היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » געוואלד? האט רשעות טאקע נישט קיין שיעור אין ספינקא?

געוואלד? האט רשעות טאקע נישט קיין שיעור אין ספינקא?

85 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2296793
בלאט: 1 2

גוטזאגער » 17/10/2007 21:08

שוין עטליכע טאג דורך זינט די צעבראכענע משפחה פון כ"ק אדמו"ר מספינקא שליט"א האט זיך אויפגעשטעלט פון די שבעה, און קיין מציבה לנשמתו איז נישט געשטעלט געווארן.

פארוואס?
ווייל דער יונגערער ברידער,קען נאך אלץ נישט פארדייען אז ער האט נאך אלץ קאמפעטישאן טראצדעם וואס ער איז שוין ליידער נישט בין החיים, איז ער נישט רואיג, און וועט אלעס טאן אז די גאנצע וועלט זאל זען אז ער איז עכטע ספינקא רעבע... און ער איז באלעבאס אויף די בית החיים.

און די וועלט שווייגט! שומו שמים !

אוט איז דער בריעף וואס די קינדער האבן געשיקט צו זייער פעטער אויף וואס זיי האבן (כמובן) נישט באקומען קיין ענטפער..

ענטפערט איר אליינס
[בילד – נישט אפגעהיט]

ארגינעלער » 17/10/2007 22:00

באקומען אין אימעיל:

די מציבה וואס מען האט געלייגט פאר רבי בעריש זצ"ל (לינקס)
[בילד – נישט אפגעהיט]

hotwire » 17/10/2007 22:02

ביטע זיך נישט טשעפענען מיט די געפילן פון א משפחה וואס איז מתאבל אויף זייער טאטן. האסט צו ענטפערן קעגן די טענות פון די קינדער ענטפער צוריק - דער מנהל



תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 17/10/2007 22:04:06

Ziskeit » 18/10/2007 01:53

וואס איז טאקע די סיבה אז פאר ר' אביש גייט אזוי שטארק אן אז זיין פארשטארבענער ברודער, זיין טאטנ'ס בכור, באקומט פונקט אזא שיינע און גרויסע מציבה ווי זיין טאטן.

כ'מיין, וואס וויל ער דא אויפטאן?

אדרבא, אפשר האט ער א גוטע סיבה דערצו. לאמיך הערן אן ענטפער, און נישט סתם חוזק מאכן פון א גאנצע משפחה.

hotwire » 18/10/2007 03:18

בשמחה, דאס איז די פאינט, ר' אביש האט אויך געפילען נישט נאר די קינדער פין ר' בעריש

די קינדער האב נישט קיין שום געפיל פאר זייער טאטען, אויף צוהאלטען א לויה אויף גארנישט מאכען א חוכא וטלולא אויף די גאס אזוי, אלעס אבי צו באשמיצען דעם פעטער

גוטזאגער » 18/10/2007 04:33

שוטה איינער, באשמוצן דעם פעטער? האט איינער געבעטן דעם פעטער אז ער זאל שטערן דעם ברודער פון באערדיגט ווערן נעבן דעם טאטן, ווי עס קומט זיך אים ערליך, אלס בכור פון זיין הייליגן טאטן, און אלס תורה'דיגער און לעגאלער יורש פון טאטן?

האט איינער געבעטן דעם פעטער אז ער זאל שטערן די קינדער פון לייגן א מענטשליכע מציבה פאר זייער פאטער?

ר' אביש האט געפילן? ס'קוקט נישט אזוי אויס. אויב יא וואלט ער זיך אנדערש אויפגעפירט צו א קראנקען ברודער וואס גייט אויס ווי א ליכט און צו א משפחה יתומים וואס טרויערן אויף זייער טאטן.

מיט'ן נישט באערדיגן זייער טאטן האבן די קינדער מקיים געווען צוואת שכיב מרע, וואס רבי בעריש זצ"ל (הי"ד?) האט אנגעזאגט די קינדער, אז אויב וויל דער ברודער אים נישט געבן זיין חלקה אינעם ביה"ח זאל מען נישט מאכן קיין לוי', און נאר אזוי איז געלונגען צו ברעכן דעם הארטנעקיגן פעטער.

_________________

גוטזאגער » 18/10/2007 08:28

קוקט אויס אז כ'האב אנגערירט א האקעלע נערוו ווייל מיין תיבה אישית איז פול מיט סטראשונגען אימעילס.

ר' אביש'ס 3 אדער 4 מענטשן זענען שטארק באליידיגט און שיקן ווילדע מעסעדזשעס. אפשר זאל מיר איינער פון זיי זאגן, וואס עס איז די געוואלדיגע פראבלעם אז רבי בעריש זצ"ל ווערט באערדיגט נעבן זיין גרויסן טאטן, און וואס עס באדערט פאר אביש'ן אז ר' בעריש באקומט א נארמאלע מציבה ווי עס פאסט פאר'ן ספינקער רבי'ס א זון. אויף דעם ווילן די חברה בשום אופן נישט געבן קיין ענטפערס. סטראשענען, דאס קענען זיי.

לאמיר נישט פארגעסן אז רבי בעריש איז דער בכור און נישט ר' אביש! און נארמאל וואלט געווען אז רבי בעריש זאל זיין בעה"ב אויפ'ן ביה"ח.

פאלגנד איז איין כעסיגע אימעיל אין מיין תיבה אישית, פון old bucher:

צובראכן!!! ניין???

שיכור די!!!

אפגעריסענער!


סארי !!

איך האב פארגעסן צו שרייבן פארוואס ביסט א טיפש!!!

די ביסט דער פארטרטער פאר וועם?????
בערישס קינדער???
לוזער!!!
גיי פאק ספרים פאר די געלט!

_________________

hotwire » 18/10/2007 15:17

נאך אמאל זייער קלאר די פלאץ לעבען טאטען איז געווען מסודר פאר די לויה, נאך ווען די שוועסטער וואגשאהל איז געשטארבען, דאס אויפהאלטען די לויה האט מען געטוען אהן קיין שום ספציעלע סיבה, סתם כדי להגדיל הטראסק והאטענשען


ר' אביש האט געזאגט פאר ר' ישראל האגער אז יעדען טאג קומען זיי אהן מיט נייע שיגאנעס, אין לדבר סוף, ער וויל זיי נישט חתמנ'ן גארנישט, אין פטור.

די בית החיים האט ר' בעריש גערופען ר' אביש אין קאורט אין ער האט פארלוירען

אין מה לעשות די ספינקא חסידים וואס זענען געווען ביי ר' הערשעלע (נישט די שובבי"ם צוהערער,ס) זענען רובו ככולו געבליבען ביי ר' אביש, ר' בעריש מיט ר' אייזיק צוזאמען האבין נישט גענומען קיין 5 פראצענט

גוטזאגער » 18/10/2007 17:57

העי?
ווי קומט דא אריין פראצענטן?
אזז א רויבער האט פארכאפט די שול היעלה על הדעת אז ער ווערט גאר דער לעגאלער יורש?

ווער קומט מיט שיגאנען? פארוואס פארגינט ער נישט זיין ברידער דעם כבוד האחרון לאחר מותו?
דאס הייסט א בלוטדורשטיגער רוצח, וואס ווערט נישט זאט, נאכדעם וואס ער האט זיך חדשים ארויסגעדרייט פון געבן א סעמפל צו ראטעווען זיין עלטערן ברידער

דאס הייסט א רוצח, ווען ער האט פאר יעדן פרייז נישט געוואלט אז זיין עלטערע ברידער זאל נקבר ווערן דארט.

עס קוקט אויס קלאר פאר יעדן אז זיין רשעות האט ממש נישט קיין גבול.

יענקעלע11 » 18/10/2007 21:12

די בערשונים מאכן מיך נערוועיז, און איך קען מיך נישט אייהאלטן,
איך קען דא איבערשרייבן דעם קעפל אקאראט ווי זיי פרעגן
"האט טאקע אין ספינקא רשעות נישט קיין שיעור???",
לא חסיד ספינקא אני ולא בן חסיד ספינקא אני,
אבער איך בין געווען אין קראלי בית המדרש אין וויליאמסבורג אויף א ברית
און דער קראלער רב שליט"א האט זיך זייער מתמרמר געווען אויף די בערשונים,
לדעתו,  זענען זיי גאר די וועלעכע זענען מבזה זייער טאטן,
מען האט זיי אלעס נאכגעגעבן און יעדן טאג קומען זיי אויף מיט פרישע תביעות
און טענות, און זיי האפן אז אולי ואולי וועט ר' אביש שוין ענדליך איינמאל זאגן ניין,
און דאן וועלן זיי שפרינגען אז ר' אביש איז מבזה זיין עלטערן ברודער ז"ל,


בערשונים, אויב איז ר' אביש נישט בעל הבית דאן לייגטס א מצבה פון 8 שטאק הויעך,
טאמער איז ער יא בעל הבית דאן הערטס אויף מיט אייער סטאפידיטי און לייגטס
א נארמאלע מצבה ווי עס פאסט פאר רבי בעריש ז"ל,
אויב טענה'עט איר אז ר' אביש איז נישט בעל הבית נאר ער האט דעם בית החיים בגנבה
דאן רופטס עם אדער זיין קהל צו די תורה, (די ערכאות וואס איר האט עם גערופן האט איר דאך
אנגעוואוירן), ר' אביש דארף זיין צודרייט עפעס אינטער צו שרייבן פאר אייך, ער האלט
אז ער איז דער ממלא מקום (גערעכט צו אומגערעכט) פון זיין טאטן,
און למעשה האלטן אזוי רובא דרובא מחסידי ספינקא, אדרבה לדעתו האט מען פון
עם גאר באגנבעט דעם בעדפארד בנין און דעם קעמפ,

לסיכום: די פרשה ברענגט בכלל נישט קיין כבוד פאר רבי בעריש ז"ל
און די מחלוקה איז נישט קיין שום טובה פאר די נשמה
אפילו אויב עס איז אמת אז דער שכיב מרע האט אזוי געבעטן (וואס איך גלייב נישט),
איז זיין צוואה בכלל נישט מחייב ר' אביש'ן, ר' אביש טיט וואס עס איז גיט פאר "עם"
און אויב זענט איר נישט צופרידן דאן סטראשעט נישט מיט דין תורה נאר שיקט
עם גלייך א הזמנה לדין וואס כפי השמועה איז ער גרייט צו גיין ווייל ער קען נאך גאר
באקומען דעם בעדפארד בנין און דעם קעמפ,

געדענקט: די מיטלייד און סימפאטיע צו משפחת רבי בעריש ז"ל וועפט אויס טאג טעגליך,

ערליכעאיד » 18/10/2007 21:27

איך פארשטיי אויך נישט קיין סאך צו די ספינקא פאליטיק אבער פון דאס ביסל וואס איך הער דא און דארט (וואס איך ווייס אויך נישט וואס איז אמת און וואס נישט...) קען איך נישט פארשטיין וואס עס שטערט פאר ר' אביש אז זיין ברודער זצ"ל האט דע זעלבע סייז מצבה ווי זייער פאטער?
דאס מאכט איהם דען אויס מ"מ אלץ ספינקא רבי?
פארוואס טשערט איהם אז אלע ברודערס האבען די זעלבע סייז ווי דער טאטע?

יענקעלע11 » 18/10/2007 22:06

איך פארשטיי אויך נישט צו די ספינקא פאליטיק
און פרענקלי עס אינטרעסירט מיך גאנץ ווייניג,
נאר די מחלוקה איז זייער מיאוס און רשעותדיג,
רבי בעריש איז אוועק פון די וועלט מיטן אנגענומענעם פאקט
אז ער איז געווען א איד וואס איז געווען א בורח מן המחלוקת
און דריבער האט ער אפגעצויגען פון דעם אלטן ספינקא בית המדרש
און זיך געפענט א אייגענעם בית המדרש אלעס נאר למען השלום
און צו זיין א בורח מן המחלוקת, און דא שפייען עם די אייגענע קינדער
אין פנים מיט א מחלוקת וואס וועט קיינעם גארנישט ברענגען
קיין איין ספינקער חסיד וועט נישט איבערלאזן ר' אביש, 
און די בערשונים וועלן נישט באקומען פון די מחלוקה קיין איין איינציגן דאלאר
און קיין כבוד זיכער נישט, על כן לטובת נשמת רבי בעריש ז"ל זאג איך "הרף"
הערטס אויף,

אגב, ווער זאגט אז פאר ר' בעריש קומט זיך די זעלבע סייז מצבה ווי
פאר זיין טאטן? (אפשר יא, און אפשר נישט),
ווער זאגט אז ר' אביש לאזט נישט לייגן די זעלבע סייז מצבה?
(לפי דברי הקראלער רב האט ר' אביש אלעס נאכגעגעבן),
אבער למעשה איז נישט דאס די אישוי,
רבי בעריש ז"ל וואס בחיים חיותו האט נאכגעגעבן אלעס למען השלום
ווערט ליידער שטארק מבוזה פון די דאזיגע מחלוקת,
און דאס איז מיין פוינט.

איך האב באקומען אין די פאר מינוט זייט איך האב געשריבן מיין תגובה
18 תגובות אין אישי וכולם פה אחד זענען מודה צו מיר,
דא האט איר איין ביישפיל פון א תגובה,
Berish -abish

as always A-1.
btw a lower matzeivah is not a such a bezoiyan as the narrisha mahloikeh



גוטזאגער » 18/10/2007 22:37

יענקעלע
איך בין זייער שטארק מחולק מיט דיר, אויפן באזיס אז
וואס שטערט דעם יונגערן ברידער אז די מציבה פון זיין עלטערע ברידער איז אזוי ווי די משפחה וויל !

איי זאגסטו אז ס'איז אים נישט מחייב - ווייסט פארוואס?
ווייל ער האט גערויבט די נכסים, די בית החיים און דעם בית המדרש

נישט ווייל רבי הערשעלע זצ"ל האט עס אים געגעבן בתורת צוואה.

אויב אזוי, אז דו ביסט א גנב, האסטו נישט קיין שום רעכט אפצוהאלטן דאס לייגן א מציבה, נישט קיין חילוק צי עס שמעקט דיר יא אדער נישט.

יענקעלע11 » 18/10/2007 22:49

איך מיט דיר וועלן נישט מחליט זיין ווער עס איז גערעכט,
דו שרייסט אז ר' אביש איז א גנב,
און ר' אביש (אדער זיינע חסידים) טענה'ען אז ר' בעריש האט צו גענומען
דעם בנין אויף בעדפארד און די קעמפס, שלא ביושר (איך האב נישט געשריבן געגאנבעט)
למעשה האט ר' בעריש ז"ל קיינמאל נישט גערופן ר' אביש'ן צו דין תורה,
און ר' אביש אלץ מוחזק איז יא בארעכטיגט צו טין וואס ער וויל,
און גוטזאגער האט נישט קיין רעכט צו שרייען אז ער איז א גנב,
אגב, די חסידי ר' אביש טענה'ען אז ר' הערשעלע האט געזאגט בתורת צוואה
אז ר' אביש זאל זיין דער מ"מ, (גיי ווייס!!!)
גוטזאגער, אפשר זאגסטו מיר וואס ארט די בערשונים אז ר' אביש
וועט האבן א גרעסערע מצבה פון ר' בעריש, הא?,
און אפשר איז גאר א בזיון פאר ספינקא אז ר' בעריש זאל האבן די זעלבע מצבה
ווי רבי הערשעלע זצ"ל,
על כל פנים די מחלוקה איז זיכער א בזיון גדול
פאר רבי בעריש ז"ל און דאס דארף סטאפן, 

יענקעלע11 » 18/10/2007 23:06

יעצט באמערקט:
איינער מיטן נאמען "השם יעזור" האט דאס פאלגענדע
געשאריבן אונעם פורום "בחצרות החסידים" און די תגובה
ווארפט א קלארע ליכט איבער די גאנצע פרשה,

האמת שממש ממש לא רציתי להגיב על העניין הזה, לא פה ולא בפורומים השכנים, אבל הבזיון עובר כל גבול.

לכן אני נותן לאצבעותי להקליד במקומי, את האמת לאמיתה ללא גינוני מלכות וחוקה. וה' הטוב יכפר

מאז היווסדה של החסידות בימי הבעש"ט ועד ימינו אלה, לא קרה כדבר הזה שלולי שראיתי בעיני כאן לא הייתי מאמין שזה יכול לקרות והנה זה קורה למול עינינו ולגודל בושתנו, שילדים נערים מנוערים מדעת מבזים ומשפילים את אביהם ולא נותנים לו להיקבר ואחר כך לא נותנים להקים מצבה על קברו!.
וכל זאת למה?
בכדי להישאר כמה שיותר בתודעת הציבור שלולי תעלוליהם השפלים, אף אחד לא ידבר עליהם ולא יזכור בכלל שהם קיימים!.
ובמה דברים אמורים,
לפני כמה שנים כשנפטרה בתו של האדמו"ר רש"צ מספינקא זצ"ל, נוצרה לראשונה השאלה מה עושים עם הנשים, האם קוברים אותם בתוך האוהל, מחוץ לאוהל או באוהל נפרד, ואז החליטו לקבור אותה בתוך האוהל והקדישו מקום מיוחד לנשים שם נקברה גם לפני שנה הרבנית אשתו של ר"ב,
באותו זמן כשעלה הדיון על קבורה באוהל, כבר נדון מקום קבורתו לעתיד של ר"ב, ואז הובטח לו באופן הברור ביותר מקום קבורתו השמור לו,
והנה לפתע פתאום רעש וצלצולים, "אביש לא נותן לקבור את בעריש" ומתחילות ריצות לפה ולשם ומשלחות עולות ויורדות ביניהם הגה"צ ר"י הגר גיסו של ר"ב לשמוע על מה כל המהומה ולמה ר"א לא "מרשה" לקבור את אחיו.
לתדהמתו ולתדהמת שאר העולים ויורדים, מגלים, שלא דובים ולא זבובים, הכל ברור ושריר וקיים, ואפשר לקבור אותו במקום שהובטח לו מאז, ולראי'ה, מי שרוצה יכול לעלות לאוהל אביו ולראות שהקבר כבר הוכן עוד לפני שהתחילו את הטהרה!,
פתאום שוב עולים ויורדים משלחות, נווווו ומה הפעם???
הקבר קצר יותר מקבר אביו וזה ר"ל פגיעה נוראה בכבודו של ר"ב,
הגה"צ ר"י הגר גיסו של ר"ב עולה שוב לבית ר"א ושואל אותו על זה,
למי שלא יודע ומכיר את סדרי הקבורה בארה"ב, בניגוד לארץ, שם שמים מצבה בעמידה ורק במקום הראש, יש השמים מעל הראש ויש ששמים מחוץ לראש, ההבדל הוא בגודל הקבר, כי בעת חפירת הקבר כבר שמים גם את היסוד למצבה,
מתברר שחברה קדישא טעו וחפרו קבר להעמדת המצבה על הראש במקום מחוץ לראש, בטלפון אחד תוקן הטעות.
נווווו אפשר כבר לעשות לווי'ה???
מה פתאום?
אם אפשר להתסיס את הרחוב נגד דודם שנוא נפשם, ולרכוש עוד קצת אהדה שלא ימשך לאורך זמן, למה לוותר על זה?
ושוב עולה ר"י הגר לבית ר"א, ומה הפעם???
רוצים להעמיד מצבה על קברו של אחיו בסוף השבעה!, והם חוששים שהוא לא יאפשר לכתוב עליו "בנו הגדול ומ"מ" ורוצים לסדר גם את זה עוד לפני הלווי'ה!,
ר"א אומר שיעשו מה שהם רוצים ויכתבו ככל העולה על רוחם,
נו סוף סוף אפשר כבר ללכת להלווי'ה אחרי איחור של כשלש שעות והרבה רעש ושנאה נגד הדוד, כנראה שכבר הגיעו על סיפוקם, אבל לא!,
רק עברו ימי החג והתיישבו שבעה, החליטו להמשיך בשפיכות הדמים המרושעת שלהם נגד אביהם ונגד דודם כאחד, פן ואולי יעשה מצבה לאחר מאה ועשרים של ר"א גדול משל אביהם, (לפחות טיפת שכל היה להם לא לכתוב מפורשות שמו ולהכלילו בין שאר האחים, שכולם צעירים יותר מר"א, וכולם צעירים ובריאים לאוי"ט), ושלחו את המכתב בזיון המתפרסם כאן לר"א ושוב על ידי ר"י הגר,
הפעם אמר לו ר"א עד כאן,
גם לשגעון וטירוף הדעת יש גבול, ראית כבר בהלווי'ה כאשר ללא סיבה ומטרה עוררו שערות רוחות, ראית כבר שכל מטרתם הוא הטרדה וניצול כל דרך להכפשה ולעורר מהומות מיותרות,
אני לא מוכן להמשיך במשחק הזה, אם אני חותם עכשיו גם על זה, לא יהיה לזה סוף וכל כמה דקות הם ימציאו עוד ועוד רעיונות מטורפות ולא יהיה לזה סוף, לכן, אני לא חייב להם כלום, ולא חותם להם כלום, נתתי להם כבר כל מה שרצו, ועכשיו שיעשו מה שהם רוצים!. והם עושים!,
 משפילים את כבוד אביהם באי שימת מצבה שהיתה קפידא בזידיטשוב על כל ענפיהם,
וכל זאת למה?
בכדי להכפיש את הדוד שלא רוצה לרקוד לפי החליל שלהם המוציא קולות זיוף וסילוף!.
לא אכנס למערכת היחסים המכוערת לאורך שנים, אבל די לנו במה שהוטווייר ואחרים כבר הזכירו בפורומים אחרים,
ועל זה אין מענה בפי אלה שאין לי מושג איזה אינטרס יש להם, אבל ברור לי שהם לא חסידי ר"ב, נראה לי יותר שעמידתו של ר"א לצד האדמו"ר מסאטמאר מהר"א, הוא הגורם להתייצבותם לצדו של בני ר"ב,
ולכן על פניו הם גם לא מכירים את המערכת המסועפת שהלך שם לאורך שנים, מה שמסביר גם לכאורה למה הם לא עונים לטענות המוכיחים שר"ב ובניו אינם טלית שכולו תכלת לעומת דודם "הרשע המתאכזר לאחיו המת" וכו' וכו'.
לבסוף הצעה קטנה לחברי הפורום, חבל לבזבז מילה נוספת על פרשיה עלובה זו, נמתין כולנו בסבלנות, עד שהיא תיגמר מאלי'ה בדרך זו או אחרת, ותחזרו לאשכול הזה חצי שנה אחר כך ותספרו לי מי זוכר שהיה אדם בשם ר"ב שהיה מ"מ אביו, ובנו יקירו ממשיך את השושלתא קדישא, באותו הזדמנות תספרו לנו גם איך נראית האחדות בין האחים הק' בני ר"ב, האם הוא עדיין מחזיק מעמד ובאיזה אופן.....


עפשטיין » 18/10/2007 23:10

האטווייער

דאס אז מענטשען לאזען נישט איבער א בית מדרש איז נישט קיין ראיה אויף גארנישט.

גוטזאגער » 18/10/2007 23:19

יענקעלע דו שרייבסט:

ר' אביש (אדער זיינע חסידים) טענה'ען אז ר' בעריש האט צו גענומען
דעם בנין אויף בעדפארד און די קעמפס, שלא ביושר (איך האב נישט געשריבן געגאנבעט)

געב מיר א ברעיק. ער האט אים אוועקגענומען אלעס וואס ער האט נאר געקענט. דער בנין איז אלעמאל (העכער 30 יאר) געווען אויף דעם נאמען פון ר"ב.

למעשה האט ר' בעריש ז"ל קיינמאל נישט גערופן ר' אביש'ן צו דין תורה,
און ר' אביש אלץ מוחזק איז יא בארעכטיגט צו טין וואס ער וויל.
 
די תורה הק' לאזט נישט טאן וואס ער וויל. ער א פארברעכער און א גנב. און ער טוט טאקע וואס ער קען ! נישט עפ"י דת תוה"ק.

און גוטזאגער האט נישט קיין רעכט צו שרייען אז ער איז א גנב,
פארוואס? אז איינער בא'גנב'ט זיין עלטערן ברידער, איז ער א גנב. פינקט ווי דער רבי פון תו"א האט בארויבכט זיין עלטערן ברידער (מיט אלע הייליגע תירוצים פון פאספארט וכדומה). אבער גנבים זענען זיי ביידע.

אגב, די חסידי ר' אביש טענה'ען אז ר' הערשעלע האט געזאגט בתורת צוואה
אז ר' אביש זאל זיין דער מ"מ, (גיי ווייס!!!)
פינקט אזוי אמת ווי דער בירך משה האט געשריבן די צוואה אז רז"ל זאל זיין מ"מ. (גלייבסט טאקע אלע שטותים)?

גוטזאגער, אפשר זאגסטו מיר וואס ארט די בערשונים אז ר' אביש
וועט האבן א גרעסערע מצבה פון ר' בעריש, הא?
געוואלד און געשריגן... ער לעבט און דער עלטערער ברידער נישט. נאך זיינע 120, קען ער האבן אזא מציבה ווי ער וויל.

און אפשר איז גאר א בזיון פאר ספינקא אז ר' בעריש זאל האבן די זעלבע מצבה
ווי רבי הערשעלע זצ"ל,
דאס אז ר' אביש האט זיך געזעצט אויפן פאטערס ארט איז סאך א גרעסערע בזיון. (אין מיינע אויגן. ער האט זיך אויפגעווירט ערגער ווי א שחור, ווען זיין ברידער איז געווען שטערבליך קראנק. דאקטוירים האבן זיך געווינדערט אז דער יונגערער ברידער וויל ניטאמאל לאזט טשעקן זיין "מארך". צו ראטעווען זיין עלטערע ברידער. - דאס איז א בזיון פאר הצדיק הקדוש רבי הערשעלע זי"ע.

על כל פנים די מחלוקה איז זיכער א בזיון גדול
פאר רבי בעריש ז"ל און דאס דארף סטאפן
לאז ער נאכגעבן די מציבה ושלום על ישראל.

יענקעלע11 » 18/10/2007 23:33

גוטזאגער,
איך אליין וואלט נישט געקענט באשטעטיגן מיין תגובה
אזוי גוט ווי דו האסט דאס דא געטוהן,
מיט דיינע שטותים נוראים האסטו נאר קלאר באשטעטיגט
אלעס וואס איך האב געשריבן,
יישר כחך.

גוטזאגער » 18/10/2007 23:39

איך הייב אן קלערן, אז יענער פון בחצרות מיינט אפשר דיך...
ווען ער שרייבט אז די חסידים פון רבינו שליט"א נעמען זיך פאר אביש, ווייל אביש איז נוטה צו אונז.

ער איז אפשר גערעכט. ס'איז אבער א פינסטער בזיון.
ווייל ער איז א גנב.

hotwire » 18/10/2007 23:52

גוטזאגער, וואס איז די בזיון אז רבינו שליט"א האט איהם אזוי ווארעם באגריסט נאך די הקפות מיט ביידע הענט מיט א גרויס שמייכעל געבענדיג ברכת קדשו


זעהט אויס אז די בערשונים האבין שוין ווייטער די בעקעריי אפען, א פרישע פורים תורה וואס קיינער האט נאך ביז היינט נישט געהערט, ר' אביש האט נישט געוואלט געבען מארעך פאר די ברידער

די דערמאנסט מיך די מעשה וואס די קלז"ב חסידים רופען רבינו בעל דברי יואל/ויואל משה/ עה"ג ועה"ת א רוצח ווייל ער האט געהארגעט זייער רעבינס קינדער ביים קריג

גוטזאגער » 19/10/2007 00:00

אז די האסט נישט געהערט, איז נישט אזא עבירה.
אבער אז דער יונגערער ברידער זאל לאזן זיין עלטערן ברידער אויסגיין... דאס איז אומדערהערט!

לייג מיר נישט אריין ווערטער, אז אביש האט גע'הרג'ט זיין עלטערן ברידער.
ער האט אבער עובר געווען אויפן לא תעמד על דם ריעך ! (אחיך...!) מיט א קאלטבלוטגיקייט...

יענקעלע11 » 19/10/2007 00:01

גוטזאגער,
ווי האסטו געזעהן אז איך נעם מיך אן פאר ר' אביש?
להיפוך, איך האב מיך אנגענומען פאר רבי בעריש'ס כבוד,
איך שרייב קלאר אז איך האלט נישט מיט מיט די ספינקא פאליטיק,
און איך ווייס נישט וואס עס איז געווען דער רצון פון רבי הערשעלע זצ"ל בנוגע מ"מ,
מיין פוינט איז זייער פשוט, אויב האסטו טענות, דאן שיק א הזמנה לדין,
אזוי ווי אין סאטמאר, באבוב, תולדות אהרן, קראסנע וכו'
און דיין מיינונג ווער ס'איז גערעכט און ווער ס'איז א גנב איז
 לגמרי זינלאז, דיין מיינונג איז קיין מיינונג,
 און דער פאקט אז מען האט נישט געשיקט קיין הזמנה לדין תורה
ווייזט קלאר אז ידיכם על התחתונה,
און דאס שלעפן די לוי' און די הקמת המצבה און די גאנצע מחלוקה
איז א געוואלדיגער בזיון פאר די נשמה פון רבי בעריש ז"ל,
והדברים פשוטים מאוד,
איך האב א OPEN MIND אין די גאנצע פרשה,
און די ביסט מלא שנאה ורוגזה אויף ר' אביש און דריבער
ביסטו זייער איינזייטיג,
גואזאגער, כפי שיטת הזאלונים, ביסטו א פערפעקטער קאנדידט צו זיין דער
דיין ביי די דין תורה אין ספינקא, סא, LETS GO.

שורשנגח » 19/10/2007 00:14

האקט נישט אין קאפ אריין.

די קינדער פון ר' בעריש ז"ל זענען א באנדע ילדים קטנים און דרייען א קאפ, יעדן טאג שפרינגען זיי אויף מיט אנדערע שטותים און בעלאניס, אלעס צו פארשעמען ר' אביש שליט"א, און צו קענען וויינען און שרייען דא אויף הייד פארק .

מאכט צו די אויגען און שטעלט אייך פאר אז די אהרונים זענען בעל הבית אפען בית החיים און ר' זלמן מאכט צו די אויגען... וואלטן די אהרונים געלאזט לייגן די זעלבע מציבה פון רביה"ק בעל ברך  משה, דאס זעלבע איז ווען די זאליס זאלן האבן די בית החיים פארקערט.

טא וואס איז ספינקא אנדערש?

בנוגע די ספינקא תלמוד תורה אויף בעדפארד עוו. איז געליגען טאקע אויף ר' בעריש נאמען, אבער די ספינקא בית המדרש און די הויז פון ר' הערשלע ז"ל איז געליגען אויף ר' אביש נאמען צוזאמען מיט משפחת שטיינמץ, אז די ת"ת באלאנגט פאר ר' בעריש, איז די ביהמ"ד באלאנגט פאר ר' אביש.

ארגינעלער » 19/10/2007 01:07

יעקעלע און די אלע פארטיידיגערס פון ר' אביש ירום הודו.
איר זענט אומוויסענדיג אויף פארשידענע חלקים פון די מחלוקה, איר ווייסט נישט די פאקטען און נישט די מאטיווען אונטער די פאקטען, איך וועל אנהייבען מיט אביסעל בעקגראונד אינפארמעישען.

צו ווייסט איר אז הרה"צ ר' בעריש זצ"ל האט געקויפט א חלקה בערך 100 פיס אוועק פון די חלקה פון ספינקא???
ווען האט ער דאס געקויפט??
פארוואס האט ער דאס געקויפט??

צו ווייסט איר אז הרה"צ ר' בעריש האט געלאזט צוואה בשנת תשס"ו ווען עס איז אנטדעקט געווארען ביי אים די ביטערע מחלה אז מען זאל אים נישט לייגען אין טאטענס אהל נאר אין זיין אייגענע חלקה???

פארוואס האט ער זיך מיישב געווען און מקבר געווען אשתו הרבנית ז"ל אין אהל פון זיין הייליגען טאטען???

דאס איז בנוגע די ביה"ח


צו ווייסט איר אז ר' אביש איז געקומען מנחם אבל זיין אחיו הרה"צ ר' בעריש זצ"ל על פטירת אשתו??
צו ווייסט איר אז זינט דאן האט הרה"צ ר' בעריש מכבד געווען און אויפגענומען בכבוד גדול ר' אביש'ן ביי יעדע געלעגענהייט???
ר' אביש האט באקומען בענטשען ביי שבת שבע ברכות ביי הרה"צ ר' בעריש זצ"ל'ס אינגסטע זין חשון תשס"ו????

איבער וואוס האט אויסגעבראכען די פרישע פייער פון מחלוקת???
ווען מען האט
פארוואס איז שוין ר' אביש נישט געקומען סוף אלול צו די הכנסת ספר תורה וואס זיין עלטערער ברודער האט געמאכט בשארית כוחותיו???

און איצט איבער די לווי'

וואס איז געווען דער אפמאך אין שפיטאל לפני יציאת נשמה??
וואס האט זיך ארויסגעשטעלט צופרי דער פאקט אויפען בית החיים??
וויפיל אזייגער איז מען געוואר געווארען פונעם פראבלעם??
וויפיל צייט איז געווען פון ווען מען האט פארלאנגט צו פארעכטען דעם פראבלעם ביז די באשטימטע זמן פון די לווי' (וואס האט געגעבען די מעגליכקייט אלעס צו פארווישען שטילערהייט)??
ווי אזוי איז דער קבר געווארען מסודר סוכ"ס נאך עטליכע שעה ווארטען??

ווען איז נולד געווארען דער פראבלעם מיט די מציבה?
וואס איז געווען מיטען ערשטען מציבה פערמיט וואס ר' אביש האט געגעבען פאר הרה"צ ר' ישראל האגער?? און פארוואס האט מען געדארפט א צווייטען פערמיט??

וואס איז די סטאטוס אויפען יעצטיגען מאמענט???

ווען איך וועל ענדיגען מיט באשרייבען די פרטים, וועלען מיר צוביסלעך אנהייבען אריינצוגיין אין ר' אביש'ס 50 יעריגע היסטאריע און די 20 יעריגע מחלוקה...

ובזה החלי

_________________

Ziskeit » 19/10/2007 01:23

די משוגעים וועלן פארדרייען דעם שמועס וויפיל זיי קענען אבער זיי וועלן בשום אופן נישט ענטפערן מיין שאלה:

אן נעמען א צד אין די מחלוקה, פארוואס גייט אן פאר ר' אביש שליט"א אז דער עלטערער ברודער באקומט פונקט אזא גרויסע מציבה ווי זיין טאטע?

זאל ער נאכגעבן דעם פוינט, והכל על מקומו יבוא בשלום.

_________________

שורשנגח » 19/10/2007 01:40

איך האב דיר זייער פשוט גענטפערט.

די קענסט נישט ליינען?

און נאכמאל הערט אויף מיט די שטותים און וויינערייען די גאנצע זאך איז שטותים און קינדערישע מעשים עס פאסט פאר כתה א' אינגלעך

ארגינעלער » 19/10/2007 01:48

יעקעל אלס וועטעראן שרייבער וועל איך דיר געבען דעם כבוד און ענטפערען קודם דיינע טענות על ראשון ראשון ועל אחרון אחרון, אבער איידער וואס ווען אביסעל היסטאריע פונעם נישט ווייטען עבר.

 

חודש אב תשנ"ז לפק האט הרה"ק מספינקא זצ"ל אויסגעהויכט זיין הייליגע נשמה אויף א הויכען אופן למעלה מהשגתינו וואס ממש נאר יחידי סגולה האבען די זכי' צו דעם.

 

תיכף נאך די לווי' האט הרה"צ ר' בעריש זצ"ל מגלה געווען אז ער פלאנט אוועק צוגיין פון ביתהמדרש און זיך עפענען א נייעם קרעמעל למען השלום און צו האלטען הייליג זיין טאטענס נאמען אז עס זאל נישט זיין קיין מחלוקת אין ספינקא.  ער האט נישט פארפירט אין די גאס און נישט אין בית המדרש,  זיך אנגענומען א מויל מיט וואסער און געגאנגען זיין וועג בשלום ובשלוה זיך נישט געקריגט מיט קיינעם און איבערגעגעבען בכבוד גדול די גאנצע קהלה און חסידים פאר זיינע 2 ברודערס ר' אביש און הרה"צ ר' אייזיק שליט"א.

 

ער איז געקומען ווייטער יעדען פרייטיג צונאכטס צו ליכט בענטשען זאגען א גוט שבת פאר די מאמע אינאיינוועגס האט ער זיך שוין אויך באגריסט מיטען ברודער וואס איז אייביג פערצופאל פונקט דאן געזיצען אויפען טאטענס בענקעל אין ספרים שטוב און געלערענט בשעת הדלקת הנירות.

 

לכאורה איז געווען שלום ושלוה, עד שקפצה רוגזו של ר' אביש און ער האט בעצם שמיני עצרת ארויסגעווארפען זיין שותף און ברודער הרה"צ ר' אייזיק פון בית המדרש כידוע לכל.

דאן האט אויסגעבראכען די ערשטע מחלוקה אין ספינקא.

 

אפילו א בלינדער וועט מוזען מודה זיין אז אויב מחלוקת אין ספינקא איז דאס ר' אביש גורם און נישט הרה"צ ר' בעריש זצ"ל. 

(דרך אגב, יענעם יום טוב האט הרה"צ ר' בעריש אריבערגעשיקט פאר הרה"צ ר' אייזיק אלע צרכי יום טוב אינמיטען יום טוב)

 

 

בשנת תשנ"ט נאך א פארצויגענע מערכה איבער דעם בית החיים סיי דורך רבנים און סיי דורך "ליידער" ערכאות לא עלתה בידו פון הרה"צ ר' בעריש אז דער בית החיים זאל איבערגעגעבען ווערען פאר אלע געשוויסטער האט הרה"צ ר' בעריש שליט"א זיך געקויפט א חלקה אויפען זעלבען בית החיים בערך 100 פיס אוועק פון די ספינקא חלקה און געשריבען צוואה אז מען זאל אים דארטען מקבר זיין לאחר אריכת ימיו ושנותיו.  ווען הרה"צ איז ליידער קראנק געווארען בחורף תשס"ו האט ער מוסיף געווען אז אפילו אויב אלץ "מה יאמרו הבריות" וועט ר' אביש לאזען מקבר זיין אין אהל, וויל ער דאך נישט פאר פארשידענע טעמים איינע פון די טעמים איז געווען אז ער וויל אז זיין רעביצין זאל ליגען צוזאמען מיט אים און אויב אים וועט ר' אביש לאזען מקבר זיין ווייל ער איז אוועק אזוי טראגיש יונג און עס וועט אויסקוקען שלעכט אויף די גאס, אבער זיין רעביצין קען נאך מאריך ימים זיין און דאן וועט דער לחץ פון "מה יאמרו הבריות" נישט זיין אזוי שטארק און מען וועט איר מעגליך נישט מקבר זיין אין אהל ממילא וויל ער אויך נישט זיין אין אהל פון זיין הייליגען טאטען.

 

Fast forward

 

ווען הרבנית הצדיקת ז"ל איז ליידער אוועקגעריסען געווארען באופן פתאומי אויף א טראגישען אופן און הרה"צ ר' בעריש איז אויך פארוואונדעט געווארען און געלעגען אין שפיטאל מיט יסורים נוראים סיי פון די ביטערע מחלה ליידער און בנוסף צו די שווערע איבערלעבעניש פון דעם עקסידענט זענען אחיו הרבנים הרה"צ ר' אייזיק והרה"צ ר' נפתלי אריבערגעקומען אין שפיטאל אין זייער הארץ איז צוריסען געווארען פון דעם שווערען מצב אין וואס זייער עלטערע ברודער געפינט זיך ליידער.  

וועלענדיג אביסעל גרינגער מאכען דעם ברודער אין זיין ביטערען בראך האבען זיי געשפירט אז אויב זיי וועלען ערלעדיגען אז מען זאל מקבר זיין די רבנית אין אהל וועט עס אביסעל פארלייכטערען איבערצוטראגען דעם בראך.

 

הרה"צ מקראלי האט אנגערופען ר' אביש און ערלעדיגט אז מען זאל קענען מקבר זיין הרבנית הצדיקת אין אהל הקדוש.  מיט א פרייליכען געמיט איז ער אריבערגעקומען צו הרה"צ ר' בעריש אין שפיטאל צוזאמען מיט אחיו הרה"צ ר' אייזיק און די קינדער פון הרה"צ ר' בעריש און אים איבערגעגעבען די בשורה נוראה אז זיין רעביצין איז נפטר געווארען און בד בבד אים געזאגט אז מען האט שוין גערעדט מיט ר' אביש אז מען קען איר אריינלייגען אין אהל הקדוש.

 

הרה"צ ר' בעריש האט זיך אנגערופען איך וויל נישט ליגען אין קרקע גזולה און איך וויל נישט אז מיין רעביצין זאל ליגען אין קרקע גזולה, דער בית החיים באלאנגט נישט פאר מיר און נישט פאר ר' אביש עס באלאנגט פאר אלע יורשים און ווי לאנג מען צוטיילט זיך נישט איז דאס קרקע גזולה און איך וויל מען זאל מקבר זיין די רעביצין אין מיין אייגענע חלקה.

 

אחיו האדמורים מיט די הילף פון הרה"צ אב"ד סאטמאר ב"פ ובניו הרבנים הגאונים הרב ר' יוסף, הרה"צ דומ"ץ סאטמאר בארא פארק און הרה"צ ר' מרדכי אהרן האבען ארומגעארבעט עטליכע שעה אין די נאכט ביז פארטאגס און אויסגעארבעט א שטר קבלת קנין ומכירה. אין דעם שטר האט מען צוטיילט די ירושה פונעם אהל, מען האט אויסגעמאלען א מאפע ווי א יעדעס קינד וועט האבען זייער חלק לאמוע"ש, יעדער האט מקבל קנין געווען און יעדעס חלקה איז געווארען די אייגענטום פון דעם בעל הקבר.  היינו הרה"צ ר' בעריש האט קונה געווען און אלע ברודער האבען אים מקנה געווען זיין חלקה אין זיין רביצינס חלקה וכן הלאה אויף יעדען קבר.

 

די קבלת קנין איז געווען בפני עדים מיט א שטר וואס הגה"צ אב"ד סאטמאר בארא פארק, ובנו הדומ"ץ שליט"א און הרה"צ אב"ד וויזניץ מאנסי והרה"צ מתולדות צבי וקראלי האבען אויסגעארבעט מיט א הלכהדיגען תוקף.

נאר נאכדעם וואס אלע ברודער האבען מקבל קנין געווען איז מען געגאנגען צו די לווי' פון די רעביצין ז"ל.

 

המשך יבא.

תמצית, די קברים פון הרה"צ ר' בעריש ואשתו הרבנית איז לכל הדעות זיין אייגענע קרקע.  כאטש על פי חוקי המדינה איז דאס פארשריבען אויף קהל בית יצחק וואס איז אונטער ר' אביש.

_________________

 



תוקן על ידי ארגינעלער ב- 19/10/2007 1:49:13

ארגינעלער » 19/10/2007 02:03

נאכדעם וואס ר' אביש האט אים מקנה געווען זיין חלקה אויפען בית החיים האט הרה"צ ר' בעריש בטוב לבו זיך באדאנקט פאר אים און האט אים אויפגענומען בכבוד גדול ווען ער איז געקומען מנחם אבל זיין און ווען זיי האבען זיך געטראפען און מען האט געמיינט אז די אומשטענדען האבען שוין צוגעברענגט אז עס זאל ווערען שלום ושלוה אן קיין שווער הארץ פון ברודער אויף ברודער.

 

אבער ..... כים נגרש, ר' אביש האט געשפירט אז דער ברודער קען שוין אפשר האבען א צל של ספק אז ר' אביש איז שוין צופרידען וואס ער האט דערלעבעט און מער וועט מען נישט האבען קיין רדיפות פון אים.  איז געקומען בתוך השבעה האט הרה"צ ר' בעריש געשיקט צו ר' אביש איבערקוקען דעם נוסח המציבה, (ר' אביש דארף געבען דעם פערמיט אז מען זאל קענען לייגען די מציבה און דארף עפראווען די נוסח המציבה).67

 

כאן מצא בעל חוב מקום לגבות את חובו, נישט אראפשלינגענדיג דעם פאקט אז ער האט געמוזט אריינלאזען זיין ברודער און רביצין אין אהל הקדוש האט ער אנגעהויבען מעקען און שרייבען אויף די מציבה כאדם העושה בתוך שלו.  הרה"צ ר' בעריש האט זיך געבעטען צו אים, האסט מקבל קנין געווען אז דאס איז מיין חלקה, וואס גייט דיך אן וואס איך שרייב?? אבער היא בשלו האט ער אין די שבעה געפייניגט זיין קראנקען ברודער וואס באגראבט נעבעך זיין ווייב אין אינגען עלטער פון א טראגישען עקסידענט, די צובראכענקייט פון הרה"צ ר' בעריש איז נישט צום באשרייבען, ער האט נאך א חתן אין שטוב און ער לעצמו איז על סף המות די קינדער בלייבען קיילעכיגע יתומים און דא קומט דער אינגער ברודער מיט א שטיינערנעם הארץ אים פייניגען על לא עול נאר כדי צו ווייזען איך בין בעל הבית און פארדעם דארף זיך דער קראנקער ברודער ארום רייסען אויף יעדען ווארט פון די מציבה וואס ער שטעלט אויף זיין אייגענע חלקה וואס ער האט קונה געווען.

 

ליידער האט גארנישט געהאלפען ביז אנשי הרה"צ ר' בעריש האבען געזאגט פאר ר' אביש, טויט אדער רויט, די מציבה גייט ווערען ארויפגעשטעלט ככלות השבעה מיט ראיאטען און מיט הריגות אבער די מציבה וועט ארויפגיין.  ר' אביש האט פארשטאנען אז די וועלט וועט דאס נישט פארשווייגען האט ער בלית ברירה געגעבען דעם פערמיט ארויפצושטעלען די מציבה וואס מען האט טאקע געשטעלט ככלות השבעה.

 

(קורא נכבד, יעצט וועט איר שוין אביסעל פארשטיין פארוואס הרה"צ ר' בעריש האט געלאזט צוואה אז מען זאל נישט ארויסגיין צו די לווי' ביז מען האט א פערמיט אונטערגעשריבען פון ר' אביש... ווי איך וועל נאך ווייטער מסביר זיין)

 

מיינט איר אוודאי אז מיט דעם האט זיך דאס גענדיגט, ווארט נאר צו זען ווי ר' אביש האט זיך נוקם געווען אויף דעם.

_________________

 



תוקן על ידי ארגינעלער ב- 19/10/2007 2:03:30

911zalis » 19/10/2007 02:03

ביטע נישט פארגעסן אז ר' בעריש ז"ל האט זיך אייביג דערווייטערט פין מחלוקת . אין אויך הרה"ק ר' הערשעלע זצוק"ל וואס האט אייביג געזוכט קיינער זאל נישט רעדן אין וויסן פין אים,
יענקעלע11, שרייב נישט קיין סטיעטמענטס בשם כ"ק מרן אדמו"ר מקראלי שליט"א ווייל נישט די אין קיינער האט פין אים נישט געהערט ... ער נעמט נישט קיין שטעלע אין לאזט די גרויסע ספינקא קהילות זיך שלאגן צווישן זיך !


תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 19/10/2007 2:28:39

ארגינעלער » 19/10/2007 02:08

דרך אגב, איינע פון די זאכען וואס ר' אביש האט פארפירט איז געווען אז מען האט געשריבען אויף די מציבה א פסוק קמו בניה ויאשרוה בעלה ויהללה  און אז מען האט געשריבען "ושם אמה ריזל" מיט די טענה אז "דער טאטע האט נישט געהאלטען דערפון און איך קען דאס נישט באגלייטען".

ארויסקומענדיג אויפען בית החיים צום הקמת המציבה זענען די באגלייטער ערשטוינט געווארען צו זען ווי אזוי אויף עטליכע קברים איז דא פסוקים מיט די מאמעס נעמען, סיי פון קברים פאר תשנ"ז און סיי נאכדעם.

דער ....... האט מיטאמאל געהאט די מינדעסטע בושה פון פייניגען דעם קראנקען ברודער אויף אזא מילתא דעבידא לגלויי.

_________________

יכול » 19/10/2007 02:12

יענקעלע,

ווער רעדט פון א די"ת דא? אוודאי וועט ר' אביש געווינען, די ביה"ח איז דאך זיינס און ער קען טאן וואס ער וויל! מען רעדט נאר פארוואס אים באדערט נאכצוגעבען פאר זיין ברידער א גרויסע מציבה און אים נישט פארשעמען לאחר מותו.

ארגינעלער » 19/10/2007 02:21

נאך די הקמת המציבה האט מען זיך געגרייט צו לייגען די מיטה ארום דעם קבר.  הרה"צ ר' בעריש האט געוואלט לייגען אן אפענע מטה אזוי ווי אויף אלע בתי חיים אריינגערעכענט סאטמאר ווי די מטה איז ארום דעם קבר און די קבר בלייבט אפען.

ר' אביש האט געמוזט ווייזען אז ער איז בעל הבית האט ער געזאגט ער געט נישט קיין פערמיט נאר אויף א פארמאכטע מטה.

ווידער האט הרה"צ ר' בעריש זיך געבעטען ליגענדיג על ערש דוי, עס איז מיין חלקה איך האב עס קונה געווען אלע ברודער האבען מיר עס מקנה געווען, איך פארשטיי אויך וואס עס מיינט א קבר און מיין קבר און מיין רעביציןס קבר לאז מיך מאכען ווי איך פארשטיי.

 

אבער די געוויינערייען זענען געפאלען אויף טויבע אוירען, מען באקומט נישט קיין רשות צו לייגען קיין מטה.  נו, נישט איז נישט לייגט מען נישט קיין מטה און מען ווארט אויף תחיית המתים.

 

איין שיינעם טאג ער"ח אדר, די קינדער פון הרה"צ ר' בעריש זענען ארויס אויפען ציון מתפלל זיין איינרייסען א ישועה פארען קראנקען טאטען, און לתדהמתם טרעפען זיי א פארמאכטע בלעך אויפען ציון פון די רעביצין.  ווי נאר זיי האבען דאס דערציילט פאר זייער פאטער האט ער אויסגעבראכען אין א געוויין  און אפגעשריבען א הארץ רייסענדע און שארפען בריוו פאר אחיו ר' אביש שליט"א.

 

ער האט געהייסען פאר זיינע קינדער אריבערגיין צו הרה"צ הישיש ר' פישעל הערשקאוויטש שליט"א דן צו זיין כדת מה לעשות.  די בלעך איז א חלק פון קבר, און אסור בהנאה און מען טאר נישט טשעפענען א קבר, פון די אנדערע זייט אז א פארמאכטע בלעך א רעה פאר די נשמה איז וואס טוט מען.  ער האט אויך אריבערגעשיקט די כתב מכירה וקבלת קנין פון די חלקה'ס אין אהל.

 

הרה"צ ר' פישעלע האט געפסקנט אז אזוי ווי על פי תורה באלאנגט די חלקה פאר הרה"צ ר' בעריש, קען א צווייטער נישט צו בויען צום קבר און ממילא קען מען אראפנעמען די בלעך עס איז אבער אסור בהנאה.  מען האט אראפגענומען דעם בלעך און געענדיגט.

 

נאך די מעשה האט הרה"צ ר' בעריש געזען וואס זיין ברודער איז עלול האט ער אריינגעשריבען אין זיין צוואה אז מען זאל נישט ארויסגיין צו די לווי' ביז דער קבר איז אויסגעגראבען אזוי ווי אפגעשמועסט און מען האט אין די האנט א פערמיט פאר די מציבה.

(ווי עס שטעלט זיך ארויס איז ער נפטר געווארען חוה"מ וואס על פי הלכה טאר מען נישט ארויסגיין צו א לווי' איידער דער קבר איז גענצליך אויסגעגראבען און גרייט מקבר צו זיין, והוא פלא)

_________________

ארגינעלער » 19/10/2007 02:24

יעקעלע און האטוויער האסט עפעס שאלות אויף וואס איך האב געשריבען ביז אהער?  פרעג ביטע און איך וועל דיר ענטפערען, יעצט האב איך צייט, מארגען וועל איך זיין פארנומען

_________________

שורשנגח » 19/10/2007 02:24

אזהרה! נישט פוגע זיין אין כבוד פון רבי בעריש זצ"ל, א איד א אוהב ורודף שלום וואס האט קיינמאל קיין פליג נישט געטשעפעט, און האט אלעמאל נאר געזוכט צו העלפן אנדערע אידן - בשמחה תמיד תוקן על ידי - בשמחה_תמיד - 19/10/2007 2:58:19

_________________

ארגינעלער » 19/10/2007 02:25

יכול, ר' אביש וועט נישט געווינען קיין דין תורה, ווייל אויף די חלקה איז ער נישט בעל הבית, אלע ברודער האבען מקבל קנין געווען דערויף.

_________________

ארגינעלער » 19/10/2007 02:26

שור, עס איז דא ענינים אין וואס די ביזט זייער באהאווענט, פרשת ר' אביש קאנסטו אבער נישט און עס וואלט נישט געשאדט ווען די ווערסט מער אינפארמירט איידער די שרייבסט אין די נושא

_________________

ארגינעלער » 19/10/2007 02:39

יעצט וועלען מיר צוטרעטען צו די פטירה אין לווי'.

בשעת הרה"צ ר' בעריש איז געלעגען בגסיסה אין שפיטאל זונטיג חוה"מ זענען זיך צוזאםגעקומען אלע ברודער מיט די שוואגערס, הרה"צ אב"ד סאטמאר ב.פ., אב"ד וויזניץ מאנסי, דומ"ץ סאטמאר ב.פ. הרב יוסף והרב מרדכי אהרן מייזליש ועוד.

הרה"צ ר' ישראל האגער האט קודם געזאגט פאר ר' אביש אז הרה"צ ר' בעריש האט זיך אויסגענומען פארשידענע תנאים אויף די טהרה, חברה קדישא, קבורה און מציבה און אז ער האט נישט קיין רעכט צו שטערען גארנישט ווייל ער האט מקנה געווען דעם חלקה פאר אים און הרה"צ ר' בעריש קען פארלאנגען וואס ער וויל אויף זיין אייגענטום על פי תורה ועל פי מענטשליכקייט.  ווי אויך האט ער אים געווארענט אז מען וועט נישט ארויסגיין צו די לווי' ביז די קבר איז אויסגעגראבען ווי אפגעשמועסט און מען האט א מציבה פערמיט אין דער האנט.

 

מען איז דארך געגאנגען אלע פרטים ומלאך ... בעל כרחך יענה אמן האט ר' אביש געמוזט מסכים זיין צו אלעם ווייל ער האט געוואוסט אז אויב נישט וועט מען אויפהאלטען די לווי' און עס וועט ווערען אן איבערקערעניש.  איין זאך האט ער זיך געשטעלט אז די מציבה זאל זיין קלענער ווי הרה"ק ר' הערשעלעס מציבה.  נאך קורצע באראטונגען האט די משפחה למען השלום מסכים געווען דערויף לפנים משורת הדין.

 

דער אפמאך איז געווען אז הרה"צ ר' בעריש וועט זיין אפגעריקט בערך אנדערטהאלבען ביז צוויי פיס פין זיין טאטען אין די ברייט, אז עס זאל זיין פלאץ פאר א דורכגאנג און ער וועט ליגען אין אייןשורה מיטען טאטען אויף די רעכטע זייט.

 

אויף אלעם האט ר' אביש געזאגט אז ער איז מסכים און מען איז זיך צוגאנגען וויסענדיג אז מען וועט קענען מקיים זיין רצונו האחרון מיט כבוד ווי עס פאסט פאר אן אדמו"ר וואס איז ליידער געווארען אזוי אויסגעלייטערט פון יסורים נוראים.

 

כבדיהו וחשדיהו, האט מען ארויסגעשיקט עטליכע אינגעלייט זאלען שטיין על המשמר צופרי ווען מען הייבט אן צו גראבען זיכער צו מאכען אז מען גראבט טאקע דעם קבר ווי אפגעשמועסט.

 

והיה הלילה למשמר והיום למלאכה

_________________

hotwire » 19/10/2007 02:44

אריגינעלער, איך גלייב דיר נישט.

תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 19/10/2007 2:57:26

ארגינעלער » 19/10/2007 02:49

האטווייער, ווארט מיט געדולד, טשעק אין די קומענדיגע טעג דיין פאסט קעסטעל וועסטו זען אלע הוכחות און הרבה יותר ממה שכתבתי כאן, ווי אויך סתם אינטערעסאנטע זאכען פון וואס ר' אביש וועט האבען אסאך כבוד אפילו עס האט נישט קיין שייכות צודי איצטיגע נושא.

 איך האלט נאך אינמיטען די מעשה, ווען עס וועט זיין פארטיג וועסטו מיר זאגען אויף וועלכע פרט די דארפסט אן הוכחה און איך וועל דיר אי"ה ברענגען.



תוקן על ידי ארגינעלער ב- 19/10/2007 2:51:03

גוטזאגער » 19/10/2007 02:57

א שאלה צו די שטיצערס פון די שרעקליכע טעראר:

ביי וועמענ'ס קידוש האט מען אריינגעברענגט געזאלצענע קעיק, און אים מבזה געווען פאר אלע ספינקער חסידים?

וועמענ'ס שידוך האט מען מיאוסערהייט אפגערעדט?

צוליב וועמענ'ס שולד איז די רביצין ז"ל קראנק געווארן?

מאכטס מיך נישט רעדן, ווייל כ'וועל פארציילן אלעס.

אויב ווילט איר אפשטעלן דעם שטינק איבערצייגט ענקער רבין אז ער זאל לאזן אפגעבן דעם ריכטיגן כבוד פאר'ן ספינקער רבי'ן זצ"ל. בחיים חיותו האט מען אים נישט געלאזט לעבן. לאחר פטירתו האט מען אים נישט געלאזט שטארבן.

און צו ארגינעלער: בראווא פאר'ן ארויסברענגען אזוי גוט די אמת'ע פאקטן.

יענקעלע11 » 19/10/2007 02:59

איך ווארט געדילדיג אויף די ענדע פון די מעשה,
און איך וואלט אויך זייער שטארק געוואלט זעהן הוכחות,
איך האב שוין פלענטי פראגעס
אבער איך וועל צו ווארטן ביז צו די ענדע,

רבי_יונה » 19/10/2007 03:07

פארוואס אינטערעסירט מיך נישט, קיין כי הוא זה נישט, די ספינקער מחלוקה?
 
עפעס פעלט מיר?

_________________

גוטזאגער » 19/10/2007 03:12

איך האב דיר שוין געזאגט כמה פעמים, אז דו גלייכסט נישט א געוויסן אשכול קום נישט אריין אהין!!!

סימפל סאלושאן.

ארגינעלער » 19/10/2007 03:14

9:00 אזייגער צופרי די אינגעלייט זעהען ווי די גויים מיט העק קומען גראבען דעם קבר און האקען אויס די אויבערשטע טיילס פאר די סייז פונעם קבר און ווי ערשטוינט זענען זיי צו זען אז דער קאפ פונעם קבר ענדיגט זיך בערך ביים הארץ פונעם טאטען הרה"ק ר' הערשעלע זצ"ל וואס מיינט אז די מציבה וועט זיין אראפגעריקט און נישט אין איין שורה מיטען הייליגען טאטען ווי אפגעשמועסט.

 

מען רופט אן דעם מתווך הרה"צ אב"ד וויזניץ מאנסי און הרה"צ ר' מרדכי אהרן מייזליש כדת מה לעשות, הרה"צ ר' מרדכי אהרן האט זיך פארבינדען מיט מר. אויערבאך, דער מענעדזשער פון בית החיים, און  געהייסען אז קודם זאל מען זען אז מען זאל אויפהערען צו גראבען ביז מען גלייכט אויס דעם "מיספארשטענדעניש" און הרה"צ ר' ישראל האגער איז דאן שוין געווען ביים וויליאמסבורג ברידזש און ער איז ארויפגעלאפען צו ר' אביש און פארלאנגט אז מען זאל זיך האלטען צום אפמאך און גראבען דעם קבר אין די זעלבע שורה אייניג מיטען טאטען קאפ צו קאפ.

 

דער "תמימותדיגער" ר' אביש האט מסביר געווען פאר אב"ד וויזניץ אז דא איז געשען א מיספארשטענדעניש אז ער האט געמיינט אז מען פארלאנגט אז די פארענט פונעם בלעך צופיסענס העכערען קבר זאל זיין אייניג מיטען טאטען, נישט דער קאפ.

 

(צו פארשטיין די ליצנות דערפון, הרה"ק ר' הערשעלע האט א לאנגע בלעך איבערען קבר וואס איז איבער א פיס לענגער ווי דעם ארון, און אזוי ווי ביי הרה"צ ר' בעריש איז געווען דער אפמאך אז דער בלעך\מטה וועט נאר זיין אזוי גרויס ווי דער ארון קומט אויס אז אדער וועט דער ארון און מציבה זיין אייניג מיטען טאטען אדער דער בלעך זיין אייניג מיטען טאטענס בלעך, און דער תמים האט פארשטאנען אז דער בלעך דארף זיין אייניג נישט דער ארון און די מציבה)

 

נאכדעם וואס אב"ד וויזניץ האט אים קלאר געמאכט דעם מיספארשטענדעניש האט ער צוגעזאגט אז ער וועט אנרופען אויבערבאך און דאס פארעכטען.

 

וויכטיג צו באטאנען אז דאס האט זיך אפגעשפילט פאר צען אזייגער בעת די לוי' איז געווען גערופען אויף 10:45 און מען האט נאך אלעס געהאט צייט צו פארעכטען איידער די גאס וועט עפעס געוואר ווערען נאך פאר די צייט פון די לוי'.

 

אב"ד וויזניץ מאנסי פארבינדט זיך אויפען בית החיים און זאגט אז מען זאל אים רופען ווי גלייך מען הייבט אן צו פארעכטען דעם קבר כדי מען זאל קענען צוטרעטען צו די לוי'.

 

עס גייט דורך א האלבע שעה א שעה און גארנישט רירט זיך מען הייבט נישט אן צו גראבען ווייטער.

 

אב"ד וויזניץ מאנסי לויפט נאכאמאל אריבער די גאס צו ר' אביש, און דאס מאל זאגט ר' אביש אז ער וועט עס שוין ערלעדיגען ביז עטליכע מינוט, אויפען בית החיים הייבט זיך ענדליך אן סימנים מען גראבט אויף נאך 2 אינטשעס.

 

איך וועל נישט מאריך זיין וואס עס האט זיך אפגעשפילט די קומענדיגע 2 שעה, בקיצור, מען האט געגראבען נאך 2 מאל עטליכע אינטשעס ביז די קינדער פון הרה"צ ר' בעריש זענען אריבערגעלאפען צו ר' אביש און אים געווארענט אז אויב מען גראבט נישט אויף תומ"י ווי אפגעשמועסט, וועט מען יעצט אויפען פלאץ צווינגען אונטערצושרייבען שטרי בירורין סיי אויפען בית החיים און סיי אויף די ירושה און די קהלה.

 

ביז עטליכע מינוט האט מען זיך גענומען גראבען און ווינציגער ווי א האלבע שעה איז שוין געווען אויסגעגראבען דער גאנצער קבר כראוי וכיאות, דאן האט הרה"צ אב"ד סאטמאר ב.פ. און הרה"צ אב"ד וויזניץ געהייסען ארויסגיין צו די לוי'.   כאטש עס איז נאך געווען די רעדע אז די ברודער זאלען אונטערשרייבען אז אלע וועלען האבען אן אייניגע מציבה האט מען שוין נישט געוואלט אויפהאלטען די לוי' צוליב דעם, איבערהויפט אז טייל ברודער האבען נישט געוואלט שרייבען חול המועד, וויבאלד עס איז געווען אפגעשמועסט בעל פה האט מען בלית ברירה שוין איבערגעלאזט אויף נאך יום טוב.

 

און ווער עס דארף א הוכחה האט 2 ברירות אריבער גיין רעדען צו איינע פון די דערמאנטע רבנים אדער צו זייערע קינדער ובפרט הרה"צ דומ"ץ סאטמאר ב.פ. און הרב ר' יוסף און הרב ר' מרדכי אהרן מייליש שליט"א

אדער קען מען אריבערגיין צום אהל און זען א קבר פון איבער 7 פיס לאנג פאר א נפטר וואס איז געווען עטוואס מער ווי 5 און א האלב פיס הויך.

ירא הקהל וישפוט

_________________

ארגינעלער » 19/10/2007 03:16

יעקעלע, פרעג דיינע שאלות און איך וועל פרובירען דיר צו ענטפערען כפי יכלתי

_________________

ארגינעלער » 19/10/2007 03:24

אינמיטען די שבעה איז מען אריבער מיט א כתב צו אלע ברודערס וואס האבען אונטערגעשריבען אז אויף זייער חלקה אינעם אהל וועלען זיי אלע לייגען די זעלבע מאס מציבה ווי הרה"צ ר' בעריש זצ"ל.  הרה"צ אב"ד וויזניץ שליט"א גייט אריבער מנחם אבל זיין ר' אביש'ן און ער נעמט ארויס דעם כתב וואס אלע ברודער האבען אונטערגעשריבען און בעט אים ווי אפגערעדט זאל ער אויך אונטערשרייבען כדי מען זאל קענען לייגען די מציבה ככלות השבעה.

ר' אביש ענטפערט, מען האט מיך אזוי באשמוצט אין די גאס און איך האב טו מער גארנישט אין די נושא.  הרה"צ אב"ד וויזניץ פרובירט צו טענ'ן אז ער איז אליינס שולדיג, עס איז געווען בידו צו ערלעדיגען די גאנצע "מיספארשטענדעניש" 10 אזייגער צופרי נאך פאר די זמן פון די לוי' און עס וואלט קיינמאל נישט ארויסגעקומען אין די גאס, אבער האק אין בראק והוא באחת ומי ישיבנו, אז ער שרייבט נישט גארנישט און ער שיקט אוועק אב"ד וויזניץ בפחי נפש מיט אן אנזאג אז מער זאל ער נישט קומען צו אים איבער די נושא.

 

אויף דעם ארויף האבען בני הרה"צ ר' בעריש געשיקט דעם בריוו צו ר' אביש און זיי ווארטען נאך אלץ אויף אן ענטפער.

 

 

און יעצט הייבט אן מיט די קשיות

_________________

ארגינעלער » 19/10/2007 03:54

יעקעל, (איך באצי מיך צו דיין ערשטע תגובה)  איך פארשטיי אז די "בערשונים" מאכען דיך נערוועז, די עצה איז צו איגנארירען א נושא וואס די קענסט נישט און עס נערווירט דיך, ברוך השם די האסט מיט וואס אנצופילען דעם טאג אן אדורכליפטערען דעם נושא, לאז געמאך און לאז אנדערע וואס ווערען נישט נערווירט דרעשען אין דעם נושא.

ר' אביש איז בעל הבית אויף פאפיר לעגאל, אבער על פי תורה האט ער מקנה געווען און הרה"צ ר' בעריש האט קונה געווען זיין און זיין רעביצינס חלקה.  ממילא על פי תורה קענען בני הרה"צ ר' בעריש לייגען די מציבה וואס זיי ווילען, אבער ליידער אין ניו דזשערסי ווערט די תורה נישט אנערקענט דורך די פאליציי נאר די געזעץ און לעגאל איז ר' אביש בעל הבית.

 

אויב ר' אביש וויל גיין צו דין תורה ווייל ער קען באקומען די בעדפארד בילדינג און די קעמפ, האט ער געהאט א געלעגענהייט שוין יארען צוריק ביים סיכסוך איבערען בית החיים דן צו זיין דערויף.

 

איך האף מארגען צו זיין א ביסעל פריי וועל איך אראפברענגען אויסצוגען פון די אומדערהערטע רשעות'ן וואס ר' אביש האט אפגעטון אין משך פון די יארען, לאו דוקא בנוגע זיין ברודער הרה"צ ר' בעריש נאר אויך איבער אנדערע ענינים.

 

וויכטיג צו באטאנען, אז אין משך פון די אלע יארען בין איצט האבען הרה"צ ר' בעריש'ס מענטשען קיינמאל נישט באשמוצט ר' אביש'ן, און אז איצט האט דאס אזוי מיאוס געפלאצט איז דא א סיבה צו דעם המקרא הזה אומר דרשוני.  טאמער זענען דאס סתם הרה"צ ר' בעריש'ס קינדער ווילדע חיות וואס האבען נישט וואס צו טון נאר צו פארשעמען זייער טאטען און אפהאלטען זיין לוי' פאר גארנישט און פארנישט, אזעלכע ווילדע פארשוינען, ווי אזוי האבען זיי זיך איינגעהאלטען די לעצטע 10 יאר און קיינמאל קיינמאל גארנישט מבזה געווען ר' אביש'ן???????

 

פרובירט אויסצוטרעפען אן ענטפער אויף די קשיא......  איך וועל איך געבען א סימן עס הייבט זיך אן מיט אן אלף .. און ענדיג זיך מיט א ...שין.

יענקעלע11 » 19/10/2007 04:04

פראגע נומ. 1, פארוואס ווען ר' אביש האט עפעס נאכגעגעבן
איז דאס: 
"ומלאך ... בעל כרחך יענה אמן"
האט ר' אביש "געמוזט" מסכים זיין צו אלעם
ווייל ער האט געוואוסט אז אויב נישט וועט מען אויפהאלטען די לווי'
און עס וועט ווערען אן איבערקערעניש.
וכדומה,  
און ביי די בני רבי בעריש שרייבסטו אז
  נאך קורצע באראטונגען האט די משפחה "למען השלום"
מסכים געווען דערויף "לפנים משורת הדין".
אפשר איז פארקערט, ר' אביש האט נאכגעגעבן לפנים משורת הדין,
און די משפחה האט על כרחם געדארפט נאכגעבן?
פראגע נומ. 2, אויב איז אמת אז מען האט מקבל קנין געווען
און דער חלק באלאנגט צו משפחת רבי בעריש פארוואס איז נישט
תיכף ארויס א הזמנת בית דין לדין תורה,
און פארוואס זאגט דער קראלער רב אז ר' אביש האט אלעס "תיכף נאכגעגבן"
איך האב דאס אליין געהערט מפיו, (אין אישי האט מען מיר געשריבן אז ר' ישראל
האגער זאגט אויך אזוי נאר איך האב דאס נישט וועריפייד),
פראגע נומ. 3, וואס א נפקא מינה צו ר' אביש האט נאכגעגעבן פרייוויליג
צו בעל כורחו, למעשה איז נאר געבליבן די חתימה אז ער וועט נישט האבן קיין
גרעסערע מצבה פון רבי בעריש, איז דאס ווערט א בזיון הנפטר?
דא האט מען טענות פארוואס קען נישט ר' אביש ביישטיין אז רבי בעריש
זאל האבן א גרעסערע מצבה, איז דאך די זעלבע קשיא אויף די בערשונים,
וואס ארט אייך אז ר' אביש וועט האבן א גרעסערע מצבה?,
און למעשה איז אזוי, די מחלוקה האט זיך נישט אנגעהויבן היינט צוטאג,
און נישט ביי די לוי', ס'איז תיכף נאך די פטירה פון רבי הערשעלע זצ"ל
האט ר' אביש גטענה'עט כולו שלי און רבי בעריש האט למען השלום צו
ווייל ער האט נישט געהאט קיין ברירה האט זיך געפענט א אייגן בית המדרש,
נו, למעשה האלט ר' אביש (מיט רעכט צו אומגערעכט אז ער איז דער ריכטיגער
מ"מ פון זיין טאטן, און למעשה האלטן אזוי רוב חסידי ומתפללי ספינקא,
יעצט וואס האט מען געוואלט? אז די בני רבי בעריש וועלן איבערציען דאס שטריקל
און ר' אביש זאל אלעס נאכגעבן?, איינער האט זייער פיין ארויסגעברענגט,
און סאטמאר אויב איינער זאל האבן דעם פולן בעלות אויפן בית החיים וואלט ער דען
געלאזט אז דער צד השני (זאל נישט פאקומען) זאל עפעס א מצבה וואס זאל אויסזעהן
ווי יענער איז דער ממלא מקום?, זיכער אז נישט,
למעשה כפי דברי הרב מקראלי האט ר' אביש אלעס נאכגעגעבן
און די משפחת רבי בעריש ניצן אויס דעם מצב פאר א נקמה אקט
און כדי להבאיש ריח פאר ר' אביש,
א אינטערשריפט איז נישט ווערט קיין בזיון המת!!!
כן נראה לפי עניית דעתי.

ארגינעלער » 19/10/2007 04:13

יעקל, כאמור וועל איך דיר ווייטער ענטפערען על ראשון ראשון ועל אחרון אחרון.  דיין צווייטע תגובה.
הרה"צ ר' בעריש'ס קינדער פארלאנגען נישט די זעלבע מאס מציבה ווי פאר זיין טאטען, זיי בעטען אז ר' אביש זאל אונטערשרייבען אזוי ווי די אנדערע ברודער האבען אונטערגעשריבען אז פאר זיך וועט ער אויך לייגען די זעלבע מציבה ווי ער לאזט לייגען פאר הרה"צ ר' בעריש, וואס דאס איז קלענער פון זייער טאטענס.

דרך אגב ווען מען האט דן געווען אויף די נושא, האבען בני הרה"צ ר' בעריש געזאגט אז אין די גאנצע וועלט אין סאטמאר און אין אייראפע האט מען געלייגט פאר קינדער און אייניקלעך אין זעלבען אהל די זעלבע מאס מציבה, האט ר' אביש זיך אנגערופען אז אין ספינקא נישט.  האט הגה"צ ר' ז"ל מייזליש דומ"ץ סאטמאר ב.פ. געפרעגט ר' אביש צו ער איז שוין געווען אויף די קברים פון איינע פון די ספינקע זיידעס, און דער עולם האט אויסגעשאסען אין געלעכטער.

(כידוע האט מען מפנה געווען דעם אמרי יוסף אויף א"י נגד רצונו פון הרה"ק ר' הערשעלע און הרה"ק ר' הערשעלע האט נישט געלאזט קיין צו זיין ציון אויפען הר הזיתים, און דער חקל יצחק איז אומגעקומען על קידוש השם אין אוישוויץ און ער האט ליידער נישט זוכה געווען צו קיין קבר)

hotwire » 19/10/2007 04:17

סתם תיקון טעות דער אמרי יוסף ליגט נישט אויפען הר הזיתים
נאר אין בית החיים סגולה בפתח תקוה
בלאט: 1 2