פסק איז ארויס ! ! ! !
157 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2316223
פארגעס פון סופרים קארט
_________________
רבותי. עס האוט נאר פאסירט דאס וואס די זאלונים האבן כסדר געזאגט, אז עס בלייבט ביי זיי.
די קעלבלעך וועלכע האבן געבויעט אויף די ארעל ארגומענטס, זענען אנטוישט.
אין איין ווארט, מיר האבן גארנישט פארלוירן - מיר האבן נאר נישט געווינען.
לויט די פסק מיינט עס אז מען קען אריינגיין אין עני ביהמ"ד און תלמוד תורה וכו', ווי למשל אין פאפא ביהמ"ד אין עס איבער נעמען מיט געוואלד און ווער עס איז שטערקער (ווער עס האט מער שחורים...) דער האט עס?
בין איך גערעכט?
דאס מיינט אז מען קען די זעלבע יעצט טאן מיט ראדני וכו'?
פאטאקי!
מיט א זיכערקייט?
איך געדענק נאך פון אלבעני פארגעס
איך זעה אז עס איז געווען ריכטיג באט פארט איז מען געגאנגען
ששששששששששששש.....
איך עפעס א גרידער????
וואס וועקט איר מיך אויף????
וואס? איך קען שוין אויפשטיין? ס'איז שוין נאכן פראסק?
דאס מיינט אויך אז וויבאלד די אהרונים האבן יעצט די בעלות אויף אלע בנינים אין סאטמאר בארא פארק, די מתיבתא אין קרית יואל, בית ההחיים, ברך משה הויז אין קרית יואל, וכו' בלייב עס ביי די אהרונים.
א גוט מארגען יעקעלע יעצט שטייט מען אויף?!
יא יענקעלע האסטעס נישט געפילט?
כל דאלים גבר
לית דין ולית דיין
תוקן על ידי פאטאקי08 ב- 20/11/2007 20:15:51
ארגינעלער ארענדאר, א שאלה צי דיר
למשל ווען די ארוניםזאל זיך ווען היינט איינברעכן אין בני יואל שול
אין די פובליק סעפטי שטערט עס נישט, די פאליס אויך נישט, וועט דען איינער זאגען אז די קארט וועט זיך נישט אריינמישען??
זיכער וועלן זיי זיך אריינמישען אין פסק'נן אז די ארונים דארפן גיין
די זעלבע איז לכאורה דא מיטען בית החיים אויך, יעצט ווילען די קארט נישט זאגען צי וועם סאטמער געהערט
אבער אויב עס ווערט קלאר אז אלעס גייט צום אלטען, אין ראזענוואסער איז דאון, אין טייטעל פינעם בית החיים בלייבט ביי זיי, איז לכאורה זיכער אז זיי וועלן זיי בעה"ב
שר מקוצי
טריי עס אויס... כאפ א פגירה און קוק צו מ'וועט דיך באערדיגען....
דזשאסט קידינג
| בערל550 כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] | שרמקוצי
שר מקוצי
טריי עס אויס... א ......... און קוק צו מ'וועט ...... באערדיגען....
דזשאסט קידינג
|
|
בערל, עד כדי כך?????????????
אזוי דעפרעסט צי זיין,????
זענענן דאך די באבוב חברה גאלד קעגן די ארונים
ביים בית החיים קען דער וויליטש זאגן אז זיי נעמען
ארדערס נאר פון רבי בערל פריעדמאן,
ווייל ער איז פרעזידענט פון סאטמאר
און דער רבי האט עהם נישט ארויס געווארפן,
און דער קארט קען זיך אין דעם נישט אריין מישן,
דאס איז זייער קלאר פונעם פסק,
און אזוי האט ריכטער סמיט אויך פארשטאנען,
שר
די נעמסט נישט קיין דזשאוקס?
איך בין גראדע זייער זייער ווייט פון דיפרעסט,
ביי מיר האט זיך גארנישט געטוישט מער אדער ווייניגער היינט ווי נעכטען
השר
אלעס גייט טאקע צום אלטן,
אבער די פארגעסט אז ווען די גייסט און וומס"ב צום אלטן מיינט עס די זאליס ווייל זיי זענען אינעוויניג,
אבער מיט די ביה"ח גייסט צום אלטן זענען די ארוינים אינעוויניג,
פארשטייסט
די קארט רעדט נאר וועגן די דיד און זיי ווארפן עס אפ אז ס'איז נישט 50/50 ק"י וומס"ב
אבער ווער ס'איז לגייבע די ביה"ח וומס"ב זאגן זיי נישט,
און למעשה זענען די ארוינים אינעווייניג דארט
לית דין ודיין, איז שוין לאנג אקטועל. איצט איז שוין לית שווארצע חלאטל, אויך.
ווידער לאז ארויס פאפא און חרדים מען רעדט דאך דא פון לעגיטימע מעמבערס און קהל'ס לייט, און אויב די קארט טאר זיך נישט אריינמישן, דאן איז טאקע כל דאלים גבר.
די עצה איז צו שטעלן יעדן פיסל וואס מעגליך ווי סמיט שרייבט, שטערן ביי די בענק אקאונטס, אקאפירן שילן ווי צב"ש סאוט 8 אדער א מוירטל וואס איז סייווי רוב אהרונים, אדער אפילו ראדני אינדערוואכן און זיך פירן מעשה בעל הבית און יעדעס מאל וועט פאליציי קומען און חוזר חלילה, ניטש באערדיגן מתים נאר פאר'ן פאלן פרייז און ח"ו נישט קיין מלשינים וכו' ביז עס וועט מוזן קומען א ד"ת אדער א פשרה. ושלום על ישראל.
שר מקוצי
לויטן פסק קענען זיך די אהרונים קלאר אריינברעכן אין די בני יואל שול אין עס איבערנעמען, אין די קארט קען נישט אריינרעדן!
נו! אומר ועושה
געגאנגען!
_________________
פאטאקי, לויט ווי איך פארשטיי, קען די קארט זיך טאקע נישט אריינמישן אבער די 90 פריסקינט יא, ממילא איז נישט שייך דיין גאנצע טענה פון זיך בעל כרחך אריינרייסן אין די אלע מקומות, כאפסטו?
| DRUDGE08 כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] | | , פארשטייסט די קארט רעדט נאר וועגן די דיד און זיי ווארפן עס אפ אז ס'איז נישט 50/50 ק"י וומס"ב אבער ווער ס'איז לגייבע די ביה"ח וומס"ב זאגן זיי נישט, |
|
איז דאס טאקע די מציאות??
לויט ווי איך האב געוויסט, אז פאר בערל האט עס איבערגעשריבען, איז עס געווען 50.50 קר".וומסב"ג
נאכדעם האט עס בערל איבער געשריבען 100% פאר קר"י, יעצט אויב עס בלייבט ביים אלטען, דארף קר"י נאך האבן 50% ??!!
די 90 פריסינקט טאר זיך אויך נשיט אריינמישען, מען קען זיי קלאגען אין פעדראלען געריכט טאמער זיי טוען עפעס.
ארגינעלער, אויב חזר'ט זיך איבער א שמיני עצרת פרשה יעצט לדוגמא, ווילסטו מיר זאגן אז די 90 פריסקינט דארף אין וועט שטיין אין די זייט?
איך מיין אז מען זאל נישט לאזן באגראבען די זאליס אין בית החיים, דעמאלס וועלן די זאליס נשיט האבן קיין ברירה אין זיך שטעלן צו דין תורה.
%100 פארצענט די 90 האט זיך נישט וואס אריינצומישען, לויטן געזעץ טארן זיי זיך נישט אריינמישען.
נאר טאמער איינער שלאגט דעם אנדערן מעגן זיי ארעסטירן דעם שלעגער, ותו לא.
| ארגינעלער כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] | לויטן פסק קענען זיך די אהרונים קלאר אריינברעכן אין די בני יואל שול אין עס איבערנעמען, אין די קארט קען נישט אריינרעדן!
|
|
עס איז מבהיל הרעיון, צי זאגען אז די קארט האט אראפגעלייגט אזא יסוד אין
ניו יארק סטעיט
אויב אזוי ווי אזוי האט יוסל וואלדמאן בשתו געקענט ריפען ר"א אין קארט??
איך טראכט זיכער אז די ארונים וועלן נישט האבן קיין מאגען צי גיין ביז וואשינטן מיט די קעיס, אבער איך וואלט געוואלט אז זיי זאלן יא גיין, עס גייט מיר נישט אריין אין קאפ, אז דאס זאל טאקע זיין די מציאות
איך פראביר דא צו פארשטיין אביסעל וועגן די ביה"ח, איך זעה אז מען יובל'ט דא ארום אז מען האט געווינען די ביה"ח, און ווען איך קוק אין די דעסיזשען (די קלענערע פון פיר זייטן) שטייט קלאר ארויס אז די טרענספער פון בערל פרידמאן איז גארנישט ווערד און עס בלייבט ווייטער האלב אויף האלב, נו וואס האט מען געווינען?? אפשר פארשטיי איך נישט עפעס? ביטע זייטס מסביר!
_________________
השר מקוצי. איינער פון די שרייבערס דא האט אן אויסדרוק, "איך קען דערליידן פערדן אבער נישט מענטשן וואס רעדן ווי פערדן." איך מיין ס'קומט דא אריין.
אדער ביסטו נאאיוו, אדער הייבסטו נישט אן צו וויסן וואס דא טוט זיך.
די יעצטיגע דזשאדזשעס האבן באשטעטיגט דעם אפעלאט וואס האט באשטעטיגט באראש, אז דאס געריכט טאר נישט אפמאכן ווער ס'איז בעה"ב. און אז דאס געריכט טאר נישט אפמאכן ווער ס'איז בעה"ב דאן איז בעה"ב דער וואס איז אינעווייניג.
אזוי ווי ריכטער סמיט ברענגט ארויס אין זיינע ווערטער, אפצו'חוזק'ן פון די מעדזשאריטי ריכטערס,
But if members of the Friedman faction had somehow succeeded in occupying the Congregation's offices, and the Kahan faction sued to evict them, presumably the majority would say the case is still non-justiciable and the Friedman faction, being the defendant, would winאיבערגעטייטשט אין קורצן: כל דאלים גבר, ווער ס'איז אינעווייניג דער איז בעה"ב, און ווען בערל פריעדמאן וואלט געווען אינעווייניג אין ראדני וואלט ער יעצט געווען בעה"ב.
די סיבה פארוואס דער גאנצער עולם לאכט דיך אויס איז וויבאלד דו קומסט ווי א תם, און דו פרעגסט, געוואלד, וואס גייט זיין מיט'ן ביה"ח? כאילו ביז יעצט איז דער מצב געווען אנדערש. פארשטייסט? דו האסט נישט קיין אהנונג בחייכון און דו רעדסט אריין אין א סוגיא וואס דו הייבסט נישט אן צו וויסן.
וועגן דעם זאג איך דיך, זאלסט צוריקקוקן די לעצטע פאר יאר און זען ווער ס'האט קאנטראלירט די ביה"ח, וועט דיר אלעס קלאר ווערן.
דא האסטו איין לינק וואס כ'האב געטראפן ביי אן אויבערפלעכליכן סוירטש אויף היידפארק.
http://bh.hevre.co.il/forum/topic.asp?whichpage=1&topic_id=1986685שמא גרים, איז זע אז די יכול'סט נישט.
דער בית החיים באלאנגט אינגאנצן 100 פראצענט פאר ברוקלין קהל.
אבער ביים גרויסן פסק שטייט קלאר אז אין ברוקלין קהל איז כל דאלים גבר. במילא איז דער בית החיים ביי סאטמאר.
דער בית החיים איז געווען 100% ביי וויליאמסבורג
און רבי בערל האט איבערגעשריבן 50% פאר קרית יואל
אן צונעמען רשות פונעם אטארני דזענעראל אדער פון געריכט
ווי דאס געזעץ פארלאנגט, און דער קארט האט אפגעווארפן דעם
טרענספער פון 50-50 און ס'איז צוריק 100% ביד וויליאמסבורג,
נאר ווער ס'איז בעל הבית פון וויליאמסבורג איז א רעליגיעזע אישוי
און דער קארט קען זיך אין דעם נישט מישן,
יענקעלע,
אבער למעשה זאגען זיי אז אהן זיך מישען זענען די זאלי'ס בעה"ב, פארוואס הערסטו נאר איין ווארט פונעם קאורט און די אנדערע נישט?
_________________
איינער שרייבט ערגעץ אזוי
מענטשען (ארוינים בעיקר) האבען דא א גרויסען מיסטעיק דא איז נישט שייך קיין "כל גבר אלים"
ווייל דאס וואס די קאורט האט געזאגט אז זיי קענען זיך נישט אריין מישען ווער איז בעל הבית אין סאטמאר איז ווייל זיי האלטען אז דער רבי איז דער לעצטער ווארט זאגער אין אלע זאכען פון די קהילה (ע"ע באראש וואס דאס האט יעצט די אפיל קאורט קאנפארמט) אבער נישט אז ווער עס וויל כאפען בילדינגס קען כאפען וואס מען וויל
די שאלה דא איז געווען "ווער איז קהל"?
אויף דעם האט קאורט געפאסקענט אז דער וואס איז יעצט אין אפיס דער איז קהל און אלעס וואס געהערט צו קהל געהערט צו "דעם " קהל ווייל עס איס קיינמאל נישט געווען קיין פראגע אין קאורט אז מען זאל צוטיילען קהל אז דע "בילדינגס" זאלען גיין פאר ווער עס איז דארט יעצט
אלא מאי פארוואס זענען די ארוינים יעצט אויפען בית החיים?
אויף דעם איז געווען געבויט דער גאנצער רויזענוואסער קעיס צו דער דיד טרענפער וואס בערל פ"מ האט איבערגעשריבען פון ווילי אויף ביידע סיי ווילי און סיי ק"י האט ראזענוואסער געפאסקענט אז עס יא ליגעל במילא זענען די ארוינים בעל הבית אבער דער אפעלעט קאורט האט געפאסקענט אז דער דיד איז וואויד און עס זאל צוריק געשטעלט ווערען אויף דעם נאמען פון ווילי זענען די ארוינים געגאנגען און האבען איבערגעשריבען אויף די ארויני-ווילי'ס נאמען
אבער אז די אפילס קאורט האט געזאגט אז דער ווילי קהל איז דער וואס איז ביז יעצט געווען דאס הייסט זלוינים איז דער צווייטער טרענפער וואס די ארוינים איבערגעשריבען דעם ביה"ח אויף ארויני-ווילי נאכען אפעלעט איז אנייע טרענפער און עס איז קיינמאל נישט צוריק געגאנגען צו די ארגינאלע בע"ב וואס איז ווילי קהל און דאס ווען זיכער מיזען צוריק גיין צו די ארוינים ווילען צו נישט
און ביי דעם איז שייך קיין "כל גבר אלים" ווייל דער ביה"ח איז נישט קהל דאס איז נאר א פראפערטי פון קהל א שטיקעל פון קהל וד"ל
זיי זענען טאקע אויפען דיד יעצט אבער לויט די אפילס פסק איז דער דיד נישט ווערט קיין צוויי סענט
וואו זאגן זיי אז די זאליס זענען בעה"ב? זיי פסל'ען דעם טרענספער פון וויליאמסבורג צו קרית יואל. יעצט ווער איז וויליאמסבורג? דאס זאגן זיי נישט!
_________________
זיי באשטעטיגן באראש, אין באראש האט געזאגט אז די סטאטוס קווא, איז קאהאן נישט אזוי?
רבותי,
בארואיגט אייך,
אוודאי וואלט געווען א בעסערע געווינס פאר זאלוינים ווען סמיט'ס פסק וואלט ווען געווען די רוב,
אבער מיט דעם אלעם האבען די ארוינים פארלוירען, אינגאנצען.
דער חילוק איז אז די זאלוינים האבען נישט אזוי שטארק געווינען ווי די ארוינים פארלוירען.
סטאטוס קווא מיינט אז ר' יענקל כהנא איז פרעזידענט, און זיין קהל איז בעל הבית.
די רעליגיעזע פראגע וואס די קארט האט נישט געוואלט אויפנעמען איז צו בערל פריעדמאנן איז א רעליגיעזער איד, א שומר תומ"צ.
ווייל לויט די שטאטוטען דארף מען זיין א שומר תומ"צ כדאי צו זיין א מעמבער,
איז ווי באלד די קארט וויל נישט פאסקענען אויף בערל פריעדמאנן צו ער איז רעליגיעז, קען די קארט נישט פאסקענען איבער די וואלען וואס דאס וואלט געמיינט אז זי מישט זיך אין רעליגיע.
איז ווי באלד די קארט מישט זיך נישט, זאגט די קארט אז סטאטוס קווא בלייבט וואס מיינט אז דער איצטיגער פרעזידענט בלייבט, און ער בלייבט מיט זיין גאנצע בעל בתישקייט איבער אלע אנגעלעגענהייטן וואס שייך, אין די בנינים באלענגען פאר דעם סטאטוס קווא קהילה, און איצטיגען פאל ר' יענקל כהנא.
און דער בית החיים באלאנגט פאר דעם איצטיגען קהל.
אפגעזען ווער עס האט פאבליק סעפטי, ווייל פאבליק סעפטי קען נישט אוועק נעמען פון מיר מיין פראפערטי.
עס קען נישט קומען א מאן דהוא און זאגען אז איך בין סטאטוס קווא אין כל דאלים גבר אין די פאליציי און די קארט קען זיך נישט מישען, ווייל דעמאלטס איז איש את רעהו חיים בלעו,
דער בעל בית פון קהל איז בעל בית אויף דעם בית החיים.
יעצט לגבי בארא פארק:
די ארוינים האבען נישט געווינען אין די זאלוינים האבען נישט פארלוירען עס האט קיין שייכות נישט.
איך וויל נישט מרחיב זיין דעם דיבור דערויף אבער צווישען די שורות שטייט שוין אלעס.
ניין נישט אזוי!
_________________
ווי מער איך ליין די תגובות דא בין איך מער נבהל ונשתומם ווי מען קען פארדרייען די קאפ פאר מענטשען וואס זענען אומוויסענד, זענען מיר טאקע אזוי פארתמ'ט אז מען קען אונז זאגען אז מיט דעם פסק האבען די ארוינים געווינען בארא פארק? ווען די געריכט האט נישט געהאט קיין כי הוא זה צו טאן מיט בארא פארק? אדער אונז איינרעדען אז די ארוינים האבען געווינען דעם ביה"ח ווען עס שטייט קלאר ארויס אז די ביה"ח איז הונדערט פראצענט פאר וויליאמסבורג וואס לויט די געריכט איז עס די זאלי'ס? פארוואס מיז מען מאכען דעם עולם אזוי צו נער??
_________________
יכול,
וואו זעסטו אז זיי שרייבן אז אן זיך מישן זענען די זאליס בעל הבית?
זיי זענען בעל הבית ווייל זיי זענען מוחזק,
און ווערן די אהרונים מוחזק זענען זיי בעל הבית,
אזוי איז לויטן פסק, און אזוי פארשטייט ריכטער סמיט
וואס האט מיט די טענה אפגעווארפן דעם מאדזשאריטי פסק,
די זאליס האבן פארלייגם כוחות ארויס צו באקומען אז זיי זענען
בעל הבית אבער עד היום האבן זיי דאס פון קיינעם נישט באקומען
אפילו נישט פון זייער פריינט באראש,
באראש האט נאר געפסקעט אז דער רבי האט א כח ארויס צו ווארפן
און אז ער האט נישט גענוג הוכחות אז דער רבי האט טאקע ארויס
געווארפן רבי בערל, און דער פסק האבן די ריכטער היינט קאנפירעמט.
לדעתי, איז דא פאר די אהרונים אסאך ארבייט צו טוהן,
און איך רעד נישט פון ווילדע זאכן, נישט פון כאפן בנינים,
נאר איך רעד פון למשל וואלן, בפקודת כ"ק העקאליסטיקל ראבייס,
מיר דארפן אנהייבן צו שפילן די זאלי געים,
און דער קארט קען זיך בשום אופן נישט אריין מישן אין רעליגיעזע אישויס,
זיי קענען נישט אנטיילן ווער ס'איז רבי, טאמער דער קרית יואלער דיין
וועם דער הייליגער בעל דברי יואל זי"ע האט עם אויפגענומען, און איז זיכער גענוג
א גרויסער עקאליסטיקל כח, און רבי משה פריעדמאן דער בארא פארקער
דיין וואס דער רבי דער ברך משה זי"ע האט עם געמאכט פאר דיין,
און איז אויך א עקאליסטיקל מאכט, זאלן צוזאם מיט נאך דזשאסטיסעס
פון אונזער ראביניקל קארט ארויס קומען מיט א דעקלעראציע אז מען זאל מאכן
וואלן, קען דער קארט דאס לכאורה נישט אפשטעלן,
דאס קען אנמאכן גענוג קאפ וויי פאר די שטאט
און לויטן קארט דיסיזשאן וועלן זיי דארפן שטיין אן מאכט דאס אפצושטעלן,
די שאלה איז נאר אויב די אהרונים האבן נאך געדולד צו פייטן
אדער זענען זיך שוין מייאש און וועלן זיך קאנצאטרירן אויף זיך ווייטער צו בויען,
ימים ידברו, ומה שיעשה הזמן יעשה השכל.
עס איז נישט דא קיין שום סטאטוס קווא, אזוי ווי שמיט ברענגט עס זייער קלאר ארויס, אז מען קען פריזען אלע אקאנטס, די אהרונים קענען איבער נעמען אלע בנינים, עס איז כל דאלים גבר.
אז די אהרונים גייען היינט נאכט איבער נעמען ראדני זענען זיי סטאטוס קווא, אז מארגען גייען די זאליס און נעמען עס צוריק איבער זענען זיי סטאטוס קווא.
בנוגע בארא פארק, איז די בארא פארק קעיס האט די אונטערשטע געריכט געפסקנט אז עס איז א רעליגיעזע אישו אזוי ווי באראש האט געפסקנט ממילא קענען זיי זיך נישט אריינמישען, אבער זיי האבן צוגעלייגט אז דאס איז זיכער אז ר' אהרן וועלץ איז פרעזידענט.
יעצט שטייט עס פארן אפילס קארט אויף האלד, ווארטענדיג אויף די אלאבאני פסק, יעצט אז עס איז שוין דא מיינט אז די בארא פארק קעיס איז פארטיג פאר די זאליס, עס פליעהט ארויס.
יענקעלע
באראש האט געשריבן אז דער רבי איז באלעבאס פון די קהילה און לויט ווי ער זאגט מוז מען זיך פירן, אדער אן עקאליסטיקל כח (וואס מיינט אויב דער רבי איז נישט בכח וכו').
פאקטיש: ווער עס איז דער רבי היינט צו טאג ווייסטו אויך, און דיין רבי קען דא נישט אריינרעדן. ער קען איינטיילן אין די ק"י קהילה.
יענקעלע,
א דיין קען קיין וואלען נישט פארופען
דאס טוען נישט קיין דיינים.
צווייטענס,
עטס האטס נישט קיין איין דיין און קהל יטב לב וומ"ס
קרית יואל-בארא פארק - מאנסי- מאנטריאל,
זענען נישט מחייב וומ"סער קהלה.
ארגינעלער,
חלמא טבא חזית
עס איז נאך נישט געווען קיין קארט אין ב"פ
עס איז טאקע א רעליגיעזע מוסד אבער נישט קיין רעליגיעזע שאלה דארט און ב"פ
http://www.recordonline.com/apps/pbcs.dll/article?AID=/20071120/NEWS/71120009
Court decision wrests control from KJ rabbi
*************** language="" type="text/">
var isoPubDate = 'November 20, 2007'
>November 20, 2007
Albany -- 11:23 a.m. -- A bitter court battle that has divided the Satmar Hasidim of Kiryas Joel and Brooklyn for six years has once again been decided in favor of the faction that now holds power in Brooklyn. The Court of Appeals released a decision this morning upholding lower court decisions in favor of supporters of Rabbi Zalmen Teitelbaum, one of two brothers with rival claims to leadership of the 100,000-strong religious sect.
The order leaves hundreds of millions of dollars worth of property and Satmar-owned businesses in Brooklyn and upstate in the hands of Rabbi Zalmen's faction. Supporters of his older brother, Rabbi Aaron Teitelbaum -- the chief rabbi in Kiryas Joel for many years -- had sued to wrest control of those assets, contending they
had won an election in 2001 for lay leadership of the sect's Brooklyn branch
http://www.wcax.com/Global/story.asp?S=7387775
Top court upholds rulings on Satmar Hasidic sect assets
*-- *
Associated Press - November 20, 2007 1:45 PM ET
ALBANY, N.Y. (AP) - A court battle that has divided the ultra-Orthodox Jewish sect whose members mostly live in Kiryas Joel and Brooklyn has been decided again in favor of the faction that now holds power in Brooklyn.
The state Court of Appeals in a decision today upheld lower court decisions in favor of supporters of Rabbi Zalmen Teitelbaum, 1 of 2 brothers with rival claims to leadership of the Satmar Hasidic sect.
Supporters of his older brother, Rabbi Aaron Teitelbaum - chief rabbi in the Orange County village of Kiryas Joel for many years - had sued to wrest control of assets, contending they had won an election in 2001 for lay leadership of the sect's Brooklyn branch.
Their father Rabbi Moses Teitelbaum, died in 2006 at the age of 91. In his will, he recognized Zalmen Teitelbaum, the third of his four sons, as the next rebbe, or grand rabbi.
.
_________________
לכאורה,
לויט דעם פסק,
קען אונזער היזיגער רב אב"ד סאטמאר בארא פארק שליט"א
וואס לויט סקאט מאלען מיינט דאס ווארט "אב"ד" דער טשיף אויף די ראביניקל קארט
קען ער פשוט ארויס ווארפן פון בארא פארק בארד מענדל שוויממער
און חיים פריעדמאן, און אזוי ארום פשוט צו פארזיכערן א געווינס אין
בארא פארק פאר סאטמאר, כן נראה לע"ד,
אזוי אויך קען דער "אב"ד" (טשיף אף די ראביניקל קארט) פון מאנטשעסטער
צוזאמען מיטן טשיף פונעם ראביניקל קאלעדזש הרה"ג רבי הירצקא צוויבל
דערקלערן אז דער רבי דער בעך ברך משה זי"ע האט זיי באאויפטראגט
איבער צו געבן זיין רצון פון סטאקסעשן, אז ער וויל אז רבי אהרן זאל זיין דער
ממלא מקום, און במילא איז ער סאטמארער רבי און דער קארט קען זיך נישט
אין דעם אריין מישן,
די זאליס האבן געמאכט א מעכטיגן דזשאב מיט פאבליק רילעישאנס,
פארקויפט באבקעס פאר די מידיע, און אצינד האט זיך דאס זיי
שטארק אויסגעצאלט, איך האף אז ס'איז נישט צו שפעט צו נעמען
א פעידש פון זייער בוק און נאכמאכן, זאלן זיי עסן דאס וואס זיי האבן
אונז צו געגרייט,
איך האלט מיך נאך אלץ ביי מיינעם
און דאס איז אז מען דארף אויספאלגאן די פסק פונעם קארט אוו אפיעלס
כ ל ד א ל י ם ג ב ר
לית דין ולית דיין
וד"ל
מען קען עס מאכען אויף כמה וכמה וועגן (איך רעד נישט פון זיך שלאגען..וכדו' וואס דעלמאט איז יא דא דין)
_________________
פון ב"פ וויל איך נישט רעדען,
און פון וומ"ס שרייבסטו גארנישט ווייל
די בי"ד און וומ"ס וועם דער ברך משה האט אויפגענומען האבען אנדערש געפסקנט.
און אלע פעיראל דיינים וואס פסקענען די רעלעגיעזע שאלות פאר קהל יטב לב וומ"ס מעגען מחולק זיין מיט די ארוינישע דיינים אפגעזען פונעם טיטעל וואס זיי טראגען.
למשל אויב כ"ק אדמו"ר ר"א וועט פסקענען אז ממוז נעמען מצות פון אריזאנע ווייץ, קענען די דזאדזעס(בי"ד) פון קהל יטב לב וומ"ס פסקענען אז ווער עס עסט מצות פון אריזאנא וויי. עסט חמץ אום פסח און דעריבער קען ער קיין מעמבער נישט זיין.
סא טשיף פונעם ראביניקל קאלעדזש הרה"ג רבי הירצקא צוויבל מעג זאגען וואס ער וויל
ענטשולדיג,
לויטן פסק פונעם קארט קען דער קארט נישט אריינרעדן
צו די דיינים קענען יא אדער נישט פארופן וואלן,
דאס איז קלאר א עקאליסטיקל און רעליגיעזע אישוי,
אזוי קען דער קארט נישט אריין רעדן ווער עס איז רבי
אין וויליאמסבורג, אמת איך ווייס ווער עס איז רבי,
איך ווייס ווער עס האט 15000 מענטשן ביי הקפות
און ווער עס האט 500 מענטשן ביי הקפות,
אבער דער קארט קען נישט און וועט זיך אין דעם נישט
אריינמישן, דאס איז זיכער א רעלידזשעס אישוי.
פאטאקי,
די קארט האט נישט געזאגט אז
כ ל ד א ל י ם ג ב ר
לית דין ולית דיין
זיי האבען געזאגט אז אית דין ויש דיין
און יענקעל כהנא איז בעל הבית
מכוח די סברא פון סטאטוס קווא
ס'איז א גרויסע נפקא מינא
סיז מעגליך אז די קארט ווייסט למשל אז
איינער האט
99999999999999999999999999999999999999999999999999999999999
ביי הקפות, ווען דער צווייטער האט נעבעך נאר
10 מענטשען ביי הקפות
דאס מאכט עס נאך נישט פאר קיין
עקאליסטיקל און רעליגיעזע אישוי
ווערבינאיך,
אויב האסטו דורכגעליינט דעם היינטיגן פסק און דעם פסק פון
באראש וועסטו זען אז די רעדסט נישט צו דערזאך,
ווייל דו אלץ א היידפארק שרייבער האסטו דעם פריווילידזש
צו זאגן וואס מען קען יא און וואס נישט, אבער די ריכטער האבן
קלאר אנגענומען א פאזיציע אז ווי ס'קומט אריין א רעליגיע פראגע,
ווער ס'איז דיין, ווער ס'איז רבי, צו וואס ס'איז דער כח פון א דיין
קענען זיי זיך נישט מישן, סא, דו קענסט טענהען אז דער דיין קען נישט
פארופן וואלן, און איך קען טענהען אז דער דיין (רביניקל קארט בלע"ז)
קען יא פארופן וואלן, און דער עכטער קארט קען נישט אין דעם אריין רעדן,
דעטס עקזעקלי מיי פוינט,
דער קארט קען נישט זאגן ווער עס איז רבי,
ווייל דאס יא געוויס א רעליגיע אישוי,
יענקעלע,
ווען עס וואלט ווען פאסירט,
עס האט נישט פאסירט,
יעצט יום ג' שנכפל בו כי טוב פרשת וישלח
האט קהל יטב לב איהר אייגענע בי"ד און זיי האבען א קהל
עס קען קיין פרעמדע דיין נישט מאכען קיין וואלען
מקען נישט צוריק דרייען דעם זייגער און זאגען אז איך וואלט געקענט
אויף דעם איז דא א פאלקס ווערטעל ווען די באבע וואלט געהאט רעדער
פאפע רבי קען זיך נישט ערקלערען אלץ סאטמארע רבי און מאכען מארגען וואלען