צום יארצייט פון ר' שלמה קארליבאך זצ"ל
96 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 98 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #2295674
איי איי באטשי מיט שעפסל, פארוואס זאלן מיר זיך דערצערענען? איז דערן ר' שלמה געווען א עוכר ישראל? איז ער דען געווען א כופר בעיקר? ווי מעג מען בכלל שרייבן אזא פארגלייך אויף א יוד וואס האט נישט געטשעפעט, נישט גאט, נישט דיך און נישט דיינע עלטערן.
ער האט זיכער א זכות הרבים, אפי' טאמער וועסט זאגען אז ער איז געווען פסול [לדבריך],און נאך א נקודה! טאמער וואלט ער געווען דיין זיידע, וואלסטו אויכעט אזוי געפייערט אקעגן עהם? געוויס נישט, ווייל דאס איז שוין איך! אבער ער איז געווען די טאטע פון אסאך אסאך יודישע בעלי תשובה, און ס'איז א עוולה אזוי צו רעדן אויף עהם.
דרך אגב, אז די זאגסט אז ס'פעלט די 'ק' פון קארליבאך, ס'וואלט ווען אויסגעקוקט ווי - רשכבה''ג...
חלילה צו זאגען אויף נאך איינעם רשכבה''ג נאר אויף די סאטמארע רביים.. קיינער האט נישט אזויפיל מקנא געווען קנאת השם צבקות.. קיינער טארנישט הייסן רשכבה''ג...
די וועלט זאגט, בעסער א פאלטשע שמייכל ווי א אמתע שטעך.. אז די זאגסט קשר איז שקר, איז אויכעט ווייל ער זאגט א גוט ווארט. און די שעלסט השם ישמרינו..
ברודערלעך.. ס'איז שוין פינעף טעג צום גרויסן יארצייט, קומט זיך איבערבעטן און אויסבעטן אין זיין זכות, ביים ציון המצויינת אויפן הר המנוחות.
עם ישראל חי.. עוד אבינו חי..
די שנאה צו שלמה און אויך צו די פרומע אידן און א"י מיט די געשטריקטע קאפלעך איז פשוט'ע ראסיזם, און ביגוטרי, דוק ותשכח,
אויך רוב חסידישע מחלוקת,
_________________
אוי עפענטס אביסעל די אויגען... פאר עס איז צו שפעט
בס"ד לשם יחוד קודשא בריך הוא ושכינתיה בשם כל ישראל
ווען די ספר הרשב"ן וועט ערשיינען בקרוב מיט הסכמות פון רבנים וגדולי הדור, וועט איר דאך זעהן אז אייער אייגענע רבי האלט אויך אז מען דארף מפרסם זיין דעם ריכטיגען דרך הבעל שם טוב.
ווי קען מען גלייבען אז עד היום, ווי אזוי עס פירט זיך די מוסדות הק' מיט אזא מין אהבת ישראל בהפלא פלאים, אז דאס מיינט מען דרך הבעל שם? הלמאי, עס מיז זיין אז שעפסל וסייעתו זענען ליידער אין דעם חושך זיי קענען נישט זעהן דעם אמת, אבער מיר דארפען זיי דן לכף זכות, ווייל די רגע עס וועט ווערן ליכטיג וועלן אלע זעהן, אז שלמ"ה איז אויתיות לשמ"ה.
אין טאקע קשר מיט שקר גייט ביידע וועגען, אדרבה די רבוש"ע וויל אונז זאגען ברחמיו הגדולים אז די אלע הוצאות שם רע אויף צדיקים נסתרים זענען נישט מער ווי שקר ווייל זיי זענען דאך געוועהן אזוי מקוש"ר צו רבוש"ע בכל חייהם.
קען איינער ברענגען א רעקארדינג פון דעם צדיק נסתר הרשב"ן זצ"ל, אז ער זאל זאגען אז ער איז משיח???? (אדרבה אויף די אלע תורה טעיפס רעדט עהר בהכנעה נפלאה פון אלע צדיקים ותלמידי בעש"ט כידוע ער האט געלערנט אלע חסידות'ן ווי סאטמאר באבוב וויזניץ אישביץ קוצק פרשיסחא ברסלב, ער איז געוועהן א נשמה כללית)
עס איז נישט מער ווי מען קען נישט פארשטיין ווי קען זיין אז דער איד זאל דערגרייכען אזוי הויך... נו זיי דיר מיר מסביר ווי אזוי משיח צדקינו קען ארויס קומען פון די הייליגע בנות לוט???
די תירוץ האב איך שוין אזוי פיל מאל דערמאנט און עפענט אייער הייליגע אויגען וועט איר זעהן מיין טייערע ברידאלעך, אז די רבוש"ע ווייזט אונז אז רחמנא ליבא בעי, אין קוקט אויף די מסירת נפש למען הנקודה פנימיות.
משיח צדקינו וועט קומען בקרוב ממש, אבער נישט פון די אויבען אהן אידעלאך, אזוי האבען אלע צדיקים געזאגט, ממילא זוכט עהם נישט און "כל העולם כולו" נאר אדרבה ביי די מעריב וואנט אידעלאך!!!!
די רגע וואס אלע אידען איש אחד בלב אחד וועלן זעהן אז די רבוש"ע וויל דאס עיקר די 3 אהבת באמת, ליב האבען יעדער איד ממש, נישט קיין חילוק וויפיל קשיות מען האט, נו דאן האלט מען שוין ביים גאולה שלימה, במהרה.
לייגט אוועק די אייגענע נגיעות, לערנט אביסעל ספרי הבעש"ט זי"ע וועט איהר גלייך זעהן אז באמת
תעינו כשה אובד, ווי א פארבלאנזשעט שעפס"ל.
אוי רבוש"ע נאר די קענסט עפענען די טויערען, יעדער זאל זעהן דעם אמת, פתחו לי שערי צדק.
לאמיר שוין אלע צו זאמען האנט ביי האנט ארויס גיין פונעם גלות המר, מיר זענען דאך ממש גרייט, מי כעמך ישראל גוי אחד בארץ, ווי איז נאך געוועהן אזוי פיל חסד בליעה"ר ווי היינט, נאר אביסעל אהבה הדוחקת את הבשר, זאל אוועק שטיפען די חומריות. אין מ'זאל ארויסנעמען די גוטס פון יעדער איד מקטן כגדול, אפילו פון די רבי'ס אויך, איך מיין אז פון יעדער רבי בימינו איז אויך דא א לימוד, ווייל עס וואלט געקענט זיין אסאך שווערע בעוה"ר, אין מ'דארף זיי געבען קרעדיט, נאר מיר דארפען מתפלל זיין אויף די רועי אברם און רועי לוט זאלען טאנצען צו זאמען, אין חלילה נישט גיין פאשערען אויף פרעמדע פעלדער, ווי ערכאות און צייטונגען חלילה.
יעצט ביי די 13'צטע יומא דהילולא, פון דער הייליגער מדרש פליאה הרשב"ן צדיק נסתר, וועט נתגלה ווערן לעין כל, וועלען די אלע אנוסים ארויסקומען פון די לעכער און מיר וועלן אלע שרייען צו זאמען, אז מען שעמט זיך נישט מיט אידישקייט חלילה, אין מ'זאל שרייען "מים רבים לא יוכלו לכבות את אהבה", וד' הוא אלקים, אותו נעבוד, ובזה נזכה לביאת הגואל צדק במהרה.
כל טוב, החותם באהבת ישראל ממש עבור כל יהודי (כולל שני סאטמארים, השני באבובים, השני וויזניץ, וכו' כולם חבובים וידודים) נאך די וועלט מלחמה איז יעדער איד א נס ממש, לאמיר ליב האבען באהבת נפש און שמייכלען און מקרב זיין יעדען נס, ווייל די רבוש"ע דארף יעדען איינעם ממש.
קשר1 לאחד יחיד ומיוחד בעז"ה
איי די ביגעסט טינג אין די וואלט.. די ביגעסט ביגעסט טינג איז וואט???
צו טוהן א טובה מיט א יוד.. טא דא א פעיווער פאר א אדער דזשאוי..
שלמה'לע אוי שלמה'לע.. מי יסור עפר מבין עיניך.. במהרה בימינו..
טייערע יודעלעך.. השם לאוו יא סאוי סאוי מאטש.. איווען איף יא לאק סאם טיים אגלי.. באט השם וואנט יאר הארט.. דער אייבירשטער וויל דאס הערצעלע..
א שיין רמז אמת לאמיתו, ששמעתי מרב גדול אחד שעוד רוצה בעילום שמו, די תורה שרייבט ויש"ק יעקב לרחל ויבך. וואס איז די בכייה געוועהן עירש"י.
אבער דער אמת איז מ'זעהט קלאר די רוח הקודש וואס די תורה שרייבט, ווייל יעקב אבינו האט דאך געטוהן דא הויכע זאכען ער האט ארויסגענומען רחל אמנו פון די צאן לבן ווי עס ווערט געברענגט פון די אריז"ל אז די יחידי סגולה קענען ארויסנעמען מענטשען פונעם שאול תחתית מיט דעם ענין, אין אזוי ווי יעקב האט געזעהן ווי רחל איז ארום גענומען מיט טומאה פון לבן, האט ער איהר ארויס גענומען פון דארט, און נאר וועגען דעם האט ער געוואלט מיט איהר חתונה האבען דייקא, אבער למעשה האט דא דער רבוש"ע געוואלט ווייזען א העכערע מדריגה פון ועיני לאה רכות, אז די בכיות פון לאה איז געוועהן שטערקער, און וועגען דעם האט זי זוכה געוועהן חתונה צו האבען ערשט מיט יעקב.
על כל פנים וואס איז געוועהן די בכייה, נאר יעקב אבינו האט זייער גוט געזעהן אז וועט נאך קומען א צייט נאך א וועלט מלחמה וואס עס וועט עולה זיין על קידוש השם איבער 6 מיליון קדושים הי"ד במהרה, וועט די רבוש"ע אראפשוקען א צדיק תמים ונשגב בתכלית הנסתר און וועט ארויסצועהן אלפי אלפים 1000'טער שעפעלעך און מקרב זיין לאבינו שבשמים מיט דעם ענין פון נשיקה, אין דער עולם וועט דאך נישט איינזעהן זיין גרויסקייט, וועגען דעם האט יעקב אבינו געוויינט.
דאס איז מרומז דא, ויש"ק איז ר"ת ו'כן י'עשה ש'למה ק'רליבך.
און בשעת דער רב שליט"א רעדט צו מיר רינט עהם טרערן אין די אויגען, (אז מ'דארף האבען דעם ועיני לאה רכות, אז דער רבוש"ע זאל מגלה זיין דעם אור הגנוז).......
די אלע וואס געפונען זיך דא אויף נעט, זענען נישט אפגעהיטן פון א הירהור, און האבען אוודאי קיין פופציג בעלי תשובה נישט געמאכט.
רבינו שלמה'לע האט נישט געמאכט קיין פופציג בעלי תשובה, נאר טויזענטע.. ודמם ודם זרעותיהם, איז אין זיין זכות, און וויפיל בעלי תשובה ער האט געמאכט, האט ער אזויפיל תשובה ניגונים געמאכט, איז דא 'איין' ניגון וואס איז נישט יודיש? איז דא 'איין' בעל תשובה וואס איז געווארן צוריקגעפאלן?
אבער ניין, ער האט געקישט.. ער האט געזינגען.. ער האט גע ווייסעך וואס..
יודען רחמנים בני רחמנים בני אברהם יצחק ויעקב.. הערט מיך אויס, 'איין פראסק פאר א יוד, איז נישט ווערט דאס גאנצע יודישקייט..
די תורה פאלגען מיר, יא? שקול לשון הרע כנגד...
ווער ס'קען דאס אפ'פרעגן מעג ענטפערן..
טייערע מבינות הייליגע ברידער
לאמיר חלילה נישט רעדען קיין שלעכטס אויף קיינעם.
אין אדרבה מ'קען ניצען די אינטערנעט, בלי שום הירור ורק לעבדתו יתברך שמו.
אויב א הייליגער איד קען גיין אויפ'ן גאס אין נישט קוקען מימין ומשמאל אויף די אלע מכשולים בורות שיחין ומערות, נו קען מען אודאי אויף זיך היטען נישט צו ניצען די נעט נאר אויף אידישקייט, אין לצרכי פרנסה.
איך בין זיכער אז יעדער וואס שרייבט דא אדער אין די אלע אידישער פוראםס שבעולם, זענען הייליג אין אפגעהוטען, נאר איין עצה איז דא פאר מען ניצט די מאשין בכל יום ויום....
טשעפטשעט א תפילה צום בורא כל עולמים... העבר עיני מראות שוא... טאטע היט מיינע אויגען איך זאל נאר זעהן זאכען וואס איז שייך לעבודתך וליראתך. ווייל אם ד' לא ישמור עיר שוא שקד שומר, נאר דער טאטע איז דער שומר ישראל.
אין די ביסט טאקע גערכעט אז מ'דארף קוקען אויף די אלע הייליגע ניגונים, און ווי הויך מען דערגרייכט ווען מ'זינגט עס מיט אן עולם, ממש צו התפשטות הגשמיות. און איך האלט אז אדרבה פון די טשולענט קלאב, משם ראי' אז אפי' זיי זענען גאנץ ווייט פארבלאנדשעט אבער זיי האבען נאך אלץ דעם קש"ר צום באשעפער מיט די הייליגע ניגונים, און ווער ווייסט וויפיל קומען צוריק יעדער רגע, ווען זיי זעהן אז אלע די תאוות עולם הזה זענען ממש הבל הבלים, און מען קען נישט אין ערגעץ שפירען אזא טעם ווי אין די הייליגע לעכטיגע שבת קודש, גוט שבת גוט שבת.... גוט שבת גוווווט שבת.
ווי שלמה המלך החכם מכל אדם זאגט.. שמח בחור בילדותך, וכו' ודע כי על כל אלה יבאוך אלקים במשפט...
פירוש, אויב מיינסטו אז די קענסט טועם זיין מכל תאוות שבעולם, זאלסטו וויסען מיין טייער קינד די וועסט קיינמאל נישט שפירען קיין גוטע טעם, ביז די וועסט איינזעהן אז עס איז נאר דא איין באשעפער אין נאר אין זיין הייליגע תורה שפירט מען א טעם גן עדן.
תוקן על ידי קשר1 ב- 23/10/2007 2:30:53
אנאליזער חזור בך! מיין טייערע ברידער...
די בילד פון דיין ניק וואלט איך געזאגט טויגט נישט לפענ"ד.
ביטע טויש די בילד ווייל עס איז מעורר זייער נישט גיטע זאכען, ע"פ דברי החינוך כי האדם נפעל כפי פעילותיו, אין עס איז ידוע אז צו קוקען אויף א סקעלעטאן איז מעורר מדת הרציחה ר"ל.
איך וואלט דיר מייעץ געוועהן עס טוישען אויף מער א היימישע בילד ווי שנעלער. איך מיין חלילה נישט דיך וויי צו טוהן נאר פשוט אסאך מאל כאפט מען זיך נישט, אין למעשה דער בילד טויג נישט בהחלט, איך מיין נאר דיין טובה.
אין לענין הרשב"ן צדיק נסתר, קיינער האט נישט קיין טענות צו דיר, נאר אויב די ווילסט טוה גוט אדוירך דעם ענין הער צו זיינע הייליגע טעיפס און זעה אויב דאס ברענגט דיר עובר צו זיין אויף א גראבען עבירה, אדער ווילסטו דאווענען מיט א ברען בקדושה וטהרה וכו'.
באמת עוד יבוא יום ווען די וועסט קלאר זעהן דעם אמת.
תוקן על ידי קשר1 ב- 23/10/2007 9:54:25
נאך איין וויכטיגע נקודה לעת עתה
נישט פארגעסען אז 95% פון כלל ישראל...
האט שוין איינגעזעהן בקדישתו של הצדיק הרשב"ן זצ"ל וזיעועכי"א, והא ראי' אז מ'זינגט זיינע הייליגע ניגונים ונוסחאות ביי כמעט אלע חסידי'שער ליטווישער יעקישער אשכנזישער, בתי מדרשים בכל רחבי תבל.
נאר
די BIG 4 חסידות'ען סאטמאר, באבוב, ויזניץ, בעלז...
ווי דארט געפונט זיך די גרעסטער מחלוקת בעוה"ר ובלי לקטרג, וואס זיי זענען זיכער נישט ע"פ דרך התורה. בהכאות ובהליכות להערכאות. בכל הצדדים. נאר ביי די 4 גרויסער (ההולכים בחושך) האלט מען נישט פון דעם דרך הבעש"ט ווייל ביי זיי מיינט ליידער אהבת ישראל גאר עפעס אנדערשט.
אבער למעשה וואס איך ווייס בעז"ה זענען רוב חסידים פון די BIG 4 שטילערהייט הערען זיי אויך אלע די דרך הרשב"ן והבעש"ט.
נאר וואס דען אפאר פערצענט 5% העצערס מכל הצדדים, די חברה וואס פירען די אלע ביטערע מערכות, נאר די עטליכע אינגעלייטלעך ורשע"י קהילה, זיי האלטען נישט פונעם דרך הבעש"ט, ווייל ביי זיי איז דאך עס בהיפך גמור.
נמצא לפי זה, אז סך הכל טענה'נען מיר זיך דא מיט בלויז עטליכער העצערס וואס אויב עס וועט זיין שלום בעז"ה וועלן זיי נישט האבען וואס צו טוהן מיט די צייט, זיי וועלען מער נישט קענען זיך באלעקען די פינגערס מיט שמאלציגע לשון הרע'ס מדי יום ביום בעוה"ר.
אויב אזוי פארוואס דארף מען זיך בכלל אויפרעגען די פאר העצערס, וועלען דאך סיי ווי זעהן דעם אמת בקרוב ממש, ווען די רבוש"ע וועט ליכטיג מאכען, וועלן זיי איינגיין פאר בושה, אוי לאותו בושה אוי לאותו כלימה, זיי וועלען זעהן אז דער רבוש"ע האט טאקע יא פיינט א מחזיק במחלוקת, ובעז"ה נזכה כולנו לאורו של משיח וואס עס וועט זיין שלום אויף די גאנצע וועלט בב"א.
_________________
און הפלא ופלא, רמז מובהק מן השמים, חזור בכם בעוד מועד...
די ר"ת פון ס'אטמאר ב'אבוב ו'יזניץ ב'עלז מ'חנובקה
איז
סדו"ם
די רבוש"ע זאל בקרוב מהפך זיין די לב אנשי סדום לטוב, וואס פירען די אלע מחלוקת אין זיי אלע זאלען תשובה טוהן, וועט מען קענען גיין אקעגען משיח צדקינו
_________________
אבער עס שטייט ואברהם עודנו עומד...
אונזער זיידע אברהם... שטייט נאך עד היום הזה אין בעט ביים בורא כל עולמים...
אז ער זאל מהפך זיין די הארץ פון אנשי סדו"ם, אין חלילה נישט זיי שטראפען, נאר די רבוש"ע זאל לעכטיג מאכען, וועט אלעס בטול ומבוטל כעפרא דארעא.
אולי יש עשרה, האט אברהם זיך געבעטען אויב עס איז דא א מנין ערליכער אידען וואס ווילען עס זאל זיין שלום בעולם, וועסטו רבוש"ע אויך זיי שטראפען.
האט השי"ת גענטפערט לא אשחית בעבור עשרה, אויב עס וועט זיין 10 אידען א מנין פון עשרה בטלנים וואס זאלען זיך נישט מישען אין פאליטיק, נאר אדרבה קלאגען און וויינען אויף די מצב פון די אנשי סדו"ם, דאן וועט מען גלייך זוכה זיין אויסגעלייזט צו ווערען.
והפלא ופלא ווי די תורה איז א נצחי אין אלעס איז מרומז דער וואך טאקע.
זאל שעפסעל, באטשי, וסייעתם, מוחל זיין אין זאגען קלאר אין דייטלעך... אויב זיי האלטען אז די מצב פון די BIG 4 אנשי סדו"ם, איז אויסגעהלטען על פי תורה וחסידות??? יא? אדער ניין?
ביטע ענפערט קלאר, אן באשמיצען א צווייטען...
כל מה שכתבתי רק לעורר לב אנשי סדו"ם בלי ח"ו לא לעורר קטרוג עלינו חלילה, ורק שיראו היכן הם עומדים, ומה שהשי"ת רוצה באמת, ואחרי שיראו הראשי קהילה כי אמת כן הוא שמחלוקת בישראל דבר רעה מאד בעיני ד', אז יזכו שיתהפך הכל לטובה ויאיר ד' את עינינו ונזכה לביאת הגואל צדק במהרה אמן כמו שאנו רואים שאחרי ההפיכה של סדום מיד נולד משיח צדקינו.
וראה זה פלא כל הפלאים
כי סדו"ם אויתיות מוס"ד
ונזכה כולנו בקרוב להפיכת לב אנש סדו"ם לטובה
ומהBIG 4 יהי' רק
BIG 1
והי' ביום ההוא ד' אחד ושמו אחד
בב"א
האסט פארגעסען פאנאוויטש, קראסנע, סאפינקע, נייטרע, מיר, און נאך,
ווען די רעכענסט אריין בעלזא, אפשר זאסטו מיר ביי וועלעכע ב"ד אדער קארט זיצט בעלזא מיט וועמען, אויך אויב זיי בארעדען איינעם אין זייער צייטונג, לויט ווי איך ווייס איז אלע מחלוקת נאר פון די אנדערע צד, אפילו דעם מחנובק'ער האט דער בעלזער רב גערופען וונטשען א גוט יאהר,
און אגב דער בעלזער זינגער יוסף צבי ברייער וואס מאכט רוב בעלזער ניגונים האט געגנב'ט שטיקלעך פון מהרשב"ן,
אויך סדום לייגט זיך אויס סמ"ך דל"ת וי"ו מ"ם ווי קומט דא אריין בעלזא אדער באבוב ?
די איינציגע וואס האבען היינט א ביטערע אקטיווע מחלוקה איז סאטמאר, באבוב, ווישניץ, די רעשט איז סך הכל כעין שלום בית פראבלעמען,
_________________
אף אני אענה חלקי..
מיסטער אנאליזער, אם אין דעת הבדלה מניין...? די האסט אויסגעגראבען א לאך, און נישט איבערגעפילט.. די זאגסט וואס נישט, אבער וואס יא, זאגסטו גארנישט, און דיין פענע האט ארויסגעלאזט א טעות.. 'עפרא לפומי' האסטו געשריבן, נישט לפומך, און וואס עפעס אפיקורסות ווען איך זאג אז א 'היידים ידי עשיו', וואס מיינסטו וועט לעתיד לבא זיין מיט די שלעגער.. און וואס וועט מען מיט די קרליבכיסטן טוהן.. YOU TELL ME
בכל אופן, די ענין פון די גרויסע קאמפאניס און וועגן בעלז מיט מאכניווקא, אויב ס'דא א רבי וואס האקט אויף קארליבך, איז גערעכט, אבער ס'נישטא.. פשוט ווייל זיי זענען ביזי היינט מיט זיך..
און דאס אז מאכניווקא און בעלז רייסן זיך ווי ווילדע קעץ, דער מאכניווקער רבי האט זייער געוואלט שלום מאכן, און ווי באוואוסט די מעשה מיט 'אי מלכא אנא', האט מען עם געזאגט, 'לאוו מלכא את'..
סדו''ם איז נוטריקין ס'עודת דו'ד מ'לכא מ'שיחא, וואס רבינו שלמה'לע זי''ע האט זייער מכבד געווען, און יעצט פאלט טאקע אויס די יומא דהילולא זיינע דעמאלטס. און ס'דאך נישטא - ווי באוואוסט אין דרך הבעש''ט, קיין צופאל.
און אזאליזער, אם אין דעת, איז רחמנא ליבא בעי, הבדלה מניין, צוטיילען איז פון שלעגעריי, און פירוד השם ישמרינו, און השם אחד ושמו אחד ושלמה מלכא וואס האט אויפגעטוהן למען שמו ית', און יודען זענען א יחוד, 'איינס', מיר קומען נישט דא פייטן, נאר אויסקלארן, און ווידעראמאל, איין פראסק איז א רשע, און אפי' יו''כ זאגט מען עם העבריינים, אבער נישט עבירות בין אדם לחבירו, וואס איז רשעים..
לאמיר מאכן הבדלה, און גיין בשמחה רבה פועל'ן ישועות ביים הילולא דרשב''ן
חלילה נישט זיין דן קיינער לחוב
נאר פשוט די נקודה איז...
מען טאר זיך נישט אויסלערנען פון די גרויסער מוסדות חסידות וואס פרעגלען מחלוקת און שנאת חנם.
איך מיין נישט דווקא בעלזא אדער סאטמאר ויזניץ באבוב חלילה נישט די אנשים יראים ושלמים.
נאר בהחלט די אנשי המחזיקים במחלוקת און זיי דארף מען האלטען ווי אנשי סדו"ם (די ר"ת פון ס.ב.ו.ב.מ. איז בגי' סדו"ם).
טייערע ברידעלאך לאמיר נישט אריין שלעפען דא די הולכי בחושך וואס מיינען אז די עיקר פון חסידות איז מחלוקת, חס מלהזכיר דער עיקר איז אדרבה ביי די מעריב אידעלאך פון אלע הייליגע הויפען וואס זענען מרבה בשלום ואהבת ישראל, און זיי וועלען ברענגען משיח צדקינו.
לאמיר זיי דן זיין לכף זכות, אז עס פשוט טינקעל ביי די אידעלאך ממילא זעהן זיי נישט די אמת אז דער רבוש"ע האט פיינט שנאת חנם, וכל מיני ערכאות ותוצאות שונות ומשינות. גענוג מיט די חילול ד', רבותי לאמיר אלע צוזאמען מתפלל זיין אויף שלום, און ליב האבען יעדער איינעם נישט קיין נפקי מינה ווער זיין רבי איז, אדער וואסער מין היט ער טראגט וכדו'.)
ויאתיו כל לעבדיך... ויגודו באיים צדקיך
_________________
מבינות I wont let you get away with inaccuracies,
טעות
_________________
תוקן על ידי aaatozzz ב- 23/10/2007 21:33:53
דריי טעג צום יומא דהילולא
הכינו לשלושת ימים
בעט אייך אויס אלעס גוטס!
כדאי רשב''ן לסמוך עליו..
זכה וזיכה הרבים, זכות הרבים תלוי בו!
עס איז געווען א רב אין אונגערן וואס מען האט גערופען דעם רשב"ן
וד"ל
ווער פארט צו די יארצייט צום ציון ?
איך וויל שיקן א קוויטל,
אפשר איז דא א פאקס ווי מען קען שיקן קוויטלעך,
ווער עס ווייסט זאל פליז פואסטן,
זי"ע
_________________
ליצנות GALORE
תוקן על ידי aaatozzz ב- 24/10/2007 19:54:09
מ'האט אמאל געטראפן ביי א מתנגד אין שטוב, א חסידיש ספר אונטערן שראנק אויפן ערד.
האט זיך א רבי אנגערופען צו יענעם, אז איר וואלט גענומען דעם מחבר אליין און אים ארונטערגעווארפן אזוי, וואלט ער אויך נישט מתרעם געווען..
לענינינו, אפילו טאמער מאכט מען ליצנות, וועט אייך ר' שלמה'לע נישט מקפיד זיין, אבי יודען שמייכלען. אבי יודען פילען זיך גוט. נאר פארקערט זאל מען חלילה נישט זאגען..
עס איז דא עפעס א ארגון קשר וואס האט מיט שלמה קארלבאך
דאס האט מיר דיר?
חבר אנו לכל אשר יראוך.. איך האב נישט באזונדער מער מיט זיי ווי מיט דיר..
ווער ס'האט ליב א יודיש קינד בין איך מקושר מיט עהם..!
הנה מתקרב יום הגדול
אלפים עולים לציונו ונושעים בכל מילי דמיטב בזכותו
דוכט זיך אז אזא אשכול אויף זעקס בלעטער איז שוין די והותר פאר ביידע אדר'ס לכל הדעות...
תוקן על ידי קאמענטאטאר ב- 26/10/2007 16:35:22
אז ס'איז משמח, איז זיכער גוט. יעצט לאמיר האפן מלמד זכות זיין אויף יודען אויכעט. און זיך מאחד זיין בהשם אחד ועמו ישראל עם אחד, בלי פירוד נאר מיט א אחדות, זען דאס גוטס פון יעדעם, אדרבה תן בליבנו שנראה כל אחד מעלת חברינו..
לעילו נשמת ר' שלמה בהרב נפתלי זצוק''ל
כיהודה ועוד לקרא
די אלע נגד התורה'דיגע טענות פון אהבת ישראל וכו' האט מען שוין געהערט פון די נוצרים און זיי האבן נאך געשריבן אז זיי זענען הייליגער און מער עטיש ווי דאס אידישע פאלק ווער עס וויל קען קוקן אין זייערע ביכער און אין די ספרי הויכוחים וואס מען האט זיך געהאט אנגעליטן אלע יאהרן אין אייראפע
אבער אז מען רעדט פון "דרך הבעל שם טוב" לאמיר זעהן
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
און ווערט נישט אנציקט פון דעם נייעם ניק וואס מען האט איהם ארויפגעשמירט "רשב"ן" (ביי ויש"ק איז נעלם געווארן דער ניק) ווייל היסטאריש האבן אידן שוין געהאט צרות צרורות פון מענטשן מיט אזעלכע ניקס, למשל אין לעצטן דור האט איינער גענומען דעם ניק "מימון"
תוקן על ידי נבוכדנאצר ב- 26/10/2007 17:06:13
די ווארט 'הדור האחרון' איז פסול ביי כלל ישראל, ווייל דאס האט מחבר געווען א פיגור וואס רעדט אויף השם ועל משיחו.
ער האט נאך נישט געלייגט קיין טראסט אויף קיין שום יודישער מנהיג, 'נאר אויף זיך..'
ממילא, ווער ס'האט שכל בקדקדו, זאל אויסנוצען די געלעגענהייט, און און זיך נאכפרעגן אויף דעם מחבר פון 'הדור האחרון', און נאכדעם אויף ר' שלמה'לע זי''ע, און זיך אויסקלארן דעם בילבול המוחין, וואס רייט אויפן היינטיגער השקפה.
אין עטליכע שעה, וועט כלל ישראל אויסזינגען דעם ליד 'לכבוד שבת', און בזכות דער מחבר פונעם אלטוועלטליכע ניגון 'לכבוד שבת', וועלן מיר זוכה זיין צו פועל'ן אלעס גוט'ס. ומה זרעו בחיים אף הוא בחיים.
מבינות איך האב זיך איינגעהאלטן ביז יעצט, דאסמאל האב איך שוין נישט געקענט... און... איך האב אויסגעשאסן אין אזא געלעכטער וואס איך געדענק זיך שוין לאנג נישט אין אזא מצב.
דיין לעצטע תגובה קען געקרוינט ווערן אלץ קלימאקס פון אלע דיינע תגובות... סיי מיט דעם ניק, און סיי מיטן ניק קשר1.
דו ביסט פארנומען צו ברענגען פון תלמידי בעש"ט אז מען טאר נישט רעדן אויף קיין שום איד ח"ו, און וועגן דעם זאל מען זיך קישן מיט נקיבות, און טון עבירות לשמה, וכו' וכו', אלעס צוליב "ליבע" צו יעדן איד באשר הוא שם.
און דא ברענגט מען דיר פון תלמידי בעש"ט ממש דאס פארקערטע... אופסססס... דער וואס ברענגט די ספרים דער איז א שגץ... ס'טייטש? ווי מעג מען דאס אפילו ברענגען ? די תלמידי בעש"ט האבן דאך אנדערש געהאלטן?
absurd!!!
לויט ווי איך פארשטיי איז ר' שלמה'לע געווען סתם א שגץ, אבער שכל האט ער געהאט.
הוספה: ביטע טוה א טובה און ענטפער נישט, ווייל דו וועסט מיר ברענגען צו א נסיון אויסצומעקן דעם תגובה, איך שעם זיך ביטערליך זיך צו טענה'ן מיט דיר.
תוקן על ידי אהליצדיקים ב- 26/10/2007 18:40:12
אז די שעמסט דיך צו טענה'נן מיט מיר, האסטו געהאט א ברירה זיך איינהאלטן..
בנוגע דער ימח שמו'ניק פון הדור האחרון, 'ספר תורה שכתבו מין צריך לשרפו' - דאס איז שוין געשטאנען פארן התגלות בע''ש ...
וועגן ר' שלמה'לע, וועל איך זאגן איין זאך, עבירות שבין אדם למקום איז דעם אייבירשטענס געשעפט, און נישט דיינע, און בין אדם לחברו וואס איז דיין געשעפט, דאס איז ביי דיר אויסגעשניטן. זיי דיך מתבונן, אז זאלסט נישט זיין פון די כת האפיקורסים, וואס זייען ארויס מדברי חכמינו זצ''ל, און ניצען עס צו זייערע 'יאשקע פאנדרעקער'ס..
א יוד וואס האט געמאכט אזויפיל בעלי תשובה, גאנצע משפחות און זייערע דורי דורות זענען אויף זיין זכות, איז ווער איז דער בעל גאווה וואס וועט פרעכערהייט זיך צורעדן אויף אזא איינעם.
ממילא ווען ס'וואלט געווען א צדיק מדורינו וואס וואלט עם אויסגעהאנגען אלץ נישט גוט, ממילא. אבער סתם אזעלכע פון א כת מינים ואפיקורסים, וואס גלייבן נישט אין קיינעם נישט, און ווען די צדיקים וועמען זיי ניצען פאר זייערע פינגער זויגעריי איז אויכעט ביי זיי אפגעפרעגט, ווי איבערצייגט, נו ווי קען מען זיי אפילו מצרף זיין אין א ענין פון הסברה באומד הדעת, אויף אזא מזכה הרבים, וואס די משנה זאגט אז אין חטא בא על ידו.
מוצא שפתיך תשמור.. לפתח חטאת רובץ..
לכל העולים על הציון הק', ולכל התלמידים ונהנים מכח אותו צדיק הרשב''ן זצוק''ל
מ'זאל האבען געפועל'ט אלעס גוט'ס
וזכותו יגן עלינו ועל כל ישראל אמן
שנזכה להירהור תשובה באמת
עוד יבוא יום..........
עס איז א שאד זיך צו טענה'נען....
מילונען אידען ארום די גארער ווועלט האבען היינט געפייערט דעם
יומא דהילולא של הצדיק נסתר
הרשב"ן זצ"ל
איך מיין אז פאר די פאר געציילטע טועים ותועים דא איז א שאד צו זיך אנשטרענגען
איך האב שויןגענוג געשריבען בעז"ה
מ'טאר נישט רעדען אויף קיין שום איד לאמיר יעדעם דן זיין לכף זכות...
נאר וואס דען ווער עס האט אפענע אויגען אין איז אויך א שטיקעל מבקש את האמת וועט שוין ממילא זיין דעהם אמת
ובזה אני מסיים בל"נ את דברי כאן.
ביומא דהילולא של רבינו שלמה ב"ר נפתלי זצ"ל
שקירב כל אחד מישראל במסירת נפש, מתלמידי של אברהם אבינו ואחריו האריז"ל והבעש"ט הק'.
קשר לאחד יחיד ומיוחד, ומצפה לישועת ד' כהרף עין.
בדרך רבינו שלמה'לע זצ''ל נלך, בדברי שלום ואמת
ווער ס'וויל נהנה זיין מהאור כי טוב, זאל גיין צום פורום 'רבי שלמה קרליבך', ומשם תדרשנו
לחזות בנועם ה' ולבקר בהיכלו
אין קץ לדברי רוח
קשר/מבינות
איהר זייט אידיש רעדענדיגע קאנזערוואטיווע!
איך האב באמת געמיינט אז דאס מין גייט אונטער, איין עבודה זרה שעזבו אותה בעליה, דערווייל זעה איך אז דער בעל דבר האט געטראפן א נייעם מהלך
גאנצע א גיטער בעל מחדש דער בעל דבר אונזערער. זעהר קריעיטיוו.
מאויבי תחכמני
אסאך גרויסע האבען געמיינט, אז נשתכח תורת הבעש''ט, אבער ניין ! ס'איז נצחיות..
איך מיין אז עס ענדלט ענדערש אין תורת אלבערט איינשטיין ווי אין תורת הבעש"ט
א רחמנות אויף די אידען וואס ווייסען נישט מבדיל צו זיין בין קודש לחול.
אמת
מבינות
דו פארשטייסט דאס שייכות מיט תורת אלבערט איינשטיין?
איך זע אז די ניק 'קאמענטאטאר' ניצט א בילד פון 'איינשטיין', און וואס די האסט דיך באליבט אויף עם ווייס איך נישט, אבער אויסן גערעדט גדלות, אז די האסט שוין געהערט שלמה'לע, און די ווערסט נישט נתרגש, ביזטו א שטיק האלץ! און טאמער האסטו עם נישט געהערט, רעדסטו דאך סתם דברים שמה בכך.
א גריס פון יענע וועלט פון הייליגער שווארצער בראדער און זיין רבין.........
http://bh.hevre.co.il/forum/topic.asp?topic_id=2307328הא הא!! כ'גלייב ר' שלמה'לע וואלט אויכעט הנאה געהאט, אלו ואלו דברי אלוקים חיים..
ביידע זענען משמח יודען, און די שכר זייערע איז אין לשער.
אבער דער וואס מיינט עס לשם הוללות!! עוונו ישא
דער חקיין דא איז ר' וועלוול גאלדשטיין פון קרית יואל, ער איז ריזיג, און ער איז משמח אסאך צובראכענע יודען, און זיין זכות איז גרויס, אבער חלילה אפטייטשען אז ער מיינט סתם חוזק מאכן פון א מקרב אלפי אלפים נשמות ישראל.