היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » געוואלד? האט רשעות טאקע נישט קיין שיעור אין ספינקא?

געוואלד? האט רשעות טאקע נישט קיין שיעור אין ספינקא?

85 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2296793
בלאט: 1 2

ארגינעלער » 19/10/2007 04:20

ענטפער נומ. 1  שתי תשובות בדבר.   1.  ווען מען זעט אז ער האט פרובירט נאכען נאכגעבען אז די קבר זאל זיין אייניג, עס אראפצורוקען מיט 2 פיס, סופו הוכיח על תחלתו אז עס איז געווען כאילו כפאו שד.  משא"כ די קינדער האבען דאן אויפען פלאץ געקענט באקומען וואס זיי האבען געוואלט והא ראי' אויפען פלאץ פאר די לוי' האבען זיי אלעס באקומען צום סוף וואס זיי האבען געוואלט, ממילא איז עס לפנים משורת הדין.   די זעלבע זאך ביי די רעביצין ער האט נאכגעגעבען די פלאץ און נאכדעם אויסגעטיילט צרות אויף די מציבה אויף נישטיגע פאלשע זאכען וואס ער אליין האט ביי אנדערע מענטשען יא צוגעלאזט, צום ביישפיל פסוקים און די מוטערס נעמען, איז מוכח אז עס איז געווען מלאך .. יענה אמן.

2.  על פי תורה באלאנגט עס פאר הרה"צ ר' בעריש זצ"ל אזוי ווי מען האט מקבל קנין געווען, ממילא בני הרה"צ ר' בעריש קענען טון וואס זיי ווילען על פי תורה.  ממילא איז עס לפנים משורת הדין, ר' אביש וואס באנוצט זיך מיט זיין לעגאלען כח אפצוהאלטען פארשידענע זאכען איז מלאך ,, יענה אמן

ארגינעלער » 19/10/2007 04:24

ענטפער נומר. 2   ר' אביש האט תיכף אלעס נאכגעגעבען ביינאכט ווען הרה"צ ר' ישראל האגער האט אים איבערגעגעבען די פארלאנגען פון די משפחה, בפועל אבער צופרי ביים גראבען דעם קבר האט ער געטון אנדערש מיטען תירוץ אז די בלעך וועט זיין אייניג, ועיין לעיל ווי איך האב באשריבען דעם גאנצען הלך ילך.
פארוואס עס איז נישט ארויס א הזמנה לדין תורה פאר די לוי' חוה"מ, ווייל ווען מען האט געווארענט מיט א דין תורה איז פלוצלינג אלעס געווארען מסודר בדרך נס.

ליין איבער וואס איך האב געשריבען וועט די קשיא לכתחלה נישט שווער זיין.

ארגינעלער » 19/10/2007 04:29

ענטפער נומ. 3  די חתימה וואס אלע ברודער ובתוכם הרה"צ מקראלי האבען אונטערגעשריבען פארלאנגט אז אלע ברודער זאלען האבען אייניגע מציבות.  די טענה איז נישט פארוואס ער לאזט נישט הרה"צ ר' בעריש האבען א גרעסערע מציבה, די טענה איז פארוואס ער שטעלט זיך נישט צו זיך מתחייב צו זיין אז ער וועט נישט האבען פאר זיך קיין גרעסערע מציבה ווי די איבעריגע ברודער.

(הרה"צ ר' פישעלע הערשקאוויטש, וואס איז געווען זייער נאנט מיט להבחל"ח הרה"צ ר' בעריש האט געזאגט אז מען זאל דאס נישט נאכגעבען ווייל עס וועט ברענגען א בזיון המת פאר דורי דורות)

די טענה איז אויף ר' אביש אויב שרייבסטו נישט אונטער, דאן לאז די בני הרה"צ ר' בעריש לייגען די זעלבע מציבה ווי עס ליגט אויף זייער זיידען, וואס על פי תורה האבען זיי סיי ווי די רעכט דערצו ווייל אויף זייער טאטענס חלקה קענען זיי טון וואס זיי ווילען און שלום על ישראל

ארגינעלער » 19/10/2007 04:36

דיינע שאלות מיין איך אז איך האב גענטפערט אויב האסטו נאך שאלות פרעג און איך וועל דיר ענטפערען בסבר פנים יפות.

דאס וואס די שרייבסט אז בני הרה"צ ר' בעריש האבען איבערגעצויגען דעם שטריקעל, אדרבא, זאג מיט וואס זיי האבען איבערגעצויגען דעם שטריקעל.

דעם פארגלייך מיט סאטמאר איז אינו דומה, אין סאטמאר איז א מלחמה דא האט הרה"צ ר' בעריש נישט געפירט קיין מחלוקה מיט ר' אביש.  ועוד דא האט יעדער מקבל קנין געווען אויף זייער אייגענע חלקה, ועוד דא רעדט מען נישט פון מאכען אויסזען ממלא מקום, מען רעדט פון מאכען די מאס פון די מציבות פון די ברודערס אייניג, און קלענער פונעם טאטענס מציבה.

פארוואס האלטסטו נישט אז ר' אביש האט איבערגעצויגען דעם שטריקעל מיטן שטיקעל פון אראפריקען דעם קבר אנדערטהאלבען צו צוויי פיס.????
אויב הרה"צ ר' בערישס קינדער זענען סתם ווילדע חיות, ווי זענען זיי געווען ביז היינט, זיי האבען די אלע יארען נישט מבזה געווען ר' אביש'ן אפילו איינמאל אין משך פון 10 יאר.

דרך אגב אין די קומענדיגע 10 טאג וועסטו אפשר ווערען בארעכטיגט צו זאגען אז זיי זענען חיות, אבער געדענק אין אדם נתפס על צערו  ווען ר' אביש ציט איבער דעם שטריקעל קען ער נאר זיך אליינס באשולדיגען און ער וועט נישט קענען האבען קיין טענות אויף קיינעם נאר אויף זיך אליינס

ארגינעלער » 19/10/2007 04:51

וואס די ברענגסט נאך פון השם יעזור, איז שטותים והבלים און שקרים.
איך האב שוין באשריבען בקיצור ווי אזוי די גאנצע הלוך ילך איז געווען, זיין נארישען תירוץ אז מען האט געמאכט א טעות און געוואלט לייגען די מציבה אויפען קאפ איז אויך א ליצנות, די בית החיים ווייסט אז ווען מען באשטעלט אז די 2 מציבות זאלען זיין אין די זעלבע שורה מיינט דאס אז די מציבות זאלען זיין בערך אין די זעלבע שורות נישט אריינציר מיטען תירוץ אז מען וועט עס לייגען אויפען קאפ.  ועוד אויב עס איז געווען אזא פשוטע טעות, האט מען שוין 9.30 ווען הרה"צ ר' מרדכי אהרן מייזליש האט אויפמערקזאם געמאכט אויף דעם טעות צו מר. אויערבאך דאס געקענט פארעכטען, און דאס וואלט איינגעשפארט די גאנצע עגמת נפש.

נאכדעם שרייבט ער אז די בני הרה"צ ר' בעריש האבען פארלאנגט נאך און נאך זאכען און וואס מער מען געט זיי נאך בעטען זיי נאך.
אפשר קען איינער קלאר מאכען וואס נאך האבען זיי געבעטען אויסער דאס אז אלע ברודערס זאלען אונטערשרייבען אז זיי וועלען האבן די זעלבע מאס מציבה ווי הרה"צ ר' בעריש.
דאס איז די איינציגסטע בקשה און די ערשטע בקשה וואס זיי האבען זינט די פטירה פון זייער טאטען.

פון וואס האט ר' אביש אזוי מורא דאס נאכצוגעבען????????
די פלאץ און די אנדערע זאכען איז שוין געווען אפגעמאכט לפני פטירתו נאך זונטאג חוה"מ, דאס אז ר' אביש האט געמאכט א חוכא וטלולא פונעם אפמאך דורך אראפרוקען דעם פלאץ דאס מיינט נישט אז די קינדער פארלאנגען נאך זאכען.

איין קלייניקייט בעטען די קינדער פונעם פעטער שטעל דיך צו ווי אלע ברודער און ווי פארשטענדליך אז אלע וועלען האבען אייניגע מציבות.

ארגינעלער » 19/10/2007 04:57

האטווייער.
די בעקעריי איז נישט אפען און די ווייסט אליינס דעם אמת אז ר' אביש האט נישט געוואלט געבען קיין סעמפעל ווען מען האט געדארפט פאר די מעראו טרענספלענט.   יא מען האט זיך געבעטען בתחנונים ביי די געשוויסטער אז זיי זאלען געבען א סעמפעל ווייל מען דארף טרעפען א מעטש פאר די טרענספלענט, און אומגלויבליך אז ר' אביש און 2 שוועסטער וואס זענען אינגאנצען סרים למשמעתו האבען נישט געגעבען קיין סעמפעל בשום אופן.....

צו דאס וואלט געהאלפען צו נישט ווייס איך נישט אין בין נישט אין הימעל, אבער דאס רשעות דערפון איז אין לשער.

אידעלע » 19/10/2007 05:47

איך וויל פרעגן די ארונים וואס זיי וועלן זאגן אויב און ווען דער קאורט וועט פסק'ענען אז די ביה"ח באלאנגט פאר סאטמאר, צי זיי וועלן אויך זיין אזעלכע שיפעלע זיבעלעך למוע"ש פון זייער רבי'ן, און זאגן אז סאטמארער רבי שליט"א איז בעה"ב אויפן ביה"ח, און ער האט אלע רעכטן איינצוטיילן וויאזוי מען זאל באגראבן זייער רבי'ן און וואסערע מציבה מען זאל לייגן אויף זיין קבר.

איז פארהאן איין הוה אמינה אז די ארונים וועלן זיך צושטעלן און טאן וואס סאטמאר וועט פארלאנגען? אודאי נישט! זיי וועלן פייטן מיט די הענט און פיס, כדרכם פון די נידריגע טעראריסטן. איז ווי האבן זיי די חוצפה צו פארלאנגען פון ר' בעריש אז ער מוז פאלגן דעם יונגערן ברודער'ס פארלאנגען.

באמת אינטערסירט מיר די גאנצע פאליטיק אין ספינקע ווי א לאך אין קאפ, ווייל איך בין נישט קיין ספינקער חסיד נאר א סאטמארער חסיד, אבער איך וויל וויסן פארוואס די ארונים האבן דאבל סטענדערד. אין סאטמאר האבן זיי געבראכן ביינער און געטיילט מכות, געגאנגען און קאורט און מבזה געווען אידן, אבער אין ספינקע פארשטייען זיי אז ר' בעריש מוז זיין א שיינער איד, און זיך צושטעלן צו די פארלאנגען פון זיין עלטערן ברודער, ווייל יענער איז דער יורש.

אין ספינקע פארשטייען זיי אז רבי הערשעלע זצ"ל האט געמעגט איבערגעבן די ירושה פאר זיין צווייטן זון, אבער אין סאטמאר, ווען דער ברך משה האט עס געטון, שרייען זיי אז דער ברך משה איז געווען קראנק און נאך סאך ערגערע זאכן, רח"ל, וואס מען טאר ניטאמאל נאכשרייבן.

מאכטס אפ, ווען מוז דער עלטערער ברודער זיך בייגן צום יונגערן ברודער, און ווען מוז מען דעם יונגערן ברודער געבן מכות רצח אים צו ווייזן ווער ס'איז בעה"ב.

איך ווייס נישט. אפשר זענען די "בערשוינים" (יאנקעלע'ס אויסדרוק) טאקע די חיות, אבער ארונים טייערע, גיוו מי עי ברעיק. זייטס נישט קיין פיינע אידן אין ספינקע און חיות אין סאטמאר.

איך קען דערליידן פערדן, איך קען נישט דערליידן מענטשן וואס רעדן ווי פערדן...

מה_טובו » 19/10/2007 14:23

אידעלע
איך וועל אנהייבען מיט דעם וואס די האסט געענדיגט
איך קען דערליידן פערדן, איך קען נישט דערליידן מענטשן וואס רעדן ווי פערדן...

יעצט צום ענין:
איך בין אויך נישט אזוי באהאווענט אין די ספינקא פאליטיק מילא וועל איך נישט אריינרעדן,
אבער אין סאטמארע פאליטיק בין איך יא באקאנט און דא קען איך יא אריינרעדן.

די שרייבסט
אבער איך וויל וויסן פארוואס די ארונים האבן דאבל סטענדערד. אין סאטמאר האבן זיי געבראכן ביינער און געטיילט מכות, געגאנגען און קאורט און מבזה געווען אידן, אבער אין ספינקע פארשטייען זיי אז ר' בעריש מוז זיין א שיינער איד, און זיך צושטעלן צו די פארלאנגען פון זיין עלטערן ברודער, ווייל יענער איז דער יורש.

פון ווי נעמסטו דעיס אז די ארוינים זענען פאר ר' אביש?
די ארוינים האבען בכלל א צד?
די ארוינים האבען דא עפעס ארויסגעהאלפען אדער געשטערט אדער זיך בכלל וויסענדיג געמאכט פון די ספינקא מחלוקה???

כ'האב פאר דיר נייעס אז רוב ר' בעריש ז"ל באשטייט פון ארוינים, וואס האבען געטראפען דארט א מקום מקלט נאכ'ן אריינברענגען אין ראדני ענקער נועם המידות'ל מיט פאליס.


אלזא, קום מיר נישט אן מיט קיין מעשיות דא אז "ארוינים זענען פאר ר' אביש"

געגאנגען » 19/10/2007 15:23

אלס איינער וואס האט נישט דאס מינדסטע שייכות, אדער קלארע ידיעה, בנוגע די גאנצע מחלוקת, וויל איך דא באצייכענען א זייטיגע נקודה.

עמיצער האט אויבן געשריבן אז דאס וואס ר' אביש האט נישט געוואלט געבן קיין מארך טעסט איז אין כלל פון "לא תעמוד על דם רעך".

אפגעזען דערפון וואס ר' אביש איז היינט היפש אראפגעקוקט אין די גאס צוליב די פרשה, און אפגעזען דערפון וואס איך האב קיין אנונג אויב די מעשה האט בכלל עפעס א האפט, איז נישט אויסגעהאלטן צו שרייבן אז ווער ס'וויל נישט געבן קיין מארך טעסט איז עובר דעם הארבן איסור. הלכה'דיג איז לכאורה גאנץ זיכער אז מ'איז נישט מחוייב צו געבן קיין מארך טעסט אדער אפילו מארך זעלבסט.

ס'זענען דא היפש אידן וואס שטייען ליידער אין די דאזיגע ביטערע דילעמא, און מעלדן מיט א זיכערקייט דעם באמבאסטישן סטעיטמענט וועט בלויז צוגעבן אומזיסטער דרוק אויף זייער געוויסן.

שורשנגח » 21/10/2007 04:01

אז די ברך משה איז געווען געזונט דעמאלס..

פארוואס האט ער קיינמאל קיין תורה מער נישט געזאגט?

פארוואס ווען ר' שמואל אויבערלענדער אזי געזיצען ביי זיין טיש יעדע וואך 3 מענטשען אוועק פון אים האט ער אים גארנישט געזאגט, נאר פארקערט ער פלעגט אים שיקן קרייעם און אים געוונטשען מיט א פריילעך פנים?

פארוואס ווען ר' יוסף בראך האט געדאווענט לעבן אים יעדע וואך האט ער גארנישט געזאגט?

פארוואס ווען ער פלעגט זעהן ר' דוד הויער יעדע וואך ביים ארויף גיין צום ליינען שבת פלעגט ער אים גריסען א וגט שבת מיט פריילעךל פנים?

וכו' וכו'

ועל כולם פארוואס ווען כ"ק אדמו"ר שליט"א פלעגט גיין צו אים פלעגט ער אים אויף נעמען מיט די גרעסטע פרייד?

יענקעלע11 » 21/10/2007 14:44

א גוטע וואך און א גוטן חודש, און א גוט מארגן,
קודם וועלן מיר זיך באפאסן מיט אידעלע
און דערנאך וועלן מיר פראבירן צו ענטפערן א מער נארמאלע
תגובה פון אונזער פריינד ר' זיסקייט,

אינטרעסאנט אידעלע,
דו האלסט אז דער הייליגער ברך משה זי"ע איז געווען פאלקאם געזונט
עד יומו האחרון, סא, פארוואס וואונטש דו "מיר" אזא געזונט
לאמיר זעהן וואונטש דאס פאר דיין טאטע-מאמע, דיין זיידע און באבע, 
דיר און פאר דיין ווייב און פאר דיינע זיסע קינדערלעך זאלן זיין אזוי געזונט
ווי דער ברך משה איז געווען,

אידעלע, געדענק!!! צו זיין נישט געזונט אויף די עלטער איז נישט קיין שום בושה,
ס'איז נעבעך א רחמנות אבער אבסעלוט  נישט קיין בושה, אבער צו זיין
א עם הארץ און א ליידיגער שטריק, איז שוין ווי א בושה וחרפה,

ארגינעלער » 21/10/2007 14:59

יאנקעלע, א גוטע וואך און א גוטען חודש, איך בין דיר נאך שולדיג תשובות פון פרייטיג און איך וועל ממשיך זיין דיר צו ענטפערען על ראשון ראשון א.א.וו.
איך בין דיסעפוינטעד אז די פרעגסט שאלות און איך ענטפער דיר און מיט דעם ענדיגט זיך דער שמועס, די פארסט אין די זייט מיט פרישע אטאקעס אויף די בערשוינים אן זיך באציען אויף די תשובות.
אז די האסט וואס אפצופרעגען מיינט תשובות, be my guest, אבער סתם צו קומען מיט פרישע אטאקעס איז נישט דיין מהלך.  טאמער ביסטו נישט גענוג באקאנט אין די נושא קענסטו עס איגנארירען, מוזט נישט נעמען קיין שטעלונג אין יעדע אישו.


י

ארגינעלער » 21/10/2007 15:05

וועם הרה"ק ר' הערשעלע האט געוואלט פאר מ"מ ווייס איך נישט.
לויט די "צוואה" וואס די אבישונים האבען ארומגעטיילט אין די שבעה, האט ער געשריבען אז די ביהמ"ד  זאל זיין בהנהלת זיינע 2 זין ר' אביש און הרה"צ ר' אייזיק שליט"א.  די אזויגערופענע "צוואה" איז געשריבען געווארען ווען הרה"ק ר' הערשעלע איז נעבעך געווען אין שפיטאל און ער האט איבערגעלאזט אינסטרוקציעס אויף ביזדערווייל ווי אזוי דער ביהמ"ד זאל זיך פירען, עס שטייט נישט קיין איין ווארט וועגען נאך די 120 יאר. 

דאס איז די איינציגע צעטעל וואס ר' אביש האט און דארטען שטייען ביידע ברודערס צוזאמען, אויב האלטסטו אז הרה"ק ר' הערשעלע האט געוואלט 2 ברודערס זאלען פירען אין 1 ביהמ"ד צוזאמען רביסטווע, ביזטו וועלקאם דאס אנצונעמען אלץ צוואה.
 די פאקט איז אז רוב רובם פון חסידי ספינקא זענען געבליבען אין ביהמ"ד סיי ווען ביידע ברודערס האבען געפראוועט און סיי ווען ר' אביש איז געבליבען אליינס, דאס בלייבען אין ביהמ"ד ווייזט נישט אז זיי האלטען אז ער איז מ"מ, קיינער איז סיי ווי נישט געווען ראוי צו ערפילען דעם חלל וואס הרה"ק ר' הערשעלע האט איבערגעלאזט ביי זיינע חסידים און ממילא איז דער עולם געבליבען אין ביהמ"ד כנהוג, נישט קיין נפק"מ ווער עס זיצט אויבען אן וואלט בערך דער זעלבער עולם געבליבען.
אויב קענסטו די ספינקער מענטאליטעט און די מהלך וויאזוי הרה"ק ר' הערשעלע האט מחנך געווען זיין עולם דאן פארשטייסטו אז דאס בלייבען אויפען פלאץ מיינט נישט קיין סאך.

אויך איז דאס קלאר אז רוב רובם פון חסידי ספינקא האבען געהאלטען פון ר' אביש אזוי שטארק ווי איך האלט פון אים, אין תשנ"ז האט נאך יעדער געדענקט זיינע מעשים טובים, זיינע שליסלעך, זיינע שלום בית קעיסעס, די בחורים אין אינגעלייט מיט וועם ער האט זיך געדרייט, ווי אזוי ער האט אנגעברענגט זיינע יארען וד"ל. דער עולם איז געווען צובראכען פון די פלוצלינגדיגע פטירה און מען איז געבליבען זיך האלטען צוזאמען און אזוי ווי הרה"צ ר' בעריש איז אוועקגעגאנגען אן קייט מחלוקת איז אלעס געבליבען ווי ביז דאן און דער באן פארט ווייטער עד היום.

תוקן על ידי ארגינעלער ב- 21/10/2007 15:12:33

ארגינעלער » 21/10/2007 15:19

hotwire, אין קיין שום חברה קדישא וואלט מען דאס טאקע נישט צוגעלאזט און דא האט מען דאס יא צוגעלאזט ווייל על פי תורה האט מען צוטיילט דעם אהל על פי חלוקת ירושה, און יעדעס חלקה באלאנגט פאר דעם אייגענטומער אינגאנצען נישט ווי א חלקה וואס מען קויפט אויף א ביה"ח.
עס קומט זיך נישט קיין יישר כח פאר ר' אביש, עס איז נישט מער ווי גערעכט אז אינעם אהל אויף זיין חלק קען ער נוצען וועלכע חברה קדישא ער וויל.

ענטפער מיר אבער ביטע אויף מיין שאלה, וואס נאך האבען די בני הרה"צ ר' בעריש פארלאנגט, אויסער דעם צעטעל וועגען די מציבה אז ר' אביש זעט אז מען קען מיט זיי נישט פערטיג ווערען?
סך הכל זייט מען איז אין שפיטאל לפני מטתו של הרה"צ ר' בעריש זיך דורכגעקומען איינצוהאלטען זיין צוואה און נאכגעבען זיינע פארלאנגען האבען די בני הרה"צ ר' בעירש פארלאנגט נאר איין איינציגע זאך אז ער זאל איינהאלטען דעם צוזאג אונטערצושרייבען אז אלע ברודער זאלען האבען אייניגע מציבות, און די איינציגע זאך קען מען נישט פועל'ן ביי אים

_________________

ארגינעלער » 21/10/2007 15:41

יאנקעלע, מיר ליידען נישט אויף דיסלעקציע, די פארשטייסט אבער נישט די גאנצע סוגיא און די פרעגסט נישט אפ מיינע תשובות נאר די פארפארסט אויף נייע רעלסען כדי צו קענען אנהאלטען דיינע אטאקעס.
איך ווייס נישט וואס קראלער רב האט געזאגט און איך גלייב נישט קראלער רב האט גערעדט צו דיר איבער דעם ענין ווייל געווענליך פרובירט ער צו שטיין ווייט פון מחלוקת.
לייג דיך אריין אין די שיך פון בני הרה"צ ר' בעריש פונקט ווי די לייגסט דיך אריין אין ר' אביש'ס שיך און זאג מיר צו די וואלסט אנדערש געהאנדעלט.
בני הרה"צ ר' בעריש האלטען, און די וועסט מודה זיין אז דאס איז פארשטענדליך, אז זייער טאטע האט געדארפט זיין ממלא מקום נאר מחמת טוב לבו והרחקתו ממחלוקת כל השנים האט ער אויף א גאלדענעם טאץ איבערגעגעבען "זיין" בענקעל פארען אינגערען ברודער.  דער טאטע האט געליטען כל ימיו רדיפות פון ר' אביש און ער האט אלעס מקבל געווען באהבה מיט א פארמאכט מויל, ער האט קיינמאל נישט צוריקגענטפערט, נאך בחייו פונעם טאטען, נישט צוריק גערודפט זיך נישט אפגערעדט פארען הייליגען טאטען, נאר אלעס מקבל געווען באהבה און זיך אפגעווישט דעם נאז.  (די פרטים פון די רדיפות פון די לעצטע 20 יאר מיט רשעות וואס די האר פון קאפ שטעלען זיך אויף וועט בקרוב ארויסגעברענגט ווערען לידיעת הציבור.
בני הרה"צ ר' בעריש ווייסען אויך פון פארשידענע פאקטען, וואס איז דאקומענטירט, אז דער בית החיים באלאנגט פאר זייער טאטען.  ועוד חזון למועד.
זיי ווייסען אויך אז חוץ מזה, האט הרה"ק ר' הערשעלע אייביג געזאגט אז קהל בית יצחק איז נישט קיין קהל נאר דאס איז א נכס פרטי, זיין פרייוואטע אייגענטום, דאס איז א פרט וואס יעדער ספינקער חסיד וועט דיר מודה זיין ווייל דאס האט בארירט די יסודות ווי אזוי הרה"ק ר' הערשעלע האט געפירט דעם בית המדרש, אריינגערעכענט דאס נישט געבען די עלי' פון כהן פאר כהנים ועוד הרבה.

זיי ווייסען אויך אז הרה"צ ר' בעריש האט געבויט די גאנצע חסידות פאר הרה"ק ר' הערשעלע ווען ר' אביש איז נאך געווען אין די ווינדלען.  רוב ספינקא אידען היינט שטאמען נישט פון קיין ספינקע חסידים, רוב חסידים זענען געבויט געווארען דורך די תלמוד תורה וואס ר' בעריש האט געבויט און אנגעהאלטען טראץ אלע רדיפות מבפנים וד"ל.
זיי ווייסען אויך אז ר' אביש ווייסט די אלע זאכען און זיי ערווארטען אז ער זאל האבען כאטש א משהו הכרת הטוב פאר דעם עלטערען ברודער און אים לאזען רוהען במנוחה על משכבו.

דער אהל איז צוטיילט געווארען בתורת ירושה, נישט אז קהל בית יצחק האט געגעבען א חלקה פאר הרה"צ ר' בעריש.  הרה"צ ר' בעריש האט נישט געוואלט לייגען די רעביצין אין קיין קרקע גזולה ביז מען צוטיילט געהעריג די ירושה, כאטש לשיטתו האט דאס באלאנגט פאר אים, אבער דאס איז געווען פשוט פאר אלע קינדער אז אויב באלאנגט דאס נישט פאר הרה"צ ר' בעריש נאר פאר קהל בית יצחק דאן איז דאס א חלק פון די ירושה וואס דארף צוטיילט ווערען פאר די ברודער און ביז דאס ווערט נישט צוטיילט איז דאס קרקע גזולה פאר יעדען איינעם.
וועגען דעם איז די קבלת קנין נישט געווען פון קהל בית יצחק, נאר א קבלת קנין פון אלע ברודערס.  דאס וואס די פארגלייכסט עס צו אנדערע קהלות און צו קויפען א חלקה אויף א ביה"ח איז אינגאנצען נישט דומה, והדברים פשוטים.
ר' אביש האט נישט קיין רעכט על פי תורה קיין כי הוא זה אויף די חלקה און נישט אויף די מאס מציבה.  אויב ר' אביש וויל זיך נישט מתחייב זיין צו האבען די זעלבע מציבה, איז נישט.  אבער דאן דארף ער לאזען די קינדער לייגען א מציבה כאוות נפשם אויף זייער טאטען.

_________________

ארגינעלער » 21/10/2007 15:43

יאנקעלע, ספינקע און סאטמאר זענען טאקע נישט דומה אבער מיט איין פרט זענען זיי אייניג, ביי ביידע איז דער אינגערער ברודער א שוטה און עם הארץ און א טעראריסט (מילד געזאגט)

_________________

hotwire » 21/10/2007 18:13

באקומען אין אישית פון דער ניק מיט די נאמען השם יעזור, איך טו דאס אריינלייגען כלשונו.

א גוטע וואך.

הודעה 1# ארגינעלער,

איך האב זיך צוריק יהאלטין פון זיך אריין מישן און די ספינקא מחלוקה, ווייל איך האב גיהאלטין אז ס'איז נישט לכבודו של ר' בעריש, אבער אז דו "גרויסט" זיך נאך אז און די קומנדיגע טעג וועט מען זעהן נאך אויף די פאסט, האב איך נישט קיין ברירה נאר דיך אביסעלע שטעלן אויפן פלאץ.

אגב, ערלויב איך מיר צו פרעגין נאך א קלייניקייט, אבער אזאך וואס קען באלייכטן דעם גאנצן בילד, זאג מיר נאר זיי מוחל, וויפל תפילות האסטו געדאוונט, און וויפל טישן האסטו מיט גיהאלטן ביי ר"ב, אין די לעצטע צעהן יאהר.....

און פון דעסטוועגן, אפשר זאגסטו מיר פארוואס הייבסטו אהן די היסטוריא פין שנת תשנ"ז עם פטירת כ"ק מרן ר' הערשל'ע זי"ע? צו איז דאס ווייל ביז דעמאלטס האסטו נישט קיין גוט ווארט צו זאגין אויף ר' בעריש?.....

און יעצט וועלין מיר אנהייבן מיט דיין ערשטע הודעה

תוקן על ידי - בשמחה_תמיד - 21/10/2007 18:55:07

_________________

ארגינעלער » 21/10/2007 23:50

איך וועל דיר ענטפערען על ראשון ראשון ועל אחרון אחרון.

הודעה 2#

אפשר זאגסטו מיר וואס פאר רשעות האבען די בני הרה"צ ר' בעריש געטון פאר די לוי'?

וואס האבען זיי געדארפט טון?  לאזען זייער פאטער באגראבען ווערען נישט ווי דער אפמאך איז געווען? טאמער איז דא איינער וואס האט געקענט פארמיידען די שערורי' איז דאס געווען ר' אביש, ער האט געהאט די ברירה 10 צופרי צו פארעכטען און הייסען גראבען אזוי אז די מציבות זאלען זיין אייניג, ער האט דאך דאס סיי ווי נאכגעגעבען מיט 2 שעה שפעטער, ויפה שעה אחת קודם וואלט ער זיך איינגעשפארט די גאנצע קאפוויי, אויב וויל ער איינעם באשולדיגען קען ער נאר זיך אליינס באשולדיגען.

וואס מען האט געשריבען אויף ר' הערשעלעס מציבה איז דיקטירט געווארען דורך ר' אביש ממילא איז דאס נישט מאסגעבענד, אויפען אמרי יוסף'ס מציבה ווייס איך נישט וואס עס איז געשטאנען, איך ווייס אבער אז הרה"ק ר' הערשעלע האט איבערגעקוקט אלע מציבות אויפען בית החיים פארען מציבה שטעלען און ער האט געלאזט שרייבען.  אויב וואלסטו געקענט הרה"ק ר' הערשעלע וואלסטו געוויסט אז ער האט זיך נישט גערירט קיין כי הוא זה פון מסורת אבות און ער וואלט נישט געלאזט ביי אים אויפען חלקה שרייבען זאכען וואס איז נישט אויסגעהאלטען.

ווען די דאקומענטען וועלען ארויסקומען און מען וועט זען נישט די "רודפי שלום" האבען אנגעמאכט יענע מחלוקה נאר ר' אביש, וועסטו מודה זיין צו מיר??

הודעה 4#

אז די ווייסט נישט רעד טאקע נישט, איך ווייס אבער יא און דערפאר רעד איך יא, און עס איז געווען א רשעות פאר  א קראנקען ברודער ארויפצושטעלען אויף זיין רעביצינס קבר א בלעך בניגוד לרצונו.

הודעה 5#

"יעצט וועלען מיר צוטרעטען צו די פטירה אין לווי'. בשעת הרה"צ ר' בעריש איז געלעגען בגסיסה אין שפיטאל זונטיג חוה"מ זענען זיך צוזאםגעקומען אלע ברודער מיט די שוואגערס, הרה"צ אב"ד סאטמאר ב.פ., אב"ד וויזניץ מאנסי, דומ"ץ סאטמאר ב.פ. הרב יוסף והרב מרדכי אהרן מייזליש ועוד".

און נאר מפני השלום, ובריחה ממחלוקת, האט מען געהייסן ר' אביש זאל נישט אריין גיין און צימער....

שקר!!!!! ער איז אנגעקומען אין א צייט ווען די דאקטורים האבען קיינעם נישט אריינגעלאזט אפילו זיינע אייגענע קינדער, שפעטער ווען מען האט שוין געקענט אריינגיין האט מען אים געזאגט אז מען קען שוין גיין האט ער גענטפערט אז ער יאגט זיך שוין צו מעריב.

"הרה"צ ר'  ישראל האגער האט קודם געזאגט פאר ר' אביש אז הרה"צ ר' בעריש האט זיך אויסגענומען פארשידענע תנאים אויף די טהרה, חברה קדישא, קבורה און מציבה און אז ער האט נישט קיין רעכט צו שטערען גארנישט ווייל ער האט מקנה געווען דעם חלקה פאר אים און הרה"צ ר' בעריש קען פארלאנגען וואס ער וויל אויף זיין אייגענטום על פי תורה ועל פי מענטשליכקייט. ווי אויך האט ער אים געווארענט אז מען וועט נישט ארויסגיין צו די לווי' ביז די קבר איז אויסגעגראבען ווי אפגעשמועסט און מען האט א מציבה פערמיט אין דער האנט".

ביסט א אינפאנטיל? וואס פאר א שייכות האט טהרה מיט חברה קדישא מיט מקנה זיין דעם קבר? און פון דעסטוועגען האט דער "רשע" און "גנב" מסכים גיוועהן????  פפפפשששששש מוראדיג! צווייטנס, ער האט עם נישט געווארענט, ווייל ס'האט בכלל נישט אויסגיפעלט.

די שייכות איז פשוט, ווען ער איז נישט בעל הבית אויפען קבר האט ער נישט וואס אריינצורעדען אין די קבורה, ביי א געווענליכע חלקה קען דער בעל הבית פון בית החיים זיך אריינמישען אבער דא ווי באלד הרה"צ ר' בעריש האט זוכה געווען צו זיין חלקה דורך צוטיילען די ירושה, האט על פי תורה דער בעל הבית פונעם בית החיים נישט אריינצורעדען, און הרה"צ ר' ישראל האט אים געווארענט ער זאל נישט נוצען זיין לעגאלען כח אנטקעגען די תורהדיגע בעלי בתים, בני הרה"צ ר' בעריש.

"מען איז דארך געגאנגען אלע פרטים ומלאך ... בעל כרחך יענה אמן האט ר' אביש געמוזט מסכים זיין צו אלעם ווייל ער האט געוואוסט אז אויב נישט וועט מען אויפהאלטען די לווי' און עס וועט ווערען אן איבערקערעניש. איין זאך האט ער זיך געשטעלט אז די מציבה זאל זיין קלענער ווי הרה"ק ר' הערשעלעס מציבה. נאך קורצע באראטונגען האט די משפחה למען השלום מסכים געווען דערויף לפנים משורת הדין. דער אפמאך איז געווען אז הרה"צ ר' בעריש וועט זיין אפגעריקט בערך אנדערטהאלבען ביז צוויי פיס פין זיין טאטען אין די ברייט, אז עס זאל זיין פלאץ פאר א דורכגאנג און ער וועט ליגען אין איין שורה מיטען טאטען אויף די רעכטע זייט".

ממש צדיקים די לעמעטשקעס וואס "למען השלום" האבין זיי מסכים גיוועהן.....

קענסט חוזק מאכען, אבער דער פאקט איז אז די "לעמעטשקעס" האבען אין משך פון 10 יאר קיינמאל נישט באשמוצט זייער פעטער און אים נישט גערודפט און ווען נישט דאס וואס ער האט געגראבען דעם קבר נישט ווי דער אפמאך וואלט ער יעצט אויך נישט געווארען באשמוצט.

 

פון די גאנצע לאנגע מגילה פון פאר די לווי'ה זעה איך אז דו שרייבסט אליין אז ס'איז גיוועהן א טעות,

איך שרייב נישט אז "עס איז געווען א טעות" איך שרייב "אז ר' אביש האט זיך פארענטפערט אז עס איז געווען א טעות" ער האט פארשטאנען אז ווען מען מאכט אפ אז מען זאל ליגען גלייך אין איין שורה מיטען טאטען מיינט דאס אז דער בלעך זאל זיך ענדיגען צוזאמען מיטען טאטענס בלעך, אבער די מציבה און ארון קען ליגען 2 פיס אראפציר.  ביטע נישט לאכען, ער איז פשוט א "תמים" ער האט נישט געהאט קיין שום שלעכטע כוונה דערביי.

 דו שרייבסט, אז ר' אביש האט געזאגט אז ער הייסט עס שוין פארעכטן,

די וועלט זאגט אז פון וכך היה אומר ביז וכך היה מונה איז פאלג מיך א גאנג, דא איז אויך אזוי געווען, ר' אביש האט געזאגט אז מען גייט עס שוין פארעכטען, דאס איז געווען פאר 10 צופרי, א שעה פאר די לוי' איז געווען גערופען, און ער האט געהאט גענוג און נאך צייט דאס צו פארעכטען איידער עפעס קומט ארויס אויפען גאס.   דער ...  אבער האט געמיינט אז ער גייט מער אויפטון אויב ער וועט ארומשלעפען מיט פוילע תירוצים, אז ער שיקט ארויס זיינע מענטשען וכדו' אנשטאט צו הייסען פאר מר. אוערבאך דאס צו פארעכטען תיכף כאטש ער האט געוויסט אז מען וועט ווארטען מיט די לוי', און מען האט אים געבעטען אז ער זאל עס שוין פארעכטען תיכף.  ער איז דער איינציגער גורם פארוואס מיר ווייסען פון די גאנצע פרשה.

 דו שרייבסט אז זיינע חברה, זענען גיוועהן אויפן פלאץ, פארוואס האבין זיי נישט גערופן די גאנצע צייט זאגין אז גארנישט ריקט זיך נישט? אלא מאי, לא היה ולא נברא, מ'האט גישלעפט סתם כדאי להגדיל הטראסק און שרייען ר' אביש לאזט נישט באגראבין, והא ראי'ה צום זיבעטען מאהל, סיי דער קראלער רב און סיי דער וויז'ניצער רב זאגין אזוי, און דער קראלער רב האט עס אפיציעל מכריז גיוועהן שמח"ת ביינאכט בבית מדרשו.

זיי האבען יא גערופען, נישט אומזינסט איז אב"ד וויזניץ ארויפגעלאפען צו אים 3 מאל אין משך פון 2 שעה, יעדעס מאל האט ער "געזאגט" אז מען גייט שוין פארעכטען, אבער במציאות האט מען זיך פארבינדען אויפען בית החיים און באשטעטיגט אז מען פארעכט נישט אפילו שפעטער ווען ר' אבישס מענטש איז שוין אנגעקומען האט נאך אויך געדויערט כמעט א שעה ביז מען האט עס פאראכטען.

 

"איך וועל נישט מאריך זיין וואס עס האט זיך אפגעשפילט די קומענדיגע 2 שעה, בקיצור, מען האט געגראבען נאך 2 מאל עטליכע אינטשעס ביז די קינדער פון הרה"צ ר' בעריש זענען אריבערגעלאפען צו ר' אביש און אים געווארענט אז אויב מען גראבט נישט אויף תומ"י ווי אפגעשמועסט, וועט מען יעצט אויפען פלאץ צווינגען אונטערצושרייבען שטרי בירורין סיי אויפען בית החיים און סיי אויף די ירושה און די קהלה".

יעצט האסטו מיר גיקאסט א לאך, זלמן לייב איז געקומען צווילדעוויטער הייט, און געשריגן שטרי בירורין שוין, און ר' אביש האט גיענטפערט איך בין מסכים, אבער בתנאי אז דער קעמפ, פאמאנא, און בעדפארד גייען אויך אריין אין די שטרי בירורין, (ולמען הצדק והדיוק, די מעשה איז לא היה ולא נברא, נאר דער וויז'ניצער רב האט איהם גיהייסן אהיים גייען אהן קיין געוואלדעס, איך האב נאר געשריבן די צווייטע האלב פון די מעשה וואס די גאס האט גירעדט, און ארגינאלער האט "פארגעסן" צו פארציילן).

לויט דיר איז דאך די מעשה לא היה ולא נברא, איז דאך נישט שייך מתווכח צו זיין, אבער ווינדער איבער ווינדער ווען הרב ר' זלמן לייב איז ארויסגעגאנגען פון ר' אביש'ס שטוב האט מען בדרך פלא פונקט אנגעהויבען צו פארעכטען דעם קבר.כ

"און ווער עס דארף א הוכחה האט 2 ברירות אריבער גיין רעדען צו איינע פון די דערמאנטע רבנים אדער צו זייערע קינדער ובפרט הרה"צ דומ"ץ סאטמאר ב.פ. און הרב ר' יוסף און הרב ר' מרדכי אהרן מייליש שליט"א"

איך ווייס נישט וואס דער באראפארקער רב האט דא געהאט און דערמיט, אבער מיט ר' ישראל און זיינע קינדער האב איך מברר גיוועהן, און זיי זאגין טאקע אז דו פארקויפסט באבקעס, ווי שוין עטליכע מאהל דערמאנט

 די זאגסט ליגענט סייבשם קראלער רב און סיי בשם וויזניצער רב.  און דער פאקט באווייזט ווי מיר. אדרבא, ובחנוני נא בזאת, זיי מיר מסביר פארוואס הרה"צ ר' בעריש האט ש 7 פיסיגע קבר???  די פאקט איז אז זיין קבר איז אויסגעגראבען מיט איבער  א פיס מער ווי געווענליך, וואס איז די סיבה דערצו?

הודעה 7# (לעצטע)

"אויב ר' אביש וויל גיין צו דין תורה ווייל ער קען באקומען די בעדפארד בילדינג און די קעמפ, האט ער געהאט א געלעגענהייט שוין יארען צוריק ביים סיכסוך איבערען בית החיים דן צו זיין דערויף".

ר' אביש וועט נישט גיין צו קיין די"ת אדער ערכאות אויף א זאך וואס זיין טאט'ן האט וויי געטוען אבער געשוויגן, חוץ פון דעהם, וואס דו "פארגעסט" אז אויפן בית החיים איז דער "איש השלום וואס איז אנטלופן פון מחלוקת" געגאנגען אין ערכאות, און אריין געלייגט וואס ער האט גיוואלט, ר' אביש האט נאר גיענטפערט אויף וואס מ'האט עהם גיפאדערט. אדרבא, זאג דו פארוואס האט ר' בעריש גיפאדערט דעם בית החיים, און נישט דעם בית המדרש? ס'איז נישט קיין ירושה?

 איך האב שוין גענטפערט אויף דעם, און איך וועל איבערחזר'ן ווייל למען השלום האט ער זיך נישט געוואלט שלאגען אויף די ירושה נאר אויפען בית החיים האט ער געהאט טענות אויף פארשידענע זאכען ווי אויך אז דער טאטע זאל נישט ליגען אין קיין קרקע גזולה האט ער זיך אויף דעם געשלאגען.

אדרבא, זיי די מסביר פארוואס האט ער זיך געשלאגען פונקט אויפען בית החיים, ירא הקהל וישפוט ווער עס זאגט דעם אמת

"איך האף מארגען צו זיין א ביסעל פריי וועל איך אראפברענגען אויסצוגען פון די אומדערהערטע רשעות'ן וואס ר' אביש האט אפגעטון אין משך פון די יארען, לאו דוקא בנוגע זיין ברודער הרה"צ ר' בעריש נאר אויך איבער אנדערע ענינים."

עצה טובה, דערצייל נישט, ווייל ס'וועט דיר קיין גרויס כבוד נישט ברענגין, דו זעהסט דאך שוין אז ס'איז דא נארמאלע מענטשין וואס נאר פון וואס דו שרייבסט זעהן זיי אויף ווי ווייט בעריש מיט זיינע קינדער זענען נישט גירעכט.

יישר כח פאר די עצה טובה, איך וועל עס נעמען אין באטראכט, אבער געב איבער פאר ר' אביש אז ביזדערווייל בין איך מער נוטה יא צו שרייבען.

 

"וויכטיג צו באטאנען, אז אין משך פון די אלע יארען בין איצט האבען הרה"צ ר' בעריש'ס מענטשען קיינמאל נישט באשמוצט ר' אביש'ן, און אז איצט האט דאס אזוי מיאוס געפלאצט איז דא א סיבה צו דעם המקרא הזה אומר דרשוני. טאמער זענען דאס סתם הרה"צ ר' בעריש'ס קינדער ווילדע חיות וואס האבען נישט וואס צו טון נאר צו פארשעמען זייער טאטען און אפהאלטען זיין לוי' פאר גארנישט און פארנישט, אזעלכע ווילדע פארשוינען, ווי אזוי האבען זיי זיך איינגעהאלטען די לעצטע 10 יאר און קיינמאל קיינמאל גארנישט מבזה געווען ר' אביש'ן???????"

די סיבה דערפון האב איך שוין אויבן געשריבן, ווייל ר' בעריש איז גיוועהן קלוגער פון זיינע בהמישע קינדער, ער האט געוויסט דעם אמת אז אויב גייט ער צו דין תורה, אדער ערכאות איז ער עלול צו פארלירן אלעס, אדער חאטשיג זיך דארפין טיילין מיט די ברידער, אזוי איז ער גיוועהן בעל הבית יחיד אויף רכוש אין ערך פון מיליאנען,

אפשר ביזטו מסביר זיין קאמפ אויפען בית החיים לויט דיין הסבר??

אבער אז די בהמישע קינדער וועלין זיין אויבער חכמים, וועלין זיי דערלייגן די הויזן, די איבריגע ברידער קענען נאר פארדינען דערפון, ר' אביש וועט דעקין זיינע חובות, ר' אייזיק וועט אויסצאלען זיין בנין, ר' נטע וועט קענען אויפבויען אויפסניי זיין בנין אין בארא פארק, ר' נפתלי וועט דעקין זיין מארגיטש, אין מיט דעם פיפטן חלק, וועלין זיך ר' בעריש'ס קינדער הארגנען צווישן זיך.

ונזכה ונחי' ונראה



תוקן על ידי ארגינעלער ב- 21/10/2007 23:51:46

שורשנגח » 21/10/2007 23:57

ארגינעלער עס איז א שאד זיך אזוי צו פלאגען סתם צו באשמיצען רבי אביש, דו ווייסט גאמ גוט לא על כבוד של רבי בערשי אתה דורש, נאר פאר די גנאי פון רבי אביש.

אבער למעשה פאר רבי אביש טוסטו גארנישט, ווייל די גאנצע שטאט שטייט אין לאכט און ווייסט אז דאס איז סתם א פורים שפיל פון רבי בעריש קינדער, סאו איינער וואס ליידט נאר איז רבי בעריש וואס איז א פורים אין די גאנצע שטאט.

_________________

ארגינעלער » 22/10/2007 00:07

יאנקעלע, בקיצור נמרץ ווייל איך זע אז דער מנהל איז שוין זאט פון דער נושא.
1. הרה"צ ר' בעריש האט יא מוחה געווען פאר עדים איינמאל א יאר, ער האט נאר נישט געוואלט מאכען קיין מחלוקת אין די גאס.
2.  בני הרה"צ ר' בעריש האבען מסכים געווען צו די קלענערע מציבה בתנאי אז אלע ברודער זאלען נאך יום טוב אונטערשרייבען אז אלע וועלען האבען אייניגע מציבות.  ר' אביש'ס טענה איז נאר אז ווייל מען האט אים באשמוצט ווייל ער נישט אונטערשרייבען, אויף דעם איז דער ענטפער אז ער איז אליינס שולדיג, ער האט געקענט פארעכטען דעם "טעות" תומ"י 10 אזייגער צופרי איידער די גאס האט עפעס געוויסט.
3. רוב חסידי ספינקא זיצען אויפען פלאץ נישט ווייל זיי האלטען אז דאס איז געווען די רצון פון הרה"ק ר' הערשעלע נאר ווייל דער פאקט איז אז ער זיצט דארט און דאס איז נישט גענוג סיבה פאר זיי אוועקצוגיין.  עס איז קלאר נישט דא קיין צוואה, אדרבא אויב איינער לייגט ארויף א "צוואה" געב איך אויף.  סך הכל איז דא א בריוו וואס הרה"ק ר' הערשעלע האט געשריבען איידער ער איז אריין אין שפיטאל אז די ביהמ"ד זאל זיין בהנהלת ר' אביש און ר' אייזיק.
4.  די פאקט אז די בני הרה"צ ר' בעריש האבען אין משך פון די אלע יארען קיינמאל נישט באשמוצט אדער גערודפט ר' אביש, באווייזט אז יש דברים בגו, זיי זענען נישט סתם אויפגעשטאנען בשעת זייער טאטענס לוי' און פרובירט אנצוהייבען א נייע מחלוקה.  נאך די עוולות וואס הרה"צ ר' בעריש האט ערהאלטען פון ר' אביש ביי זיין רעביצין'ס מציבה און בלעך האט ער זייער קלאר פארלאנגט אז מען זאל נישט ארויסגיין צו די לוי' ביז אלעס איז מסודר, אזוי ווי עס איז געווען חוה"מ זענען זיי דורכגעפאלען און זיך געלאזט פארנארען צו ווארטען אויף די חתימה אויף נאך יום טוב, זייער טעות איז געווען זייער נאיוויטעט זיי האבען געגלייבט אויפען ווארט אז נאך יום טוב וועט מען אונטערשרייבען.

שור שנגח
סאטמאר און באבוב קריגען זיך, און ספינקא האט הרה"צ ר' בעריש אפגעטרעטען פון אלעם אן מחלוקה.  ועוד מען האט אים מקנה געווען זיין קרקע לכל דבר כנ"ל

_________________

ארגינעלער » 22/10/2007 00:09

שור, ר' אביש דארף מען זיך נישט פלאגען צו באשמוצען, ווי די וועסט זיך איבערצייגען אין די קומענדיגע טעג.

_________________

האלבערשטאם » 22/10/2007 06:30

האטווייער i am sorry אבער דיינע מעשיות לייגען זיך נישט אויפן שכל

עס מאכט ממש נישט קיין סענס



געגאנגען » 22/10/2007 15:30

נאך אלע טענות ומענות, וואס חזרן זיך איבער איינמאל און נאכאמאל, פארשטיי איך נישט איין איינציגע זאך:

פארוואס רופן נישט ר' בעריש'ס קינדער זייער פעטער צו דין תורה? פארוואס לויפן זיי גראד צו די גאס מיט א שמוץ קאמפיין וואס וועט פארשעמען "גאנץ" ספינקא, אריינגערעכנט זיי און זייער טאטן?

ארגינעלער » 22/10/2007 15:42

געגאנגען, ווי די פארשטייסט איז א דין תורה זייער א פארצויגענע זאך, און סך הכל ווילען זיי דא שטעלען א מציבה. זיי פרובירען צו ערלעדיגען דאס שטעלען די מציבה אויפען שנעלסטען וועג.
איך האב נאך נישט געהערט קיינעם גיין צו א דין תורה וועגען א מציבה.

_________________

יענקעלע11 » 22/10/2007 15:45

מיטן גרעסטן מאס רעספעקט און דרך ארץ וויל איך דא פרעגן א פראגע,
איך האב דא געליינט תגובות וועגן קרקע גזולה,
און אז רבי בעריש ז"ל האט לכתחילה נישט געוואלט ליגן אין ספינקא
ווייל דער בעלות איז א דבר השרוי במחלוקת און ס'איז דריבער א קרקע גזולה,
ווידער לייען איך זיין צוואה ווי ער בעט מען זאל נעמען רשות ביי
קהל יטב לב און מען זאל עהם טובלן אין זייער מקוה,
וויל איך דא פרעגן פון הרב זלמן לייב הוראוויץ און פון ר' מאיר הערש
פראנצויז, פון וועם מען האט געבעטן רשות?, פון וועלעכע קהל יטב לב?,
פון רבי בערל פריעדמאן/יצחק ראזענבערג?, אדער פון יאנקל כהנא/שאול פערלשטיין?,
קען מעגליך זיין אז מען האט עהם חלילה געטובלט אין א מקוה גזולה?
JUST WONDERING.

 

שורשנגח » 22/10/2007 17:23

אפדעיטס!

כ"ק רבי אביש שליט"א האט געזאגט פאריגע וואך מיטוואך פאר רבי ישראל האגער שליט"א אז ער האט נישט קיין פראבלעם אונטער צו שרייבען אז ער גייט אויך האבן א קליינע מציבה.
 
אבער איין זאך וויל ער אז די בני רבי בעריש ז"ל זאלן אונטער שרייבען אז דאס איז עס אז זיי פארלאנגען גארנישט מער, אזוי ווי ער שרייבט דאס אונטער שטעלט מען די מציבה, און נישט נאכדעם וואס ער וועט דאס אונטער שרייבען וועט זיך אנהייבן - אזוי ווי די בני רבי בעריש זאגן ארום - געב אונז אויך חלקות, פאר אונזער קהלה דארפן מיר חלקות - שרייב אונטער שטרי בירורין פארן ביהמ"ד, וכו וכו'.

ער האט פון זיי פארלאנגט איין חתימה אז נאדעם וואס רבי אביש שליט"א שרייבט אונטער שטעלט מען די מציבה.

זייט מיטוואך ווארט מען אויף א תשובה.

נעכטן רופט אן ר' ישראל האגער, אז בלא די קינדער פון רבי בעריש זאגן אז זיי שרייבן גארנישט אונטער, זיי זענען גארנישט שולדיג פאר רבי אביש, און טאמער זיי וועלן אונטער שרייבן וועט זייער טאטע האבן גרויס צער אויף יענע וועלט...

רבי ישראל האט געזאגט פאר רבי אביש איך האב נאר פרובירט אבער איך קען זיך נישט קיין עצה געבן מיט די בני רבי בעריש, איך פארשטיי אייער צייט און איר זענט 100 % גערעכט.

רבי אביש האט אים געזאגט איך פארשטייט אליין אז איך ברויך דא גארנישט טאן, זאג זיי אז זיי ווילן קענען זיי מיך רופן צו דין תורה, איך וועל גיין צו יעדע נאמאלע בי"ד אדער זבל"א.

רבי אביש דארף אונטער שרייבען אלע שגיונות און נערישקייטן וואס די ילדים פאלט ביי, ער דארף שטיין ווי א נער און זיך ביקן כורעים ומשתחוים פון די בני רבי בעריש, אז כדי טאמער ער טוט נישט דאס זאל מען קענען וויינען און שרייען אויף הייד פארק אז רבי אביש איז א שייגץ טמא...

_________________

האלבערשטאם » 22/10/2007 18:17

זיי זאלען זיצען 5 יאר אין דין תורה אין דערנאך מאכען א מציבה פאר זייער טאטע?

געגאנגען » 22/10/2007 18:35

די שנעלסטע וועג צו לייגן א מציבה איז באשמוצן אין די גאסן? איך מיין נישט אזוי. יעדער בי"ד וועט פארשטיין אז מען דארף זיך דא צואיילן.

(וזאת למודעי, איך האלט אז ביידע זייטן קריגן זיך דא ווי קליינע קינדער, איך האלט אויך אז ר' אביש האט געטון א אויסטערלישע עולה דורך צונעמען די גאנצע ירושה פאר זיך - נישט נאר די שוהל און די בית החיים, נאר אלע חפצים וכו', אבער יעצט האלט איך אז בני ר' בעריש ציען איבער די שטריק, מ'שפילט זיך נישט מיט א טאטנס מציבה פאר אזוינע זאכן)

אידעלע » 22/10/2007 18:53

שור שנגח, לויט דעם וואס דו שרייבסט אז די סיבה פארוואס די ספינקע פאליטיק איז אויף היידפארק איז וועגן די משפחה פון ר' בעריש האבן דאס ארויפגעברענגט אהער, מעג איך אננעמען אז די סאטמארע פאליטיק איז אויף היידפארק וועגן די משפחה פון ר"א טייטלבוים האט עס ארויפגעברענגט אהער?

ווער ווייסט, אפשר ביסטו גאר רביצין סאשע אליינס.

_________________

איך קען דערליידן פערדן, איך קען נישט דערליידן מענטשן וואס רעדן ווי פערדן...

menchele » 25/10/2007 00:42

א באמערקונג אין דער זייט.

איך בין גענויגט אנצונעמען אז די קינדער פון רבי בעריש זצ"ל זענען נישט קיין בעלי מחלוקת. פארוואס? דער ספינקער "שניט" אין מחלוקת איז די ברידער זאלן זיך קריגן צווישן זיך. ביי רבי בעריש'ס קינדער העלפן אלע זיך קעגנזייטיג ארויס, און זענען מחזק מיט וואס נאר מעגליך דעם עלטסטן ברודער זייערן, ר' יוסף מאיר.

לפענ"ד וואלטן די פעטערס זייערע, זאלן זיי אלע זיין געזונט און שטארק, געמעגט נעמען דערפון א לעקציע.

סתם אן אבסערוואציע...

גוטזאגער » 25/10/2007 05:14

אך ווי גוט מענטשעלע האט געשריבן. זיי וואלטן זיך געקענט רייסן ביי די קעפ איבער די ריעל עסטעיט וואס ר' בעריש האט איבערגעלאזט, אבער דערווייל הערשט צווישן זיי שלום ושלוה, און דער פעטער איז דער וואס רייסט זיך מיט זיי.

אנדערע רבנים דארפן זיך אפלערנען פון די משפחה.

_________________

hotwire » 25/10/2007 15:40

געב צייט, ביי די פעטער האט אויך געדויערט א צוויי חדשים

menchele » 25/10/2007 19:05

ביי די פעטערס, מיין איך אבער, האט קיין אהבה פריער אויך נישט געהערשט. צוויי חדשים האט געדויערט אז די קנאה-שנאה זאל ארויס אין דער עפנטליכקייט. דא, אבער, איז די קעגנזייטיגע ליבשאפט בולט דעמאנסטראטיוו.

hotwire » 25/10/2007 19:26

אהבה מסותרת

menchele » 25/10/2007 19:32

פריי און אפן צו זען פאר ווער ס'וויל נאר. ולא זכיתי להבין דעם פשט פון דעם קוועטש מיט די אויגן.
בלאט: 1 2