צום יארצייט פון ר' שלמה קארליבאך זצ"ל
96 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 98 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #2295674
באקומען אין אימעיל.
בעזהשי"ת
כמו שקבלנו כמה בקשות מבני החברה שרוצים לערוך
סעודת יומא דהילולא של רבינו זצ"ל
ביחד עם סעודת מלוה דמלכה
במוצאי שבת קודש פרשת וירא הבעל"ט
ט"ז רם חשון תשס"ח לפ"ק
על כן הננו בבקשה על כל אחד מאנשי שלומינו
די בכל אתר ואתר להודיע לנו באיזה מקום הם רוצים לערוך הסעודה
ונקוה לשלוח לכולכם המקומות שיתקיימו הסעודות
ביחד עם ליווי תזמורים וכלי שיר אם אפשר
המקומות שנמצאים הרבה אנ"ש כדלהלן
ירושלים
בני ברק
וויליאמסבורג
בורו פארק
ענגלאנד
אנטווערפען
שווייץ
אוסטראליע
בני החבורה כולל אנשים מכל סוג
כולל חסידי סאטמאר, באבוב, וויזניץ, גור, אמשינוב וכו
ואחינו בני לומדי תורה מישיבות סלובדקה, מיר, פונויץ וכו
בברכת הצלחה מרובה
חברת קשר
_________________
מ'קען אריינשיקן נייעס, בילדער, קליפס, וכו'.
הערליכע מוזיק און סיפורים מהעל שם טוב ותלמידיו 24 שעה א טאג
http://www.rabbishlomo.co.uk
ממש פלאי פלאים דאס איז אדוירך געארבעט דורך היימישע חיסידישע אינגעלייט
און עסליגט דארט הונדערטע שעות פון טיפע הייליגע ניגונים, נסחאות און סיפורי צדיקים
טעמו וראו כי טוב.
לע"נ רבינו שלמה ב"ר נפתלי זצ"ל
די 13'צטע יאר צייט געפאלט טאקע נעקסטער מוצאי שבת פרשת וירא הבעל"ט
[בילד – נישט אפגעהיט]
שר"י
שעפסל
למה הנוסח הזה
כי הוא לא קורא לעצמו כק אדמור שליטא
זומזום, זכותך לכתוב בנוסח אחר.
הוא תרם למען ישראל יותר מ,,,,,,,,
שעפסל
גם קוב לא תקבנו גם ברוך לא תברכנו
אויב דו ווילסט ברוגז זיין, געב עס ארויס אויף די שוטים וואס נעמען א פארשוין וועלכער איז געוועהן א גוטער זינגער און א שפילער. אפשר נאך א גאר א גוטער זינגער. און מאכען פון איהם א צדיק. נאהר ווייל ער האט געקענט אזוי גוט זינגען אז קטני מוחין האט ער מרגש געוועהן עד דמעות. א קיצער א גוטער פאכמאן.
זיי מישען אויס קעלבענער ווייבערישער התרגשות מיט התעוררות.
זיין התרגשות איז געוועהן פון דעם זעלבן סארט ווי די גויישע שוישפילערס און פילם מאכערס וואס איך בין זיכער זיי קענען אויכעט די מלאכה. אויף ענגליש הייסט דאס A TEAR JERKER קיינער אבער קיינער זאגט נישט אז אזא אקטיאר איז א קדוש.
לפענ"ד איז די אבסעסיע מיט זיין מכלומרשטע צדקות, כאטשיג ער איז געוועהן איין אפענער עבריין. גורם צו דעהם אז היינטיגע קטני מוחין בעלי תאווה מיינען אז מקען זיין איין עובד ליצרו וליוצרו. עדות צו דעהם זענען די "טשולענט קלאבס" למיניהם ווי מקען אפטוהן כל דבר אסור, און מזינגט נאך א קארליבאך ניגון "לכבוד שבת קודש"
http://yiddish.forward.com/archive/forverts/2007/0126/item3.htmlגענוג איז צו זעהן ביי די היילגע כותל המערבי פרייטיג צו נאכטס ווי די חברה'לייט האצקען ביי דעם קארליבאך מנין, לאז אבער איינער א פרעג טוהן אזא "מתפלל" וויאזוי ער האט פארברענגט ליל שישי? אדער אנדערע נעכט.
אמאהל האט זיך אזא איינער באגראבן פאר בושה, און געשטאנען אויף די מערב וואנט, היינט קען ער פארפיהרן, טומלען און ליארעמען און שטערען אלע מתפללים דארט, ווען איך בין דארט כאפט מיר שיעור אהן איין עקל. אזוי איז מען מקבל שבת?
אבער כאמור לעיל, זיי האבן דעם היתר פון דעם רב המרקד.
כבר מילתי אמורה, ער אליין איז נישט שולדיג, ער האט געהאט זיינע פראבלעמען, זיינע גרויסע מעלות און זיינע גרעסערע שוואכקייטן, קיינער משפט איהם נישט דא. מיר זענען נישט קיין בי"ד של מעלה.
מיין טענה איז צו די וואס פארגעטערן איהם.
מצדיק רשע ומרשיע צדיק תועבת השם גם שניהם.
תוקן על ידי - baachi - 16/10/2007 21:44:19
ר' באטשי
אחר קידה והשתחויה למעלת כבוד תורתכם וכו'
איך בין געווען היימיש מיט ר' שלמה'ן זצ"ל, ער פלעג מיך רופען ווי יעדען איינעם דער הייליגער ר'..... ער איז געווען א גרויסע נשמה דהיינו א גדול, און ער האט אויסגענוצט זיינע כוחות מקרב צו זיין כל צרוע וכל.......
איך פרעג נאכאמאל די קשיא אויב ער איז געווען אזוי ווי דו זאגסט ווי זיינען די אלע וואס זיינען פארדארבען געווארן דורך אים?
סוף סוף זיינען היינט דא טויזענער אידן פון אלע שיכטען וואס ווארעמען זיך מיט זיינע ניגונים, ביי די אידן איז די התרגשות אדער ווייבערישע געפילען ווי דו רופסט עס זייער אידישקייט,
ליידער היינט פארקויפען נישט די פארטייען קיין אמת'ע געפילען נאר פאליטישע, און מען קען יעדען נארן נאר נישט זיך, דער ניגון שפכי כמים לבך וואס נאך זינגען דעם ניגון 100 מאל איז עס נאך אלץ גוט ווי ניי, עס איז גלייך צום הארץ, ווען א מענטש איז נבוך מיט פראבלעמען און דרייט זיך ארויף און אראפ איז דער ניגון די בעסטע מעדיצין און עס האט נאך א צו א געפיל פון קרבת אלקים, דאס איז נישט א ניגון דאס איז מיטל פון CPR פאר די אידישע נשמה,
ווען איינער זאגט אז ר' שלמה איז געווען א בעל מנגן איז אזוי ווי מען זאל זאגען אויף דעם גרעסטען הארץ ספעציאליסט וואס מאכט הארץ אפעראציעס אז ער איז א פשוטער סאלאמי סלייסער, א ודאי שניידען ביידע פלייש, נאר אם אין דעת הבדלה מנין,
מען קען זאגען אז נאך דעם דף היומי וואס האט אפגעראטעוועט די וועלט פון אלע שלעכטע השפעות פון לינקס און פון רעכטס, איז די נעקסטע גרויסע זאך די השפעה פון ר' שלמה,
דער שקר פון די פארטייען נאדשעט ביים הארץ און מענטשען ווערען מענטעלי דיסטורבט פון דעם קאמפליצירטן שקר, שלמה'ס ניגונים זיינען ווי באלזאם פאר דעם פנימיות פון די אידישע נשמות,
זעלטען וואס א מענשט וואס לעבט שוין נישט איבער 10 יאהר אז די לעקטער פון זיין גרויסע נשמה איז נאך מעכטיג שטארק, און עס שטראלען ארויס אטאמישע פולסען וואס ברענגען אריין א חיות אין אידישע נשמות ווי א נוקלעאר'ער ריעקטאר,
אדרבה זינגט ישרא' בטח בה', והאר עינינו, נחמו נמחו עמי, והיו למשסה, ממקומך, עם ישראל חי, וכו' וכו' הונדרעטער ניגונים אש להבה, א פשוטע און הייליגע געפיעל פון די תוכן המילים,
איך פארשטיי נישט בשום אופן ווי עס זיינען דא אידן וואס פילען נישט דעם קראפט, עס מוז זיין אז ביי זיי איז מוח שליט על הלב, כל הכבוד,
חסדי ד' כי לא תמנו - אז מע'זעהט נאך איין היימישער אינגערמאן וואס שעמט זיך נישט אין שרייט"אז עס איז נאר איין באשעפער" אין האט די הייליגע אויגען אדוירעך צו קוקען אלעס אין זעהן אז דיהייליגע רשב"ן זצ"ל איז געוועהן א נסתר שבנסתר, ער איז דאך געוועהן אזוי באהאלטען אז די בעל דבר אליין האט נישט געוויזט אז ער איז א צדיק וקדוש, וואס מלבד זיין גאונות וחריפות ובקיאות בספרי קבלה, ש"ס ופוסקים, ספרי חסידות, ודרך הבעל שם, איז ער געוועהן א יחיד בדורו אין אהבת ישראל ער האט ליב געהאט אפילו די וואס ווארפען שטיינער אויף עהם.עוד יבוא יום, let it be soon' let it be soon' וואס די גאנצע וועלט וועט זעהן אז עס איז דא איין באשעפער אין ער האט ליב יעדעם כקטן כגדול, אין האט אסאך באהאלטענער אידעלעך וואס זענען מקריב זייער עוה"ז ועוה"ב מקרב צו זיין אידען לאבינו שבשמים.
עס קומט באלד ארויס א הערליך ספר הרשב"ן מלוקט תורות עמיקים, מדרכי החסידות, דרך הבעש"ט, אין פערזענליכער מעשיות, וואס איהר וועט אלע זעהן אז ער פלעגט אוועק געבען זיין גאנצער געלט פאר אידען, גלייך נאך די קונצערט'ן, אויב געלט איז ביי אייך נישט קיין עבודה זרה, וועט איהר אלע זעהן אז דאס איז דער אמת'ער דרך לעבודת ד'.
נאך די זעקס מיליאן קדושים וואס זענען ארויף על קידוש השם, דארף אונזער קליינע קעפלעך זיין אפען אין זעהן אפשר איז אונזער אלטע דרך נישט אזוי גוט, אפשר האבען מיר פארגעסען ווי אזוי ליב צו האבען א צווייטען, אפשר זענען מיר מיילען ווייט פון חסידות בכלל, ווער זאגט עס איז א מצוה צו זיך ארום האקען אין טשעפערן א צווייטען, אפשר איז די נעמען פון מוסדות בכלל אן עבודה זרה, אזוי ווי די בעל שם אליין האט זיך נישט געריפען מעזשיבושע'ר רבי, נאר גאנץ פשוט ר' ישראל ב"ר אליעזר בעש"ט. און אפשר וויל די רבוש"ע מיר זאלען נישט זיין אזוי קאלט צו א ווייטען ברידער, הגם ער גייט מיט לאנגע האר, לאמיר עהם מקרב און ווייזען די זיסקייט פון אידישקייט, אין נישט ווי גיט מ'קען זעצען ביי הקפות, וואס איז דאך היפך שיטת הבעל שם, אין טאקע דאס האט די הייליגע סאטמאר רבי זצוקללה"ה רוח קדשו געמיינט נשתכח דרך הבעל שם, אז א גאנצע דור האט פארקוקט אזא צדיק נסתר וואס פלעגט זיין מקושר צום רבוש"ע יעדער רגע און טאג.
איך וועל בל"נ אייך שיקען א לינק פון דעם ספר הרשב"ן וואס וועט אי"ה טראגען הסכמות פון:
כ"ק אדמו"ר מהר"א מסאטמאר שליט"א
כ"ק אדמו"ר מהרי"י מסאטמאר שליט"א
כ"ק אדמו"ר מהרב"צ מבאבוב שליט"א
כ"ק אדמו"ר מהרמ"ד מבאבוב שליט"א
כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א
כ"ק אדמו"ר מויזניץ ב"ב שליט"א
ר"מ ור"י בני כ"ק אדמו"ר מויזניץ
שליט"א
כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א
כ"ק אדמו"ר מאמשינוב שליט"א
כ"ק אדמור"י לעלוב שליט"א
כ"ק אדמור"י קרעטשניף שליט"א
ועוד דיינים ורבנים מקהילות שונות.
מיר טועהן דאס פשוט צו פארשפרייטען אהבה ואחוה ושלום ביי אונז אלע
די מציאות איז אז מחלוקת ושנאה האט נאר געברענגט יסורים ועונשין ח"ו, מיר זענען מגלה אז עס איז דא א וועג פון דינען דעם אייבערשטען מיט שמחה מיט ליבשאפט און יעדער זאל פארגינען דעם צווייטען, ממילא בעט איך פון מיינע הייליגע ברידער לאמיר נישט רעדען פון איד וואס אין לנו מושג כלל בעבדתו, אין עי"ז נזכה בקרוב לקבל פני משיח צדקינו בהתגלות כבוד שמים עלינו וע"כ פני תבל במהרה אמן
נ.ב. קיינער דארף מיר נישט גלייבען, BUT PREPARED TO BE SHOCKED
תוקן על ידי קשר1 ב- 17/10/2007 21:07:08
הלוויה של רבינו הרשב"ן זצ"ל - 40 דקות
תלמוד בבלי מסכת שבת דף קנג א
אמר רב יהודה בריה דרב שמואל בר שילת משמיה דרב מהספדו של אדם ניכר אם בן העולם הבא הוא אם לא
רש"י
אם בן עולם הבא הוא - שאם כשר היה הכל בוכין עליו ומורידין דמעות ומספרים שבחו:
אנחנו אין לנו שום מושג מי הי' הצדיק הקדוש הנסתר הרשב"ן זצ"ל
רק עכשיו אחר י"ג שנים נתגלה קצת וקצת האור הדוחה הרבה מן החושך
אתם
יכולים לבכות עם הציבור שם, כי בעוה"ר האור עדיין לא נתגלה במלואו הלא
רבינו הי' הצדיק נסתר מפורסם בכל העולם, שהפיץ אור דרך ד' ע"פ דרך האריז"ל
והבעש"ט, ועם ניגונים של הבית המקדש, נתפלל עכשיו לרגל היארצייט הי"ג הבר
מצוה של הרשב"ן, שימלוך ד' על כל העולם כולו, וכל אחד יראה שאין עוד מלבדו,
ונזכה להגאילה שלימה ושיבנה הבהמ"ק במהרה אמן.
http://video.google.co.uk/videoplay?docid=2123382327763660769
קשר, ווילאנג דו ברענגסט מיר נישט פרוף אז דו מיינסט ערנסט וואס דו שרייבסט, ביסטו מוחזק ביי מיר אז דו שרייבסט סתם לשם זיך אויסגעבן, און אן קיין שום כוונה. אזוי שטייט אז סתם א איד איז בחזקת כשרות.
אין די רגע וואס איך וועל געוואויר ווערן אז דו מיינסט ערנסט וואס דו שרייבסט, וועל איך אננעמען דיינע ווערטער זייער ערנסט.
איז דא א וועג דאס צו איבערצייגן? (איך מיין אז נישט, אבער אדרבה לאמיר הערן פון דיר)
אדרבה ונזכה ונחי' ונראה כו' טובה וברכה
בס"ד
שרייב מיר אין תיבת אישי אין מיר וועלן אלעס אדוירעך רעדען קלאר, בעז"ה.
איך קען באשטיין צו רעדען אויפ'ן טעלפון אויך, די עיקר סיבה פארוואס איך שרייב דא איז נאר איין זאך, ווייל איך האב מיך מקבל געווועהן תשובה צו טוהן אויף די אלע יאר'ן וואס איך האב אזוי בארעדט שלא בכבוד אזא איד, די רבוש"ע וויל פשוט מ'זאל זעהן אז עולם הפוך הוא כדאי' בגמ', אין מ'טארנישט דן זיין קיין שום מענטש, עד שתגיע למקומו אויף עולם שכולו ארוך ויום שכולו שבת.
די ספרים שרייבען אז אויב איינער האלט א לעקטער דארף ער עס נישט אדווערטייזען יעדער זעהט דאך עס איז ליכטיג, אויב מען דארף פאמפען איז א סימן ס'איז באמת טינקעל, ממילא לפענ"ד דארף מען נישט אדווערטייזען גארנישט.
נאר פאר אונזער עולם וואס האט געלעבט ביז היינט און א טעות, אין חושד געוועהן א איד נאך בעפאר מ'האט האט געהאט אן איינונג ווער דאס איז, דארף מען אביסעלע קלערען, מאן יימר? אפשר איז דער איד גערעכט, אפשר ליגט עפעס יא אונטער די הייליגע ניגונים, קען דען זיין אז עס קומט נישט פון א הייליגע פלאץ, אויב מ'קען וויינען שעות אויף יעדער ניגון, אין מ'איז זיך מצער אויף גלות השכינה, אין די לעבעדיגע ניגונים איז דאך אזוי משמח, קלערטס אריין אפשר ליגט יא! עפעס דא, נישט זיין אזוי נעגעטיוו, איך דאנק דעם באשעפער אז ער האט מיר געגעבן די זכיה אין געפענט אביסעלע די אויגען, עס האט זייער נישט געשמעקט אז איך דארף גיין און שוהל אין שמועסן 3 שעה פאליטיק דער איז ר-ש-ע, יענער איז א ש-ק-ץ, איז דאס דען די דרך ד'?, עס האט מיר זייער צובראכען יעדען טאג, ביז איך געטראפען די ספר בעש"ט על התורה און געזעהן אז ניין די דרך האמת איז אדרבה אהבת ישראל, אהבת התורה, וואס ברענגט צו אהבת הבורא, נו ממילא שפעטער הער איך א ניגון פון רשב"ן אין איך זעה ממש מילה במילה, עס האט מיר אזוי משמח געוועהן אז איך הער די ווערטער ממש פון הייליגען בעש"ט די דרך התורה והישר.
געדענקט גיט מיין הייליגע ברידער, די סימן וואס ווערט געברענגט אין אלע הייליגע ספרים, אויב מען וויל וויסען צו מען טוהט א מצוה אדער אן עבירה, איז...
קיק ווי אזוי די שפירסט דיך נאכדעם, הלא אדם וחוה אחר חטא העץ הדעת שטייט "ויתחבא אדם ואשתו" זיי זענען געלאפען זיך באהאלטען, פשט איז די רבוש"ע האט אונז געגעבן א מתנה אז נאך די עבירה חלילה קען מען נישט געפינען קיין פלאץ אויף דעם וועלט מ'וויל אנטלויפען פון זיך אליינס. ביז מ'האט חרטה אין מ'טוהט תשובה.
אבער אויב נאך דעם שפירסט דו דיך הויך אין דערהויבען אין ממש די האסט הנאה פון יעדער זאך וואס די זעהסט פון יעדער מענטש וואס די טרעפסט, דאנקסט דעם בוכ"ע אויף אלעס, איז דאך דאס א סימן מובהק א די האסט געטוהן א מצוה, א זאך וואס בינדט צו א מענטש צו רבוש"ע.
ממילא גאנץ פשוט, מאכט'ס דעם טעסט, אין זעהט ווי אזוי איהר שפירט זיך.
בברכת הצלחה לכולנו
נ.ב. יש אלפי חסידי סאטמאר באבוב וכו', וואס שרייבען אז עס האט זיי געטוישט דאס לעבען, זיי שפירען א טעם און שבת ויו"ט, זיי זעהן בכל דבר קטן אז יש מנהיג לבירה, אין זי מישען זיך בכלל נישט אין פאליטיק, בעז"ה.
איין תורה פון ספר הרשב"ן עמוק עמוק - הפוך בה והפוך בה כו'
ואנכי הסתר
אסתיר פני מהם, אוי רבוש"ע גלי כבוד מלכותך עלינו, כי מחכים אנחנו לך, וכיון
שהקב"ה כל כך מסתתר מעמנו, צריכים לחפש כמטמונים את ד', אבל כשמוציאים את השי"ת
אין יותר טוב, ונפשי חולת אהבתך, ולפי זה תבין בני חביבי ויקירי למה לא תמצא דף
אלף בתלמוד בבלי, וכן התורה מתחלת באות ב' ולא באלף, כי הלא מלך מלכי המלכים המסבב
כל הסיבות, מסתתר מעמנו ובכל דור ודור יותר ויותר, וזה דבר הראשון שצריכים לידע
לפני שלומדים התורה הקדושה, כי הנה א-ל מסתתר, ואחד מהסיבות שמסתתר כדי ליתן לנו
השמחה כשמוצאים אותו יתברך בכל דבר ודבר, ויזכנו השם שיהי' לנו חלק קטן ואפי' משהו
באבק של אבן כשיוריד השי"ת המחיצה המבדלת בינינו לבין אבינו שבשמים כשיבוא
משיח צדקנו, ועפ"ז תבין שפיר ענין דרך ארץ קדמה לתורה, כי הנה צריכים לידע
דרך הארץ כלומר סדר העולם שהשי"ת מסתתר בו, ועל כן אלקים בגי' הטבע כי במדת
הרחמים אי אפשר להסתתר מבני ישראל כי עי"ז יכולים להכשל וליפול בבורות שיחין
ומערות, וע"כ ד' ברחמיו הגדולים עלינו לקח במדת הדין ועשה טבע עולם כמנהגו
נוהג, ובזה לא רואים השי"ת רק בהסתר ממש, וא"כ עלינו רק להתפלל מלוך על
כל העולם כלו שנזכה להתגלות כבוד שמים ביאת הגואל במהרה בימינו אמן.
באטשי,
דיינע ווערטער איז קולע אל השערה, און איבעריג צו זאגן אז די סארט עלעמענטן וואס פארגעטערן אים מיינען באמת נישט אים נאר זיך, פשוט אזוי קען מען גיין הושע"ר צו די קארליבאך שול און טאקע נאר דארט דאווענען במתינות ובכוונה.. באגלייט מיט מוזיק.. און ווי אויך מחמת גרויס אהבת ישראל נישט מחלק זיין צווישן בני און בנות ישראל.. און דעריבער דאווענען אינאיינעם מיט נשים צדקניות... וכהנה נאך אזעלעכע סארט זאכן ווי אזוי מען קען גרינגער דינען דעם באשעפער און אלע עניני עבודת השם... און טאקע נישט אויפן אלטען פאנאטישען דרך.. (ח"ו) און די בעסטע ראי' איז אז מען זעהט טאקע נאר אזעלעכע יעניגע וואס זענען מדקדק בקלה כבחמורה זיך אהין קערן..
אזוי ווי באטשי האט שוין ערווענט מיר זענען נישט און בי"ד של מעלה אפצושאצן דעם מענטש אליין וכו' אבער וואס עס ציהט אהין אונזערע היימישע ברודער פארשטייען מיר זייער קלאר.
און איך פערזענליך גלייך אויך טאקע זיינע ניגונים גאר שטארק אבער דאס איז דאס און גארנישט מער.
עוד יבוא יום וואס די טייערע צדיק יוסולע וועסט אויך זעהן דעם אמת...
איך בין געוועהן א גרעסער מתנגד ווי דיר. בעוה"ר
די אלטע דרך איז שוין לאנג נשתכח אזוי ווי רביה"ק מסאטמאר שרייבט.
נאך די 6 מיליאן קדושים הי"ד... דארפען מיר גוט אריין קלערן צו אפשר וויל די רבוש"ע מער אהבת ישראל, ווי א שטריימעל. אדער מער אהבת התורה, ווי א שטיקל מקוה פאליטיק. אדער מער אהבת הבורא ב"ה, ווי א ברענד נאמען פאר א מוסד/פארטיי.
תוקן על ידי קשר1 ב- 17/10/2007 23:25:34
ובעוה"ר ביסטו נגרר געווארין נאך די סטרא אחרא, און ליגסט טיף טיף און די קליפת רשב"ן שר"י.
אוי שעפסל, קענסט מיר אנקלינגען איך מיין אז מיר זענען שכנים, די קענסט טאקע אסאך חסידות, אבער זיי גרייט צו אן עולם הפוך ראיתי, פאס אויף! אויף דיין שפראך קיינער האט נישט די העזה ווי דיר בעוה"ר, אונז דארף מען תשובה אויף דיינע לשונות, עוד יבוא יום וואס די וועסט זעהן דעם אמת.
ליידער אויב איינער קען נישט דן לכף זכות זיין א שכן אדער חבר, קען אויך נישט אדוירך קוקען און זעהן דעם אמת, לטובתך היט אויף דיין פענע, ווייל עס קען זייער מעגליך זיין אז באלד וועסטו אויך אנפאנגען שרייבען אז די האסט חרטה אויף אלעם אזוי ווי מיר.
שרייב מיר און אישי, איך וועל דיר שיקען ראיות ברירות אז איך האב געלעבט אין א גרויסען טעות די לעצטער 40 יאר, עס דארף נאר פאסען פאר אונזער כבוד אז יא! עס איז דא א צד אז מ'רעדט דא פון איד א נסתר, און וויפיל גדולי הדור גרייטען זיך אויף די התגלות כבוד שמים במהרה.
_________________
ווי איז דער הימעל געשריי אויף גיין אין ערכאות, ואין פוצה פה ומצפצף?
דער תירוץ: שלמה זצ"ל איז נישט געווען א היימישער איד, וד"ל,
אוי aaa2zzz
לאמיר נישט חלילה מקטרג זיין אויף קיינעם,
די חיד"א ברענגט די וואך. אז דער רבוש"ע ביים ברית בין הבתרים
האט געגעבן א ברירה פאר אברהם אבינו, פאר זיינע קינדער, אדער גיהנום אדער גלות.
האט אברהם אבינו האט געוואלט אויסקלייבען גיהנום פאר זיינער קינדער. ווייל ער האט געקלערט אז אויב זיי וועלען גיין און גלות וועלן זיי דאך זינדיגען און באקומען גהינום חלילה אויך.
אבער די רבוש"ע האט געזאגט ניין! נעם בעסער גלות, ווייל אויב זיי זענען אין גלות וועלן זיי דאך נעבעך נישט האבען קיין גרויסער ברירות, און ממילא וועט די עונש נישט זיין אזוי שטארק עיי"ש שבירר ע"פ הלכה שטוב יותר גלות.
על כל פנים זעהט מען דאך אז די גאנצע ענין פון ערכאות איז דאך בעוה"ר ווייל מיר זענען בין הגוים אין עס איז זייער שווער די נסיונות, איז לאמיר חלילה נישט מקטרג זיין אויף עם הקודש בנים חביבים למקום. נאר וואס יא מיר קענען מתפלל זיין אז דער עושה השלום במרומיו יעשה שלום עלינו ועל כל ישראל, אמן.
_________________
אוי הייליגער ברודער ר' קשר נומער איינס,
ווען איך קען ווען דיין ערשטען נאמען ווי אויך דיין מוטער'ס נאמען וואלט איך זייער גערן געזאגט א קאפיטל תהילים פאר אייער וועגן.
קשר1
פון ווי ווייסטו ווען דו מאכסט דעהם טעות? יעצט אדער פריער
אולי האט דער בעל דבר דערשמעקט אז דו פיהלסט ליידיג ברוחניות און דו זוכסט שוין צו ווערען א ליייט און שפירן א חיות אין א מצוה. האט ער דיר אריין גערוקט א "רשב"ן" וואס איז ממש קליפת נוגה. און יעצט לעבסטו אויפן עולם התוהו.
קוק אריין אין ספרים בעיקר אין יושר דברי אמת און בפרטיות אין הכשרת האברכים פון פיאסעצנער זצוק"ל וויאזוי א מענטש קען זיך זעהר אליין אפנארן, לעבן אין א טעות דאס גאנצע לעבען.
דו טענה'סט אז דו האסט א התרגשות אין א מצוה. אזוי רעדען אויך די רעפארמער ווען זיי נוצען שבת איין ארגאן ביי זייער "דאווענען" ,
פרעג א קריסט וויפיל התרגשות ער קריגט ווען ער הערט זיין כאר זינגען אין די טומאה.
פרעג אויף איינער פון דיינע נייע חברים וואס האט שוין באזוכט איין אפערא, וויפיל התרגשות ער קריגט ווען ער הערט פאווראטי וכדומה. ער פארגיסט טייכן טרערן.
וויינען איז א תאווה ווי אלע תאוות.
ווי איז דיין הוכחה אז דו ביזט דיך נישט טועה יעצט,
ווי איז דיין הוכחה אז דיין וויינען און התרגשות יעצט איז נישט אזויווי א ריפארמער פאריירעכט אום שבת קודש א ציגאר אין א טריפענעם רעסטאוראנט אבער ער וויינט ווען ער הערט בשעת מעשה א טעיפ פון "א יידישע מאמע" אדער "אויפן פריפעטשיק".
תוקן על ידי baachi ב- 18/10/2007 0:24:25
העי קשר, דריי דיך נישט ארויס!, קענסט איבערצייגן ברבים דא אז דו מיינסט ערנסט וואס דו שרייבסט? יא צו ניין?
יעצט גיי נישט צוריק אריין אינעם ענין פארוואס דו האלטסט מכלומרשט אז שלמהלע איז געווען א צדיק.
נאר ענטפער יא צו ניין. יא? ניין?
אנאנים כמו תמיד. אייזן!
אז דו ביסט גוט ביסטו גוט.
תוקן על ידי אהליצדיקים ב- 18/10/2007 4:40:38
מורי ורבותי חביבי וידידי כולנו בני איש אחד נחנו
איך זעה אז עטס זענט באמת ערליכער ברידער און א וודאי עטס נעמט זיך אהן פאר'ן שלחן ערוך.
אבער נישט פארגעסען אז עס איז אויך אן ענין פון, עת לד' הפרו תורתיך, אמאל זאגט אונז די רבוש"ע זיי עובר אן עבירה פאר מיין הייליג נאמען, אין אזוי האט אהרן געטוהן מיט'ן עגל, יא ער האט געמאכט אן עבודה זרה נאך קבלת התורה, אבער מ'קוקט נישט חלילה אויף די מעשה, נאר אויף זיין הייליגען כוונות הלב, אין מסירת נפש, וע"כ איז ער געווארען א כהן הגדול מאחיו. די ענין פון עבירה לשמה, וואס בעז"ה האט מען שוין גערעדט און די פריעדיגער אשכול בענין הושענה רבה.
איר דארפט זיין גרייט פאר עולם הפוך ראיתי, איך בין נישט סתם איינער וואס האט ליידיגע צייט ב"ה, איך שרייב דא זייער ערנעסט.
דאס עיקר וואס האט מיר געשטערט איז ווי אזוי בעוה"ר עס זעהט אויס די שיינער חסידי'שער הויפען, מיר דארפען נישט מער ווי אביסעל ליב האב א צווייטען, אין דאס האט נאר איין איד דעשריגען זיין גאנצער לעבען.
נאכאמאל איר דארפט קוקען אויף די תוצאה וואס איז ארויסגעקומען פון דער איד'ס 68 יאר אויף דעם וועלט, און אויב איר זיכט באמת דעם אמת וועט איר עס טרעפן מיט זיינער דברי תורה וניגוני בית המקדש, יא! ס'איז טאקע באהאלטען, הלא מלך מלכי המלכים בתכלית ההסתר, ואנחנו בנ"י המעט מכל העמים האבען מיר זוכה געוועהן צו זיין דער הייליג פאלק, אשר בחר בנו מכל עם.
נא, אויב פאר אייך איז געשמאק דעם לעבען אזוי, גייט ווייטער אן ווי אזוי אייער הארץ שפירט איז גיט, איך רעד נאר דא צו איינעם אזוי ווי מיר אחיכם הקטן, וואס עס מיר אזוי וויי געטוהן כמה וכמה דברים שהם נגד עיקרי ויסודי אמונה, והתורה הק'.
עט'ס מיינטס טאקע אז די רבוש"ע שעפט נחת ווען איינער טוהט וויי א צווייטען, האם זה מה שרבינו האריז"ל והבעש"ט האבען געמיינט. חס וחלילה. אין נאכאמאל מיר דארפען זיין געראכטען פאר עולם הפוך, אין מער רעדט פון א איד וואס איז אלץ געוועהן מהשפלים שבשפלים, אין דארט טאקע געפונט זיך די רבוש"ע אזוי ווי עס ווערט געברענגט אלקים מבקש את הנרדף. אזוי ווי יוסף הצדיק אין דוד המלך וואס ביידע האבען געהאט אסאך רדיפות אבער למעשה היינט זענען זיין מיט די אבות הקדושים ומשה ואהרן די אישפוזין אין די סוכה, פקח עיניך וראה, בעזרת ד' יתברך.
"נאכאמאל איר דארפט קוקען אויף די תוצאה וואס איז ארויסגעקומען פון דער איד'ס 68 יאר אויף דעם וועלט,"
ריכטיג! און איך זעה ארום מיר צענדליגיע אויב נישט הונדערטער צובראכינע שטיבער, איך זעה ארום מיר צענדליגע אויב נישט הונדערטע נשמות וואס זענען גיגאנגין צו גרינד, מיט חילול שבת נבילות וטריפות ועוד. און אלעס אדאנק דעם רשב"ן שר"י!. און איך בין נישט מגזים, איך רעד פון וואס איך קען פערזענליך!.
ר' שעפסל עקספלעין יארסעלף?
ווי אזוי האט ער אראפגעפירט איין איד, דו מיינסט א ודאי אז די אראפגעפארענע האבן זיך געדרייט ביי איהם? און א סאך פון זיי זיינען וועגען איהם צוריק צום דרך הישר.
איך ווייס באמת נישט וואס די ווילסט פון איהם,
דאס וואס ער האט געטועהן בפרהסיא זיך געהאלדזט מיט יעדען איינעם איז נישט געווען בדרך חיבה, און ער האט עס געטועהן פאר יעדען איינעם, און ער האט קיינעם נישט געצוונגען, סא זיי נישט קיין היפאקריט ווען די ווייסט נאך נישט צו ער האט נישט געהאלטען אז מען מעג דאס טועהן,
וואס ער האט געטועהן בצנעה מאכט איהם נישט קיין רשע, געדענט א מחלל שבת זאגט די גמרא איזהו ישראל מומר זה המחלל שבתתות בפרהסיא [שבת סט],
ווילסטו וויסען וואס דיינע "גדולים" טועהן בצנעה? ביסטו גרייט צו הערן די אמת'ע פנימיות פון אסאך גרויסע "צדיקים" פון דעם דור און פון פריערדיקען דור?
וואס זאגסטו צו דעם אז דער אמשינאווער רבי שליט"א האט זייער געהאלטען פון ר' שלמה'ן? און איך ווייס נאך א גרויסען קלוגען רבי'ן וואס האט איהם נישט א וועק געמאכט,
נוץ נישט קיינען עניני חסידות און קבלה צו באשייגעצען יענעם, מיר אידן זיינען נישט קיינע אראבער, אדער טאליבאנער,
בפרט יעצט אז ער לעבט שוין נישט ווערען זיינע ניגונים גענוצט צו זינגען ביי קומזיצען וכדומה וואס איז א פאזיטיווע זאך,
צו זאגען וואס די זאגסט איך ריכטיגע הוצאת שם רע, אויב די לערענסט דעם דף ווייסטו וואס פאר א הארבע זאך דאס איז,
איך האט איהם אמאל גענומען אין מיין קאר אויף א לאנגע נסיעה און זיך אדורך גערעט מיט איהם, ער איז געווען א נפש יקרה, און זיין הארץ האט געברענט פון אהבת ה', אהבת ישראל, אהבת תורה, און ער האט געהאט אמת'ע צער פאר די אלע פארבלאדשעטע נשמות, דאס איז געווען זיין לעבען, און ער האט עס געטועהן מיט אן אופן המועיל, בפרט אין די היפי צייטען, און אויך אין די גויש'ע יוראפ ווי ער איז ארום געפארען אין די ווייטסטע פלעצער אין די קעמפוסעס און אופגעוועקט די אידישע פארוואגעלטע נשמות,
עוד אבינו חייייייי,
במהרה במהרה בימינו בקרוב,
קאם אן אפען יאר הארטס, גיוו מי הארמאני,
סימן טוב ומזל טוב.... יהא לנו
ישראל ישראל ישראל בטח בה'.....
איך האב איהם געזאגט ער זאל זיך אן טועהן א ברייטן ביבערהיט און קומען קיין ווילי מאכען בעלי תשובות, ער האט געלאכט, אבער שטעלט אייך פאר ער וואלט אראפגעריסען דעם צביעות און עס וואלט ארויס געקומען די ריכטיגע הארציגע אידישקייט,
איינער האט מיר דערציילט אז ר' דניאל זוסמאן ז"ל האט געפרעגט דעם סאטמארער רב זצ"ל דא הי אין אמעריקע צו ער זאל גיין אין די פעינט ביזנעס, האט איהם דער רבי געענטפערט יא אין אמעריקא זי צביעות זייער א גוטע ביזנעס,
צביעות האט אונץ אלעם ארומגענומען די גאנצע וועלט איז היינט אמעריקא, עס איז איבערגעדעקט מיט דיקע שיכטען פון צביעות, מען רעד זיך נאך איין אז מען מיינט עס ערענסט, און ווען צביעות טרעפט זיך מיט קנאות ווערט א גיפטיגע קאקטעיל,
תוקן על ידי aaatozzz ב- 18/10/2007 16:26:19
תוקן על ידי allnewspic ב- 19/10/2007 1:50:59
לשיקב"ו - הייליגע אמת! הרב AAA2ZZZ
קען מיר איינער מסביר זיין אז די דרך החסידות פון די 4 גרעסטער מוסדות'ען זענען על פי תורה?, אין צו קען מיר איינער זאגען אז די רבוש"ע שעפט נחת פון די אלע שנאת חנם, ערכאות, מחלוקת, בלי לקטרוג על עם ישראל.
נאר וואס דען מיר זענען שטארק פארקראכען ווילאנג מיר זעהן נישט איין אז יא! מען דארף ליב האבען יעדער איד בלי שום שנאה, האלטען מיר זייער ווייט.
קען מיר איינער מסביר די ווערטער פון רבי עקיבא,
ואהבת לרעיך כמוך זה כלל גדול בתורה, איר האט נישט מער ווי בארעדט א צדיק וקדוש, ווי איז אונזער תירוץ אויף אהבת ישראל, פארוואס איז דא אזוי פיל מחלוקת, ווער קען מיר געבען א תשובה אויף דעם, פארוואס האב איך פיינט מיין שכן וואס איז מצד השני פון "סאטמאר" "באבוב" "וויזניץ" "בעלז - מחנובקה" אין יעצט "ספינקא"וכו'. - טאטע! אין הימעל זעה ווי אונז זענען פארבלאנדשעט געווארען דא אין גלות ווי פארלוירענע
"שעפסעלעך" אין עפען אויף אונזער פליישיגע אויגען, מען זאל זעהן אז די עיקר איז אהבת ישראל, אהבת התורה, אהבת הבורא ב"ה.
נאר וואס דען ליידער וויל איך זאגען בעוה"ר זענען די אלע וואס בארעדען אזא איד מיט דמיונות והבלים ממש, פשוט ווייל עס פאסט זיי נישט די כבוד אז אזא נסתר איז אנגעקומען אסאך מער ווי אונז,
וויל איך מגלה זיין לפענ"ד ע"פ האריז"ל אז דאס זענען די זעלביגע אידעלעך וואס האבען חושד געוועהן משה רבינו באשת איש, די זעלבע וואס האבען געמאכט די עגל, די זעלבע וואס האבען באשמיצט דוד המלך בחייו אין עהם נאך געשריגען הבועל אשת איש מיתתו במה, וכו' וכו' מיר טארען נישט נתפעל ווערן ווייל דוד המלך האט זיך אויך נישט דערשראקען קוקט אריין אין תהלים אין זעהט קלאר די אלע רדופות, ד' מה רבו צרי רבים קמים עלי.
אבער צו די אלע הייליגע תמימי עם וואס האבען און זיך מער דעם צד הטוב, און מישען זיך נישט ביי זייער חסידות און פאליטיק, זיי האבען אפענע אויגען, און נאר צו זיי בין איך מגלה אז, לא זו הדרך מיר גייען בכלל נישט אין דרך הבעש"ט, ווי קען מען מלשין זיין א איד, שלאגען א צוויטען, וכו', מיט זיין הייליגע שיטה הבעש"ט?, ווי קען מען מאכען אן עבודה זרה פון א שם המוסד??...
אוי טאטע! נאר די קענסט מאכען שלום ביי אונז אלע, אין איך בין זיכער אז בקרוב ממש נזכה לישב כולנו ביחד בשלום ובשלוה, בלי שום טונא דליבא על השני, ובזה נזכה לביאת הגואל, אמן.
תוקן על ידי קשר1 ב- 18/10/2007 17:18:24
קשר, צוריק צום ספר. פון ווי האסטו דעים שטיקל, געבסטו עס ארויס? און די הסכמות זענען שוין דא, אדער דו ווילסט זיי נאך גיין נעמען???
אין צו קען מיר איינער זאגען אז די רבוש"ע שעפט נחת פון די אלע שנאת חנם, ערכאות, מחלוקת, בלי לקטרוג על עם ישראל.
ווי יענער האט גיזאגט נישט אום שבת גירעדט
two wrongs don't make one right
איך קען ענק זאגען איין זאך!
איך בין געווארן א בעל תשובה גמור דורך רבי ומורי רבי שלמה זאל רוהען אין לעכטיגע גן עדן.
ווען יעדער איז געווען פארנומען מיך מרחק זיין, ווייל כ'בין געווען ארויסגעפאלן פון משפחה, און ר' שלמה האט מיך געטראפן אין א באר ! און מיך דערקענט אין די אויגען אלץ יוד, און מיך גערופען אין א זייט, 'איך וויל מיט דיך שמועסן'..
נו? וואס האט ער געשמועסט? צו כ'האב שוין געדאווענט? צו כ'האב שוין געלערענט? צו כ'האב שוין מקנא געווען קנאת השם צבקות היינט? צו כ'האב שוין געמאכט מחאות און פאשקעווילען?
ניין!!! איין זאך. צו כ'האב שוין ווי צו עסן שבת קודש.. אוודאי האב איך נישט געהאט קיין היימישע שטוב ווי צו עסן.
און זייט יענע שבת האט שוין קיינער מיך נישט געדארפט זאגען איין ווארט אפילו, און איך בין היינט א טאטע פון פינעף זיסע קינדערלעך וואס לערנען אין א גאר היימישע מוסד אין...
ווער קען מיך נאך וויי טוהן, - על כל פנים ווער קען וויי טוהן דעם שכינה הקדושה, און זאגען אויף אזא ריזן מחזיר בתשובה פון טויזענטע יודישע נשמות אל מקור מחצבתם, אז ער איז געווען ווייסעך וואס..
אפילו זאל ער זיין וואס ס'האט אויסעזען פאר היימישע יודען, אבער די זכות פון די אלע בעלי תשובות, איז 'זיין' זכות.
- און די בעלי מוציא שם רע, האבען זיכער קיין זכות נישט מיטן אזוי רעדן!
אויב שלמה'לע זצוק''ל האט עוסק געווען אין די נידריגע ארבעט פון אויפהייבן יודען פון די נידריגסטע מדריגה, און איר האלט נישט פון דעם, אויב אזוי וואס זיכט איר דא אין די 'היידפארק' גאסן..
כ'מיין כ'האב גענוג געזאגט. ס'צייט צוריקציען פון אלע ווילדע רייד.
אשריך מבינות אשריך! מיין טייערע זיסער הייליגע ברידער
האסט גענומען דיין בושה אין ארויסגעווארפען פון פענסטער למען שמו הגדול מלך מלכי המלכים ב"ה
עוד יבוא יום וואס מיר אלע וועלען זעהן אז אין עוד מלבדו, אין דער עיקר וואס אונזער טאטע וויל פון אונז אז מען זאל מרבה זיין באהבת ישראל בדורנו אלה, אין די עיקר איז זיך צו בענקען צו ירושלים אין די הייליגע בית המקדש שיבנה בקרוב, ובזה נזכה לביאת הגואל, כדאי' בתפארת שלמה אז די עיקר וועג וואס מ'קען ארויס גיין פון גלות איז דורך געגועים צום הייליגען בית המקדש און התגלות כבוד שמים, וואס רבינו הרשב"ן פלעגט בכל יום ויום וויינען און קלאגען און בענקען אוף די גאולה שלימה.
און איך האלט אז טאקע דא און הייד פארק ווי עס געפונען זיך אזויפיל הייליגע ברידער ווערט די התחלת האור נתגלה יותר ויותר, ווייל די רבוש"ע געפונט זיך איבעראל ובפרט כאן בכרכך גדול של רומי.
שעפסעל תעיתי כשה אובד, איך בעט דיר ברחמים חזור בך, עס וועט דיך זיין אזוי זיס דאס לעבען, קום לאמיר טאנצען צוזאמען איך האב די ליב אהבת נפש, אין איך ווייס אז די האסט געמיינט נאר גוטס, אבער כרגע יעצט איז דא אן ענין פון חזור בך, די רבוש"ע איז דאך יעדעם מקרב ברחמים וחסדים גדולים.
אה, מ'קען זאגען קלאר, ווען מ'זעט אז מה זרעו בחיים - זיינע טייערע בעלי תשובות וואס ער האט געמאכט אין די טויזענטע, את הנפש אשר עשו בחרן. אז 'אף הוא בחיים'.
עוד אבינו חי.. עוד מלכינו חי.. עוד ר' שלמה עוד ר' שלמה עוד ר' שלמה חי...
ממש געוואלד! א שיין פשט...
איך וועל די פארציילען א מורא'דיגער מעשה, איין טאג האט מיר איינער נאך א וויכוח וועגען ר' שלמה, שטארק וויי געטוהן און איך בין געזעצען און בית המדרש מיט אן אפענע חומש אין ס'איז מיר געקומען טרערען און די אויגען. איך האב געבעטען דעם רבוש"ע זיי מיר מגלה דעם אמת פארוואס בין איך אזוי צומישט, פארוואס איז דער איד געוועהן אזוי באהאלטען, געב מיר א סימן, ווייז מיר דעם אמת'ער וועג ובחרת בחיים (כדאי' מהבעש"ט הק' כי יכול לבקש סימן מהשי"ת מה עליו לעשות כמו אליעזר עבד אברהם)
אזוי ווי בעז"ה מיינע טרערען זענען נאך אין די אויגען קוק איך און די אפענע חומש און איך וויל ליינען וואס שטייט, אין מיינע אויגען פאלט אויף די פסוק...
השקיפה ממעון קדשיך...
איך וויל ווייטער קוקען אבער מיינע אויגען גייט צוריק צו השקיפה נאך אמאל און נאך אמאל, הלא דבר הוא.
פלוצלינג זעה איך וואס דער רבוש"ע זאגט אונז אין איך האב גענומען וויינען ווי א קליין קינד בעז"ה פאר דעם זכיה בחמלתו עלי.
השקיפ"ה מאכט...
ה'צדיק ש'למה ק'ארליבך - יפ"ה
עס איז ממש כסודרן וואס ווייזט אונז לאמיתו של דבר
דעם ווארט האט מיר באגלייט עד היום הזה, איך האב עס שוין אסאך איבער געזאגט, און בעז"ה יעדער וואס הערט ווערט ממש אם אבן הוא נימוח, ווייל מיר דארפען גלייבען וואס די מהר"ל ברענגט אז די רבוש"ע רעדט צו אונז יעדער רגע, אין אזוי ווערט געברענגט בזוה"ק אז אלעס וואס מ'זעהט אויף דעם וועלט איז רמזים וואס מ'דארף טוהן.
אשרינו מה טוב חלקנו, ברוך הוא אלקינו שבראנו לכובדו והבדלנו מן התועים, ונתן לנו תורת אמת
תוקן על ידי קשר1 ב- 19/10/2007 4:08:30
יעצט זע איך, נאכאמאל וואס כ'האב אייביג געטראכט, אז ס'נישטא קיין מחשבה קודש וואס ר' שלמה'לע האט אויפדעם נישט מכוון געווען מיט איינע פון זיינע צענדליגע ניגוני גן עדן..
אט קומט מיר אויף פון די דיינע ווערטער, די ניגון: ומחה.. ומחה.. השם דמעה, דמעה אוי! דמעה, מעל כל.. פנים.
און אז ער האט יעדן שלעפער געהאלטן פאר א 'האלי פראם די האליעס..' און 'הי וואז רילי א למד וואוו צדיק..' פלעגט ער זאגען אויף יעדן אנאנימער יודעלע.. איז אוודאי אזוי מבושר פון הימעל, ה'צדיק ש'למהלע יפה,
מ'דארף זיין א ערלת לב נישט צו שפירען דעם חיוני אין זיינע ניגונים..
אמאל פלעגן רעביס זינגען זיינע לידער, אויב כ'געדענק גוט.
נישט אומזינסט האלט שוין די ניגונים ביי איבער 1,500 צו הערערס בעז"ה
זייט מען האט אראפגעברענגט די לינק פון די נייע "ניגוני רשב"ן צענטער" 24 שעה
http://www.rabbishlomo.co.uk
ונזכה ונחי' ונראה, מען זאל שוין זוכה צו דעם תיקון השלום, כולנו כאיש אחד בלב אחד.
א פרייליכען שבת.
_________________
איך וויל נאר מלמד זכות אויף אונז אידען, וואס בועה"ר נתרבו המחלוקת וואס דאס איז די גרעסטע נסיון כהיום, האב איך געטראפען א לימוד זכות און די סדרה דעם וואך, מ'קען עס איבערזאגען פאר יעדעם ווייל עס קלינגט גאנץ גיט בעז"ה.
די פסוק ברענגט - בפרשתינו לך לך, ויהי רי"ב בין רועי אברם ובין רועי לוט, והכנעני והפרוזי אז יושב בארץ.
אז די קריגערעריי וואס מ'זעהט היינט, ביי די רבי'ישער הויפען, רי"ב איז אויתיות רב"י, פארוואס איז דאס?. איז די תורה מליץ יושר, ווייל והכנעני אז יושב בארץ ווייל מיר אידען זענען נעבאך אין גלות אין די כנעני די גוים וואס ליגען אין די ארציות זענען משפיע אויף אונז די אלע זאכען אין אז מ'זאל גיין חלילה בחיקותיהם וערכאותיהם.
זאל די רבוש"ע מלמד זכות זיין אויך, במרום ילמדו עליהם ועלינו זכות, אין מיט דעם וועט מען זוכה זיין צו א משמרת שלום, בביאת הגוא"צ במהרה אמן.
_________________
דאס איז איין מאל זיכער, אז ר' שלמה'לע האט געטרויטען אין די וועג פונעם הייליגער בעל שם נבג''מ.
ס'געווען רבי'ס וואס האבען געהאט א הנהגה פון מלכות פון קנאות פון פארשידענע וועגן. אבער דער בעל שם ווייסן אלע איז געגאנגען פשוט און מיט א פשטות ותמימות אויפגעהויבען יודען בגשמיות וברוחניות, זיי געמאכט פילען א טעם אינעם לעבן, און אזוי ארום האבען זיי שוין געפילט א טעם אין רוחניות אויכעט.
ר' שלמה'לע האט געעפענט די הערצער, און איינמאל ס'געווען אפען, איז שוין יעדע יודישע ניצוץ צעפלאקערט געווארן.
ממילא די רבי'ס פארשטייען מיר נישט, און מיר 'דארפן' נישט פארשטיין יעדנס דרכים. אבער ווי פאני איז שוין געווען ר' שלמה'לעס דרך, אז ער האט געטוהן דאס נארמאלסטע וואס דער בעל שם האט זיך אזוי געפירט, מקרב זיין יודען צום אייבירשטען.
צידקות און כוונות לאז איבער פאר אנדערע, אבער וואס פאר א כוונה קען שוין האבען דער וואס רעדט ליידער אויף אזא איש מורם מעם, וואס איז געווען זכה וזיכה הרבים, זכות הרבים תלוי בו.
גוט שבת.. גוט שבת.. מיי אל האלי ברודערלעך..
מבינות! איך בין סורפרייזד! את השתא היכן הוית?
ווי ביזט די געוועהן ביז יעצט, איך פיר שוין וויכוחים די לעצטער פאר וואכען, אין ענדליך האט זיך בעז"ה געבראכען די אייז.
אין מ'הערט שוין פון א היימישער ברידער, וואס האט אויך הייליגע אפענע אויגען, אין קען אלעס אדוירך קיקען ביז זיין הייליגער טיפער הארץ, וואס האט ליב געהאט דעם רבוש"ע אזוי שטארק, אז ער האט ליב געהאט יעדעס פיצעל אינטש פון די בורא כל עולמים'ס וועלט, אין אזוי דארפען מיר זיך פירען, מרבה זיין שלום ואחוה.
די רבונו של עולם זאל העלפען אז מיר זאלען זוכה זיין תשובה צו טוהן אויף די אלע יארען וואס מיר האבען מבזה געוועהן דעם הייליגען צדיק נסתר הרשב"ן זצ"ל, אין יעצט ביי זיין 13'צטער בר מצוה יאר צייט, זאל ער זיין א מליץ יושר פאר אונז אלע, און מעורר רחמים זיין ביים בורא כל עולמים, לשלוח לנו משיחו במהרה בימינו אמן.
א פרייליכען און זיסער שבת, הייליגער שבת זיסער שבת, ווי קען מען שלאפען שבת קודש, עס ברענט דאך א פייער.
_________________
איך האב דאך אים געקענט פון אלע יארן, און כ'האב געהאפט ס'וועט קומען א צייט, וואס מ'וועט אביסל נאכלאזן מיט די שאנד וואס מ'האט גערעדט אויף אים.
פון כבוד איז ער געשטאנען ווייט ווייט, ער איז 'קיינמאל' נישט געזעצן אויבנאן. כאטשיק אז ער האט איבערגענומען זיין חשובער טאטנס ביהמ''ד אין מאנהעטן, נאר געזעצן מיט די עולם צוזאמען, און פלעגט זיך אויפשטעלן פאר יעדן קינד אפילו.. עד כדי כך.
ביי קאנצערטן, איז להפליא צו זען, ווי ער פלעגט אייביג אוועקגעבן דעם רשות הנגינה פאר ווער ס'האט זיך געגליסט צו גארגלען.. אפי' פאר א קינד, ווי למשל ביי מיאמי קאפעליע, און ער פלעגט בכלל נישט גיין ווי עפעס א סטאר! ניין, אייביג מיט א וועסט און ווייסע העמד, זייער סימפעל.
ווער קען זאגען היינטיגע צייטן אז ער איז אויסגעצייכענט מיט די מידה פון סבלנות וותרנות ענווה, אזויווי ער? פשטות און ישרות..
נו ווייל ר' שלמה האט זיך געלאזט שפעטן וועלן מיר פארגעבן זיין כבוד? זיין חן און העכערקייט וועט ממילא ארויפשוואומען אויפן אויבער פלאך. און ויאתיו כל לעבדיך.. ויתנו לך..... כתר אוי כתר .. כתר מלוכה...
איי איי, איי איי איי....
ר' שלמה זצ"ל האט מיר אמאל געזאגט אויף מרדכי בן דוד זאגט דער פסוק להושיבי עם נדיבים, אבער אויף מיר זאגט דער פסוק מקימי מעפר דל, ודפח"ח
_________________
ממש אזוי! ווער ס'ווערט נישט נתעורר פון זיינע ניגונים, פון זיינע סיפורי צדיקים, איז פשוט א איש בער לא ידע..
מ'פארציילט, אז אמאל - מיט יארן צוריק, האט מען אנגעהויבן א קארליבך ניגון ביי ר' מאטעלע מאנסיער רבי, ביים טיש, און מ'האט געוויזן עס צו סטאפן, האט ר' מאטעלע געפרעגט זיין זין סרולטשע, וואס איז געשען? האט ער געזאגט, דאס איז שלמה קארליבך'ס ניגון.. [אז ס'נישט צום זינגען]
האט ר' מאטעלע געפרעגט בדרך מיני' ובי'ה, וואס!? ר' שלמה לאזט נישט זינגען זיין ניגון דא?..
מיט איין ווארט, עטץ קענץ נישט דעם מחבר.
נעבעך פאר ענק
יא יא.. דער הייליגער מנחת אלעזר, האט אויך געהאט א שיטה פון קנאות, און למעשה כרמי שלי לא נטרתי, ס'געווען אייגענע אין משפחה וואס ער האט נישט געהאט דאס המשכה אין זיין דרך..
דער נעבעך איז פאר די וואס זענען פארנומען בלעטערן אין יענעמ'ס שמוץ, און זוכען מיט זיבן אויגען חסרונות פון מענטשען וואס האבען 'קיין פליג' געטשעפעט..
אמת אז היינט, כל דאלים גבר, ווער ס'קען בעסער שעלטן פארשעמן, איז היבש גרויס, אבער ס'איז א פאטאלע טעות!
נאר דער וואס וועט יענעם געבן א גוט ווארט, נאר ער וועט מצליח זיין.. דער רבי, דער משפיע, דער גראסערי מאן, דער טאטע מאמע, וואס וועלן שמייכעלן און שענקען, וועלן מצליח זיין, און גרויסע צדיקים געלערנטע קנאים, קארפן קעפ און שטויסער'ס.. וואס וועלן ניצען חרב פיפיות, וועלן פאלן אינעם אייגענעם שווערד !
ימים ידברו
מיר דארפן זיך שוין גרייטן, אין אייניגע טעג וועט זיין די יארצייט, לאמיר גיין אין זיינע דרכים, און מחי' זיין יודישע קינדער, מיטן אמתע חיות.
איי 'עוד אבינו חי.. עוד אבינו חי.. עוד אבינו, עוד אבינו, עוד אבינו חי...
לאמיר חלילה נישט קייענם שלעכטס בארעדען
מען קען באמת נישט האבען קיין טענות אויב איינער זעהט נישט אז ר' שלמה איז געוועהן באמת א דערהויבענער איד קדוש וטהור, ווייל למעשה איז עס איינער פון די גרעסטער מיסטעריס זייט בריאת העולם.
נאר אדרבה איך בין מלמד זכות אויף מיינע הייליגע ברידערלאך ווייל זיי האלטען נישט פון א איד וואס האט עובר געוועהן אויף א פרט און הלכה, אפי' ער האט געמאכט הויכע ניגונים מבית המקדש, אדרבה דאס ווייסט די הייליגקייט פון עם בני ישראל, נאר וואס יא! די בורא כל עולמים נאר אליין קען מגלה זיין באמת ווער איז געוועהן דער איד.
אין אזוי זעהט מען ביי דוד המלך מ'האט נישט געוויסט ווער דאס איז, ביז שלמה בנו האט געבעטען בעבור דוד עבדיך אל תשב פני משיחך שנזכה לביאתו במהרה אמן
כ'מיין אז סאטמאר איז א גרעסערע מיסטעריע, זייט בריאת העולם..
טענות קען מען יא האבען אויף די גרויס רעדנער'ס, ווייל זיי האבן נאכנישט געטוהן פאר יענעם קיין בייג מיטן קלענסטן פינגער, און דא רעדט מען וועגן א יוד וואס האט צענדליגע טויזענטע יודישע נשמות צוריקגעברענגט תחת כנפי השכינה, איז נאך דא א חוצפה מויל וואס דאבערט און יאמערט, אקעגן אזא הייליגע יוד?
דאס גאנצע וואס מ'רעדט אויף עם, איז ענינים בין אדם למקום, איין לשון הרע איז ערגער ווי אלעס, און איז בין אדם לחבירו, דארפן די חברה עזי פנים מאכן א מנין ביים ציון, און איבערבעטן דעם מדובר.
גראדע, פארציילט מען נאך, אז כמה גדולי ישראל, האבען מיט גרויס וואונדער געפרעגט ר' שלמה'לע אליין, 'מיט דרך ארץ'. היתכן ער טוהט פעולות וואס קוקט אויס מאדנע ביי היימישע יודען?
איינע פון זיי, הגאון הצדיק המפורסם רבי יוחנן וואזנער ממאנטריאל שליט''א, האט געהאט גוט שייכות מיט עם, און האט עם אמאל געפרעגט פשט אין זיין התנהגות, וואס האט געוויזן פארקערט ווי די הלכה.
ר' שלמה'לע האט מיט געשטיקטע שטימע עם געענטפערט: טייערע רב, איך בין גרייט צו גיין אין גיהנום, אבער פארדעם אז איך האב מקרב געווען אזוי מיט מיין מאדנע וועג אפילו בלויז איין יודישע נשמה צום באשעפער, בין איך מיך אויכעט מקריב..!
די מעשה איז מקורות'דיג, עטץ קענט איבערפרעגן דעם רב די סיפור. און נאך זאכן וואס ער האט געהאט מיט עם.
אבער דאס איז דאך געוואלדיג. ווער פון אונז וועט אוועקגעבן פון זיך 'איין מצוה' פאר יענעם.. איין מצוה.. נישט עבירה.. נישט רעדן לשה''ר, נאר איין מצוה אז יענער זאל זיין צופרידן..
ר' שלמה איז נישט געווען קיין עם הארץ, ער האט גוט געוואוסט וואס ער טוהט. און האט פארשטאנען אז דאס איז זיין פליכט, אז ער פארמאגט א נשמה כוללת.
עצה טובה פאר אלע חסידי קארליבאך בכינויו החדש הרשב"ן (ווי איז די ק'?)
זוכטס אויף אין די לייברעריס אלע ביכער וואס די שבתאים האבן ארויס געגעבן נאכהער ווי זייער רבי האט זיך געשמד'ט . ממש די זעלבע ראציוניליזאציעס . נאר דארט האבן זיי אנשטאט נשמות ישראל גענוצט דעהם טערמין ניצוצות קדושות
שפארט אייך צייט
אוי באטשי טייערע, ביסט דאך גירעכט, לכן אמור מעתה רש"ק, אותיות שקר, און יעצט וועסטו פאשטיין אויך דעם שקר 1 דמתקרי'א קשר 1 ודו"ק.