/11/2007 20:01

וואס איז דען שלעכט, ווער איז דען נישט פארקאכט אין די סאטמארע דרעק, אפי' דער גוי פון גאס ווייסט פונקטליך פון די סאטמארע סאקסעשן פיוד.

ענק זענען זיך אליינס שולדיג אז ענק הענגן ענקער שמוץ-וועש אין די פאבליק.

איציק_מיכל » 29/11/2007 20:19


לולא
1) די ישיבה אין ק"י איז דא דעי זמן 720 בחורים אדרבה ברענג די ליסטע און איך וועל דיר צולייגן ווער ס'פעלט

2) מ'קען צולייגן צו ק"י נאך 100 בחורים פון ב"פ ישיבה און נאך 100 בחורים פון "היכל" "קרן" "באר" די צעירים עיזש (17 יאר) משא"כ ביי די זאליס זענען אלע 17 יעריגע שוין אין קווינס

קומט אויס ס"ה נאך 200 בחורים

פארלעסליך » 29/11/2007 21:42

איציק_מיכל, אפשר ברענגסטו די ליסטע פון 720?

אין ב"פ איז נישטא קיין 100, און 60% זענען גאר זאליס!!!

אין מונרו לערנען אויך די 17 יעריגע צעירים עיזש שוין די לעצטע 6 יאר.



_________________

הכל שריר וקיים

איציק_מיכל » 29/11/2007 22:21

איציק_מיכל, אפשר ברענגסטו די ליסטע פון 720?

לולא האט געשריבן
און מאנרא נאר 597 (די נאמבערס אויף די לעצטע שדכנים ליסטעס)?!?!אויף דעם האב איך גענטפערט

לשיטתו  זאל ער ברענגען די ליסטע און איך וועל צוברענגען די וואס ער האט ארפגענומען

אין ב"פ איז נישטא קיין 100,גערעכט ס'איז נאר דא 88

און 60% זענען גאר זאליס!!!אויב יא שקר פארוואס נישט 80%

אין מונרו לערנען אויך די 17 יעריגע צעירים עיזש שוין די לעצטע 6 יאר.נא טאקע נאר פון ק"י

רבי_יונה » 30/11/2007 04:25

רבותי פאדרייט נישט די שמועס דא רעדט מען יעצט פון די מוסדות פון די אינגלעך.

שורשנגח » 30/11/2007 04:32

די רשימה וואס מען האט דא ארויף געלייגט איז געפאלען ווי אן אטעם באמבע ביי די זאליס, ווי מען טרעפט א זאלי איז ער ביזי מיט די ליסטע, זייער באבע מעשות און לגיונות האט געפלאצט!

זאלי אליין איז שרעקליך צוטראגען געווארן פון די ליסטע, ער האט היינט אנגערופען חיים יצחק מאנדל מיט איין כעס, און אים געשריגען פאר מיר האסטו אויך פארקויפט די לאקשן, מיך האסטו אויך ארום געפירט, איך האב ווי א בהמה געזאגט פאר מענטשן אז אונז האב מער דא 7 טויזענט קינדער ווייל די האסטו מיך פארקויפט דעם שקר.

עס פלאמט דארט צוליב די אויפדעקונג פון דעם שקר, איבערהויפט איצט פארן דינער.

קו_חדשות » 30/11/2007 04:53

אמת שור שנגח..

איך געהערט זאגן טאקע, אז די רבי פארט אוועק אויף וואקאציע, אין מען האט אפגעשטופט די דינער אויף א קומענדיגע געלעגענהייט ווען די רבי וועט קומען צו זיך..

איך בין א מודה על האמת.

שורשנגח » 30/11/2007 05:15

ער וועט קענען פארן מיט די קנאפע 7 טויזענט קינדערלעך זי"ע...

געגאנגען » 30/11/2007 05:42

דעם אמת געזאגט ווען איך האב צום ערשט געזען די ציפערן שווארץ אויף ווייס (בלוי אויף רויט...) בין איך געווען שאקירט! איך האב נישט געגלייבט אז די אהרונים האבן ממש דאפלט קינדער אין זייערע ניו יארקער מוסדות ווי די זאליס.

איך בין געווען זיכער אז די זאליס וועלן גאר שנעל אפירקומען מיט עפעס א הסבר וואס לייגט זיך אויפן שכל וויאזוי מסביר צו זיין דאס וואס די ציפערן שטעלן פעסט, קליפ און קלאר.

דערווייל איז שוין דורך כמעט א וואך, די גאנצע שטאט רעדט פון די ציפערן, און די זאליס זענען פארנומען מיט אלעם מעגליכן צו פארדרייען די שמועס ווי איידער זיך שטעלן פנים אל פנים מיטן אמת.

ווייזט אויס אז דער אמת איז טאקע יא דא נאר איינס.

סקאטמאלען » 30/11/2007 17:41

איך פארשטיי ענק ווילן זיך טרייסטן פון די קלינגעדיגע קארט פראסק, אז ענק זענען לעולם די רוב,

פיין און וואויל, אבער ס'דא אפאר פראבלעמען מיט די חשבונות

1, עטס נעמטס ענק קרעדיט פאר גאנץ בארא פארק ווי ברייטע מחותנים, כאילו זלמן לייב האט דארט גארנישט. אין בארא פארק האבן די זאלויניס פונקט נאך נישט געעפנט קיין מוסדות, דאס מיינט אז מ'ווייס מיר נאך נישט די פראצענטן, די מציאות איז אז ער האט דארט פלענטי חסידים, און די רגע וואס זיי וועלן עפענען מוסדות וועט עס קלאר ווערן, ממילא בארא פארק דארף מען אינגאנצן אראפנעמען פון חשבון ווייל ס'נישט דא דארט קיין יושרדיגע מעסטער.

2, אין קרית יואל דארף מען שכל'דיג אריינרעכנען די בני יואל מוסדות פאר די זאלויני קרעדיט, זייער אסאך זאלויניס האבן אלס דארט געשיקט נאך פאר די זאלויני מוסדות האט זיך געעפנט ווייל זיי האבן נישט געהאט אלטערנאטיוו, און בכלל איז די ידוע אז די גאנצע בני יואל זענען לויטער זלמן לייב שטיצערס.

3. אפי' אין וומ"ס לויט דעם חשבון וואס עטס האטס געברענגט זענט עטס נאך אלס די קלארע מיינאריטי, ממילא ולשמחה מה זו עושה?

רבי_יונה » 30/11/2007 18:06

סקאט מאלען,

אויב דו גייסט מיט די חשבונות, דארף מען אויך נעמען אין באטראכט אז די זאלי בתי מדרשים אין וויליאמסבורג זענען פול, פול פול מיט ארונים

ראדני, קליימער, סאוט 8, קינגסטערעס, זענען יעדן טאג פול מיט ארונים

אדרבה, פאל אריין צו סיי וועלכע תפלה אין דערוואכן אין איינע פון די בתי מדרשים, וועסטו דיר אליין איבערצייגן, און שבת, איז קליימער, סאוט 8 און אנדערע (חוץ ראדני) אויך פול מיט ארונים

נו, דעמאלט האבן דאך די זאליס פאקטיש נישט די בנינים אין ווילי?

מען רעדט אבער ווער עס איז פאקטיש בעל הבית דערויף, און אויב די זאליס טריאומפירן מיט זייער זיג, זענען די ארונים פונקט אזוי בארעכטיגט צו טריאומפירן אז פאקטיש זענען זיי בעל הבית אויף צוויי מאל אזויפיל קינדער ווי זאלי איז

_________________

יענקעלע11 » 30/11/2007 18:16

אמת סקאט?,
זלמן לייב האט אפילו נישט פראבירט צו עפענען מוסדות
אין בארא פארק און געדארפט לחרפתו פארשפארן ?
איך ווייס נישט מיט וואס פאר א שכל דו ווילסט אריין רעכענען
די 800 בני יואל קינדער (לויט זייער לעצטן דינער בראשער)
צו די זאלי פראקציע, בו בזמן ווען רובא דרובא בני יואל'ניקס
האבן פיינט זלמן לייב'ן פונקט ווי אונזער רבי'ן, בעריש לויפער וסייעתו
וועסטו קיינמאל נישט זעהן ביי זלמן לייב ער איז ביי עהם מאוס ונמאס,
און די זאליס האבן קיינמאל נישט געשיקט זייערע קינדער אין בני יואל,
נאר וואס דען די בני יואלניקס האבן פיינט רבינו שליט"א פונקט ווי די זאליס
על כן ווילסטו זיי שוין ציילן?, NICE TRY,

אין וויליאמסבורג, ווי ביי אונז איז זיכער נישטא קיין איין זאלי איז צוזאמען
מיט די תורה ישיבות קטנות דא מער קינדער ווי איר האט אין אייערע מוסדות,
און שוין אריינגערעכנט די אריבער טויזענט אהרונישע קינדער וואס לערנען
נאך אין אייערע מוסדות, (לויט אשר מיילך'ס ציפערן),

דא אין בארא פארק פארשטיי איך אז זלמן לייב האט עפעס פענס,
זיי הייסן שיע לעפקאוויטש, שמחה לעפקאוויטש,
פייטל פאשקעס, בערל גרינפעלד, און נאך אפאר זקנים
וואס האבן שוין לאנג נישט קיין קינדער אינדערהיים,
און זייערע אייניקלעך האבן שוין גארנישט מיט סאטמאר,
ווידער רובא דרובא אינגעלייט וואס האבן קינדער אין שטוב
באלאנגען צו אונזער לאגער, אין דארט ליגט דער סוד פון אייער
זיין געצווינגען צו פארמאכן א סאטמארער (?) מוסד די ערשטע מאל
אין די היסטאריע, 

DRUDGE08 » 30/11/2007 18:16

סקאט שרייבסט (און די רגע וואס זיי וועלן עפענען מוסדות און בארא פארק וועט עס קלאר ווערן, ממילא בארא פארק דארף מען אינגאנצן אראפנעמען פון חשבון ווייל ס'נישט דא דארט קיין יושרדיגע מעסטער.)

למעשה ביסטו נישט גערעכט ווייל די זאליס האבן שוין געהאט געפענט מוסדות און בארא פארק און יעדער האט געזעהן וויפיל קינדער זיי האבן געהאט, נישט קיין ווינדער זיי האבן געדארפט פארשפארן

DRUDGE08 » 30/11/2007 18:27

און ביי די וועי די קנאפע 5 אהאלב טויזענט וואס ס'איז דא און רז"ל מוסדות און וומס"ב איז אסאך נישט חסידים פון רז"ל נאר זיי האבן דארט די קינדער ווייל 82 איז געווען די שטאט'ס מוסדות און זייער אסאך ווילימסבוירגע אידן נישט סאטמארע האבן געלייגט דארט און ס'איז דא אסאך וואס לייגן נאך דארט ווייל זיי האבן דארט געלייגט ביז יעצט זיי האבן נישט קיין סיבה ארויס צונעמען זיי זענען נישט קיין ארוינים אדער זאלוינים

קהל_יטב_לב » 30/11/2007 18:27

און שוין פארקויפט זייער בהמ"ד הגדול 11 און פארמאכט זייער נאכט כולל אין וויען אבער זיי האבן רוב ווייל זיי האבן א בוטשער

סקאטמאלען » 30/11/2007 18:44

יענקעלע, זאגסט גראדע אן אינטערסאנטע פוינט, גאנץ אנפאנג פון מחלוקה האבן די זאלוניס אוועק געמאכט אהרן אז ער האט נאר די יונגווארג, נאר אונטער 30, כהנה וכהנה, האב איך דעמאלטס געזאגט פאר א זאלי, רבי איד, די יונגווארג זענען טויזנט מאל מער ווערד פאר א חסידות זאל זיך בויען ווי די אלטע לייט, זיי שיקן די קינדער צו די מוסדות, זיי מאכן די שמחות, זיי זענען מער אריינגעלייגט דערין, ועל כולם זיי פארמירן אויס די נעקסטע דור ווי זיי זאלן גיין. ס'דא פילע פילע באמת חשוב'ע עלטערע סאטמארע אידן תלמידים פון ר' יואל זצ"ל וואס זענען ביי זלמן לייב, שטיצן איהם שטארק, אבער זייערע אלע קינדער יונגלייטלעך קלאטשן הכל יודך ביי אהרן, הייבן אויף זייערע אייניקלעך צו אנצייגן די צורה פון אהרן. למעשה האט אהרן א חסידות מיט א גלענצעדיגע פיוטשער, ער איז א רבי מיט אלע קליפערלעך, דאס וועט דער גרעסטער בני יואל מודה זיין.

nuta_lemel » 2/12/2007 09:40

איי איי איי סקאט דו רעדט דאך בכלל נישט צום דבר, יענקעלע האט געזאגט אז סך הכל פארמאגט זלמן לייב אפאר זקנים אין בארא פארק, און דעטס איט, ס'פעלט עפעס עלטערע אידן ארונים אין בארא פארק? און ווען יא? ווער רעדט פון דעם יעצט? די שמועס גייט דאך דא אויף א גאנץ אנדערע דיירעקציע, אה דעס ווילסטו דאך, פארדרייען די שמועס. . .

ערליכעאיד » 2/12/2007 21:01

דא איז די ליסטע פון די שטאטישע לאנטש פראגראם דא קען מען זען ווער עס האט וויפיל

UTA (זלונים) האבען 6840

ארונים 3222

לויט דעם האבען די ארונים אין ווימ"ס בערך 30% פון די זלונים

UTA
331400226939 6840 6011 87.9 314 4.6 92.5

Hychel Hatorah 331400229829 125 122 97.6 1 .8 98.4
KHHD Yoel Of Satmar BP 331400225510 3002 2406 80.1 296 9.9 90
Keren Hatorah 331400229974 95 83 87.4 5 5.3 92.6

דא איז דער לינק

http://portal.nysed.gov/pls/cn_port/mel3_pkg.elig_enroll_search?PV_SA_ID=&P_L_SA_NAME=&P_L_SA_LEA_CODE=&P_L_DIS_NAME=&pv_cty=Brooklyn&pv_reg=&pv_clp=Oct&pv_syr=2007-08&pv_agy_typs=ALL&pv_public_type=Boces&pv_public_type=Charter+School&pv_public_type=Jail&pv_public_type=Other&pv_public_type=RCCI&pv_public_type=School-&pv_non_public_type=BJE+Affiliated+School&pv_non_public_type=Other&pv_non_public_type=RCCI&pv_non_public_type=School-&pv_pct=0&O_PUBLIC=Boces+Charter+School+Jail+Other+RCCI+School-+&O_NONPUBLIC=BJE+Affiliated+School+Other+RCCI+School-+


תוקן על ידי ערליכעאיד ב- 02/12/2007 21:40:09

abi_gezint » 2/12/2007 21:19

לויט דעם האבען די ארונים אין ווימ"ס  48% 

ערליכעאיד » 2/12/2007 21:39

abi_gezint כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
לויט דעם האבען די ארונים אין ווימ"ס  48%   


איך ווייס נישט ווי דו האסט געלערענט רעכענען אבער 48% וואלט געווען 4830
3222 איז 32%

ארגינעלער » 2/12/2007 21:58

ביסט אן ערליכער שוטה.

וואס ברענגסטו די ציפערן פון בארא פארק? דו מיינסט טאקע אז דער עולם איז בלינד און מען וועט נישט זען די ווערטער Satmar BP?

ער ברענגט נאמבערס פון בארא פארק, און זאגט אז דאס זענען די נומערן פון וויליאמסבורג, און ער מיינט אז דער עולם וועט אפקויפן זיינע בהמה שטיק.

און פון די זאלי-וויליאמסבורג מוסדות לייגט ער ארויף אלע ברענטשעס צוזאמען מיט די קווינס ישיבה און די כוללים. וואס מיינסטו? דער עולם איז דום?

_________________

ארגינעלער » 2/12/2007 22:01

איינער וואס קען ערליכעאיד זאגט מיר אז ער מיינט נישט אז אונז זעמיר דום, נאר ער פערזענליך איז נישט דער קלוגסטער, און ער פארשטייט נישט אז BP מאכט בארא פארק.

לכאורה איז ערליכע איד גאר א פרוי. ווי מען קען זען רופט ער זיך ערליכע איד, און נישט ערליכער איד. דעריבער האלט איך מען זאל נישט צופיל מרבה זיין אין שיחה מיט אים.

_________________

ערליכעאיד » 2/12/2007 22:02

SCHOOL: KHHD YOEL OF SATMAR BP

Code: 331400225510


Record Type: Non-Public         Grade Organization: Not Available

Chief School Officer: PRINCIPAL-ELOZER PORGES

Mailing Address: 76 RUTLEDGE
BROOKLYN, NY 11211

Phone: (718) 797-2888

ערליכעאיד » 2/12/2007 22:05

די בפ מוסדות הייסט UTA Of Boro Park 332000228654

אויב האסטו נאך פראגעס שעמט אייך נישט פרעג

my_pen » 2/12/2007 22:48

איך וועל ענטפערן אקוראט ווי ארגינעלער,

פרעג בעסער נישט קיין קשיות איבער די לאנטש פראגראם, אויב וויל מען דערציילן פאקטן איבער יענע ציפערען וועלן עטליכע אידן ליידן דערפאר, וד"ל..

_________________

promonade » 2/12/2007 22:52

די אינטערשטע שורה איז אז סאיז דא צוויי סאטמאר'ס און כנראה אז אזוי ווער עס בלייבען.
דער האט מער אין די שטאט.
דער האט שטערקערע חסידים.
דער האט מער געלט.
דער האט מער קנאים.
דער האט מער בילדינגס.
דער איז א גרעסערע תלמיד חכם.
דער האלט בעסערע דרשות.
דער האט מער שונאים.
דער האט מער זקינים.
דער האט מער פאליטישע חבירים.
דער האט מער אינטערנאציאנאל.
דער האט אהער און דער האט אהין.
קיינער גייט נישט אונטערגיין אזוי שנעל, און קיינער קען נישט פארזאגען וואס וועט זיין און צען יאר ארום, אבער צוויי סאטמאר'ס וועט לכאורה אייביג זיין, דער וועט האבן א שטארקע תקופה, און נאכדעם דער אנדערע, און נאכדעם צוריק, וכו' וכו'.
א שאד זיך צי שלאגען אויף שטותים, יעדער זאל בויען און אויפטוהן...

DRUDGE08 » 2/12/2007 23:00

http://bh.hevre.co.il/forum/topic.asp?topic_id=2321301

איך ווייס איין זאך דא זעהט מען די זאליס האבן נאר 5500 און די ארוינים האבן 3800 איך האב נישט קיין איין הוא אמינא אז אויב די זאליס וואלטן געקענט איין געבן דא ביי דעם פראגרעם 6800 וואלטן זיי עס איין געגעבן נאר מיז זיין אזוי ווי מ'זעהט ביי דעים פראגרעם פון נו טשיילד לעפט ביהיינד

DRUDGE08 » 2/12/2007 23:04

נאך אן אינטערסאנטע זאך דא קען מען זעהןhttp://www.thejewishweek.com/viewArticle/c36_a1209/News/New_York.html Rabbi Frankel, whose school, one of the oldest Satmar institutions, is within Reb Zalman's orbit, estimated that in Williamsburg there are 6,000 students in Reb Zalman's schools and 3,000 in Reb Aaron's. אז הערצק פרענקעל די אפציעלע פארטרעטער פון די זאלי מוסדות קען נישט זאגן פאר די מידיע מער ווי 6000 וואס געווענטליך ווען מ'רעדט צו די מידיע איז מען שטארק מגזם און מיט דעם אלעם האט ער נאר געקענט זאגן 6000 זעה איך שוין וויפיל זיי האבן

מבקש_האמת » 2/12/2007 23:06

מיי פען, ביסט נישט גערעכט.

איך פארשטיי דו ווילסט געווינען די דיבעיט דא, און דו ווילסט אויפווייזן די זאלי ליגנטס, אבער דו ווייסט נישט ווער סדרייט זיך אלס דא. 82 האט שוין גענוג פראבלעמען פון אביגדור. וד"ל מבקש האמת

promonade » 2/12/2007 23:07

גראדע איז נישט קיין ראי' פון די לאנטש פראגראם, ווייל נישט יעדער קען ארויף אויך דעם פראגראם.
אבער די עיקר נקודה איז אז............
: עס איז דא צוויי סאטמאר'ס.

די אינטערשטע שורה איז אז סאיז דא צוויי סאטמאר'ס און כנראה אז אזוי ווער עס בלייבען.
דער האט מער אין די שטאט.
דער האט שטערקערע חסידים.
דער האט מער געלט.
דער האט מער קנאים.
דער האט מער בילדינגס.
דער איז א גרעסערע תלמיד חכם.
דער האלט בעסערע דרשות.
דער האט מער שונאים.
דער האט מער זקינים.
דער האט מער פאליטישע חבירים.
דער האט מער אינטערנאציאנאל.
דער האט אהער און דער האט אהין.
קיינער גייט נישט אונטערגיין אזוי שנעל, און קיינער קען נישט פארזאגען וואס וועט זיין און צען יאר ארום, אבער צוויי סאטמאר'ס וועט לכאורה אייביג זיין, דער וועט האבן א שטארקע תקופה, און נאכדעם דער אנדערע, און נאכדעם צוריק, וכו' וכו'.
א שאד זיך צי שלאגען אויף שטותים, יעדער זאל בויען און אויפטוהן...



ארגינעלער » 3/12/2007 02:43

חיים יצחק מאנדל שרייבט אין איד פאריגע וואך אז ער האט אין די מוסדות 6600 קינדער. וויאזוי וואגט ער זיך סותר צו זיין מיט א בפירושע לאנטש פראגראם וואס זאגט אז ער האט 200 קינדער מער?

הבדלה_מנין » 3/12/2007 07:26

פראמענאד, די לאנטש פראגראם איז א גוטע ראיה, די ליסטע האט דריי קאלומס די ערשטע הייסט ,Enrollment דאס איז דער גאנצער צאל קינדער וואס זענען איינגשריבען אין דעם מוסד. דער צווייטער קאָלום הייסט Free Eligibles, דאס איז די צאל קינדער וואס זענען בארעכטיגט צו עסען בחינם. דער דריטער קאָלום הייסט Reduced Eigibles, דאס איז דער צאל וואס זענען נאר בארעכטיגט צו באקומען א חלק פונעם עסען באצאלט פון דעם לאנטש פראגראם.

די איבערגעבליענע איינגעשריבענע קינדער זענען גארנישט בארעכטיגט.

און דאס זענען די לעצטע נומערן:
UTA מהר"א סך הכל 3,002 קינדער (2,406 בחינם, 296 חצי בחינם און 300 נישט בארעכטיגט)

UTA מהרז"ל סך הכל 6,840 קינדער (6,011 בחינם, 314 חצי בחינם און 515 נישט בארעכטיגט)

און טאקע אזוי ווי די שרייבסט עס זענען דא צוויי סאטמארס. דער האט מער קינדער און דער האט אסאך ווייניגער קינדער!

געגאנגען » 3/12/2007 09:07

הבדלה מנין. אן אריינגיין אין איבריגע פראגעס (איך הייס נישט יאסי בראך), האט מען דיר געפרעגט עפעס. אויב איז דא 6800 קינדער פארוואס זאגט חיים יצחק מאנדל 6600 קינדער? איך רעד שוין נישט פון די 'נארמאלע' גוזמאות וואס וואלט געזאגט אין אזא צייט מינימום 7500, אבער פארוואס נעמט ער אראפ פון זיך די איבריגע 200 קינדער וואס ער האט יא? If it''''s good marketed, you''''ll buy it. but if it''''s real you''''ll FEEL it!

הבדלה_מנין » 3/12/2007 13:42

 איך האב נישט געזען ווי דאס שטייט דער איד, אבער אפילו אויב אמת, פארשטיי בעסער ווען איינער טוט אינטערשאצן דעם סכום פון קינדער מיט בערך 2% ווי צו פארשטיין די נייע מוסד ווי מען האט איבערגעשאצט מיט 33% דעם סכום פון קינדער וואס איז איינגעשריבען אינעם מוסד לויט זייער אייגענע רעפארט צו דעם אפציעלע אודיטעד לאנטש פראגראם!

ארגינעלער » 3/12/2007 15:19

דו ביזט באמת פאררוקט אדער דו מאכסט דיך נאר?

כ'אב דיר פלעין געברענגט א ראי' אז יענע נאמבערס האבן נישט די גרעסטע שייכות מיט עפעס וואס ענק האבן נישט אזוי ליב, וד"ל

איבריגס, פון מיין זייט האלט דיך געזונטערהייט ביי דיינס. קענסט פליען אויף די לבנה און טאנצן אויף מארס, "פאקט" און "זאלי" זענען פון אייביג אן א סתירה.

DRUDGE08 » 3/12/2007 16:17

די נא טשיילד לעפט ביהיינד פאגראם זאגט זיי האבן 5500 קינדער הערצק פרענקעל זאגט פאר די מידיע זיי האבן 6000 קינדער חיים יצחק מאנדל זאגט און דער איד זיי האבן 6600 קינדער

הבדלה_מנין » 3/12/2007 16:56

דער לאנטש פראגראם וועבזייט איז פון ניו יארק סטעיט דעפארמענט אף עדיוקעשן, א אפיציעלע גאווארמעט סייט, דאס איז נישט פארטיי'יש. און אויף די לעצטע רעפארט פון פאריגע חודש שטייט זייער קלאר UTA מהרז"ל 6,840 - UTA מהר"א 3,002

דאס איז א פאקט!

למאי נפקא מינא וואס הרב הירץ פראנקל אדער ר' חיים יצחק מאנדעל האבן (אפשר) געזאגט אדער אפגעשאצט אדער נישט.

איך פארשטיי אז די פאקטישע נומערן שמעקט אייך נישט אבער דאס איז וואס עס איז, פארפאלן.

בלאט: 1 2